זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: זאל א עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

הענדימען האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:לאמיר עס אויסשמוסען אביסעלע

וואס זענען די מעלות און חסרונות פון גיין ארבעטן?

געווענטליך ווען מ'זיכט א עלטערע בחור, וויל מען ענדישער איינער וואס איז שוין אביסל געצעטעלט און ארבעט, אווי א בחור וואס לערענט

לאו דווקא. אבער גאר דווקא לאו

אן אריינגיין אין די ריכטיגקייט דערפון. רוב מענטשן וועלן (ליידער) ענדערש נעמען א שוואכערן בחור פון ישיבה ווי א בעסערן וואס ארבעט. איך רעד נישט פון 30 יאר נאר 23

א בחור וואס ארבעט:
קודם פארלירט ער דעם נאמען ישיבה בחור
איז במציאות אויסגעשטעלט צו די גאס

א בחור וואס איז אין ישיבה:
פילט זיך ווי 2 צענט
ווערט געווענליך משוגע פון די צייט

יעצט דארף מען שוקל זיין וואס וועגט איבער

יעדע פאל איז אייגענארטיג

אן עלטערער בחור וואס ארבעט איז היינט ווייניגער אויסגעשטעלט צו דער גאס ווי ווען ער ארבעט נישט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

א בחור העכער די 21-22 וואס וואלט געגאנגען ארבעטן נאך די חתונה דארף גיין ארבעטן, דאס איז בדרך כלל. ס'איז דא אויסנאמען.

נאכדערצו אז מ'איז שוין 23 און העכער איז דאס גיין ארבעטן קריטיש. היינט אז מ'טראגט אן א עלטערע בחור פאר א גרושה אדער אפילו א מיידל איז די ערשטע פראגע ווי ארבעט ער. עס איז מער נישט קיין בושה, דאס צייגט אז מ'איז געסעטלט.

צו אינגערע בחורים זאלן גיין ארבעטן, דאס איז גאר א באזונדערע נושא.
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

עם הארץ האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
עם הארץ האט געשריבן:לעניות דעתי איז צייט עס צי מאכען - ווי כולל וואלט ווען געדארפט זיין- אז נאר ווער עס איז בכדי שיעשו צי לערנען א גאנצען טאג זאל דארט זיין, די איבריגע זאלן האבן א שטארקע מסגרת מיט א שיעור צופרי און ביינאכט

דו האלטסט טאקע אז די בחורים וואס שטעלן זיך נישט צו צום סדר הלימוד איז ווייל די סדר איז ״לערנען״?
כאן צריך לצחוק.... די ריזן וואס בחורים שטעלן זיך נישט צו צום לערענען איז ווייל סאיז אונטער א ״מסגרת״
וואלט ווכן געווען א מסדרת פון ארבעטן וואלט די קעפל געווען: זאלן עלטערע בחורים גיין לערנען?


א מסגרת פאר צופרי און ביינאכט, מיט א גווע ארבעט און בייגלייטונג און איבערזיכט פון די עלטערן כגון ביי די מיידלעך.
א בחור פרייד זיך צי פארדינען אפאר דאלער.

געהערט אמאל אז (דוכט זיך מיר) די רבי זי״ע האט געוואלט עפענען א פאבריק און ישיבה צי האלטען פארנימען די בחורים


נישט נאר געוואלט, ער האט בפועל אויפגעהאלטן א פאבריק אין ירושלים וואו די בחורים וואס האבן נישט געקענט זיצן ביי די גמרא האבן געארבעט דארטן דורכן טאג, און ער האט זיך פאר'חובות'ט דערפאר כידוע.

אבער דאס איז געווען פאר די קריגסגעליטענע בחורים, וואס ער וואלט היינט געטוהן איז שווער צו זאגן.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
צוויבל קוגעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 16, 2021 3:40 pm

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויבל קוגעל »

אגב איך קען אפאר בחורים אין מיין כיתה וואס אויב מיין משגיח אין ישיבה גדולה וואלט זיי נישט געשיקט ארבעטן ווייס איך נישט ווי זיי וואלטן געשטאנען היינט! אין הכי נמי אז א חלק פון זיי זענען נאכנישט קיין חתנים אבער מיט דעם אלעמען זענען זיי נארמאלע געזעסענע בחורים וואס דאווענען דריי תפילות א טאג מיט מנין און האבן א חברותא יעדען טאג חק ולא יעבור! איך וויל נישט נעמען א שטעלונג אין די נושא איך דערצייל פשוט פאקטן!!!!
יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: זאל א עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

הענדימען האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:לאמיר עס אויסשמוסען אביסעלע

וואס זענען די מעלות און חסרונות פון גיין ארבעטן?

געווענטליך ווען מ'זיכט א עלטערע בחור, וויל מען ענדישער איינער וואס איז שוין אביסל געצעטעלט און ארבעט, אווי א בחור וואס לערענט

לאו דווקא. אבער גאר דווקא לאו

אן אריינגיין אין די ריכטיגקייט דערפון. רוב מענטשן וועלן (ליידער) ענדערש נעמען א שוואכערן בחור פון ישיבה ווי א בעסערן וואס ארבעט. איך רעד נישט פון 30 יאר נאר 23

א בחור וואס ארבעט:
קודם פארלירט ער דעם נאמען ישיבה בחור
איז במציאות אויסגעשטעלט צו די גאס

א בחור וואס איז אין ישיבה:
פילט זיך ווי 2 צענט
ווערט געווענליך משוגע פון די

יעצט דארף מען שוקל זיין וואס וועגט איבער

יעדע פאל איז אייגענארטיג

ליידער ליידער איז עס א ווייטעגליכע פרשה, וועגן דעם איז מיר געגאנגען זייער שווער א שידוך ווייל איך האב געארבעט, אין איך בין אריינגעפאלן ליידער,
צי אלע שדכנים /עלטערן פון מיידלעך עס איז גארנישט ראנג אז א בחור ארבעט אויב ער האט א נארמאלע סדר היום און ער לערנט צופרי אדער ביינאכט!!
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איינס האט געשריבן:
עם הארץ האט געשריבן:לעניות דעתי איז צייט עס צי מאכען - ווי כולל וואלט ווען געדארפט זיין- אז נאר ווער עס איז בכדי שיעשו צי לערנען א גאנצען טאג זאל דארט זיין, די איבריגע זאלן האבן א שטארקע מסגרת מיט א שיעור צופרי און ביינאכט

דו האלטסט טאקע אז די בחורים וואס שטעלן זיך נישט צו צום סדר הלימוד איז ווייל די סדר איז ״לערנען״?
כאן צריך לצחוק.... די ריזן וואס בחורים שטעלן זיך נישט צו צום לערענען איז ווייל סאיז אונטער א ״מסגרת״
וואלט ווכן געווען א מסדרת פון ארבעטן וואלט די קעפל געווען: זאלן עלטערע בחורים גיין לערנען?


איך האב געהערט אז רבי מיכאל בער האט גע'עפענ'ט די ישיבה-פארם כדי אז די בחורים וואס האלטען נישט ביים לערנען זאלן ארבייטען, אבער למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער וואס האט נישט געהאלטען ביים לערנען, האט אויך נישט געהאלטען ביים ארבייטען.

איך ווייס נישט ווי וואר דאס איז, און בכלל דאן איז געווען אנדערע צייטען. אבער לגופו של ענין, ס'איז זיכער דא בחורים ביי וועם לערנערן איז זיי שווער, און פאר זיי איז כדאי צו גיין ארבייטען, אבער ביי אנדערע בחורים איז טאקע די מסגרת די פראבלעם, און צו גיין ארבייטען וועט נישט העלפען זיין פראבלעם, עס וועט עס נאר ארגער מאכן.

די פרעגסט ווי איז די ליין? איך מיין אז די ליין איז ווען די חבירים האבן שוין חתונה, אויב איז מען שוין גענוג אלט צו חתונה האבן, דאן איז מען שוין גענוג אלט צו גיין ארבייטען. לאמתו של דבר, זענען פיל 18 יעריגע בחורים נישט גרייט חתונה צו האבן, און אזא בחור איז בדרך כלל אויך נישט גרייט צו גיין ארבייטען, אבער געווענליך צעווישען 18-20 איז די צייט ווען א בחור ווערט גרייט אויף זיין לעבן, (בדרך כלל, ס'איז דא עלטערע בחורים וואס זענען אויך נישט גרייט, און מאנכע ווערען קיינמאל נישט גרייט). געווענליך ווערט אזא בחור א חתן, און האט חתונה, אבער ח"ו אין פאל אז נישט, זעה איך נישט קיין שום סיבה פארוואס ער זאל נישט מעגן גיין ארבייטען, און ס'איז קיין שום חסרון אויב גייט ער ארבייטען.

איך בין געווען 20 יאר מיט 9 חדשים ווען כ'האב חתונה געהאט, און בכלל נישט קיין עלטערע בחור, איך האב געלערענט אלע יארן אין איין ישיבה גדולה אין אמעריקע, און קיינמאל נישט געפארן אויף א"י, ווען כ'בין געווארען 18, איז געווען בערך 35-40 בחורים אין מיין כתה, די לעצטע זמן אלץ בחור, איז געווען 8. די דיפרעסיע וואס האט געהערשט יענער זמן, איז געווען אין לשער, ווען נישט דעם וואס איך בין שוין געווען א חתן, און איך האב געוויסט אז דאס איז מיין לעצטע זמן, וואלט איך עס נישט אריבערגעטראגען, איך וואלט געזוכט יעדער מיטל צו אנטלויפן פון ישיבה, און איך זאג איבער איך בין געווען 20, נישט קיין עלטערע בחור, און איך בין שוין געווען א חתן, אבער די פאקט אז פון כתה פון 35-40 בחורים איז געבליבן בלויז 8 האט געפאטשעט אין פנים. איך זאג נישט אז דער לעזונג פאר דער דעפרעסיע איז צו גיין ארבייטען, מען קען גיין לערנען אין א כולל, מען קען גיין לערנען אין א ישיבה וואס איז מער געפאסט פאר אן עלטערע בחור, אבער א בחור וואס פאר עם איז לערנען נישט צוגעפאסט, זעה איך נישט קיין שום חסרון אז ער זאל גיין ארבייטען.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

@בבקשה קומסט אריין שטארק און קלאר
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: זאל א עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

Ny-17 האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:לאמיר עס אויסשמוסען אביסעלע

וואס זענען די מעלות און חסרונות פון גיין ארבעטן?

געווענטליך ווען מ'זיכט א עלטערע בחור, וויל מען ענדישער איינער וואס איז שוין אביסל געצעטעלט און ארבעט, אווי א בחור וואס לערענט

לאו דווקא. אבער גאר דווקא לאו

אן אריינגיין אין די ריכטיגקייט דערפון. רוב מענטשן וועלן (ליידער) ענדערש נעמען א שוואכערן בחור פון ישיבה ווי א בעסערן וואס ארבעט. איך רעד נישט פון 30 יאר נאר 23

א בחור וואס ארבעט:
קודם פארלירט ער דעם נאמען ישיבה בחור
איז במציאות אויסגעשטעלט צו די גאס

א בחור וואס איז אין ישיבה:
פילט זיך ווי 2 צענט
ווערט געווענליך משוגע פון די

יעצט דארף מען שוקל זיין וואס וועגט איבער

יעדע פאל איז אייגענארטיג

ליידער ליידער איז עס א ווייטעגליכע פרשה, וועגן דעם איז מיר געגאנגען זייער שווער א שידוך ווייל איך האב געארבעט, אין איך בין אריינגעפאלן ליידער,
צי אלע שדכנים /עלטערן פון מיידלעך עס איז גארנישט ראנג אז א בחור ארבעט אויב ער האט א נארמאלע סדר היום און ער לערנט צופרי אדער ביינאכט!!



איך בין מיט דיר 100%!!
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4353
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

צום קעפל:

יא.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
Mezofzef
שר שלשת אלפים
תגובות: 3100
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:16 am

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mezofzef »

עם הארץ האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
עם הארץ האט געשריבן:לעניות דעתי איז צייט עס צי מאכען - ווי כולל וואלט ווען געדארפט זיין- אז נאר ווער עס איז בכדי שיעשו צי לערנען א גאנצען טאג זאל דארט זיין, די איבריגע זאלן האבן א שטארקע מסגרת מיט א שיעור צופרי און ביינאכט

דו האלטסט טאקע אז די בחורים וואס שטעלן זיך נישט צו צום סדר הלימוד איז ווייל די סדר איז ״לערנען״?
כאן צריך לצחוק.... די ריזן וואס בחורים שטעלן זיך נישט צו צום לערענען איז ווייל סאיז אונטער א ״מסגרת״
וואלט ווכן געווען א מסדרת פון ארבעטן וואלט די קעפל געווען: זאלן עלטערע בחורים גיין לערנען?


א מסגרת פאר צופרי און ביינאכט, מיט א גווע ארבעט און בייגלייטונג און איבערזיכט פון די עלטערן כגון ביי די מיידלעך.
א בחור פרייד זיך צי פארדינען אפאר דאלער.

געהערט אמאל אז (דוכט זיך מיר) די רבי זי״ע האט געוואלט עפענען א פאבריק און ישיבה צי האלטען פארנימען די בחורים

די ישיבה אין סיגוט, האט געהאט בחורים וואס האבן געארבעט (עס זענען פאראן בילדער).
פוצה פה ומצפצף
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

צ"ק.

וואס איז דער שאלה?
צו מ'זאל גיין? אודאי נישט. קלאהר און דייטליך עס וועט שאטען פאר שידוכים.

צו מ'וואלט געדארפט גיין? זיכער יא !
פארשטייט זיך נישט יעדער, אבער פאר רוב בחורים וואלט עס נאר געווען א טובה, חוץ דער פראבלעם אז אונזער מיידלעך און זייער עלטערן וועלן קיינמאל דיר נישט וועלן.




איינס האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז דער פותח דא ווייל סדריקט איהם, היתכן ער דארף זיך בכלל פארענטפערן אז ער איז געגיינגען ארבעטן. איז וואס אז ער איז א אלטער בחור? אינגעלייט אינגער ווי איהם ארבעטן שוין איז ווייל איהם גייט נישט מיט א שידוך טאר ער נישט ארבעטן?
די ערשטע ענטפער פאר דעם וועט לכאורה זיין: דער אינגערמאן דארף ברעגנעגן על המחיה ועל הכלכלה און דו נישט, סאו פארוואס זאלסטו ארבעטן?
מיר ווייסן אבער אז סאיז נישט אמת, גענוג אינגעלייט מוזן נישט גיין ארבעטן די ערשטערע יארן, און געוויסע וואלטן געקענט בלייבן אין כולל לאנגע יארן, און דאך גייט מען ארויס ארבעטן.
מצד שני פארשטייט יעדער אז אויב לייגט מען אראפ א יסוד אז יעדער בחור מעג גיין ארבעטן, איז די ליין זייער אקל, מארגן וועלן 15 14 13 און 12 יעריגע קינדער שרייען למה נגרע.

אבער איין מינוט, ווער זאגט אז א 12 יעריגע אינגל טאר נישט ארבעטן?

אקעי, דאס פארשטייט יעדער אז אין די אינגע יארן דארף מען זיין א א געזינטע סביבה, און בימינו איז דער סיסטעם אויסגעשטעלט אז א חיידער איז די געזונטסטע פלאץ פאר א קינד צו זיך ריכטיג דעוועלעפן הן אין אידישקייט און הן אין מענטשליכקייט ולפעמים להיפך......
נישט פאר יעדער, איז יעדער סיסטעם גוט,
חנוך לנער דארף דוקא זיין ע"פ דרכו, און יעדער איינער איז אנדערש.
אבער א סיסטעם קען נישט זיין געבויעט פאר איינצעלנע, אויב יא איז עס דאך נישט קיין מהלך כללי, ממילא איז דא גענוג און נאך וואס פאר זיי ארבייט עס נישט.


(די וואס זענען אנגעווייטאגט אויפן סיסטעם, קענען אפשר זיכן זייער גליקן ביים גוי. אבער זאלסט נאר וויסן אז דער גוי פארשטייט אויך אז קינדער דארפן גיין אין סקול...אודאי, בדרך כלל, און באופן כללי, אבער ווי געזאגט, נישט יעדער פאסט אריין אין יעדער כלל.
מה עוד אז דער גוי האט דעם נישט ארויסגעפאלענע? למאות ולאלפים? און האלב פון די וואס בלייבן יא ביי זיי און דער סיסטעם וואלסטו דען געגלייבט אויף א קוואדער? לאז דעם גוי זיך גיין זיין וועג, און נישט יעדער מאל ווען א איד איז נישט צופרידן פון זיך, מיינט עס אז ער קוקט אויף גוי חלילה!
).

וואו איז אבער די ליין?
דער גוי טענה'ט אז ס'איז ביי די 18, פארוואס? ווייל אזוי האבן זיינע פאלעטישנס מחליט געווען... דער גוי'ס חשבון איז מ'זאל לאזן דעם קינד האבן זיינער קינדערישע יאהרן, אבער אונז רעדן מיר פון ווען עס ארבייט זיך נישט אויס דער פשוט'ער מהלך.
דער איד וואלט לכאורה געדארפט גיין מיט די 13, אבער איך מיין יעדער איז מסכים אז ארויס גיין ארבעטן האט נישט דיקא צו טון מיטן ווערן א גדול, ווייל אויך גדולים קענען באגיין פאטאלע טעותים, און אויב האבן זיי נישט קיין מסגרת איז דאס א רעסעפי פאר דיזעסטער.
האט זיך די סיסטעם אויסגעשטעלט (לכאורה אויך בהשראה פון דעם גוי'ס 18, אדער פארקערט דער גוי האט גענומען פונעם איד...) אז נאר נאכן חתונה האבן גייט מען ארבעטן, און אויך דעמלאטס איז לאו כולם שוים. סאיז דא וואס גייען ארבעטן נאכן לערענען א האלבע טאג אין כולל, אדער אפילו א גאנצע טאג... און סאיז דא וואס זיצן 2 3 יאר אין כולל.

למעשה וועט יעדער מנהיג רעקאמענדן א אינגערמאן צו זיצן א יאר צוויי אין כולל, די מציאות איז אז דאס שטעלט אוועק א מענטש אויף געזינטע יסודות, אנדערש ווי דעם אינגערמאן וואס איז ארויס ארבעטן א טאג נאך שבע ברכות. ווען מ'קען? אודאי און אודאי.
אבער ווען עס ארבייט זיך נישט אויס אין כולל? זאל ער ווערן א וואלאנטיר אין א צדקה ארגענעזאציא, ענדערש ווי ברענגען פרנסה?
זיכער נישט.
קומען מיר ווייטער צוריק מיט'ן חילוק צו מ'קען אדער ווען מ'קען נישט

אזער וויבאלד ער האט נישט קיין מנהל און משגיח איז טאקע יעדער מחליט וואס ער וויל (קרי: וואס זיין ווייב וויל.. אדער וואס זיין שוויגער וויל...)

א בחור איז זייער קאמפליצירט, סאיז נישט שייך צו זאגן אז ביי די 18 זאלן בחורים גיין ארבעטן, סוועט נישט טויגן אין קיין שום אינזיכט. האט זיך די סיסטעם אויסגעשטעלט אז "בחורים ארבעטן נישט" איי דער 22 יעריגער בחור וואס ארבעט ווייל ער האט נישט קיין קאפ און כח צו זיצן און לערנען א גאנצן טאג איז גארנישט אנדערש פון דעם אינגערמאן בן 18 וואס האט געטון די זעלבע זאך פארן זעלבן סיבה. איז פארוואס ער הייסט א "באזעסענער" אינגערמאן און איך א "אפגעפליקטער" בחור? פונקט אזוי.
דאס איז דער ביטערע ווייטאג.


א גוטע קשיא כך היא דרכה של עולם, ושיעורים ומחיצין נתנו למשה מסיני, ווי די מפרשים זענען מסביר אז לכאורה מאכט דאך נישט סענס ווען מגעבט א שיעור, ווי למשל א כביצה איז כדי שביעה. סאיז דאך דא מענשטן וואס עסן 4 אייער און בלייבן הונגעריג צום טויט, בעוד זיין דארטשיגער חבר ברעכט שוין נאכן אריינהאקן בלויז 1 איי... אלא מאי מלייגט אראפ א שיעור (ביי א ביצה הלכה למשה מסיני) און דאס ווערט נקבע אלס דעם שיעור כאשט מאנכע ווערן עפעקטירט לטב ולמוטב.

לענינינו נישט מעגליך צו ארויסשיקן ארבעטן פאר די 18 און ממילא איז דאס געבליבן אויף נאך די חתונה.

אבער אמר"ש דער רמב"ם שרייבט
דרך בעלי דעה שיקבע לו אדם מלאכה המפרנסת אותו תחילה ואח"כ יקנה בית דירה ואחר כך ישא אשה שנאמר מי האיש אשר נטע כרם ולא חללו מי האיש אשר בנה בית חדש ולא חנכו מי האיש אשר ארש אשה ולא לקחה אבל הטפשין מתחילין לישא אשה ואח"כ אם תמצא ידו יקנה בית ואחר כך בסוף ימיו יחזור לבקש אומנות או יתפרנס מן הצדקה
והדברים ארוכים.
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3942
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

צום קעפל:

ניין.

אויב קענסטו האבן א דזשאב אין ישיבה, א שטייגער ווי פאקן\בינדן די ספרים וכדו' איז זייער א גוטע זאך צו טין. אבער אויב פרעגסטו צו ארויס גיין ארבעטן א 9-5 דזשאב, זאג איך דיר ניין טי עס נישט! איך רעדט פין עקספיריענס, סברענגט נישט קיין סיפוק נאר די פארקערטע
אוועטאר
גיבראלטאר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 8:23 pm
לאקאציע: אין אידישן קווארטל

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיבראלטאר »

נישטאמת האט געשריבן:צום קעפל:

ניין.

אויב קענסטו האבן א דזשאב אין ישיבה, א שטייגער ווי פאקן\בינדן די ספרים וכדו' איז זייער א גוטע זאך צו טין. אבער אויב פרעגסטו צו ארויס גיין ארבעטן א 9-5 דזשאב, זאג איך דיר ניין טי עס נישט! איך רעדט פין עקספיריענס, סברענגט נישט קיין סיפוק נאר די פארקערטע

איך האלט אויך אזוי.

איך האב נאר געוואלט צולייגן איין נקודה לפענ''ד זאל א עלטערע בחור זיך לערנען א פאך וואס ער וועט קענען פון דעם שיין פארדינען נאך די חתונה און זיך שטעלן אויפן פיס,


(סאיז אלעמאל גוט צו האבן נאך א פאך און די הענט, אפילו ער וועט שפעטער
נאך די חתונה ארבעטן/פאכמאן/האנדלען מיט עפעס אנדערש)
גם זה יעבור
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

ווען איך וואלט נישט געארבעט ווען איך בין געוועהן א עלטערן בחור וואלט איך שוין געווען לאנג און משוגעם הויז,
אפילו איך בין יעצט א גרוש, נאך אלס די זעלבע דזשאב ב"ה
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

איך בין געגאנגען ארבעטען ביי די 19 און איך האב געהערט פון אסאך בחורים אז הלוואי וואלטן זיי געקענט ארבעטען אנשטאט משוגע ווערן מיט די טאג און ישיבה אבער זיי האבן מורא וואס די גאס גייט זאגן it’s a big problem stop living for other people
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
a yiddish hartz
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 6:22 am

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a yiddish hartz »

And by the way a few Bucherim who worked with me still made nice shidduchim no different than a regular yeshiva bucher
יא דו קענסט אלעס באווייזן קרעדיט מיכאל
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: זאל א עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

Ny-17 האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:לאמיר עס אויסשמוסען אביסעלע

וואס זענען די מעלות און חסרונות פון גיין ארבעטן?

געווענטליך ווען מ'זיכט א עלטערע בחור, וויל מען ענדישער איינער וואס איז שוין אביסל געצעטעלט און ארבעט, אווי א בחור וואס לערענט

לאו דווקא. אבער גאר דווקא לאו

אן אריינגיין אין די ריכטיגקייט דערפון. רוב מענטשן וועלן (ליידער) ענדערש נעמען א שוואכערן בחור פון ישיבה ווי א בעסערן וואס ארבעט. איך רעד נישט פון 30 יאר נאר 23

א בחור וואס ארבעט:
קודם פארלירט ער דעם נאמען ישיבה בחור
איז במציאות אויסגעשטעלט צו די גאס

א בחור וואס איז אין ישיבה:
פילט זיך ווי 2 צענט
ווערט געווענליך משוגע פון די

יעצט דארף מען שוקל זיין וואס וועגט איבער

יעדע פאל איז אייגענארטיג

ליידער ליידער איז עס א ווייטעגליכע פרשה, וועגן דעם איז מיר געגאנגען זייער שווער א שידוך ווייל איך האב געארבעט, אין איך בין אריינגעפאלן ליידער,
צי אלע שדכנים /עלטערן פון מיידלעך עס איז גארנישט ראנג אז א בחור ארבעט אויב ער האט א נארמאלע סדר היום און ער לערנט צופרי אדער ביינאכט!!
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

אוראייניקל האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:וואס איז די סיבה אז ביי מיידליך איז יא איינגעפירע ארויס צו גיין ארבייטן אין אפיסעס פאר די 18???
אז מען קוקט אויפריכטיגט איז א גרויסע תועלת אז רוב בחורים פון די 16 17 זאלן ארבייטן כאטש פארט טיים.

ווייל ביי זיי איז נישטא מער וואס צו לערנען נאך די שולע/סעמינאר יארן.

ועוד 'בטלה מביאה לידי שיעמום' שטייט ביי ווייבער.

'בטלה מביאה לידי שיעמום' שטייט ביי ווייבער, אבער ס'איז אויך שייך ביי מענער.
און ביי מענער שטייט אין די משנה: וכל שאינו לא במקרא ולא במשנה ולא בדרך ארץ, אינו מן הישוב.
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינוויל תושב »

פון מיין ערפארונג, איך בין געווארן א חתן ביי 23 א האלב, ס'איז געווען צייטן ווען כ'האב געארבעט און געווען צייטן וואס איך בין פשוט געווען אינדערהיים, פארשטייט זיך אז איך בין געווען סאך מער א נארמאלע מענטש, א צופרידענע מענטש ווען כ'האב געארבעט
אוועטאר
Ny-17
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2020 11:30 pm

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ny-17 »

גרינוויל תושב האט געשריבן:פון מיין ערפארונג, איך בין געווארן א חתן ביי 23 א האלב, ס'איז געווען צייטן ווען כ'האב געארבעט און געווען צייטן וואס איך בין פשוט געווען אינדערהיים, פארשטייט זיך אז איך בין געווען סאך מער א נארמאלע מענטש, א צופרידענע מענטש ווען כ'האב געארבעט

גא"מ איך בין א חתן געווארן ביי די 24 , א טאג וואס איך ארבעט נישט
איז די שווערסטע,
לעצט פארראכטן דורך Ny-17 אום זונטאג דעצעמבער 12, 2021 3:01 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
[email protected]
קומען אריין געבן חיזוק פאר ענקערע ברודערס גרושים
viewtopic.php?t=48351#p2865116
https://abcharity.org/AB
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

לויט די ענטפערס דא קען מען קלאר זעהן אז לא כל הפיפל שווים, פאראן געוויסע פאר וועמען עס איז בעסער אז יא, און אנדערע וואס פעלט נישט אויס,
איך בעצם האלט אז יא, קענענדיג אסאך עלטערע בחורים וואס גייען אראפ פון זינען שטופנדיג אין ישיבה, וואס איז נישט גוט ברוחניות ובגשמיות,
אבער דער פראבלעם ליידער איז --- ווי אסאך אנדערע האבען שוין ערווענט, אז אפילו רוב עולם "האלט" פון גיין ארבעטן, זוכן זיי אבער פאר זייער טאכטער דייקא א "ישיבה בחור" פאר סאם ריעזאן, און א ארבעטס בחור --- וואס איז לדעתי ע"פ רוב אסאך מער געבויעט און מעטשור און מענטשליך --- האט עפעס א פלעק וואס שידוכים גייט זיי זייער שווער, און איך רעד פון עקספיריענס פון 2 אויסגעצייכענטע עלטערע בחורים ביי אונז אין משפחה וואס איך האב פרובירט העלפן מיט שידוכים און געטאפט א וואנט, אלעס האט אויסגעקוקט פיין ביז די מחותנים האבן געהערט אז דער בחור איז א "ווארקינג בוי" און גלייך געזוכט א וועג ארויס, איי ער האט געלערנט פלייסיג ביז די 19 פונקט ווי זיינע חברים וואס האבן שוין חתונה געהאט? תיקו!

און וועגן דעם שידוכים סטיגמע זיצן בחורים אין ישיבה על לא דבר, און זיי פילן ממש ווי אין תפיסה. עס איז א הימל שרייענדער פארברעך, שידוכים זענען גענוג שווער היינט, און מיר מאכן זיך אליינס שווערער, אסאך מענטשן וועלן ענדערש נעמען א ישיבה בחור פון א שטוב מיט א פיינע נאמען וואס נעמט אפילו פילן בשתיקה, ווי איידער א אויסגעצייכענטע געזונטע קלוגער בחור וואס ארבעט.

ליידער, מיר זענען טויט משוגע אסאך מאל.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

אריין אין קרעטשמע, ניין?
לעצט פארראכטן דורך דעת בעל הבית אום זונטאג יולי 24, 2022 3:23 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
דעת בעל הבית
שר שבעת אלפים
תגובות: 7854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2021 5:15 pm

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת בעל הבית »

נישט אלס דארף מען טון מיטן חשבון פון ווער וועט זיך ווילן משדך זיין,
בחורים וואס זענען נישט געמאכט צו זיין אין כולל, און פשוט ווייל זיי זענען נאכנישט חתונה געהאט מיזן אפזיצן אין ישיבה איז א גרויסע פראבלעם,

און אזוי ווי איינער האט שוין דא געזאגט ”בחורים וואס ארבעטן זענען סאך ווייניגער אויסגעשטעלט צו די גאס ווי בחורים וואס ארבעטן נישט”
. ענד אוו קוואד - רעפיט דע ליין...

א בחור וואס האלט נישט אדער קען נישט לערנען, ווערט חרוב פון סתם ארים זיצן אין ישיבה, ספעציעל אין א דארמעטארי!!! די חרבן קען זיין פאטאל!

שטעל דיך פאר אויב ארבעט ער, דארף אויפשטיין 7:30 צו דאווענען האט א נארמאלע מנין ווי ער דאווענט, א חברותא נאך פרישטאג און גייט ארבעטן למשל פאר א פלאמינג קאמפאני, ביינאכט נאך א פילע טאג ארבעט אן קיין מינוט צו זיין ביזי מיט נארישקייטן, קומט ער אהיים עסט עפעס פארברענגט און גייט אין ישיבה אדער שול פאר נאך א חברותא, און פילט סעטעספייד,

אנדערש איז די בחור וואס שטייט אויף 2:30 קום מיט צרות דרייט ארויף תפילין און בלייבט מיט דעם פאר 2 שעה פשוט ווייל די ווערטער זאגן זיך נישט, און דאן דארף ער טרעפן וואס צו טון פארן טאג, און בעיקר פארן נאכט... מיינע חברים האט מיין משגיח געשיקט ארבעטן ביי די 17 און זיי האבן אלע שיין חתונה געהאט, און זענען גליקלעך, אנגעקומען צום חתונה געסעטלט געוויסט וואס זיי ווילן און געהאט וואס צו טון.

מ’דארף ניצן סכל, מענטשן זענען היינט קליגער און ווייסן וועם צו נעמען פאר זייער טאכטער.
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע: דא
פארבינד זיך:

Re: זאלן עלטערע בחורים גיין ארבעטן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

דעת בעל הבית האט געשריבן:

;l;p- ;l;p- ;l;p-
ווער עס מיינט אז היינט ווען מען זיצט (ליגט) אין ישיבה איז מען ווייניגער אויסגעשטעלט צו די גאס, וואוינט אין לעלאלענד.
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”