נייע שטאט האט געשריבן:זעט אויס האסט נישט געכאפט, נישט די נושא פון שידוכים צו לייגן אין פריזער, נאר מאנכע רופן אן די שידוכים וואס מ'טאר נישט ארויס געבן ביז א געוויסע צייט "פריזער שידוכים" - און מיר האט בכלל נישט געארט אז מ'רעדט דערפון, פארקערט, כדי ס'זאל בלייבן א געשמאקע נושא פאר זיך לייגט מען עס אריין אין א אשכול ווי ס'עבעלאנגט, און דא רעדט מען געשמאק פון די נושא וואס שטייט אויפן קעפל, אויב נישט, קען מען דאך רעדן אין איין גרויסן אשכול דעם גאנצן אייוועלטל? (אמאל איז געווען, [אפשר נאכדא ערגעץ וואו?] אזא אשכול, אבער דא איז דאך א אשכול מיט א קעפל פון א נושא)
איים סארי האב איך דיר נישט פארשטאנען.
בד״וו איך בין פאלי מיט דיר, אבער איך האלט נישט אז מ׳דארף אינמיטן א שמועס איבערהאקן אז ס׳באלאנגט נישט דא, ווייל ס׳איז כמעט נישט במציאות אז א שמועס זאל זיך אנטוויקלען בלויז און זיין דעזיגנירטער אשכול, מ׳דארף לאזן א שמועס פארן, און ווען די שמועס ענדיגט זיך אדער א טאג דערויף עס אריבערפירן צום דעזיגנירטן אשכול, והכול על מקומו יבוא בשלום. לדוגמה. לעצטע וואך האט זיך אנטוויקלט א גאנצע שמועס אינעם וויליאמסבורגער נייעס אשכול, איבער טיקעטס מיט טעמפערערי פלעיטס, נאכן ענדיגן דיסקאסירן יעדער מיט זיינע עקספיריענס, איז געקימען א מנהל און האט אלעס אריבערגעפירט צום ״הילף איבער טיקעטס״ אשכול און האט איבערגעלאזט א לינק דערצו.
פארשטייט זיך אז מ׳רעדט נישט פון האקעלע אשכולות ווי ס׳נישט געמאכט ארייצורעדן פרעמדע נושאים.
(למשל די תגובה אין גרעי-עריע אשכול
)