שא!! מ'טאר נישט רעדן ביים דאווענען!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

שא!! מ'טאר נישט רעדן ביים דאווענען!

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג פאברואר 28, 2011 11:31 pm

שא! ס'זאל זיין שטיל!

איר קענט אודאי די סארט איד פון וואס איך גיי רעדן.
איר קענט די אידן וואס שלעפן זיך ארום מיט זייער עס עי עס שיך, די אידן וואס טראגן זייער גארטל נענטער צום גאמבוי, די אידן וואס פרייען זיך ווען זיי כאפן איינעם רעדן אינמיטן דאווענען און זיי קענען שרייען. צו אט די אידן וויל איך רעדן.

יא, מיר אלע ווייסן אז מ'טאר נישט רעדן אינמיטן דאווענען. און ווען איינער רעדט יא, געווענליך קומט דאס ווייל ער האט זיך פארגעסן און ער האט זיך בטעות פאררעדט. אלזא, פארוואס זעהט מען אזא פארביסענע באהאלטענע שמייכל אויף דיין געזוכט ווי א בער וואס גרייט זיך צו כאפן זיין פישל..? וואס איז די שמחה ווען ענדליך זעהסטו איינעם רעדן און מיט א אימפעט לויפסטו אהין שרייען שא!!

אודאי, איך ווייס אויך וואס שטייט אין שו"ע וועגן די הלכה פון וגוערים בו. יא, איך ווייס אז דאס איינמאל גיט די שו"ע א היתר פון זיך נעמען שרייען אויף יענעם. און דו טוסט'ך אן מיט די הלכה און דו לויפסט ארום שרייען... שא!

אבער זאג נאר, דו האסט שוין איינגעהאלטן אלע הלכות ביז אהער? דו ביסט טאקע אזא שו"ע יוד אז ווען די הלכה זאגט שרייען ביסטו דער ערשטער ארויף צוטאנצן דעראויף און זיך פאסמאקעווען דערמיט?
פארוואס די הלכה פון ת"ח שנמצא רבב איז ביי דיר נישט קיין גאסט?
פארוואס זענען דא נאך צענדליגע הלכות וואס ליגט ביי דיר אין קעשענע אבער די איין הלכה ביסטו מקיים מיט אזא שמחה של מצוה?
הער זיך איין אויליגער, אויף דיין שרייען איז ניכר אז דו ביסט בעצם א אנגעצויגענע צאפ. אן אנגעווייטאגט אידל. דו וואלסט זיכער געקענט באשטיין אז יעצט זאל נאך זיין תשכ"ז און מ'זאל זיך שטיפן אויף בעדפארד עווע.
דו וואלסט געקענט באשטיין אז תשעה באב זאל זיין א גאנצע חודש. פארשטייט זיך נישט די פאסטן חלק, ווייל אויף דיין פיש זאפט ביי שלש סעודות וואלסטו אין דיין לעבן נישט אויפגעגעבן. אבער א-חוץ וואלסטו מסכים געווען מ'זאל ארויסשניידן דעם חודש אדר פונעם אידישן קאלענדער און עס פארטוישן מיט דיין באליבטן חודש אב. דו וואלסט געקענט באשטיין אז אונטער א חופה זאל מען אנשטאט עוד ישמע זינגען עלי ציון.
אבער וויסן זאלסטו ר' איד. ס'איז נאך דא שמייכעלדיגע אידן אויף דעם ערד קוגל. מענטשען גלייכן נאך זייער לעבן.
איך פארלאנג נישט פון דיר אז דו זאלסט טוישן דיין פנים. ניין! דאס איז וואו בעטן פון א קינד ארויסצונעמען די פינגער פון די נאז.
אבער פאר אונז זאל דאס זיין א לעקציע. נישט רעדן אינמיטן דאווענען איז א הלכה, נישט קיין חסידות.
אבער אויב זעהט מען יא איינעם רעדן זאל מען מיט א צובראכען הארץ אים פראבירן שטול צו מאכן. אויב גייט עס חלילה נישט דאן פראבירט מען מיט אביסל א העכערע קול.

אבער די שמחה ביים קענען שרייען אויף יענעם דאס לאז פאר די אידן וואס האלטן די פיאות האלב ארויף געדרייט אויף די אויער וואס די שפיץ שטעקט זיך ארויס פונעם דריי.

וויזאוי האט זיך ר' יענקעלע מ'פשעווארסק אמאל אויסגעדריקט, "איך וואלט געוואלט קענען די צדיקים'ליך וואס לויפן נאך מקיים צו זיין אזאנע מצות"

אגב אז מ'לערנט אין שו"ע איז עס גארנישט אזוי פשוט. נישט איבעראל איז די הלכה פון וגוערים בו. איך ציטיר דא פון שו"ע זאל יעדער זען;

לשון המחבר: לא ישיח שיחות חולין בשעה ששליח צבור חוזר התפלה, ואם שח, הוא חוטא וגדול עוונו מנשוא 'וגוערים בו'.

לשון התניא סי' קכד סי' י:

לא ישיח שיחות חולין בשעה שש"ץ חוזר התפלה ואם שח היא חוטא וגדול עונו מנשוא אפילו יש ט' זולתו, שכל המשיח בבית הכנסת בשעה שהצבור עסוקין בשבחו של מקום מראה בעצמו שאין לא חלק באלה' ישראל ואפי' העוסק בתורה שאינו חוטא כל כך לא יפה היא עושה וכו'

לשון המחבר בהלכות קריאת ספר תורה סי' קמו:

כיון שהתחיל הקורא לקרות בס"ת אסור לספר אפי' בד"ת, אפי' בין גברא לגברא וכו'. וי"א שאם יש י' דצייתי לס"ת מותר לספר.


פון דא איז משמע אז ביים ליינען איז נישטא די הלכה פון וגוערים בו. און פארשטייט זיך אז אויב שטייט נישט אין שו"ע אז מ'מעג איז קלאר אז מ'טאר נישט. ודו"ק.

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דינסטאג מארטש 01, 2011 10:39 am

געלעגער, געוואלדיג!!

סיי די חלק פון דעם איד, וואס געפונט זיך אין כמעט יעדן שוהל
און סיי דאס נישט פארגעסן די הארבקייט פון רעדן ביים דאווענען און ליינען
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 24, 2008 1:23 pm

תגובהדורך הערשי קניהויז » דינסטאג מארטש 01, 2011 11:38 am

געלעגער!!

-

חוקר האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
איך ווייס נישט אויב די מעשה וואס איך גיי דיר זאגן איז אמת, זיי עס מברר.
א איד האט מיר פארציילט בשם ר' יעקל'ע מ'פשעווארסק זי"ע בשם חותנו אז ער האט געזאגט אז ס'איז דא אסאך הלכות אין שולחן ערוך, אבער די הלכה וואס שטייט "וגוערין בו" אויף די וואס רעדן אינמיטן שמונה עשרה, נאר שלעכטע מענטשן כאפן זיך צו דערצו.


אויב יאך מאך נישט קיין טעית זאגט ער עס אויף א טעיפ און ער ענדיגט "דער אויבערשטער האט זיך זיינע רשעים"וד"ל

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » דינסטאג מארטש 01, 2011 12:29 pm

שכוח געלעגער! פיין געזאגט.

עפ"י רוב האבן די סארט מחאות\שרייערייען\שישקערייען קיין שום שייכות צו אידישקייט, ס'איז א פשוטע נערוו. והא ראי', גיי צו צו יענעם און רעד מיט אים וועגן א ענין וואס פאראינטערסירט אים.. זייענדיג טרוד מיטן קוקן אויף יענעם וועט ער עס מאכן גאר קורץ און דיר ענטפערן שנעל מיט איילעניש. טא פארוואס האט ער א מינוט צוריק געשריגן? ווייל יענער שמועס האט נישט געמיינט אים, און זיינע נערוון האבן אים געטריבן שטיל צו מאכן.

פארשטייט זיך, דאס איז שולל 2 סארטן: א ממונה וואס דאס איז זיין אויפגאבע מטעם הקהל, אדער איינער וואס טוט דאס אויף א איידעלן אופן מיט א אמתדיגקייט.

און א ספעציעלן דאנק - געלעגער - פארן אראפברענגען די ווערטער פון שו"ע, ואס איז וויכטיג צו קענען און חזרן.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

פלארידא
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 14, 2010 2:06 pm

תגובהדורך פלארידא » דינסטאג מארטש 01, 2011 1:48 pm

שכח געלעגער, אבער מען קען עס קוקן פון די צווייטע זייט מטבע אויך. שטייט א איד וואס א משפחה מיטגליד, וואלגערט זיך אין בעט פון א קראנקהייט, און מען קומט אין בית המדרש זיך אויסבעטן אישועה, אבער אין די זייט שטייט איינער און שמועסט, וואס ווי אלע ספרים שרייבן, פארמאכט עס די טויערן, סאו דער איד מיט גרויס שוועריקייט שטרענגט זיך אן און פון טיפעניש איז ער ברוגז אויף יענעם, פארוואס ער רעדט ביים דאווענען, און עס טוט אים באמת וויי פארוואס מען רעדט ביים דאווענען.

איין פאני זאך וואס איך קען נישט פארשטיין, זייער אסאך מאל ווען מען זען אז די ממנה אין שול מאכט שטיל, ווערן די שמועסרס ווילד, אז מען דארף נישט דעיס טון און יענץ טון, מען דארף נאר קודם רעדן, און נאכדעם ווינקן, און אזוי פארשידן, פארוואס קענען די מענטשן פשוט נישט פארשטיין צו זיין שטיל ביים דאווענען און פערטיג? אינטערסאנט מענטשהייט...

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » דינסטאג מארטש 01, 2011 2:46 pm

איך דאווען און סאטמאר'ע ביהמ"ד ראדני דארט איז דא צוויי באקאנטע שושקערס איינער איז א ערענסטער איד א איד וואס טוט חסד א גאנצען טאג
און ווען ער שושקעט איז עס נאר אין זיין גלילות און מיט אן ערענסקייט,ווידעראים דער צווייטער איז ממש משוגע לאותו דבר לויפט ארום ווי א מטורף
זוכען א שמועסער און אויב חלילה טרעפט ער נישט וועט ער ארויסלויפן און האלוועי זוכען א שמועסער,חודש תשרי איז ער מלא שמחה א קלייניקייט?
מ'זאגט לדוד ד' רועי נאך א קדיש צו שושקענען, כ'דערמאן זיך נאר ווען בחודש אלול האט האדמו"ר מהרז"ל זייענדיג בשנת האבל נאך זיין מאמען
אויפגעהערט צו זאגן קדיש עקסטער פונעם עולם (פרעגטס מיר נישט פארוואס) איז דער איד ממש נישט געווען ביים זינען אזא חוצפה ? פלוצלונג צו
פארלירען א טוץ מיט קדישים צו שושקענען,
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דינסטאג מארטש 01, 2011 3:01 pm

געלעגער, א שיין שטיקעל ארבעט, נאדיר אזאנס ;l;p-

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג מארטש 01, 2011 3:49 pm

פלארידא האט געשריבן:שכח געלעגער, אבער מען קען עס קוקן פון די צווייטע זייט מטבע אויך. שטייט א איד וואס א משפחה מיטגליד, וואלגערט זיך אין בעט פון א קראנקהייט, און מען קומט אין בית המדרש זיך אויסבעטן אישועה, אבער אין די זייט שטייט איינער און שמועסט, וואס ווי אלע ספרים שרייבן, פארמאכט עס די טויערן, סאו דער איד מיט גרויס שוועריקייט שטרענגט זיך אן און פון טיפעניש איז ער ברוגז אויף יענעם, פארוואס ער רעדט ביים דאווענען, און עס טוט אים באמת וויי פארוואס מען רעדט ביים דאווענען.

אין עבודת ישראל שרייבט דער הייליגער קאזניצ'ער מגיד אז ווען איינער שמועסט אין ביהמ"ד הערט מען נישט אויס די תפילות פונעם גאנצן ביהמ"ד! ווען איינער זאל אייך בא'גנב'ען וואלט איר נישט ארויס פון די גלייזן? איר וואלט זיך געהאלטן ביי מענטשהייט כללים? איר וואלט געקוקט צו ס'שטייט אין שו"ע צו מ'דארף אדער מ'מעג שרייען?
ס'איז אמת אז ס'איז דא געוויסע וואס שרייען נישט ווייל ס'טוט זיי וויי, אבער דער עצם שרייען איז אינגאנצן בארעכטיגט.

געלעגער האט געשריבן: דו וואלסט זיכער געקענט באשטיין אז יעצט זאל נאך זיין תשכ"ז און מ'זאל זיך שטיפן אויף בעדפארד עווע.

איך וואלט אויך גערן געקענט באשטיין צו האבן די געוואלדיגע זכי' זיך צו שטופן צו זעהן די לעכטיגע צורה פון א צדיק אמת, וואויל און לעכטיג איז פאר די וואס האבן טאקע זוכה געווען דערצו! און אפשר איז דאס טאקע די סיבה פארוואס מיר זענען אזוי קאלט צום שמועסן ביים דאווענען?
א גרויסע רחמנות אויף אונז וואס מיר האבן נישט געהאט די זכי' זיך צו ווייקן ביים צדיק אמת, און אסאך א גרעסערע רחמנות איז אויף ווער ס'פארשטייט דאס נישט!

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » דינסטאג מארטש 01, 2011 4:38 pm

הערשי קניהויז האט געשריבן:געלעגער!!

-

חוקר האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
איך ווייס נישט אויב די מעשה וואס איך גיי דיר זאגן איז אמת, זיי עס מברר.
א איד האט מיר פארציילט בשם ר' יעקל'ע מ'פשעווארסק זי"ע בשם חותנו אז ער האט געזאגט אז ס'איז דא אסאך הלכות אין שולחן ערוך, אבער די הלכה וואס שטייט "וגוערין בו" אויף די וואס רעדן אינמיטן שמונה עשרה, נאר שלעכטע מענטשן כאפן זיך צו דערצו.


אויב יאך מאך נישט קיין טעית זאגט ער עס אויף א טעיפ און ער ענדיגט "דער אויבערשטער האט זיך זיינע רשעים"וד"ל





ר יענקעלע האט געזאגט אז אויף דע הלכה פון וגערין בו
האט שוין דער אייברשטער באשאפן סצפעציעלע נשמות
און עס איז נישט פאר יעדען
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » דינסטאג מארטש 01, 2011 6:13 pm

יא אבער וויזוי ווייסט מען ווער עס איז פין די ספעציעלע נשמות ?

אוועטאר
זכר באנדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 16, 2010 11:38 am

תגובהדורך זכר באנדל » דינסטאג מארטש 01, 2011 6:23 pm

געלעגער, יישר כח, שטארק הנאה געהאט!!! ;l;p- ;l;p- ;l;p-

איך קען דיר נישט פונקטליך אנווייזן פארוואס, אבער פאר סאם ריזן זענען דיינע ארטיקלען מיינע פעיוועריטס!

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11906
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מיטוואך מארטש 02, 2011 12:08 am

איי יגעתי, מיר גלייכן אזאנע אידן וואו דו.
זאלסט חלילה נישט הנאה קיין מינוט פון דיין לעבן. מאך זיכער אז דו צודריקסטעך ביזן אפגרונד.
יעדע מינוט פון טאג זאלסטו קלאגן פארוואס דו ביסט נישט געבוירן געווארן מיט א טוץ יארן פריער. זאלסט קוקן אויף יעדע אינגערמאן מיט א קרומע בליק, מ'שטיינס געזאגט, דער האט דאך נישט געזען די אלטע דור...

טייערע מצאתי, לעב מיט היינטיגן מציאות. און וועגן רעדן ביים דאווענען. איך האב נישט אוועק געמאכט פאר קיין רגע די הלכה אין שו"ע. וואס איך האב געשריבן איז אז געווענליך איז עס איין ספעמיפישע סארט איד וואס ער וועט זיך ארויף כאפן אויף די מצוה. דוק ותשכח.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 02, 2011 12:42 am

ים רויבער האט געשריבן:כ'דערמאן זיך נאר ווען בחודש אלול האט האדמו"ר מהרז"ל זייענדיג בשנת האבל נאך זיין מאמען
אויפגעהערט צו זאגן קדיש עקסטער פונעם עולם (פרעגטס מיר נישט פארוואס)

בשעתו האב איך געהערט דעם טעם צוליב ווייל די דין איז אז 'קדיש בתוך שנה' איז נישטא א חיוב אויף יעדן יתום באזונדער נאר איינער קען מוציא זיין דעם צווייטן, דעריבער אויב האט שוין איינער געזאגט קדיש יתום קען שוין א צווייטער נישט זאגן, אבער אויב זאגט מען אינאיינעם הייסט עס ווי יעדער האט געכאפט די זכות איז נישט קיין פראבלעם. דערפאר האט מהרז"ל שליט"א ברוב ענוותנותו אויפגעהערט צו זאגן עקסטער פונעם עולם כדי נישט אוועקצונעמען דעם חיוב פונעם איבריגן עולם, כאטש מנהג העולם איז א רבי זאגט יא עקסטער משום כבודו.


און געלעגער א הערליך ארטיקל כדרכך....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך מארטש 02, 2011 6:52 am

שוועמל האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:כ'דערמאן זיך נאר ווען בחודש אלול האט האדמו"ר מהרז"ל זייענדיג בשנת האבל נאך זיין מאמען
אויפגעהערט צו זאגן קדיש עקסטער פונעם עולם (פרעגטס מיר נישט פארוואס)

בשעתו האב איך געהערט דעם טעם צוליב ווייל די דין איז אז 'קדיש בתוך שנה' איז נישטא א חיוב אויף יעדן יתום באזונדער נאר איינער קען מוציא זיין דעם צווייטן, דעריבער אויב האט שוין איינער געזאגט קדיש יתום קען שוין א צווייטער נישט זאגן, אבער אויב זאגט מען אינאיינעם הייסט עס ווי יעדער האט געכאפט די זכות איז נישט קיין פראבלעם. דערפאר האט מהרז"ל שליט"א ברוב ענוותנותו אויפגעהערט צו זאגן עקסטער פונעם עולם כדי נישט אוועקצונעמען דעם חיוב פונעם איבריגן עולם, כאטש מנהג העולם איז א רבי זאגט יא עקסטער משום כבודו.

אין אנדערע מקומות זאגט די רבי אויך קדיש אליין? (מפי השמועה למדנו אז נישט).

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך מארטש 02, 2011 10:32 am

דער ברך משה זצ"ל געדענק איך פלעגט זאגן עקסטער,מ'זאגט אז רביה"ק זצ"ל פלעגט אויך, כווייס נישט צו דאס איז איבעראל צו אפשר איז עס
א סיגוט'ער מנהג
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 02, 2011 11:23 am

מצד הלכה איז דא א נפ"ק צווישן סתם קדיש בתוך שנה און א קדיש ביום היארצייט, יארצייט איז א שטערקערע חיוב.
אויב דער ברך משה און דברי יואל האבן געזאגט עקסטער(לפחות דא אין אמעריקע) איז עס זיכער געווען א יארצייט צי א קבלה. קען טאקע זיין פון דארט האט זיך אדאפטירט דער מנהג אז דער רבי זאגט עקסטער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לעניית דעתי
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 20, 2009 1:08 pm

תגובהדורך לעניית דעתי » מיטוואך מארטש 02, 2011 11:27 am

וואס מיינט מען דא זאגן 'עקסטער'? כפארשטיי נישט. קען איינער מסביר זיין ביטע? יישר כח.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך מארטש 02, 2011 11:43 am

זאגן עקסטער מיינט, אז קודם זאגט דער רבי קדיש, און דערנאך גאנץ קהל.

איך האב באמת נישט קיין צייט צו שרייבן לאנג, א זאך וואס וואלט זיך דא אויסגעפעלט, באט שטיל שווייגען ווילעך נישט.

און צו אייך ר' געלעגער, אייער ארטיקל איז הערליך, באט אראפ לייגן דעם שרייער אונטער אזא הומאריסטישן אויסזען, וועט נאר אויפטון צו בארעכטיגן דעם שמועס'ער, (אפילו מיט דיין מוסר פארציע דערנאך, דערויף איזער שוין נישט אינטערעסירט, בעליוו מי, ביודעי ומכירי עסקינן) און דאסיז א געפערליכע עוולה, חכמים הזהרו בדבריכם.

איך האב באמת נישט צו סאך צייט, א שאד אז כ'קען נישט מאריך זיין דא.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך מארטש 02, 2011 11:53 am

אז מיר רעדן שוין. איך בין לעצטענס איבעראשט געווארן פון איך הער'ס געוואלדיגע זהירות איבער רעדן אין ביהמ"ד. באמת. גלייבט מיר אז איך בין שטיין געליבן עטליכע מינוט טראכטן דערנאך אויף וואספארא מדריגה ער שטייט. כה לחי!

געלעגער. דיין ארטיקל איז געוואלדיג! דיין שפראך, פעדער. איי.. וואו נעמט מען דאס?!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
לאקשען ברעט
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2007 10:51 am

תגובהדורך לאקשען ברעט » מיטוואך מארטש 02, 2011 11:58 am

איך הער, דיינע ווערטער קען נאך בארעכטיגען דעם שרייער, חכמים הזהרו בדבריכם.

אוועטאר
fishlech
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2011 7:04 pm

תגובהדורך fishlech » מיטוואך מארטש 02, 2011 12:36 pm

בילד

כאב אריבערגעברענגט פון די שול וואס מ'רעדט נישט ביים דאווענען דאס צעטל וואס הענגט דארט אויפן וואנט.
(קרעדיט: לעניית, אדער דער וואס האט אים געשוקט)

געלעגער זיסער, מיר פארשטייען דיר זייער שטארק אז דו ווערסט נערוועז פון די אידן וואס זענען דיר מעורר נישט צו רעדן ביים דאווענען, אבער אפשר האט ער דורכגעטוהן דעם שומר אמונים, און ער האט באשלאסן זיך אנצוטוהן מיט אן עזות דקדושה, אזוי ווי ער זאגט "ותחזק ותאמץ לבך שלא תפחד משום איש ולא תבוש רק תקיים השולחן ערוך....."

עס איז אויך כדאי נאכאמאל אויסצוהערן דעם 'שא שא' ניגון אויפן 'אמן ואמן' סידי, ווי מ'איז אזוי שיין מעורר אידישע קינדער איבער דאס הארבקייט פון רעדן ביים דאווענען און די געוואלדיגע שכר וואס מ'באקומט ווען מ'היט זיך דאס מויל בשעת התפלה, מ'טראכט צוויי מאל איידער מ'רעדט ביי קדיש אדער חזרת השץ און דריי מאל פאר מ'וועט נערוועז פונעם שרייער.

אוועטאר
גלגלשלג
שר חמש מאות
תגובות: 977
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 27, 2010 5:52 pm
לאקאציע: טיף באגראבען

תגובהדורך גלגלשלג » מיטוואך מארטש 02, 2011 4:41 pm

לאקשען ברעט האט געשריבן:יא אבער וויזוי ווייסט מען ווער עס איז פין די ספעציעלע נשמות ?

די וואס שרייען זענען עס זיכער נישט ווייל זיי טוהן עס מיט הנאה אז מען קען איינעם אנשרייען
אדער זענען זיי ארבעטסלאז
(אפשר איז עס יא פאר דע ארבעטסלאזע מענטשען וואס זיכען אביסל אויפמערזאמקייט)
"אדם יסודו מעפר וסופו לעפר" בינו לבינו איז גוט א טרינק בראנפן

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1484
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך מארטש 02, 2011 4:44 pm

ייש"כ הרב פישלעך, גוט ארויסגעברענגט.

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1934
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מיטוואך מארטש 02, 2011 4:50 pm

הרב פישלעך,איר זענט אפשר אן עיזשענט פאר "יגעתי ומצאתי" צו איר ניצט נאר א אנדערע ניק?
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 23731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך מארטש 02, 2011 5:01 pm

די מעשה מיט אפרע מיני איז, אז אפילו נאכדעם וואס איך האב שוין 3 מאל מגיב געווען אין דעם אשכול, איז עס נאך אלץ נישט דורך. סאו איך ריפרעש די פעידזש, און מ'הייבט אן נאכאמאל, אבער דאס מאל זייער קורץ.

געלעגער, טענקס פאר דיין ארטיקל, איך האב זייער הנאה געהאט פון צוויי זאכן.

1 די טאפיק, דו האסט עפעס א וועג פון נעמען "טיפיקל" טאפיק'ס, זאכן וואסיעדער זעהט און מאכט מיט, און עס שיין צולייגן.

2 איז דיינע "אויליגע" אויסדריקן!

און מער פון אלעם, דאס האלטן דעם "קרעטשמע פארום" אויף.

טענקס!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט