יואל אשר לאבין באוויינט דעם טראמפ געווינס

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

יואל אשר לאבין באוויינט דעם טראמפ געווינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ספעציעלע רייכע אפהאנדלונג איבער די לעצטע געשעהנישן מיט א היסטארישע און תורה'דיגע בליק

פון פלאטאו ביז טראמפ

דעמאקראטיע, וואלן, פאליטישע דעות און די אונטערגאנג פון די אמעריקאנער פאליטישע סיסטעם אין די טראמפ טירוף תקופה

הרב יואל אשר לאבין אין א דורכדרינגליכע איבערזיכט אויף די היסטאריע פון פאליטיק, זיין קינה איבער די נידריגקייט פון די יעצטיגע וואל סעזאן און די לאנגיעריגע נעגאטיווע אפעקט פון די טראמפ קאמפיין

אפשר איז צייט פאר א נייע דורכדרינגליכע איבערזיכט צו די אמעריקאנער סיסטעם? איז צייט צו צוימען די כח פון מידיא? אפשר איז צייט צו מאכן עלעמענטארע יסודות צו קענען לויפן פאר אן אמט. עדיוקעישאן און חכמה, ערנסטקייט און כאראקטער?



דער מענטשליכע גלוסט צו פערפעקציע

מענטשהייט איז מיילן אוועק פון קארעקט, אבער א גייסט פון גוטס און א גלוסט צו אוטאפיע און גן עדן האט אייביג באגלייט געקליבענע נשמות אין די פעלקער. במשך היסטאריע האבן חכמים מצליח געווען פון צייט און געשיינט א ליכט אויף א וויכטיגע ווינקל אין די געטליכע בריאה, ערקלערט סודות הבריאה און פארראכטן וואס אנדערע האבן קאליע געמאכט.

דענקער האבן אייביג געזוכט צו אוועקשטעלן ציוויליזאציע אויף א לאגישע וועג, און טרעפן די וועג וויאזוי צו פירן מענטשן אויפן ריכטיגן וועג. חכמים האבן שפעקולירט וויאזוי צו פירן די מאסן און מאכן בעסער פאר זיך און די ארומיגע.

די געשיכטע פון די וועלט איז א געשיכטע פון בלוט און מלחמה, אבער אויך פון פאליטישע טעאריעס, אידעעלאגיעס וואס האבן פארגאפט די וועלט און אן ענדלאזע גלוטס צו תיקון עולם.



די פארשידענע וועגן פון רעגירונג

דעמאקראטיע

די דעמאקראטישע שיטה איז געבוירן געווארן אין די רגע –זאגט א שפריכווארט- ווען מענטשן זענען געקומען צום שכל אז מענטשליכע קעפ אנשטאט זיי אפהאקן, קען מען ליבערשט זיי ציילן!

די מושג דעמאקראטיע שילדערט א הערשאפט סיסטעם וואס ליגט אין די הענט פון די אלגעמיינע באפעלקערונג. נישט אין די הענט פון א איינצלנער דיקטאטור, נישט אין די קאפריזן פון בלויז די אריסטראקראטישע געמיינדע. א הערשאפט וואס געט פארן פאלק א געלעגנהייט צו זאגן א דעה אין די פירערשאפט.

דעמאקראטיע איז א צוזאמענשטעל פון צוויי גריכישע ווערטער "דעמוס" א פאלק "קראטוס" א הערשאפט. די ווארט דעמאקראטיע שטאמט פון גריכנלאנד, ווי די פראווינץ אטענס (אין חז"ל לשון "אתונה") האט במשך צוויי הונדערט יאר, מיט צוויי און א האלב טויזנט יאר צוריק, זיך געפירט ווי א דעמאקראטיע.

וואס טייטשט אבער דעמאקראטיע, און וויאזוי פירט מען איר אויס?

ווי עס צייגט זיך ארויס איז דא זייער אסאך פשטים אין די מושג דעמאקראטיע, און מען קען פירן א דעמאקראטיע אויף זייער נישט דעמאקראטישע וועגן. אלס א ביישפיל קען מען קוקן אויף די דעמאקראטיעס פון צפון קארעא, און כינע.

צפון קארעא איז א קאמוניסטישע דיקטאטור לאנד ווי דער פירקאנטיגער פירער קים זאנג און הערשט מיט א ברוטאלע האנט און מארדעט אויס מיט בלוטיגע רציחות טויזנטער מענטשן וואס וואגן צו טראכטן אנדערש ווי ער, צפון קארעא'ס אפיציעלע נאמען איז אבער נישט מער און נישט ווייניגער ווי "די פאלקס דעמאקראטישע רעפובליק פון קארעא". די נאמען סימבאליזירט דעמאקראטיע במיטבה, נישט בלויז דעמאקראטיע, נאר "פאלקס דעמאקראטיע" און דערצו דאס ווארט רעפובליק וואס באדייט אויך אז די בירגער האבן א מיינונג. און אין וואס באשטייט די דעמאקראטיע אין קארעא? אין דעם פאקט אז עס זענען דא וואלן יעדע פיר יאר. וואס זענען אבער די דעמאקראטישע וואלן? גארנישט. עס קען נאר לויפן דער איין פירער! מען האט אבער די פריוועליגע צו שטימען פאר אים. עס קומט מיר פאר ווי דער מלמד האט געגעבן אן אויסוואל אויף וועלכע הענט צושלאגן מיטן שטעקן... דעמאקראטיע! די בירגער פון צפון קארעא הונגערן פאר ברויט, אין די צייט וואס די רעגירונג אינוועסטירט גרויס געלט אין נוקלעארע אמביציעס. קיינער קען אבער נישט זאגן א ווארט.

אויך כינע, ווי עס הערשט א גאר שטרענגע דיקטאטור, צענזור, און אינטערדרוקונג רופט זיך א דעמאקראטיע. גאר לעצטנס איז אפגעצייכנט געווארן צוואנציג יאר זינט די בלוטיגע אינטערדרוקונג פון די פרייהייט דעמאנסטראציעס וואס סטודענטן האבן דורכגעפירט אויף די טיענמען סקווער, ווי די גרויסע דעמאקראטיע האט אויסגעשאכטן טויזנטער פראטעסטירער.

מאנארכיע

אויסער דעמאקראטיע איז דא עטליכע פירערשאפט מהלכים. מאנארכיע איז די קעניגרייך סיסטעם ווי די הערשאפט גייט איבער אין די קעניגליכע משפחה מדור לדור. היינט צוטאגס זענען רוב קעניגרייכן בלויז א פארמאלע זאך ווען די עכטע הערשאפט ליגט אין די הענט פון די פארלאמענט און מיניסטארן. עטליכע לענדער האבן נאך יא א מאנארכיע סיסטעם, בעיקר אין אראבישע לענדער ווי ירדן, מאראקא און סאודי אראביע. בלויז לעצטנס האט טיילאנד זיך געזעגנט פונעם טיילאנדישן קעניג וואס איז געשטארבן נאר א סוקסעספולע קעניגרייך פאר זיבעציג יאר!


טעאקראטיע

"די איראנער איסלאמישע רעפובליק" איז א "טעא-קראטיע" (טעא באדייט גאט) אז איינער פירט דאס לאנד אין נאמען פון גאט. אין איראן זענען דא וואלן און געריכט הייזער וואס משפטן לויט אנגענומענע געזעץ סטאנדארטן. אבער אך און וויי צו איינער וואס וועט וועלן צייגן זיין דעמאקראטיע אינמיטן די גאס דורך זיך אנטון נישט לויט די איסלאמישע סטאנדארטן, אדער דורך פראטעסטירן קעגן די פאלשע וואלן, און נאך אלעס איז דער פרעזידענט אינטערגעווארפן צום סופרים פירער, וועלכער באקומט כלומרשטע ראט דירעקט פון אללאה וויאזוי צו פירן דאס לאנד, און לויט זיין דיקטאט ווערט אלעס געפירט. אזא געפירעכטס ווערט גערופן


אוליגארכיע

אין אמאליגע צייטן איז אויך געווען א סיסטעם פון "אוליגארכיע" ווען א קליינע גרופע פון אדעללייט, אריסטאקראטישע משפחות און "מיוחסים" האבן געפירט די לאנד און אויפגענומען א פירער.(דאס ווארט אוליגארכיע הערט מען אסאך ווען די רעדע איז איבער רוסלאנד אין די צייטן פון איבערגאנג פון קאמוניזם צו דעמאקראטיע האט מען פריוואטיזירט די נאציאנאלע פירמעס און די גוטע פריינט פון פרעזידענט באריס יעלצין, די אוליגארכן האבן געלייגט א האנט אויף די האב און גוטס פון די רעגירונג און ארויס ברכוש גדול).

עס זענען פארהאן נאך פירערשאפט פארמען מיט טאטאל אנדערע סיסטעמען און גאר אסאך קלענערע חילוקים אין פירערשאפט צווישן איין שיטה און די אנדערע, ווי יעדער טענה'ט אז זייער סיסטעם איז מער אויסגעהאלטן און ווירקזאם.


די ענדלאזע שטודיע פון די ריכטיגע רעגירונג ווירטשאפט

אלע פילאזאפן און חכמים האבן צוגעלייגט קאפ און מח וויאזוי מען קען אוועקשטעלן א יושר'דיגע און ווירקזאמע רעגירונג.

אפלטון – אדער ווי מען זאגט אין ענגליש פלעטאו, איז געווען דער רבי פון אריסטו (אדער ווי מען רופט אים אין ענגליש "אריסטאטל" – דער חכם וועמען דער רמב"ם האט זייער שטארק געשעצט) און ער האט אסאך גע'דאגה'ט איבער אוועקשטעלן א אויסגעהאלטענע רעגירונג. ער האט געשריבן א ספר מיטן נאמען "רעפובליק" וואס איז אנגענומען אלס איינס פון די שטארקסטע פילאסאפישע ווערק אין היסטאריע, איז געשריבן ווי דיאלאגן צווישן אפאר מענטשן וואס זוכן צו אוועקשטעלן א יושר'דיגע און ווירקזאמע רעגירונג. מען דיסקוסירט וואס יושר איז, וואספארא רעכטן א פירער האט, און וויאזוי מען טוישט מענטשן פון שלעכטס און טפשות, צו חכמה און גוטסקייט.

זינט אפלטון האבן חכמים שטודירט מעגליכקייטן צו פירן א קארקטער רעגירונג. די שטודיע ווערט גערופן "פאליטישע שטודיעס" אדער פאליטיקעל סייענס. וויאזוי רעגירונגען זאלן ארבעטן, וויאזוי די פינאנצן זאלן ווערן געפירט און וויאזוי געריכט זאל טון איר פליכט.

יעדע אקאדעמישע אינסטיטוציע לערנט מיט אירע סטודענטן די פילאזאפיעס און דיסקוסיעס פון די וועלטס חכמים וואס האבן צוגעגעבן יעדער זייערע חידושים און סברות אין די וועלט ווירטשאפט, און די נעמען ווי דזשאן סטיוארט מיל און דזשערמי בענטאם. דזשארדזש בערקלי און דעוויד יום. טאמאס האבס און דזשאן זשאק רוסו. די אלע האבן גענוצט לאגיק און שטודיע צו דערגיין די ריכטיגע רעגירונג ווירטשאפט, די קאודס פון מאראליטעט און געוויזן די וועג פאר די פירער.

קען מען אנקומען צו אוטאפישע שלימות?

אסאך פילאזאפן און הוגי דעות האבן געגלייבט אין אוטאפיע. אז די וועלט האט די פאטענציאל צו זיין פערפעקט. מען קען אוועקשטעלן די וועלט אין א וועג ווי מען וועט אויסראטן שלעכטס און הונגער און זאכן וועלן זיין גוט בתכלית השלימות.

אסאך האבן געטענה'ט אז נאר ווען מענטשן וועלן אוועקגעבן זייער רייכטום און מיטטיילן מיט אנדערע, דאס וואס מיר רופן "קאמוניזם" וועט די וועלט זיין גוט, און דאס איז געווען די יסוד פון קארל מארקס'ס שיטה.

די צד שכנגד האט גע'טענה'ט אז מען קען נישט גענצליך אויסרייסן די מענטשליכע געפיל פון שליטה אויף וואס זיי פארמאגן, און בלויז א געזונטע קאפיטאליזם און פרייע מארקעט וועט ברענגען די וועלט צו בעסערע פלעצער.

ביידע שיטות האבן געגלייבט אז זיי קענען מאכן די וועלט בעסער און זענען ביידע באזירט אויף געפיל פארן באקריוודעטן און רצון פאר שלימות; עס איז פארהאן א גרויסער חילוק צווישן די צוויי שיטות, צו מענטשן וועלן אליין זיין גוט און מאכן די וועלט בעסער אויב איז פארהאן א פרייע מארקעט, אדער מען דארף דווקא א גרויסע פירערשאפט וואס איז מחנך און פירט די פאלק צו מיטטיילן און נעמט שטייערן פאר די ארימע. אבער ביידע האבן געגלייבט אז זייער וועג קען ברענגען שלימות.
נאציזם און קאמוניזם איבערצייגט די וועלט אז אוטאפיע איז זייער ווייט

צוויי אידעעלאגיעס, פאשיזם און קאמוניזם האבן חרוב געמאכט אייראפע אין די לעצטע הונדערט יאר. ביידע זענען געווען אידעעלאגיעס וואס האבן געהאט א גרויסע וויזיע צו טוישן די וועלט אבער אנשטאט אונטערברענגען די אומיושר צווישן ארים און רייך האט עס געמארדעט מיליאנען און חרוב געמאט א וועלט, אנשטאט מאכן די ריינע ראסע געוועלטיגן האט עס חרוב געמאכט גאנץ אייראפע און איבערגעלאזט די ריינע ראסע זייער שמוציג.

דאס האט געמאכט די וועלט זיך אויפוועקן פון די זיסע טרוים און הוגי דעות האבן געצויגן מסקנות אז די מענטשליכער נאטור איז שווער און קאמפליצירט און קיין שום רעגירונג מאדעל וועט נישט טוישן די מציאות אז די וועלט איז א שווערע פלאץ. שרייבער האבן געשריבן "דיסטאפיע" וויזיעס, דאס הייסט פארקערט פון אוטאפיע און געלופטערט טעאראטישע מציאות'ן פון טאטאלע הערשאפטן וואס פירן די וועלט מיט מאדנע און פאסקודנע מיטלען.


דעמאקראטיע איז די ערגסטע אבער איינציגסטע פירערשאפט מהלך

דעמאקראטיע, און וויאזוי דער לעגענדארער אברהם לינקאלן האט געזאגט "א פירערשאפט פון די פאלק, דורכן פאלק פארן פאלק" איז נישט בשלימות, אבער ווי דער גרויסער ווינסטאן טשוירטשיל האט געזאגט "דעמאקראטיע איז די ערגסטע פירערשאפט מהלך, אויסער אלע אנדערע וואס מען האט שוין אויספרובירט און זענען געווען ערגער"

די דעמאקראטישע סיסטעם זאגט נישט פאר צו מאכן די וועלט שלימות'דיג, אבער זי מאכט זיכער אז די בירגער האבן א דעה און זענען ווי געזאגט בעסער ווי סיי וואספארא אנדערע פירערשאפט מעטאד.

די דעמאקראטישע וויכוחים זענען אייביג צווישן שיטות אין פירערשאפט, ווי די צוויי גרויסע פארטייען נעמען אנדערע שטעלונגען און יעדער טענה'ט אז זיין מהלך איז בעסער פאר די עתיד פון די וועלט און פון אמעריקע.

די רעפובליקאנער און דעמאקראטן האבן זייערע הויפט חילוקי דעות. אויפן עקאנאמישן פארנעם איז עס קאפיטאליזם אקעגן סאציאלע דעמעקראטיע. אויפן לעוועל פון רעליגיע, פרייהייט און געזעץ איז עס א קאמפ צווישן ליבעראלע פראגרעס אקעגן קאנסערוואטיווע ווירדן. אויפן פראנט פון נאציאניליזם איז עס פאטריאטיזם אקעגן אוניווערסאליזם. יעדע פאר יאר טוישט זיך ארום די מאפע, אבער די הויפט כללים פון די שפיל איז געווען קלאר.

די אמעריקאנער דעמאקראטיע האט געהאט עליות און ירידות. עס זענען געווען אסאך יארן וואס די פאליטישע שפיל איז געווען פארשלאפן, און צייטן וואס א פרישער ענערגישער קאנדידאט האט אריינגעבלאזן א פרישער חיות, ווי דער לעצטער פרעזידענט אבאמא וואס איז נישט בלויז געווען אן ערוויילטער פאליטיקאנט נאר א באליבטער פירער ביי א גרויסן טייל פונעם פאלק.
די מאדנע און היסטארישע וואלן פון 2016


די ענדע פון קאנווענציאנאלע פאליטיקס

די אמעריקאנער פאליטישע סיסטעם האט זיך געפירט בערך די זעלבע פאר לאנגע יארן. צוויי גרויסע פארטייען מיט אינערליכע פאליטיקס. קאנדידאטן וועמען די עסטאבלישמענט האט געקליבן, אלע פון זיי זענען געווען בערך די זעלבע זאך: מענטשן וואס פאליטיק איז געווען זייער קאריערע. ווייסע מיטליאריגע מענער וואס האבן געדינט בעפאר אלס גאווערנער, סענאטארס און אזוי ווייטער. מען האט באלאנגט צו א פארטיי, געקליבן אישוס צו וועלכע מען האט געפיל און מען נוצט עס אלס א פלאטפארמע מען שפילט די פאליטישע שפיל, מען קאמפיינט און מען ארבעט שווער צו געווינען שטיצע.

אבער דאס אלעס האט זיך געענדיגט.

מיר לעבן מיט היסטארישע צייטן. אזא שטורעמישע וואלט פארמעסט איז שוין נישט געזעהן געווארן פאר לאנגע דורות און אסאך זאכן וואס יעדער האט געטראכט איבער אמעריקע, אסאך חלקים פון די בילד וואס די דענקער אוון שרייבער אין די לאנד האבן אוועקגעשטעלט האט זיך ארויסגעשטעלט איז בכלל נישט די ריכטיגע אמעריקע.

יעדער האט געוואוסט וואס די כללים זענען, ווער איז מותר לבוא בקהל, וועלכע שפראך איז פסול, און וויאזוי א קאנדידאט מוז זיך אויפפירן; אבער אט האט מען זיך אויפגעוועקט צו אן אנדערע רעאליטאט. אן אומגעראכטענע מציאות האט זיך באוויזן.א תוהו ובוהו, א צעמישעניש וואס די אמעריקאנער פאלק האט שוין אזוי לאנג נישט געזעהן. לאנגיעריגע פארטייאישע פירער זענען געפלויגן. א קוריאזער ביליאנער האט באזיגט לאנגיעריגע אמעריקאנער שטאטסלייט, בני מלכים וואס האט געפירט גרויסע שטעט און באגאבטע פאליטישע פירער וואס האבן געהאט א לאנגע בונד מיט רעליגעזע און וויסע מענטשן אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי, אין פאקט איז די אלטע גרויסע רעפובליקאנער פארטיי זיך גענצליך צעפאלן, און א ווילדע קייט פון געשעענישן האט געברענגט א נייע פאליטישע מציאות ווען א אוטסיידער, א געלט-מענטש פון ניו יארק האט סוקסעספול פארכאפט א פארטיי אן אפילו ערקלערן וויאזוי ער קערט זיך אן צו דעם פארטיי.

די הכרזה אז אמעריקע האט זיך געטוישט האט אפגעקלינגען נישט בלויז אין די רעפובליקאנער פארטיי, ביי די דעמאקראטן האט זיך אויך אפגעטון א מהפיכה. און פאר א שטיק צייט האט אויסגעזעהן אז די אור אלטע פרינץ פון די פארטיי קלינטאן וואס ווארט שוין אומגעדולדיג פאר איר שאנס און האט שוין אלעס אנגעגרייט און אריינגעשטעלט די ריכטיגע מענטשן אין די פארטיי פירערשאפט, וועט פארלירן צו אן אומגעראכטענעם קאנדידאט בערני סענדערס.

די געדאנק אז אן אלטער איד וואס פאכעט מיט די הענט, איינער וואס ווייסט נישט וויאזוי מען טוט זיך אן א שניפסל, אין א וועלט ווי אלעס איז געשפילט און שיין אויסגעפוצט פאר די קאמערעס און פראפעסיאנאל פארגעשריבן מיט הערליכע פראזן אויפן טעלעמפראטער, וואס א טייער באצאלטער שרייבער שרייבט פאר, שטייט אבער סענדערס מיט זיין ריינע אויטענטישקייט און א ברען און פלאמט אויף מיליאנען יוגענטליכע מיטן אנצייגן אויף די אומיושר וואס אמעריקע פירט זיך, ווען אן עליטע פון פאליטיקאנטן און ביזנעס ריזן פירן די לאנד.

אבער פון א שנאה צו די עליטע און א גרויל געפיל צו די אלטע עסטאבלישמענט וואס די פאלק האט אנגעהויבן אנקוקן ווי אן אלטע קארופטירטע סיסטעם, איז עס געגאנגען אסאך ווייטער צו אן אויפשטאנד צו אלעס וואס עקזיסטירט ביז אהין, ביז די אומגלויבליכע בילד אז מיליאנען מענטשן פאכען מיט די הענט אין ווילדע הוויות "שפאר איר איין!" א בארבארישע ווילדע מחזה פון אמאליגע יארן.
די אנטי עסטאבלישמענט ווינט

די גרויסע טויש איז צושטאנד געקומען אדאנק די אנגענומענע ארגומענט אז די עסטאבלישמענט איז קארופטירט. אז געלט און מאכט האבן זיך משדך געווען, מיליאנערן מאכן דיעלס מיט פאליטיקאנטן און פאנדן זייערע קאמפיינס, מיט די ציל אז די פאליטישאנס זאלן אנהאלטן די שטאטוסקווא וואס דרייען די געזעצן אזוי אז די רייכע עליטא זאל רייכער ווערן און דאס פאלק ליידט.

צו די פאקטן זענען טאקע גענוי אזוי, צו עס איז ערגער געווארן אדער דאס איז די אלטע עולם כמנהגו נוהג, עס מאכט נישט קיין גרויסע אונטערשיד, ווייל צארן וואס ווערט געטריבן פון א געפיל פון ווערן צעדרוקט און זיין וויקטימס פון א שלעכטע סיסטעם, איז א שטארקע כח וואס קען מאכן גרויסע טוישן אויף די פאליטישע מאפע.

די לעצטע יארן האבן מיר מיטגעהאלטן די אויפקום פון צוויי נייע אמעריקאנער באוועגונגען געטריבן פון אנטי עסטאבלישמענט געפילן.

די באוועגונג וואס האט געמאכט א ריזיגע טויש אין די דעמאקראטישע פארטיי איז די אויפקום פון די טראצקיזם – סאציאליזם באוועגונג פון בערני סענדערס. א באוועגונג וואס טענה'ט אקעגן די פאקט אז די איין פראצענט רייכסטע באקריוודען די ניין און ניינציג פראצענט שווערע ארבעטער. די לעזונג איז א פלייץ פון שטייערן אויף די סופער רייכע און מיט דעם פאנדן עדיוקעישאן און אנדערע עלעמענטארע טובות פארן פאלק.

אבער גאר קאמיש אז דווקא איינער פון די איין פראצענט האט אנגעצינדן אן ענדליכע באוועגונג. די באוועגונג פון טראמפ נוצט די אנטי עסטאבלישמענט סענטימענטן, אבער נישט צו די רייכע, נאר באזירט אויף שנאה צו די אמעריקאנער אינטעלעקטואלע עליטע. די פאליטיקאנטן און די מידיא. די גרויסע פארטייען און פראפעסיאנאלע פאליטיקאנטן.

אין די צייט וואס דער ערשטער האט געצויגן יונגע אידעאליסטן וואס קאכן זיך מיט די אומ'יושר, דורך זיינע קלארע שטעלונגען און דרייסטע שפראך ווי ער רייסט אראפ די פינאנציעלע עסטאבלישמענט, האט דער צווייטער געצויגן מיט זיין מאדנע כריזמע און גאר פשוטע וואוילגארע שפראך און געמאכט מענטשן וואס זענען נישט עדיוקעיטעד שפירן באקוועם מיט איינער וואס פארקויפט אויטענטישקייט און אריגינעלקייט. איינער וואס זאגט בלויז וואס ער טראכט און מאכט דעם איש פשוט שפירן אז ער איז מיט אים אויף איין מדריגה.


ארום פערזענליכקייט נישט פאליסי

די נייע באוועגונגען האבן געמאכט אז קאנווענציאנאלע פאליטישאנס, מיט א שטארקע רעקארד אין פובליק סערוויס און גוטע טאלאנטן, זענען ממש נישט קיין ארטיקל.

בכלל איז געווארן אסאך שווערער צו רעדן צום פאלק, ווען אין די סאשעל מידיא צייט מוז מען זאגן פאליסיס אין 139 אותיות, מען מוז זיך אראפלאזן צו אלע סארטן שטיק און נוצן הומאר צו רעדן צום פאלק וואס איז צוגעטשעפעט צו די נייע מידיא.

דאס ברענגט אראפ די שפראך, ווייל מען מוז בעפארצוגן דראמא און פאפוליזם אנשטאט פילאזאפיע און פאליסי.

דאס האט אויך געברענגט אז די קאמפיינס האבן זיך קאנצעטרירט אויף אן איבערגעטריבענע וועג אויף די פאליטיקאנטן און אן ענדלאזע פערסאנאליטי אויפדעקונג אן קיין מחיצות. דאס באדייט אז אלעס ווערט ארום פערזענליכקייט און נישט ארום פאליסי.

אז אלעס גייט פערזענליך, מען אטאקירט און מען גראבלט אין מה לפנים ומה לאחור, און מען הערט נישט אויף זוכן אין די פערזענליכע לעבנס פון די קאנדידאטן, ברענגט דאס אסאך סענזאציע און טומל, און אסאך שנאה און פירוד לבבות.

דאס אלעס האט דראמאטיש אונטערגעמינעוועט די אמעריקאנער פאליטיק. עס איז אריינגעקומען א קאנדידאט וואס איז פארהאסט ביי מער פון האלב פונעם פאלק. מען האט מיטגעהאלטן א צעטיילונג און פירוד לבבות וואס איז שוין לאנג נישט געווען אזוינס.

איין קאמפיין האט אפגעהאלטן ראליס ווי צעיושעטע מענטשן האבן געשריגן "שפאר איר איין" און די אנדערע האט אראפגעלייגט דעם קאנדידאט ווי א מיני היטלער. דאס איז א ריזיגע סכנה צו די שטאנדהאפטיגקייט פון אמעריקאנער פאליטיק, ווייל עס באדייט אז דער נייער פירער קומט אריין מיט א אפגעשוואכטע לעגיטימאציע.



אן אויסדרוק פון אומצופרידנהייט צו די אמעריקאנער קולטור

אלעס וואס מיר האבן געוואוסט איבער וועלט פאליטיק פון הונדערטער יארן איז צעפלויגן אין געציילטע יאר. די לאנגיעריגע געווענליכע פאליטישע שפראך, ווי מען טענה'ט זיך אויף סטראטעגיע, מען קריגט זיך איבער די ריכטיגע מאראל, איין זייט זעהט אלס די סאמע וויכטיגסטע זאך אין די וועלט די סכנה און זיכערהייט פון די לאנד, קעגן דעם וואס האט אוניווערסאלער בליק און וועט פארציכטן די אייגענע זיכערהייט ווען די אנדערע זייט איז א ריזיגע וועלט אומגליק. דאס איז זיך אלעס צופאלן, די דקות'דיגע שאלות זענען נעלם געווארן.

פאטריאטיזם אקעגן אוניווארסאליזם איז א לעגיטימטע מאראלישע דילעממא. קאפיטאליזם אקעגן סאציאליזם איז גאר א לעגיטימע וויכוח. יעדער זוכט די ריכטיגע און די גוטסקייט, די שאלה איז וועלכע הויכע ווירדן זענען וויכטיגער. סעקיורעטי קעגן פרייהייט? העלפן די ארימע דורך רייסן פון די מיטל קלאס? שטרענגע יוסטיץ פאר מער זיכערהייט, קעגן מער מענטשן רעכטן אויפן חשבון פון זיכערהייט? רעליגעזע פרייהייט אקעגן זיכערהייט? ליבעראליזם און פרייהייט אקעגן אבסאלוט מאראלן?

דאס איז די דעמאקראטישע שפיל, די וויכוח וויאזוי צו מאכן די וועלט בעסער, אבער זי איז דערשטיקט געווארן צום ערשטן מאל אין אסאך יארן.

די געדאנק אז מען זוכט די ריכטיגע מהלך צו פירן א רעגירונג, און ווי יעדער ווייזט ארויס זיין באהאווענטקייט אין די פאליסיס און דרוקט אויס א סימאפטיע צו די גאנצע לאנד, איז צענישט געווארן און צום ערשטן מאל אין זייער א לאנגע צייט איז אפיציעל געענדיגט געווארן די פאליטישע אידעאליסטישע שפראך. פאפוליזם האט געזיגט, נישט דורך קיין לעבהאפטיגער וויכוח איבער מאראלן און ווירדן, נאר בלויז פערזענליכע אטאקעס, סענזאציעס און בלאטע ווארפעריי.


צעמישעניש, מיסאינפארמאציע און וואסער מאלעריי

פון א רעפערענדום איבער איידיעס און פאליטישע סטעיטמענטס איז עס שוין פון לאנג געווארן היבש פערזענליך. אבער די ביסל קאנטראל וואס א קאנדידאט האט איבער די וועג וויאזוי ער וויל זיך רעפרעזענטירן, די אימעדזש וואס ער וויל מאכן איז שוין לאנג נישטא; די מצב איז כאאטיש, א פאליטישאן איז היינט טאטאל דורכזיכטיג, און אלעס וואס ער טוט אדער וואס א ווייטע קוזין טוט וועט ווערן איבערגעקוקט און קריטיקירט, יעדע אימעיל וואס ער האט אמאל געשריבן אדער געמיינע שפראך ווען מען האט געמיינט אז קיינער הערט נישט, שווימט ארויס.

די פובליק האט די פול פיקטשער צום ערשטן מאל.

אבער איז עס א גוטע זאך אז די פאלק האט אומצענזירירטע בליק אריין אין די קאנדידאטן? ניין, עס איז אויך די ערשטע מאל זינט די אנארכיסטישע מצב אין וואס די מידיא געפינט זיך. קיין שום זשורנאליסטישע כללים זענען נישט געהאלטן געווארן, זשורנאליסטן האבן פשוט און גראד קאמפיינט פאר א זייט און אלע פיראטישע און אומקלארע באריכטן פון פאלשע און מאדנע מקורות האבן דאמינירט די גאנצע תקופה מיט קאנספיראציעס און מיסאינפארמאציע און איינער וואס האט געוואלט מיטהאלטן אלע באריכטן האט זיך געמוזט אנטון שטארקע סיט-בעלטס נישט אראפצופאלן פון די ווילדער ראולער-קאוסטער.

מיר האבן מיטגעלעבט א וואל פארמעסט וואס יעדער וואס האט עס מיטגעהאלטן דארף ש"י טבילות זיך צו רייניגן פון אזויפיל שמוץ. בוליאיניג איז געווארן די אפיציעלע שפת המדינה און די פיגורן וואס דארפן פירן די ליכטיגע פאלאץ אויפן שפיץ בארג, האבן לעיני כל הקהל אומאויפהערליך עוסק געווען אין ווארפן בלאטע איינער אויפן אנדערן, אטאקעס אויף א ברוטאלע פארנעם, ספינען און מאניפולאציעס אן קיין ענדע און אראפגעפירט די גאנצע לאנד אין א ווילדע געראנגל וואס האט ארויסגעברענגסט דאס ארגסטע פונעם פאלק.

מיר זענען אריבערגעגאנגען א צייט וואס מען האט געהערט א געוואלד מיט שמוץ, ניבול פה, אטאקעס און גארנישט קיין פאזיטיווע און האפנונגספולע רייד. מענטשן זענען געווארן עדיקטעד צו די איבערפלוס פון בילדער און ווידעאס און ענדלאזע טפשות וואס האט צירקולירט די לופט. א קינדער שפראך וואס האט אראפגעברענגט יעדן איש מכובד עשר מעלות אחורנית.
מהפיכה פון איגנאראנץ

א וועלט מלחמה האלט אן פאר דורי דורות צווישן ווערטער און אקטן, מאראלן און רעאליטעט. פלענער און פאקטן. אזוי ווייט ווי די מח איז פון די לב, די כלי המעשה פון די נשמה, אזוי ווייט איז אפט עלעקוואנס און סאפיסטיקאציע פון פראקטישע אקטיוויזם.

דאס פאלק האט געקליבן א וואוילגארן כבד פה וכבד לשון, גלייבנדיג אז זיין שנאה צו אינטעלעקטואליזם איז בהכרח א עדות צו אגרעסיווע אקטיוויזם.

דאס פאלק האט געזאגט איר ווארט. די עלעקטאראל מאפע האט געקליבן טראמפ. די אינטעלעקטואלע און פאליטישע עליטע האט זיך טועה געווען.

די זשורנאליסטן מיט זייערע לאנגע און טיפע ארטיקלען ווי זיי אנאליזירן און שאצן די ווינט, באזירט אויף היסטאריע און אנטראפאלאגיע, זענען געבליבן שטעקן אין די אמאל ווען די היינט האט דייקא געווארפן די אמאל איבערן דראנג און געלאזט די חכמים מיט זייערע חכמות צונאר.

א גרויסע טייל פונעם פאלק, כאטש נישט די מערהייט, האט געקליבן א געלונגענעם טאלאנטפולן פירער. אבער זיינע טאלאנטן זענען נישט געקנאטן פונעם זעלבן טייג וואס די מערב וועלט עליטע איז. נישט בילדינג און אויסגעאיידעלטע מאניערן און עלאקוואנס האט אמעריקע געקליבן, נאר א פראסטן עגאאיסט מיט גראבע פרימיטיווע אינסטיקטן און ענימאליסטישע טאלאנטן.

ער האט פארקויפט סימפליסיטי און סעלף קאנפידענץ אין א צייט פון צעמישעניש און קאמפלעקסיטי. ווי עמי ארצים וואס שפירן פארלוירן ווען איינער זאגט א לשון קודש אויסדרוק און זיי זאגן "הער אויף מיט די שווערע תוספות" ווערן פשוטע מענטשן אינטימידעיטעד פון חכמה און קאמפלעקסיטי, און האבן געפינען א נחמה און א באקאנטע שפראך פון א גבר אלים וואס פארקויפט נישט קיין וויזיע, אבער א פארצייטישע סולטאנס זעלבסט זיכערהייט און א פייערדיגע שנאה צו זיינע קעגנער, מיט א פשוטע זשאנגל פילאסאפיע פון דער שטארקער זיגט אן קיין געקינצעלטע מלבושים איבער איידעלע חילוקי דעות אויף אידעאלן.

דער דאנאלד האט קיינמאל נישט גענוצט קיין מאדערנע קונסט, קיין געקינצלטע שפראך, קיין לאגא מיט א טיפערע באדייט נאר פשוט געשריבן די ווארט טראמפ מיט די מערסטע פשוטע פאנט און ריזיגע ווערטער אין גאלד.

זיין שפראך איז געווען וואוילגאר און פשוט, נישט קיין וויזיע און קיין מעסעדזש נאר זייער פשוט "איך בין גוט" מענטשן זענען אסאך מער פשוט ווי די מיינסט. זאג זיי עפעס זייער גראב, מיט זייער סימפל ווערטער און זיי גלייבן דיר. יא, ער האט געוויזן אז צו גענוג מענטשן איז "שפאר איר איין" א בעסערע סטעיטמענט ווי "שטארקער אינאיינעם"

אינטעלעקטואלן מאכן סעלעקציעס צווישן הויכע קולטור און נידריגע קולטור, צווישן קונסט און קיטש, אבער די פשוטים האבן נישט די צייט און פריוועליגיע צו טראכטן אין קאמפליצירטע טערמינען און בלויז גראבע פשטות רעדט צו זיי.

דאס וואס איז געווען ארויפגעקוקט זינט די מאדערנע תקופה, צו זיין פאליטיש אויסגעעהאלטן און סאפיסטיקירט, רעדן אין שיינע פראזן און זיך פירן לויט כללים פון אינטעלעקט איז געווען מאוס ונמאס ביי א גרויסן טייל פון פאלק, וואס האבן געוואלט זעהן אויטענטישקייט. זיי האבן געוואלט זעהן רויע געפילן, ווי איינער שרייט און שימפט ווען מען טשעפעט אים און איז משכנע מענטשן מיט שנעל ארויסגעשלעפטע רייד פון הארץ אן קיין שיינע אויסגערעכנטע רייד.


ויהי ממחרת: וואס ווייטער פאר אמעריקע?

צומארגנס פון די וואלן וועט אמעריקע מוזן מאכן אן ערנסטן חשבון הנפש: ווי האט מען זיך דערקייקלט? וויאזוי איז די מידיא געווארן אזוי גרויליג? וויאזוי איז סאשעל מידיא געווארן אזוי דאמינירענד און געפיטערט אזויפיל מיסאינפארמאציע? וויאזוי האט די עף בי איי געקענט נעמען אמעריקע אויף א מאדנע רייד וואס האט געשעדיגט יעדן, אריינגערעכנט די ביורא אליין?

און די גרעסטע שאלה: וואס דארף ווערן געטוישט אין פאליטיק אז א דעספאטישער סאציאפעט זאל נישט קענען נאכאמאל פארכאפן א פארטיי און פירן דאס לאנד אין באד אריין? אפשר איז צייט צו מאכן עלעמענטארע יסודות צו קענען לויפן פאר אן אמט? אפשר דארף מען מאכן אן איי-קיו טעסט און איינער וואס קען נישט ענדיגן א קלארע זאץ זאל זיין פארבאטן פון קאמאנדעווען אן קיין טראפ ערנסטקייט און כאראקטער?

איך בין זיכער אז מיטהאלטנדיג די כאאטישע צושטאנד און די גרויל וואס די וואלן האבן געברענגט, טראכטן מענטשן פון אן עליטע גרופע וואס זאל אויסוועלן א קאנדידאט און דווקא א שטארקערע כח פאר פארטייען צו האבן אינערליכע שטארקע און אויסגעהאלטענע סיסטעמען פון קלויבן א קאנדידאט און נישט געטרויען די פאלק וואס קען זיין אזוי אומפאראויסגעזעהן און אומקאנטראלירבאר.
די אויפוואכונגס רוף

די וואלן האבן אויפגעדעקט אסאך זאכן וואס אמעריקע האט באהאלטן און געברענגט פראבלעמען צום אויבערפלאך וואס האט אויסגעפעלט צו ארויסקומען.

טראמפ האט ארויסגעצויגן פון די לעכער אלע ראסיסטן און געמיינע יונגען וואס חלום'ען פון די זיסע טעג ווען אמעריקע איז געווען א אימפעריע פון שלעכטס, קנעכטשאפט און מלחמות, אימפעריאליזם און דערדרוקן מינאריטעטן און יובילירן איבער צוריקברענגען יענע גוטע טעג.

קלינטאן האט נישט געקענט אויפטרייבן קיין פרישקייט, ווייל די מילעניאלס זענען מיואש און שפירן בא'עוולה'ט, און פאדערן דראסטישע טוישן.

אין א וועג איז עס א גוטע זאך ווייל די שיין פון די זון איז די בעסטע דיסאינפעקציע, און דאס וועט ברענגען אן ערנסטן חשבון הנפש. אין פאקט, די באוועגונג וואס סענדערס האט אנגעהויבן, און די ווייטאג וואס טראמפ האט ארויסגעברענגט איז אפען און רוי, אמעריקע וועט זיך מוזן באפאסן דערמיט.

נו, וואס דארף יעצט געשעהן?

מיר האבן געהאפט אויף אנדערע רעזולטאטן, אבער מען דארף בלייבן אפטימיסטיש.

די גרויסע שינוי, קען באדייטן אן אנהייב פון מערערע שינויים וואס זאלן אויסראטן אלטע זומפן פון קארופציע און דורי דורות קאפליקאציע און קשרים. מיר האפן צו הקב"ה אז פון דעם זאל ארויסקומען א פירערשאפט וואס זאל באמת ארבעטן פאר די יחידים, און זיין א קליינע טריט פאראויס צו תיקון עולם, ווען אלע עליטעס וועלן פאלן, והאלילים כרות יכרתון, ומלאה הארץ דעה.

נו, וואס דארף יעצט געשעהן?

מיר האבן געהאפט אויף אנדערע רעזולטאטן, אבער מען דארף בלייבן אפטימיסטיש.

די גרויסע שינוי, קען באדייטן אן אנהייב פון מערערע שינויים וואס זאלן אויסראטן אלטע זומפן פון קארופציע און דורי דורות קאפליקאציע און קשרים. מיר האפן צו הקב"ה אז פון דעם זאל ארויסקומען א פירערשאפט וואס זאל באמת ארבעטן פאר די יחידים, און זיין א קליינע טריט פאראויס צו תיקון עולם, ווען אלע עליטעס וועלן פאלן, והאלילים כרות יכרתון, ומלאה הארץ דעה.

וואס איז די תורה מהלך אין רעגירונג און עקאנאמישע שאלות?

די תורה איז זייער קלאר נישט מסכים מיט קאמוניזם, יעדער מענטש פארמאגט בעלות אויף וואס ער האט זיך פארדינט און אז א בלוטיגער ארימאן גנב'עט אן עפעל פון אן עושר איז ער עובר אויף לא תגנוב. אבער עס איז זיכער נישט אין איינקלאנג מיט קאפיטאליזם.

די קאפיטאליסטישע גאנג איז דער מענטש דער טאטאלער אייגענטימער אויף זיין געלט, און קיינעם קומט זיך גארנישט על פי דין, יעדער איז אויף זיין אייגענעם גורל, און אויב וויל דער פארמעגליכער ברוב טובו געבן 'טשאריטי' איז ער א גאר נאבעלער מענטש. אבער די תורה'דיגע בליק איז גענצליך אנדערש: צדקה איז א חיוב, יעדער מענטש מוז געבן צדקה!

און יא, אז אן ארימאן גנב'עט אן עפעל פון אן עושר איז ער אפשר עובר אויף לא תגנוב, אבער אין א ריין תורה'דיגע לעבן וואלט נישט געווען אזא זאך ווי אן ארימאן וואס חלשט פאר אן עפל ווייל דער עושר איז מחויב אים צו מחיה זיין און אים געבן דעם עפל.

יעדער איד דארף געבן תרומות ומעשרות בזמן שבית המקדש היה קיים, מעשר כספים איז אויך א מצוה און א חיוב גמור, און מער פון אלעס, עס איז נישט קיין "נאבעלע זאך" די תורה'דיגע וועג קומט מיט די פאקט אז "כופין על הצדקה" אז אן עושר פארשטייפט זיין קעשענע נעמט מען א קאנטשיק און מען צווינגט אים!

אין די תורה איז מען מחוייב אויסצוהאלטן אלע ארימעלייט און די תורה פאדערט פון די מנהיגים אז רחמנות זאל זיין שטארקער פון יעדן שורת הדין, און איז די העכסטע פריאריטעט. מען קען נישט אויסטון נאקעט אן ארימאן, אזוי ווי די וועלט טוט היינט אין גרויסן, ווייל ריבית איז אסור, דער ארימאן קען נישט זיין קיין קנעכט פאר אייביג און יובל געט אים אפילו צוריק זיין הויז.

אלזא די תורה האט די גאלדענע מיטל וועג וואס ערלויבט בעלות, אבער פארדאמט הארצלאזיגקייט און פארזיכערט א לעבן פאר די ארימסטע.
וואס איז די אידישע תורה'דיגע וועג פון רעגירונג

עס איז שווער אנצוצייגן קלאר. דאס איז זיכער אז אכזרישע דיקטאטור איז שטרענג פארבאטן על פי תורה. דער יחיד, דער נפש אחת מישראל איז זייער הייליג אין אונזער תורת חיים וואס דרכיה דרכי נועם. ווידעראום די אנדערע עקסטרעם: אנארכיע. זעלבסט פירערשאפט: האט נאר קרח געוואלט איינפירן, און די ערד האט איינגעשלינגען אים מיט זיינע דעות.

צו איז אבער די ריכטיגע תורה'דיגע וועג מאנארכיע אדער דעמאקראטיע? אוודאי איז די אידישע לאנד געפירט געווארן אינגאנצן על פי תורה, אבער איז דא א שטעלונג אין די תורה וויאזוי דער מלך דארף ווערן אויפגענומען, וויפיל רעכנט ער זיך מיטן פאלק, און ווי ווייט גייט זיין הערשאפט?

אין דברי ימי ישראל, אין ספרי תנ"ך זעהט מען פארשידענע סארטן ממשלות. עס זענען געווען גאנצע תקופות בימי שפוט השופטים וואס עס איז נישט געווען קיין אויסשליסליכע הערשאפט, נאר שופטים וואס האבן געפירט די פאלק, און עס האבן געקענט זיין אפאר שופטים אין איין צייט, יעדע געגענט און שבט האט זיך געקענט האבן א שופט. די שופטים האבן דן געווען אין יושר'דיגע שאלות און סכסוכים, די נביאים האבן געברענגט דעם דבר ה' און מעורר געווען דעם ציבור אויף די ריכטיגע הנהגה, און דער כהן גדול האט געטון עבודת ה' בשליחות פונעם פאלק און אויך געטון פארשידענע הנהגה זאכן.

א פסוק אין שופטים (ח' כג) לערנט אונז די מהלך המחשבה פון יענע צייטן ווען גדעון איז צוריקגעקומען נאכן באזיגן די מדיינישע פיינט, און דאס פאלק האט יובילירט מיט אים און אים מציע געווען די מלוכה, זאגט גדעון "לא אמשול אני בכם, ולא ימשול בני בכם, ה' ימשול בכם!" א ממשלה קען אוועקנעמען פון די פאלקס אנגעוויזנקייט אין מלכות שמים.

די זעלבע נקודה טרעפט מען ווען די פאלק האט געבעטן שמואל הנביא אז זיי ווילן האבן א מלך, ענטפערט הקב"ה צו שמואל "כי לא אותך מאסו, כי אותי מאסו ממלוך עליהם" די פאלקס זוכן א מלך איז א פגם אין קבלת עול מלכותו יתברך.

דער אברבנאל – אליין א הויכער מיניסטאר און מלוכה-מאן אין קעניגליכע הויפן אין שפאניע און פארטוגאל- שרייבט א שטארקע לשון אין זיין פירוש אויף חומש אז על פי תורה איז א מלך- אויף סיי וועלכע אופן א "רעה גדולה ועוון פלילי" קוקט זיך אום וועט איר זעהן אז אין אלע לענדער ווי קעניגן האבן געהערשט, קוקט אן זייערע אומרעכט "שיקוציהם וגילוליהם, איש הישר בעיניו יעשה, ומלאה הארץ חמס" קוקט אן ווי די מלכי יהודה האבן געברענגט גלות אויף אידן דורך זייערע עוונות, עבודה זרה, נאר די צייטן פון שופטים און נביאים "אנשי חיל יראי ה' אנשי אמת" זענען געווען גוטע צייטן פארן פאלק"

דער נצי"ב רבי נפתלי צבי יהודא בערלין פון וואלאזשין, אין זיין וואונדערבארן פירוש אויף חומש ביי די מצוה פון שום תשים עליך מלך איז ער זיך מתייחס צום מצוה פון קרוינען א קעניג אויב די פאלק פאדערט עס, ווי קען זיין א געטליכע מצוה וואס ווענדט זיך וואס דער ציבור וויל? שרייבט ער דברים של טעם "די לאנדס פירערשאפט טוישט זיך צו ביים רודער איז א מלך, אדער א ערוועלטע פירערשאפט. עס איז דא לענדער וואס קען נישט פארנעמען קיין מלוכה. אבער עס זענען דא לענדער וואס אן א שטייפע מלוכה זענען זיי ווי א שיף אן קיין קאפיטאן. עס איז געוואנדן אין די דעת פונעם ציבור, אויב די ציבור זאגט "תן לנו מלך" איז קלאר אז מען דארף א מלך, דעמאלטס איז עס א מצוה"

זיינע ווערטער האבן א משמעות ווי עס איז א מלך ברצון העם, די קעניגרייך האט נאר א תורה'דיגע תוקף ווען די פאלק וויל דאס. און אזוי זעהט מען מערערע מאל אין תנ"ך אז דער ציבור האט מכתיר געווען דעם מלך און געשלאסן א בונד פון טרייהייט. ווי מען זעהט ביים קרוינען דוד "ויבואו כל זקני ישראל חברונה, ויכרות להם המלך דוד ברית". כאטש אז הלכות פון אימפיטשמענט איז נישטא אין רמב"ם, שטייט אבער יא אין רמב"ם אז א מלך וועמען דער ציבור וויל נישט, א מלך בלא עם, "הרי הוא כגזלן בעל זרוע, וכלסטים מזויין, והמתקומם נגדו אין לו דין מורד במלכות".

דער ספר החינוך זאגט ביי מצוות לא תסור: אז אפילו אויב זאל זיין שייך אז מנהיגים זאלן זיך טועה זיין, איז אבער די סכנה פון בכלל נישט האבן קיין מנהיגים פילפאכיג גרעסער. אפילו א שלעכטע הערשאפט איז בעסער ווי א גאנצע אנארכיע, ווייל אז יעדער טוט זיך וואס ער וויל, ווערט א פולשטענדיגע אנדרולמוסיא, און עס כאפן זיך אריין אומצאליגע טעותים, אז מען פאלגט איין אנגענומענע טעות איז דא ווייניגער שאנסן צו באגיין אזויפיל טעותים.

די אמתע וועג איז אז דער פאלק איז חשוב, ווירקליך כל העדה כולם קדושים, אבער דער איש על העדה אשר יצא לפניהם ואשר יבוא לפניהם, לרוחו של כל אחד ואחד איז נאר דער אנפירער וועלכער זוכט זייער טובה מיט זיי אינאיינעם. און טאקע אזוי ווי משה רבינו וואס האט אייביג געדענקט אז ער איז נאר א שליח נאמן, און ווי דער אבן עזרא טייטשט די פסוק "ויאמינו בה' ובמשה עבדו" מיט איין ווארט "ובמשה – שהוא רק עבדו!"

און אזוי ווי דער רמב"ם ווארנט אן די מלכים ומנהיגי ישראל "צווהו להיות לבו בקרבו שפל וחלל שנאמר ולבי חלל בקרבי. ולא ינהג גסות לב בישראל יותר מדאי, שנאמר לבלתי רום לבבו מאחיו, ויהיה חונן ומרחם לקטנים ולגדולים ויצא ויבוא בחפציהם ובטובתם, ויחוס על כבוד קטן שבקטנים, וכשמדבר אל כל הקהל הקודש בלשון רבים ידבר רכות, שנאמר שמעונו אחי ועמי, וכו' ויסבול טרחם ומשאם ותלונותיהם וקצפם כאשר ישא האומן את היונק. רועה קראו הכתוב "לרעות ביעקב עמו" ודרכו של רועה מפורש בקבלה כרועה עדרו ירעה בזרועו יקבץ טלאים ובחיקו ישא"

די מושג פון אריסטאקראטיע האט אויך נישט קיין מקום אין די תורה, יעדער איד איז אייניג חשוב, ואין האדם נידון אלא לפי מעשיו. "תורה אחת יהיה לאזרח ולגר הגר בתוככם", שיינע משפחות, "אייניקלעך" האבן נישט מער רעכטן אין עם ישראל. און ווי חז"ל זאגן גאר שארף: מעיד אני עלי את השמים ואת הארץ: בין גוי, ובין ישראל, בין איש ובין אשה, בין עבד ובין שפחה, הכל לפי מעשה שעושה, כך רוח הקודש שורה עליו! (תנא דבי אליהו פרק ט)'

און נאך א ווארט: אלע שיטות אין הערשאפט זענען למעשה נאר דיעבד'ס, ווילאנג עס איז דא א מושג פון מלחמה, ווי די בעסטע, יונגע מענטשן ווערן געהרגט ארבעטן די הערשאפטן מיט די שיטה פון כפרות "זה התרנגול ילך למיתה, ואני אכנס לחיים טובים ולשלום", מיר ווארטן אויף די שפאגל נייע סיסטעם פון "וכתתו חרבותם לאתים, ולא ילמדו עוד מלחמה" בביאת הגואל צדק.


סגולה לשמורת עינים ולהצלחה להינצל מחטא
וִיהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אֱלֹהֵינוּ וֵאלֹהֵי אֲבוֹתֵינוּ שֶׁתַּרְגִּילֵנוּ בְּתוֹרָתֶךָ. וְדְבִּקֵינוּ בְּמִצְוׂתֶיךָ. וְאַל תְּבִיאֵנוּ לֹא לִידֵי חֵטְא. וְלֹא לִידֵי עֲבֵרָה וְעָוֹן. וְלֹא לִידֵי נִסָּיוֹן. וְלֹא לִידֵי בִזָּיוֹן. וְאַל יִשְׁלוֹט בָּנוּ יֵצֶר הָרָע. וְהַרְחִיקֵנוּ מֵאָדָם
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

לאמיר זיך מחזק זיין ביי זיך אליין. ביי אונז וועט מען יא ווייטער וועלן רעדן שיין, און אינטעליגענט. און א טראמפ גערעדאכץ זאל זיין ביי אונז אויסגעשלאסן אינגאנצן. אונז זאל מיר נאר פויערן וואס פארשטייען נאר צו גאלדענע אותיות אויף הויעכע בנינים נישט ווערן.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

[offtopic]מיט א היסטארישע און תורה'דיגע בליק[/offtopic]
????????
רייכע פעדער, א פראזען בשפריצטע ארטיקל איז מערסטענס א שרייבערישע בליק
שווארטצע זאקן אין האלבע שיך אדער קראקס מיינט נישט תורהדיג בליק זעלבע תורה'דיג ווי מיך אין דיך
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 3:07 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

ביטע אויפהערן צו באשמוצן א פריוואטע מענטש.
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

מה פתאום??? האט געשריבן:ביטע אויפהערן צו באשמוצן א פריוואטע מענטש.

ער איז נישט פריוואט ער האט זיך געמאכט פאבליק...
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

תורה לערנער האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:ביטע אויפהערן צו באשמוצן א פריוואטע מענטש.

ער איז נישט פריוואט ער האט זיך געמאכט פאבליק...

מען האט גארנישט באשמוצט, מ'האט סך הכל געמאכט חזרה אויף וואס ער אליינס האט פאבליצירט...
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

אונז וועל ווארטען אז @לכתחילה אריבער זאל ענטפערן נאך דעם וועל איך עס ליינען........
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4856
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

פיינע ארטיקל, קאלט וואסער אויף צעשאקעלטע קערפער'ס.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

פרידן האט געשריבן:[offtopic]מיט א היסטארישע און תורה'דיגע בליק[/offtopic]
????????
רייכע פעדער, א פראזען בשפריצטע ארטיקל איז מערסטענס א שרייבערישע בליק
שווארטצע זאקן אין האלבע שיך אדער קראקס מיינט נישט תורהדיג בליק זעלבע תורה'דיג ווי מיך אין דיך

נו ווער זאגט אז דו קענסט נישט האבן א תורה'דיגע בליק. ער מיינט צו זאגן א "העכערע" בליק
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

fiena nieas האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:[offtopic]מיט א היסטארישע און תורה'דיגע בליק[/offtopic]
????????
רייכע פעדער, א פראזען בשפריצטע ארטיקל איז מערסטענס א שרייבערישע בליק
שווארטצע זאקן אין האלבע שיך אדער קראקס מיינט נישט תורהדיג בליק זעלבע תורה'דיג ווי מיך אין דיך

נו ווער זאגט אז דו קענסט נישט האבן א תורה'דיגע בליק. ער מיינט צו זאגן א "העכערע" בליק

איך קען האבן ווייס איך , פארדעם האב איך דאך געשריבן איך אין דיך :lol: :lol:
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אגב הער איך אז זיין דרור האט יא א שטארקע הנאה פין א טראמפ געווינס נאך וואס זיי האבן גאר נאנטע באציאונגען מיט טראמפס איידעם קושנער וואס זיין טאטע איז געזיצען אין תפיסה אין דרור* האט ארויס געהאלפן, דרור האפט דורך אים צו קענען אויפטוען גרויסע זאכן
סא גרייט ענק אויף ארטיקל פין ג"ק הרב לאבין ביים ווידערערוויילונג פארוואס מען מוז וואטן טראמפ
* איך ווייס נישט צו שוין אלטס ארג. דרור האבן זיי געהאלפן צו די מענטשען פין דרור וואס טוען שוין אין דעי פעלד נאכפארן האבן א אפציעלע נאמען
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

מה פתאום??? האט געשריבן:ביטע אויפהערן צו באשמוצן א פריוואטע מענטש.


RT נישט צו באשמיצען, עס איז נישט אויסגעהאלטען מענטשליך און תורה׳דיג.

-----

אבער אויב איך מעג זאגען מיין מיינוג, ביטע אויפהערן אהערצוברענגן זיינס - און אנדערע שרייבער׳ס - עדיטאריעל ארטיקלען.

הרב לאבין קען זיך מאכען א ניק דא און אליינס אהער ברענגן זיינע ארטיקלען אויב ער וויל, און דאן וועט מען עס קענענן אויסשמיעסן מיט אים פנים אל פנים, איבערפרעגן, קלאר מאכען און קלאר ווערן מיט זיין נקודה, אבער ווי לאנג ער אליינס שרייבט עס נישט דא איז עס א פירצה קורא לגנב אז זאכען זאלן ארויסגיין פון קאנטראל, און די זעלבע איז מיט אנדערע עדיטאריעל שרייבער, זיי אלע שרייבען גיטע נקודות, אבער ווי לאנג נישט זיי אליינס ברענגן עס נישט אהער איז דאס נישט די פלאטפארום עס אויסצושמיעסן.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

פנחס בן חיים האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:ביטע אויפהערן צו באשמוצן א פריוואטע מענטש.


RT נישט צו באשמיצען, עס איז נישט אויסגעהאלטען מענטשליך און תורה׳דיג.

-----

אבער אויב איך מעג זאגען מיין מיינוג, ביטע אויפהערן אהערצוברענגן זיינס - און אנדערע שרייבער׳ס - עדיטאריעל ארטיקלען.

הרב לאבין קען זיך מאכען א ניק דא און אליינס אהער ברענגן זיינע ארטיקלען אויב ער וויל, און דאן וועט מען עס קענענן אויסשמיעסן מיט אים פנים אל פנים, איבערפרעגן, קלאר מאכען און קלאר ווערן מיט זיין נקודה, אבער ווי לאנג ער אליינס שרייבט עס נישט דא איז עס א פירצה קורא לגנב אז זאכען זאלן ארויסגיין פון קאנטראל, און די זעלבע איז מיט אנדערע עדיטאריעל שרייבער, זיי אלע שרייבען גיטע נקודות, אבער ווי לאנג נישט זיי אליינס ברענגן עס נישט אהער איז דאס נישט די פלאטפארום עס אויסצושמיעסן.

רט מאה פעמים
ברענג אים נישט אהער, וועט מען אים נישט דארפן באשמוצן כסדר.
סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2016 8:50 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמס »

און אז מען ברענגט יא דארף מען יא באשמוצן? איז אייוועלט געווארן דער באשמוצן פלאטפורם פאר כלל ישראל? דאס איז נישט דער אייוועלט וואס מיר קענען
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

דאכט זיך אז יעדע ארטיקל וואס מען האט נאך דא ארויף געברענגט האט אנגעמאכן סאמעטוכעס...

(לדוגמא קראקס...)
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

זייער שווער צו ענטפערן אויף א ארטיקל וואס האט צו ענטפערן אויף יעדע שורה,

און רעכט וואלט געווען ווען דער מחבר קומט אריין זיך דורך שמועסן, אדער מ'ברענגט אים נישט, און בכלל זייט ווען מעג א איד וואס גיבט א תורה'דיגען בליק אויף א זאך וואס קען איבערגעטייטשט ווערן אויף אלע שפראכן, רעדן אזעלכע ווערטער אויף א אמעריקאנעם וואל סיסטעם און פרעזידענט אלעקט? דאס איז תורה'דיג? דאס מעג איבערגעשריבן ווערן אין נאמען פון די תורה צו אנדערע שפראכן? זיכער איז נישט, אויב אזוי, איז דאס שוין נישט תורה'דיג.

והשנית. אויב איז היסטערע געבראכן געווארן, איז עס ווען אבאמא, א געוועזענער סדרן, א האמלעס לויט זיינע אייגענע ווערטער, א אינגער איין טערמיניגער סענעטער, מיט ראדיקאלע פארבינדיגען, מיט א גרויסע הבטחה פון "טשענדש יו קען בעליוו אין", און קיין שום דעקונג, געמאכט רעוועלוציע, וואס האט דערשראקן יעדן רעכטדענקינגע מענטש בשעתו, דאס איז געבראכן היסטארי.

טראמפ האט גענוצן ברייטע שפראך? יא, אבער, ער האט געברעגנט א רייע מיט אישוס וואס ער האלט דארף א תיקון, און ער האטט צוגעשטעלט א גרויסע הבטחה ווי אזוי צו דילן דערמיט, אפעגעזען צו ער וועט עס טון, אבער ער האט צוגעזאגט מער ווי סיי וועם, ער האט גערעדט איבער אסאך פראבלעמען ווי:

אדרעסירן די איסלאמישע טעראר גרופעע, אנכאפן דאס קינד ביים נאמען נישט רעדן און די זייט.
ער האט געזאגט אז אמעריקע לידט נישטמער, מ'לאזט אלעס פאר אנדערע לענדער, מ'בעט איבער, מ'לאזט לענדער אריבערגיין רויטע ליניעס.
ער האט גערעדט פון אריינלאזן טעראריסטן.
ער האט גערעדט פון אריינלאזן איליגעלס וואס זייען אן חרבן אין אמעריקע.
ער האט גערעדט פון נידערען טעקסעס.
צוריק אריין לאזן די געלט וואס קאמפאניס האבן פארדינט אין אויסלאנד, און דאס אינוועסטן אין אמעריקע.
איבערמאכן די דילס מיט אלע לענדער ס'זאל זיין גוט פאר אונז.
צוריק ברענגן די דשאבס און קאמפאניס וואס גיין אוועק.
איבער מאכן די איננער סיטיס, און ברידשעס, שפיטעלער און עירפארטס.
אבאמא קעיר.
סופרים קארט ריכטער.
האבן ביזנעסלייט אינטשארדש אויף די אקאנעמי נישט פאלעטישנס.
די איראנער דיל.
רוקן פון תל אביב קיין ירושלים.

און נאך זאכן וואס איך געדענק ניטאמאל, דאס איז חוץ פון רעדן אז די פאלעטישנס מיינען נאר די אינטערעסט פון די פאר דאנערס, די אלע זאכן זענען בארעכטיגטע אישוס וואס דער אמעריקאנער פאלק וויל זען געטוישט, און האט גארנישט מיט קיין רעוועלאציע.

דאס עצם גיין דירעקט צום פאלק, דורך אימעל און סאשן מידיע, און ווייזן "איך מיט ענק" האט שוין אבאמא אויך געטון.

יא, ער האט עס געטון נוסח טראמפ, זעענדיג ווי ראמני איז אנגעקומען, און ער אנגעפיפן די מידיע, וואס נאך וויקי, ווייסט מען אז זיי ארבעטן פון די ליבעראלע, הגם מ'האט עס אייביג געוואוסט, איז ער ארויס אין א מלחמה מיט זיי, קענענדיג די אינסייד פון די אינדוסטרי, זייענדיג דארט יארן לאנג, האט געוויסט וויאזוי מ'טוט עס.

אויב איז דעמאקראטיע עפעס גוט, איז עס אז מ'דארף גיין נאך פיר יאר, נישט בלייבן פאר דרייסיג, און אויך אז אויב מ'איז קראפטירט זעט מען קאנסעקווענסן, נישט די גאנצע עסטעבלישמענט פארדעקט מיט די הילף פון די מידיע.

ווען רעגן איז אריינגעקומען איז געווען א ענליכע שאק, ער איז געווען א לץ, א עקטאר, קעגן די פאליטישע עסטעבלישמענט, ער האט נישט געהאט קיין טשאנסן ביז די לעצטע מינוט, און צום סוף גיט אים די וועלט קרעדיט לטובה, און מ'רופט אים איינס פון די בעסטע פרעזידענטן וואס אמעריקע האט געהאט, סיי וויאזוי ער האט געהאנדלט רוסלאנד, און טעקס, און אסאך אנדערע זאכן.

צו טראמפ וועט זיין גוט? דער אייבשטער זאל העלפן אז יא, קיינער קען נישט מבטיח זיין גארנישט, אבער די אלע שרעק און נערישקייטן איז איבריג, און בעיקר, ביטע לאז ארויס די תורה, נישט די ארטיקל פאר די וואלן האט מיט די תורה און נישט די איצטיגע.
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5230
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

;l;p-
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אצרף ברכת תנחומים פאר די אלע וואס זיצן נעבעך שבעה אויף הילערי'ס פרלירונג, און אויף טראמפ'ס געווינ'ס

אבער דאס איז זיכער אז ס'איז אסאך בעסער אזוי א) ווייל אזוי האט גאט צוגעפירט, ב) די קעראפשענ'ס וואס קומט פאר אין די ווייסע הויז וועט זיך יעצט בעז"ה אפשטעלן, און טאקע אזא פערשוין ווי טראמפ איז געהייגענט דאס צו טון (איינער וואס קען שיסן אין גאס, און מ'זאל נאך אלץ וועילן פאר אים, אזא איינער קען אויסקלינען די ווייסע הויז, און דער פאלק וועט אים נאך אלץ ווידערוויילן).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
הצלחה וברכה
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 2:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלחה וברכה »

יישר כח @לייפציק פארן אזוי שיין און בע'טעמ'ט אויסקלארן, כה לחי!
grafics
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2016 4:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך grafics »

להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ייש"כ לייפציג פארן צוריקפירן דעם שמועס אויף נארמאלע רעלסן, מיט אן אנשטענדיגע אנטווארט אויף די עצם ארטיקל. נישט קיין פערזענליכע סטופיד השמצות.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

להודיע האט געשריבן:סטופיד השמצות.

וואס אונז זעה מער אלץ אויף כלל ישראל פין דעי שרייבער
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

פרידן האט געשריבן:אגב הער איך אז זיין דרור האט יא א שטארקע הנאה פין א טראמפ געווינס נאך וואס זיי האבן גאר נאנטע באציאונגען מיט טראמפס איידעם קושנער וואס זיין טאטע איז געזיצען אין תפיסה אין דרור* האט ארויס געהאלפן, דרור האפט דורך אים צו קענען אויפטוען גרויסע זאכן
סא גרייט ענק אויף ארטיקל פין ג"ק הרב לאבין ביים ווידערערוויילונג פארוואס מען מוז וואטן טראמפ
* איך ווייס נישט צו שוין אלטס ארג. דרור האבן זיי געהאלפן צו די מענטשען פין דרור וואס טוען שוין אין דעי פעלד נאכפארן האבן א אפציעלע נאמען

רובאשקין שוין באפרייט, יאקאבאוויטש איז אינדרויסן און סאמעט אויפן וועג ארויס.

איך ווארט אויפן ארטיקל...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: יואל אשר לאבין באוויינט דעם טראמפ געווינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

כמדומה לי האט ער עפעס ארום געשיקט א גאנצע שרייבעריי פארוואס מ'טאר נישט חלילה וועלן פאר טראמפ, וואס אלעס קען חלילה געשעהן אויב טראמפ ווערט ערוועלט אלס פרעזידענט.

כ'האב עס באקומען אויף אימעיל בשעתו, כ'מיין ס'וואלט געווען געשמאק צו ליינען היינט
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

Re: יואל אשר לאבין באוויינט דעם טראמפ געווינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

ער איז הייליג גערעכט מיט יעדעס ווארט זיינער, מען דארף זיין בלינד נישט צו זען.
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”