העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א גוטן ערב שבת רבותים [נישטא אזא ווארט, בלויז מונדליך]

היינט בין איך ב"ה אין אן עקסטרע ספעשל גוטע גוסטע, שטארק מעגליך צוליב וואס מען האט שוין אנגעהויבן אפשרייבן אויף א צעטעלע וואס מען דארף אלץ געדענקען מיטצונעמען אויף דער גרויסארטיגער נסיעה וואס גייט אט אט פארקומען, בעוד שלשת ימים פארט מען שוין אי"ה!

שנית, די דריי קאוועס וואס האבן זיך שיין פלאצירט אין מעגנדל אין די לעצטע פאר שטונדן געבן זיכער צו צום מוט.

והשלישית והיא העיקר, מ'האט ב"ה די זכיה געהאט צו לערנען קרוב צו צוויי שעה (נישט ברצופות, אבער דאך), און דערצווישן אפגעלערנט א גאנצע פרק משניות מיט אלע מפרשים [נישט קיין ריזיגע פרק גראדע, יומא פרק ד'].

יעצט לאמיר צוגיין צום ענין פון דעם אשכול:

ביי מעביר סדרה זיין האב איך מיך דערמאנט א רמז וואס איך האב שוין מסתמא אמאל געשריבן ערגעץ, אז די ראשי תיבות פון "ואהבת לרעך כמוך אני י'" איז די ווארט "כוליא" וואס באדייט א ניר. דאס איז א שיינע ווינק אז די אולטימעט ואהבת לרעך קען צושטאנד קומען דורך שענקען יענעם א גליד פון דיינע גלידער [אדער שטיצן רינועל וואס העלפט ערמעגליכן אזעלכע סארט פיקוח נפש אקציעס].

אויף די טישן אין שול זענען יעצט פארשפרייט מעלדונגען איבער די רינועל קאמפיין, אבער פארגעסט נישט פון דער וואס עס האט אייך געמאלדן ערשט... יו היערד איט היער פירסט! וכל הקודם זכה! אויב איר ווילט שענקן א נדבה - און ווער וויל דען נישט?... - ביטע טוט דאס אין דעם לינק וואס איז אין מיין אונטערשריפט.

----
יישר כח פאר די צוויי אידן וואס האבן זיך דערווייל אנגערופן היינט:

יישר כח "פאר'מוח'ט" פאר די שיינע נתינה פון זעקס און דרייסיג דאלער, כמנין "לו", מ'קען ממליץ זיין די ווערטער פון חז"ל הובא ברש"י פ' נשא "לו - יהיה ממון הרבה"... אז איר געבט זעקס און דרייסיג, וועט איר באקומען אסאך געלט!

יישר כח "פרינדזשעס..." פאר די שיינע נתינה פון פופציג דאלער (ער שרייבט צו אז דאס איז פאר זיין טאטע'ס גוטע פריינט... נאך א מזל ער האט געשריבן זיין אמת'ע נאמען אויך ביים אויספילן די אינפארמאציע, אזוי איז ער מקיים דערמיט א מצוה פון כיבוד אב, אז איך ווייס צו שעצן דעם טאטן וואס האט אזא חשוב'ן זוהן...)

פופציג איז "נון", נון מיינט א פיש, זאל ביי דיר מקויים ווערן דער וידגו לרוב בקרב הארץ, און אין עין הרע שולטת בזרעך אזוי ווי ביי די פיש.

אז מ'רעדט שוין פון נו"ן, וועל איך מיטטיילן א טייער געדאנק וואס השי"ת האט מיר אריינגעשיקט די וואך ביים לערנען גמ' חולין (יח:) מיט מיין חברותא.

נו"ן איז נוטריקון נ'הרא נ'הרא ו'פשטיה, א סלאגאן וואס די גמרא נוצט אויף מנהגי ישראל - און רש"י טייטשט דאס אז יעדע טייך האט זיך זיין שטרעמונג, און יעדע געגנט זיין פירונג. [בדרך צחות, שטייענדיג קורצליך נאך פסח, נון איז דאך פיש, אז דער פיש עסן אום פסח איז תלוי אין נהרא נהרא ופשטיה, ווען יעדער האט זיך זיין מנהג דערין, זה בכה וזה בכה].

עכ"פ, דער רבינו גרשום אויפ'ן ארט טייטשט אנדערש ווי רש"י, ער זאגט אז 'ופשטיה' מיינט זיין בריק, וזה לשונו: נהרא נהרא ופשטיה. לשון גשר. כלומר כשם שכל נהר יש לו גשר שלו לבדו כך כל המקומות אין להן דעת אחת אלא אלו יש להם דעת אחת ובמקום אחר דעת שלהם:

קלער איך, אז עס איז העכסט פאסיג אז מנהגי ישראל זאלן געגליכן ווערן צו א בריק, נאכדעם וואס זיי זענען דער בריק אונז צו באהעפטן מיט אונזערע עלטערן און רבי'ס פון פריערדיגן דור. דאס וואס מיר פירן זיך מיט מנהגי אבות, איז דער בריק וואס באהאפט אונז מיט זיי. ודו"ק.

גוט שבת אידן - ביטע מאכט מיך אריינקומען דא דעם היינטיגן טאג מערערע מאל, איך וועל נישט מקפיד זיין אי"ה.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אה, אז מ'רעדט פון קאווע, רופט זיך ווארעם אן א הייסע קאווע!

יישר כח "הייסע קאווע" פאר די נדבה פון אכצן דאלער, אכצן איז ח"י, ח"י איז לעבן, רינועל געבט לעבן פאר אידישע קינדער וואס האבן ערנסטע פראבלעמען מיט די נירן, און דו האסט זיי געהאלפן באצאלן א ניר טראנספלאנט צו דערהאלטן יענעם ביים לעבן.

כאפ אמאל א שמועס מיט א מקבל פון א ניר און פרעג אים דער חילוק צווישן די צייט וואס ער איז געווען אויף דיאלעסיס און יעצט נאכ'ן טראנספלאנט, עס איז הימל און ערד, זיי דרוקן זיך אלע אויס אז אויף דיאלעסיס איז ממש "חייו אינם חיים" פשוטו כמשמעו, מען קען נישט ארבעטן, מען קען נישט פונקציאנירן געהעריג, און א פרישע ניר איז א פרישע ליעס אויפ'ן לעבן בס"ד.

זאלסטו זיין געבענטשט מיט אלע ברכות, און זיין געזונט און שטארק לאורך ימים ושנים מיט די בני בית אינאיינעם.
אוועטאר
א הייסע קאווע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 01, 2021 4:52 pm
לאקאציע: מער אין בית מדרש אבער אויך אין ביזנעס (און ווי נישט?)
פארבינד זיך:

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א הייסע קאווע »

לכאורה האט געשריבן:אה, אז מ'רעדט פון קאווע, רופט זיך ווארעם אן א הייסע קאווע!

יישר כח "הייסע קאווע" פאר די נדבה פון אכצן דאלער, אכצן איז ח"י, ח"י איז לעבן, רינועל געבט לעבן פאר אידישע קינדער וואס האבן ערנסטע פראבלעמען מיט די נירן, און דו האסט זיי געהאלפן באצאלן א ניר טראנספלאנט צו דערהאלטן יענעם ביים לעבן.

כאפ אמאל א שמועס מיט א מקבל פון א ניר און פרעג אים דער חילוק צווישן די צייט וואס ער איז געווען אויף דיאלעסיס און יעצט נאכ'ן טראנספלאנט, עס איז הימל און ערד, זיי דרוקן זיך אלע אויס אז אויף דיאלעסיס איז ממש "חייו אינם חיים" פשוטו כמשמעו, מען קען נישט ארבעטן, מען קען נישט פונקציאנירן געהעריג, און א פרישע ניר איז א פרישע ליעס אויפ'ן לעבן בס"ד.

זאלסטו זיין געבענטשט מיט אלע ברכות, און זיין געזונט און שטארק לאורך ימים ושנים מיט די בני בית אינאיינעם.

אמן! והמברך יתברך בכל מילי דמיטב.
בילד
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח "ה. ר." פאר די נדבה פון עלף דאלער

עי"ן מיט אל"ף זענען זיך מתחלף, זאלסטו צוריקבאקומען אל"ף פעמים ככה, זו משלי אבל הקב"ה וכו'

עלף איז קעגן די י"א ברכות פון הר גריזים וואס זאלן קומען אויף דיין קעפעלע

[די עלפטע אני מאמין איז גמול ועונש, און מיין סימן איז טאקע דאס, די י"א ברכות וקללות שבהר גריזים ועיבל]
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

פשיהא... איינער האט געשריבן א שטיקל פאעזיע מיט זיין נדבה: "סלאווא זאפארישזע!! צווישן ניר און דיר, חסד אן א שיעור. א שמייכל פונעם רב, איז ווערד מער ווי אכט דאללער..."

יישר כח "הלבלר בקולמסו" פאר די נדבה פון אכט דאלער

אז מען נעמט זיך אין אכט, גיבט דער אויבערשטער אכט אויף דיר (צדיקים {וועלכע צדיק? ועמך כולם צדיקים})

אכט איז רומז אויף רפואה, זייענדיג די אכטע ברכה אין שמונה עשרה, דיינע אכט דאלער וועלן גיין צו העלפן היילן אידישע קינדער, און דיר מיט דיין געזינדל פארהיטן פון יעדע סארט חולשה און ווייטאג.
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

אמן
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אויפ'ן סייט שטייט "אנאנימער", אבער אין אימעיל איז מיר יא אנגעקומען א ניק נאמען. איר האלט אז יענער וויל אפילו דעם ניק האלטן בסוד? הא? וואס זאגסטו ווישוואש?

יישר כח פאר די נדבה פון "אכצן דאלער", זאלסטו זיין געזונט און שטארק און דערלעבן משיח'ן!

---
סך הכל פון די וואך (ביטע מאכט מיך דארפן איבערמאכן דעם סך הכל...):

מיר האבן שוין ב"ה 42 נדבנים אויף אונטער בלעטל, כמנין שם מ"ב, אנא בכח.

און געלט האבן מיר שוין איבערגעטריבן "זיבעצן הונדערט און אכט און פערציג דאלער" בסיעתא דשמיא! [איינער האט א גוטע גמטריא אויף דעם ציפער?...] הונדערט מאל טו"ב, און נאך מ"ח.

א גוט שבת טייערע אידן, און איך בעט אייך זייער צו אנהאלטן דעם פלוס פון נדבות, ווייל מיין ציל איז נאך ווייט פון דערגרייכט ווערן און מיין נסיעה קומט שוין אונטער (כ'וויל נישט דארפן אריינטשעקן מיט מיין באגלייטער'ס כלי אונטערוועגנס...)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח "איש אושפיזין" (מער באקאנט אלס "אושפיזין"...) פאר די שיינע נדבה פון זעקס און דרייסיג דאלער לכבוד שבת (שבת האט דאך זעקס און דרייסיג שעה, כידוע בספרים הק')

זאלסטו זיין פון די זעקס און דרייסיג צדיקים שבדור (וואס דען זענען די אושפיזין?)

דערמיט האלטן מיר ביי 43 נדבנים כמנין אחים ג"ם יחד, און א סומע פון 1784!
אוועטאר
קאנצעטרירטער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:35 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנצעטרירטער »

איז דא א נומער ווי מען קען אריינרופן שענקן א נדבה אויפן בלעטל?
קאנצעטריר!!
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

קאנצעטרירטער האט געשריבן:איז דא א נומער ווי מען קען אריינרופן שענקן א נדבה אויפן בלעטל?

718-218-4665
לכאורה'ס רינועל דאונער נאמבער איז 396
אוועטאר
קאנצעטרירטער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 3:35 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנצעטרירטער »

לייטער האט געשריבן:
קאנצעטרירטער האט געשריבן:איז דא א נומער ווי מען קען אריינרופן שענקן א נדבה אויפן בלעטל?

718-218-4665
לכאורה'ס רינועל דאונער נאמבער איז 396

ייש"כ
קאנצעטריר!!
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאנצעטרירטער האט געשריבן:איז דא א נומער ווי מען קען אריינרופן שענקן א נדבה אויפן בלעטל?

יישר כח פאר'ן פרעגן

אט איז וואס רינועל האט מיר געשריבן אין אימעיל דערוועגן:

PHONE DONATION #:
929-470-3020
Your Pin Code:
7940
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א גוטע וואך. מ'האלט מיר שוין נאך ויתן לך און אויך נאך וישלח, מ'זיצט שוין כמעט אויף שפילקעס אין בעפארברייטונג צו די גרויסארטיגע נסיעה וואס וועט אונז נעמען איבער מערערע לענדער בס"ד.

יעצט מוצאי שבת האט - לכאורה - איין איד געמאכט דריי נדבות אויפ'ן טעלעפאן אויף אונזער בלעטל, צו א סך הכל פון זיבעציג דאלער. יישר כח ר' איד! און אויב איז דאס טאקע דריי באזונדערע אידן (זייער נישט מסתבר, אלע זענען געווען אין די זעלבע פאר מינוט) - יישר כח טייערע אידן!

זיבעציג איז יין/סוד, סוד איז פשוט... איר האט געוואלט בלייבן אנאנים און דערפאר געשאנקן די נדבה אויפ'ן טעלעפאן, אזוי אז אפילו א ניק נאמען איז נישט ארויפגעקומען. יין איז צו מאכן א לחיים אויף די פרייליכע וואך וואס קומט אי"ה.
בן סירא
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 3:54 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן סירא »

לכאורה האט געשריבן:יעצט מוצאי שבת האט - לכאורה - איין איד געמאכט דריי נדבות אויפ'ן טעלעפאן אויף אונזער בלעטל, צו א סך הכל פון זיבעציג דאלער. יישר כח ר' איד! און אויב איז דאס טאקע דריי באזונדערע אידן (זייער נישט מסתבר, אלע זענען געווען אין די זעלבע פאר מינוט) - יישר כח טייערע אידן!

אפשר האט יענער געמיינט אז מען קען זעהן די טעלעפאון נומער? (וואס איז געווען 929-568-7516)
און אפשר איז עס טאקע איין מענטש אבער ער האט געגעבן בשם דריי שלייערס? אפשר @בן סירא @שמואלי @זאנווי, (פארוואס דריי איז - לכאורה - פשוט ווייל ער גיבט אראפ מעשר איינס פון צען ניקים...) נישט זיכער נאר איך פראביר צו טרעפן דעם עק פונעם טונעל...
דברי חכמים כדרבנות וכמשמרות נטועים בעלי אספות נתנו מרעה אחד.
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

בן סירא האט געשריבן:

האלא! ביזט פאבליק דא, נישט אישי
בן סירא
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 22, 2021 3:54 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן סירא »

משמש בקודש האט געשריבן:האלא! ביזט פאבליק דא, נישט אישי

ידעתי.
דברי חכמים כדרבנות וכמשמרות נטועים בעלי אספות נתנו מרעה אחד.
משמש בקודש
שר ששת אלפים
תגובות: 6791
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 27, 2021 2:10 am
לאקאציע: Kollel

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש בקודש »

בן סירא האט געשריבן:
משמש בקודש האט געשריבן:האלא! ביזט פאבליק דא, נישט אישי

ידעתי.

אידאך גוט
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

כ’האב מורא אז מיין נדבה איז געגאנגען צום הויפט בלאט
ווי קען מען עס אריבער פירן?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אפשר רוף אן דעם נומער אויפ'ן וועבזייטל און זאג זיי
אוועטאר
קאלינען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 20, 2021 7:53 am

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאלינען »

די מנהל גייט באשרייבן די נסיעה?
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

קאלינען האט געשריבן:די מנהל גייט באשרייבן די נסיעה?

שטארק מעגליך, אי"ה

----
יישר כח אנאנימער פאר די הערליכע נדבה פון פופציג דאלער! מתן בסתר יכפה אף, זאלסט זיין באשיצט פון אלעם בייזן
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

יישר כח גדול "הענדימען" פאר די הערליכע נתינה פון "הונדערט" דאלער! האסט מיך אריבערגעפירט דעם צוויי טויזנטער, יעצט בלייבט מיר בלויז דריי טויזנט צו פארשאפן

השי"ת זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו זען ליכטיגע ערליכע אידישע נחת פון אלע דיינע קינדערלעך, און איר זאלט אלע זיין געזונט און שטארק, מיט פרנסה בריוח ובניקל, עד ביאת הגואל!
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

לכאורה האט געשריבן:אפשר טאקע... אבער מ'דארף ציען ווערטער פון מיר, כ'בין ב"ה זייער פארנומען [בפרט אז מ'שטייט פאר א נסיעה וואס וועט פירן איבער מערערע לענדער, און מ'דארף אסאך ערלעדיגן ביז דאן]

דא איז נאכאמאל די לינק, אין פאל דער עולם וויל עס האבן צו די האנט תיכף ומיד: https://renewal22.com/donor-396

איך בעט נישט קיין ריזיגע סכומים, אויב יעדער ניק [אפילו אן די דאפלטע און טריפלטע...] זאל זיך משתתף זיין מיט א מינימאלע סומע, קען איך דעקן מיין ציל איינס-צוויי בס"ד.

איך גלייב נישט אז איך וועל קענען פירן דעם קאמפיין ווען עס וועט גיין לעבעדיג אין עלף טעג ארום, איך נעם געווענליך נישט מיט קיין כלים אויף נסיעות, אלזא ביטע העלפט מיר דערגרייכן דעם ציל ווי אמשנעלסטן.

א גוט שבת - יישר כח!

אז די מנהל פארט דורך מערערע לענדער, קומט איר מיר אויך באזוכן אין ענגלאנד?
אוועטאר
אוראייניקל
רב הצעיר תשפ"ד
תגובות: 17156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2019 9:05 am

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוראייניקל »

גרינוויל תושב האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:..

אז די מנהל פארט דורך מערערע לענדער, קומט איר מיר אויך באזוכן אין ענגלאנד?

פרוביר איהם מכבד צו זיין מיט סנדקאות..
חוח בין השושנים האט געשריבן:
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

Re: העלפט מיר העלפן רינועל - קאמפיין תשפ"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

אוראייניקל האט געשריבן:
גרינוויל תושב האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:..

אז די מנהל פארט דורך מערערע לענדער, קומט איר מיר אויך באזוכן אין ענגלאנד?

פרוביר איהם מכבד צו זיין מיט סנדקאות..

אדער נעם מיך אלס כהן פאר די פדיון
[דערווייל בין איך נישט קיין כהן, אבער ביז א חודש ארום... העי יו נעווער קנאו. א בכור בין איך, און ווען משיח קומט אן בין איך א כהן!]
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”