שיעורים ע"י "להשיג"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג ינואר 28, 2018 2:00 pm

במח"כ, איך ווייס נישט אויב און וואספארא שייכות ער האט מיט ר' יודל, אבער פון די שיינע פאר אידן וועם איך קען וואס זענען געווען ביי להשיג, וואלטן יעדער פון זיי - לויט ווי איך קען זיי - מדעת עצמם געשריבן די זעלבע און נאך מיט מער אייפער פון וואס ער שרייבט דא, ע"כ איז נישט ריכטיג צו בויען השערות פון דעם אז ער שרייבט אזוי שטארק דערפאר.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג ינואר 28, 2018 3:31 pm

איך בין דארט געווען.

ס'איז נאר גוט פאר איינעם אן קיין נפשיות'דיגע ווייטאגן אדער פראבלעמען. ס'איז זייער גוט צו געבן א שטופ, קוראזש, וכו'. (גיי צו צום עמוד, גיי צו צום עושר, וכו' וכו', און אפילו מער אפשר, צו עפענען א נייע עסק, וכו' וכו'.

זאל זיך נישט קיינער איינרעדן (אדער אנרעדן יענעם) אז דאס איז עפעס מער ווי דעם. אויב איז דא א סיבה וואס ברענגט די נידעריגע זעלבסט שאץ/צובראכנקייט וכו', וועט קוראזש און 'הרגל נעשה טבע' נישט ארבעטן. פינטל. פאר דעם איז דא מומחים.

פאר מיר האט עס נאר געברענגט מער עגמת נפש (אז כ'רור זיך נישט). א מומחה 1-ען-1 האט מיר געהאלפן, און נישט אין אפאר וואכן. ס'גייט נישט אינסטינקטלי.

הייתי שם - ולא נושעתי. (שם).

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג ינואר 28, 2018 3:36 pm

זבולון ווייס האט געשריבן:עס האט מיר געזאגט איינער וואס איז געווען ביי להשיג, אז ער איז געווען אינוואלווד אין געוויסע קעיסעס וואס ער האט געהאלפן, און ער האט געצאלט פאר טעראפי, אז אויב רעכנט מען די ווערד פון להשיג אקעגן וואס ער האט שוין געצאלט פאר אויפבויען מענטשן, איז להשיג ווערד לכה"פ $20,000!

.


STRONGLY DISAGREE.

שיעורים זענען נישט טערעפי און טערעפי זענען נישט שיעורים. כ'וועל אייך פארענטפערן אז יענער איז בכלל נישט געווען קיין נצרך פאר טערעפי, און די שיעור איז געווען וואס ער האט געדארפט.

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » זונטאג ינואר 28, 2018 3:53 pm

STRONGLY AGREE

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5011
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג ינואר 28, 2018 6:42 pm

פאראויס האט געשריבן:איך בין דארט געווען.

ס'איז נאר גוט פאר איינעם אן קיין נפשיות'דיגע ווייטאגן אדער פראבלעמען. ס'איז זייער גוט צו געבן א שטופ, קוראזש, וכו'. (גיי צו צום עמוד, גיי צו צום עושר, וכו' וכו', און אפילו מער אפשר, צו עפענען א נייע עסק, וכו' וכו'.

זאל זיך נישט קיינער איינרעדן (אדער אנרעדן יענעם) אז דאס איז עפעס מער ווי דעם. אויב איז דא א סיבה וואס ברענגט די נידעריגע זעלבסט שאץ/צובראכנקייט וכו', וועט קוראזש און 'הרגל נעשה טבע' נישט ארבעטן. פינטל. פאר דעם איז דא מומחים.

פאר מיר האט עס נאר געברענגט מער עגמת נפש (אז כ'רור זיך נישט). א מומחה 1-ען-1 האט מיר געהאלפן, און נישט אין אפאר וואכן. ס'גייט נישט אינסטינקטלי.

הייתי שם - ולא נושעתי. (שם).

געהערט קראנט פון איינעם וואס איז דארט געווען אז פאר אלעס איז עס מוראדיג (פארשטייט זיך בלויז אויב מ'פאלגט און מ'מאכט גוט די האום ווארק) אבער ווען ס'קומט צו סעלף קאנפידענס/ סעלף עסטיעם ווערט מען עפ"ר נישט געהאלפן.
אבער די גאנצע פעקעדזש איז אייזן !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1026
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג ינואר 28, 2018 7:43 pm

אני הצעיר בין נישט געווען ביי להשיג, אבער איך בין געווען ביי הרב אשר יונה האראוויץ, פאר אכט יאר צוריק,
איך מיין אז סאיז בערך די זעלבע געדאנקען
מיין אקספיריענס איז, עס העלפט א מענטש ארויסגיין פון זיין ''קאמפארט זאון'' ווי ער איז פארשלאסען, אבער נאר אויף די מינוט, ווי לאנג די ווינט בלאזט, ווי לאנג די שרייסט הויעך דיין נאמען, וכו', נאכדעם גייט אלעס צוריק צום אלטען,
בנוסף והוא העיקר, אז געווענליך ווען א מענטש איז פארשלאסען, איז דא עפעס א סיבה, א ווייטאג, א שיטה, וואס האט אים צוגעברענגט צו דעם מצב, און אויב פארעכט מען נישט דעם שורש, האסטו גארנישט געטוהן,
פארשטייט זיך אז אפילו ווען די ארבייטס ''קאגנעטיוו'' דאפסטו נאך אלץ ארבעטן אויף ''ביהעווערעל'' אבער נאר אויסלערנען א מענטש ארויסצוגיין פונעם קאמפארט זאון, עכ''פ מיר האט עס נישט געהאלפען, נישט דעמאלטס, און היינט זיכער נישט,
סאיז דא דרשות פון טרעפליכע בעלי דרשנים, וואס האבען שוין געמאכט א מהפיכה אין מיין לעבן, ווען כהאב געכאפט ווי אזוי איך קען עס אפלייען צו מיר, אין כ'האב אנגעהויבען ארבייטען, אבער די זאכען זעהען מיר אויס צו זיין א ווינט וואס בלאזט,
א חוץ פון דעם איז דא מענטשען וואס דער סיג לחכמה שתיקה איז א גיטע רעסעפי פאר זיי,
אנשטאט צו זיין צופרידען דערמיט, וויל ער זיך העלפען, און ווען זיין חכמה איז בחוץ תרונה,מאכט ער יעדן פילען אומבאקוועם
בכלל אז מ'גייט נישט צו צום עמוד אדער מקען נישט רעדען איז נישט אזא גרויסע פראבלעם נישט יעדער איז א רעדנער
בין איך געווען ביי א שבע ברכות וואס דער מחותן איז געגאנגען צו פראדאקטיוו (איך ווייס) ער האט זיך אויפגעשטעלט רעדן,
ער האט געמאכט יעדן אוםבאקוועם, זיך נישט געקענט דערמאנען קיין פסוקים,
נישט ארויסגעברענט זיין פוינט, מהאט געקלאפט מיט די גלעזלעך און געביסען די נעגל סאיז געווען אומבאטעמט,
אדער דארף ער טעראפי, אדער זאל ער זיך אויפהערן איינצורעדן אז ער דארף קענען רעדן, וזהו

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג ינואר 28, 2018 8:03 pm

סארקאזי האט געשריבן: והוא העיקר, אז געווענליך ווען א מענטש איז פארשלאסען, איז דא עפעס א סיבה, א ווייטאג, א שיטה, וואס האט אים צוגעברענגט צו דעם מצב, און אויב פארעכט מען נישט דעם שורש, האסטו גארנישט געטוהן,
פארשטייט זיך אז אפילו ווען די ארבייטס ''קאגנעטיוו'' דאפסטו נאך אלץ ארבעטן אויף ''ביהעווערעל'' אבער נאר אויסלערנען א מענטש ארויסצוגיין פונעם קאמפארט זאון, עכ''פ מיר האט עס נישט געהאלפען, נישט דעמאלטס, און היינט זיכער נישט,

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5042
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג ינואר 29, 2018 10:46 am

סארקאזי, וויפיל איך פארשטיי איז פראדאקטיוו און להשיג אינגאנצן אנדערש.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג ינואר 29, 2018 11:09 am

בס"ד
סארקאזי האט געשריבן:... העלפט א מענטש ארויסגיין פון זיין ''קאמפארט זאון'' ווי ער איז פארשלאסען, אבער נאר אויף די מינוט, ווי לאנג די ווינט בלאזט, ווי לאנג די שרייסט הויעך דיין נאמען, וכו', נאכדעם גייט אלעס צוריק צום אלטען... בנוסף והוא העיקר, אז געווענליך ווען א מענטש איז פארשלאסען, איז דא עפעס א סיבה, א ווייטאג, א שיטה, וואס האט אים צוגעברענגט צו דעם מצב, און אויב פארעכט מען נישט דעם שורש, האסטו גארנישט געטוהן... ... כ'האב אנגעהויבען ארבייטען, אבער די זאכען זעהען מיר אויס צו זיין א ווינט וואס בלאזט... א חוץ פון דעם איז דא מענטשען וואס דער סיג לחכמה שתיקה איז א גיטע רעסעפי פאר זיי, אנשטאט צו זיין צופרידען דערמיט, וויל ער זיך העלפען, און ווען זיין חכמה איז בחוץ תרונה,מאכט ער יעדן פילען אומבאקוועם בכלל אז מ'גייט נישט צו צום עמוד אדער מקען נישט רעדען איז נישט אזא גרויסע פראבלעם נישט יעדער איז א רעדנער... בין איך געווען ביי א שבע ברכות וואס דער מחותן איז געגאנגען צו פראדאקטיוו (איך ווייס) ער האט זיך אויפגעשטעלט רעדן, ער האט געמאכט יעדן אוםבאקוועם, זיך נישט געקענט דערמאנען קיין פסוקים,
נישט ארויסגעברענט זיין פוינט, מהאט געקלאפט מיט די גלעזלעך און געביסען די נעגל סאיז געווען אומבאטעמט, אדער דארף ער טעראפי, אדער זאל ער זיך אויפהערן איינצורעדן אז ער דארף קענען רעדן, וזהו

שוין געארבייט מיט עטליכע אין דעם געביט, סיי די משפיעים/מדריכים/דרשנים, און סיי די צוהערער.
צו מאכן א לאנגע מעשה אביסל צוגעאיילט,

1) די נקודה אז ס'איז נאר אויף די מינוט און נאכדעם גייט אלעס צוריק צום אלטן איז יא/נישט אמת. דהיינו, די מיטלען וואס מ'נוצט ארבייט, אבער דער מענטש אליינס דארף נאכדעם נעמען די עצות און נוצן ביי זיך נאכאמאל און נאכאמאל. מ'קען נישט נעמען אן ערוואקסענעם אדם השלם פון 20-40-60 יאר און ביז אפאר שעה מאכן פאר א נייע מענטש לעולם ועד. מ'גיט אים צו פארזוכן די וועגן דורך מאכן א נייע מענטש "יעצט," און איינמאל ער זעהט וואס ארבייט פון די שטויס-קראפט ביי די קלאסן קען ער עס נוצן אויף לאנג-טערם. נאר וואס'זשע דען, השאור שבעיסה מעכב. אויסבייגן אן אלטן בוים איז שוידערליך שווער, און דער מוח וואס איז שוין "פולקאם אנטוויקלט" מיט אלע פעטערנס לאזט זיך נישט אזוי שנעל טוישן, און דאס זעהט מען. די קונץ ביי די "מוצלחים" פון אזעלכע קלאסן איז, אז זיי האבן גענומען מער-ווייניגער פון די מאמענטאלע שטויס-קראפט און עס אפעלירט צו זייער רוטינע לעבן אויף ווייטער.

2) די שורש פונעם ווייטאג-שיטה ווערט יא אפיר גענומען ביי גוטע קוואליטי קלאסן. אבער כנ"ל, אז מען מאכט נישט קיין עקסערסייז מעינטענענס גייט דער מוח צוריק צו די פריערדיגע פעטערנס.

3) די נקודה פון "צוגיין צום עמוד" און זיין א "רעדנער" איז איינע פון די גרעסטע (מילד גערעדט, מ'קען נוצן אסאך שטארקערע לשונות דא) טעותים אויף די אלע סארט שיעורים און קלאסן. נישט ווערן משוגע ביים פארשפעטיגן א פלייט אדער ווען קאסטומס לאזט נישט ארויס די קאנטעינאר האט עפעס צו טאן מיט האלטן א דרשה? נישט רופן הצלה ביי אן איי. אר. עס. אודיט אדער נישט איבערדרייען די הויז ביים ערשטן פייף פאר'ן זמן האט צו טאן מיט צוגיין צום עמוד? עס זענען דא מענטשן וואס קענען נוצן אביסל באלאנץ, הדרכה, עצות, אין אסאך ענינים אפילו אלס ערנסטער נגיד און זיידע, און עס נישט קיין שייכות כי הוא זה מיט "דאווענען" אדער "רעדן" ברבים. מ'קען זיך דינגען אפילו אלע נקודות, אפשר זענען די אלע שיעורים ערנסטע שטותים, אבער עס האט מיט דאווענען-רעדן נישט קיין שייכות.

4) והוא העיקר. נישט קיין חילוק וואס-ווער-וויאזוי דער מחותן קען יא אדער נישט רעדן, דארף מען נישט שטערן יענעמ'ס שמחה. און טאקע דאס האט מיך געברענגט צו שרייבן די גאנצע תגובה. אז דער מחותן קען זיך נישט דערמאנען קיין פסוקים אדער ארויסברענגען זיין פאינט, דארף מען נאך נישט "קלאפן מיט גלעזלעך און בייסן די נעגל." איר שרייבט: "אדער דארף ער טעראפי, אדער זאל ער זיך אויפהערן איינצורעדן אז ער דארף קענען רעדן, וזהו." ויש אומרים להיפך. מען דארף טעראפי צו הערן געדולדיג. מ'מעג נאך האבן אזויפיל געדולד אז א בעל שמחה זאל קענען זאגן אפאר ווערטער, אויף זיין וועג, ביי זיין קינד'ס שמחה בשעה טובה ומוצלחת.
לעצט פאראכטן דורך מזל מידיע אום מאנטאג ינואר 29, 2018 2:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » מאנטאג ינואר 29, 2018 11:48 am

יעדער דא שרייבט ריכטיגע נקודות

אבער איין נקודה והיא העיקר, רוב מענטשן שטעלן זיך אריין אין א לעבנסלענגליכע תפיסה פון בלייבן וויאזוי מען איז, מען אנערקענט נישט אין די מציאות אז א מענטש קען זיך העכערן אין אלע געביטן, ברוחניות ובגשמיות, אין ביזנעס, אין ביהמ"ד, מיט חברותא, מיט שלום בית, מיט די קינדער, און מיט זיך אליינס.

און אפי' יעדער ווייסט דאס אין אינפארמעישאן, גלייבט מען נישט עכט דערין. ווייניג מענטשן זעצן זיך אראפ מיט זיך אליינס צו מאכן א 'אמת'ע' רעפארט אויף זיך, מען האט זייער מורא אז מען וועט עפעס דארפן טוהן דערפאר, איך בין גוט וואו איך בין, און טאטש נישט.

און איך גלייב אז יעדער וועט דא מודה זיין, אז יעדער מענטש מעג, קען, און 'מוז' ארבעטן אויף זיך צו ווערן בעסער, ווייל אויב נישט וואס זוכט מען דא בכלל...

איך בין געווען ביי להשיג, און דאס איז מיר געווען זייער א גרויסע הילף צו אנאליזירן זיך אליינס, און צילן צו ארבעטן אויף מיינע לעכער, און דאס האט מיר ארויפגעברענגט זייער גרויסע סטעפס, פיהל מער וואס איך האב געטראכט, ויה"ר איך זאל ווייטער קענען אנקומען בעז"ה.

געבויעט אויף מיין עקספיריענס זאג איך פאר יעדן וואס פארשטייט אז מען קען זיך בויען, און וויל דאס טוהן, אז מיטן גיין צו להשיג קענט איר זייער שטארק מצליח זיין.

יא! איר קענט דאס אליינס אויך טוהן, אבער להשיג קען אייך זייער שטארק העלפן אנצוקומען צו אייער ציהל!

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1026
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג ינואר 29, 2018 1:39 pm

הרב מזל מידיע שליט''א
אן אריינגיין אין וויכוחים איבער דעם נושא, וויל איך נאר קלאר שטעלן, אז איר האט זיך ארויף געכאפט אויף א זייטיגע זאך,
קיינער האט נישט געמאכט קיין בזיונות פארען מחותן, די מענטשען זענען נאר געווען אומבאקוועם,
אזוי ווי ווען איינער שטאלפערט זייער שטארק ל''ע , און ער הייבט אן צו רעדן צו דיר, און ער פארהאנקעט זיך, ער קען נישט רעדן ווייטער,
וואס טוט איר??? אדער פארדרייט איר דעם שמועס, אדער האקט איר אים איבער,
איר לאזט נישט קיין טויטע שטילקייט, און קוקט אים ווייטער אין פנים ריכטיג ?
דאס האב איך געמיינט
איך ווייס נישט וואס נאך איר האט פארשטאנען פון מיינע ווערטער, ואתכם הסליחה

יודע מחשבות
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:23 pm

הכרת הטוב

תגובהדורך יודע מחשבות » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 1:23 pm

קודם כל בראשית דברי וויל איך ארויס געבן מיין הכרת הטוב פאר אלע טייערע ניקס כל אחד בשמו הטוב יבורך, די מעלה און אויפטוה פון זיך אדורך שמועסן אידן אינאיינעם איז אין לתאר ואין לשער, "למען אחי ורעי אדברה נא" מ'ווערט קלאר אין וואס פארא עניין און נושא מ'איז אלץ מסופק,
איך אלץ א נייע פרישער משפחה מיטגליד אין די וועלט בארימטער "אידישער וועלט ניקס פאמילייע" בין איך נאכנישט גענוג רעדי צו אריין שרייבן מיינע מיינונגען אין די פארשידענע אשכולות ווייל איך בין נאך פארנומען צו ליינען אלע "דִּבְרֵי פִי־חָכָם חֵן וְשִׂפְתוֹת כְּסִיל תְּבַלְּעֶנּוּ" פון כל אחד ואחד.... יא, אפילו פון א תגובה בבחי' "שפתות כסיל" קען מען זיך לערנען..
באט, עוד חזון למועד....
יעצט צום פוינט. כהאב שטארק חשק צו א טייל נעמען אין הרב מעלבערס שיעורים [איך קען אים אביסל מער פון די נאנט אלס א גבאי זומער אין איינע פון די קאנטריס]
אבער איין זאך איז אביסל נישט קלאר, אז ס'מאכט זיך און איך מוז פארפעלן איינע פון די שיעורים אין די סערייע גייט עס עפעקטן די אנדערע???
ס'קעניינעהארע דא חתונות בשפע און אזוי אויך נאך פארשידענע סיבות שונות ומשונות וואס קענען זיך מאכן אז איך וועל נישט קענען אטייל נעמען אין א וואכעדיגער שיעור
ני... וואס טוהט מען? א דאנק טייערע ניקס שיחי'
בעפאר דו טראכסט, טראכט גוט אריין וואס דו גייסט יעצט טראכטן און צו ס'לוינט דיר צו טראכטן אזוי...

אוועטאר
רינדעכיג
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: וואו נישט

תגובהדורך רינדעכיג » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 1:43 pm

די וואך איז צוגעגאנגן איינער ביינונז אין ס'מדרש, א איד וואס האט נאךקיינמאל נישט געדאווענט פארן עמוד.
זיין דאווענען איז גראדע געווען גאנץ באטעמט צו הערן,
פרעג איך דעם גבאי'ן וואס האט פאסירט מיט אים?
דערציילט ער מיר אז דער איד קומט אהן פרי די וואך און קומט צו צי מיר און מורמעלט מיר אריין אין אויער אז די וואך דאווען איך פארן עמוד!
למה? פרעג איך אים אזוי פארוואונדערט
איך קלער די וואך אנצוהייבן גיין צו להשיג איך וויל זאלסט מיר זאגן נאכן דאווענען צו ס'גייט נישט זיין קיין חב לאחרינא...
די חסימה באטן איז גרייט, ווער ס'האט נישט קיין איבעריגע צייט צו טראכטן פארן שרייבן וועט ווערן נחסם...

(קרעדיט: @וויכי)

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 5:49 pm

יודע מחשבות האט געשריבן:קודם כל בראשית דברי וויל איך ארויס געבן מיין הכרת הטוב פאר אלע טייערע ניקס כל אחד בשמו הטוב יבורך, די מעלה און אויפטוה פון זיך אדורך שמועסן אידן אינאיינעם איז אין לתאר ואין לשער, "למען אחי ורעי אדברה נא" מ'ווערט קלאר אין וואס פארא עניין און נושא מ'איז אלץ מסופק,
איך אלץ א נייע פרישער משפחה מיטגליד אין די וועלט בארימטער "אידישער וועלט ניקס פאמילייע" בין איך נאכנישט גענוג רעדי צו אריין שרייבן מיינע מיינונגען אין די פארשידענע אשכולות ווייל איך בין נאך פארנומען צו ליינען אלע "דִּבְרֵי פִי־חָכָם חֵן וְשִׂפְתוֹת כְּסִיל תְּבַלְּעֶנּוּ" פון כל אחד ואחד.... יא, אפילו פון א תגובה בבחי' "שפתות כסיל" קען מען זיך לערנען..
באט, עוד חזון למועד....
יעצט צום פוינט. כהאב שטארק חשק צו א טייל נעמען אין הרב מעלבערס שיעורים [איך קען אים אביסל מער פון די נאנט אלס א גבאי זומער אין איינע פון די קאנטריס]
אבער איין זאך איז אביסל נישט קלאר, אז ס'מאכט זיך און איך מוז פארפעלן איינע פון די שיעורים אין די סערייע גייט עס עפעקטן די אנדערע???
ס'קעניינעהארע דא חתונות בשפע און אזוי אויך נאך פארשידענע סיבות שונות ומשונות וואס קענען זיך מאכן אז איך וועל נישט קענען אטייל נעמען אין א וואכעדיגער שיעור
ני... וואס טוהט מען? א דאנק טייערע ניקס שיחי'

ניין געווענלעך עפפעקט עס נישט אנדערע שיעורים און מען קען עס איבערנעמען ביי א שפעטערע סייקל

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 6:12 pm

רינדעכיג האט געשריבן:די וואך איז צוגעגאנגן איינער ביינונז אין ס'מדרש, א איד וואס האט נאךקיינמאל נישט געדאווענט פארן עמוד.
זיין דאווענען איז גראדע געווען גאנץ באטעמט צו הערן,
פרעג איך דעם גבאי'ן וואס האט פאסירט מיט אים?
דערציילט ער מיר אז דער איד קומט אהן פרי די וואך און קומט צו צי מיר און מורמעלט מיר אריין אין אויער אז די וואך דאווען איך פארן עמוד!
למה? פרעג איך אים אזוי פארוואונדערט
איך קלער די וואך אנצוהייבן גיין צו להשיג איך וויל זאלסט מיר זאגן נאכן דאווענען צו ס'גייט נישט זיין קיין חב לאחרינא...

די ווערטל איז גראדע גוט, אבער זאג מיר נאר נאך פסח אויב דער אינגערמאן גייט טאקע אנהייבן כסדר צו צוגיין...

לויט מיין ידיעה אין "להשיג" גייט עס בכלל נישט זיין אזוי, אחוץ אויב איז ער טאקע א גוטע בעל תפילה און ער וואלט מילא צוגעגאנגען...

(איך רעד דייקא פון "להשיג", און נישט פון אנדערע וואס שיינען ענליך דערצו)

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4552
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:59 am

ביז איך דער איינציגסטער וועם די עדס און שמועסן איבער להשיג דערמאנט פון 'סטים מעדזשיק'?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2692
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:22 am

קום אריין קלארער איבער סטיעם מעדשיק...

דו האסט געשטעלט זייער א גרינגע טשעלענדש.. נאר איינער דארף אגריען מיט דיר און דו ביזט שוין נישט דער איינציגסטער..
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:17 pm

באקומען אין אישי פון איינע פון די פראמינענטע מעמבערס בתוכינו.

(ווייס איך נישט וואס ער שעמט זיך עס אליינס ארויפצולייגן... זעהט אויס אפילו נאכן דורכגיין די "להשיג" קורסן קען מען זיך נאכאלץ שעמען....)


אלץ איינער וואס איז דורך געגאנגען די קלעסעס פון להשיג, וואלט איך געוואלט לייגן דא מיין עקספיריענ'ס מיט זאכן וואס האבן געטוישט די סדר החיים פון מיר.

איך בין זייער אקטיווע פערזאן ב"ה, איך ארלעידיג סיי איז ביזנעס אין סיי אין עסקנות זאכן וואס אנדערע וואלטן זיך געוואנטשן צו טאן, אבער מע פלעגט זאגן אויף מיר "אר מיי וועי, אר די הארד וועי", מע זאגט עס שוין נישט מער!

איך בין נישט געגאנגען דארטן וועגן איך וואלט געוואלט צוגיין צום עמוד אדער האלטן דרשות, וואס דאס טו איך עניוועי אלץ איינער מיט איבער געגאסענע סעלפ'ס קאנפידענ'ס, איך בין אהין געגאנגען נאכדעם וואס א שטארקע דורך פאל איז געשען צו מיר אין איך האב מיר נישט געקאנט בארואיגן, אין זיך נישט געקאנט ארויס דרייען דערפון, אין בעיקר עס געוואלט פראוועטן פאר די פויטעשר.

זייט איך בין דארטן געווען האבן אלע מיינע ארבייטער'ס "ליב" זייער ארבעט, איך קום אן סך מער איבערן טאג, מיינע דרשות ווערן געהערט מיט ספעציעלע אינטערעסע אדאנק זיך קענען בעסער צוגרייטן, מיינע ביזנעס אינטערעסן זענען שטערקער ווי די אינטערעסן פון מיין קאמפעטישן, וכו'.

ניין דאס איז אוסדריקלעך נישט געמאכט פאר מענטשן וואס האבן נישט קיין טראפ קאנפידענ'ס צו זאגן זייער מיינונג אין פאבליק צו פאר די אייגענע משפחה, דאס איז פאר געזינטע מענטשן וואס ווילן נעמען זייער לעבן צו נעסט לעוול אין קיינער ארום וויסט נישט אין כאפט נישט וואס דא קומט פאר חוץ די מענטש די אליין.

רעקאמענדעט פאר יעדן


פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:41 pm

אלס א געליטענער...

הייתי שם ולא נושעתי...

די שיעורים זענען א גוטע באאס"ט. אבער קען 'נישט' פיקסן זאכן. ודא עקא אז רוב מאל קומט עס פון שורש'דיגע זאכן וואס דארפן א ספעציפישע קע"ר און זיך דערגרינטעווען דערצו. מים עמוקים עצה בלב איש. ס'גייט נישט אזוי מיט שיינע שיעורים'לעך.

איינער וואס דארף נאר א שטופ אדורכצוברעכן בושה, צוגיין צום עמוד, וכו' אבער ער שפירט באקוועם מיט זיך בעצם, ער איז בעצם שטארק, קען עס אפשר זיין גוט. אבער כנ"ל אסאך מאל אויב נישט רוב מאל זענען זאכן טיף.

די טיפע קלארע שיעורים פון ר' שרגא פליישמאן קען 'מיין איך' ארבעטן פאר רוב מענשטן בעסער. די פראבלעם איז נאר אז ס'איז בחינם, מ'צאלט נישט פונצן מאות דערפאר, ממילא האט מען נישט די קאמיטמענט. אבער טעמו וראו כי טוב. (גוגל שרגא פליישמאן פאר מערערע אייוועלט אשכולות אודותיו).

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:43 pm

בקיצור, פאר מענטשן וואס דארפן נישט קיין טשעינדש בנפש, נאר -לדוגמא- א צוגאנג פאר ארבעטער,פאר זיי איז עס געוואלדיג (אויב זיי קענען פאלגן.. און זיך האלטן דערצו.)\

נישט פאר נפש.

לעב ריליסטיש
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:12 pm

תגובהדורך לעב ריליסטיש » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:33 pm

טייערע חברים אפשר וויסט איר וועלכע שיעורים זענען
בעסער להשיג אדער פירדאקטיוו?

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 10:55 pm

Lhasig
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

לעב ריליסטיש
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:12 pm

תגובהדורך לעב ריליסטיש » מאנטאג נובעמבער 25, 2019 11:12 pm

dont care האט געשריבן:Lhasig

ווייל זיי האבן שענערע עדס ?
אדער ווייל זיי ?

אוועטאר
dont care
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 12:49 am

I was by both and my belive is that Lehasig is more powerful and much more effective
(Now I do care)אויב שרייב איך אין ענגליש דאן זיי מיך דן לכף זכות אז איך קען נישט יעצט שרייבן יודיש

לעב ריליסטיש
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:12 pm

תגובהדורך לעב ריליסטיש » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 9:41 pm

dont care האט געשריבן:I was by both and my belive is that Lehasig is more powerful and much more effective

יישר כח
היות איי דא קער אפשר קענסטו טאקע אביסל קלאר מאכן
די מעלות אין חסרונות


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט