כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאנטרי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 9:45 pm

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך קאנטרי » פרייטאג יולי 24, 2020 7:29 am

זיי זענען אין מלחמה צושטאנד מיט מד''י העלפענדיג מצרים פאר גארנישט און דא הארגענען זיי מיסלעעמענער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:41 am

דער אמעריקאנער קאנגרעס האט נעכטן געשטימט מיט אן איבערוויגנדע מערהייט צו פארבאטן אריינברענגען קיין אמעריקע אזעלכע פּראדוקטן וואס ווערן פּראדוצירט אין די צוואנגס-ארבעט לאגערן אין דעם שינזשענג ראיאן אין כינע.

די טראמפּ אדמיניסטראציע האט לעצטנס פארשטערקערט דרוק אויף כינע אז זיי זאלן אפּשטעלן אירע יומען רייטס פארלעצונגען אין שינזשענג, וואו זיי האלטן אונטער כמעט-ארעסט מיליאנען ווייגער-מוסולמענער. די אפּשטימונג אין קאנגרעס איז אריבער 406 קעגן 3.

דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך שיעלע בהמה » מיטוואך סעפטעמבער 23, 2020 11:43 am

פעיק ניוז האט געשריבן:דער אמעריקאנער קאנגרעס האט נעכטן געשטימט מיט אן איבערוויגנדע מערהייט צו פארבאטן אריינברענגען קיין אמעריקע אזעלכע פּראדוקטן וואס ווערן פּראדוצירט אין די צוואנגס-ארבעט לאגערן אין דעם שינזשענג ראיאן אין כינע.

די טראמפּ אדמיניסטראציע האט לעצטנס פארשטערקערט דרוק אויף כינע אז זיי זאלן אפּשטעלן אירע יומען רייטס פארלעצונגען אין שינזשענג, וואו זיי האלטן אונטער כמעט-ארעסט מיליאנען ווייגער-מוסולמענער. די אפּשטימונג אין קאנגרעס איז אריבער 406 קעגן 3.

דעילי איד

סאיז מוראדיג, דאס לאנד איז פאראייניגט לייק נעווער ביפאר..

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך מארטש 10, 2021 10:58 am

"כינעזער אויטאריטעטן האבן 'פארלעצט יעדע פארבאטענע אקט' אונטער די יו-ען פעלקער מארד פּראטאקאלן מיט זייער באהאנדלונג פון דער ווייגער מוסולמענער באפעלקערונג אין די ארטיגע שינזשיענג פּראווינץ".

די באשולדיגונג איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך די זעלבסטשטענדיגע "ניוליינס אינסטיטוט" וועלכע האט אויסגעפארשט אלע פעלער און באווייזן פון די כינעזער רעזשים'ס ארבעטס לאגערן און אנדערע פּאגראמען קעגן די ווייגער מוסולמענער בירגער.


דעילי איד
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

כ''ק אדמו''ר
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 07, 2021 6:23 am

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך כ''ק אדמו''ר » זונטאג מאי 09, 2021 4:46 am

שיעלע בהמה האט געשריבן:פנחס גלויבער האט לעצטנס געגעבן א שמוס איבער דעם, סאיז האר אויפשטעלנד וואס ווערט אפגעטון היינט אין יארע 2020

ביטע אויב מקען שרייבן ווי מקען הערן די שמועס ? שכח

מסתמא
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2021 6:59 am

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך מסתמא » פרייטאג יוני 11, 2021 6:43 pm

פרישע באריכט דעקט אויף דעטאלן פון פייניגונגען און "קאווער אפּ" דורך די כינעזער רעזשים אין אירע לאגערן‎

דער באַריכט איז צוזאַמגעשטעלט געוואָרן דורך די "אַמנעסטי אינטערנעשאָנעל" גרופּע, וואו זיי ברענגען עדות'שאַפט פון געוועזענע אַרעסטאַנטן אין די לאַגערן, וואָס דערציילן אַז די פּאָליציי דאָרט פירט דורך ברוטאַלע פּייניגונגען און צוואַנגס אַרבעט. אויך דערציילט דער באַריכט אַז די כינעזער רעגירונג איז געוואָרן דערשראָקן מיט א צייט צוריק ווען דעטאַלן האָבן אָנגעהויבן אַרויסרינען פון די לאַגערן, אַז פאַר לאַנגע טעג האָבן אַגענטן פאַרברענט הויפענעס און הויפענעס דאָקומענטן און רעקאָרדס.

אידיש 24

אוועטאר
שפרינגען
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך שפרינגען » זונטאג יוני 13, 2021 11:37 am

מסתמא האט געשריבן:פרישע באריכט דעקט אויף דעטאלן פון פייניגונגען און "קאווער אפּ" דורך די כינעזער רעזשים אין אירע לאגערן‎

דער באַריכט איז צוזאַמגעשטעלט געוואָרן דורך די "אַמנעסטי אינטערנעשאָנעל" גרופּע, וואו זיי ברענגען עדות'שאַפט פון געוועזענע אַרעסטאַנטן אין די לאַגערן, וואָס דערציילן אַז די פּאָליציי דאָרט פירט דורך ברוטאַלע פּייניגונגען און צוואַנגס אַרבעט. אויך דערציילט דער באַריכט אַז די כינעזער רעגירונג איז געוואָרן דערשראָקן מיט א צייט צוריק ווען דעטאַלן האָבן אָנגעהויבן אַרויסרינען פון די לאַגערן, אַז פאַר לאַנגע טעג האָבן אַגענטן פאַרברענט הויפענעס און הויפענעס דאָקומענטן און רעקאָרדס.

אידיש 24

לויט מערערע באריכטן ארויס פון דער G7 זיצונג האט פרעזידענט ביידען אויסגעניצט דער וויקענד ביים סאמיט צו לייגן גאר שטארקע דריק אויף וועלט פירער צו נעמען גאר שארפע שריט אקעגן טשיינע, און איינער פון די הויפט סיבות וואס ביידען האט געניצט צו דריקן אויף וועלט פירער אס מען קען מער נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט איז געווען זייערע שרעקליכע פייניגונגען אין זייערע לאגערן, און אקעגן ספעציפישע שבטים
לויט א רעפארטער ביים סאמיט איז ביידען ממש געווען אבסעסירט מיט די טשיינע נושא און נישט געלאזט די טעמע אראפגיין פון טיש ביז די וועלט פירער האבן מסכים געווען און אפגעמאכט צו גיין מיטן שארפסטן אקעגן טשיינע, דער אפמאך איז געווען אינטער פארמאכטע טירן
פאר אונז בלייבט נאר איבער צוצוקוקן מיט הנאה ווי אזוי אמעריקע איז צוריק אין שפיץ פון די וועלט, און נאך 4 יאר רעדן, און ענדליך דא א פרעזידענט מיט "עקשן"

אוועטאר
הענדימען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7487
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך הענדימען » זונטאג יוני 13, 2021 1:09 pm

1) דערווייל האלט עס נאכאלץ ביים רעדן
2) מיר איז וויכטיגער אז דער פרעזידענט זאל טוהן פאר אמעריקאנער וואס פארלירן זייער געלט דורך די כינעזער ווי פאר פאר פארפייניגטע כינעזער איינוואוינער. אויב קען ער טוהן ביידע אידאך זיכער גוט אבער היות ס'קוקט נישט אויס אזוי זאל ער מוחל און געדענקען אז ער איז פרעזידענט פון אמעריקע און נישט פון די יו ען
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

אוועטאר
שפרינגען
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך שפרינגען » זונטאג יוני 13, 2021 1:19 pm

הענדימען האט געשריבן:1) דערווייל האלט עס נאכאלץ ביים רעדן
2) מיר איז וויכטיגער אז דער פרעזידענט זאל טוהן פאר אמעריקאנער וואס פארלירן זייער געלט דורך די כינעזער ווי פאר פאר פארפייניגטע כינעזער איינוואוינער. אויב קען ער טוהן ביידע אידאך זיכער גוט אבער היות ס'קוקט נישט אויס אזוי זאל ער מוחל און געדענקען אז ער איז פרעזידענט פון אמעריקע און נישט פון די יו ען

זעט אויס די האלטסט נישט מיט די נייעס, מיט ביידענ'ס באי אמעריקען עקזעקטיוו ארדער האט ער פארזיכערט אז די פעדראלע רעגירונג אין אלע אירע אגענטורן מעגן נאר קויפן אין אמעריקע - נאך וואס אינטער טראמפ האט די אמעריקאנע רעגירונג, טראמפס אייגענע רעגירונג - געשטאפט אויסלענדישע פירמעס מיט געלט אנשטאט שטיצן אמעריקאנער, און ביידענ'ס הויפט זאך איז קאנקערירן מיט טשיינע אויף די עקענאמיע, און אגב אויך זיך אנעמען פאר די געפייניגטע דארט
האלט מיט די נייעס וועסטו זען וואס עס מיינט א אמעריקע ערשט, אמעריקע אן שפיץ פרעזידענט

אוועטאר
הענדימען
שר שבעת אלפים
תגובות: 7487
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך הענדימען » זונטאג יוני 13, 2021 1:43 pm

באי אמעריקען איז נישט קיין שלעכטע געדאנק. אין פאקט איזעס א טריט אין די ריכטיגע דירעקציע

אבער ווען כינע טוט אפיציעל טרעטן אויף אינטערנאציאנאלע טרעיד געזעצן און אפמאכן איז נישט די ענטפער זיך מחזק זיין ביי זיך אינדערהיים

זאל ער עס נעמען כאטש אזוי ערנסט ווי זייערע מענטשן רעכט פארלעצונגען
אויב טראכסטו אז איך קען בייהילפיג זיין, ביטע ציטיר מיר

אויב שפירסטו באליידיגט פון מיר, ביטע ליין איבער מיט א שמייכל

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יוני 13, 2021 1:48 pm

״און נאך 4 יאר רעדן, און ענדליך דא א פרעזידענט מיט "עקשן
"

סתם לחידודא בעלמא - רעדן שטרענג מיט וועלט לענדער הייסט רעדן אדער גענומען עקשען?!

א פלא וואו פארטייאישקייט קען האבן א דירעקטע השפעה אויפן מענטשליכע שכל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html

אוועטאר
שפרינגען
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 30, 2020 12:45 pm

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך שפרינגען » זונטאג יוני 13, 2021 2:01 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:
״און נאך 4 יאר רעדן, און ענדליך דא א פרעזידענט מיט "עקשן
"

סתם לחידודא בעלמא - רעדן שטרענג מיט וועלט לענדער הייסט רעדן אדער גענומען עקשען?!

א פלא וואו פארטייאישקייט קען האבן א דירעקטע השפעה אויפן מענטשליכע שכל

ווען דעם שרייב איך אז דארט איז אפגעשמועסט געווארן א מהלך ווי אזוי די וועלט לענדער גייען צודריקן טשיינע

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: כינע אונטערדריקט א גאנצע פאלק, "די וויעגערס", און די וועלט שווייגט

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג יוני 13, 2021 2:05 pm

שפרינגען האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:
״און נאך 4 יאר רעדן, און ענדליך דא א פרעזידענט מיט "עקשן
"

סתם לחידודא בעלמא - רעדן שטרענג מיט וועלט לענדער הייסט רעדן אדער גענומען עקשען?!

א פלא וואו פארטייאישקייט קען האבן א דירעקטע השפעה אויפן מענטשליכע שכל

ווען דעם שרייב איך אז דארט איז אפגעשמועסט געווארן א מהלך ווי אזוי די וועלט לענדער גייען צודריקן טשיינע


יא יא
פון דעם רעד איך דאך
ווען דער שכל ווערט איינזייטיג הייסט ״אפגעשמיסט״ עקשען

אמאליגע צייטן ווען מענטשן זענען נאכנישט געווען אזוי איינזייטיג פלעגט אפשמיסן הייסן דיבורים און פאקטישע סאנקציעס / טעריף׳ס וכו הייסן עקשען
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr


בימי קורונה, געדענקט צו האלטן די קאפ גראד!!
ווערט נישט פארשלעפט פון געפילן

צו פארשטיין די צוגאנג פון מנהיגי ישראל ליינט דא:
https://www.kikar.co.il/375894.html


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AhrefsBot, כ'לאך און 8 געסט