היינט בינעך געווארן...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

היינט בינעך געווארן...

תגובהדורך מכה בדופן » מוצ"ש דעצמבער 08, 2012 10:06 pm

רבותי עס קומט מיר א מזל טוב. היינט בינעך געווארן א...
א וואס? א וואס??? הער איך ווי איר פרעגט.
ראשית כל כאפט נישט קיין הייסע לאקשן. אדער הייסע קוגל. אדער הייסע פיצא. דאס איז סתם א גוטע עצה. [הגם כ'ווייס נישט פאר וועמען עגזעקטלי מ'האט געמוזט אויפקומן מיט דעם שפרעכווארט. ווער איז דער יעניגער וואס פלעגט אלעמאל כאפן הייסע לאקשן אז ס'האט געמוזט קומן חכם אחד און אנזאגן לדורות הבאים כאפטס נישט קיין הייסע לאקשן. כ'קען מיר נאר פארשטעלן ווי דער יעניגער האטעס אנגענומען. "אוא דעטס רייט. כ'טאר נישט כאפן הייסע לאקשן. כאמעך אלעמאל געוואונדערט פארוואס עוורי טיים כ'עס לאקשן ברי'עך אפ מיין צונג. יעצט ווייסעך שוין..."]

עניוועיס, וואו האבעך געהאלטן? [אזוי גייטעס מיט מיר, כ'הייב אן זאגן איין זאך און סאדענלי ווער'עך פארפארן ביז כ'פארגעס שוין וויזוי כ'האב אנגעהויבן. ווען ס'פאסירט דערמאנעך מיך פון מיין שוויגער זאל לויפן ווייט אוועק, ביקאז זי איז אויך אזוי...הופס, שוין ווידער פארפארן.]

סאו למעשה האבעך געהאלטן אז ס'קומט מיר א מזל טוב ווייל כ'בין היינט געווארן א...
א וואס???
רבותי אביסל געדולד. סבלנות. נישט נערוועז. קודם איז מען שוין געוואויר געווארן צוויי זאכן וואס מ'האט נישט געוואוסט נאר פונם קעפל האשכול. פון דעם אליין וואלט מען געקענט קלערן אז ס'ז אן עידזש, כ'מיין צו זאגן היינט בינעך געווארן לאמ'יר זאגן 25 (אדער 65). באט ווען מ'ליינט אינעווייניג זעט מען אז כ'בין היינט געווארן א..., סאו רעדט מען פון א געוויסע זאך נישט נאר א נאמבער.
ווידעראום פונם קעפל וואלט מען געקענט מיינען אז ס'ז ח"ו נישט א גוטע זאך. [הגם ווער יאגט זיך אריין אין קרעטשמע מוצ"ש ערשטע לעכטל חנוכה עפענן אן אשכול ווען ס'ז נישט א גוטע זאך? באט פארט וואלט מען געקענט מיינען.] היצטערט ווען מ'זעט כ'האב געשריבן ס'קומט מיר א מזל טוב ווייסט מען שוין אז ס'ז א גוטע זאך.
סאו אויב ס'ז א זאך און טאקע א גוטע זאך, העריך ווי איר פרעגט, פארוואס ציסטו אויס די נשמה? שרייב שוין וואס ס'איז און מ'וועט דיר קענען ווינטשען מזל טוב.
גערעכט. כ'וואלט טאקע אזוי געדארפט טון באט מיר אלע ווייסן פון פסח ביינאכט אז בדרך שאלה ותשובה גייטעס בעסער אריין אין קאפ. סאו ווען כ'שרייב נאר א... און ענק פרעגן א וואס? און איך ענטפער האטעס מער טעם.

עניוועיס, כדי צו פארשטיין וואס איז דער גרויסע שמחה מוזעך מקדים זיין די בעקגראונד. דער שול וואו איך דאווען שב"ק איז קע"ה א גרויסע און רוב וואכן איז דא דארט עט ליסט איין קידוש. פארשטייט זיך כ'זוך מיר נישט קיין שונאים סאו ווען א יוד מאכט א שמחה, אפילו כ'קען עים נישט אזוי גוט ווילעך עים נישט פארשעמן און כ'בין טועם ביים קידוש.
מ'שטיינס געזאגט טועם. כ'מאך א קידוש במקום סעודה (אנשטאט א סעודה) כיד ה' הטובה עלי. פארוואזשע דען נישט? אז א יוד מאכט א שמחה זאלעך מיך נישט מיטפרייען כהוגן? און ווען ס'דא צוויי שמחות, פארוואס זאל דער צווייטע ליידן? ס'דאך נישט מער ווי יושר אז כ'זאל מיך מיטפרייען מיט יענעם'ס שמחה כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני. ובשלישי.
וואס טוט מען אויס ס'ז נישט דא קיין קידוש אין מיין שול (כ'מיין נישט 'מיין' שול, נאר כ'דאווען דארט. כ'מיין נישט געדאווענט – יו געט דע פוינט). ב"ה נתרבו ספסלי ביהמ"ד און ס'ז אלעמאל דא אין דער געגענד עפעס א באקאנטע וואס מאכט א שמחה. גייט מען זיך מיטפרייען. כדבעי.

למעשה ווען איך קום אהיים בינעך שוין געווענליך גאנץ אנגעגעסן (און אנגעטרונקן) אבער א שבת סעודה מוז מען האבן. נא, דער גמרא זאגט דאך רוחא לבסימי שכיחא, פאר גוטע סחורה איז אייביג דא פלאץ, און כ'וויל דאך נישט פארשעמן די אשת חבר'ס מאכלי שבת, בינעך מקיים אחוז מזה וגם מזה אל תנח פיך.
מ'רופט אויס על כן ברך סברי מרנן בורא פרי הגפן אויף א פיינם וויין. שפעטער מאכט מען המוציא אויף א גרויסן בארכעס און מ'הייבט אן מיט די דיפס. כ'זעץ מיך ד' טפחים אוועק פון טיש און ווען כ'פיל ס'דרוקט מיר ווייסעך כא'שוין געהאט גענוג דיפס. (איינמאל בינעך געזעצן אויף אן אפיס טשעיר מיט רעדער...בעסער מ'רעדט נישט.)

וואס געשעט? דער וועלט זאגט אויב מ'פאקט מיט סדר איז דא פלאץ. (בד"וו אפילו מ'מענעדזשט אלעס אריינשטופן אין רענצל און ס'ז דא פלאץ מיינט נאכנישט ס'וועט נישט זיין קיין אווערוועיט!) כ'קען טאקע מעיד זיין צום ווארהייט פון דעם מאמר העולם אבער ווי נישט ווי אפילו מ'פאקט מיט דער שענסטע סדר איז דאך ערגעץ דא א לימיט.
סאו ווער ליידט? דער טשולענט. ביי דע טיים מ'דערלאנגט דער טשולענט בינעך שוין אזוי אנגעפאקט אז כ'קען נאו וועי ענדיגן די טעלער. בינעך בורר פלייש מתוך בעבלעך כאטש די בעסטע ווארע נישט אויסלאזן, און אזוי בינעך יוצא. מיין כנגדו האט אייביג טענות אויף מיר באט כא'זי שוין מסביר געווען אז כ' קען גארנישט טון. (וואס, כ'זאל נישט טועם זיין ביים קידוש און באליידיגן א מענטש? נעווער!)

היינט איז געווען אן אויסנאם! כא'נישט געהאט קיין איין קידוש וואו צו גיין און כ'האב געמוזט אהיים קומן הונגעריגערהייט. נא, ווי זאגט דער וועלט, אז מ'פאקט נישט איז זעכער דא פלאץ...האבעך היינט פארטיג געמאכט ס'גאנצע טשולענט און אפילו געהאט סעקאנדס.

רבותי יעצט קומט מען צום פוינט. זינגטס אלע מיט מיט מיר, ס'קומט מיר א מזל טוב – כ'בין געווארען א קייסער!!!

קאא
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2011 8:21 am

תגובהדורך קאא » מוצ"ש דעצמבער 08, 2012 10:54 pm

;l;p-
אז דו האסט אויסגעליידיקט דעם טעלער מיז דאך זיין אז זי מאכט א פיינער טשולענט, נא איך מיין עס לוינט זיך אויף צוגעבען די קידושים

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מוצ"ש דעצמבער 08, 2012 10:58 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מוצ"ש דעצמבער 08, 2012 11:00 pm

פאטש פאטש פאטש... מכה האט געמאכט קייזער
פאטש פאטש פאטש... מכה האט אונז אריינגעטראסקעט איינס לכבוד חנוכה

מכה ביסט גוט ;l;p-
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11054
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 09, 2012 12:59 am

WOW, אזא גוטער שרייבער, א שאד ביסט נאך ניטאמאל א שר החמשים.

אבער חזקה על חבר, וועסט אונז נישט אנטוישן. אמת?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3815
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג דעצמבער 09, 2012 10:00 am

מכה'לע, וויפיל איך זאל נאר נישט פאקן פון דיינע ארטיקלען איז אלץ דא פלאץ פאר נאך... ביזט געוואלדיג, קיפ איט אפ!!

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » זונטאג דעצמבער 09, 2012 11:11 am

אוי גייסטו כאפן פארן מיר אנצוען

וואס גייט מיר אן צו די בוסט א קייזער אדער א גענעראל

ניקסט טיים שרייב ארויס געהעריג סע קומט זיך דיר א.................


עניוועי גוט געשריבן כהאב געלאכט און הנאה געהאט ;l;p- ;l;p- ;l;p-
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג דעצמבער 09, 2012 11:53 am

;l;p-

אייגענטליך פון וואו שטאמט טאקע אז מען רופט קייזער פאר דער וואס ענדיגט ערשט?
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » זונטאג דעצמבער 09, 2012 1:48 pm

איך קען נישט אויפהערן לאכן
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » זונטאג דעצמבער 09, 2012 3:23 pm

מכה'לע טייערע! ווי פאני עס וועט דיר נאר אויסזעהן אז ווען איך האב אנגעהויבן לייענען דעם ארטיקל האב איך גלייך געוואוסט דעם סוף... יא אזוי ווי די הערסט, איך האב געוואוסט אז די רעטסט פון ווערן עפעס קייסער.... איך האב נאר געמיינט עס איז אויף א גאלאנדיקן פלעשל משקה... איך האב נישט געחלומ'ט אז אזא ארטיקל איז א טשולנט רעזאלט....

גוט געשריבן... מייסטערהאפטיג

אוועטאר
מכה בדופן
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 07, 2012 6:21 pm
לאקאציע: נעבן וואנט

תגובהדורך מכה בדופן » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 9:15 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:מכה'לע טייערע! ווי פאני עס וועט דיר נאר אויסזעהן אז ווען איך האב אנגעהויבן לייענען דעם ארטיקל האב איך גלייך געוואוסט דעם סוף... יא אזוי ווי די הערסט, איך האב געוואוסט אז די רעטסט פון ווערן עפעס קייסער.... איך האב נאר געמיינט עס איז אויף א גאלאנדיקן פלעשל משקה... איך האב נישט געחלומ'ט אז אזא ארטיקל איז א טשולנט רעזאלט....

גוט געשריבן... מייסטערהאפטיג


כאנישט געוואוסט ביזט א נביא אויך. דיין מאמע איז זעכער א צניעות'דיגע האט זי זוכה געווען עס זאל ארויס פון איר 'מלחים' ונביאים.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » פרייטאג דעצמבער 14, 2012 12:11 am

לכאורה האט געשריבן:WOW, אזא גוטער שרייבער, א שאד ביסט נאך ניטאמאל א שר החמשים.

אבער חזקה על חבר, וועסט אונז נישט אנטוישן. אמת?

דאס צייגט אז יעדע תגובה איז ווערד.

געוואלדיג הנאה געהאט.

מקוה ישראל
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 25, 2012 9:15 pm

תגובהדורך מקוה ישראל » זונטאג דעצמבער 16, 2012 9:40 am

מכה בדופן האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:מכה'לע טייערע! ווי פאני עס וועט דיר נאר אויסזעהן אז ווען איך האב אנגעהויבן לייענען דעם ארטיקל האב איך גלייך געוואוסט דעם סוף... יא אזוי ווי די הערסט, איך האב געוואוסט אז די רעטסט פון ווערן עפעס קייסער.... איך האב נאר געמיינט עס איז אויף א גאלאנדיקן פלעשל משקה... איך האב נישט געחלומ'ט אז אזא ארטיקל איז א טשולנט רעזאלט....

גוט געשריבן... מייסטערהאפטיג


כאנישט געוואוסט ביזט א נביא אויך. דיין מאמע איז זעכער א צניעות'דיגע האט זי זוכה געווען עס זאל ארויס פון איר 'מלחים' ונביאים.

אוח אוח אוח

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6163
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » זונטאג דעצמבער 16, 2012 11:32 am

מכה בדופן... עס העט אייך העלפן א מכה ב... ו זאסט שוין שרייבן נאכאיינס...

דו שרייבסטאך ווי אן עקפערט קרעטשמעריסט (נישט פארטוישן מיט מונקע-טאבאריסט...)
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בבל, יישר כח און 18 געסט