איז היתר עיסקא א לכתחילה?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
-
- שר העשר
- תגובות: 12
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:43 pm
איז היתר עיסקא א לכתחילה?
פאר א צייט צוריק האב איך גענומען פון א חבר א ביזנעס לאון מיט עסקה.
זייט דאן גייט מיר די הצלחה נישט אזוי איי איי איי.
זעהענדיג מיין מצב, האב איך אראפגעברענגט אנדערע סוקסעספול ביזנעס לייט אז זיי זאלן מיר ארויסהעלפן מיט א מהלך. צו האב איך טאקע א ביזנעס אדער א האבי. ב"ה שטעלט זיך ארויס אז יא, א ביזנעס איז עס, נאר און יעדע ביזנעס מאכט זיך אזאונע גראואינג לעכער פון וואס מען דארף זיך א עצה געבן און ארויסקריכן, און עס איז מעגליך.
אזוי קוקענדיג אין מיינע ביכער איז ארויפגעקומען דעם שטר היתר עסקה. דער צווייטער איז אויפגעשפרינגען מיט א טוץ מעשיות פון וואס ער ווייסט און געהערט און מיטגעהאלטן אז דער וואס איז עוסק אין עסקה אפילו בהיתר האבן זייער נישט גוט מצליח געווען, וכהנה וכהנה.
רבותי, איך בין טויט דערשראקן.
אויב איז ער גערעכט, אז עסקה איז א רעסעפי פאר דיזעסטער, דאן האב איך א וועג ארויס דורך מאכן דען מלווה פאר א קליינע פראצענט שיתוף, אבער דאס מיינט אוועקגעבן און די לאנג צייט אפשניט א געוואלד. דער מלוה איז גרייט דערפאר מיט ביידע הענט שטייצעך...
פאר איך טוה דאס, וואס האלט דער עולם?
טענקס ברידערס

ערגעץ האבעך געזען לעצטנס אז רבה"ק מסאטמאר האט נישט צוגערירט צו געלט פון איינעם וואס טוט מיט היתר עיסקא
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
- אנעים זמירות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4693
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
- לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'
עיסקא ממש (ביזנעס לאון) איז ביסודו מותר. וואס מען רופט 'היתר' עיסקא איז א געהעריגע רבית בהערמה לאון.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס
מיינע שיעורים
איך האב שוין גערעדט מיט אסאך ת"ח דעוועגן. און מיר איז אויסגעקומען אזא החלטה (נישט אויף למעשה, נאר תן לחכם ויחכם עוד)
אויב בארגט מען דאס צו קויפן א הויז, אדער צום לעבן, איז עס א גאר ערענסטער פראבלעם
אויב דארף מען דאס פאר א ביזנעס, איז עס טאקע נישט די ערשטע אפיניען, אבער בדיעבד קען עס זיין גוט. אבער....
מען דארף עס מאכן טויזענט פראצענט אויסגעהאלטן, זיצו מיט א מורה הוראה בדיני ממונות וואס זאל אויסהערן און פארשטיין דיין עסק, און אויסשטעלן א שטר לויט דיין געברויך, נישט מאכן קאפי פעיסט פון א צווייטן שטר.

נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
-
- שר מאה
- תגובות: 203
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
- לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו
הגאון האט געשריבן:אויב בארגט מען דאס צו קויפן א הויז, אדער צום לעבן, איז עס א גאר ערענסטער פראבלעם
אויב דער לוה האט געשעפטן וואס ברענגט באמת ריווח, אפילו אויב בארגט ער יעצט ווייל ער מאכט חתונה למשל, אדער דארף ער אפשיקן פינף קינדער אין קעמפ אריין, מוז נישט זיין אז די הלוואה/השקעה געלט זאל גיין פאר זיין חתונה/קעמפ אפיס, ער קען באטראכטן אז דאס געלט גייט פאר זיינע געשעפטן און דאס געלט וואס ער וואלט ווען געדרייט אין די ביזנעס נעמט ער יעצט אויף צו חתונה מאכן וכדומה. (אין שטר היתר עיסקא שרייבט מען קיינמאל נישט אריין וואו דאס געלט גייט)
אין פאל ער בארגט אויף היתר עיסקא אויף צו קויפן א הויז, אין לך עסק גדול מזה. בפרט אז אין אונאה לקרקעות און ער קען אלעמאל באטראכטען אז די השקעה האט באמת אריינגעברענגט גענוג ריווח דאפעלט פון די אפגעשמועסטע פארצענטן.
- מילין_יקירין
- שר חמש מאות
- תגובות: 521
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 27, 2013 1:57 pm
-
- שר מאה
- תגובות: 203
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
- לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו
חלילה צו זאגן אז היתר עיסקא איז סתם אן אויסגעטראכטע מעשה, אבער דאס איז אויך נישט ממש אזוי אז אלע פוסקים זענען מסכים דערצו. דער גר"א למשל נעמט נישט אן דעם היתר פון מהר"ם. ס'דא נאך פוסקים וואס זענען נישט צופרידן אינגאנצן דערפון.
ס'איז דא נאך א פראבלעם היינטיגע צייטן דהיינו אז וויבאלד קיין שום בית דין היינט איז נישט משביע קיין בעל דין קומט אויס אז דער תנאי אז דער לווה זאל דארפן אויפווייזן הפסד מיט א שבועה איז פונקט ווי על מנת שתעלי לרקיע. ס'דא יישובים אויף דעם, ס'איז אבער נישט סתם אזוי אז ס'איז מותר אן קיין שום מפקפק.

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
אין ספר מעשה רב החדש ברענגט ער דער גר"א זצ"ל האט געזאגט בית דין של מעלה אינם מתחשבים באלו
ההיתרים ומכים ומענישים.
כעלמער,
די פראבלעם מיט די אלע תנאים ווערט נאר ערגער ביי הלואות פון א (אידישע) באנק, ווייל די באנק גייט בשום אופן נישט נעמען קיין הפסד מיטן בעסטן היתר עיסקא.
אבער פריוואט ווען עס איז גוט אויסגעארבעט מיט א דיין ובקי באותו ביזנעס קען זיין א גוטע היתר.

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:חלילה צו זאגן אז היתר עיסקא איז סתם אן אויסגעטראכטע מעשה, אבער דאס איז אויך נישט ממש אזוי אז אלע פוסקים זענען מסכים דערצו. דער גר"א למשל נעמט נישט אן דעם היתר פון מהר"ם. ס'דא נאך פוסקים וואס זענען נישט צופרידן אינגאנצן דערפון.
ס'איז דא נאך א פראבלעם היינטיגע צייטן דהיינו אז וויבאלד קיין שום בית דין היינט איז נישט משביע קיין בעל דין קומט אויס אז דער תנאי אז דער לווה זאל דארפן אויפווייזן הפסד מיט א שבועה איז פונקט ווי על מנת שתעלי לרקיע. ס'דא יישובים אויף דעם, ס'איז אבער נישט סתם אזוי אז ס'איז מותר אן קיין שום מפקפק.
קפץ ונשבע העלפט
און דער מלווה דארף קלאר נעמען אין קאפ אז עס איז דא דער מעגליכקייט, (נישט געפערליך מער ווי דער ריבית וועט ער נישט דערלייגן, און ער קען צולייגן דעם חיי אדם'ס עצה, אז מער ווי איין חודש אויף א מאל איז ער נישט נאמן בשבועה)
למה זה תשאל לשמי...
-
- שר מאה
- תגובות: 203
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
- לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו
-
- שר מאה
- תגובות: 203
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
- לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו
בס"ד
און וואס טוט מיט געבן די געלט דורך א "שטר מכירה" אויף א שותפות?
און וואס טוט מיט געבן די געלט דורך א "שטר מכירה" אויף א שותפות?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אברך האט געשריבן:פלוני האט געשריבן:ערגעץ האבעך געזען לעצטנס אז רבה"ק מסאטמאר האט נישט צוגערירט צו געלט פון איינעם וואס טוט מיט היתר עיסקא
מקור ביטע, תודה למפרע
געהערט פון א חשובע ת"ח אין וומ"סב אז פארקערט רביה"ק מסאטמאר האט גע'עצהט מענטשען צו אינוועסטן מיט היתר עיסקא און האט זיך אויסגעדריקט אויף די שמועה אז די וואס האנדלען מיט רבית זענען נישט מצליח אז עס איז ווייבערישע מעשיות
ישוב הדעת האט געשריבן:ווי קאן מען באקומען א מהודרדיגע שטר?
היתר עיסקא ברית פנחס דארף צו זיין זייער גוט
din.org.il/wp-content/uploads/2018/08/brit-pinchas-yachid.pdf
שוועמל האט געשריבן:אין ספר מעשה רב החדש ברענגט ער דער גר"א זצ"ל האט געזאגט בית דין של מעלה אינם מתחשבים באלו
ההיתרים ומכים ומענישים.
ווער עס האט אמאל געלערנט רבית ווייסט אז די גר"א האט עס נישט מגלה געווען אין חלום נאר אויך בהקיץ אין הל' רבית סי' קס"ז..
נאר, עס איז דא בעיקר צוויי וועגן צו מאכן א היתר עיסקא
איינס וואס איז מבואר אין סי' קס"ז וואס אויף דעם איז די גר"א אויפן פלאץ שטארק מחולק און די חלום איז לכאו' אויך געווען אויף אזא עיסקא
אבער די עיסקא וואס איז היינט אנגענומען וואס ווערט מבואר אין סי' קע"ז איז א לכתחילה גמור לכל הפוסקים
די חזו"א האט זיך אויגעדריקט ווער עס זאגט אז היתר עיסקא איז נישט לכתחי' איז א כופר בדברי חכמים.
פארשטייט זיך עס איז דא פארשידענע מדרגות אין מקומות להחמיר אויפן אופן וויאזוי דאס ווערט אויסגעארבעט, פארדעם איז כדי זיך אראפצוזעצן מיט א דיין וואס קען זיך גוט אויס אין די הלכה'דיגע און פראקטישע חלקים אין די נושא
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
- אויבער-חכם
- שר חמש מאות
- תגובות: 722
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
- לאקאציע: בין תנור לכירים
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 290
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am