מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

עקאנאמיע, ביזנעס און טעכנאלאגיע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

מען רעדט דווקא פון realized קעפיטאל געינס, אדער אויך אנריליזעד?
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

בבקשה האט געשריבן:מען רעדט דווקא פון realized קעפיטאל געינס, אדער אויך אנריליזעד?

רילייזד.
(נישט נאר קעפיטעל, אויך אינטרעסט און נאך.)

מוזיק באנד האט געשריבן:אויב האב איך געמאכט $6,000 און דערנאך דערלייגט ביי א אנדערע סטאק $4,000

נעט net
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

כמובן אז דאס איז נאר א פראבלעם פאר איינער וואס זיין אינקאם לעוועל נעמט אים נאכנישט עניוועי אוועק דער EITC.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

דאס מיינט אז כדי סזאל זיך לוינען צו ריעלייזן א געין מוז עס זיין אדער ווייניגער ווי $3,650 אדער מער ווי 9000 נאך (טעקס)?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30746
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

ממה נפשך האט געשריבן:דאס מיינט אז כדי סזאל זיך לוינען צו ריעלייזן א געין מוז עס זיין אדער ווייניגער ווי $3,650 אדער מער ווי 9000 נאך (טעקס)?

אויב דיין EITC איז 9K, דאס ווענדט זיך אין דיין אינקאם (אויב דו מאכסט מעקס EITC איז נישט אזוי גרינג צו קענען אינוועסטירן אזוי סאך...)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

א היסטארישע וואך אין די סטאק מארקעט.

א רעדיט גרופע פון בערך 2 מיליאן יוזערס האבן זיך אפגעשמועסט צו קויפן און האלטן געוויסע קליינע סטאקס וואס זיי האבן געוואוסט אז געוויסע גרויסע פאנדס שאָרטן דערויף, כדי זיי צו שאדן מאכן און לערנען איינמאל פאר אלעמאל אז זיי זענען נישט בעל הבית אויף די מארקעט.

לכבוד דעם זענען די סטאקס דראסטיש ארויפגעשפרינגען, מאכנדיג אז די פאנדס זאלן דארפן קויפן זיך צו קאווערן, און ממילא איז די סטאק נאך מער ארויפגעגאנגען ווייל די דעמענד איז ארויף.

געוויסע פאנדס האבן טאקע פארלוירן ביליאנען דאלארן אין איין טאג, איין קאמפעני האט אפילו געפיילט באנקראט.

לאור המצב האט ראבינהוד דעסיידעד צו בלאקן טרעדינג אויף די פאר סטאקס וואס זענען ארויפגעשפרינגען צי שטארק.

דאס איז נארמאל צו בלאקן טרעדינג, ס'געשעט כסדר ווען א סטאק איז צו וואלעטייל אז מ'שטעלט אפ טרעדינג פאר א שטיק צייט. נאר דא הייבט זיך אן די פראבלעם, ראבינהוד האט נאר געבלאקט צו קויפן די סטאק, פארקויפן האט מען ווייטער געקענט, דאס האט געמאכט אז ס'זאל נישט זיין אזא דעמענד (ווייל מ'קען נישט קויפן) ממילא איז די סטאק פרייז אראפגעפאלן.

יעצט, ראבינהוד טענה'ט אז זיי האבן עס געטון אויף זייער אייגענע ווילן און קיינער האט זיי נישט געהייסן, אבער באשולדיגן טוט מען זיי אין קאנטראלירן די פרייז פאר די בענעפיט פון געוויסע פאנדס מיט וועם זיי זענען אין גוטן.

ביטע דא לייגן אלע נייעס ארום די סומאטוכע.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

קנאפער ידען האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:דאס מיינט אז כדי סזאל זיך לוינען צו ריעלייזן א געין מוז עס זיין אדער ווייניגער ווי $3,650 אדער מער ווי 9000 נאך (טעקס)?

אויב דיין EITC איז 9K, דאס ווענדט זיך אין דיין אינקאם (אויב דו מאכסט מעקס EITC איז נישט אזוי גרינג צו קענען אינוועסטירן אזוי סאך...)


אה.. דאס מאכט שוין מער סענס, שכח פארן אויסקלארן.

איך וואלט געזאגט אז איינער וואס האט א נארמאלע אינקאם און ריעלייזט א געין פון 3650 א יאר, איז סייווי נישט עלידזשיבל פאר EITC.

pastedImage.png
pastedImage.png (67.37 KiB) געזען 762 מאל
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

קלעס עקשאן לאוסוט געפיילט אקעגן ראבינהוד.

https://finance.yahoo.com/news/robinhoo ... 04848.html
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9183
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך פאנג אן צו באגרייפען די נייעס, עס איז א ספעקטעקאל איינס אין א מיליאן.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

איינער זאל ביטע אריין ברענגען 'פאראינטערעסירט' תגובה אז איינער וואס פארשטייט נישט צו סטאקס זאל קענען פארשטיין די תגובות
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשער »

מים חיים האט געשריבן:
מים חיים האט געשריבן:די שאלה איז וויאזוי מווייסט ווען זיי האבן שוין צוריק געקויפט, און ווען די רעדדיטערס זאלן פארקויפן (ווייל סגייט זיכער נישט אנהאלטן לאנג)?
איך פארשטיי אז סאיז קאמפליצירט מסביר צו זיין

געטראפן די ענטפער
http://isthesqueezesquoze.com/

זייער אינטערעסאנט.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

נישט געפירליך האט געשריבן:א קורצע איבערזיכט איבער די מצב יעצט מיט די געים-סטאפ / רעדדיט סומאטוכע אויף די סטאק מארקעט.

א "שארט סעל" (קורצע פארקויף) איז ווען מ'שאצט פאָר אז א געוויסע סטאַק וועט פאלן אין פרייז, בארגט מען מענטשן'ס שעירס און מ'פארקויפט עס, מיט'ן די חשבון עס צוריק צו קויפן איינמאל די פרייז טראסקעט.ד

דו פארקויפסט יענעם'ס סטאק ווען די פרייז איז למשל 20 דאלער, און דו קויפסט עס צוריק אפאר טעג שפעטער ווען די פרייז איז ביי למשל 8 דאלער. די איבריגע 12 בלייבט ביי דיר אין טאש (און מ'צאלט למשל איין דאלער פאר דער וואס האט עס פארבארגט אז די שפיל זאל זיך איהם לוינען, די שעירס אליינס באקומט ער דאך אויך צוריק).

אפאר העדזש פאנדס (גרויסע סטאק קאמפאניס וואס האנדלען אויף די מארקעט פאר אנדערע) ווי 'מעלווין קעפיטאל' און 'סיטראן ריסורטש' האבן דאס פרובירט צו טוהן בידים צו געים-סטאפ, אויף די חשבון אז נאכן פארקויפן אסאך שעירס אויף א מאל וועט די פרייז פאלן און מענטשן וועלן אריינפאלן אין א פאניק צו פארקויפן זייער שעירס אויס מורא אז די פרייז זאל נישט פאלן נאך מער. דעמאלטס וואלטן די העדזש פאנדס שנעל צוריקגעקויפט די ביליג געווארענע שעירס, צוריקגעגעבן פאר די ריכטיגע אייגענטומער און געמאכט די רווח.

אן ארמיי פון פריוואטע חברה אויף רעדדיט זענען אבער קלוג געווארן, און אנשטאט פארקויפן זייערע שעירס האבן זיי זיך גענומען איינקויפן נאך און נאך, און דאס האט געמאכט די פרייז ארויפגיין אנשטאט אראפגיין. יעצט דארף די העדזש פאנד, וועלכע האט פארקויפט ביי 20 צו וואס, צוריק קויפן די פארקויפטע שעירס ביי 300 צו וואס, ווייל לויט זייער אפמאך מוזן זיי דאך צוריקגעבן די זעלבע סכום שעירס ווי זיי האבן געבארגט. הוית דא רעדט מען פון מיליאנען זענען די העדזש פאנדס אין גרויסע צרות.

פון די אנדערע זייט די רעדדיט חברה, זיי האבן יעצט געקויפט אסאך סטאק פאר ביליג און מיט דעם ארויפגערוקט די פרייז, און זיי האלטן עס אן, צווינגענדיג די העדזש פאנדס אפצוקויפן די שעירס פאר גרויס געלט

די גאנצע פינאנציעלע וועלט איז אויף דערמיט, און די ווייסע הויז און די עף.סי.סי. האלטן א נאנטע אויג אויף וואס ס'גייט פאר און באטראכטן צו פארשפארן די געים-סטאפ טרעיד פאר א וויילע. דאס האט געמאכט א שטורעם פון מענטשן וואס טענה'ען אז פריוואטע מענטשן האבן די זעלבע רעכט צו מאניפולירן די מארקעט ווי די גרויסע קאמפאניס, און פארוואס פארשפארט מען ווען די גרויסע קאמפאניס זענען אין צרות!?

די העדזש קאמפאניס האבן שוין דערווייל פארלוירן שווערע ביליאנען דאלארן, און יעדער ווארט מיט נייגער צו זעהן וויאזוי דאס וועט זיך אויסשפילן.
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

Re: סטאקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

Surface האט געשריבן:
נישט געפירליך האט געשריבן:א קורצע איבערזיכט איבער די מצב יעצט מיט די געים-סטאפ / רעדדיט סומאטוכע אויף די סטאק מארקעט.

זייער שיין און קלאר.
איז דא א סיבה פארוואס די רעדיט חברה האבן זיך גענומען דייקא צו געים-סטאפ און AMC?
זענען זיי דען די איינציגסטע אויף וועלכע העדזש פאנדס האבן גרויסע שארט פאזישענס?

נישט די איינציגסטע אבער די גרעסטע אין פערצענט
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

טשולענט בונדלעך האט געשריבן:אינטערוויו: די סטאק מארקעט גייט דורך די לעצטע טעג אן איבערקערעניש
ה' בשלח פ״א
ר' יוסף געשטעטנער


https://www.yiddish24.com/interviews/12/33278
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:עניוואן קען אריינקומען קלאר מיט די "געים סטאפ" געשיכטע?

אין קורצן ווי איך האב עס פארשטאנען איז עס א "סטאק באבל".

געים-סטאפ איז גאנץ א שוואכע קאמפאני אויפן סטאק מארקעט, אבער אין די לעצטע עטליכע טעג האבן זיך עטליכע אינוועסטירער צוזאמגענומען אונטערן טיש צו מאניפאלירן די פרייז דערפון, און זיי האבן אנגעהויבן קויפן גאר אסאך שעירס דערפון, וואס האט אטאמאטיש ארויפגעברענגט די פרייז דערפון, אזוי אויך האט עס געברענגט אז מענטשן זאלן זוכן צי אינוועסטירן דערין גלייבנדיג אז די עכטע וועליו דערפון איז גאר שטארק געשטיגן.
אויך האט עס געברענגט אז די אלע שארט אינוועסטירער בעיקר גרויסע העדזש פאנד קאמפאניס וואס האבן געבעט אז די קאמפאני גייט גיין שלעכט זאלן מוזן פארקויפן זייערע סעטז דערלייגנדיג מיליאנען דאלארן.

היינט האט ראבינהוד איינע פון די גרעסטע אנליין סטאק טרעידינג פירמעס צוזאמען מיט נאך עטליכע טרעידינג פירמעס פארבאטן צו קויפן פרישע סטאקס, אין ליכט פון דעם האט די מארקעט געכאפט א זעץ אויף אראפ גייענדיג פון $350 א שעיר צו בלויז $115... איבער 66 פראצענט! למעשה האט זיך עס אביסל צוריק געכאפט און נאר פארלוירן ארום 44 פראצענט פון די פרייז פון אנהייב טאג.

שפעטער אין טאג האבן עטליכע אינוועסטירער אריינגעגעבן א שלאס ערשטן לאוסוט אנטקעגן ראבינהוד פארן באגרעניצן דאס קויפן סטאקס פון געים-סטאפ, יעצט ביינאכט האט ראבינהוד געמאלדן אז זיי גייען יא צוריק ערלויבן דאס קויפן די סטאק אבער אויף א באגרעניצטע אויפן, דאס האט געברענגט אז די סטאק איז צוריק ארויף... און לעת עתה איז עס יעצט אין די עפטער האוערס טרעידינג צוריק ארויף צו איבער $365 א שעיר...

קאנגרעסלייט פון ביידע הייזער אין קאנגרעס רופן פאר אינוועסטיגאציעס איבער די סטאק מאניפאלאציעס.

צו פארן אויף א ראולער קאוסטער איז זייער אסאך פאן ווען עס איז אויפן וועג ארויף... אבער דערנאך קומט א וועג אראפ און די רוב אריינגערעכנט א גרויס חלק יונגע צאצוקלעך וועלן דערלייגן דאס הויזן זאגט סענעטארשע עליזאבעט ווארען.

---
Whiz האקט, שיק עניוועי
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך בין נישט א בקי אין די סטאק מארקעט, אבער די גאנצע זאך איז אין מיינע אויגן א מאסיוו אויפגעבלאזענע באבל. לאמיר עס צולייגן די וועג, און וועלמיר זען צו עמיצער קען מיך דאס אנטשיידן.

אפיציעל הייסט עס אז די ווערט פון א פירמע ווערט געמאסטן לויט איר ווערט אויף די סטאק מארקעט. שטימט?

יעצט וואס געשעט ווען למשל בינגא ענד קא. זאל באשליסן אז זי וויל ארויפגיין אויפן סטאק מארקעט. זי גייט פארקויפן שעיר'ס וואס יעדע שעירהאלדער גייט ווערן א שותף אין די פירמע. אז מ'וועט גיין אפשאצן די נכסים און פאטענציאלע רווחים פון די פירמע איז זי ווערט א משל לכל היותר 10 מיליאן דאלער, און זי שטעלט ארויס צום פארקויפן אין ווערט פון האלב פון די ביזנעס, 5 מיליאן, 10,000 שעירס פאר $500 א שעיר. פיין.

וואס פאסירט יעצט?

כלל ישראל הערט מפה לאוזן אז די פאפולערע טשעין סופערמארקעט איז ארויף אויפן סטאק מארקעט, און גלייך ווען די טרעידינג דעי עפענט זיך טוט זיך יעדער יאווען צו כאפן עטליכע שעירס און קענען האבן א חלק אין די הצלחה פון די פירמע. ביז געציילטע סעקונדן טוען די קאמפיוטערייזד סיסטעמען אויפכאפן אז עס איז דא א מאסיווע דימענד פאר בינגא ענד קא. און עס טוט זיך דראסטיש העכערן די שעיר פרייז צו $700.

מיינט דאס אז די ווערט פון בינגא'ס נכסים איז איבערנאכט געשטיגן מיט 40 פראצענט?

צו בעסער איליסטרירן מיין פראגע, דארף מען קוקן אויף 'טעסלא'. זי האט אין 2020 געמאכט 721 מיליאן אין פראפיט אויף 31.5 ביליאן אין סעילס, נאכן האבן א 862 מיליאן פארלוסט אין 2019. אבער אויפן סטאק מארקעט איז טעסלא געשטיגן אין די לעצטע 10 חדשים מיט א שטוינענדע 800%!!! און איר מארקעט וועליו איז קרוב צו א טריליאן דאללער! ווארשיינליך צוליב אירע ברייט פאבליצירטע דעקונג איבער אירע ספעיס סוקסעסן.
פימפערנוטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פימפערנוטער »

טאקע א באבל אבער מענטשן קויפן סטאקס אויף די אמונה אין מאסק.... אויף די פאטענשעל פון די קאמפעני...

אגב, אויב די סטאק גייט ארויף אפילו אלץ א באבל, קען די פירמע פארקויפן מער שעירס, מאכן אסאך געלט, און אינוועסטירן, און באמת ארויף גיין.....
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די הילעריעס חלק פון דעם סאמוטאכע איז אז 'קויפן' סטאקס האט כאטש א לימיט פון פארלוסטן, ווארסט קעיס סינעריא וויפיל האסט אריינגעלייגט און שוין. דו ווייסט עטליעסט וואס צו עקספעקטן. ווידער 'שארט סעילן' סטאקס פארלוסטן איז אנלימיטיד! און דו ביזט גענצליך אין די טונקל אנע השגה ווי טיף דיין לאך איז..

היות דיין אינוועסטמענט איז דאך בעיסד אויפן סטאק צו טראסקען, איז ווען ס'פארט ארויף פארלירסטו דעך מיט יעדן דאלער אינקריעס, און ארויף האט דאך קיין שיעור... ס'איז מיינדבאגלינג וואס די כאפטע בחורים האבן אנגעלערענט דא די גרויסע רבי'ס, צענדליגער ביליאנען.
אוועטאר
ר' זעקל
שר עשרת אלפים
תגובות: 11453
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2018 7:17 pm
לאקאציע: אונטערן זעקל

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' זעקל »

די פרשה פון געים-סטאפ איז ווייט די איינציגסטע קאמפעני וואס די רעדדיט ליצים האבן זיך גענומען אויף,
א צווייטע סעמפל איז Dogecoin א coin אזווי ביטקוין די חילוק איז נאר אז בעת ביטקוין איז ווערט 36 טויזענט א שטיקל, איז דאדזש קוין ווערט געווען ביז נעכטען 0.8 פון א צענט
(דאדזש קוין איז געעפענט געווארן אריגינעל אלס א דזשאק)
ביז די רעדדיט חברה האבן באשלאסען ארויפצושיסען דאדזש קוין ביז די מאאן (לבנה) און במשך די לעצטע טאג האט עס ארויפגעשאסען ביז אזוי הויעך ווי 7-8 צענט א שטיקל.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10695
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

וויאזוי די איד דעלי מעלדט עס

גרויסע סענזאציע ארום "געים-סטאפ" און סטאק מארקעט

וואשינגטאן – א סענזאציע קאכט זיך אין די לעצטערע טעג ארום דעם אמעריקאנער סטאק מארקעט, און וויאזוי א גרופע פון קליינע אנליין אינוועסטירער האבן באוויזן אנצודרייען א שפיל וואס האט אויפגעדעקט דעם גרויסן "באבל" וואס דער סטאק מארקעט איז.

די רעדע איז פון די "געים-סטאפ" געשעפטן נעץ קאמפאני וועלכע האלט שוין א שטיק צייט ביים אונטערגיין. גרויסע אינוועסטירער האבן דעריבער געמאכט "שארט-סעילס" אויף סטאקס פון "געים-סטאפ", אויף א וועג אז זיי וועלן פארדינען אויב די סטאקס פאלן טאקע.

וועלנדיג אראפקלאפן די פארדינסטן פון די גרויסע אינוועסטירער, האבן זיך טויזנטער אנליין קליינע אינוועסטירער אראנזשירט און אנגעהויבן קויפן סטאקס אין "געים-סטאפ", וואס האט געברענגט אז די ווערד דערפון האט זיך אויסטערליש שטארק געהויבן אין די לעצטערע טעג.

דאס האט געפירט דערצו אז "געים-סטאפ" איז פלוצלינג געווארן ווערד ביליאנען דאלארן, אבער נישט אין רעאליטעט, נאר אינערהאלב דעם סטאק מארקעט "באבל", וואס דורכדעם האבן די "שארט-סעיל" גרויסע אינוועסטירער דערלייגט שווערע געלטער פון ביליאנען דאלער.

די גאנצע זאך האט אויפגעדעקט א גרויסן לאך אין די רעאליטעט פונעם סטאק מארקעט, און וועלנדיג בלאקירן אנליין אינוועסטירער פון טון די זעלבע צו אנדערע קאמפאניס, האבן עטליכע אנליין אינוועסטמענט און סטאק טרעידינג פירמעס געצוימט נעכטן האנדל אויף פילע פון זייערע פלאטפארמעס.

די סענזאציע האט צוזאמגעברענגט פיגורן פון די סאמע שטערקסטע ליבעראלע און קאנסערוואטיווע שטרעמונגען, וועלכע האבן אלע געשטיצט די אנליין אינוועסטירער פאר זייערע שריט, און שארף פארדאמט די אנליין אינוועסטמענט פירמעס פאר'ן בלאקירן האנדל אין רעאקציע.

עס איז אנגעוויזן געווארן אז די אנליין אינוועסטירער האבן מיט זייערע שריט אויך געברענגט אז די סטאקס פון די "עי-עם-סי" אונטערהאלטונג גרופע און די סטאקס פון "אמעריקען עירליינס" זאלן זיך הייבן, וואס די צוויי קאמפאניס האבן אויך געליטן לעצטנס פארלוסטן.

(על רגל אחת הסבר איבער שארט-סעילס: ווען אן אינוועסטירער זעט אז א פירמע גייט אונטער, בארגט ער עטליכע שעירס אין דער פירמע פאר א שטיק צייט. צום ביישפיל ער בארגט 5 שעירס פאר א מאנאט און יעדע שעיר איז ווערד 1 דאלער. דער אינוועסטירער נעמט באלד די 5 שעירס און פארקויפט עס, האט ער 5 דאלער אין טאש. ווען דער מאנאט גייט אריבער און דער אינוועסטירער דארף צוריקגעבן די 5 שעירס פאר'ן פארבארגער, גייט ער און ער קויפט 5 שעירס, וואס יעצט איז שוין נאר ווערד 50 צענט א שעיר און עס קאסט אים די 5 שעירס 2 דאלער און 50 צענט. ער גיט צוריק די 5 שעירס פאר'ן פארבארגער, און דאס הייסט אז ער איז געבליבן אין טאש מיט 2.50$ פון דעם גאנצן שפיל. אויב אבער הייבט זיך די ווערד פון די שעירס אין לויף פונעם מאנאט, מיינט עס אז ווען דער אינוועסטירער דארף קויפן 5 שעירס צו באצאלן פאר'ן פארבארגער, דארף ער ארויסנעמען פון טאש מער ווי די 5 דאלער, און ער בלייבט מיט א פארלוסט פונעם שפיל.)
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א פעיר סטאק מארקעט וואלט געווען, אויב די פרייז פאר א שעיר ווערט נישט באשטימט לויט די לופטיגע דימענד, נאר לויט די אמת'ע ווערט פון די פירמע.
אוועטאר
געשמאקע קוקיס
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 5:18 pm

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע קוקיס »

אינטערוויו: די סטאק מארקעט גייט דורך די לעצטע טעג אן איבערקערעניש
ה' בשלח פ״א
ר' יוסף געשטעטנער ‎
https://www.yiddish24.com/interviews/12/33278


ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענערעל דזשעימס עפענט אן איבערזיכט אויף די שריט פון די סטאק בראקערידזש פירמע 'ראַבּינהוד'
ו' בשלח פ״א
דזשעימס זאגט אז איר אפיס קוקט אריין אין די שריט וואס ראבינהונד האט גענומען ארום האנדלן מיט סטאקס פון די פירמע 'געים-סטאַפּ', און וועט עס אדרעסירן. וואל סטריט האט זיך געשאקלט דעם וואך ווען די סטאק ווערד פון 'געים-סטאפ' איז געשטיגן מיט 10 ביליאן דאלאר אין בלויז איין טאג, געטריבן דורך מיטגלידער פון א סאשעל מידיא גרופע וועלכע האבן געוואלט אינטערהאקן 'שאָרט-סעלינג' וואס גרויסע העדזש-פאנדס האבן גענומען אקעגן די סטאק.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/33318


ביזנעס נייעס
ה' בשלח פ״א

הערט די פרישע ביזנעס באריכט פון:11:41 PM
https://www.yiddish24.com/news/97/33313

ביזנעס נייעס
ד' בשלח פ״א

הערט די פרישע ביזנעס באריכט פון:3:56 PM
https://www.yiddish24.com/news/97/33202
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

פון דא און ווייטער באלאנגט אהער
viewtopic.php?f=26&t=15202&start=475#p2597809
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: מלחמה צייט: פריוואטע טרעדערס אקעגן וואָל סטריט עסטעבלישמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים חיים »

Google salvaged Robinhood’s one-star rating by deleting nearly 100,000 negative reviews
שרייב תגובה

צוריק צו “עקאנאמישע נייעס”