קוואל וואסער האט געשריבן:וואס הייסט סיפאלט טעגליך?
מיין שיטה? גרעסטע מיסטעיק יעצט צו פארקויפן
לאמיר דיר מסביר זיין, א פרייז האט מיט סופליי און דימענד, אויב מען פאבריצירט פון היינט און ווייטער שוין קיינמאל קיין גאלד, דאן וועט די פרייז פון גאלד שטייגן און שטייגן. ווייל כדי צו קויפן "מוזסטו" עס קויפן פון איינער וואס האט עס שוין פון פריער.
מה שאין כן אויב מען טיילט יעדן טאג פון א חפץ בחינם, פאלט די פרייז, חוץ אויב די דימענד איז אזוי גרויס אז די בחינםדיגע סחורה איז נישט משפיע, אבער אך דא עקא, זאכן האלטן נישט אן לאנג און ווערן פארשלאפן, דאן אפילו אויב מען זיצט מיטן געלט, טראסקעט עס נאטורליך.
ביטקוין האט א דאך פון 21 מיליאן, 19 דערפון ליגן שוין אין סירקעלעשאן אדער ביי מענטשן, אדער פארלוירן, קומט אויס אז ווען יעדער זיצט מיט די געלט קען עס נאר שטייגן, ואידך פירושא זיל גמור.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם