חמש מאות מי יודע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

חמש מאות מי יודע

תגובהדורך אוהב חכמה » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 2:50 am

חמש מאות מי יודע

זיצט זיך חיים דוד ה. אין חדר, מלמד תורה פאר די קינדערלעך. די תורה פארציילט אונז ווי יתרו עצה'ט משה'ן, “ושמת עליהם - און דו זאלסט שטעלן אויף זיי", “שרי אלפים - שרים פון טויזנטער", “שרי מאות - שרים פון הונדערטער", “שרי חמשים - שרים פון פופציגער", “ושרי עשרות - און שרים פון צענדליגער". אופס... פון שרי חמש מאות האט ער אינגאנצן פארגעסן?

אבער פארט טרעפט מען פיל מאל דאס נומער חמש מאות אין די קדושה. דער זיידע נח האט דאך אנגעהויבן צו געבוירן זייענדיג חמש מאות, אין די שמן המשחה איז געווען מר דרור חמש מאות וקדה חמש מאות, די אנשי המלחמה האבן געדארפט געבן א מכס לה' אחד נפש מחמש מאות, איוב האט געהאט חמש מאות צמד בקר וחמש מאות אתונות, בשושן הבירה האט מען גע'הרג'ט חמש מאות, הר הבית חמש מאות אמה על חמש מאות אמה, חמש מאות שנה איז דא מן הארץ עד לרקיע, אזוי אויך איז דער מלאך סנדלפון גבוה מחביריו מהלך חמש מאות שנה, ומדה טובה מרובה על מדת פורעניות חמש מאות פעמים.


אינטערעסאנטער זענען אבער אנדערע מקומות וואו מען טרעפט דאס מספר חמש מאות:
א) ארץ ישראל איז זיבן מאל בעסער ווי צוען, והני מילי בטרשים אבל שלא בטרשים חמש מאה (כתובות קיב.)
ב) חמש מאות בתי סופרים היו בביתר והקטן שבהם אין פחות מחמש מאות תינוקות (ירושלמי תענית פ"ד ה"ה)
ג) על דעתי' דר' יהודה חיה (חירם) קרוב לחמש מאות שנה (ב"ר פפ"ה סי' ד')
ד) ארונו של יוסף של ת"ק ככרים היה (דברים רבה פי”א סי' ז')
ה) חמש מאות מיני תבשילין האבן די אנשי ירושלים געקענט מאכן פון חטים (איכה רבתי ז ו)
ו) חמש מאות מיני ארבה יש (ילקוט ראובני פרשת בא)
ז) גלגל חמה מהלך חמש מאות שנה (תנבא"ר פ"ב), ועץ חיים מהלך חמש מאות שנה (שם, וירושלמי ברכות פ"א ה"א)
ח) דושנה של יריחו חמש מאות אמה על חמש מאות אמה (ספרי פ' בהעלותך, הובא ברש"י)
ט) ויש אומרים אחד מחמש מאות יצאו ממצרים (תנחומא ריש בשלח)
י) בטורח נמצא לולב שיש לו תיומת כזה (עיי"ש) אפילו אחד בחמש מאות (ב"ק צו. תוד"ה נחלקה)
יא) מרים בתו של נקדימון פסקו לה חכמים חמש מאות דינרי זהב לקופת בשמים בכל יום (איכ"ר א נא)
יב) אלף ילדים היו בבית אביו של רשב"ג, חמש מאות מהם למדו תורה חמש מאות למדו חכמת יונית (ב"ק פג.)
יג) חמש מאות חלונות מעלין עשן חוץ לחומה בכרך גדול של רומי (מגילה ו:)
אוה"ב) הר סיני היה גבוה חמש מאות אמה (חנוכת התורה בליקוטים בשם מדרש)

אלזא, איז חמש מאות יא עפעס, דארף מען זיך נישט פילן געטראפן, קען מען דאך גיין ווייטער. “זאגט די הייליגע תורה ווייטער, ושפטו את העם – און זיי זאלן משפט'ן דאס פאלק"...

זינגט אלע מיט: חמש מאות אנו יודעים.


נ.ב. א יישר כח פארן חשובן חבר וואס האט מיר מעורר געווען אז כ'דארף שנעל שרייבן עפעס, שלא לשנות מן המנהג. אפשר בעסער ווי גארנישט, אפשר נישט.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

שוטה
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 3:03 am

מזל טוב, מזל טוב.

אין קרעטשמע יתום שאוהב חכמה שרוי בתוכו.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 3:08 am

מזל טוב מזל טוב, מיט אזא איינער וואו די ווילען מיר פינעף טויזנט תגובות!!!
הצלחה בכל העינינים!

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6169
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 3:19 am

מזל טוב... מזל טוב
א מחיה מ׳קוועלמיר דא פון אייך.
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 7:21 am

מזל טוב מחוכמת מזל טוב מחוכמת!!!

אלעס פיין און וואויל, אבער וויפיל אוהב חכמה'ס איז דא? בלויז איינס...

אוהב חכמה מהו? שיהא שם חכמה מתאהב על ידו.

חזק ואמץ שטייג העכער כאשר זכינו כן נזכה,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 7:24 am

מזל טוב קרעטשמע לרגל זכותך שהרב אוהב חכמה יקבע מדורו בין כותליך!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 7:36 am

אנו מודים ומשבחים לקל גדול ונורא
ונותנים פינו מלא זמרה ושירה
הן זכינו לחבר בינינו בקרעטשמע הבירה
בעל תורה מלא וגדוש בסברא וגמרא
חוץ מזה נתעטר במדה מאד יקרה
כי בענותנותו התאהב פה על החבורה
מי יתן ויאריך ימים בשררה
הלא כולנו נתעלה על ידי השפעתו הטהורה

מזל טוב מזל טוב
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 7:51 am

מז"ט אוהב חכמה!

500 אינהאלטסרייכע תוכנ'דיגע תגובות.

כמותך ירבו...

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 7:55 am

מזל טוב! מזל טוב!

בשם כל הקהל הקודש דקרעטשמתינו, אונז פיל מיר פאר א זכיה צו האבן אזא איינעם אויף אונזער אויבן אן.

זעה אז דיין פלאץ זאל זיין אויפן אויבן אן אפילו אין כמות.
לעצט פאראכטן דורך בחורהזעצער אום מיטוואך נובעמבער 23, 2011 8:06 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
אוהב חכמה
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 03, 2011 2:24 pm

תגובהדורך אוהב חכמה » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 8:00 am

ברוכים תהיו, חברים וידידים אהובים ואוהבים, כל אחד בשמו יבורך.
יישר כחכם, ביי אייך אויף שמחות בניקל.
היודע כל החכמות אם אינו אוהב החכמה אינו חכם אלא טפש הוא, אחר שאינו אוהב, כי היא הדעת. אך האוהב אותה ומתאוה אלי' אע"פ שאינו יודע כלום הרי"ז נקרא חכם, שעכ"פ תשיג אל החכמה האמיתית ודעת אלקים תמצא. (רבינו יונה אבות רפ"ד)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 11:50 am

קרעמער האט געשריבן:מזל טוב קרעטשמע לרגל זכותך שהרב אוהב חכמה יקבע מדורו בין כותליך!
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23720
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 12:19 pm

מזל טוב!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 12:30 pm

מזל טוב!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 12:46 pm

כדי צו מקיים זיין דער תנו כבוד לתורה, ווינטש איך א מזל טוב פאר אזא חשובער מיטגליד וואס איז אויך אן אוהב את הבריות, יהי רצון שיהא שם שמים יתאהב על ידך אייביג
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
שמן למאור
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 17, 2011 3:00 pm

תגובהדורך שמן למאור » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 2:57 pm

מעומקא דליבא אברך ברכת מזל טוב לכבוד האי צנא מלא ספרא (וואס מיינט דאס ?) בקי נפלא בכל מכמני ואוצרות התורה, ידען גדול בכל מקצועות, הלא הוא האוהב חכמה שליט"א.
ויה"ר שכמותך ירבו בקרעטשמע עד ביאת הגואל.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 4:12 pm

מזל טוב מתוך אהבה.

אוועטאר
מר. קליען
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 15, 2010 1:41 pm
לאקאציע: אויפן באטעל

תגובהדורך מר. קליען » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 4:21 pm

שמן למאור האט געשריבן:מעומקא דליבא אברך ברכת מזל טוב לכבוד האי צנא מלא ספרא (וואס מיינט דאס ?) בקי נפלא בכל מכמני ואוצרות התורה, ידען גדול בכל מקצועות, הלא הוא האוהב חכמה שליט"א.
ויה"ר שכמותך ירבו בקרעטשמע עד ביאת הגואל.
מעג מען דאס לאזן ליידיג אדער מען מוז עפעס שרייבן איינער ווייסט?

שוטה
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 4:25 pm

לכבוד די שמחה איז מיר איינגעפאלן א נייע פשט, אוהב את הבריות - און דורך דעם - ומקרבן לתורה, בריות מה הן אומרות וכו'.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22338
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 4:26 pm

msp האט געשריבן:אנו מודים ומשבחים לקל גדול ונורא
ונותנים פינו מלא זמרה ושירה
הן זכינו לחבר בינינו בקרעטשמע הבירה
בעל תורה מלא וגדוש בסברא וגמרא
חוץ מזה נתעטר במדה מאד יקרה
כי בענותנותו התאהב פה על החבורה
מי יתן ויאריך ימים בשררה
הלא כולנו נתעלה על ידי השפעתו הטהורה

מזל טוב מזל טוב
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 4:30 pm

שוטה האט געשריבן:לכבוד די שמחה איז מיר איינגעפאלן א נייע פשט, אוהב את הבריות - און דורך דעם - ומקרבן לתורה, בריות מה הן אומרות וכו'.

בדוק ומנוסה. די קנאת סופרים האט זיך פולפאכיג געהויבן זינט דער אוהב חכמה האט אנגעהויבן עפענען זיינע אוצרות.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 4:39 pm

שוטה האט געשריבן:מזל טוב, מזל טוב.

אין קרעטשמע יתום שאוהב חכמה שרוי בתוכו.
the SCY is the limit

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 6:08 pm

מזל טוב, ווי יעדער האט שוין געזאגט כמותך ירבו, דיינע תגובות זענען גורם א קנאת סופרים,

כ'גלייב וואלסט אויך געקענט טרעפן חמש מאות מקומות ווי מ'רעדט פון חמש מאות!
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

gamyuchad
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2011 9:38 pm

תגובהדורך gamyuchad » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 9:14 pm

חיים דוד מזל טוב.
צו זאגן אז דו ביסט דער שר התורה דאייוועלט איז אן אנדערסטעיטמענט.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 9:19 pm

גם יחד איר קאנט אים? פון ווי ווייסט איר זיין נאמען?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך נובעמבער 23, 2011 9:20 pm

ס'איז מיר א זכי' אז איך קען אייך באגריסן מיט א מזל טוב.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: info seeker, zugurnish, נו גוט נו שוין, שמו און 29 געסט