טעל-מי א פארגאנגענהייט

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

איז דער נפטר געוועהן א גוי אדער אידיש?
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
טוויט_ראביי
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 04, 2010 11:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוויט_ראביי »

ווי גייט מען יעצט הערן "הערי סקאופ"? איך געדענק ווען מיין חבר פלעגט שטיין מיטן טעלעפאן אין צוגעדריקט מיט זיין הענט באדעקט א חלק פונעם טעלאפאן טרייבל ביים ליפן (ענליך ווי די בעל תוקע מיטן שופר) און אריינגעמורמעלט "הירס-סקאופ" און מיסיס טעל מי פרעגט צוריק דיד יו סעי לאנטש סקאופ"?...
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טייבעלע האט געשריבן:איז דער נפטר געוועהן א גוי אדער אידיש?

קיינער איז נישט נפטר געווארן. א סערוויס איז אפגעשטעלט געווארן.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

קרעמער האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:איז דער נפטר געוועהן א גוי אדער אידיש?

קיינער איז נישט נפטר געווארן. א סערוויס איז אפגעשטעלט געווארן.

איז דאס געוועהן א אידישע סערוויס אדער פון די אוה"ע?
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גובערנאטור »

אשרי לנו שטייבעלע שרוי בתוכינו!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טייבעלע האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:
טייבעלע האט געשריבן:איז דער נפטר געוועהן א גוי אדער אידיש?

קיינער איז נישט נפטר געווארן. א סערוויס איז אפגעשטעלט געווארן.

איז דאס געוועהן א אידישע סערוויס אדער פון די אוה"ע?

די אומות העולם האבן דאס צוגעשטעלט פריי פון אפצאל פאר גאנץ אמעריקע, אידעלעך האבן אויך הנאה געהאט דערפון [וגם אני הקטן בתוכם, ביים זיך צוגרייטן צו מאכן אשר יצר - קרעדיט טריאו]
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

א גויאישע סערוויס, -

איך געדענק ווען בוש איז אריין אין איראק האביך דארט מיט געהאלטן די נייעס... נאכאנישט געווען מבאסער..
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

אז עס איז געוועהן מהאוה"ע פארוואס האבען די זיסע אינגעלעך און בחורי חמד געדארפט דארט רופען?
עפעס איז ראנג מיט מיר אז איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר?
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
גובערנאטור
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 9:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גובערנאטור »

מ'טאר נישט פרעגן א קשיא וואס מ'קען נישט ענטפערן, ס'איז אונאת דברים
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

גובערנאטור האט געשריבן:אשרי לנו שטייבעלע שרוי בתוכינו!

עס גהערט נישט אין די אשכול בכ"ז לא אשוב פניך ריקם ישר כח פארען
מאכען מיר גוט שפירען זאל דיר דער בו"ע באצאלען בכפל כפלים.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
גבריאל
שר האלף
תגובות: 1351
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 07, 2011 1:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבריאל »

די סיבה איז פשוט, ווייל עס איז זייער קליינע נייעס-ליין, די נייעס ווערט געמאלדן אין א האלבע מינוט,

ממילא האטעס אויסגעזעהן אביסל אומשילדיג,
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

גובערנאטור האט געשריבן:מ'טאר נישט פרעגן א קשיא וואס מ'קען נישט ענטפערן, ס'איז אונאת דברים

איך צי צוריק איך ווייס נישט איך בין אונגאנצען צומישט שוין, לאמיר
בלייבען אזוי ענדערש זאל איך בלייבען צומישט ווי איידער א
צווייטער זאל זיך פארנעמען מיר צו פארשטיין געבען.

-----------------

איך זעה אונזער טייערער גבריאל האט שוין גענטפערט א גרויסע דאנק דיר גבריאל.
לעצט פארראכטן דורך טייבעלע אום מיטוואך מאי 09, 2012 12:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

טייבעלע האט געשריבן:אז עס איז געוועהן מהאוה"ע פארוואס האבען די זיסע אינגעלעך און בחורי חמד געדארפט דארט רופען?
עפעס איז ראנג מיט מיר אז איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר?

וואס הייסט פארוואס? קענסט פרעגן וויאזוי מען איז געוואויר געווארן די נומער, עס איז נישט געווען אדווערטייזט (ווי ווייט איך ווייס), אבער פארוואס מען זאל וועלן הערן נייעס? פאר די זעלבע סיבה וואס מען ליינט די צייטונגען.

יענעם קאשמארישן סעפטעמבער 11 בין איך געווען איזאלירט אין אפסטעיט מיט נאך א הייפעלע אידן, מיר האבן נישט געהאט קיין צוטריט צו קיין נייעס, איז מען געשטאנען ביים פובליק טעלעפאן און געהערט כסדר וואס זיי האבן צוצולייגן.

יעצט דערצייל איך אין שטוב אז טעל-מי גייט אונטער, רעדט מען זיך אפ אז די בעסטע "וועטער" באריכטן פלעגט מען דארט קענען הערן. האסט געדרוקט WEA פאר וועטער, דאן דיין זיפ-קאוד, און יאללא, ער זאגט דיר די וועטער פון היינט מארגן און איבער-מארגן.
אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10650
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טייבעלע »

איך הער, מען האט געוויסט די וועטער פארשטיי איך שוין,

איי יענעם סעפטעמבער האסטו מיר דערמאנט, ממש באותו שעה ובאותו זמן בין איך
געוועהן אויפן וועג פון ירושלים עיה"ק קיין בני ברק זיך אריין ציען דארט אין מיין נייע
דירה, איך בין געוועהן דער יעניגער וואס האט געבראכען די נייעס אין די טענדער וואס
מיר זענען געפארען, ווייל מיין סעל פלעגט ארויס געבען די הויפט נייעס האב איך געוויסט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

טוויט_ראביי האט געשריבן:ווי גייט מען יעצט הערן "הערי סקאופ"? איך געדענק ווען מיין חבר פלעגט שטיין מיטן טעלעפאן אין צוגעדריקט מיט זיין הענט באדעקט א חלק פונעם טעלאפאן טרייבל ביים ליפן (ענליך ווי די בעל תוקע מיטן שופר) און אריינגעמורמעלט "הירס-סקאופ" און מיסיס טעל מי פרעגט צוריק דיד יו סעי לאנטש סקאופ"?...

אגב אז מ'רעד שוין, הערי סקאופ איז לכאורה אסור פאר א איד.

פסחים קיג:

אמר רב משום רבי יוסי איש הוצל מניין שאין שואלין בכלדיים שנאמר (דברים יח) תמים תהיה עם ה' אלהיך.

רמב"ם הלכות עבודה זרה פרק יא ה' ח-ט:

איזה הוא מעונן--אלו נותני העיתים, שאומרין באצטגנינות יום פלוני רע, יום פלוני טוב, יום פלוני ראוי לעשות בו מלאכה פלונית, שנה פלונית או חודש פלוני רע לדבר פלוני.

אסור לעונן, אף על פי שלא עשה מעשה אלא הודיע אותן הכזבים שהסכלים מדמין שהן דברי אמת ודברי חכמה. וכל העושה מעשה מפני האצטגנינות, וכיוון מלאכתו או הליכתו באותו העת שקבעו הוברי שמיים--הרי זה לוקה, שנאמר "ולא תעוננו" (ויקרא יט,כו). וכן האוחז את העיניים, ומדמה בפני הרואים שעשה מעשה תימהון והוא לא עשה--הרי זה בכלל מעונן, ולוקה.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איך האב אויך נישט געוויסט וואס 'טעל מי' איז
כ'האב געהאפט אז עס זאל זיין נאך איינער ווער עס ווייסט נישט און יענער זאל פרעגען.
איך בין נישט געווען דיסעפאינטעט....

דער יונה איז געקומען צו די rescue
the SCY is the limit
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ok , טעלל מי איז בעצם נישט די טעלעפאון ליניע וואס פארציילט נייעס, לאטערי, הארעסקאפס, און צו שפילן בלעק דזעק, אויך נישט די פרי אינפארמעישאן סערוויס, באוואוסט אלס 411.

טעל מי איז א קאמפאני וואס באווייזט די טעקנאלעדזשי צו קענען רעדן צום קומפיוטער מיט די מענטשליכע מויל, וואס איז שוין היינט א ברייט באקאנטע טעכנעלאגיע.

היינט זענען דא אסאך קאמפאניס, וואס ווען מען רופט, קען מען אויסוועלן די מעניו דורך רעדן, און כדי אויסצוארבייטן די טעכנעלאגיע ,האבן זיי געגעבן די פרייע סערוויסעס, און וויבאלד אזויפיל מענטשען האבן גערופען און געניצט די קול, און באקומען דעם "העםםם איי דידענט געט דעט", און איבער געזאגט נאכאמאל אין נאכאמאל, האט זיך די קוימפיוטער אוסגעלערענעט ווי אזוי צו אויסהערען ווי א מענטש, כ'מיין קומפיוטער

(דאס איז א ברייט פארשפרייטע מענטשהייט ראטעריי פון געוויסע קאמפאניס, צו ניצן מענטשען פאר זייערע אינטערעסען, עיין ערך ריקעפטשע).

וועט איר זעכער מיינען, אז איך גרויסע חכם האב פאר זיי געארבייט? ניין!! איך האב אלס געדריקט די קנעפלעך! זאלן אלע שונאי ישראל פלאצען, עם חכם ונבון.

יעצט אז די טעכנעלאגיע איז שוין מער וויניגער אויסגעארבייט, האט אונזער גוטער פריינד, וואס זארגט זיך וועגן די אפריקאנער מאסקיטאס, און וואסערלאזע בתי כבוד, ה"ה כבוד הרמה מר ביל געיטס, באשלאסען אז קרעמער, מיט אלע וויליאמסבורגע וויבלעך מיטן וועטער, און אלע בחורים, קענען גיין קריכען אויף די לבנה, און די "פרי" סערוויס וואס האט אפגעדינט די ציל, גייט אויפן אייביגען וועג.

(און אגב, איך בין איבערצייגט, אז עס איז קאנספירעסי צווישען די קאמפאניס, און די וועלט פון פיסכאלאגיע, עס איז מן הסתם נישטא קיין זאך אויף דער וועלט, וואס האט שוין מער מענטשען אריינגעברענגט און א מצב פון א ערב צוזאמבראך, אדער ערגער ר"ל, ווי די מעניוס וואס מען דארף ניצן די מויל, אנשטאט די קנעפלעך, און נעבען וויפיל קינדער און מיטארבייטער, האבן שוין נעבעך געכאפט דעם נערוועזען און אויפגערעגטער "אפשר קען מען זיין שטיל דא?? איך טריי צו רופן א קאמפאני, און די מעניו ווערט פארדרייט" געשריי ווען איינער פראבירט צו רופן קאן עדיסאן).
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מכטי1 »

כ'געדענק א ישיבה וואס האט שוין גוטע 12 יאר צוריק געבלאקט טעל מי..
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

scy4851 האט געשריבן:איך האב אויך נישט געוויסט וואס 'טעל מי' איז
כ'האב געהאפט אז עס זאל זיין נאך איינער ווער עס ווייסט נישט און יענער זאל פרעגען.
איך בין נישט געווען דיסעפאינטעט....

דער יונה איז געקומען צו די rescue

סאו קרעמער באטשי קאלם דאון, מען דארף נישט וואוינען אין ספעיס (שאטעל) נישט צו האבען געהערט פון טעל-מי.
לעצט פארראכטן דורך יוסף שרייבער אום מיטוואך מאי 09, 2012 6:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

לכתחילה, כ'פארשטיי דיין ווייטאג, אבער ביל געיטס ארבעט מער נישט ביי מייקראסאפט.

עז יוזשעול, יו דידנט דיסעפוינט.

(לכתחילה עט קנ"א טעל-מי דעסק...)
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

איך האב סאך גענוצט טעל מי בימי בחרותי, איך געדענק תשס"א ווען עס איז געווען אין די ערשטע יארן האט די מנהל פון די ישיבה ווי כ'האב דעמאלט געלערנט געהאקט קעגן טעל-מי, איך האב נישט געקענט פארשטיין די פראבלעם,
די בעסטע סערוויס פון זיי דעמאלט בימים ההם (אין די גוטע צייטן) איז געווען די וועיק אפ קאלס, זיי פלעגן מיר אסאך אויפוועקן פארטאגס לעבודת הבורא אין יענע צייטן, ומדי דברי בו זכור אזכרנו, ווער געדענקט נאך סאונד-ביי?
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

און מאנסי איז דא א לאקאלע וועטער נומבער, געספאנסערט ביי יור האם טאון בענק, 226-8888
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

איך בין זייער צובראכן
דיד יא סעי צו ווארפן?
נאו! צ-ו-ב-ר-א-כ-ן!!
דיד יא סעי צוקראכן??
נאאו!! צ-ו-ב-ר-א-כ-ן!!!!!!!
דיד יא סעי נאוט גראך?
נאאוווו!!!
גאו בעק!בריוליופ.
ניוז. ברוליופ, ספארטס, גאו בעק! ברוליופ, ניוז, רעסטאראנטס, דראפ דעד.
הממממ איים סארי איים העווינג טראבל אנדערסטענדינג יו!!
כליפ
כליפ
מיין באליבטע יוגנט פריינט, נאך עלטער פון יופאק, מיסטער ענד מיסיס טעל (כליפ) מי (כליפ) געזעגענען זיך פון אונזער וועלט......

דאס איז געווען דער גוגעל אין זיינער צייט! נישט געווען קיין פארשטיפטע נייעסל וואס ער זאל צוטרעפן. קיינמאל נישט געקענט ארויסקריכן מיט זיי..
עס איז געקומען די צייט וואס זיי גייען אראפ אין א גוטע שעה פונעם פאון סיסטעם!
פאר א שווארץ קאפל. וואו גייט מען הערען די וועטער?
מיר גלייבן אבער אין ובא השמש. פונקט ווי אין וזרח השמש. בלייבט נאר איבער צו וואונטשען. זאל שוין טאקע מקוים ווערען אין אונזערע טעג.
אריין אין טעל-מי אשכול:
דיד יו סעי: טעל מי עקל?
גיי דיר פון דא
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3855
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abimlaibt »

שמן זית האט געשריבן: ווער געדענקט נאך סאונד-ביי?

אדער העעעעעי יונידע, העי יונידע
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

כשזה קם זה נופל. טעל מי גייט און אביע'לע איז צוריק..
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”