בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

פארווייטאגט האט געשריבן:
און כפי ידיעתי געהערט דער פאבריק פאר גפן.

גראדע פון וועם איך האב געהערט אז ס'איז א כשר'ע פאבריק, האב איך געהערט אז עס איז אונעד ביי א פריוואטער מענטש, וואס מאכט פאר זיי אלע.


און אויף די רעסט פון דיין תגובה האב איך נישט וואס צוצולייגן.
אוועטאר
עדה
שר האלף
תגובות: 1994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

קלאנג האט געשריבן:
עדה האט געשריבן:
מגדים האט געשריבן:
אושפיזין האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:קאן זיין דריי סיבות,
1) בינגאו האט עס נאך פון בעפאר די פרייז אינקריעס
2) בינגאו דערלייגט אויף יעדן שטיקל
3) בינגאו האט עס באקומען אויף א גיטן דיעל

איר קענט וועלן וועכע איר ווילט, אדער צולייגן אנדערע אפציעס...

און ע"פ רוב אז די וועסט קוקן אויפן עקספערעישאן דאטום ביי בינגא וועלן נאך זאכן פארענטפערט ווערן
נישט אז מעינעיז האט א עקספארעישאן כ"ווייס נישט אבער כ'האב עס געהאט ביי אנדערע פראדוקטען און געדארפט אוועקווארפן


די כלל איז נישט ריכטיג, שוין געהאט פרישע ביי זיי אין אלטע ביי מיין פריימערי גראסערי.

מיר זענען זיך נוהג אלעמאל צו קוקן אויפן דאטום, היינט אינדערפרי האמיר געזעהן ביי מיין לאקאלע גראסערי א שאכטל מייאנעיז וואס איז אפגעלאפן מערץ 22..

אושפיזין איז גערעכט, עס איז א כלל אז בינגא האט גאר אפט פראדוקטן זייער נאנט אדער נאכן עקספיירעישן דעיט

און אפילו דו האסט געהאט איין יוצא מן הכלל מאכט עס נאך נישט אויס כלל

שקר וכזב
אויף זייערע ספעשילס דארף מען קוקן די דעיטס ווייל אסאך מאל איז די עקספערעישן דעיט די סיבה פאר'ן ספעשיל. אבער סתם אייטעמס זענען זיי די זעלבע פריש ווי אנדערע


בעפארן שרייבן שקר וכזב פרעג דיך נאך, איך האב עס געהערט פון א דיסטריביוטער אז זיי בעטן לכתחילה אייטעמס נאנט צום עקספיירעישן דעיט פאר א בעסערע פרייז כדי צו קענען געבן ביליגער, לאו דוקא ספעשלס

ספעשלס האב איך שוין געטראפן דארט נאכן דעיט אויך...
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
אוועטאר
36 געסט
שר האלפיים
תגובות: 2319
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 2:09 pm
לאקאציע: צוזייעט און צושפרייט אין רוב אשכולות

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 36 געסט »

עדה האט געשריבן:
בעפארן שרייבן שקר וכזב פרעג דיך נאך, איך האב עס געהערט פון א דיסטריביוטער אז זיי בעטן לכתחילה אייטעמס נאנט צום עקספיירעישן דעיט פאר א בעסערע פרייז כדי צו קענען געבן ביליגער, לאו דוקא ספעשלס

ספעשלס האב איך שוין געטראפן דארט נאכן דעיט אויך...


א זאך וואס קאסט צוואנציג דאלער, פאר פינעף, איז אבוויעס אז עפעס גייט דא פאר. און פארדעם פארן ווערן עקסייטעד געבט מען א קוק די דעיט.
אויף סתם אייטעמס, קען איך דיר זאגן אז סיי ראקלענד און סיי עווערגרין, האב איך שוין געטראפן אייטעמס א טאג צוויי צום עקספיירעשן.
בינגא איז טאקע ערגער פון זיי, אבער איך קוק שוין היינט ביי אלע.
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3377
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענדי'ס »

אגב אז מען רעדט פון דעיטס האב איך שוין געטראפן זאכן אין אנדערע סטאר פאר פילע פרייז
שוין נאכן דעיט

מען דארף אלע מאל קוקן וואס מען קויפט
אוועטאר
עדה
שר האלף
תגובות: 1994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 01, 2022 1:46 am

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עדה »

יעדע געשעפט בלייבט צומאל איבער מיט אייטעמס לענגער ווי געפלאנט, בינגא אבער קויפט עס לכתחילה שפעט

עס איז בכלל נישט קיין סוד אין די אינדוסטרי
נִצְּחוּ אֶרְאֶלִּים אֶת הַמְּצוּקִים וְנִשְׁבָּה אֲרוֹן הַקֹּדֶשׁ
טוט זיך...?
שר האלף
תגובות: 1053
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 8:36 pm

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טוט זיך...? »

פארווייטאגט האט געשריבן:
טוט זיך...? האט געשריבן:
פארווייטאגט האט געשריבן:
כפרה האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:די שיעור איז געווען דארט און געמעקט געווארן

אפשר קען Elon Musk אפקויפן קול-הלשון אויך :wink:


אז מ'זאל קענען זאגן השערות מיט דמיונות אהן אויסמעקן?
פרי ספיטש ביי שיעורי תורה, ווי יעדער זאל קענען זאגן וואס ער וויל, אהן טראכטן אדער מברר זיין איז א מעלה?

און אויב איינער האט געהאט א גוטע וויץ טאר מען עס נישט פשוט ליינען און שמייכלען אן ווערן פארגעהאלטן אויף די גאנצע ערנסקייט...?.?


ספירה טעג?

כ'האב מיר שיין ארויסגעדרייט?
ביסט דאך נישט מער ווי גערעכט!

פיינע קאם בעק...
קאטשקע פלייש
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2022 11:59 pm

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע פלייש »

בינגא עפענט אויף אין די פייוו טאונס א פערדע סטאר
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

פארווייטאגט האט געשריבן:
36 געסט האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:
קענסט די זעלבע זאך איבערשרייבן אויף אידישע קאמפאניס.
מעיאנעיז איז פון די זאכן וואס ביי מיר קויפט מען שוין Hellmans א שטיק צייט. די היימישע לעיבל קען איך אליין פרינטן פאר אסאך ביליגער.
און אזוי איז מיט רוב עסן Staples.
סך הכל מאכן זיי א run ביי א גואישע קאמפעני, און איך גלייב זייער שווער אז די כשר'ן ( אויב זיי טוען עס) קאסט מיליאנען.
ביודעי ומכירי קא אמינא אז די אלע הכשרים פארלאזן זיך איינער אויפן צווייטן, פארלאז איך מיך אויך אויף זיי

גפן, הדר, גליק'ס, בלו פענטרי, ווערן אלע געמאכט אינעם זעלבן נאר כשר'ע פאבריק.


און כפי ידיעתי געהערט דער פאבריק פאר גפן.

אמר"ש איז עס א געפערליכע עולה מצד לא ידעתי (יד"נ) פאר פארציילן א מעשה שלא היה, פשוט קאלט צו מאכן אנדערע אשר אינם יודעים בין ימינם לשמאלם, בפרט בענייני כשרות. וכמש"כ בעל חמרא טבא, והובא דבריו לקמן.

מיין רב, וואס איז א מומחה לענייני כשרות, לאזט מיר נישט ניצן קיין העלמאן'ס, כ'האב נישט קיין אהנונג פארוואס אדער פארווען, אבער פון עקספיריענס מיט מיין רב, ווען ער וואלט ווען נישט געוואוסט וואלט ער געזאגט לא ידעתי, און ווען ער האלט ווען אז עס איז כשר, וואלט ער מיר געזאגט.

חמרא טבא האט געשריבן:איר האט דורכגעשמועסט אייער הנהגה מיט א בעל מכשיר אדער לפחות א מומחה בענייני כשרות בעפארן ארויסלייגן סטעיטמענטס וואס קענען מכשיל זיין אומוויסנדע אידן?



התחברות האט געשריבן:ווער ס׳פארלאזט זיך אויף א אנאנימע ניק אויף כשרות באשלוסן - דער וועט סייווי נישט אננעמען דיין טענה אז ער איז מכשיל אנדערע.

ריכטיג, אבער ליידער מענטשען וואס ווייסן נישט, ווייסן דאך נישט, והדברים ידועים ליודעים, און אנדערע ווערן נכשל ל"ע.

על אף וואס די שמועס באלאנגט אין א כשרות אשכול אבער איך שפיר א פליכט מיך צו פארענטפערן.
ראשית כל, ביודעי ומכירי קאמינא, א נאנטע חבר/ קרוב וואס איז א משגיח פאר איינע פון די מערסטע אנגענומענע הכשרים האט מיר עס געזאגט. כמעט יעדע פראדוקט היינט האט א אינגרידיענט וואס מפארלאזט זיך אויף די OU/OK וכו וכו. מהאלט אפ כסדר מיטינגען צוזאמען און מאיז בדעה אחת אויף רוב זאכן. ממילא ביי spices אדער staples וואס פארמאגט נישט אזויפיל קאמפליצירטע אינגרידיענטס ( אנדערש ווי קענדיס און נאך) איז עס בעסיקלי אקוראט די זעלבע פראדוקט.
אבער והעיקר, יעדער איד האט זיך זיינע סטאנדארטן, און וואס ביי איינעם איז א שטארקע/שוואכע הכשר איז ביים צווייטן פונקט פארקערט, און עס איז דא אסאך פאקטארן וואס גייען אריין אינעם מהות פונעם בעל מכשיר אויך. יעדע ערענסטע הכשר האט סטאנדארטן חוץ די כשרות פונעם פראדוקט וואס זיי נעמען איו באטראכט פארן געבן די הכשר. יעדער פארשטייט אז די OU למשל וועט נישט געבן א הכשר אויף synthetic pork chips אדער התאחדות אויף כשר לפסח פיצא. די עדה האט א ליסטע מיט תנאים פאר יעדע רעסטוראנט מיט זייער הכשר וואס האט גארנישט מיט די כשרות פון די מאכלים, די OU האט אפאר יאר צוריק געמאכט א רעסטוראנט טוישן זייער נאמען ביים איבערנעמען די הכשר וכו וכו.
ביי מיר, איז א מייקר השער, א קאמפעני וואס האט 4 צו מער משפחות שותפים, און יעדער מעמבער מוז לעבן אן אויפרייסערישן לעבן, צו אפילו א יחיד וואס רעכנט זיך נאר מיט זיינע אינטערעסן אויף לעבנסוויכטיגע פראדוקטן פונקט אזא סתירה צו אידישקייט ווי די רעסטוראנט וואס בלייבט אפן שפעט ביינאכט מוצאי שבת, צו די קאמפעני וואס מאכט כשר לפסח בעגלס.
סאיז אפשר כשר, אבער נישט אידיש.
און א בעל מכשיר וואס אינטערסירט עס נישט איז אין מיינע אויגן א "שוואכע הכשר".
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@ ידיעתי די קומסט אריין היפש שארף און די פארענטפערסט נישט די טענה פארוואס די לייגסט ברבים אזא פסק וואס קען זיין תלוי אין אזאך מציאות׳ען

דיין ווייטאג אויף מיקרי השער במקומו עומדת
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8046
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

2.png
2.png (86.18 KiB) געזען 1688 מאל

בינגא האט ארויסגעלייט א פאול אויף סאציאלע מידיא - מיט 449 שטימען געציילט קומט וויליאמסבורג אריין אלץ געווינער מיט 38%....
אוועטאר
פרעכטיג
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 18, 2022 2:48 pm

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעכטיג »

Thank you האט געשריבן:
2.png

בינגא האט ארויסגעלייט א פאול אויף סאציאלע מידיא - מיט 449 שטימען געציילט קומט וויליאמסבורג אריין אלץ געווינער מיט 38%....


עס שרייט פון זיך אליין!
אויב קויפט איר נישט אויף עמעזאן, איר זוכט נישט קיין ווילא, איר האט שוין געגעבן פארן ווערפייד צדקה קאמפיין, איר האט שוין געשטומט פאר ראש הקהל דרוקט דא
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4354
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

בנוסף לזה אז ווילאמסבורג האט אסאך ווייניגער % מענטשן אויף סאושעל מידיע ווי פייוו טאונס/פסעיק נ.' וכו’.


יא בינגא. מיר ווארטן אויף אייך!!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פאראויס האט געשריבן:בנוסף לזה אז ווילאמסבורג האט אסאך ווייניגער % מענטשן אויף סאושעל מידיע ווי פייוו טאונס/פסעיק נ.' וכו’.


יא בינגא. מיר ווארטן אויף אייך!!

אויך געטראכט דערפון, אבער די בינגאו ס"מ אקאונט איז אסאך מער געפאלא"ט ביי די אידן פון ווילי ווי די אידן פון פיניקס אדער לאס אנג'עלעס
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

פאראויס האט געשריבן:בנוסף לזה אז ווילאמסבורג האט אסאך ווייניגער % מענטשן אויף סאושעל מידיע ווי פייוו טאונס/פסעיק נ.' וכו’.


!!


אדער נישט....
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
קלאנג האט געשריבן:שקר וכזב
אויף זייערע ספעשילס דארף מען קוקן די דעיטס ווייל אסאך מאל איז די עקספערעישן דעיט די סיבה פאר'ן ספעשיל. אבער סתם אייטעמס זענען זיי די זעלבע פריש ווי אנדערע

א שאד זיך צו טענהען אבער עצה טובה קמ"ל אלעמאל צו קוקן DATES אין BINGO
נ.ב. איך קויף וועכענטליך אין בינגא
די וואך געוויזן פאר מיין ווייב עטליכע אייטעמ'ס נישט קיין ספעשעלס וואס די אייטעם לויפט ממש יעצט אויס (זיי האבן געהאט אין BACK אויפן שעלף פון א שפעטערדיגע DATE.

יעדע גראסערי האט די פריערדיגע דעיטס אין פראנט פון די שעלוו, ס'זאל אויסגיין פריער
כ'האב עס שוין געזעהן ביי עטליכע, און שוין געהערט פון א דעסטרוביטאר אז דאס טוט מען אפיציעל
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

וואס עפעס? האט געשריבן:@ ידיעתי די קומסט אריין היפש שארף און די פארענטפערסט נישט די טענה פארוואס די לייגסט ברבים אזא פסק וואס קען זיין תלוי אין אזאך מציאות׳ען

דיין ווייטאג אויף מיקרי השער במקומו עומדת


פארענטפערט נישט גארנישט, אבער זאגט נאכאמאל איבער זיין נישט ריכטיגער, און גאהר מסוכן'דיגע נקודה, אז מ'קען זיך פארלאזן אויף או יו.
בעיקר מיט זיינע צוויי פאלשע פאקטן.
איינס, אז מ'פארלאזט זיך אויף ou . וואס כידוע ליודעים איז עס נישט פשוט, ווייל ווייל די ou אליין, קען זאגן אויף רוב זייערע פראדוקטן אז עס איז נישט קיין היימישע סטאנדארט, ואכמ"ל.
צוויי, אז spices איז נישט קאמפלעצירט, וואס במציאות ווענד זיך וועלכע.

חוץ פון דער תורה שלמה אז א הכשר ווענד זיך צו דער רב מישט זיך אריין און פרייזן ושאר דברים, אנשטאטס קוקן אויף כשרות.....
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אט אזוי לאמיר עס אביסל אויסשמועסן דאסאמאל זיכער אז די ou איז די מערסטע פארגעשריטן ווען עס קומט צו קענען חוקר ודורש זיין געוויסע קעמיקאלן און אנדערע באשטאנדטיילן פון פראדוקטן וואס די היימישע בעלי מכשיר קענען נישט אנקומען אזוי ווייט ווי זיי מילא פארלאזן זיי זיך אויף זייער מומחיות אין אזאנע זאכן.

אזוי אויך אידא געוויסע פראדוקטן וואס די פראסעס דערפון איז נישט צו קאמפליצירט (למשל אז ס׳ווערט געמאכט אין א פאבריק וואס דארף נישט ווערן געכשר׳ט וכדו׳) און/אדער די מומחים קענען פערזענליך דער RC פון דעם ספעציפישע פלענט/פראדוקט און ערז א מומחה און אויך א ירא שמים וואס וועט נישט פון די אייגענע האנט מקיל זיין וכו׳ קענען זיי אמאל לאזן נוצן אזא פראדוקט לכתחילה (איך אליינס האב שוין געפרעגט אויף געוויסע פראדוקטן און באקומען רשות עס צו נוצן).

אבער דא קומט די גרויסע אבער דאס קען נאר זאגן איינער וואס ליגט ראשו ורובו אין די כשרות פעלד און האט א ברייטע ידיעה אינעם גאנצן הלוך ילך ווידער צו מאכן גזי״ש און ק״ו פון דעם אויף די אייגענע האנט איז א פשוטע הפקירות און האט נישט קיין שום שייכות מיט די מציאות.

די זעלבע זאך איז ווען עס קומט צו זאגן אזא מין סטעיטמענט ווי למשל ״אלע ספייסעס זענען אקעי״ וואס חוץ וואס עס איז נישט אמת וועט קיין איין רב וואס איז בתוך הענינים נישט זאגן אזא סטעיטמענט וואס נעמט אריין אין זיך אזויפיל אייטעמס. איך אליינס האב געהאט לעצטנס א מעשה מיט א געוויסע ou ספייס וואסיז לעצטנס אנגעהויבן ווערן זייער באנוצט ביים היימישע עולם ביניך אנגעקומען צו א אינגערמאן וואסיז א גרויסע מומחה אין ספייסעס און אסאך היימישע הכשרים נוצן אים זאגט ער מיר אז דעי ספעציפישע פראדוקט ווערט געמאכט אין א פלענט וואס פראדעצירט הייסע טריפות און היות די ou האט געוויסע קולות מיטן כשר׳ן איז עס גאר א גרויסע פראבלעם צו נוצן. מילא ווען איינער לאזט זיך הערן אויך א פאבליק פארום מיט א ביליגקייט צו היימישע הכשרים דארף ער האלטן פאר די אויגן אזא מין מעשה ועל הכלל כולו יצא וויפיל שאדן אזא סטעיטמענט קען אנמאכן ביי אומוויסנדע מענטשן.
דביה תחדי נפשא
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9191
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אסאך מענטשן שפירן זיך אפענמיינדעט ווען זיי קענען זאגן אז ou איז בעסער ווי די היימישע הכשרים. אבער עפ"י רוב די וואס זאגן עס ףקומט פון חסרון ידיעה.
ס'איז אמת אז OU איז זייער גוט אין נאכגיין אלעס וואס פעלט אויס און האבן שטרענגע פאלעסיס, אבער מ'דארף וויסן אז זיי נעמען אן מערערע קילות בהלכה ווי שעת הדחק וכדומה. זיי זאגן דאס אפען און זיי טיען דאס דירעקט כדי ס'זאל זיין ווי מער כשר'ע פראדוקטן אין די אלגעמיינע געשעפטן. אבוויעסלי האלטן זייערע רבנים אז דאס איז ריכטיג צו טון, כדי אז אידן וואס זענען שוואכע שתומ"צ זאלן קענען גרינג באקומען כשר'ס.
א היימישע השגחה קען האבן אנדערע פעלערהאפטן אבער ס'זיכער אז מ'קען נישט געבן א בלעינק סטעיטמענט אז OU איז בעסער.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

דו ווייסט וואס דו רעדטסט? אדער דו זאגסט וואס דו ווילסט ס'זאל זיין?

ווי הייס האלט די או יו אז די וואסער דארף זיין ביים כשר'ן? און וואס האלטן "אלע" היימישע רבנים?

דאס איז די ערשטע שוועריגקייט וואס רוב היימישע השגחות האבן, די או יו פארלאנגט א נידריגערע היץ צוליב וואס די פירמעס זענען נישט מסכים אויף צי הייס ווייל עס קען צוברעכן די מאשינען, א בעל הבית פון א היימישע פירמע האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז 80% קאמפעניס ווילן ניטאמאל הערן ווייטער נאך מען זאגט זיי ווי הייס מען וויל מאכן די מאשינען

נאכדעם סיי וועלכע פראדוקט וואס איז מילכיג קענסטו שוין אראפ נעמען פון טיש, די או יו איז בכלל נישט מקפיד אויף די הלכה פון חלב ישראל - איז דאס דען א לעגיטימע הלכה'דיגע מחלוקה??!!

ועוד ועוד רבים, ואי אפשר לפורטם
אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 17780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליטישע עקספערט »

שוין אפגערעדט אז וואס מיינע זיידעס האבן געגעסן ווייל זיי האבן נישט געהאט בעסערס איז נישט קיין שום תירוץ נישט אז לכבוד דעם זאל איך -- וואס איך האב יא בעסערס פאר אביסל טייערער -- מיר אויך פארלאזן אויף די היתירים

ווער זאגט אז אלעס מוז זיין גלאט כשר? וכדו' איז קלאר "נישט" די שאיפות פון סתם א חסיד
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

פארווייטאגט האט געשריבן:
וואס עפעס? האט געשריבן:@ ידיעתי די קומסט אריין היפש שארף און די פארענטפערסט נישט די טענה פארוואס די לייגסט ברבים אזא פסק וואס קען זיין תלוי אין אזאך מציאות׳ען

דיין ווייטאג אויף מיקרי השער במקומו עומדת


פארענטפערט נישט גארנישט, אבער זאגט נאכאמאל איבער זיין נישט ריכטיגער, און גאהר מסוכן'דיגע נקודה, אז מ'קען זיך פארלאזן אויף או יו.
בעיקר מיט זיינע צוויי פאלשע פאקטן.
איינס, אז מ'פארלאזט זיך אויף ou . וואס כידוע ליודעים איז עס נישט פשוט, ווייל ווייל די ou אליין, קען זאגן אויף רוב זייערע פראדוקטן אז עס איז נישט קיין היימישע סטאנדארט, ואכמ"ל.
צוויי, אז spices איז נישט קאמפלעצירט, וואס במציאות ווענד זיך וועלכע.

חוץ פון דער תורה שלמה אז א הכשר ווענד זיך צו דער רב מישט זיך אריין און פרייזן ושאר דברים, אנשטאטס קוקן אויף כשרות.....

שקר איז אויך א עבירה.
מען פארלאזט זיך "יא" אויף די או יו. איך פארשטיי אז ס'וועט זיין א פאל וואס מוועט נישט אננעמען זייער קולא, אבער נאמנות האבן זיי זיכער אפילו ביי די פרומסטע הכשרים מעו זאגט נישט אז זיי זענען א באנדע מקילים וכדומה.
איך האב געשריבן "ספייסעס און סטעיפלס וואס האבן נישט קיין סאך קאמפליצירטע אינגרידיענטס".

א תורה שלימה? דו לייקנסט יעצט אז התאחדות אדער די עדה החרדית און (להבדיל??) די או יו האבן סטאנדארטן פאר א הכשר וואס האט נישט מיטן כשרות פונעם פראדוקט?

אז מרעד שוין, די או יו למשל האט זייערע מענטשן עוועילעבעל פאר אינטערוויוס און זיי זאגן פונקטליך יעדע גרויסע שאלה וואס די צדדים זענען געווען, וויאזוי רב בעלסקי ז"ל צו הרב שעכטער האבן עס אנגעקוקט און געקומען צו א מסקנה. פון די היימישע הערט מען עס נישט כמעט.
למשל, איינע פון די גרעסטע היימישע הכשרים האט פאר יארן טרומפייטערט אז זייער כשר לפסח פראדוקטן ליסט באשטייט פון 4 5 אייטעמס. זיי פלעגן עס פאמפען יעדע יאר אין זייער אויסגאבע. היינט צוטאגס קענסטו אנפילן א שאפינג קארט מיט זייערע כשר לפסח אייטעמס. מה נשתנה? וואס האט צוגעברענגט דעם טויש? איז דאס די "איינציגסטע" קולא וואס זיי האבן אנגענומען לעצטנס וועגן נשתנו העיתים/דורות?

און נאכאמאל, איך זאג נישט אז או יו איז בעסער ווי די היימישע ערליכע רבנים. אבער אז מען זעהט בחוש וויאזוי אידישע ברידער נעמען עדווענטעדזש פון די תמימות און ערליכקייט פון אנדערע אידן און רייסן פרייזן וואס די האר פון קאפ קענען זיך אויפשטעלן, הרענגט עס זייער מיט זייער בעל מכשיר'ס נאמנות און ערליכקייט אויף אלעם אונטער א פראגע צייכן..
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

(די מעשה איז דאך אבער אז - לויט ווי מען הערט - פארלאזט זיך די או יו אויך אויף די היימישע פארלעסליכע השגחות, און שיקן נישט אלעמאל אראפ זייערע אייגענע משגיחים צו דאבל טשעקן. און בכלל, זיי געבן דאך אויך די השגחה אויף די אלע פראדוקטן פון די מייקרי השער... זענען דאך זיי אליין אויך נישט גוט)
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35252
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אזוי ווי מ'רעדט דא פון ספייסעס, זייט וויסן אז לגבי שמיטה איז די רבנות מיט זייער "היתר מכירה" גענוג מאסגעבנד פאר די OU.

נאך עפעס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

farshlufen האט געשריבן:אזוי ווי מ'רעדט דא פון ספייסעס, זייט וויסן אז לגבי שמיטה איז די רבנות מיט זייער "היתר מכירה" גענוג מאסגעבנד פאר די OU.

נאך עפעס?


What is the OU’s Policy with Regard to Shmittah and Israeli Produce?
For the past 130 years, there has been a great Rabbinic debate over the propriety of selling Jewish farmland to non‐Jews to avoid the prohibitions of shmittah. Though many great Rabbis advocated in favor of this sale (known as the heter mechira), other equally great Rabbis stood in strong opposition. The OU does not rely on heter mechira when endorsing Israeli product. Therefore, during the shmittah year, produce grown in Israel is only OU certified when grown by gentiles or packaged from sixth‐year inventory.

https://oukosher.org/faqs/what-is-the-o ... i-produce/
לעצט פארראכטן דורך ידעתי אום זונטאג מאי 08, 2022 12:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

מי חכם האט געשריבן:(די מעשה איז דאך אבער אז - לויט ווי מען הערט - פארלאזט זיך די או יו אויך אויף די היימישע פארלעסליכע השגחות, און שיקן נישט אלעמאל אראפ זייערע אייגענע משגיחים צו דאבל טשעקן. און בכלל, זיי געבן דאך אויך די השגחה אויף די אלע פראדוקטן פון די מייקרי השער... זענען דאך זיי אליין אויך נישט גוט)

איך שפיר אז איר פארשטייט מיך בכלל נישט.
איך בין "נישט" דא צו פארטיידיגן די או יו וכדו "קעגן" די היימישע הכשרים, עס איז שטארק מעגליך און מסתמא די מציאות אז יעדע היימישע בעל מכשיר האט געוויסע חומרות וואס א צווייטער נעמט נישט אן, און אויף דעם האב איך מיך באצויגן.
נאכן אוועקשטעלן אז יעדע הכשר קוקט אויך אויף די "מהות" האב איך געזאגט אז א מייקר השער איז ביי מיר פונקט אזא שטארקע "מהות" באראמיטער ווי די זמנים וואס דער רעסטוראנט איז אפן צו די נאמען פונעם פלאץ/פראדוקט.
איך ערווארט נישט אז התאחדות זאל געבן א הכשר אויף א אייטעם וואס איז 100% כשר וואס האט א גרויסע בלוי און ווייסע פאן, אדער אז וואלאווע אויף "כשרע" סינטעטיק חזיר פלייש וכדו.
און לגבי דיין טענה אז די או יו געט אויך א הכשר אויף די אלע פראדוקטן? איה"נ. זענען זיי גארנישט בעסער ווי די היימישע. און אז איך קען מיך שפארן 50 פראצענט אדער מער צוואוס ווארפן געלט אין מיסט?
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”