וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

@ברכה והצלחה.

איך זעה ווי איינער האט זיך גענומען באשרייבן די קאוהירענס טערעפי טעאריע. איך האב אביסל געטון אין קאוהירענס טערעפי.

דו שרייבסט שווער צו גלייבן אז א מענטש אליין זאל קענען אויפכאפן וואס פונקטליך זיין פחד איז, און פארדעם דארף מען האבן א טערפיסט פון אינדרויסן, און די בעסטע מהלך וואס איך ווייס -לעת עתה- געוואר צו ווערן וואס ליגט אונטער די גאנצע מעשה, איז קאהירענס טעראפי.

איך קלער יעצט אז די סיבה פארוואס מ'דארף א טערעפיסט איז ווייל א טערעפיסט האט עקספיריענס און ער ווייסט שוין בערך וואו צו פירן דעם קלייענטס אטענשאן. ער ווייסט שוין מער וויאזוי ארויסצוברענגען וואס עס שטערט בעיקר. א מענטש אליין, וויפיל עקספיריענס האט ער?

עפעס קען עס אויפטון. אבער כדי צו אמת'דיג כאפן וואס עס דרוקט דעם מענטש, דארף מען האבן עקספיריענס.

איינער וואס האט נישט עקספיריענס קען יארן פרובירן צו פירן דעם קלייענטס אטענשאן צו זאכן וואס זענען טאקע פראבלעמאטיש, אבער איז נישט די נקודה וואס האלט צוריק די געפילן. האט נישט די לעזונג צו עפענען די געפילן. ס'קען אפשר פארגרינגערן. אבער נישט היילן.

נאך אזאך וואס איך וויל דיר זאגן איז, אז צוצוקומען צו א שורש איז נישט צו אינטערעסאנט. מ'דארף קענען היילן דעם שורש. מן הסתם האסטו נאך אסאך וואס צו שרייבן, און איך קען קוים ווארטן צו ליינען דיינע באשרייבונגען, ווייל איך פריי מיך אז נאך איינער פארשטייט בעזרת השי"ת דעם נושא און שרייבט דערפון און האט עס ליב.

זיי היילן אויס דעם שורש מיט אזאך וואס זיי רופן א דשאקטעפאזישאן. ביי דיין פאל: "אויב איך גיי אנהייבן צו פילן "כהיום" מיינע נאטירליכע הרגשים וואס טוט זיך אינערווייניג, גייט ארויפקומען א ים פון פעין צער רעגעניש אויף מיין טאטע, איך גיי מיר ממש נישט קענען באהערשן, איך גיי אים פארשעמן פאר אלעס וואס ער האט מיר געטון, אדער איך גיי ממש כאפן א נערווען בראך פון אזויפיל פעין אין צער און רעגעניש, ממילא איז אסאך גרינגער נישט צו פילן גארנישט, איך פיל נישט און הכל על מקומו יבוא בשלום".

אזא צעטיל היילט נישט! קריץ דיר דאס גוט אריין אין קאפ. ס'היילט נישט. אזא צעטיל מוז מען האבן, כדאי צו קענען צוקומען צו אויסהיילן דעם שורש. וואס עס היילט איז, ווען דער קלייענט איבערצייגט זיך באמת אז ס'דא אנדערע מהלכים וויאזוי נישט צו שרייען אויף א טאטע, און וויאזוי זיך צו באהערשן, און וויאזוי נישט צו פארשעמען. דרכים וואס פארשפארן נישט די געפילן. און ס'דא מהלכים וויאזוי נישט צו כאפן א נערווען בראך פון אזויפיל צער און רעגעניש.

די פראבלעם איז נישט אז ער איז געווען אויפמערקזאם אויף א אינערליכע שטראם פון פעין צער און רעגעניש אויף זיין טאטע וואס וויל ארויסקומען. נישט דאס איז די שורש, און נישט דאס דארף מען היילן! געדענק וואס איך זאג דיר. די שורש איז, אז ער האט נישט געהאט קיין אנדערע וועג וויאזוי ער זאל נישט שרייען, וויאזוי ער זאל נישט פארשעמען. דאס איז די שורש און דאס דארף מען היילן.

סאו וואס איז די היילונג? וואס גייט עפענען די געפילן?

דאס אז ער גייט טרעפן א אנדערע וועג וואס ער האלט זייער אמת'דיג און קלאר אז ס'ארבעט וויאזוי ער גייט נישט שרייען. צי דורכ'ן פארשטיין אז א יוד וואס לעבט מיט די תורה וועט פון זיך אליין נישט שרייען אפילו ער וויל. עס גייט נישט געשען. השי"ת וואטשט. מ'דארף גארנישט טון דערצו אייגנס. און נאך און נאך און נאך.

אבער אזא צעטיל איז נישט די שורש און נישט די רפואה.

והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 10:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

@ברכה והצלחה, ס'זעהט אויס ווי דו האסט דא אראפגעלאזט גאר ווערדפולע סחורה!

א גרויסען דאנק פארן נעמען די מיה און צייט. און עס נאך אראפלייגן כשלחן הערוך הערליך מסודר!

גיימיר עס ארויספרינטן אויף שבת אי'ה צו קענען עס לערנען בעיון.
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע -ווייטאגליכע- געפילן זענען נעבעך טיף באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

נקודה למחשבה האט געשריבן:
נאר איין נקודה מיין איך איז גוט מער אויסצושמועסן. די סיבה פארוואס ער האט מורא צו פילן יענעם'ס געפילן, איז ווייל ער ציטערט פון זיינע אייגענע געפילן.

ווען א טאטע וואס פארמאגט אין זיך פארשפארטע געפילן זאגט פאר זיין קינד ''לאגיק זאגט אז ס'איז שטותים, און לאז אפ!'' רעדט ער בעצם צו זיך! ער איז נישט באוויסטזיניג צו דעם, אבער דאס איז די סיבה פארוואס ער איז אזוי פארעקשנט.

ס'איז אביסל א טיפע נקודה אבער איך מיין וועסט עס פארשטיין.
און אדרבה, אויב די האלטסט אנדערש וויל איך הערן. איך מיין מ'קען זיך אסאך לערנען פון דיר.

אויב דו קענסט מער מסביר זיין. איך האב נישט געלערנט אזוי טיף אז ער האט 'מורא' צו פילן יענעם'ס געפילן, נאר אז 'קען פשוט נישט' פילן יענעם'ס געפילן ווייל די גאנצע מושג פון געפילן זענען פארדעקט און פארשלאסן. מ'איז פשוט נישט גענוג מקושר צו געפילן, און מ'איז נישט מסוגל זיך צו אריינלייגן צו אריינטראכטן וועגן וויאזוי יענער פילט.

(דאס פארשטיי איך אז די גאנצע מציאות פון פארשליסן אין די אינגע יארן זיינע געפילן איז געווען מפחד און פון דרוק אז ס'איז נישט כדאי צו פילן. און ווען נישט דעם פחד, קען ער ווען פיין פילן יענעם. מ'רעדט דא פון ווייכע מענטשן מעצם טבעם).
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

נשמה האט געשריבן:
@ברכה והצלחה.

איך זעה ווי איינער האט זיך גענומען באשרייבן די קאוהירענס טערעפי טעאריע. איך האב אביסל געטון אין קאוהירענס טערעפי.
נשמה! מער ווי אביסל!, איך האב אדורך געליינט אלע דיינע באשרייבונגן אויף די קאוהירענס טערעפי, איך האב געהאט א גרויס תועלת דערפון צו פארשטיין די עומק דערפון (איך האב דיר שוין אמאל באדאנקט אין אישי)
נשמה האט געשריבן:
אבער אזא צעטיל איז נישט די שורש און נישט די רפואה.
איבער די חלק הרפואה ביסטו זייער גערעכט, איך האב בכלל נישט אנגערירט די חלק הרפואה (Juxtaposition), איך ווייס נישט וויפיל תועלת עס וועט זיין פון עס אן רירן, וויבאלד מען דארף סיי ווי האבן איינעם פון אינדרויסן. מיין מטרה איז געווען צוברענגן אווערנעס אז עס איז דא א סיבה מיוחדת פארוואס א מענטש פארמאכט די געפילן, אבער מיין מטרה איז נישט צו העלפן א מענטש טרעפן די סיבה און עס היילן.
אבער איבער די חלק השורש. כאפ איך נישט וואס דו שרייבסט אנדערש ווי מיר, ביזט דאך אויך מסכים אז דאס איז די "פחד" וואס האלט די מענטש פארמאכט, די מענטש מיינט אז די וועלט גייט זיך איבערדרייען אויב ער גייט זיך עפענן, און פון דעם ציטערט ער אוועק. ער ווייסט נישט פון אן אנדערע וועג ארויס.
נישט אזוי?
לעצט פארראכטן דורך ברכה והצלחה אום פרייטאג סעפטעמבער 30, 2022 11:48 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

באליבטער האט געשריבן:
@ברכה והצלחה, ס'זעהט אויס ווי דו האסט דא אראפגעלאזט גאר ווערדפולע סחורה!

א גרויסען דאנק פארן נעמען די מיה און צייט. און עס נאך אראפלייגן כשלחן הערוך הערליך מסודר!

גיימיר עס ארויספרינטן אויף שבת אי'ה צו קענען עס לערנען בעיון.
א ש'כח פאר דיר פארן עפענן די נושא.
איך ווארט צו הערן דיינע קאמענטס, הערות, הארות. און בעיקר דיין אייגינע עקספירענס לכל אורך הדרך.
גליל העליון
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 30, 2020 12:38 am

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליל העליון »

גראדע בנוגע ר' שרגא אז מען דארף אויף געבןמ די געפיהל פון יכולת אין די פסיכאטעראפיסטישע וועלט איז דא א בוך בנוגע קינדער וואס האבן נישט באקומען געפילן פון אהבה פון די עלטערן )overcome your childhood emotional neglect) און דארט איז שטארק מבואר כעין זה אויף א טיפערע לעוול
כי תעבור במים אתך אני ובנהרות לא ישטפוך כי תלך במו אש לא תכוה ולהבה לא תבער בך
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גליל העליון האט געשריבן:
גראדע בנוגע ר' שרגא אז מען דארף אויף געבןמ די געפיהל פון יכולת אין די פסיכאטעראפיסטישע וועלט איז דא א בוך בנוגע קינדער וואס האבן נישט באקומען געפילן פון אהבה פון די עלטערן )overcome your childhood emotional neglect) און דארט איז שטארק מבואר כעין זה אויף א טיפערע לעוול
בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ווען מ'קריכט טיף מיט קאוהירענס טערעפי, דארף מען געווענליך צוקומען צו ר' שרגא'ס וועג פון התחברות ענדערש ווי יכולת. דאס הייסט אז פאר א יוד א מאמין איז עס גרינגער.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
@ברכה והצלחה.

איך זעה ווי איינער האט זיך גענומען באשרייבן די קאוהירענס טערעפי טעאריע. איך האב אביסל געטון אין קאוהירענס טערעפי.
נשמה! מער ווי אביסל!, איך האב אדורך געליינט אלע דיינע באשרייבונגן אויף די קאוהירענס טערעפי, איך האב געהאט א גרויס תועלת דערפון צו פארשטיין די עומק דערפון (איך האב דיר שוין אמאל באדאנקט אין אישי)
נשמה האט געשריבן:
אבער אזא צעטיל איז נישט די שורש און נישט די רפואה.
איבער די חלק הרפואה ביסטו זייער גערעכט, איך האב בכלל נישט אנגערירט די חלק הרפואה (Juxtaposition), איך ווייס נישט וויפיל תועלת עס וועט זיין פון עס אן רירן, וויבאלד מען דארף סיי ווי האבן איינעם פון אינדרויסן. מיין מטרה איז געווען צוברענגן אווערנעס אז עס איז דא א סיבה מיוחדת פארוואס א מענטש פארמאכט די געפילן, אבער מיין מטרה איז נישט צו העלפן א מענטש טרעפן די סיבה און עס היילן.
אבער איבער די חלק השורש. כאפ איך נישט וואס דו שרייבסט אנדערש ווי מיר, ביזט דאך אויך מסכים אז דאס איז די "פחד" וואס האלט די מענטש פארמאכט, די מענטש מיינט אז די וועלט גייט זיך איבערדרייען אויב ער גייט זיך עפענן, און פון דעם ציטערט ער אוועק. ער ווייסט נישט פון אן אנדערע וועג ארויס.
נישט אזוי?
ב"ה

אוודאי איז דאס די פחד. און מ'דארף ווערן אין טאטש מיט דעם פחד, און נאכדעם זיך איבערצייגן צי ס'איז דא א אנדערע וועג ארויס. די ריכטיגע וועג. וואס געווענליך איז דאס דאס וואס ר' שרגא פליישמאן נ"י פארקויפט. איך זאג נישט אז איבעראל. אבער וואס ר' שרגא פארקויפט, דעקט אסאך רפואת הנפש.
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

@ברכה והצלחה, אדורכגעליינט דיין ערשטע קאפיטעל. הערליך שיין און קלאר! ס'ליינט זיך געשמאק ווי א פראפעסיאנאלע בוך אויף די נושא. כ'האף וועסט אונז נישט לאזן צו לאנג ווארטן אויף קאפיטעל ב
ברכה והצלחה האט געשריבן:
א] אונטער יעדע הארץ וואס איז פארמאכט פון 'פילן' זיינע נאטיריכע הרגשים, איז דא א סיבה פארוואס עס איז פארמאכט. אין א סיבה – מיין איך צו זאגן – א סיבה וואס גייט נאך יעצט אן. און דאס מיינט אז די סיבה איז נישט סתם באופן כללי "ווייל אלטס יונג קינד האב איך נישט געקענט האנדלן מיט מיינע געפילן, ס'איז געווען צו שווער, האב איך עס פארמאכט",הגם ס'איז אמת אז באופן שטחי איז די סיבה פארן פארמאכן זיינע געפילן ווייל ער קען נישט הענדלן זיינע געפילן, אבער באופן פרטי גייט אסאך טיפער פון דעם, ס'איז דא א פונקטליכע טעם פארוואס עס לוינט זיך פאר די מענטש צו האלטן די געפילן פארמאכט עד היום הזה, א פונקטליכע נקודה וואס ער גייט נישט קענען הענדלן.
איז דא סברה'דיגע ראי' אז ס'מוז זיין אזוי אדער איז עס פשוט א פאקט וואס אלע טערעפיסטן זעהן?
לעצט פארראכטן דורך באליבטער אום מאנטאג אקטאבער 03, 2022 5:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

האט איינער פידבעק וועגן די קורס פון אביחי כהן פון אר''י אויף עפענעם געפילן ?

אויך. וואס איז מיט IFS טערעפי
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

@ברככה והצלחה
די קומסט אריין געוואלדיג קלאר.
ביטע גיי ווייטער, בעיקר די חלק פארוואס טאקע איז בעסער צו עפנען די געפילן אין עס נישט לאזן פארהאקט
ברכה והצלחה...
יעקב אבינו
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 23, 2022 2:44 pm

Re: מסכת אטימת הלב פרק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב אבינו »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
בעזר השם

איך וועל פראבירן אריין ווארפן מיינע 2 צענט און די נושא. כאטשיג איך בין ווייט פון א פראפעשינעל, האב איך אבער געטון אסאך אין דעם. איך האב באמערקט אז די נושא פון פארהאקטע געפילן [וואס אין די פראפעשינעל וועלט ווערט עס אנגערופן Dissociation] ווערט ווייניג גערעדט בתוכינו, מען רעדט אסאך פון נידריג זעלבסווירדע, ענקזייטי, דעפרעסיע, אבער 'פארמאכטע געפילן' וואס איז כמה פעמים די גורם פאר די אלע פראבלעמן ווערט ווייניג גערעדט.

ה' שפתי תפתח. וזה החלי:

פונקט אזוי ווי יעדע מענטש ווערט געבוירן מיט א מח הארץ לונגען לעבער הענט פיס, ווערט יעדע מענטש געבוירן מיט אן עולם ההרגש, ס'איז דא מענטשן וואס ווערן געבוירן מיט ווייניג דערפון, און ס'איז דא וואס ווערן געבוירן מיט א אסאך פון עס, מער שטערקער אין טיפער.
די כלל און תורת הנפש איז אז מידות קען מען טוישן, אבער נאטורן קען מען נישט טוישן, און ממילא וויבאלד די וועלט פון געפילן איז א חלק פון די נאטור פון א מענטש קען מען עס נישט טוישן קיין סאך, א מענטש מיט אסאך געפילן גייט בלייבן א גאנץ לעבן א געפילשע מענטש, און א מענטש מיט ווייניג געפילן גייט ביז די 120 יאר בלייבן מער א קאלטערע מענטש.
וואס ס'קען געשען איז אז אפי' א מענטש וואס מחמת טבעו איז מער אויף די געפילע זייט, האט מחמת סיבות שונות ומשונות געדארפט פארמאכן זיין נאטירלכע הרגשים וואס גיסן אין פליסן אינערווייניג. אבער דאס מיינט נישט אז ער האט זיך געטוישט צו קאלטע מענטש, עס גייט נישט ווערן קיין טבע שני פאר אים, נאר עס גייט קומען בייגלייט מיט שווערע יסורים [ווי עס וועט האפענטליך ווערן שפעטער ערקלערט באריכות].

אין אנדערע ווערטער: ס'קען זיין צוויי מענטשן אין בית המדרש, ביידע זעהן אויסערליך אויס ווי מער קאלטע מענטשן וואס האבן נישט קיין סאך הרגשים, אבער באמת איז עס הימעל און ערד, ביי איין מענטש איז עס נאטירליך אזוי געבוירן און עס גייט נישט שטערן גארנישט זיין חיי יום יומית, אלעס פארט א מחיה, ער פילט זייער באקוועם מיט זיך, אבער ביים צווייטען איז עס געשען אום נאטירליך, אין פארדעם גיין ער צאלן פאר דעם א טייער פרייז, ס'איז גארנישט אזוי פשוט ביי אים.

*
איז קודם צוויי קורצע הקדמות.
א] אונטער יעדע הארץ וואס איז פארמאכט פון 'פילן' זיינע נאטיריכע הרגשים, איז דא א סיבה פארוואס עס איז פארמאכט. אין א סיבה – מיין איך צו זאגן – א סיבה וואס גייט נאך יעצט אן. און דאס מיינט אז די סיבה איז נישט סתם באופן כללי "ווייל אלטס יונג קינד האב איך נישט געקענט האנדלן מיט מיינע געפילן, ס'איז געווען צו שווער, האב איך עס פארמאכט",הגם ס'איז אמת אז באופן שטחי איז די סיבה פארן פארמאכן זיינע געפילן ווייל ער קען נישט הענדלן זיינע געפילן, אבער באופן פרטי גייט אסאך טיפער פון דעם, ס'איז דא א פונקטליכע טעם פארוואס עס לוינט זיך פאר די מענטש צו האלטן די געפילן פארמאכט עד היום הזה, א פונקטליכע נקודה וואס ער גייט נישט קענען הענדלן.

האסט נישט פארשטאנן וואס דא שטייט, גאנץ מעגליך, איך וועל בעסער מסביר זיין.

איינער וואס פילט נישט, מיינט אז ער האט ספעציפישע פחד פון פילן זיינע פילונגס כהיום הזה, אין ביי יעדעם איינעם איז עס יוניק און אנדערש, מען קען געבן 1000 דוגמאות, איך וועל געבן איין דוגמא,

למשל. טיף אין הארץ ווייסט דער מענטש "אויב איך גיי אנהייבן צו פילן "כהיום" מיינע נאטירליכע הרגשים וואס טוט זיך אינערווייניג, גייט ארויפקומען א ים פון פעין צער רעגעניש אויף מיין טאטע, איך גיי מיר ממש נישט קענען באהערשן, איך גיי אים פארשעמן פאר אלעס וואס ער האט מיר געטון, אדער איך גיי ממש כאפן א נערווען בראך פון אזויפיל פעין אין צער און רעגעניש, ממילא איז אסאך גרינגער נישט צו פילן גארנישט, איך פיל נישט און הכל על מקומו יבוא בשלום". [אזא חשבון מאכט אויך פילן לאו סעלף עסטים, ואכמ"ל ועוד חזון אי"ה].
אזוי קען זיין כל מיני סיבות וואס ליגט באגראבן טיעף אין הארץ פונ'ם מענטש, און דאס האלט אים צוריק פון זיך עפענן.

יעצט. די פראבלעם איז אפי' נאכדעם וואס א מענטש אנערקענט שוין אז ער איז פארמאכט, ווייסט ער סך הכל אז זיין עולם ההרגש איז פארקנאקט, אבער ער ווייסט נישט די סיבה וואס ליגט אונטערדעם, און די וועג עס געוואר צו ווערן איז דורך אנהייבן אביסל צו לאזן זיינע נאטירליכע הרגשים/אינערליכע וועלט ארויפקומן, אין בשעת מעשה האלטן אן געניטע אויג אויפצוכאפן וועלכע פחדים קומען באגלייט מיט עס.

אבער ס'גייט נישט אזוי גרינג, שווער צו גלייבן אז א מענטש אליין זאל קענען אויפכאפן וואס פונקטליך זיין פחד איז, און פארדעם דארף מען האבן א טערפיסט פון אינדרויסן, און די בעסטע מהלך וואס איך ווייס -לעת עתה- געוואר צו ווערן וואס ליגט אונטער די גאנצע מעשה, איז קאהירענס טעראפי.

בקיצור אין איין שורה. איינער וואס זיינע געפילן זענען פארמאכט, איז נישט די תירוץ "סתם ווייל איך קען עס נישט הענדלן" אדער "ווייל מען האט מיר נישט אויסגעלערנט זיי צו נוצן". נאר ליגט עפעס א יוניק אדער אסאך יוניק סיבות אונטער דעם. און די וועג עס היילן טיעף און פערמאנאנט איז דורך געוואר ווערן וואס זענען מיינע סיבות אונטער דעם, און אנהייבן צו זעהן וויפיל די סיבות זענען אמת און וויפיל זענען דמיון.
[באמת איז עס זייער טיעפע און ברייטע שמועס, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, כ'האף צו שרייבן מער באריכות אין ברייטער – אויב עס וועט זיין א פארלאנג].

ב] מען קען נישט צושפארן די עולם ההרגש, נאר עס ווערט אויף געטוישט אויף אנדערע געפילן. ווי געשריבן אנהייב ווערט יעדער געבוירן מיט אן עולם ההרגש איינער אסאך איינער ווייניג, אין אזוי גייט מען בלייבן א גאנץ לעבן אן קיין אויסנאם. און ממילא אויב מען הייבט אן צו פילן אז מען קען נישט נישט קיין עצה געבן מיט די נאטירליכע געפילן, איז נישט דא קיין סוויטש עס צו געבן א לעש אויס און פארטיג, ס'ארבייט נישט אזוי, נאר וואס דען? ס'גייט ווערן צוקוועטש אין באגראבן דורך פרישע געפילן וואס גייען ארויסוואקסן אין איבערנעמן די לאך וואס איז געשאפן געווארן דורכ'ן צוקוועטשן די געפילן.

ס'גייט ארויסוואקסן שטארקע נעגעטיווע געפילן. אדער געפילן פון פחדים, סורווייווען, אדער פון בושות, אדער אפי' פון דעפרעסיע, וכהנה וכהנה, די געפילן גייען איבערנעמן די גאנצע אויבן אן פון דער מענטש, וויייל נאר אזוי האט די מענטש די קראפט צו צודריקן די נאטירליכע געפילן טיעף אינערווייניג. די סארט געפילן זענען אזוי ווי א ברעיס וואס מאכן זיכער אז די מענטש זאל חס ושלום זיך נישט טרעפן מיט זיין נאטירליכע פילונגס. [ס'קען אויך געשען דורך פיזישע יסורים, כשיטת דר' סארנא].

ממילא קען מען בעסער פארשטיין פארוואס א מענטש וואס איז געווארן קאלט גייט פילן זייער שלעכט בניגוד צו איינעם וואס עס איז געבוירן קאלט, ווייל איינער וואס איז געווארן קאלט האט עפעס א ברעיס וואס האלט עס אן, אין די סייט עפעקט דערפון איז: שרעקליכע יסורים.

[וע"ע בספר צו וזרוז אות ט' וז"ל: "נפש האדם אוהבת להתרגש, לא על שמחה לבדה רק גם סתם אוהבת היא, אף להתרגש בעצב ובכיה רוצה הוא. אוהב האיש לראות מראות אימות ולשמע מעשיות נוראות עד כדי לבכות כדי להתרגש על ידן. חק וצרך הנפש היא כשאר חקתיה וצרכיותיה. לכן רק האיש המשלים חקה זאת בעבורה ובהתרגשות התורה והתפלה, שומר נפשו. מה שאין כן מי שעבודת קדשו בלא התרגשות היא (אז) או שתבקש לה הנפש התרגשיות אחרות זולות אף של עבירה להשלים חוקה או שסוף כל סוף תחלה אחת ממחלות הנפש מחסר אחת מצרכיותיה"]

*

כ'האך מער מאריך צו זיין:

וואס זענען די סימטאמן פון א פארמאכטע הארץ.

האט א פארמאכט הארץ ווייניגער נסיונות און תאוות?

די שווערע 'ברייט פארצווייגטע" תוצאות און דאמינא עפעקט וואס א פארמאכט הארץ איז גורם אויפן טאג טעגליכע לעבן.

די צומישיניש/אויבערוואמנעס וואס מען פילט אנהייב ווען מען הייבט זיך אן צו היילן און זיך צו עפענן.

די מאכטפולע חילוק וואס א פארמאכטע מענטש פילט נאכן זיך עפענען, מען פילט ממש ווי א בריה חדשה, מען פילט אז מען איז אריין און א נייע גלגול, ס'איז ממש אומגלויבליך!.

און נאכמאל א דיסקלעימער, איך בין נישט קיין מומחה, איך שרייב סך הכל פון מיין קוק ווינקל, איך בין נייגעריג צו הערן פון אנדערע וואס האבן זיך געמוטשט מיט עס צו זיי זענען מסכים וואס איך האב געשריבן. איך בין נייגעריג צו וויסן צו זיי האבן אויף געכאפט מיט וואספארא ברעיס זייער האלטן אן זייער געפילן פארמאכט, אדרבה קומטס אריין, און לאמיר אינאיינם אויסארבעטן די סוגיא מיט א קלארקייט, ס'וועט זיכער העלפן אסאך יודן וואס ווייסן נישט ווי אזוי עס אנצוכאפן.

נ.ב. בספר הכשרות אברכים פרק ב'-ד' איז שטארק מאריך אין די גאנצע ענין פון הרגשים, ס'איז כדאי אדורך צו קוקן.
די מעלות האט די לעצטערע חדשים [דאכזיך חודש תמוז אב] געהאט א שיינע ארטיקל אויף דעם ענין.

א גרויסן יישר כוח פאר דיינע ווערטער
איך וויל מיך נאר באציען צי די לעצטע ווערטער וואס די האסט געזאגט וועגן די צימישעניש וואס מגייט דורך ווען מהייבט זיך אן צי עפענען
איך וואלט ווען געשריבן א לענגערע ארטיקל נאר די צייט ערלויבט נישט יעצט
איך גיי שוין בערך א יאר אויף טערעפי און ב"ה איך האב אסאך אויפגעטאן אבער אסאך מאל פאל איך אריין אין אזא דעפרעסיע אין אזא צימישעניש אז וואונדער מיך צי סטוט עפעס בכלל אויף
איך וויל וויסן צי דעס איז נארמאל אזוי צי פילן
איך באקום פראבלעמען און טריגערס וואס איך האב קיינמאל נישט געהאט און איך קען שוין אסאך מאל אפילו נישט מסיח דעת זיין דערפון

יישר כוח פאר דיין ארטיקל
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: מסכת אטימת הלב פרק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
האט א פארמאכט הארץ ווייניגער נסיונות און תאוות?
הממ... האסט ארויפגעברענגט אן אינטערסאנטע נושא.

כ'מיין אז יא. מבשרי אחזה, אז די פארהארטעוועטע געפילן פון שפירן זיך אליינס, פילן אנגענומען און באליבט, האט מיר לכאו' געהאלפן אלס בחור וואו כ'בין אדורכגעשווימען ב''ה מער ווייניגער אן אפילו וויסן פון נסיונות.
אבער מ'בויעט נישט פון איין מענטש א גאנצע טעאריע... בין איך נייגעריג וואס ס'ליגט אין דיין פעדער אויף דעם נושא...

די שווערע 'ברייט פארצווייגטע" תוצאות און דאמינא עפעקט וואס א פארמאכט הארץ איז גורם אויפן טאג טעגליכע לעבן.

די צומישיניש/אויבערוואמנעס וואס מען פילט אנהייב ווען מען הייבט זיך אן צו היילן און זיך צו עפענן.
כ'מיין ס'ווענדט זיך ביי וועלכע סארט נאטור. אזא לויזע 7'נער סטייל אויבערפלעכליכער מענטש וועט עס מאכן גרינגער. און לדוגמה א 6'ער וועט עס מסתמא געווענליך נעמען גאר שווער. איך האב עס מיטגעהאלטן ביי ביידע. אה יעס.

די מאכטפולע חילוק וואס א פארמאכטע מענטש פילט נאכן זיך עפענען, מען פילט ממש ווי א בריה חדשה, מען פילט אז מען איז אריין און א נייע גלגול, ס'איז ממש אומגלויבליך!.[/b]

און נאכמאל א דיסקלעימער, איך בין נישט קיין מומחה, איך שרייב סך הכל פון מיין קוק ווינקל.

נע נע נע נע...! דאס איז מער ווי א קוק ווינקל...! דו זעסט אויס גוט אויסגעקאכט. און טאקע א ריזיגען ייש''כ פארן מיטטיילן דיין חכמה אויף די נושא. ס'איז נישט צום גלייבן אבער כ'בין איבערראשט אז אזויפיל נאך מענטשן דא זענען אין דעם נושא. דיינע רייכע ידיעות וועט העלפן אסאך אידישע קינדער בעז''ה. לאז אונז נישט צו לאנג ווארטן.
[/size]

וויאזוי ווייסט מען וועלכע נומער מען איז א 6 צי א 7?
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: מסכת אטימת הלב פרק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

יעקב אבינו האט געשריבן:
איך וואלט ווען געשריבן א לענגערע ארטיקל נאר די צייט ערלויבט נישט יעצט
ס'איז א געוואלדיגע מצוה, פליז!

פיין פיין, קומסט אריין קלאר, כ'האף צו זיין צוריק נאך יום טוב.
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

יעקב אבינו האט געשריבן:

איך גיי שוין בערך א יאר אויף טערעפי און ב"ה איך האב אסאך אויפגעטאן אבער אסאך מאל פאל איך אריין אין אזא דעפרעסיע אין אזא צימישעניש אז וואונדער מיך צי סטוט עפעס בכלל אויף
איך וויל וויסן צי דעס איז נארמאל אזוי צי פילן
איך באקום פראבלעמען און טריגערס וואס איך האב קיינמאל נישט געהאט און איך קען שוין אסאך מאל אפילו נישט מסיח דעת זיין דערפון

יישר כוח פאר דיין ארטיקל
כ'האב נישט די צייט פאר קיין אריכות, אבער אין איין ווארט! זייער נארמאל!
(כ'האב שוין אמאל געשריבן פון די מיטמאכענישען באופן עקיפין, עי' כאן http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 2#p2453002)
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: מסכת אטימת הלב פרק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
יעקב אבינו האט געשריבן:
איך וואלט ווען געשריבן א לענגערע ארטיקל נאר די צייט ערלויבט נישט יעצט
ס'איז א געוואלדיגע מצוה, פליז!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

@לכל היודעים בנושא: לכאורה לזיכוי הרבים מעג מען שרייבן חוה''מ אויב ס'וועט נישט בדרך הטבע פאסירן אין אן אנדערע צייט. פרעג דיין לאקאלע דיין ווייל דער עולם ווארט!
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: מסכת אטימת הלב פרק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

ברכה והצלחה האט געשריבן:
*

כ'האך מער מאריך צו זיין:

וואס זענען די סימטאמן פון א פארמאכטע הארץ.

האט א פארמאכט הארץ ווייניגער נסיונות און תאוות?

איך האלט אז יא, געזעהן ביי מיר, אין ביי אסאך אנדערע מיט די זעלבע עקספיריענס.
איינער מיט פארהאקטע געפילן ער ווייסט נישט ווי אזוי עס צו ניצן, וועט בפשטות אנקומען שנעלער צו ווילן אנטלויפן צו געוויסע סארט נסיונות (נישט נאר אידשקייט וכ"ו נאר אפי דארג'ס אדער אהלקהל וכ"ו אדיקציע'ס) בשעת ער האט אומבאקוועמליכקייטן, אין ער ווייסט דאך נישט ווי אזוי מען זיצט מיט די סארט אומבאקוועמע געפילן, וועט ער אנטלויפן צו נישט געזינטע פלעצער צו קענען איינשלעפן די אומבקוועמע געפילן

אפשר איין טאג וועל איך מער מסביר זיין
אוי דער עולם וועט ווילן
הגוגעה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 03, 2022 6:41 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגוגעה »

[quote="באליבטער"]האט איינער פידבעק וועגן די קורס פון אביחי כהן פון אר''י אויף עפענעם געפילן ?

סאיז א קארס אויף ענגליש, צי אויסלערנען קאנעקטען צי די אייגענע געפילן.
כוואלט אויך געוואלט וויסען מער פידבעק און פרטים. ביטע מזכה זיין די יודען וואס זיכען א רפואה למכאוביהם!
(לויט ווי איך ווייס איז די 'מחובר' קורס א תלמיד פין אים).
גוטע לופט
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 26, 2022 12:34 am

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטע לופט »

צי אויסלערנען קאנעקטען צי די אייגענע געפילן קען אסאך מאל מאכן ערגער! עס איז בעסער צו לאזן פארהאקט
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: מסכת אטימת הלב פרק א'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

מאמענטאל האט געשריבן:
ברכה והצלחה האט געשריבן:
*

כ'האך מער מאריך צו זיין:

וואס זענען די סימטאמן פון א פארמאכטע הארץ.

האט א פארמאכט הארץ ווייניגער נסיונות און תאוות?

אפשר איין טאג וועל איך מער מסביר זיין
אויב דער עולם וועט ווילן
יא מ'וויל!!
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 825
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

גוטע לופט האט געשריבן:
צי אויסלערנען קאנעקטען צי די אייגענע געפילן קען אסאך מאל מאכן ערגער! עס איז בעסער צו לאזן פארהאקט
אבער קען קאסטן א פרייז
פאר די שלום בית, חינוך הבנים, וכ"ו.
באליבטער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:49 pm

Re: וואס קען טון, א איד וואס זיינע געפילן זענען נעבעך פארהאקט און באגראבן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באליבטער »

גוטע לופט האט געשריבן:
צי אויסלערנען קאנעקטען צי די אייגענע געפילן קען אסאך מאל מאכן ערגער! עס איז בעסער צו לאזן פארהאקט
אוטש!! יא, כ'האב מיטגעהאלטן ווי איינער איז געווארן זייער פארקניפט און אריינגעפאלן און איבערוועלטיגטע געפילן נאכן אריינקריכן אין די געפילן און עס עפענען.

כ'גלייב אבער נישט אז די ריכטיגע וועג איז אז מ'זאל בלייבן פארהאקט. דאס מיינט אנטלויפן. דער אייבירשטער האט באשאפן די וועלט אז מ'זאל דארפן דערשטיקן געפילן? נישט מסתבר. איך 'פיל' אז ס'איז נישט ריכטיג..

כ'גלייב אז מ'קען מיט די עקספיריענס טערעפי, און מיט אויך אסאך לערנען מיט א קלארקייט השקפה, קען מען שטייגן, און ארויסקומען שטערקער ווי ווען מ'וואלט די גאנצע זאך נישט געהאט.
יא, ס'איז א שווערע עבודה.
מאמענטאל האט געשריבן:
אבער קען קאסטן א פרייז
פאר די שלום בית, חינוך הבנים, וכ"ו.
נישט ס'קען קאסטן א פרייז, "ס'קאסט" א פרייז. די קינדער האבן נישט קיין טאטע וואס פילט זיי. (און אויסער די מחסור פון אזא וויכטיגע זאך, ברענגט עס אויך פראבלעמען ווען מ'פארשטייט נישט די צורך פונעם קינד).

אז מ'פילט זיך נישט אליין קען מען נישט פילן אנדערע!
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”