חלקי האט געשריבן:הרב נשמה - בבחינת אל תמנע טוב מבעליו - דיין עצה פון ר' שרגא פליישמאן אויפצוגעבן די יכולת האט מיר שוין ב''ה ארויסגעהאלפן! יישר כח.
בס"ד
אויב דו רעדסט פון א.ד.ד.
איך ווייס נישט וויאזוי אויפגעבן יכולת העלפט
דירעקט פאר א.ד.ד., אז מ'קען נישט זאגן אז ס'מאכט דירעקט קאנצענטרירן. אז אויפגעבן יכולת זאל מאכן אז די נפש זאל זיך קענען קאנצענטרירן.
נאר ס'נעמט אוועק פון די זייטיגע שוועריגקייטן. די נפש הערט אויף צו ארבעטן דארט וואו ס'דארף נישט. עס לעשט זיך אויס אומנויטיגע CPU.
די זאך וואס איך קלער איז אז ס'איז נישט נאר א.ד.ד. וואס איז אינוואלווד צו שאפן די שוועריגקייטן פאר דער וואס האט עס, די שטערנוגען זיך צו פארמעסטן מיט'ן לעבן, צו טון די נארמאלע פליכטן, נאר עס איז אויך - דאכט זיך מיר - אינוואלווד פארשידענע ארומיגע נפשיות'דיגע שוועריגקייטן. פארשידענע ארומיגע 'יכולת'ער'. דער מענטש וויל זאכן, און ער גייט נאך זאכן, וואס ער וויל נישט באמת.
אויב זאל דער מענטש האבן נאר א.ד.ד., איז דא גענוג און נאך עצות. אויב ס'זאל נישט זיין אינוואלווד רצונות וואס מאכן עס שווערער, וואלט שוין געווען גענוג עצות.
ס'קוקט מיר אויס אז ס'איז די שאר ירקות, די ארומיגע נפשיות'דיגע שוועריגקייטן וואס לאזן נישט אז דער מענטש זאל זיך לאזן העלפן.
און די שוועריגקייטן קוקן מיר אויס צו זיין אז דער מענטש מיינט אז ער וויל זאכן וואס ער וויל נישט באמת. ס'דאכט זיך אים אז ער וויל און ער וויל און ער וויל, ווען באמת קומט עס נאר אדאנק אז ער קען זיך נישט קאנצענטרירן.
אויב א א.ד.ד. איינערקענט אז ער איז אומבאהאלפן. און אז דאס וואס עס דאכט זיך אים אז ער וויל, קומט נישט
פון אים, נאר ס'קומט ווייל ער
מיינט אז ער וויל עס. און אויב ער פארשטייט עס, ער פיהלט עס. ער פיהלט וויאזוי ס'איז נישט ער. ער פארשטייט אז דאס וואס ער וויל, איז ער נאר אריינגעדרייט דערין.
אויב ער פארשטייט עס, לאזט ער זיך אפ דערפון מער און מער. ווייל אזוי האט השי"ת באשאפן אז א מענטש זאל נישט טון דאס וואס זיין 'איך' וויל נישט. אז ער זאל האבן א בחירה. און ווען א מענטש איינערקענט אז ער איז געצווינגען, טוט ער תשובה. ווייל ער וויל נישט זיין געצווינגען.
אזוי ווי מ'זאל זאגן פאר א מענטש: איך גיי דיך געבן עפעס צו טרינקען און פאר די קומענדיגע האלבע שעה גייסטו מיינען אז דו ווילסט זאכן וואס דו ווילסט נישט עכט. וועט דער מענטש מער אכטונג געבן נישט צו ווערן אינוואלווד אין דעם.
העלפן א.ד.ד. איז נישט אזוי שווער, - דאכט זיך מיר - ווי עס איז אז ער זאל איינזעהן אז אלעס וואס ער וויל אזוי שטארק האט נישט קיין גרונד אין זיין אמת'ע ריינע רצון. ס'איז נאר ווייל די אטענשאן איז צעפלויגן,
עס שוועבט, און דאס מאכט אז מ'זאל נישט וועלן ריכטיג.
די רגע עס גייט דיך און דו פרייסט דיך אז ווייל דו האסט אויפגעגעבן אויף יכולת גייט עס דיר. זאלסטו דאס נישט נעמען אלץ דיין זאך. ווייל יא הצלחה און נישט הצלחה האט נישט מיט דיר. ווער נישט אינוואלווד אין דעם.
ווייל אויב דו גייסט דיך פיהלן גוט מיט דעם אז ס'איז דיר געלונגען, און 'גוט' מיין איך צוזאגן, אז דו גייסט פיהלן ביי דיך אז דו ווילסט עס נאכאמאל קענען באווייזן טראץ דעם וואס דו ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי, א געפיהל פון "
איך וויל עס נאכאמאל קענען באווייזן", דאס האט א פאטענציאל דיך אריינצודרייען אין פאלשע 'יכולת'ער'.
וויאזוי קען אויפגעבן אויף יכולת העלפן אז מ'זאל נישט ווערן דיסטרעקטעד פון אנגייעדיגע אקטיוויטעטן ארום און ארום? קען עס העלפן?
עס קען העלפן - לכאורה -
אויף א אומדירעקטן אופן.
וויאזוי?
ווייל דאס אז א א.ד.ד. ווערט דיסטרעקטעד ווען ער קומט צווישן מענטשן איז נאך נישט אזוי געפערליך, ווילאנג ער ווערט נישט אינוואלווד אין דעם. אויב זאל ער זיך לאזן, און פארשטיין אז דאס אז ער ווערט יעצט דיסטרעקטעד, אז דאס האט נישט מיט אים. דארף ער - לכאורה - ווערן צוגעוואוינט נישט צו ווערן דיסטרעקטעד. ווייל א מענטש הערט נישט דאס וואס ער וויל נישט הערן, און ער זעהט נישט דאס וואס ער וויל נישט.
אויב וויל ער זיך שלאגן דערמיט און זיך האלטן קאנצענטרירט, "איך גיי זיין דאהי", האט ער נאכנישט אקצעפטירט אז די דיסטרעקשאן האט נישט מיט אים. א מענטש הערט נישט און זעהט נישט און שפיהרט נישט און פיהלט נישט, זאכן וואס האבן נישט מיט אים.
ער דארף פשוט פארשטיין אז דאס האט נישט מיט אים.
לבי אומר לי אז א מענטש וואלט שוין לאנג ארויסגעקראכן פון א.ד.ד., אדער וואלט עס בעסער געווארן, נאר עס איז דאס אז ער מיינט אז ער וויל די אלע זאכן, ער מיינט אז די אלע רצונ'עסער קומען פון אים.
נישט די רצון און נישט די ווייטאג נאכ'ן דורכפאל קומען פון אים. עס קומט מלמעלה. און נישט די פרייד פון הצלחה, און נישט די רצון צו מצליח זיין קומט פון אים, עס קומט מלמעלה.
מ'דארף קענען פועל'ן ביי זיך אז דאס וואס איך וויל, דאס קומט אלץ תוצאה פון זיך נישט קענען קאנצענטרירן, און איך מיין נאר אז איך וויל עס.
שוין והשם הטוב יעזור.