צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
בטבע בין איך זייער א צאמגענומענער מענטש, אלזא שטערט מיר זייער ווען מיינע קינדער זענען צופלויגן אינדערהיים.
איך פרוביר זיי צו מסביר זיין פארוואס ס'איז וויכטיג צו אוועקלייגן די זאכן, ווי טויס, וועש, עסן וכדו' אבער מיינע ווערטער פאלן ווי אויף טויבע אויערן.
איךַ ווייס נישט צי בטבעם זענען זיי דאס פארקערטע פון מיר, אדער זענען זיי פשוט פויל, און זייער קינדישע אקטיוויטעטן איז זיי פשוט מער אינטערעסאנט, נישט משנה.
מיין פראגע איז צי איז פארהאן אין אייער עקספיריענס א מעטאד וואס ארבעט מיט קינדער. מיין נקודה איז שטענדיג אויף די לאגישע זייט, אז ס'איז פשוט סאך גרינגער צו פארמיידן דאס הויז פון ווערן איבערגעקערט, ווי איידער דארפן אויפרוימען אן איבערגעדרייטע הויז. אבער דאס רעדט נישט צו זיי.
אלזא, וואס יא?

Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
אפשר א טשארט מיט א באלוינונג?
אבער וואס איז זעכער, נעמט אייך נישט אזוי צום הארצען.......

אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
א ציפלויגינע הויז איז א רעסעפי פאר געזינטע קינדער.
פארשטייט זיך אלעס מיט א מאס
ווי לאנג נעמט אויףצירוימען א ציפלויגינע הויז ווען טאטע מאמע אין נאר צווי פין די זעקס קינדער העלפען? עס איז ווערט!!!!
ערגסטן פאל נעם א גויטע צווי מאל א וואך עס איז ווערט די פאר טאללער!!!

- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
אויב איר האט א נאטור, באדייט דאס נאכנישט אז אייערע קינדער ברויכן עס אויך האבן. נישט דא קיין שום ענין, מסביר צו זיין א קינד אז ער זאל זיין אזוי ווי מיר.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
Clm האט געשריבן:א ציפלויגינע הויז איז א רעסעפי פאר געזינטע קינדער.
פארשטייט זיך אלעס מיט א מאס
ווי לאנג נעמט אויףצירוימען א ציפלויגינע הויז ווען טאטע מאמע אין נאר צווי פין די זעקס קינדער העלפען? עס איז ווערט!!!!
ערגסטן פאל נעם א גויטע צווי מאל א וואך עס איז ווערט די פאר טאללער!!!
וואס האט א צופלוגענע הויז מיט געזונטע קינדער?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
א טשארט וועט מסתם ארבעטן, back to the basics.
אונז האבן א גויטע ב"ה צוויי מאל א וואך, און דאס איבעריגע רוימט מען טאקע אויף אינאיינעם. איך האב נאר געהאלטן אז זיך לערנען וויאזוי נישט צו אויפווארפן איז גרינגער און עקטשועלי די ריכטיגע וועג.
אונז האבן א גויטע ב"ה צוויי מאל א וואך, און דאס איבעריגע רוימט מען טאקע אויף אינאיינעם. איך האב נאר געהאלטן אז זיך לערנען וויאזוי נישט צו אויפווארפן איז גרינגער און עקטשועלי די ריכטיגע וועג.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
פעיק ניוז האט געשריבן:אויב איר האט א נאטור, באדייט דאס נאכנישט אז אייערע קינדער ברויכן עס אויך האבן. נישט דא קיין שום ענין, מסביר צו זיין א קינד אז ער זאל זיין אזוי ווי מיר.
האסט א נקודה, אבער אויב בין איך למשל איבערצייגט אז א געוויסע התנהגות איז מן הנימוס, אדער פארקערט, איז דען דעיס נישט פארט פון חינוך צו לערנען קינדער וויזוי צו זיין נארמאלע מענטשן?
איך פארלאנג דען ער זאל האבן די זעלבע נטויות ווי מיר? איך האלט אז ס'קומט צו לייגן די שמוץ וועש על מקומו ווי איידער עס איבערלאזן אין ביהכ"ס. אדער אפרוימען דעם טיש נאכן עסן. ביסט מחולק מיט דעם? איז דאס נישט חינוך צו לערנען די קינדער?
געמענשענט האב איך מיין נאטור, בלויז צו פארשטיין געבן וואס מיר שטערט.
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
אויב איז דאס א זאך וואס איר "האלט" אז עס איז מן הנימוס, נישט וויבאלד דאס שטערט אייך מחמת אייער נאטור, איז אוודאי גוט אז ער זאלט זיי אויסלערנען. אבער דאס אז עס באדערט אייך אז זיי טוען עס נישט, דאס קומט שוין צוליב אייער נאטור, אדער אז עס באדערט אייך אז זיי פאלגן נישט.. אלס חינוך איז גענוג, זיי צו 'זאגן' פון צייט צו צייט. דאס נעמען פערזענליך, איז שוין נישט קיין חלק פון חינוך.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
עס איז אמאל ארימגעגאנגען א ווידאו פין א דרשה פין אבד לימנוב איבער א ערב שבת ביי זיין מאמע אינדערהיים, וואלט געווען אינטערעסאנט צי ברענגן דא,
אזוי ווי פעיק נוז זאגט, אוואדאי מעג מען זאגען אבער פארוואס באדערט דיר עס?

- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3152
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
שאהן הענניטי האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:אויב איר האט א נאטור, באדייט דאס נאכנישט אז אייערע קינדער ברויכן עס אויך האבן. נישט דא קיין שום ענין, מסביר צו זיין א קינד אז ער זאל זיין אזוי ווי מיר.
האסט א נקודה, אבער אויב בין איך למשל איבערצייגט אז א געוויסע התנהגות איז מן הנימוס, אדער פארקערט, איז דען דעיס נישט פארט פון חינוך צו לערנען קינדער וויזוי צו זיין נארמאלע מענטשן?
איך פארלאנג דען ער זאל האבן די זעלבע נטויות ווי מיר? איך האלט אז ס'קומט צו לייגן די שמוץ וועש על מקומו ווי איידער עס איבערלאזן אין ביהכ"ס. אדער אפרוימען דעם טיש נאכן עסן. ביסט מחולק מיט דעם? איז דאס נישט חינוך צו לערנען די קינדער?
געמענשענט האב איך מיין נאטור, בלויז צו פארשטיין געבן וואס מיר שטערט.
אוודאי איז דאס חינוך. א קינד וואס לערנט זיך דאס נישט אויס איז א "אומערצויגן קינד" ווי מען רופט עס און דאס ווייב עסט זיך דאס געזונט מיט אים (דער מערסט צוזאמען גענומענער מאן איז אויך נישט געווענליך גענוג צוזאם גענומען פאר די פרוי'ס טעיסט... אבער ווי ווייניגער אלס ערגער). א קינד וואס האט נישט די טבע פון זיך אליין דארף מען אים הערשט מחנך זיין דאס צו טאן ער זאל אויסוואקסן א מענטש צווישן מענטשן.
ווען עס קומט אבער צו טויס וואס מען נעמט מתחילה ארויס אסאך אויפאמאל צו שפילן פאר א לאנגע צייט, איז דאס אוועק פאקן צום סוף א ארבעט פאר זיך און האט לאו דוקא צוטון מיט טיידינעס.
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
העי שאהן, לאָנג טיים נאו ספיק.
איך זעה מיך גראדע אין דיינע שיך...
ווען איינער מאכט אן אייער שפייז, מ'נעמט ארויס די זאלץ מעסטל צי גיסען זאלץ, גייט עס צירוק גלייך אין שאפע? אדער ס'מאכט א סטאפ אויף קאנטער...
מיין מאמע האט מיר צוגעוואוינט אז ס'ווערט נישט אראפגעלייגט אויף קאנטער, האסט געענדיקט, גלייך צירוק אין שאפע.
די אייער ווערט צירוק געלייגט אינעם פרידיש נאך אפילו פאר מ'האט אריינגעלייגט די אייער אינעם טאפ.
ס'איז ביי מיר א טבע שני.
אבער מיין בני בית וועט נישט אוועקלייגן זאכן "בשעת'ן ניצען - אדער גלייך נאכן ניצען" אזוי ווי מיין מאמע האט מיר צוגעוואוינט... כ'פארשטיי איר... אין ס'מאכט מיר נישט נערוועז ווען זי טיט עס.. ס'שטארק יתכן אז דיינע קינדער זעהן עס ביי דיין ווייב.
ווען איך טריי איר מסביר זיין וואס איך טיע ווערט זי נערוועז... "מיט טויזענט קינדער אינטער די פיס איז נישט מעגליך אזוי צי ארבייטען..." קען זיין זי איז גערעכט... אבער איך זעה אז ס'קימט פין א געוואוינהייט.

סך הכל תגובות: 999
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
Programming האט געשריבן:שאהן הענניטי האט געשריבן:פעיק ניוז האט געשריבן:אויב איר האט א נאטור, באדייט דאס נאכנישט אז אייערע קינדער ברויכן עס אויך האבן. נישט דא קיין שום ענין, מסביר צו זיין א קינד אז ער זאל זיין אזוי ווי מיר.
האסט א נקודה, אבער אויב בין איך למשל איבערצייגט אז א געוויסע התנהגות איז מן הנימוס, אדער פארקערט, איז דען דעיס נישט פארט פון חינוך צו לערנען קינדער וויזוי צו זיין נארמאלע מענטשן?
איך פארלאנג דען ער זאל האבן די זעלבע נטויות ווי מיר? איך האלט אז ס'קומט צו לייגן די שמוץ וועש על מקומו ווי איידער עס איבערלאזן אין ביהכ"ס. אדער אפרוימען דעם טיש נאכן עסן. ביסט מחולק מיט דעם? איז דאס נישט חינוך צו לערנען די קינדער?
געמענשענט האב איך מיין נאטור, בלויז צו פארשטיין געבן וואס מיר שטערט.
אוודאי איז דאס חינוך. א קינד וואס לערנט זיך דאס נישט אויס איז א "אומערצויגן קינד" ווי מען רופט עס און דאס ווייב עסט זיך דאס געזונט מיט אים (דער מערסט צוזאמען גענומענער מאן איז אויך נישט געווענליך גענוג צוזאם גענומען פאר די פרוי'ס טעיסט... אבער ווי ווייניגער אלס ערגער). א קינד וואס האט נישט די טבע פון זיך אליין דארף מען אים הערשט מחנך זיין דאס צו טאן ער זאל אויסוואקסן א מענטש צווישן מענטשן.
ווען עס קומט אבער צו טויס וואס מען נעמט מתחילה ארויס אסאך אויפאמאל צו שפילן פאר א לאנגע צייט, איז דאס אוועק פאקן צום סוף א ארבעט פאר זיך און האט לאו דוקא צוטון מיט טיידינעס.
איך ווייס נישט פארוואס דו זאגסט אזוי. איך בין מער צוזאמעגענומען פון מיין אשת חיל זז"ג.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
ראש לימבא האט געשריבן:ווען איך טריי איר מסביר זיין וואס איך טיע ווערט זי נערוועז... "מיט טויזענט קינדער אינטער די פיס איז נישט מעגליך אזוי צי ארבייטען..." קען זיין זי איז גערעכט... אבער איך זעה אז ס'קימט פין א געוואוינהייט.
דאס איז די מערסט גענוצטע תירוץ פון יודישע מאמעס!! נישט קיין חילוק צו סקומט אריין אדער נישט........
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
אויב מעקט מען דיינע תגובות, איז א סימן אז די שרייבסט.
אויב מעקט מען דיר אסאך, איז א סימן אז דו ביסט א גרויסע שרייבער.
דוק ותשכח
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
מען דארף פארשטיין די פרויען, נישט זיי אוועקמאכן. זיי ארבעטן שווער.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
את פתח לו האט געשריבן:ראש לימבא האט געשריבן:ווען איך טריי איר מסביר זיין וואס איך טיע ווערט זי נערוועז... "מיט טויזענט קינדער אינטער די פיס איז נישט מעגליך אזוי צי ארבייטען..." קען זיין זי איז גערעכט... אבער איך זעה אז ס'קימט פין א געוואוינהייט.
דאס איז די מערסט גענוצטע תירוץ פון יודישע מאמעס!! נישט קיין חילוק צו סקומט אריין אדער נישט........
שוין אזוי עט ליעסט פון לאה אמנו’ס צייטן
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
איך פיר זיך נישט מחנך צו זיין ווען איך בין נערוועז, אפילו אויף זאכן וואס מ’דארף בעצם מחנך זיין.
לגבי די עצם שאלה איז מסתמא נישט דא איין וועג וואס ארבעט ביי יעדעם, ארבעט אויס א מהלך וואס דו האלטס ס’שטימט מיט דיינע קינדערס טבע/עידש, סיי לגבי וויפיל צו פארלאנגען, און סיי לגבי וואס ס’געשעט אויב יא/נישט. און האלט דיך צו איין מהלך קאנסיסטענטלי, נישט לאז נאך ווייל א קינד האט געקרימט מיט די נאז אדער דו ביסט פויל, אדער ווייל ס’האט נישט געארבעט נאך איין מאל. און נאכדעם זאגן גארנישט ארבעט נישט.
לגבי די עצם שאלה איז מסתמא נישט דא איין וועג וואס ארבעט ביי יעדעם, ארבעט אויס א מהלך וואס דו האלטס ס’שטימט מיט דיינע קינדערס טבע/עידש, סיי לגבי וויפיל צו פארלאנגען, און סיי לגבי וואס ס’געשעט אויב יא/נישט. און האלט דיך צו איין מהלך קאנסיסטענטלי, נישט לאז נאך ווייל א קינד האט געקרימט מיט די נאז אדער דו ביסט פויל, אדער ווייל ס’האט נישט געארבעט נאך איין מאל. און נאכדעם זאגן גארנישט ארבעט נישט.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
Re: צאמגענומענקייט ביי קינדער אין שטוב - Tidiness
ראש לימבא האט געשריבן:העי שאהן, לאָנג טיים נאו ספיק.
איך זעה מיך גראדע אין דיינע שיך...
ווען איינער מאכט אן אייער שפייז, מ'נעמט ארויס די זאלץ מעסטל צי גיסען זאלץ, גייט עס צירוק גלייך אין שאפע? אדער ס'מאכט א סטאפ אויף קאנטער...
מיין מאמע האט מיר צוגעוואוינט אז ס'ווערט נישט אראפגעלייגט אויף קאנטער, האסט געענדיקט, גלייך צירוק אין שאפע.
די אייער ווערט צירוק געלייגט אינעם פרידיש נאך אפילו פאר מ'האט אריינגעלייגט די אייער אינעם טאפ.
ס'איז ביי מיר א טבע שני.
אבער מיין בני בית וועט נישט אוועקלייגן זאכן "בשעת'ן ניצען - אדער גלייך נאכן ניצען" אזוי ווי מיין מאמע האט מיר צוגעוואוינט... כ'פארשטיי איר... אין ס'מאכט מיר נישט נערוועז ווען זי טיט עס.. ס'שטארק יתכן אז דיינע קינדער זעהן עס ביי דיין ווייב.
ווען איך טריי איר מסביר זיין וואס איך טיע ווערט זי נערוועז... "מיט טויזענט קינדער אינטער די פיס איז נישט מעגליך אזוי צי ארבייטען..." קען זיין זי איז גערעכט... אבער איך זעה אז ס'קימט פין א געוואוינהייט.
אקוראט וויאזוי ס'איז ביי מיר. ס'איז מיר געווען ביטער שווער אנהייב, איך פלעג ביי מיר אין מחשבה אומווילנדיג אראפקוקן מיין ב"ב פארדעם, איך האב עס נישט געקענט פארשטיין. אבער כ'האב זיך אויסגעלערנט צו לעבן דערמיט, און היינט ווער איך שוין נישט נערוועז דערפון (כמעט), איך בין מכיר אז ס'איז אויך דא זאכן וואס זי איז בעסער פון מיר און דעטס לייף,ַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַַס'איז נישט מיין קרעדיט און אויך נישט איר שולד פארן נישט פארמאגן דעי טרעיט.
כ'האב לכתחילה נישט געוואלט אריינברענגען די אספעקט פונעם בילד, אבער במציאות זעען מיינע קינדער נישט די גרויסע געברויך פון אוועקלייגן זאכן ווען ביי זייער מאמע'ן עקזיסטירט עס נישט.