די פורים אשכול - פאר פייער און פאר וואסער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » מוצ"ש פאברואר 24, 2007 9:34 pm

בס"ד

טייערע יודעלעך הערט א מעשה

ווען איך בין געגאנגען אין בהמ"ד צי קידוש לבנה גלייך נאך די מגילה האט זיך די קאווע אויסגעגאסען אויף די נייע סוכה ברעטער וואס איז ספעציעל ציגעגרייט געווארען אויף ל"ג בעומער גלייך ווען מען קומט צוריק פין כפרה שלאגען האט זיך שמעריל אויפגערעגט אין צוריסען עשו'ס מצה טאש וואס ער האט זיך קוים אין צרות איינגעהאנדעלט ווען ער איז געווען לעצטע מאל ביים דענטיסט מיט א ארויס געצויגענעם שווערד איז ער געלאפען מיילען ווייט די הארץ האט אים געקלאפט ווי א פויק ביי משותלח'ס חתונה וואס איז פארגעקומען מיט רשות פינעם הויכגעשעצטען בירגערמייסטער אין די זיילען פין
קאנטינענטעל עירליינס וואס האט געלאנדעט מיט א שפעטיגונג פין הונדערט יאר אין די וויסטענישען פין די אפריקאנער מדבריות וואס די היץ איז געווען ערגער ווי דער מאנגעל אין וואסער אין די אינטערערדישע אפלויף סיסטעמען וואס נעמען ארום די גאנצע ערד קוגעל מיט א אויסנאם פין וויליאמסבורג וואס מיט די העפטיגע שתדלנות פין באראן הערצאג איז געלונגען צי פראדיצירען א געמיינזאמע ספעיס שאטעל
וואס וועט זיך פארנעמען אין גיסען זאלץ אויף די וואונדען אין די הייסע זומער טעג דורך'ען צישטעלען ריזיגע קוואנטומס פין רויע פעטעיטעס צי צימאלען אין די אלטע היים כדי מען זאל נישט פארלירען די מוט פין
אנלייגען די זיסע חלומות אויפען זיידען'ס קבר וואס אין די גאנצע ארום איז נישטא צי באקומען קיין לאפעטע אפילו פאר א מת מצוה וואס איז נעבעך אויסגעגאנגען פאר ליידיג גיין אינמיטען פארקויפען געשוואלענע אייער פאר א געפעפערטע פרייז נאכען אויסגעפינען דו סוד ווער עס האט צריסען די פארלוירענע טאשען טיכעל פין למך'ס קאר וואס ער האט געקויפט אויף א אקשען וואס איז פארגעקומען אינעם ככר הירדן גלייך נאך יציאת מצרים ווען דתן אין אבירם האבען זין ארום געדרייט קריצענדיג מיט די ציין אויף די בלינדע מציאות וואס מען קען באקומען אלעמאל ווען מען דארף עס נישט דורך אויפהענגען א מודעה אין דעם ווייסען הויז וואס געפינט זיך ערגעץ לעבען דעם טייך סמבטיון וואס איז ארום גענומען מיט אומצאליגע קאקעראטשען וואס שטייט ווי א דארען אין אויג פאר די גרויסע וועלט פירער וואס טוען אין דעם זעהן א שטער פאר וועלט פרידען וואס ליגט ערגעץ באגראבען אין די איראקער אויל קוועלער וואס ווערט ארויס געפאמט דורכען מקוה יוד וואס פארשטייט אז די גאנצע מעשה איז הוילע בלאף ארויס געזויגען פינעם פינגער פינעם מלך טיפש וואס איז אריינגעפארען מיט עיר פארס וואן אין די טווין טאווערס נאכען געסטראשעט ווערען דארך'ען פריץ אז ער וועט עים אריינווארפען אין קעלער פאר'ען אויפעסען אלע פרעצעלס וואז איז פרודיצירט געווארען ספעציעל צי קענען אריין נעמען טויזענטער מיסט קאסטענס מיט אויפגעהויבענע קעפ ואס פרייען זיך אויף די געלעגענהייט צי חרוב מאכען די טעלעסקאפ וואס ווערט באשילדיגט אין פארקויפען געפעלדשטע האלאפטשעס מיט א צויבער קראפט וואס האט פאראורזאכט אז די הויכע שישקעס פין פרס אין מדי זאלען פארוויילען אויף אפרוה אין די מאונטענס מיט גרויסע פלענער צי רענערווירען די אטמאספערע פינעם שאדען וואס בלעם'ס אייזעל האט איינגעזייט אין די סטעטשו אאף ליבערטי וואס איז א צייכען פין פראנקרייך'ס איינערקענונג אין די מלחמה אין איראק וואס ציט זיך שוין זייטען חורבן הבית
לעצט פאראכטן דורך ירא שמים אום מוצ"ש פאברואר 24, 2007 10:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מוצ"ש פאברואר 24, 2007 9:36 pm

כ'פארשטיי נישט וואס דו ווילסט דא. ס'שטימט דאך נישט איין ווארט מיט'ן צווייטן...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש פאברואר 24, 2007 10:42 pm

ירא;

יו מעיד מיי נייט!

הערליך.

--
מאשקע;

אויף מיין פייער און וואסער שמועס וועסטו מוזן ווארטן ביז איך הער אויף לאכן..

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מוצ"ש פאברואר 24, 2007 10:59 pm

לאכן פון וואס? דו לאכסט נאך אלץ? וואס לאכסטו דארט אזוי שטארק? אפשר פון דעם?
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג פאברואר 25, 2007 12:57 am

ניין. איך האב גערעדט פון אט דעם אשכול דא.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » זונטאג פאברואר 25, 2007 3:54 pm

ירא, ריזיג.

האסט געדארפט אויסלאזן, עשרת.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » זונטאג פאברואר 25, 2007 4:04 pm

פאליציי ווארנט די אייגענטימער פון רויטע קאלירטע קארס,
*****
ווייס-אמעריקע, די פאליציי פון דאהי האט געמאדלן אז ס'איז זיי געלינגען צו דערווישן א אינגערמאן וואס פלעגט יעדע פאר חדשים אריבער שפרייזען די גאס כאטש די רויט לייט איז געווען גרין, די מעשה האט זיך אנגעהויבן פאר עטליכע יאר צירוק, ווען א פופצן פאסענדזשירער ווען איז געפארן אויפן על.איי.אי. שפרייזענדיג קיין "ענטערפרייז אינטערנעשענאל וויקענד אינסטעטאשן", ווען א קאר אנגעפילט מיט שפאנישע ארבייטער האבן אריינגעקראכט אין א צוים, נישט דערקענדיג אז א געלע באס פארט אין די פארקערטע ליניע, די "מגן דוד אדום" אמבולאנסן זענען פונקט דורך געפארן די פלאץ נישט זענדיג די גאנצע זאך זענען זיי געפארן ווייטער זייער וועג, ס'איז נישט דורך קיין עטליכע מינוט, און א פייער האט אויסגעבראכן אין די אפיסעס פון די "הויז אף רעפריזענטעטיוו", אין גרויסע בהלה איז אנשטאנען, הלמאי, די אויל פרייזן זענען ארויף אזא הימל שרייענדע פרייז און פייער לעשער האבן נישט די קאסטן פאר די געז אנציקימען צום פייער, א נייע ביל איז געשטעלט געווארן פאר פרעזידענט בוש ווי עס ווערט ערווארטעט א וויטא פון זיין זייט און פיליבאסטער פון די אנדערע זייט, אנאליסטן גיבן איבער, אז די גאנצע מעשה איז נישט געטויגען, און אוודאי נישט געפלויגען, נאר וואס דען ? ס'איז ספעיציעל אויפגעמאכט געוארן פאר די אשכול אין היימישע קרעטשמע לכבוד די יוום טויב פורים המשמשין ובאים לקרתינו לשולם, חשיכים מכל חטה ופשע, בב"א
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג פאברואר 25, 2007 5:27 pm

צייטליך, ירא.

געוואלדיג.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג פאברואר 26, 2007 10:48 am

מאשקע ווער ביסטו צו קראכן תירוצים פון פארפרעקעלטע דיסידענטן ? ווען קרעמער האט זיך געהאלטן פרישע קעטשאפ פון נטורי קרתא!
נאכמער 40 סקווער אינטשעס האט אריינגעלייגט א סי די מיט טשוועקעס פארן פייערלעשער פון יוראפ וואס... וד"ל

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 26, 2007 10:53 am

וד"ל?
An article a day keeps the babies away

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג פאברואר 26, 2007 12:07 pm

און איך האב געמיינט אז די שארפע פענע פון אוגאנדא וועט מכלומפערשט צונויפבינדן חריף וואס פארטרערטע אוקופאנטן דרייען זיך מיט שמייליגע טשעקס וואס קראכט אויפן קיבארד מיט פאטאס צוזאם געמישט מיט אנגסט פון בארבערדעלטע שפריכווערטער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 26, 2007 12:30 pm

נו אוודאי, אז דו האסט דיך באכלעפטשעט און פונאנאנדער געווארפן אזויפיל אויסגעבעטענע טרוקענע פלוימען און אויסגעפלאסטערטע טרינק-ווערטער אזש די ווידער-קול האט דערגרייכט פון קאנארסי ביז באר שבע, איז דען א וואונדער אז די פארוואלטונג האט פארשלאסן די פענסטער און פארבאטן די ארויסגאנג פאר עלטערע אידן אונטער 25 יאר?
כ'מיין, דארפסט פארשטיין, אויב ווילסטו אז דער פרעזידענט זאל זיך נאך רעכענען מיט די בקשות פון סטאלין און אפשטעלן דאס אויפבוי פון די קאסינאוס אין ערוץ שבע, דארפן מיר קודם באקומען א פארזיכערונג פון די דייטשע רעגירונג, אז מ'וועט נישט צורירן דעם האדסאן ריווער אן א געשריבענע רשות פון די ועד הכשרות און די דבר יום ביומו פון לאנדאן.
An article a day keeps the babies away

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג פאברואר 26, 2007 12:48 pm

הא כא חא הי
טענה נישט, פרייטאג הארט פארן געפעפערטע אויבערהארן האט ער פארשפרייט א פערפיום פרינטער מיט געזעקעלטע חנוכה געלט ענטפער אויף דעם!,איך קוילער מיך

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג פאברואר 26, 2007 2:40 pm

און נאך איין זאך,אדורך איז די צייטן וואס שווארצע ציין בערשטלעך געניסן פון פאפיטעס וואס שארפן זיך די מוסקולען פון טעדי קאלעק,
סאיז זייער שווער אז סיי קרעפלעך פון אן אראפגעלאזטע שלאק וואס טראפט אראפ וואו לוקסוס פון די יו ען,
זאלן זיך מיט דעם אלעם צוריק האלטן צו פארטיידיגן איינשטיינס אויגן ברעמען,פארוואס??

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 26, 2007 2:44 pm

די האר פון טיטוס וועט ליציטירט ווערן אויף אין בעיה פאר די מינימאלע אפצאל פון עשרת אלפים ככר כסף וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן פון שרי אלפים ורבבות אלפי ישראל וועלכע האבן זיך נישט געקימערט מיט די בייזע ווינטן און אלוועלטליכע גלאבאלע אנווארעמונג ארויסצוקומען אין די מאסן באגרעבענישן געדענקמאל אפצייכענונגען וועלכע האט פאסירט הארט בעפאר די מינדערוויכטיגע אונטערנאציאנאלע אנערקענטע נאמינאציעס זענען דערקלערט געווארן דורך נישט קיין אנדערע ווי רודי דזשוליאני'ס ערשטע געוועזענע וואס וועט ערזעצן מייקל בלומבערג'ס אמביציעס צו לויפן און געווינען די היימישע סענאט זיץ אין לינקאלן בעדרום סמוך ונראה צום כותל וואס איז אונטערגעגראבן געווארן דורך די פאשיסטן וועלכע ווילן דערמיט אונטערמינעווען די ווערטשאפט פון די אלגעמיינע וואלן באאבאכטער אין טאדזשיקיסטאן'ס איינציגער פראווינץ וואס ערלויבט געמישטע הייראטן מיט נאנעס און אימאם'ס אויסגעמעקט זאלן זיי ווערן און פארשניטן זאלן זיי ווערן ווי די האר פון ב"ס.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 26, 2007 3:28 pm

אויב איינער וויל אונז אפטון אויף טערקיש, קען ער טוישן די נאמען פונעם אשכול אויף עפעס אנדערש, למשל "די מעלות פון אידישע קינדער" אדער "ווען וועלט וואלט געווען וועלט", און ווען מיר וועלן לייען דעם אשכול אין דריי חדשים ארום וועלן מיר נישט וויסן וועלכע רוח ס'האט אונז באטראפן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג פאברואר 26, 2007 3:32 pm

קיינער וויל נישט, עס האט ס'זעלבע פשט ווי דיין תגובה, סליחה, כ'מיין נישט גארנישט נאר מיך (נאך א תגובה)
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » מאנטאג פאברואר 26, 2007 3:33 pm

שוין מהייבט שוין צו רעדן נישט צו דער זאך..

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג פאברואר 26, 2007 3:35 pm

איזאק האט געשריבן:שוין מהייבט שוין צו רעדן נישט צו דער זאך..


מיינסט אוודאי צו זאגן פאר פייער און פאר וואסער?!

איזאק דזשאסט קידינג, כאב באמת הנאה געהאט פון דיינע מאמרים'לעך, קיפ איט אפ.

אוועטאר
abimlaibt
שר שלשת אלפים
תגובות: 3849
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 25, 2006 3:48 pm
לאקאציע: נישט קיין נפק"מ איך זיך ממילא א נייע ס'פלאץ

תגובהדורך abimlaibt » מאנטאג פאברואר 26, 2007 3:39 pm

אין דאס אליין איז צו דערזאך,
וויזוי מ'לעבט איז געלעבט. אבי מ'קלעיבט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 26, 2007 4:09 pm

איזאק האט געשריבן:שוין מהייבט שוין צו רעדן נישט צו דער זאך..

פונקט קאפויער.
An article a day keeps the babies away

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג פאברואר 27, 2007 10:20 am

מאשקע האט געשריבן:
איזאק האט געשריבן:שוין מהייבט שוין צו רעדן נישט צו דער זאך..

פונקט קאפויער.


האסט יא געכאפט הייסט, אדער בין איך משוגע? פאקטיש שלעפט זיך די שידוך א קיימא לן פון די אויסגעטרעטענע פראגער גולם,און דו פרעגסט פארוואס די צונאמי האט פארשוועמט אונגארישע שטריכן? פונקט פארקערט!

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג פאברואר 27, 2007 10:27 am

ס'איז נישט אזוי, אלעמאל ווען ער שפרונגט גייט עס לויפעדיגערהייט, אבי צו פעסן זיין חבר'ס SUV וואס האט פינקע לייטס פון אינטן ארויפצופארן סטעפס

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג פאברואר 27, 2007 12:17 pm

שוין האסט מיך אפגעוואנדן...

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג מארטש 01, 2007 11:55 am

ווייסע הויז אנטשילדיגט זיך פאר די רוסן,
--------
כינע-א פיר פיסיגער שניי האט זיך אראפ געלאזט איבער די גאסן פון וויליאמסבורג, פארגאנגנעם בדיקת חמץ אויפדערנאכט, די וועטער זאגער'ס טענען אז די גאנצע געשיכטע איז א אויסגעטראכטע, והא ראיה די גלאבלאע ווארעמינג,
אין אנדערע נייעס, א גרופע ספאנישע אימיגראנטען זענען אנגעקימען צום 'המספיק' קימפעטארין היים, ווי זיי זענען פאר א אימוויסינדע סיבה נישט אריינגעגאנגען, נאר געבליבן שטיין אינדרויסן, נאך צוויי שעה ווארטן זענען די ספעציעל מאשטירטע 'נעווי יארד' געקימען צו הילף, און ארויסגעשלעפט די אלע דעטראנקענע פונעם פייער, דער ארויסגיענדער מעיר דזשוליאנו האט מיט פאטאס אויסגעריפן "נישט קיין חילוק צו ס'איז יא פאר פרידענס צוועקן צו נישט, איראן מיז ארויסלאזן אלע אידן" האט דער מעיר געשריגן, "כ'געב דא די אויטאריטעיט פאר רב טוב צו טוען ככל אוות נפשם אזש ביז ניצן מיליטערישע מאכט", ער איז הילכיג אפלאדירט געווארן דירך די פארזאמעלטע, דערנאך האט געגעבן א קורצע דרשה דער באקאנטער מגיד מישרים שליט"א, ווי ער האט ארימגערעט די גרויסקייט פונעם טאג, און ארויסגעברענגט, אז פונקט ווי ביי יציאת מצרים איז עס געווען בעצם היום, דאס זעלבע דא, האלט ער די דרשה בעצם היום, דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געמיטער,

און די שפעטע אווענט שטונדען, איז געפענט געווארן די אסיפה, ווי ס'איז באהאנדעלט געווארן די אלע לעצטיגע פראבלעמען, אנגעפאנגען האט זיך עס בעת א בעל דרשן, איז נישט קענענדיג שטיין אויף די פוס, האט ער זיך אראפ געזעצט, מער ווי דאס האט נישט אויסגעפעלט, ס'איז געווארן נעשה כל הגולה כמדירת אש, קינדער זענען געלאפן מיט פענער פון שמחת תורה, אינגערע בחורים האבן אינטערגעצינדן גארביטש קאנטעינער'ס, עלטערע בחורים זענען דיפרעסט, אינגעלייט וואס ארבייטן זענען געהעריג אריין צו די ארבייט, און עלטערע אידן האבן מיט ווייטאג ציגעקוקט,

אשריכם ישראל, לפני מי אתם מיטהרין, כה לחוי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט