דיסקוסיע: שרייבן תגובות אויף ענגליש (אפגעטיילט)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס איז אייער מיינונג איבער שרייבן תגובות אין ענגליש?

דא שרייבט מען אידיש. ענגליש קען מען ליינען אויפ'ן אלגעמיינעם געוועב.
21
29%
ליבערשט אידיש. אויב ס'איז ענגליש, וועל איך מסתם איבערהיפן די תגובה.
20
28%
ליבערשט אידיש. אבער בעסער ענגליש ווי גארנישט. איך וועל עס אויך ליינען.
27
38%
הו קעירס, פירקל טו יור הארטס קאנטענט.
4
6%
 
סך הכול שטימען: 72

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

דיסקוסיע: שרייבן תגובות אויף ענגליש (אפגעטיילט)

תגובהדורך קראק-פאט » דינסטאג פאברואר 28, 2012 7:29 am

אחראי: אפגעטיילט פון דא viewtopic.php?p=541881#p541881

Yes_or_no האט געשריבן:Sorry I just type faster and easier in English.



Most of us do. Yet we still make an effort to type in Yiddish, which becomes easier over time.

Besides, lots of users regularly skip posts written in English.

אפדעיט 1:
געמאכט פאר אן אנקעטע.
לעצט פאראכטן דורך קראק-פאט אום מיטוואך פאברואר 29, 2012 10:29 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג פאברואר 28, 2012 8:22 am

נישט אין די יעזורו פארום,

יעס שכוח פאר דיינע עצות, אויב מעגליך רעד אביסל מער ספעסיפיק, דו רעדטס ווען מ'איז שולדיג? אדער אומשולדיג?
אדער בכלליות.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » דינסטאג פאברואר 28, 2012 8:29 pm

קראק-פאט האט געשריבן:Most of us do. Yet we still make an effort to type in Yiddish, which becomes easier over time.

Besides, lots of users regularly skip posts written in English.



Who told u what most of us do? And how long are u here that u know that every second guy is skipping it? Just asking! If u don't know keep ur mouth and keyboard closed period

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דינסטאג פאברואר 28, 2012 9:48 pm

Yes or no,

א דאנק פאר דיינע באמערקונגען.

דער אמת איז דער עולם דא קומט אהער צו ליינען אידיש, און ענגליש איז דא פיל וואס צו ליינען, נאר וואס דען? אויב איז דער שרייבער איינער וואס האט עפעס מער צו פארקויפן ווי א קארני זשאוק דאן וועט מען עס מעגליך יא ליינען. דאס זעלבע דא ווי עס איז א הילף פארן עולם איז זיכער אז זאלסט זיך נישט אפשטעלן פון צו שרייבן ווייל עס איז דיר מעגליך נאר אין ענגליש.

איך האב גראדע געקלערט איבערצוזעצן דיינע ווערטער אויף אידיש ארויסצוהעלפן די פאריאגטע אידן דא, און ווען איך וועל נעקסט זיין ביים לעפטאפ וועל איך אזוי טאן בלי״נ.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דינסטאג פאברואר 28, 2012 10:17 pm

Yes_or_no האט געשריבן:
קראק-פאט האט געשריבן:Most of us do. Yet we still make an effort to type in Yiddish, which becomes easier over time.

Besides, lots of users regularly skip posts written in English.



Who told u what most of us do? And how long are u here that u know that every second guy is skipping it? Just asking! If u don't know keep ur mouth and keyboard closed period


בארואיגט אייך.
און יא, איך באשטעטיג אז מענטשען סקיפען ענגלישע ארטיקלן. שטרענג דיך אן און שרייב ביטע אידיש.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דינסטאג פאברואר 28, 2012 10:26 pm

ארטיקלען וואס מ'קאפיעט נאך, סקיפט מען טאקע,
משא"כ ווען איינער העלפט ארויס (און ער קען נישט שרייבן אידיש) זאל ער זיך זיכער נישט צוריקהאלטן פון שרייבן.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » דינסטאג פאברואר 28, 2012 10:50 pm

געלעגער

I'm calm. But when will people get it? Don't talk in others names.!

How do u know what other readers are doing? U can say I think! Or maybe! But as a fact.?

Again if u don't understand it I'm sorry but that's how it is.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג פאברואר 28, 2012 10:54 pm

ס'איז ממש אשאד צו פארדרייען אן אשכול, אבער די אמת איז אזוי, פון וואנט ווייס איך עס, ווייל די ליינער'ס האבן דאס שוין געשריבן כמה וכמה פעמים, אין פארשידענע אנדערע אשכולות, וגם אני בחלומי, האב איך איבערגעהיפערט אויף אייער תגובה, און ווען נישט וואס איינער שרייבט אז די צווייטע שורה דארף נישט שטיין אין ענגליש וואלט איך עס נאך יעצט נישט געליינט. אבער ווי לייבי זאגט, דא ווי עס קומט צו העלפן איינעם דעם צווייטען, אויב קענסטו נישט שרייבן אידיש איז ענדערש זאלסטו שרייבן אין ענגליש ווי איידער גארנישט שרייבן.

Yes_or_no
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2009 8:57 am

תגובהדורך Yes_or_no » דינסטאג פאברואר 28, 2012 11:34 pm

Mnahelim maybe u can make a extra discussion about English or Yiddish. So this one can get back on his tracks.

Thanks

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » מיטוואך פאברואר 29, 2012 10:29 am

יא\ניין

איים ריעלי סארי אויב פילסטו דיך געטשעפעט, כ'האב דאס ח"ו נישט געמיינט (מיט א קעפיטאל ח און אן ענדע ו). אדרבה, דיינע תגובות זענען מלא תוכן, אז ס'איז ממש אשאד אז ס'איז נישט געשריבן אין אידיש.

פארשטייט זיך, ענדגילטיג זוכט דער עולם ערשט-האנטיגע הילפבארע אינפארמאציע, און אודאי איז ענגליש בעסער ווי גארנישט. אבער ס'זעט אויס ווי דער עולם וויל ליבערשט אידיש.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מיטוואך פאברואר 29, 2012 11:14 am

לדעתי גייט דעס אריין אין כלל פון פיפטן שו"ע אשכול, נאו אפענס טו נאובאדי, אבער יעדער פארום האט זיך זיינע קאנווענשאנ'ס אפילו ס'איז נישט אין די תקנות, דא שרייבן רוב מעמבער'ס אידיש און א געוויסע צאל קענען בכלל נישט ליינען ענגליש, סא ווען איינער שרייבט דא ענגליש באופן קבוע איז דאס לדעתי קעגן די קאנווענשאנ'ס.

דאס איז זיכער אז אויב איינער שרייבט יא אין ענגליש מיינט דאס אז מ'שרייבט נישט פאר יעדן איינעם דא, וויבאלד נישט יעדער איז ביכולת אפילו צו ליינען ענגליש און נישט יעדער איינער האלט זיך ביים אנשטרענגען, ממילא קען מען נישט האבן קיין טענות שפעטער אין שמועס למשל, 'פארוואס ליינסטו נישט מיין פריערדיגער תגובה ?' אדער 'ליין איבער וואס כאב געשריבן וכדו'' ווייל וויבאלד כאב עס נישט געדארפט צו ליינען איז עס פאר מיר כאילו לא אמרן, און דאס איז דער גורם דערנאך אז די שמועס זאל אנפאנגען שפעטער אויסצוקוקן ווי א דור הפלגה, ווען איינער טענה'ט זיך אויף זאכן וואס דער צווייטער האט שוין לאנג פארענטפערט, און דער עולם ווערט צוביסלעך נמאס און מצוגייט זיך.

ממילא לטובת ישוב הוועלטל, וואלט איך שטארק רעקאמענדעט זיך יא אנצושטרענגען און שרייבן אויף אידיש.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך פאברואר 29, 2012 11:25 am

דאט קאם זייער גוט ארויסגעברענגט

וגם אני בחלומי איך ליין נישט קיין ענגליש אדער היברו ארטיקלען וואס ווערן אריינגעשמירט דא
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

תגובהדורך דוד פיישוט » מיטוואך פאברואר 29, 2012 11:32 am

כאב דאס געואלט צולייגן אז לאנגע ארטיקל אין עיבריט ליינט מען אויך נישט

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17540
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך פאברואר 29, 2012 11:37 am

שנאפס האט געשריבן:דאט קאם זייער גוט ארויסגעברענגט

וגם אני בחלומי איך ליין נישט קיין ענגליש אדער היברו ארטיקלען וואס ווערן אריינגעשמירט דא

גם אני משתתף, אינטערסאנט איך האב איך איבערגעהיפט אלע תגובות וואס זענען דא געשריבן געווארן אין ענגליש, עכ"פ די וואס האבן געשריבן אידיש האבן גוט ארויסגעברענגט, אבער איך ווייס נישט וואס די אנדערע האבן געשריבן
אגב די ענגליש ווערט אסאך מאל פארדרייט אפאר ווערטער דא, איך ווייס נישט צו עס איז מיין פראבלעם אדער די סייט איז אפילו נישט אויסגעשטעלט פאר דעם

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » מיטוואך פאברואר 29, 2012 11:37 am

ס'איז פאראן א חילוק, עכ"פ לפי דעתי.

ס'דא וואס שרייבן איין שורה, למשל:
! Breaking News: Romney wins Michigan
דאס איז זייער נארמאל צו נוצן, כ'מיין איך דארף דאך זיין די ערשטער צו ברעכן די נייעס...

די זעלבע איז ווען מען קאפי'ט איינעמ'ס טוויט, ווי למשל:
thehill: McConnell accuses @BarackObama of imposing his own ‘idea of fairness' on the American people bit.ly/zVpPIx@
איז לפי דעתי אויך אויס געהאלטן.

די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען טייפט אייגענע תגובות און נאכדערצו לאנגע, דאן וועט מען עס געווענדליך איבערהיפן און נישט דורכליינען.

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

תגובהדורך DotCom » מיטוואך פאברואר 29, 2012 11:48 am

דזשעב 012 האט געשריבן:ס'איז פאראן א חילוק, עכ"פ לפי דעתי.

ס'דא וואס שרייבן איין שורה, למשל:
! Breaking News: Romney wins Michigan
דאס איז זייער נארמאל צו נוצן, כ'מיין איך דארף דאך זיין די ערשטער צו ברעכן די נייעס...

די זעלבע איז ווען מען קאפי'ט איינעמ'ס טוויט, ווי למשל:
thehill: McConnell accuses @BarackObama of imposing his own ‘idea of fairness' on the American people bit.ly/zVpPIx@
איז לפי דעתי אויך אויס געהאלטן.

די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען טייפט אייגענע תגובות און נאכדערצו לאנגע, דאן וועט מען עס געווענדליך איבערהיפן און נישט דורכליינען.



און וועגן דעם קענן מען עס נאר אריינלייגן אין פינפטן חלק און נישט אין די ערשטע פיר!
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).

אוועטאר
דזשעב 012
שר האלף
תגובות: 1354
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 27, 2010 6:52 am
לאקאציע: על אדמת אמעריקע

תגובהדורך דזשעב 012 » מיטוואך פאברואר 29, 2012 12:00 pm

איך מיין אז די חילוק וועט זיין צווישן אראפברענגען א נייעס צו מען שרייבט אייגענע געדאנקן אדער אן ארטיקל אויף ענגליש.

כ'מיין אז ווען מען שרייבט א נייעס, וואס איז עפי"ר איין שורה, וועט מען דאס פארשטיין אפי' מען קען גאר א קנאפן ענגליש.

אבער ווען מען שרייבט אן אייגענע געדאנק, אדער מען טענה'ט צוריק אויף ענגליש, וועט עס ענדערש מאכן אז מען זאל נישט ליינען.

אבער שרייבן אן ארטיקל אויף ענגליש אדער א לאנגע אנאליז, מיינעך אז יעדער פארשטייט אז עס איז נישט דא די פלאץ פאר דעם, איך קוק נישט אן אן ענגלישע תגובה אויב איז עס מער פון דריי-פיר שורות.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19991
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך פאברואר 29, 2012 1:29 pm

דזשעב 012 האט געשריבן:ס'איז פאראן א חילוק, עכ"פ לפי דעתי.

ס'דא וואס שרייבן איין שורה, למשל:
! Breaking News: Romney wins Michigan
דאס איז זייער נארמאל צו נוצן, כ'מיין איך דארף דאך זיין די ערשטער צו ברעכן די נייעס...

די זעלבע איז ווען מען קאפי'ט איינעמ'ס טוויט, ווי למשל:
thehill: McConnell accuses @BarackObama of imposing his own ‘idea of fairness' on the American people bit.ly/zVpPIx@
איז לפי דעתי אויך אויס געהאלטן.

די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען טייפט אייגענע תגובות און נאכדערצו לאנגע, דאן וועט מען עס געווענדליך איבערהיפן און נישט דורכליינען.

"i second that"
(אידיש = איך עגרי מיר דעם!!, אידיש,אידיש, איך בין מסכים מיט דיינע ווערטער!! אידיש,אידיש,אידיש = איך האלט אויך אזוי!!)

איך וואלט נאר צוגעלייגט איין קלייניקייט, אז אמאל דארף מען ברענגען א שטיקל, אויף ענגליש, צו ווייל עס איז גיט געשריבן, אדער ס'שווער איבערצושרייבן א לענגערע זאך, זאל מען אבער אין קורצען שרייבן וואס ס'רעדט, אזוי אז איינער וואס איז נישט "פלוענט" (פליסעדיג) אין ענגליש, זאל זעהן צו עס ליונט די טרחה פון ליינען.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

פארוואס נישט...
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 02, 2012 3:56 pm

תגובהדורך פארוואס נישט... » מיטוואך פאברואר 29, 2012 1:33 pm

["אךשמח"]דער אמת איז דער עולם דא קומט אהער צו ליינען אידיש, און ענגליש איז דא פיל וואס צו ליינען..

אמת, עכ"פ ביי א גרויס חלק ליינערס מן הסתם.
אבער ס'איז אויך דער 'תוכן' וואס ווערט דא געשריבן וואס כ'גלייב נישט אז מ'קען טרעפן ערגעץ אין ענגליש....

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג מארטש 01, 2012 12:42 am

אין א אשכול וואס הייבט זיך אן און ענגליש גיי איך מער נישט אריין
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » דאנארשטאג מארטש 01, 2012 12:47 am

גוט צו וויסן..
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

תגובהדורך קראק-פאט » זונטאג אפריל 22, 2012 6:55 pm

לדעתי, איז א תגובה געשריבן אין אידיש, מיט ענגלישע בוכשטאבן, ממש אומליינבאר.

(כזה: dus iz mamesh imlienbar)

אוועטאר
לכל זמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 12:51 am

תגובהדורך לכל זמן » זונטאג אפריל 22, 2012 7:06 pm

Mr. Crock Pot, gerecht...
עת לקרות | ועת לתגוב

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » זונטאג אפריל 22, 2012 7:19 pm

דאט קאם: גוט ארויסגעברענגט!

ניצן דעם 5-6 שו"ע.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » זונטאג אפריל 22, 2012 7:31 pm

לכל זמן האט געשריבן:Mr. Crock Pot, gerecht...
קראק-פאט האט געשריבן:לדעתי, איז א תגובה געשריבן אין אידיש, מיט ענגלישע בוכשטאבן, ממש אומליינבאר.

(כזה: dus iz mamesh imlienbar)

װענד זיך פאר װעם... הרגל נעשה טבע שני.. :lol:


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט