א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

פראקטיש האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:

שפתים ישק!!! דו האסט אנגעכאפט פונקטליך ווי די טעות אין מיין בליק אויף א הלוואה שטעקט און עס הערליך צולייגט.

וועל איך נאר ארבעטן צו קענען און פארשטיין בעסער פונקטליך מיינע הוצאות און הכנסות פראם טאפ טו באטעם.

שכח, אדרבה איך פריי מיך איך קען העלפן.

שוין געזעצן מיט צענדליגער פרישע ביזנעס אייגנטומער וועלכע האבן פארשידענע פראגעס איבער וואס יא נישט צו טוהן מיט זייער ביזנעס?

און רוב פעלער טראג איך זיי אריין אין די אינס ענד אוטס פון די "פי ענד ל" און די "באלאנס שיעט", איינמאל זיי האבן דאס ארויס איז דערנאך א גרויס טייל פון די קשיות אויטאמאטיש פארענטפערט.

אבער מ'מוז זיי קליפ און קלאר מיט די עכטע נומערן, וויפיל מאל ווייזן די פי ענד ל אז מ' האט פארדינט פראפיט אין א געוויסע פעריאד, איינמאל מ'ייו דורך ליין ביי ליין פון די באלאנס שיעט, מ' קלינט די באנק, רעסיוועבלס וואס דו ווייסט אז ס'גייט נישט ווערן באצאלט, פעיעבלעס וואס איז נישט גוט גע'ענטנרט, אינוואטארי איז פאלש דורכאויס, דיפרישיעשן איז נישט ריכטיג רעקארדירט און נאך.

איינמאל דאס איז פאראכטן, מ' מאכט צוריק אויף די פראפיט ענד לאסס רעפארט, און פלוצלינג גאר אנ אנדערע בילד עפענט זיך פאר די אויגן...

די טענה איז, וואס האט עס מיט מיר? מיין אקאונטענט קוקט אויף די מאדנע רעפארטס.

דאס איז א פאטאלע גרייז, דיין אקאונטענט דארף דיר זאגן וויפיל שטייער דארפסט צאלן אדער וויאזוי מ'קען זיך שפארן.

די רעפארטס דארפסטו קענען אפלייענען אזוי גוט ווי דו פארשטייסט דיין פראדוקט אדער צו סעילס.

די דריי זיילן פון א ביזנעס איז סעילס, אפעראציע, און אקאונטינג. אלע דריי זענען "אייניג" וויכטיג.

דאס קומט צוריק צו וואס איך האב געשריבן אז מען לערנט זיך אויף די דזשאב.
און די עצה וואלט געווען צו האבן א בוקקיפער צו ענטערן אלעס, אבער גיי זאג פאר איינעם וואס לייגט אריין געלט אין די ביזנעס צו לייגן נאך…

א ליין אף קרעדיט איז נישט קליין געלט. עס לויפט מיין איך ביי 5% מינימום - און אויב איז די גאנצע נעט פראפיט 7.5% און עס גייט אראפ לאמיר זאגן 3% פאר די אינטערעסט איז עס 40% פון די פראפיט פאר די באנק
מען דארף נאר זיכער מאכן צו עלאקעיטן די לאון פאר די דזשאב, דאס מיינט אז דזשאב A דארף 14,350 פאר א דיפאזיט נעמט מען די פונקליכע סכום ארויס און ווי נאר יענער באצאלט לייגט מען עס צוריק מיט די אינטערעסט.

און אויך קומט עס צוריק צו די פאריגע אסתפקתא, קענסטו זיך ערלויבן צו העכערן די פרייז מיט לאמיר זאגן 2% אויף די קאסט אף מעטיריעל (די APR אפילו עס איז 5% איז עס ווייניגער ווי א האלבע פראצענט פאר א חודש) דעמאלטס רעכן עס לכתחילה אריין אין די פרייז

אויב די נעט פראפיט אויף די דזשאב איז 7.5% און די ליין און קרעדיט איז 5% אויפן יאר, קומט אויס די אינטערעס קאסט אויפן דזשאב אונטער 0.5% פער חודש, ס'איז א שיבוש.

אויב דארף מען נאר פאר איין חודש דעמאלטס איז עס טאקע נאר .5. (עס איז אויך א 6% קאט אין די נעט פראפיט)
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

ניין, דו בארגסט נישט אויף די טאטאל סעילס פון די יאר.

אז די מאכסט סעילס א יאר פון א מיליאן דאלאר, מיט א נעט אפערעטינג מארדזין פון 7% (וואס איז גאר שיין) דארף מען נישט קיין הלואה פון א מיליאן דאללער.

למשל אז די אלע סעילס איז באצאלט געווארטן 30 שפעטער וואס דו האסט געצאלט פאר'ן סופליייער, נעמט מען מיליאן צעטיילט אין 12 חדשים, און די סומע ווילסטו בארגן.

ביזט מיט מיר?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יא,

יעצט אויב האסטו סעילס פון א מיליאן און דיין עקספענסעס איז 800,000, און די נעט פראפיט איז 75,000
און דו דארפסט למעשה קאווערן 800,000 עקספענסעס פאר איין חודש איז עס ארום 4 און אהאלב פראצענט פון די פראפיט פאר די יאר. און אויב דארפסטו עס פאר צווי חדשים איז עס 8.8

(בעיסד אויף א 5% אינטערעסט רעיט, עס איז לכאורה העכער היינט)
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שאינו יודע האט געשריבן:יא,

ניין רבש"ע.

לויט דיין חשבון מאכט די קאמפאני מיליאן דאלאר סעילס א חודש און מ'דארף אויס בארגן 800,000.00 פאר'ן חודש. אויב האט מען א ליין אויף קרעדיט פון 6% אויפן יאר, קומט דאס אויס 0.5% פאר'ן א חודש.

לאז מיר זאגן מ'שפילט דאס איבער פאר'ן יאר, מ'דארף כסדר האלטן די לאון פון 800k, צו קענען מאכן 12m סעילס א יאר.

דאס איז יעדעמס וואונטש.

6% אויף 800k איז 48,000.00.

אין דיין ביישפיל מאכט מען 75,000 א חודש, x 12 = 900,000 פאר'ן יאר. מינוס 48k ענדיגסטו דעם יאר ביי 852k טאטאל פראפיט.

געב מיר די קאמפאני אויב דארפסטו עס נישט, איך נעם עס מיט ביידע הענט, כ'וועל דיר קויפן אן עליה דעם שבת און אתה הראת שמח"ת ביינאכט.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

תגובה דורך אה''ו »

פראקטיש האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:

איך בין נאכנישט אזוי קלאר אין דעי גאנצע אינטרעסט סוגיא, פון ענק פארשטיי איך אז מ’קען אויסרעכענען וויפול מ’דארף בארגן, און נאכדעם רעכענט מען וויפול די אינטרעסט וועט זיין. קען איינער פון ענק זיין אזוי גוט און אריינקומען מיט א שטיקל ביאור? איך גלייב אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.

שוין, איך האב גערעדט פון א מיליאן פער יאר. אבער דיין נאמבער איז אויך 5.6% פון די נעט פראפיט
נישט אז איך וואלט דיר איבערגעגעבן אזא קאמפאני, נאר עס איז א נאמבער

מען רעכענט די עקספענס וואס עס קאסט דיר צו פאנדן די דזשאב. אויב האסטו א 100,000 קאנטראקט און דיין מארקאפ איז 20% מיינט עס אז 80,000 איז קאסט, דאס מיינט אז דו דארפסט בארגן די סכום
די אינטערעסט רעיט איז לאמיר זאגן 6% פאר א יאר, דאס מיינט 4,800 פאר א יאר און בלויז 400 פאר א חודש, אויב צאלסטו עס גראד ווען די קאסטומער באצאלט דיר.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

ייש”כ
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שאינו יודע האט געשריבן:
פראקטיש האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:יא,

יעצט אויב האסטו סעילס פון א מיליאן און דיין עקספענסעס איז 800,000, און די נעט פראפיט איז 75,000
און דו דארפסט למעשה קאווערן 800,000 עקספענסעס פאר איין חודש איז עס ארום 4 און אהאלב פראצענט פון די פראפיט פאר די יאר. און אויב דארפסטו עס פאר צווי חדשים איז עס 8.8

(בעיסד אויף א 5% אינטערעסט רעיט, עס איז לכאורה העכער היינט)

ניין רבש"ע.

לויט דיין חשבון מאכט די קאמפאני מיליאן דאלאר סעילס א חודש און מ'דארף אויס בארגן 800,000.00 פאר'ן חודש. אויב האט מען א ליין אויף קרעדיט פון 6% אויפן יאר, קומט דאס אויס 0.5% פאר'ן א חודש.

לאז מיר זאגן מ'שפילט דאס איבער פאר'ן יאר, מ'דארף כסדר האלטן די לאון פון 800k, צו קענען מאכן 12m סעילס א יאר.

דאס איז יעדעמס וואונטש.

6% אויף 800k איז 48,000.00.

אין דיין ביישפיל מאכט מען 75,000 א חודש, x 12 = 900,000 פאר'ן יאר. מינוס 48k ענדיגסטו דעם יאר ביי 852k טאטאל פראפיט.

געב מיר די קאמפאני אויב דארפסטו עס נישט, איך נעם עס מיט ביידע הענט, כ'וועל דיר קויפן אן עליה דעם שבת און אתה הראת שמח"ת ביינאכט.
שוין, איך האב גערעדט פון א מיליאן פער יאר. אבער דיין נאמבער איז אויך 5.6% פון די נעט פראפיט
נישט אז איך וואלט דיר איבערגעגעבן אזא קאמפאני, נאר עס איז א נאמבער

אקעי, נו איז וואס. ענדערש ארייננעמען א שותף?

און אפילו נוצן אייגענע קאפיטאל, די קאסט פון א ליין אוט קרעדיט איז גארנישט קעגן וואס די געלט קען דיר ברענגען פון סיי וועלכע אנדערע אינוועסמענט.

קיצור, איך מיין אונז זאג מיר די זעלבע זאך. איך זאג ס"ה פאר יעדעם, אויב די ביזנעס מאכט טאקע פראפיט אבער די פארדינסטן זענען נאכנישט ליקוועד, דאן בארג געלט פון די באנק איז און לעב דערמיט. אויב די פראפיט איז אזוי קליין אז די קאסט פון צינזן מאכט די קאמפאני אויס ווערט, האסטו א פראבלעם עניוועי.

האסט מורא וועסט פארתכלעווען די געלט פונעם הלוואה, אויף דעם איז דא דער "באלאנס שיעט" , א גרייצער נעמט מען נישט ארויס אן זיכער מאכן אז ס'איז טאקע פון די ריטעינד אוירנינגס, והוא פשוט.

אמר"ש, לאז מיך אויסשמועסן וואס מיינט פארדינסטן אדער אויסגאבן, ס'קען זיין פשוט פאר איינעם און א חידוש פאר א צווייטן.

אין די וועלט פון ביזנעס רעכנט מען מער/וייניגער פראפיט בעיסד אן עקרועל בעסיס (accrual basis), ד. ה. די פראפיט/לאסס קוק רעכנט אריין די סומעס וואס מ'איז דיר שולדיג געווארן אין דעם יאר (אדער תקופה) ווס. וויפיל דו ביזט שולדיג געווארן. אפגעזעהן צו דו האסט בפועל באצאלט צו נישט, אדער צו מ'האט דיר באצאלט צו נישט.

איז אזוי, לאמיר קלאר שטעלן וואס מיינט א אינקאם/פארדינסט און אן עקספענס/אויסגאבע.

אינקאם מיינט נישט יעדעס מאל א קאסטומער האט דיר געגעבן געלט, ס'קען זיין ער גיט דיר געלט דעס יאר צו באצאלן אינקאם פון פאראיאר אדער צו פאראויס באצאלן (דעפאזיט / איינגאבע) פאר א וועליו וואס דו גייסט אים צושטעלן קומענדיגע יאר.

נו וואס איז יא אן אינקאם?

אינקאם באשטייט פון צוויי טיילן. איינס, מוכר מיטן לוקח האבן א קלארע אפמאך וואספארא סארט פראדוקט אדער סערוויס מ'גייט צושטעלן און פאר וועלכע פרייז (אלץ בעסער אז ס'איז אפגעשריבן צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן אבער אויב ס'איז געווען בעל פה און ביידע זענען מסכים מיט די פרטים שטיי מיר גוט), צווייטער טייל איז ווען ביידע זענען מסכים אדיר ס' איז באווייז אז דער פראדוקט/סערוויס איז צוגעשטעלט געווארן לויט די פאראויס באשטימטע תנאים.

ווען די צוויי זאכן געשען האט דער מוכר פארדינט געלט און דער לוקח האט אן אויסגאבע, דאס דארפט ווערן רעקארדירט אלץ אן אינוואויס/בילל אין דעם טאג אדער עכ"פ אין דעם חודש וואס די צוגעזאגעכטס איז פארפולקאמט געווארן. צו מ'האט שוין באצאלט צו נישט איז איצט נישט נוגע, די קאמפאני האט שוין איצט פארדינט געלט, ס'באצאלט שוין שטייערן.

איצט איז די שאלה ווער ס'גייט באצאלן קודם, ס'האט דאך געקאסט פאר'ן מוכר געלט צוצושטעלן זיינע סחורה פאר'ן לוקח. קען ער ווען זאגן פאר אלע זיינע סופלייערס און ארבעטער און פאר די שטייער באאמטע אז איינמאל מיין קוסטומער באצאלט באצאל איך ענק איז דאך ממש עולם התיקון.

איך האב שוין געזען ביזנעסער ווי די קאסטומער באצאלט שנעלער ווי מ'באצאלט פאר סופליייער. ער שלעפט ארום מיטן סופליייער און פונעם קוסטומער איז ער מצליח צו זעהן געלט תיכף, אין אזא פאל איז ממש א מחיה...

אבער אין רוב פעלער איז נישט אזוי, אין רוב פעלער צאלט מען פאר די סופלייערס און ארבעטער סאך פריער ווי די קוסטומער צאלן אונז, אין קורצן ווער מיר אונז א שטיקל באנק פאר אונזערע קונדן. חוץ וואס איז שטעל מיר אים צו עפעס וואס ער נייטיגט זיך אין, דארף מיר אים נאך בענקן געלט פאר 30 ,60 און צומאל ביז 90 טעג. (אויב לענגער איז א פראבלעם).

נישט אויסגערעדט זיין, קען גאר זיין דער קאסטומער האט אונז בוחר געווען בלויז ווייל ער קען אונז שפעטער באצאלן.... דו רעדטס דיך איין דו פארקויפסט האנטוכער ווען אין פאקט ביזטו אין די בענקינג ביזנעס...

נו פארוואס זאלסטו דאס טאהן אליין? די בענק בארגן געלט פון די פעדס און דו בארג עס פון זיי צו קענען בארגן פאר דיינע קוסטומערס.

די מאמענט מיין קוסטומער איז מיר שולדיג געווארן געלט דארף איך שוין באמת דאס געלט, אבער איך שלינג ביז איך נאכנישט באצאלט פאר'ן סופליייער. פון דער טאג וואס איך האב באצאלט פאר מיין סופליייער בין אין געווארן איצט א באנק פאר מיין קוסטומער, איך האלט נישט דערביי.

איך לויף צום באנק פאר א נישטיגע פראצענט, צוריק צו נעמען מיין ערליך פארדינטע געלט.

צו וויסן וויפיל פונעם פראפיט איז שוין באצאלט אדער נישט, וויפיל פון מיין געלט ליגט אינדרויסן, אויף דעם איז דא דער "באלאנס שיעט".

צום שלוס, אין דיין לעבן זאלסטו דיך נישט פארלאזן בלינדערהייט אויף די רעפארטס אן וויסן קלאר צו ס'איז קארעקט אדער עס איבער שמועסן מיט א טראסטבארן בוקקיפער.
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

זייער אינפארמאטיווער אשכול דאס, הלוואי ווען מ'קען ווען מאכן א איי וועלט פובליק איווענט אויף דעם טאפיק
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

פראקטיש. עס איז נישט אייביג א טובה אז די קאסטומער צאלט פארן סופלייער, איך האב דוין מיטגעהאלטן א קאמפאני האבן ערנסטע פראבלעמען דערפון צוליבן פאטשקען מיט די געלט וואס זיי האבן געמיינט אז זיי האבן

באיזה אופן דארף מען דיין תגובה חזרן מיט יעדע ביזנעס אונער 101 מאל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

קרייסלער האט געשריבן:זייער אינפארמאטיווער אשכול דאס, הלוואי ווען מ'קען ווען מאכן א איי וועלט פובליק איווענט אויף דעם טאפיק

עס איז דא די ביזנעס מהלך ביי די גויים וואס האבן נישט קיין אייוועלט. מען עפנט א קאמפאני מיט א סי עף או, און בנוסף וואס מען לערנט אין סקול די בעיסיקס. די מציאות פון עפענען א ביזנעס ביי די 25 אן קענען ליינען די ריפארטס ׳קען׳ זיין פאטאל
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שאינו יודע האט געשריבן:פראקטיש. עס איז נישט אייביג א טובה אז די קאסטומער צאלט פארן סופלייער, איך האב דוין מיטגעהאלטן א קאמפאני האבן ערנסטע פראבלעמען דערפון צוליבן פאטשקען מיט די געלט וואס זיי האבן געמיינט אז זיי האבן

באיזה אופן דארף מען דיין תגובה חזרן מיט יעדע ביזנעס אונער 101 מאל

זיכער אזוי, איך האב דעס שוין א אויסגעשמועסט אויבן אין דעם אשכול די סכנה פון האבן די קוסטומערס געלט איידער דו האסט געצאלט פאר'ן סופליייער, אבער איך רעדט מיך איין אז די באלאנס שיעט דארף צוריק האלטן דעם אייגנטומער נישט צו פאטשקענען מיט יענעמס געלט.

איך קען מיך און איך ווייס אז איך קען האלטן יענעמס געלט אן רירן, ווער ס'שפירט אז ער קען נישט, זאל דורכלייענען דעם עדיקשן אשכול, עיין שם ותמצא נחת.

איבער חזר'ן מיין תגובה מיט ביזנעסעסר 101 מאל, דאס איז א פארווייטאגטע נושא.

איך קוק עס אן מיט אזא פשטות, איך האב היבש שפעקולירט פארן מגיב זיין, קלערנדיג אז דער עולם גייט זאגן, וואס וויל ער? דעס איז דאך פשוט.

אבער פארט געקלערט פון עס שרייבן פאר אינגערע וואס הייבן ערשט איצט אן און כאפן נישט די קאנצעפט פון עסעטס, לייעביליטי און ריטעינד אוירנינגס, זיי מיינען דאס האט צו טאהן מיטן אקאונטענט, אין אמת'ן האט עס צו טאהן מיט די נשמה פון די קאמפאני.

מיך באדערט שוין יארן פארוואס מ'לערנט דאס נישט מיט די אינגעלייט תיכף נאך די חתונה, ס'איז נישט צו קאמפליצירט אבער גאר וויכטיג.

איך האב מיך עס געלערנט די הארד וועי. מיינע קינדער לערן איך עס אויס ווי חכמינו ז"ל האבן אונז געהייסן לערנען מיט די זונען שווימען און אן אומנות.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

שאינו יודע האט געשריבן:
קרייסלער האט געשריבן:זייער אינפארמאטיווער אשכול דאס, הלוואי ווען מ'קען ווען מאכן א איי וועלט פובליק איווענט אויף דעם טאפיק

עס איז דא די ביזנעס מהלך ביי די גויים וואס האבן נישט קיין אייוועלט. מען עפנט א קאמפאני מיט א סי עף או, און בנוסף וואס מען לערנט אין סקול די בעיסיקס. די מציאות פון עפענען א ביזנעס ביי די 25 אן קענען ליינען די ריפארטס ׳קען׳ זיין פאטאל

;l;p-
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

א הערליכע אשכול דאס.

עס זענען פארהאן צענדליגער אינגעלייט דא אויף אייוועלט וואס וואלטן ווען געליינט אביסל די סאמע יסודות פון ביזנעס.

@פראקטיש @שאינו יודע עטס זענטס מכובד צו עפענען אשכולות און מיטטיילן וויכטיגע אינפארמאציע בנוגע זיין אין ביזנעס.

שטייצעך אז ס’איז נאר א בקשה.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

אה''ו האט געשריבן:א הערליכע אשכול דאס.

עס זענען פארהאן צענדליגער אינגעלייט דא אויף אייוועלט וואס וואלטן ווען געליינט אביסל די סאמע יסודות פון ביזנעס.

@פראקטיש @שאינו יודע עטס זענטס מכובד צו עפענען אשכולות און מיטטיילן וויכטיגע אינפארמאציע בנוגע זיין אין ביזנעס.

שטייצעך אז ס’איז נאר א בקשה.

א ניק מיטן נאמען זאלץ וואסער פלעגט דא שרייבן גאר נוצבארע אינפערמאציע
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

ארום די זייגער האט געשריבן:

און אויך @זאל ער קומען
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אה''ו האט געשריבן:א הערליכע אשכול דאס.

עס זענען פארהאן צענדליגער אינגעלייט דא אויף אייוועלט וואס וואלטן ווען געליינט אביסל די סאמע יסודות פון ביזנעס.

@פראקטיש @שאינו יודע עטס זענטס מכובד צו עפענען אשכולות און מיטטיילן וויכטיגע אינפארמאציע בנוגע זיין אין ביזנעס.

שטייצעך אז ס’איז נאר א בקשה.

נעקסטע כאָגע אפשר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אושפיזין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4808
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:44 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושפיזין »

א רייכע אינפארמאטיווע אשכול דאס!
שכח פראקטיש און שאינו יודע
חינוך האט געזיגט!
פאטעיטא מען
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:22 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא מען »

ארום די זייגער האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:א הערליכע אשכול דאס.

עס זענען פארהאן צענדליגער אינגעלייט דא אויף אייוועלט וואס וואלטן ווען געליינט אביסל די סאמע יסודות פון ביזנעס.

@פראקטיש @שאינו יודע עטס זענטס מכובד צו עפענען אשכולות און מיטטיילן וויכטיגע אינפארמאציע בנוגע זיין אין ביזנעס.

שטייצעך אז ס’איז נאר א בקשה.

א ניק מיטן נאמען זאלץ וואסער פלעגט דא שרייבן גאר נוצבארע אינפערמאציע

דאכטצעך אז @טשולענט האט אויך געשריבן עטליכע שיינע ארטיקלען איבער עפענען א ביזנעס
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

געלויבט השי”ת, נאכן רעדן צו אסאך מענטשן וואס טיען אין מיין אינדוסטרי קוקט אויס אז בעז”ה וועל איך קענען אדאפטירן א מהלך וואס וועט האלטן גענוג קעש אין די ביזנעס און אויך וועט עס נישט פארלאנגזאמען די וואוקס פון די ביזנעס.

די פראבלעם מיינע איז געווען אז איך באקום נישט די געלט ווען איך דארף עס האבן צו באצאלן מיינע ארבעטער, נאר אנשטאט בין איך א באנק וואס לייגט אויס געלט וואס איך האב נישט.

ווען איך האב אבער טיפער אנאליזירט מיין קאסטומער באזע האב איך אויפגעפאסט אויף איין פראקציע וואס באצאלט רייט עוועי, פלאס וואס די פראפיט מארדזשין איז ביי זיי צווישן 50% און 500%, ביז יעצט פלעג איך נישט טארגעטן אזוי שטארק זייער ביזנעס, אבער איך האב אנערקענט אז זייער אסאך מאל איז די וועג וויאזוי איך האב סורווייווט די וואך געווען דורך זיי, ממילא האף איך צו השי”ת אז זאכן וועלן גרינגער ווערן.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29176
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קרייסלער האט געשריבן:זייער אינפארמאטיווער אשכול דאס, הלוואי ווען מ'קען ווען מאכן א איי וועלט פובליק איווענט אויף דעם טאפיק

יאפ.

איך באקום דא סאלידע קלארע אינפארמאציע ווערט ווייסעך וויפיל.

ישר כח פארן פותח פארן זיין דער שליח

און אודאי פאר די מומחים דא ווי @פראקטיש, @שאינו יודע, @מסתמא, @וויכטיג מאכער, און די וואס איך האב בטעות אויסגעלאזט.
לייב ירק
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:13 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייב ירק »

איך האב נישט געטראפן די ריכטיגער אשכול פרעג איך דא

האט שוין איינער גענימען א הלוואה פון
Hebrew free loan society small business loans ?
אוועטאר
צוקער וואסער
שר האלף
תגובות: 1581
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוקער וואסער »

אה''ו האט געשריבן:
געלויבט השי”ת, נאכן רעדן צו אסאך מענטשן וואס טיען אין מיין אינדוסטרי קוקט אויס אז בעז”ה וועל איך קענען אדאפטירן א מהלך וואס וועט האלטן גענוג קעש אין די ביזנעס און אויך וועט עס נישט פארלאנגזאמען די וואוקס פון די ביזנעס.

די פראבלעם מיינע איז געווען אז איך באקום נישט די געלט ווען איך דארף עס האבן צו באצאלן מיינע ארבעטער, נאר אנשטאט בין איך א באנק וואס לייגט אויס געלט וואס איך האב נישט.

ווען איך האב אבער טיפער אנאליזירט מיין קאסטומער באזע האב איך אויפגעפאסט אויף איין פראקציע וואס באצאלט רייט עוועי, פלאס וואס די פראפיט מארדזשין איז ביי זיי צווישן 50% און 500%, ביז יעצט פלעג איך נישט טארגעטן אזוי שטארק זייער ביזנעס, אבער איך האב אנערקענט אז זייער אסאך מאל איז די וועג וויאזוי איך האב סורווייווט די וואך געווען דורך זיי, ממילא האף איך צו השי”ת אז זאכן וועלן גרינגער ווערן.
הצלחה.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”