רואים את הקולות! רוח הקודש הופיע ביי הגה"ק מסטאמאר

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

רואים את הקולות! רוח הקודש הופיע ביי הגה"ק מסטאמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

מיר האלטן נאנט צו פרשת יתרו, די פרשה פון מתן תורה, ולא אוכל להתאפק, איך קען מיר נישט איינהאלטן מיטצוטיילן מיט די ליינער א חידוש נפלא, ממש רוח הקודש.

רואים את הקולות

עס וועט זיכער אינטערעסאנט זיין פאר די ליינער צו באקומען א טיפערן באדייט איבער די איבערלעבעניש וואס כלל ישראל האט בייגעוואינט בשעת מתן תורה, ווי עס שטייט "וכל העם רואים את הקולות". ווי די מפרשים ערקלערן איז די פשט פון די דאזיגע ווערטער פשוטו כמשמעו, רואים את הנשמע די ראי' פון כלל ישראל איז געשטיגן צו גאר א הויכע שטאפל אין רוחניות, און זיי האבן געקענט זעהן "אותיות" פון די ווערטער וואס זיי האבן געהערט בשעת מתן תורה.

דער כלי יקר אויפן פלאץ שרייבט: אלע דיבורים וואס זענען ארויסגעקומען מפי הקדוש ברוך הוא, איז נתגשם געווארן אויף אזוי ווייט דאס עס האט באקומען א "ממשות" און מען האט געקענט זעהן "האותיות פורחין באויר" ווי די הייליגע אותיות פליען אין די לופטן.

אינטערעסאנטע ווערטער געפונען מיר אין ספר ארץ חמדה (להמלבי"ם) פרשת לך, ער שרייבט: יעדע דיבור וואס גייט ארויס פון די מויל פון א מענטש גייט און לעכערט אדורך די לופט, ביז עס קומט אן צו די אויער פונעם מענטש וואס הערט די דיבורים "כן נראה על האויר צורת האותיות מחוקקים איש על דגלו, למשל כשאמר אות ב' נעשה חלל באויר דמות ב'". זעהט מען דא קלארע ווערטער דאס יעדע אות וואס מען זאגט ארויס פונעם מויל, ווערן די צורת האותיות אויסגעקריצט אין די לופט.

הגה"ק בעל ויואל משה מסטאמאר זצוק"ל אין זיין ספר דברי יואל פרשת ואתחנן טוט ער געבן א מציאותדיג'ע ערקלערונג דאס א "קול" האט א ממשות, ער ברענגט א ראי' דערצו פון די טעיפרעקארדער'ס, און אזוי שרייבט ער: דבאמת קול יש בו ממשות ונתברר בחוש בדורינו על ידי שהמציאו כלים ומכונות שנקלט הקול על ידם ונשמר לזמן הרבה, ועל כרחך יש בו ממשות אלא שלרוב דקותו וחלשתו אין בכח הראות להרגיש ממשתו.

*


ר' יעקב גוגנהיים א עלעקטיראנישע אינדזשעניר האט געלערנט די פרשה פון מתן תורה. ווען ער האט באגעגענט די פסוק פון "וכל העם רואים את הקולות" איז אים אינטערעסאנט געווען צו וויסן די באדייט דערפון, ער האט זיך אומגעקוקט וואס די מפרשי התורה זאגן דערויף, ער האט געזעהן די פירוש פון רש"י, ווי אויך די ווערטער פונעם כלי יקר, אזוי לערנענדיג די מפרשים האט ער זיך דערמאנט איבער א עלעקטאראנישע געצייג, וואס ער האט עס געזעהן ביי אן אויסשטעל אין פאריז א "סאנאגרעפה" sonograpg די דאזיגע כלי טוט אויפכאפן די קול, און עס טוט ארויסברענגען דעם קול מכח אל הפועל דורך גראפישע בילדער, צב"ש ווען א פייגל טישפטשט דאן וועט די בילד ארויסקומען ווי א פייגל.

ר' יעקב האט אפגעמאכט באזוך אויסצופרובירן די דאזיגע כלי, און זעהן אויב עס קען אויפכאפן די צוויי און צוואנציג אל"ף בי"ת, ער דערציילט דאס ער האט און אנפאנג נישט געגלייבט אז עס וועט עפעס ווערן דערפון, ווייל די סאנאגרעפה טוט אראפשרייבן די קול דורך שטריכן, און דאס אות "סמ"ך" איז דא א רונדיג אות, דאן ווי אזוי וועט עס די מאשין קענען אויסליינען. ער האט געטראכט באזוך קודם צו פרובירן די אנדערע אותיות. אבער נאכן פרובירן איז עס איז נישט געגאנגן, אבער זייענדיג א עלקעטאראנישע אינדזשעניר האט ער זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו צו מאכן די מאשין מער פארגעשריטן, און עס זאל קענען אויפכאפן אותיות און עס אויסליינען אויף די ספעציעלע סקרין.

נאך פיר יאר איז אים עס געלונגען, און צו זיין גרויס שטונינג האט ער נישט געקענט גלייבן וואס ער זעהט, ווען ער האט ארויסגעזאגט די אות "א" האט זיך אויסגעמאלן שטריכן ווי דער אות "א", דאס איז נאכנישט אזוי אינטערעסאנט, נאך אלע פראבעס איז אים אויסגעקומען אויסצוליינען זיבעצן פון די צוויי און צוואנציג אלפא ביתא, די אותיות, א, ע, ח, וואס קומט ארויס פונעם גרון. די אותיות ב, מ, פ, וואס קומט ארויס פון די ליפן. די אותיות ג, י, כ, ק, וואס קומט ארויס פונעם חיך. די אותיות ט, נ, וואס קומט ארויס פונעם צונג, די אותיות ז, ס, צ, ר, ש, וואס קומט ארויס פון די ציין. אינטערעסאנט איז אים געווען דאס די אותיות האבן זיך אויסגעליינט אין כתב אשורית, גענוי די צורה ווי מיר שרייבן די ספרי תורה תפילין ומזוזות. אבער נישט אלע אותיות זענען ארויפגעקומען מיטן זעלבען הברה [עקצענט], טייל אותיות זענען נאר ארויפגעקומען ווען מען האט עס געזאגט מיט די ספרדיש'ע הברה, טייל די תימנ'ע, און טייל די אשכנעזיש'ע.

זעהנדיג דאס ער האט געמאכט פארשריט מיטן פארווירקלעכן זיין חלום צו קענען אויספראבירן די מושג פון 'רואים את הנשמע' האט ער עס אויך פרובירט מיט די ענגלישע אלפא ביט'ס, און צו זיין גרויס שטוניג האט די מאשין נישט אויסגעמאלן קיין צורה פון קיין אות, צב"ש ווען ער האט געזאגט A איז אויפן סקרין ארויסגעקומען עפעס אומליינבארע שטריכן וואס האט נישט געצייגט אויף קיין אות, נאר אויף סתם א קול, אזוי אויך איז געווען ביי די אנדערע ווי B C און אזוי ווייטער.

נישט וועלענדיג אז מען זאל נאכמאכן זיין ערפינדונג האט ער ארויסגענומען דערפאר א פעטענט נומער, און ער איז מפרסם די נומער אז מען זאל קענען נאכזוכן איבער זיין אנדעקונג #125296 אינטערן נומען acoustical imaging. די ליינער קענען עס נאכגיין.

אפענע אויגן פון מרן הגה"ק מסטאמאר זצוק"ל

אין ספר הקדוש דברי יואל פרשת ויגש (עמוד תיד) טוט הגה"ק מסטאמאר ערקלערן בטוב טעם ודעת, ווען יוסף האט זיך אנדעקט פאר זיינע ברידער די הייליגע שבטים, האט ער גערעדט צו זיי אין "לשון הקודש" און עס איז געווען ממש שכינה מדברת מתוך גרונו, און די הייליגע שבטים האבן געקענט זעהן די דיבורים פון זייער ברידער יוסף "רואים את הקולות בחוש הראות", און פון דעם האבן די הייליגע שבטים געוויסט דאס ער איז באמת זייער ברידער יוסף, ווייל זיי האבן געוויסט דאס עס איז אוממעגליך אז א איינוואוינער פון מצרים אויסער זייער ברידער יוסף זאל זיין אין אזא מדרגה פון שכינה מדברת מתוך גרונו, און עס זאל זיין רואים את הקולות, און דאס זאגט יוסף צו זיינע ברידער "עיניכם הרואות כי פי המדבר אליכם – ברש"י, לשון קודש" עיניכם הרואות, ענעקער אויגן זעהן די ווערטער וואס איך זאג ארויס, דאן מיז זיין איז איך בין ענקער ברידער.

זאגט דער סאטמערע רבי וואונדערליכע רייד: דאס אז עס זאל זיין א מעגליכקייט פון "רואים את הקולות" איז נישט מעגליך נאר ביי 'לשון הקודש' און נישט ביי קיין שום אנדערע שפראך! וזה לשונו: ובחינת דיבור כזה שיהי' רואין את הנשמע אי אפשר אלא בלשון הקודש - הגם, חז"ל זאגן אונז אז ביי מתן תורה איז די דיבורים וואס זענען ארויסגעקומען מפי הקב"ה איז נתחלק געווארן צו זיבעציג שפראכן, אפשר דאלו החלקים שנתלבשו בשאר לשונות לא היה להם מדרגת דיבורו של הקב"ה להיותן מורגשים בחוש הראות וכו' דאס הייסט אז רואין את הקולות קען נאר זיין ביי די אותיות התורה וואס מיט דעם איז דער וועלט באשאפן געווארן און נישט ביי קיין שום אנדערע שפראך און אות. וואונדערליך ווי קלאר און דייטליך די ווערטער פון דעם צדיק אמת איז – איך די שרייבער פון די שורות האב אריבערגעשיקט א קאפי פונעם דברי יואל צו ר' יעקב גוגנהיים ער האט נישט געקענט גלייבן ווי אזוי דער סאטמערע רבי זאל קענען זאגן אזאלעכע קלארע ווערטער, וואס ער אליינס האט זיך עס איבערגעצייגט 'בדמיון' מיט זיין אויפטרעף . דבריהם דברי אמת.

[לשונו הק' בספר דברי יואל: יתבאר ביוסף הצדיק שבהתוודע אל אחיו דיבר אליהם בלשון הקודש כפי שרשו למעלה, באותו הלשון שנתן הקב"ה התורה לעמו ישראל, ולגודל קדושתם שם השבטים, ולגודל קדושת הדיבורים ההם, נמשך עליו השראת השכינה, והיתה השכינה מדברת מתוך גרונו, והי' רואים את הקולות בחוש הראות, ומזה ראי' ברורה שהי' יוסף הצדיק כי א"א לאדם אחר במצרים שיזכה למדריגה זו שיהיה השכינה מדברת מתוך גרונו, ויהיה דיבורו נרגש בחוש הראות, וז"ש 'עיניכם הרואות' כי פי המדבר אליכם, ובחי' דיבור כזה , ובחי' לה"ק כזה, א"א שיהי' במציאות אצל בני עבר הנהר ובני כנען, והרי זה ראי' ומופת חותך שאני יוסף, ----- ובחינת דיבור כזה שיהי' רואין את הנשמע אי אפשר אלא בלשון הקודש ---- הגם שאמרו ז"ל שכל דיבור שיצא מפי הקב"ה במתן תורה נתחלק לע' לשונות, אפשר דאלו החלקים שנתלבשו בשאר לשונות לא היה להם מדרגת דיבורו של הקב"ה להיותן מורגשים בחוש הראות, ואותיות ותיבות מע' לשונות שמצטרפים לשקר ולטומאה,א"א שיחול עליהם בחי' השראת השכינה ובחי' התורה, ------שבאותיות התורה ברא הקב"ה את עולמו ושמים וארץ וכל העולמות אין מספר, וכל זה הי' ע"י בחינת הלשון הקודש שבה--------- וכמו כן ענין דרואין את הקולות לא היה אלא בבחינת לשון הקודש שבה, ולא במה שנתלבש בע' לשון, ע"כ. וכו'. – הפלא ופלא!]


דא קענט איר זעהן בילדער פון די ערפינדונג.
אטעטשמענטס
אן עקזעמפאל פון אות ב'
אן עקזעמפאל פון אות ב'
image016.gif (18.26 KiB) געזען 7598 מאל
לעצט פארראכטן דורך תלמודלערנער אום דינסטאג יאנואר 24, 2012 2:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

נורא נוראות, יישר כח הרב שליט"א
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

איז דאס נישט געווען אין צייטשריפט?

(שריי נישט צוריק ווייל מ'קען זעהן די קולות "רואים את הקולות")

עניוועי חזקה על תלמוד שאינו מוציא מתחת עטו דבר שאינו מתוקן טענק יו!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

נו, ס'איז דאך פשוט אזוי, לשה"ק איז די איינציגסטע שפראך וואס איז אן עצמי, אלע אנדערע שפראכן זענען דאך הסכמיים.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

שוטה האט געשריבן:נו, ס'איז דאך פשוט אזוי, לשה"ק איז די איינציגסטע שפראך וואס איז אן עצמי, אלע אנדערע שפראכן זענען דאך הסכמיים.


כדברי הר"ן בנדרים. עכ"ז איז עס א חידוש
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

סביב העולם האט געשריבן:איז דאס נישט געווען אין צייטשריפט?

(שריי נישט צוריק ווייל מ'קען זעהן די קולות "רואים את הקולות")

עניוועי חזקה על תלמוד שאינו מוציא מתחת עטו דבר שאינו מתוקן טענק יו!


ווען געדארפט שרייבן "ארכיוון" אויפן קעפל, אבער עס איז נישט געווען קיין פלאץ.

און פארוואס פארגינסטו נישט די אידן וואס האבן עס נאכנישט געזעהן, עס צו ליינען דא?
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
צוציק
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2011 3:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוציק »

ייש"כ גדול .אגב ווי אזוי ארבעט אזא מאשין?
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

געוואלדיג!

צוציק האט געשריבן:ייש"כ גדול .אגב ווי אזוי ארבעט אזא מאשין?
אוועטאר
dell
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 19, 2012 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dell »

זייער אינטערעסאנט, יישר כח פארן מיטטיילן.
אויב קענסטו ביטע צייגן א בילד פונעם מאשין, ס'וואלט צוגעגעבן
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע: אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

זייער שיין, כבין נייגעריג אויף וועלכע הבהרה רעדט.
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות).
אוועטאר
קליקו
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 06, 2010 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליקו »

אין קוק טאקע מער דארט אינעם סייט פון הרב גוגענהיים ווי ער ברענגט די מוראדיגע מעשה פונעם ארכיאולוג מיט דעם 2000 יעריגן תפילין וואס קען געזעהן ווערן נאך א חודש צייט אין דיסקאווערי אין מאנחעטן

און זעה טאקע מער איבער דעם אין דעם קרעטשמע פרשת בלק-פנחס ווי מאיז דן דערין אין גרויסן, וגם אני בעניי
לעצט פארראכטן דורך קליקו אום דינסטאג יאנואר 24, 2012 5:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

קליקו האט געשריבן:אין קוק טאקע מער דארט אינעם סייט פון הרב גוגענהיים ווי ער ברענגט די מוראדיגע מעשה פונעם ארכיאולוג מיט דעם 2000 יעריגן תפילין וואס קען געזעהן ווערן נאך א חודש צייט אין דיסקאווערי אין מאנחעטן


א שיינעם דאנק, רב קליקו
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

גאר אינטערעסאנט יישר כח תלמודלערנער.

אן צו זען דעם ערפינדונג קען מען זאגן ער האט גענוצט לאגיק אויסצושרייבן די אותיות אויף א סקרין, א זאך וואס יעדער מיט א ידיעה אין פראגראמינג קען טאן אויפן קאמפיוטער.
די חלק איז אויך אינטערעסאנט צו דעבאטירן, האט ער גערעדט אויף די אשכנזישע צו ספרדישע הברה, איז פארהאן אן הינטערשיד צווישן בּ און ב, כּ און כ אד"ג, צי שרייבט זיך אויף אויפן "כלי" א פינטעלע אינדערמיט.

צוריק צו רואים את הקולות פון פסוק, מילא האסט א מאניטאר מיט א פראגראם ווען דו רעדסט שרייבט זיך אויף די קול און ס'יז מערקבאר לויטן קאליר, אבער אין די לופט איז שווער צו פארשטיין.
מדי כותבי בו טראכט איך אז דער פסוק זאגט דאך בעב הענן, אדער אל הערפל וגו' דאס הייסט אז ס'יז בעצם געווען טונקל בעת מתן תורה ממילא האבן די אותיות געטון לייכטען אזוי אז ס'יז געווען רואים את הקולות. הגם עס שטייט פארקערט אש שחורה ע"ג אש לבנה וצ"ע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

ארויף אפען אויבערפלאך לכבוד ״שבועות״
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

כ'ווייס נישט וויאזוי איך האב נישט געליינט דעם ארטיקל ביז יעצט, תלמודלערנער, געוואלדיג שב'געוואלדיג! ייש"כ. מ'וועט עס אי"ה דערמאנען שבועות ביים טיש.
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

שמערי בערי האט געשריבן:כ'ווייס נישט וויאזוי איך האב נישט געליינט דעם ארטיקל ביז יעצט, תלמודלערנער, געוואלדיג שב'געוואלדיג! ייש"כ. מ'וועט עס אי"ה דערמאנען שבועות ביים טיש.


די פלא איז ווי הגה״ק מסאטמאר שרייבט מיט א פשטות אז רואים את הקולות איז בלויז געווען אין לשון הקודש
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

יישר כח רב תלמוד, הפלא ופלא.

אגב, מיט דעם דברי יואל האב איך אמאל געהערט מפי כ"ק אדמו"ר מהרי"י שליט"א מסאטמאר, צו פארענטפרן די קשיא וויאזוי די יודען האבען געזאגט נעשה פאר נשמע, וויאזוי איז דען שייך צו טהון פאר'ן הערן ?

נאר וואס דען, היות את איז געווען רואים את הנשמע, און די מציאות צייגט, ווען עס דינער'ט און בליצט, בעצם די דינער און די בליץ, ביידע קומען פון איין פעולה, נעמליך די וואלקענעס קלאפ'ן זיך צוזאם, אבער עכ"ז וועט מען קודם זעהן די בליץ און נאכדעם די דינער, קומט אויס אז ווען א זאך האט א ראיה און א שמועה, על אף וואס ביידע געשעהן בבת אחת, זעהט זיך קודם די ראיה, און הערשט נאכדם קומט די שמועה.

לפי זה ווען דער אייבישטער האט געזאגט די עשרת הדברות, און עס איז געווען א שמעיה און א ראיה (וכל העם רואים את הקולות), האט מען קודם געזעהן די גאנצע תורה, און נאכדם געהערט, איז שוין זייער גוט וויאזוי מען האט געקענט זאגן נעשה פאר נשמע, ווייל מען האט שוין געזהען פונקטליך וואס עס שטייט אין די תורה, נאך פאר מען האט דאס געהערט.

ובדרך זה האט ער מוסיף געווען לפרש דברי התנא דבי אליהו, בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב"ה דבר אל בני ישראל ויקחו לי תרומה. ביאור הענין, ווייל דאס וואס רבינו הק' זי"ע זאגט לגבי לשון הקודש אז מען קען זעהן די קולות, איז מיסוד (עיין דברי יואל נשא בביאור הכתוב כה תברכו, בלשון הקודש) אויף א של"ה הקדוש, דער של"ה הקדוש זאגט אז די אויסדריקען אין לשון הקדוש דאס איז די שורש הדבר למעלה, און דא איז עס נאר א לשון מושאל, (ואכמ"ל).

ווען די אידן האב'ן געבויט דעם משכן האבן זיי גדארפט געבען געלט וואס עס זאל האבן א שורש קדושה מלמעלה, כדי ס'זאל זיין ראוי צו בויען מיט דעם א משכן ה'. ובכן בשעה שאמרו ישראל כל אשר דבר ה' נעשה ונשמע, פי' מיר וועלן טהון נאך פאר'ן הערן, וויאזוי קען מען טהון פאר'ן הערן, ווייל עס רואים עס הנשמע, וועלכע שפראך איז רואים את הנשמע, דייקא לשון הקודש ששורשה למעלה, דעלמאטס מיד אמר הקב"ה ויקחו לי תרומה, אויך אויף די זעלבע וועג, אז זיי זאלן נעמן דייקא די געלט וואס איז שורשו מלמלעה, ועל זה כתב רש"י לי לשמי. עכ"ד וקצרתי.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

הפלא ופלא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

בוידעם, א שיין ווארט
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
תלמודלערנער
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2011 10:11 am
לאקאציע: במקום שהמחשבה נמצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תלמודלערנער »

ארויף אפען אויבערפלאך לכבוד ״שבועות״
התענוג האמיתי הוא תענוג הלימוד, בשאר התענוגים הנפש לא תמלא
אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 12, 2012 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך knowledge »

מוראדי'ג וואס הגה"ק מסטאמאר זצוק"ל שרייבט
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

די לינק פון די וועבזייט ארבעט נישט ביי מיר
ווי קען מען זעהן די בילדער פון די אותיות
קליינע טאטע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 4:52 pm

Re: רואים את הקולות! רוח הקודש הופיע ביי הגה"ק מסטאמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע »

ארויף לכבוד נעשה ונשמע די וואך
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

בבל האט געשריבן:די לינק פון די וועבזייט ארבעט נישט ביי מיר
ווי קען מען זעהן די בילדער פון די אותיות

גא״מ
התחברות
שר חמש מאות
תגובות: 871
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 30, 2021 12:07 pm

Re: רואים את הקולות! רוח הקודש הופיע ביי הגה"ק מסטאמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך התחברות »

וועבסייט איז שוין נישט אקטיוו.
כ׳האף אז אלע אינטרעסאנטע חומר איז ערגעץ פארבליבן.

חבל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”