כווייס נישט אלעס האט געשריבן:די רב פון ליאן האט געשריבן:כווייס נישט אלעס האט געשריבן:מחשבהטובה האט געשריבן:Whiz האט געשריבן:
א דאנק פארן עס אויפברענגן.
ובכן וואס קען מען טוהן למעשה צו מחזק זיין איינער די אנדערע און צו ברענגען רעיונות וואס קען העלפען.
יאפ, לעצטע יאר חודש ניסן האב איך אראפגעריקט בענטשמארקס צו 2019 (פאר קאוויד) און ב"ה אינווענטארי איז געווען כמעשה, שוואכערע גראוט ווי 2019 אבער ריטעיל איז שטארקער.
יעצט צו ענטפערן דיין קושיא ווי אזוי זענען דיינע נומבערס קאמפערד צו 2019? (קאוויד איז אן אוטלייער און נישט עפעס וואס מען קען רעכענען).
אויב דו האסט א ברענד מיט גוטע מארדזשינס דאן ריטעיל איז ווי די גראוט איז, און וואקסן די אייגענע סייט.
פאר רוב ברענדס/סעללערס ריטעילט זיך נישט אזוי און אייגענע סייט זיך נישט אזוי. אייגענע סייט קאסט ממון ודמים אויפצובויען די סייט אויפצובויען קאסטעמערס וכו וכו וכו. הרבה עשו ולא עלתה.
1000% פראצענט, ריטעיל קומט בדרך כלל נאך אן אייגענע סייט, אן אייגענע סייט איז שווער צו זאגן א כלל אבער פאר רוב "ברענדס" וואס האבן הויכע מארדזשינס און גוטע פראדעקטס איז עס ווערט און סקאסט לאו דוקא ממון ודמים אויפצובויען די סייט, אויפצובויען קאסטעמערס איז נישט ביליג אבער הרבה עשו ועלתה בידם ב"ה.
קען זיין ביסט גערעכט אבער צוויי נקודות וויל איך אויסשמועסען.
1) ווי באקאנט האלט אנליין אין איין ארויפגיין און פיסיקעל געשעפטן גייען אראפ, אויב אזוי, איינער וואס מוטעשט זיך אנליין איז זיין סאלושען צו גיין צו פיסיקעל סטארס?
2) לגבי דעם וועבסייט, אפילו את"ל אז דו האסט אויפגעשטעלט א ריזיגע קאסטומער בעיס, וויאזוי מאכסטו זיכער זיי קומען צוריק? בשלמא עמעזאן, וואלמארט וכדו' האבן דאך אלעס אבער דו, פארוואס זאל מען האלטן אין איין צורוקקומען? רוב פראדוקטען זענען איינמאליג. חוץ אויב מ'פארקויפט דיספויזעבל זאכן, טוינערס פאר פרינטערס וכו וכו וכו, אזוי אויך אויב די פראפיט איז גאר גוט קענסטו אייביגן לויפן גוגל עדס.
לפענ"ד און וויפל איך רעד צו מענטשען איז אן אייגענע וועבזייט גארנישט פשוט און א קליינע נומבער זענען מצליח. איין זאך יא, שאפיפיי וואקס און בליעט, דאס מוז אבער לאו דוקא מיינען עפעס.