מסתמא האט געשריבן:ADHD און ADD מיינט נישט אומסטאביל, סמיינט קאנסיסטענטלי ציפלויגן אן קיין מעגליכקייט זיך צו קאנצעטרירן אויף זאכן וואס ס'ציט אים נישט
אויב אבער די עצם גיסטעס טוישן זיך, אדער די רצוניות האלטן זיך אין איין טוישן, אדער אפילו די קאנצענטראציע לעוולס האלטן זיך אין איין טוישן לוינט זיך אריינציקוקן אין די נושא פון מוד סווינגס און ביי-פאולער
(איך וואלט געראטן צו אדורכבליקן
דעם אשכול)
אפילו אויב די עצם גיסטעס טוישן זיך, קען עס נאך אלץ קומען פון ADHD.
און די סיבה פארוואס די גיסטעס טוישן זיך איז, ווייל קודם דער מענטש ווערט זייער צעבראכן אז גארנישט גייט אים נישט. און אויך אז ער ווערט פארכאפט אין א זאך. וויבאלד זיין נפש איז נישט אנגעהאלטן אין די עיקר'דיגע זאכן פון זיין לעבן, ווערט עס נתפעל פון א זייטיגע זאך, דאס מיינט אז ער ווערט
דיסטרעקטעד. און די דיסטרעקשאנ'ס טוישן זיין גיסטע. ער ווערט גערעגט צו שנעל, און ער ווערט באנומען צו שנעל. דאכט זיך ס'איז אפילו דא א שטודיע אז א ADHD קען נישט אדער קען שווער קאנטראלירן די געפילן.
און די רצוניות טוישן זיך אויך. די
רצוניות מיין איך צו זאגן אז זיין רצון צו טון עפעס האט נישט מיט וואס ער דארף באמת טון אין לעבן.
איך קען מיך נישט אויס מיט ביי-פאולער. אבער וויפיל איך ווייס אז ביי-פאולער סך מער דינאמישע און עיקר'דיגע טוישונגען אינעם עצם רצון ווי ADHD. וואס כאטש א ADHD קען אויך היפש ווערן געטוישט וואס ער וויל די יעצטיגע מינוט. איז ביי א ביי פאולער איז עס שטערקער אדער עפעס אזוי.
ס'דא סימפטאמען וואס מ'מיינט אז די שורש דערפון איז OCD, אבער באמת - קען - דער שורש דערפון זיין ADHD. ווי צום ביישפיהל 'געצווינגענע איבערטראכטן' קען קומען פון ADHD. אז מ'זאל נישט קענען געהעריג האבן שליטה אויף די רעיונות, דאס קען קומען פון ADHD.
שוין. עניוועי, זייטס ענק מחזק צעבראכענע הערצער. און דער אייבערשטער זאל שוין העלפן.