טעל-מי א פארגאנגענהייט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך מאי 09, 2012 12:07 pm

דער עולם האט פארגעסן וואס ס'האט אריינגעברענגט טעל מי אין יעדע אידישע שטוב
געווען א תקופה אין די בראשית יארן ווען מ'האט געקענט רופן אומזיסט לאנג דיסטענסת נאכדעם איז געווארן צוויי מינוט אין א צי. אין יענע צייטן האט זיך די שמועס אפגעהאקר נאך יעדע צוויי מינוט. נאכדעם איז געווארן נאר צווי מינוט, ביז ס'איז אונטערגעדגאנגען די סערוויס
ביני לביני איז ער אריינגעקומען פעסט צווישן קינד און קייט

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך מאי 09, 2012 12:11 pm

abimlaibt האט געשריבן:
שמן זית האט געשריבן: ווער געדענקט נאך סאונד-ביי?

אדער העעעעעי יונידע, העי יונידע

העי יונידע איז געווען פיין, זיי פלעגן געבן לענגערע נייעס באריכטן, מיט אן אפציע אויסצוקלויבן וועלטליכע אדער אמעריקאנע אדער [די דריטע געדענק איך שוין נישט].

אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 9:46 pm

תגובהדורך גובערנאטור » מאנטאג מאי 14, 2012 12:25 am

קרעמער האט געשריבן:בינג האט זיך אונטערגעגעבן צום דרוק פון כלל ישראל, און זיי שטעלן מער נישט צו די סערוויס פון "טעל מי" אנגעהויבן פון יוני דער ערשטער [אבל יחיד אעשה לך, איך נוץ דאס שוין איבער 10 יאר מיט גרויס צופרידנהייט, וועט מען יעצט דארפן ח"ו הערן דעם טריפה'נעם קול מבשר?..].

יעצט אן אנדערע ווערסיע:
קרעמער האט זיך אונטערגעגעבן צום דרוק פון "כינוס כלל ישראל", און זיי שטעלן מער נישט צו די סערוויס פון "יושב ראש אייוועלט" אנגעהויבן פון מאי דער עלעפטער [אבל יחיד אעשה לך, מיר נוצן דאס שוין איבער 7 יאר מיט גרויס צופרידנהייט, וועט מען יעצט דארפן ח"ו נוצן דעם טריפה'נעם ?????..].

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג מאי 31, 2012 10:11 pm

נאך געבליבן קארגע צוויי שעה צו הערן טעלמי

קרעמער קומט צוריק נאך 12:00
לעצט פאראכטן דורך מאנ-יימער אום פרייטאג יוני 01, 2012 10:38 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

און וואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 534
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 2:19 am

תגובהדורך און וואס נישט » דאנארשטאג מאי 31, 2012 10:18 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:נאך געבליבן קארגע צוויי שעה צו הערן טעלמי

כאטשיג דאס וועל איך טון לכבוד דעם כינוס כלל ישראל און נישט הערן יעצט טעל מי.

לב טוב
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 2:37 pm
לאקאציע: בסתר ובגלוי

תגובהדורך לב טוב » פרייטאג יוני 01, 2012 10:34 am

ס'ארבעט נאך געהעריג.
מיר זינגען זיך דאך ביידע אונטער שפאצירנדיג אויפן גאס, טא פארוואס זאלמער ביידע דארפן pause'ן בשעת מיר גייען זיך אדורך ?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יוני 04, 2012 11:28 am

בינג האט זיך אונטערגעגעבן צום דרוק פון אייוועלט, און זיי שטעלן יא ווייטער צו די סערוויס פון "טעל מי" אפילו ס'איז שוין נאך יוני דער ערשטער כדי מען זאל נישט דארפן ח"ו הערן דעם טריפה'נעם קול מבשר
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יוני 04, 2012 11:47 am

עס שטעלט זיך ארויס אז די גאנצע זאך איז געווען א פאלשע אלארם, ווייל די נייעס און וועטער א.ד.ג. האבן זיך קיינמאל געדארפט אפשטעלן, נאר די נארישע "ביזנעס סוירטש" וואס בינג האט צוגעשטעלט די לעצטע פאר יאר. דערווייל אלעס ארבעט ווי פריער, מיטן אויסנאם פון די נערווירנדע מעסעדזש אז יוני דער ערשטער האקט זיך אפ די סערוויס...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יוני 04, 2012 2:47 pm

א געוויסע האטליין לחיזוק הדת סופאוזעטלי, האט לעצטנס געמאלדן אז זיי גייען עפענען א וועטער אפטיילונג, ווייל טעל מי מאכט זיך צו. דער פשט דערפון איז, אז די צוהערער פון יענעם האטליין האבן - אויף די דירעקטיווע פון די רעדנער דארטן נישט גערופן קול מבשר צו הערן וועטער, נאר אנשטאט זיך געוואנדן צו טעלמי, און איצט אז זי פארמאכט זיך ברויך מען דאס ערזעצן.

אבי מ'זאגט אז קול מבשר האלט צוריק פון הערן גויאישע האטליינס...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יוני 04, 2012 3:29 pm

חח.

איך פיר זיך צו הערן יענעם האטליין פון וואס דו רעדסט, און דער מודעה האט מיר געקאסט א צוטרייסלענדער אויספלאץ!

(נישט געזארגט, היינט נאכט העסטע הערן דארט א קלארשטעלונג בשם א עסקן אין נאמען פון די רבנים..)
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » זונטאג יוני 24, 2012 1:58 pm

מי חכם האט געשריבן:א געוויסע האטליין לחיזוק הדת סופאוזעטלי, האט לעצטנס געמאלדן אז זיי גייען עפענען א וועטער אפטיילונג, ווייל טעל מי מאכט זיך צו. דער פשט דערפון איז, אז די צוהערער פון יענעם האטליין האבן - אויף די דירעקטיווע פון די רעדנער דארטן נישט גערופן קול מבשר צו הערן וועטער, נאר אנשטאט זיך געוואנדן צו טעלמי, און איצט אז זי פארמאכט זיך ברויך מען דאס ערזעצן.

אבי מ'זאגט אז קול מבשר האלט צוריק פון הערן גויאישע האטליינס...


חחחחחח פיין געלאכט
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יוני 24, 2012 6:01 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:ok , טעלל מי איז בעצם נישט די טעלעפאון ליניע וואס פארציילט נייעס, לאטערי, הארעסקאפס, און צו שפילן בלעק דזעק, אויך נישט די פרי אינפארמעישאן סערוויס, באוואוסט אלס 411.

טעל מי איז א קאמפאני וואס באווייזט די טעקנאלעדזשי צו קענען רעדן צום קומפיוטער מיט די מענטשליכע מויל, וואס איז שוין היינט א ברייט באקאנטע טעכנעלאגיע.

היינט זענען דא אסאך קאמפאניס, וואס ווען מען רופט, קען מען אויסוועלן די מעניו דורך רעדן, און כדי אויסצוארבייטן די טעכנעלאגיע ,האבן זיי געגעבן די פרייע סערוויסעס, און וויבאלד אזויפיל מענטשען האבן גערופען און געניצט די קול, און באקומען דעם "העםםם איי דידענט געט דעט", און איבער געזאגט נאכאמאל אין נאכאמאל, האט זיך די קוימפיוטער אוסגעלערענעט ווי אזוי צו אויסהערען ווי א מענטש, כ'מיין קומפיוטער
(דאס איז א ברייט פארשפרייטע מענטשהייט ראטעריי פון געוויסע קאמפאניס, צו ניצן מענטשען פאר זייערע אינטערעסען, עיין ערך ריקעפטשע).

וועט איר זעכער מיינען, אז איך גרויסע חכם האב פאר זיי געארבייט? ניין!! איך האב אלס געדריקט די קנעפלעך! זאלן אלע שונאי ישראל פלאצען, עם חכם ונבון.

יעצט אז די טעכנעלאגיע איז שוין מער וויניגער אויסגעארבייט, האט אונזער גוטער פריינד, וואס זארגט זיך וועגן די אפריקאנער מאסקיטאס, און וואסערלאזע בתי כבוד, ה"ה כבוד הרמה מר ביל געיטס, באשלאסען אז קרעמער, מיט אלע וויליאמסבורגע וויבלעך מיטן וועטער, און אלע בחורים, קענען גיין קריכען אויף די לבנה, און די "פרי" סערוויס וואס האט אפגעדינט די ציל, גייט אויפן אייביגען וועג.

(און אגב, איך בין איבערצייגט, אז עס איז קאנספירעסי צווישען די קאמפאניס, און די וועלט פון פיסכאלאגיע, עס איז מן הסתם נישטא קיין זאך אויף דער וועלט, וואס האט שוין מער מענטשען אריינגעברענגט און א מצב פון א ערב צוזאמבראך, אדער ערגער ר"ל, ווי די מעניוס וואס מען דארף ניצן די מויל, אנשטאט די קנעפלעך, און נעבען וויפיל קינדער און מיטארבייטער, האבן שוין נעבעך געכאפט דעם נערוועזען און אויפגערעגטער "אפשר קען מען זיין שטיל דא?? איך טריי צו רופן א קאמפאני, און די מעניו ווערט פארדרייט" געשריי ווען איינער פראבירט צו רופן קאן עדיסאן).

כאדאך אזויפיל הנאה געהאט ליינענדיג די תגובה, (וויפיל איז די עדזשינג? קוק נישט ארויף און שוין.) העל איך באלטן די אלע שטיקלעך. סלעצטע האסטו שוין מדגיש געווען פאר מיר.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג יוני 24, 2012 6:03 pm

abimlaibt האט געשריבן:איך בין זייער צובראכן
דיד יא סעי צו ווארפן?
נאו! צ-ו-ב-ר-א-כ-ן!!
דיד יא סעי צוקראכן??
נאאו!! צ-ו-ב-ר-א-כ-ן!!!!!!!
דיד יא סעי נאוט גראך?
נאאוווו!!!
גאו בעק!בריוליופ.
ניוז. ברוליופ, ספארטס, גאו בעק! ברוליופ, ניוז, רעסטאראנטס, דראפ דעד.
הממממ איים סארי איים העווינג טראבל אנדערסטענדינג יו!!
כליפ
כליפ
מיין באליבטע יוגנט פריינט, נאך עלטער פון יופאק, מיסטער ענד מיסיס טעל (כליפ) מי (כליפ) געזעגענען זיך פון אונזער וועלט......

דאס איז געווען דער גוגעל אין זיינער צייט! נישט געווען קיין פארשטיפטע נייעסל וואס ער זאל צוטרעפן. קיינמאל נישט געקענט ארויסקריכן מיט זיי..
עס איז געקומען די צייט וואס זיי גייען אראפ אין א גוטע שעה פונעם פאון סיסטעם!
פאר א שווארץ קאפל. וואו גייט מען הערען די וועטער?
מיר גלייבן אבער אין ובא השמש. פונקט ווי אין וזרח השמש. בלייבט נאר איבער צו וואונטשען. זאל שוין טאקע מקוים ווערען אין אונזערע טעג.
אריין אין טעל-מי אשכול:
דיד יו סעי: טעל מי עקל?
גיי דיר פון דא

און דא האט מען געקאנט לאכן פון יעדע שורה באזונדערס, כ'בינאכאלץ נישט זיכער אז אבי האט עס אליינס געשריבן, אפשר דורך א שבת גוי...

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג יולי 03, 2012 12:12 pm

און גע'ענדיגט
טעלמי איז געקומען צו אן ענדע נעכטן יולי 2

זאל ער זיין א מליץ יושר
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דינסטאג יולי 03, 2012 12:21 pm

אוי, איך קאן עס נישט דורך טראגן
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יולי 03, 2012 12:22 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:און גע'ענדיגט
טעלמי איז געקומען צו אן ענדע נעכטן יולי 2

זאל ער זיין א מליץ יושר

און ניטאמאל קענעס קרעמער געהעריג באוויינען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

תגובהדורך צים פינטעל » דינסטאג יולי 03, 2012 12:35 pm

יעצט אנגעפאנטשט אין די אשכול דערמאן איך מיר אז מיין ב"ב האט מיר פארציילט אז אלי' שלמה קאהן האט אמאל געהאלטן א שטורעמישע דרשה אנקעגן טעלמי

בתוך הדברים האט ער גיאמערט "מען זאגט נאך טעל מי מאר"

ד.מ. נישט גענוג מען הערט וואס מען הערט נאר מען בעט נאך רח"ל

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג יולי 03, 2012 12:36 pm

מען איז מוסיף חטא על פשע...
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » דינסטאג יולי 03, 2012 12:36 pm

זיי געבן דארט א אנדערע נומבער צו קאלן וועלכע זעהט אויס צו זיין די זעלבע זאך, נאר נישט קיין 800 נומבער, וואס איז פשט אז יענס איז געבליבן, זיי פלאנען עס אויך צו פארמאכן בקרוב???

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג יולי 09, 2012 9:12 am

זייער געהעריגע נומבער איז צוריק אין קראפט! יישר כח פאר די עסקנים וואס האבן גע'שתדל'ט ביי די הויכע טירן
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דינסטאג יולי 10, 2012 3:16 pm

צייטליך האט געשריבן:
מאנ-יימער האט געשריבן:און גע'ענדיגט
טעלמי איז געקומען צו אן ענדע נעכטן יולי 2

זאל ער זיין א מליץ יושר

און ניטאמאל קענעס קרעמער געהעריג באוויינען.

דאס איז דאך א גרעסער מאלער ווי דאס פארמאכונג פון ט"מ (וואס כאנישט קיין אהנונג מה זה ועל מה זה).

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך אפריל 17, 2013 11:02 am

טעל-מי גייט ווייטער אן מיט א אנדערע נומער
1888-247-2425

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 4:21 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:טעל-מי גייט ווייטער אן מיט א אנדערע נומער
1888-247-2425

די נייע נומער איז שוין אויך נישט אין קראפט.

שוין דא א דריטע נומער
1408-752-8052

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 7:01 pm

וועלעכע פיוטשער דארט איז ניצבאר?
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11717
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 13, 2013 7:50 pm

איך הער די נייעס דארט איינס-צוויי מאל א טאג
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט