וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מומחה יוחס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4958
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג מאי 04, 2021 9:07 pm

איך בין אהיים געקומען בערך 6:55 הער איך עפעס פין מיינע קינדער אז עפעס א פארענצע איז צוזאם געפאלן אין מירון אין דא 4 טויטע ל''ע וכו' האב איך נישט געוואלט גלייבן האב איך געפרעגט מיינע קינדער פין ווי האבן זיי געהערט האבן זיי געזאגט פין חברט'ע'ס וכו', האב איך געזאגט מיין בני בית מסתמא איז גוזמאות איך גלייב נישט...
שפעטער געגאנגען אין בית המדרש צו די סעודת הילולא... אין יא... ליידער געהערט דאס שרעקליכע אבער מען האט גערעדט פין 15 געהארגטע אויך געוועהן צו סאך פאר מיר... שפעטער אינמיטן סעודה האט איינער זיך אנגערופען אז מען רעדט פין קרוב צו 40 געהארגטע אויי אוי אוי דאס האט מיר אוועק געלייגט דער מעריב דערנאך איז געוועהן אזוי ווי נעילה יום כיפור בעיקר האב איך איינגעריסן פאר די אלע חולי ישראל וכו' אין איך בין אהיים געקומען נישט געגאנגען צו קיין הדלקות.... געפענט די כלי אין געזעהן וואס עס גייט פאר אין די וועלטל דא... ימ'ן פין טרערן האבן זיך געגאסן פין מיר וכו' שוין נישט געשלאפן פאר די נאכט אפי' ווען כ'בין שוין נישט געוועהן ביי די כלי נישט געקענט שלאפן אוייייי אוייייייי עס איז זייער שווער..
איך בין די פרעזידענט פון אמעריקא

געבורטסטאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך געבורטסטאג » דינסטאג מאי 04, 2021 9:08 pm

פארענדיגט דעם זעקסע מנחה ווען אין פאליש האט עפעס גערודערט, אבער כהאב מיר צוריקגעיאגט אין אפיס צוצונדיגן עפעס. פארן ארויסגיין האב איך געעפנט די טעב וואס האט געשפילט מירון פון אינדערפריה און אנשטאט טענץ זעה איך הונדרעטע אידן דרייען זיך אהין און צוריק און פרובירן מאכן פאון קאללס איינמאל און נאכאמאל.. א מינוט שפעטער האב איך באקומען א קליפ פון קערפערס באדעקט מיט זילבער פאפיר און כבין פארפרוירן געווארן ביז שבת ביינאכט באשמורות ווען מיט מיין וויינעדיגע קליין פיצל קינד אין די האנט האב איך אויסגעפלאצט ווי א בעיבי.

אוועטאר
טישטוך
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג מאי 04, 2021 9:09 pm

גערופן איינעם און געמאכט א גלייכווערטל אבער ער האט נישט געלאזט, איך האב געהערט אז ער איז נישט ביי זיך, ״וואס גייט פאר?״ האב איך געפרעגט.

״קוק נישט קיין סטאטוס ביז מארגן״ איז געווען דער ענטפער.

איך האב ווידערשפעניגט און יא געקוקט, און טאקע חרטה געהאט, און געוויינט און געוויינט ביז יעצט.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

פאזעטיווער
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 16, 2020 3:39 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך פאזעטיווער » דינסטאג מאי 04, 2021 9:12 pm

אזוי גוט האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:געזעצן ביי מיר אין אפיס, און געליינט אייוועלט בענאזאם מיטהאלטן'דיג די תולדות אהרן הדלקה לעבעדיג, ווען פלוצים פאנגט אן צו שטורעמען תגובות, אזאש אז איך בין פארגליווערט געווארן,

אהיים גייעדיג האב איך געזען מענטשן פריילעך און מינטער, נישט וויסנדיג וואספארא בשורות איוב קומט אריין, מיין קאפ איז מער נישטא געווען,
כ'האב ממש נישט געקענט וואקן גראד!

גא"מ

קרעימיש קעיק
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 02, 2021 6:32 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך קרעימיש קעיק » דינסטאג מאי 04, 2021 9:13 pm

פאזעטיווער האט געשריבן:
אזוי גוט האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:געזעצן ביי מיר אין אפיס, און געליינט אייוועלט בענאזאם מיטהאלטן'דיג די תולדות אהרן הדלקה לעבעדיג, ווען פלוצים פאנגט אן צו שטורעמען תגובות, אזאש אז איך בין פארגליווערט געווארן,

אהיים גייעדיג האב איך געזען מענטשן פריילעך און מינטער, נישט וויסנדיג וואספארא בשורות איוב קומט אריין, מיין קאפ איז מער נישטא געווען,
כ'האב ממש נישט געקענט וואקן גראד!

גא"מ

גא"מ

אוועטאר
נשמה
שר ששת אלפים
תגובות: 6040
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 04, 2021 9:19 pm

איך בין געקומען פון ערגעץ און איידערן אריינקומען אין מיין אפיס'ל, באגעגן איך מיין דערנעבנדיגער שכן וואס זאגט מיר, דו ווייסט, עפעס איז געשעהן אין מירון, ס'איז צאמגעפאלן א פארענטשע, אפשר האט ער אויך געזאגט אז ס'דא 'טו...'.

איך קום אריין דא אויף אייוועלט, ס'איז געווען בערך 6:30 איך האב געהאפט אז מ'גייט זאגן אז ס'איז נישט דא חלילה געשטארבענע, מ'האט נאר געמיינט, אבער נאכדעם האב איך געזעהן די נייעס, און איך האב אנגעהויבן זאגן תהלים פון אשרי, ווען טרערן גיסן פון מיינע אויגן אזוי ווי פון די אויגן פון גאנץ כלל ישראל וואס האבן דאס געהערט, ביז בערך קאפיטל עג אדער עד. ווען במשכ'ן תהלים כאפ איך אריין צו בליקן אויף די אפדעטס.
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דינסטאג מאי 04, 2021 9:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
פופציגער
שר האלף
תגובות: 1731
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: אט דא איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך פופציגער » דינסטאג מאי 04, 2021 9:20 pm

/
לעצט פאראכטן דורך פופציגער אום מיטוואך מאי 05, 2021 1:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגער'ס צוזאמגעקליבן פון דעם וועלטל

- האלט אייך נישט צוריק פון קאמענטירן! -

זייטס געזונט און האלטס אייך פריש!

עבד אברהם
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 23, 2020 5:21 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך עבד אברהם » דינסטאג מאי 04, 2021 9:21 pm

בערך 7:00 אווענט דא אויף די וועלטעל

איש חמודות
שר האלף
תגובות: 1751
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך איש חמודות » דינסטאג מאי 04, 2021 9:22 pm

לכאורה האט געשריבן:דאן האב איך שוין געזען אויף די אייוועלט אימעיל גרופע א שמועס, און פון דארט האב איך אריינגעטאנצט אין אייוועלט

ילמדנו רבינו, וואס איז דאס אייוועלט אימעיל גרופע?

אוועטאר
גרשון
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 04, 2021 9:33 pm

געווען טויט (לעבעדיג ב"ה) ביזי ביז אין דער נאכט אריין. איך האב אריינגעטשעקט צו מנחה-מעריב און גלייך געפלויגן ווייטער, נישט אויסטוישנדיג קיין ווארט מיט קיינעם. איך האב נישט קיין וואטסעפ, און איך בין נישט אויפגעסיינט צו באקומען ברעיקינג טעקסט מעסעדזשעס. אזוי האב איך געארבעט ביז 11:00 ווען איך האב צום ערשטן מאל געזען אויף אייוועלט וואס האט פאסירט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

גדל
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך גדל » דינסטאג מאי 04, 2021 9:35 pm

איך האב מיטגעהאלטען די הדלקה אין תלודת אהרן לייוו צוזאמען מיט אפאר קלעגע ארבטער אין אפיס אין אינז האבען נישט געקאנט כאפן וואס גייט פאר, איך בין געקמען דא וואס צוביסלעך איז מען געוואר געווארן .איך בין אהיים געקמען האב איך געלייגעט מיינע קינדער שלאפען אבער נאך אפאר מינט האט זוך אונגעהאבען די מזיק ביי א הדלקה נעבען א בית מדרש אין דע קינדער האבען געוולאט גיין בין איך גאגנגען שטייענדיג דארט ווי א יון אין די סוכה האב איך מיר געווינדערט צי דע מענטשען ווייסען וואס ס'גייט פאר

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך בלא בלא בלא » דינסטאג מאי 04, 2021 9:36 pm

חבקוק האט געשריבן:ס'זייער זייער וויכטיג.

ווייל אין צען יאר גייט מען שוין זיכער נישט געדענקן, וועט מען קענען קומען דא זיך דערמאנען און נאכדעם זאגן:

"איך געדענק נאך ווי יעצט אז איך בין געפארן אויף די פאליסעידס רואיג ווען פלוצלינג בלא בלא בלא''...

איך בין גראדע געווען אויפ'ן וועג, אבער נישט אויפ'ן פאליסיידס...
געווען אין קאר אויפ'ן וועג אהיים פון א געשעפט אין קווינס,

איינער געשיקט אויפן טעקסט גרופ אז ס'דא פארוואונדעטע אין מירון ה''י, און א צווייטער האט חוזק געמאכט אז ס'איז אויך דא צען טויטע, - - - אוי האט ער נישט געוואוסט אז זיין ליצנות איז פילפאכיג ארגער,

שנשמשע ונתבשר בשורות טובות

אוועטאר
תהילים זאגער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:39 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך תהילים זאגער » דינסטאג מאי 04, 2021 9:41 pm

בדרך אפשר האט געשריבן:איך האב מיך ארום געדרייט ווי א שיכור כמעט נישט געקענט שלאפן ביז אינדערפרי ווען איך בין ארויף צום ציון און גענמען א תהילים און פראבירט אביסל צו זאגן עפעס און מזכיר זיין אידן וואס האבן געבטען אבער די קאפ איז אינגאנצן נישט דא געווען ביז ווען כהאב באקומען א מוראדיער הארה ווען א איד האט מסיים געווען תהילים ביים ציון און ער האט געזאגט מיט קולי קולת די יהי רצון, די קולות ביי ה' ה' וואס איז פארגעגאנגען ביים מערה א פאר פיס פון אוועק פון ווי די מעשה איז געשען האט מיך אויף געוועקט ווען כהאב געטראכט צו מיר, דער עולם שרייט "רחום" "חנון" "רב חסד" אונז גלייבן נאך אלץ אז מיר האבן א טאטע א קל רחום וחנון א גוטער טאטע וואס מאתו לא תצא הרעות און אונז גלייבן אז מ'פוילט ביי ר' שמעון כל מיני ישעות! קיינער האט נישט קיין תערמות ח"ו קיינער האט נישט קיין שאלות מיר גלייבן באמונה שלימה אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.
.

אוי באשעפער קוק וואספארע געטרייע פאלק די האסט

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג מאי 04, 2021 9:44 pm

פארקירט די אוטו נאך א טאג ארבייט בערך 6:25, געגעבן איין לעצטע בליק אויף די אימעילס פאר איך לאז די טעבלעט אין קאר איבערנאכט.
געזעהן די נארישע(!) שנאר בריוועל מיטן קעפל "כופר נפש פאר אסון מירון!!" (עפעס אזוי...) שנעל געפענט די סטעטוס'ן פון די יעניגע 'מזכים את הרבים בנייעסלעך' און גלייך אנגעטראפן די שרעקליכע קליפס און בילדער!

פון דארט און ווייטער איז אלעס געפארן ראבאטיש....

נישט געוואלט קודם זאגן פאר ס'בני בית. אבער איידערן ארויסגיין מום הדלקה אין קרית יואל האב איך נישט געוואלט אז זי זאל הערן פון דרויסענדיגע, האב איך צוביסלעך מודיע געווען איבער "עפעס".. דאן איבער "שווערע פארוואונדעטע".. און דאן איז די שאלה געקומען - - -"ס'דא טויטע??"...... אויף וואס די ענטפער איז געווען "איינס צוויי".... דערנאך איז אנגעקומען די 'קול העולם טעקסט מעסעדש איבער 13.... 15.... 22..... 28.....

די רעסט איז היסטערי!

ה"י
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרת אלפים
תגובות: 17610
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג מאי 04, 2021 9:53 pm

ארום 7:30 בין איך אריין אין קאר מיטן ציל צו גיין דאווענען מנחה, איך עפן מיין טאבלעט, אייוועלט, פארברענגען, דער תגובה
שאגת ארי האט געשריבן:וואלט אפשר גוט געווען אבער נישט נאך אזא מעשה אין מירון
הייליגע באשעפער העלף

אין א אויגנבליק פלי איך אריבער צו נייעס, און זעה גראד א אשכול 'אסון נורא'.

איך הייב אן פון אנהייב, אה.. ס"ה אפאר פארוואונדעטע, נו שוין...
אבער ווי מער איך סקראל אראפ זעה איך מער אין מער ביטערער און ביטערער.

איך רוף אן מיין טאטן, און נאכפאר איך גוטן אווענד זאגט ער מיר 'די הדלקה איז למעשה נישט געקענסלט'...
'וואס? אויף אזוי ווייט?' כאניש גע'חלום'ט מ'רעדט ממש אזוי ווייט..
'האסט גארנישט געהערט? ס'דא איבער 20 טויטע אין מירון!'
באם!

קול סאטמאר האט מען נישט געקענט רופן, ביז ענדליך האב איך געכאפט א ליין און געהערט זיי מעלדן אז אלעס גייט אן ווי געהעריג.

נאך מנחה בין איך אהיים און געקלערט גארנישט צו דערציילן, אבער כ'האב פארשטאנען אז דער רבי וועט רעדן פון דעם אומגליק פאר'ן מדליק זיין די הדלקה, און אז זי וועט גארנישט וויסן וועט זי זיך דערשרעקן, האב איך במילא יא פארציילט אז 'עפעס גייט פאר אין מירון און זאלסטעך נישט דערשרעקן אויב דער רבי וועט עפעס רעדן'
'לעבנ'ס?' האט זי גראד געפרעגט.. 'עפעס' האב איך געענטפערט.
(ביז נאך די דרשה האט זי געמיינט ס'געווען א טעראר אטאקע...).

ביי די הדלקה בשעת די דברת קודש פון רבי'ן האט אויסגעזעהן ווי דא גייט זיין א לויה, אבער נאך תהילים ווען דער רבי האט אנגעהויבן די צווייטע מאל רעדן האט זיך די אטמעספערע שטארק געביטן און די שמחה פון ר' שמעון איז צוריקגעקומען.
פרייץ א חלה טאנצט און קוועלט, עס קומט דער תורה אויף דער וועלט.
(ר' יו"ט עהרליך)

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4771
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג מאי 04, 2021 10:04 pm

בדרך אפשר האט געשריבן:בערך 12:30 א"י זייגער בין איך ארויס פון די תולדות אהרן הדלקה פון די בעק קיין תוא"י שטח נאך וואס סאיז געווען צו א גרויסע געדרענג. איך בין געגאנגען פון אונטן אויף די וועג צו די דרך מהדרין און גערעדט אויפן טעלעפון מיט מיין ב"ב וואס האט מיך געמאלדן אז זי איז אויפן וועג צו מיין אפיס צו מיטהאלטן די תו"א הדלקה מיט די קינדער.
ווען איך בין אנגעקומען צו די טענט פון האחים פריעד ( ווי מ'קען האבן די געוואלדיגער זכיה צו איכווייסוואס) האב איך געזען ווי מענטשען קומען צו לויפן פון אויבן און שרייען אז עפעס גייט פאר און תו"א, כ'האב גלייך געקאלט מיין ב"ב אז זי זאל נישט גיין אין ערגעץ וויל עפעס גייט פאר אבער איך בין אקעי אין מיין טעלפון האט זיך אפגעהאקט און כהאב מער נישט געקענט באקומן קאלס.
איך בין גלייך צוגעגאנגען צו מיין דירה וואס איז ב"ה געווען א שפאן אוועק אין כהאב גענמען מיין טאבלעט ווי כהאב געזען אפאר ענגהאוט מעסעדשעס פון חברים און קרובים וואס אינטרעסירן זיך און מיר און צו כהאב געזען דעם אין יענם. איך בין צוריק ארויס מיט מיין טאבלעט אויפן וועג צוריק ארויף ווען אגאנצע צייט קומען צו לויפן אלע מינע פירעסט ריספונדערס וכו' און פון אויבן קומען אראפ מענטשען מיט קולת אז סאיז דא געהרגעטע און אז מ'שרייט כהנים ארויס. איך האב אוודע נישט געגלייבט ביזן אנקומען אויבן לעבן די אריינאנג צום חצר ווען כהאב געזען אז די מיוזיק און חצר איז שטיל אין פאליציי שיקט ארויס די מענטשען, בין איך צוריק אראפ אביסל און אריין דא אויפן וועלט'ל ווען סאיז מיר שווארץ געווארן אין כהאב געפילט ווי א שטיין! כהאב פארלוירן אלע מיינע חושים כהאב געשפירט ממש ווי א ראבאט.
איך האב א גאנצע צייט באקומען אויף מיין מעסעדש פלאס עפפ טעקסט פון מענטשן וואס סגייט פאר און אויף מיין ענגהאוט האב איך באקומען א מעסעדש פון מיין משפחה אז איך זאל זיכן מיינע צוויי נעפיו'ס און טאמער איך טרעף זיי זאל איך גלייך מודיע זיין אזוי אויך האט מיין נאנטער משפחה געבעטן איך זאל העלפן זיין ברודער זוכן זיינע קינדער (די אנגלארד קינדער!!!) מיינע נעפיו'ס האבן זיך פארבינדן מיט די משפחה אבער די אנדערע נישט ליידער (ווען ארחיקה נדד האט געפרעגט צו כהאב געטראפן מיין משפחה האב איך געשריבן בערך ווייל כהאב נישט געוויסט וואס ס'גייט פאר.)
איך האב מיך ארום געדרייט ווי א שיכור כמעט נישט געקענט שלאפן ביז אינדערפרי ווען איך בין ארויף צום ציון און גענמען א תהילים און פראבירט אביסל צו זאגן עפעס און מזכיר זיין אידן וואס האבן געבטען אבער די קאפ איז אינגאנצן נישט דא געווען ביז ווען כהאב באקומען א מוראדיער הארה ווען א איד האט מסיים געווען תהילים ביים ציון און ער האט געזאגט מיט קולי קולת די יהי רצון, די קולות ביי ה' ה' וואס איז פארגעגאנגען ביים מערה א פאר פיס פון אוועק פון ווי די מעשה איז געשען האט מיך אויף געוועקט ווען כהאב געטראכט צו מיר, דער עולם שרייט "רחום" "חנון" "רב חסד" אונז גלייבן נאך אלץ אז מיר האבן א טאטע א קל רחום וחנון א גוטער טאטע וואס מאתו לא תצא הרעות און אונז גלייבן אז מ'פוילט ביי ר' שמעון כל מיני ישעות! קיינער האט נישט קיין תערמות ח"ו קיינער האט נישט קיין שאלות מיר גלייבן באמונה שלימה אז כל מה דעביד רחמנא לטב עביד.
אנטשאלדיגט פאר'ן מאריך זיין.


טענקס פארן מאריך זיין, האסט מיר פארטרערט..
פרעגלט’ס א מצה מאכטס געלט, ס’קומט א חתונה אויף דער וועלט

#קרעדיט@כאנישפאראשעקאאל
אונטער 40 וועט נישט פארשטיין

מי שברך
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך מי שברך » דינסטאג מאי 04, 2021 10:14 pm

ביי די הדלקה פון תולדות אהרן.... אפאר פיס אוועק פונעם רעמפ.....
עס איז שווער ארויס צו שרייבן די געפילן.....
איך מיין אז איך לויף נאך יעצט... איך בין אראפ געלאפן די בארג פון ציון ווי א שטארם ווינט זיך ווארפנדיג פאר שרעק......

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 14088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג מאי 04, 2021 10:16 pm

ברייך רחמנא דיבך לן.
פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

ס'איז מיר בעסער צו זיין אן 'אנעדיוקעטעד חכם' ווי אן 'עדיוקעטעד שוטה'.

אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3296
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך להגדיל שמו » דינסטאג מאי 04, 2021 10:18 pm

6:15 האב איך געזען אן אימעל מיט די סובשעקט ליין "קאטאסטראפע אין מירון ביי תולדות אהרן"
אין די אימעיל איז געשטאנען "וואס גייט פאר?"
6:31 האב איך שוין געזען א בילד פון כאטש 18 באדי בעגס.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

משהלע
שר האלף
תגובות: 1637
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך משהלע » דינסטאג מאי 04, 2021 10:20 pm

דרייווענדיג אהיים פון ארבייט ווען א פאר מינוט פאר זעקס האט אנגעהויבן שטראמען מעסידזשעס פון חברים אין מירון וואס טוהט זיך מינוט ביי מינוט. פון די ערשטע רגע ביז גאר קארץ שפעטער די ביטערע מצב.

אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך קאקאש קעיק מיט מילך » דינסטאג מאי 04, 2021 10:37 pm

געווען אין ארבעט ווען מיין מענידזשער האט מיר דערציילט די שרעקליכע נייעס

פרייטאג צופרי (טאקע אויך אין ארבעט) ווען איינער האט מיר אנטפלעקט ווער הרב יאזשעף איז, האב איך געכאפט דעם ריכטיגן שאק

Clm
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך Clm » דינסטאג מאי 04, 2021 11:01 pm

אין אפיס מיט געהאלטן די הדלקה ווען איך האב געזען אז עפעס רידערט זיך בין איך ארויפגעקומען אויפען וועלטל אין ליידער אלעס געזען
למעשה בין איך געהעריג אנגעגאנגען ביז פרייטיג אינדערפרי דעמאלטץ האט מיר עס געכאפט, נאכאלטץ נישט דא!!!! איך ארבעט שוין נישט פין דאנערשטיג 6:05

קרייסלער
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג מאי 04, 2021 11:20 pm

אהיימגעקומען אביסעלע פריער פון די ארבייט צו פראווען א רייכע נאכטמאל מיט די קינדער לכבוד ל"ג בעומר (אין מירון אידאך שוין געווען לג) נאכן ווערן סערווירט מיט א שטיקל געבראטענס שיקט מיר מיין חבר אריין א מאדנע מעסעזש מיט בלויז איין ווארט "מירון", איך שמייכל מיך אינטער און שרייב צוריק: ניין נאך פאר איך דריק שלח קומט אריין א פרישע מעסעזש "רחמנא ליצלן", יעצט בין איך אינגאנצן צעמישט

מיט א אויפגערעגטע מינע פרעג איך אים צוריק, וואס מירון? שרייבט ער צוריק בייזיג: קוקטס נישט קיין נייעס???

מיינע פינגרעס האבן ווי פון זיך אליינס אריינגעוואנדערט קיין אייוועלט ווי די שווארצע וואלקן האט שוין באדעקט די גאנצע ארום

כטייל מיט מיט מיין בני בית אז עפעס טראגיש האט פאסירט אין מירון

ווער האט נאך אן אפעטיט צום עסן, איך בענטש און די קינדער האבן ביני לביני שוין געהערט עפעס האלבע נייעס פון די שכינים

איך גיי צו מיין קליין בית מדרש'ל ווי איך לערן יעדע נאכט פאר תפילת מנחה, די אטמאספערע איז ווי ערב תשעה באב ביי מנחה

אינמיטן הויכע שמונה עשרה וויברירן אלע טעלעפאנען: בפקודת כ"ק רבינו וועט מען יעצט זאגן תהילים

נאך מנחה האט מען געזאגט תהילים מיט צאפעלדיגע הערצער, די קולות ביי יהי רצון האט בוקע רקיעות געווען, דאס הארץ האט געזאגט אז עפעס גאר טראגיש האט פאסירט

מ'דאווענט מעריב בדחילו און ספירת העומר

מ'שטארקט זיך און מהייבט אן זינגען די פיוט בר יוחאי, יעדע וויילע צעשרייט זיך איינער ווי ער שפירט אז רבי שמעון רעדט פון די יעצטיגע מצב

אוי יכול לפטור העולם!!! שלום רב על משכבו!!!! פארענדינגט מיט א געבעט הוא ימליץ טוב בעדינו

איך זאג פאר מיין חברותא, אונז קענמיר דא גארנישט טוהן נאר בלויז איין זאך: תורה

מפארלעשט די טעלעפאן און מזינקט אריין אינעם ים התלמוד
אויב האט מען א ציל קען מען אנקומען אפילו מיט א קרייסלער

בלאנזשען קען מען אפילו מיט א לעמבארגיני

דע לאן אתה הולך

אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך Yitzchok Shmiel » דינסטאג מאי 04, 2021 11:58 pm

געדרייווט אין געמאכט אפאר שיעור נישט עקסידענטן

א פיין שמועס
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: וואו זענט איר געשטאנען ביים הערן די ביטערע נייעס פון מירון - ל"ג בעומר תשפ"א?

תגובהדורך א פיין שמועס » מיטוואך מאי 05, 2021 2:03 am

אין מיין הארץ איז דא א ספעציעל פלאץ פאר דאס הייליג לאנד, ארץ ישראל.

היות איך וואוין נישט דארט קען מיר פון צייט צו צייט אנכאפן א שטארקע השתוקקת זיך אריבערצוכאפן צום הייליג לאנד.

היות עס איז דאך למעשה נישט אייביג שייך זיך אזוי נישט-מיר-נישט-דיר אריבערכאפן קיין ארץ ישראל, האב איך געמוזט אויפקומען מיט א וועג זיך אן עצה צו געבן ווען איך זיץ דא באדמת בני חם און דאס גוגעל מעפס סטריט וויוא איז מיר געקומען צו הילף.

ווען עס כאפט מיר אן א שוואכע מינוט, געב מיר זיך א כאפ אריבער קיין ירושלים, צפת, גליל וכו' אויף גוגעל מעפס און מען כאפט א שפאציר אויף די וועגן און שטעגן.

דאס יאר ל"ג בעומר האט מיר אנגעכאפט א שטארקע השתוקקת צו זיין אין ארץ הקודש, אבער פארשטייט זיך עס איז נישט געווען שייך, האב מיר זיך אריבערגאכאפט קיין מירון אויף גוגעל מעפס.

אזוי קריכענדיג אויף די וועגן און שטעגן האט אנגעהויבן אריינקומען האלבע שמועות אז עפעס קאכט זיך, פארענטשעס האבן צאמגעפאלן וכו' האב מיר זיך גלייך געוואנדן צום מירונער לייוו הוקאפ אבער דאס האט גארנישט פאענטפערט וויבאלד עס איז נישט געשען ביי די פלאץ ווי מען האט געטאנצן.

נאכן ארומקריכן צווישן דא, דארט, און אייוועלט, האט די בילד אנהגעהויבן ווערן אביסל מער קלאר און ערסנט.

האב מיר געכאפט א תהילימ'ל און זיך געשטעלט בעטן ביים בורא כל עולמים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט