חבורת adhd

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

נשמה האט געשריבן:גלייב מיר טייערקייט אז ווען א ADHD האט חרטה אויף די וועג וויאזוי ער פיהרט זיך אויף, איז עס נישט ווייל ער האט חרטה פארוואס ער האט זיך געלאזט פארנארן, נאר ס'שטערט אים פארוואס ער האט נישט באשאפן די זוהן אז ער זאל עס קענען אפשטעלן פאר א פאר שעה צו קענען טון וואס ער וויל.

וואף! דאס איז א סטעיטמענט!
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

כדאי צו מאכן א טעסט און ארויסקומען מיט די קלארסטע בילד וואס איז נאר מעגליך פעלט זיך אויס א גרינטליכע איבערזיכט איבער פילע אספעקטן פון א מענטש'ס לעבן, עס זענען דא פילע טעסט'ס אבער נישט יעדער האט געדולד דאס אויצופילן.

די טעסט וואס איז דא בייגעלייגט איז פון די וועלט געזונטהייט ארגענעזאציע, עס איז די קלארסטע און מינימאלסטע טעסט וואס איך האב נאר געטראפן, עס איז א פראגע בויגן וואס זיי האבן צוגעגרייט פאר דאקטוירים אז די דאקטוירים זאלן דאס נוצן אויסצופרעגן זייערע פאציענטן, אבער עס קען זיין זייער אינטערעסאנט פאר יעדעם איינעם וואס איז חושד אז ער באלאנגט אין די אדהד קלאס.

זיי האבן זעקס שאלות וואס זענען די מערסט וויכטיג ארויסצוהאבן (part a) און דערנאך האבן זיי נאך א שטיקל ליסט מיט מער פראגעס (part b' זע בייגעלייגט).

אויב די ענטפער אויף פיר שאלות (פון חלק א') ליגן אין די טונקעלע קעסטעלך דאן איז דא אשטארקע מקום חושש צו זיין אז מען ליידט אויף אדהד.
אטעטשמענטס
אדהד טעסט.JPG
אדהד טעסט.JPG (103.47 KiB) געזען 842 מאל
10852_elto_question_fhp2.PDF.pdf
(22.56 KiB) געווארן דאונלאודעד 51 מאל
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

איך האב צוגעלייגט צו מיין פריערדיגע תגובה, איך זע אז מען האט שוין דאונלאדעד די פייל, ביטע איבערליינען די פריערדיגע תגובה.
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממוצע »

איך ווייס נישט וואס...

אבער איך פיל אז ס'פעלט זיך אויס אסאך מער אינפארמעישאן, צו קענען זאגן מיט א קלארקייט אויף א גרויס חלק פון די סימפטאמען אויסגערעכנט אין דעם פראגע בויגן, אז דאס קומט בהחלט פון ADHD.

איך קען זעהן - למשל - אז א מענטש וואס גייט אדורך א סטרעספול צייט, זאל האבן אסאך פון די שוועריקייטן. בכלל קען איך זעהן אז מענטשן מיט געוויסע נאטורן, זאלן האבן א שווערער צייט מיט די זאכן, אפילו זיי קענען נישט ווערן אפיציעל דיגנאזירט מיט ADHD.

אני הקטן האב גאנץ ווארשיינליך נישט קיין ADHD. אבער איך קען רילעיטען צו אסאך פון די ADHD שוואכקייטן... מאז היותי לאיש...
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

1. די פראגעס איז באזירט אויף די לעצטע זעקס חדשים, אויב האט מען פונקט א אנגעשטרענגטע טאג וועט זיך געוויס טרעפן פראבלעמען, אלזא דארף מען באטראכטן די אויפפירונג פון די לעצטע זעקס חדשים.
2. געדענק די פינעף אפציעס אין די זייט, (קיינמאל, זעלטן, צומאל, אפט, זייער אפט) כדאי צו פיטן אין די קאטעגאריע פון אדהד מוז מען זיך טרעפן אין די טונקעלע קעסטלעך, ווייל ביי יעדעם קען זיך מאכן פארשידענע פראבלעמען אבער געוויסע זאכן טרעפן זיך עפטער ביי אדהד ליידענדע, אלזא ברויך מען זיך טרעפן אין די טונקעלע קעסטליך.
3. מען מוז האבן א מערהייט פון די אלע זאכן, נישט נאר טייל פון די זאכן, דאס הייסט אז אפילו אויב טרעפט מען זיך אין עטליכע טונקעלע קעסטליך מיינט עס נאך גארנישט, ווי געשריבן דארף מען זיך טרעפן מינימום אין פיר טונקעלע קעסטליך פון די ערשטע חלק פראגן.
4. אבער אין הכי נמי, אפילו אויב טרעפט מען זיך אין פינעף טונקעלע קעסטליך קען טאקע אמאל זיין אז מען איז נישט קיין אדהד פאציענט, אוודאי דארף מען האבן א דאקטער דערפאר, אדער עכ''פ א גרונטליכע טעסט, די טעסט וואס איך האב בייגעלייגט איז די קלארס'טע וואס איך האב געזען "מיט ווייניג פראגעס".
זקן מלא רחמים.
אברך
שר האלף
תגובות: 1260
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברך »

פרישע קישקע האט געשריבן:די דאקטער שרייט ADHD
די רבי זאגט אז מען זאל גארנישט נעמען

עס איז דא א גאנצע פעלד פון Nootropics, סובסטאנסן וואס העלפן פאוקעסן, ריטעלין און אנדערע מעדיקעישן'ס זענען מעדיצינישע נוטראפיקס, עס איז אויך דא אסאך נאטורליכע זאכן וואס קענען העלפן און מענטשן רעפארטן גוטע רעזולטס.

פאר א התחלה קענסטו פרובירן L- theanine, עס איז א עמינאו עסיד וואס מען טרעפט נאטורליך אין גרינע טיי, עס דארף צו העלפן בארואיגן דעם נערוואס סיסטעם, ענערדשי געטראנקען לייגן דאס אריין צו העלפן מיט די שפרינגעדיגקייט וואס הויכע דאזעס פון קעפין קען ברענגען.

איך גלייב נישט אז דיין רבי וואלט געהאט א פראבלעם מיט אזא זאך, קאווע איז אויך קאנסידערט א נוטראפיק...

רוב פון די זאכן זענען נאטורליך, און נישט עדדיקטיוו, ואם לא יועיל לא יזיק.

אסאך אסאך הצלחה.
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:טייערע חברים, מיין לעפטאפ האט זיך צובראכן און איך בין נישטא געווען אפאר טאג, הייליגע "נשמה" א חבורה איז זייער וויכטיג און הילפבאר און איך וועל שרייבן באריכות ווען אין אפאר טעג ווען מיין צובראכענע כלי וועט האבן א תיקון.
אסאך זאכן האבן זיך גערוקט, טייערע ידידים האבן אין פריוואט ארויסגעהאלפן, איינער ארבעט אויף א פריוואטע פארנעם גרופע.
מיר האבן שוין ב"ה איין לייסענסד טערעפיסט וואס וועט זיין מיט אונז שלא על מנת לקבל פרס.
איינער ארבעט פעסט אויף א אידישע טעסט.
איך וועל מפרסם זיין די ניקס און זייערע לייסטונגען נאכן באקומען ערלויבעניש.

נא וואס איז געווארן איך קוק זייער ארויס דערויף ?
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

פאוואליע פאוואליע האט די הייליגע קארלינער געזאגט.
גוטע זאכן קומען אן שווער.
עס קומט אבער אן.
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

לייטער האט געשריבן:
זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים! די פלאנירונגען פאר א אפיציעלע חבורה רוקט זיך פאראויס.
ווער עס האט סיי וועלכע געדאנקען ביטע מיטטיילן אדער מיר שיקן א פריוואטע מעסעדזש, עס וועט דיכער זיין בייהילפיג. ותבונה ברוב יועץ.
יישר כח.

א געוואלדיגע זאך, אפשר לייג א אימעל פאר די וואס האבן נישט קיין ניק ווי זיך צו פארבינדן

[email protected]
אויב נאך איינער וויל עס העלפן צושטאנד ברענגען און אנפירן זאל זיך ביטע מעלדן. איינער וואס פארשטייט די וויכטיגקייט און שפירט א אמביציע עס זאל האבן סוקסעס.
יישר כח
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

adhd-questionnaire-ASRS111.pdf
(62.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 69 מאל
ASRS.pdf
(72.82 KiB) געווארן דאונלאודעד 54 מאל
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:
זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים! די פלאנירונגען פאר א אפיציעלע חבורה רוקט זיך פאראויס.
ווער עס האט סיי וועלכע געדאנקען ביטע מיטטיילן אדער מיר שיקן א פריוואטע מעסעדזש, עס וועט דיכער זיין בייהילפיג. ותבונה ברוב יועץ.
יישר כח.

א געוואלדיגע זאך, אפשר לייג א אימעל פאר די וואס האבן נישט קיין ניק ווי זיך צו פארבינדן

[email protected]
אויב נאך איינער וויל עס העלפן צושטאנד ברענגען און אנפירן זאל זיך ביטע מעלדן. איינער וואס פארשטייט די וויכטיגקייט און שפירט א אמביציע עס זאל האבן סוקסעס.
יישר כח

שכויעך פאר דיין ארבעט
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

גערעדט צי הצדיק ר' זייער א סטאבילע גאון שליט"א
עס קומט גערויסע זאכן לאמער זיך גרייטן מיטן אויבערשנעס הילף וועט זיך עס אויסארבעטען אין ברענגען די ריכטיגע ריזאלטאטען פאר אונז אלע
אוועטאר
ווי לויפט ער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 02, 2021 7:57 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי לויפט ער »

איך האב דא נאך אפאר ניק'ס ווי מיר אלע חברי איי וועלט פארברענגען אויף א שטארקע פארנעם אינאיינעם, צוליב וואס מענשטן ארום מיר קענען מיין ניק, האב איך געפנעט א ניק ספעציעל פארן נייעם געפאלטן חברות ADHD, ווי אונז אלע חברים פון איין משפחה זאלן קענען פארברענגען אינאיינעם מיט א ליבלעכקייט אין פארשטיין איינעם דעם אנדערענ'ס סטראגל.
יא איך דארף חיזוק און שמועסן, און טאקע פון איינעם וואס מאכט מיט די זעלבע פון מיר, און פארשטייט מיר באמת.
איך ווי מיר באדאנקען פאר אונזער פריש געווארענע ברודער הצדיק ר' זייער א סטאבילע גאון שליט"א פארן אנהייבן טוען אין טוט ווייטער צי ערייכן א פרישע רעזולאציע און די נושה פון ערוואקסענע ADHD געליטענע אין זיי ציזאם ברענגען צי איין משפחה.
לאמער בעטן ביי אויבערשטער אז די פרישע חברוה זאל ארויס קומען די ריכטיגע תכלית, און ברענגען פאר אונז אלע נייע פרישע בלאט און אונזער מיטמאכעניש.
לעצט פארראכטן דורך ווי לויפט ער אום דינסטאג אוגוסט 03, 2021 2:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

הרב נשמה - בבחינת אל תמנע טוב מבעליו - דיין עצה פון ר' שרגא פליישמאן אויפצוגעבן די יכולת האט מיר שוין ב''ה ארויסגעהאלפן! יישר כח.
מיין חלק אינעם שמועס...
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

חלקי האט געשריבן:הרב נשמה - בבחינת אל תמנע טוב מבעליו - דיין עצה פון ר' שרגא פליישמאן אויפצוגעבן די יכולת האט מיר שוין ב''ה ארויסגעהאלפן! יישר כח.

ברוך ה'
נאר אזוי
איש את רעהו יעזורו - מיט פראקטישע עצות אין טיפס
ולאחיו יאמר חזק - מיט אינספעראציע און חיזק
אוועטאר
חלקי
שר האלף
תגובות: 1228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 6:16 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלקי »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:
חלקי האט געשריבן:הרב נשמה - בבחינת אל תמנע טוב מבעליו - דיין עצה פון ר' שרגא פליישמאן אויפצוגעבן די יכולת האט מיר שוין ב''ה ארויסגעהאלפן! יישר כח.

ברוך ה'
נאר אזוי
איש את רעהו יעזורו - מיט פראקטישע עצות אין טיפס
ולאחיו יאמר חזק - מיט אינספעראציע און חיזק

סוקסעס קומט געווענדליך צו די וואס זענען צו פארנומען עס צו זוכן.
מיין חלק אינעם שמועס...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

חלקי האט געשריבן:הרב נשמה - בבחינת אל תמנע טוב מבעליו - דיין עצה פון ר' שרגא פליישמאן אויפצוגעבן די יכולת האט מיר שוין ב''ה ארויסגעהאלפן! יישר כח.

בס"ד

אויב דו רעדסט פון א.ד.ד.

איך ווייס נישט וויאזוי אויפגעבן יכולת העלפט דירעקט פאר א.ד.ד., אז מ'קען נישט זאגן אז ס'מאכט דירעקט קאנצענטרירן. אז אויפגעבן יכולת זאל מאכן אז די נפש זאל זיך קענען קאנצענטרירן.

נאר ס'נעמט אוועק פון די זייטיגע שוועריגקייטן. די נפש הערט אויף צו ארבעטן דארט וואו ס'דארף נישט. עס לעשט זיך אויס אומנויטיגע CPU.

די זאך וואס איך קלער איז אז ס'איז נישט נאר א.ד.ד. וואס איז אינוואלווד צו שאפן די שוועריגקייטן פאר דער וואס האט עס, די שטערנוגען זיך צו פארמעסטן מיט'ן לעבן, צו טון די נארמאלע פליכטן, נאר עס איז אויך - דאכט זיך מיר - אינוואלווד פארשידענע ארומיגע נפשיות'דיגע שוועריגקייטן. פארשידענע ארומיגע 'יכולת'ער'. דער מענטש וויל זאכן, און ער גייט נאך זאכן, וואס ער וויל נישט באמת.

אויב זאל דער מענטש האבן נאר א.ד.ד., איז דא גענוג און נאך עצות. אויב ס'זאל נישט זיין אינוואלווד רצונות וואס מאכן עס שווערער, וואלט שוין געווען גענוג עצות.

ס'קוקט מיר אויס אז ס'איז די שאר ירקות, די ארומיגע נפשיות'דיגע שוועריגקייטן וואס לאזן נישט אז דער מענטש זאל זיך לאזן העלפן.

און די שוועריגקייטן קוקן מיר אויס צו זיין אז דער מענטש מיינט אז ער וויל זאכן וואס ער וויל נישט באמת. ס'דאכט זיך אים אז ער וויל און ער וויל און ער וויל, ווען באמת קומט עס נאר אדאנק אז ער קען זיך נישט קאנצענטרירן.

אויב א א.ד.ד. איינערקענט אז ער איז אומבאהאלפן. און אז דאס וואס עס דאכט זיך אים אז ער וויל, קומט נישט פון אים, נאר ס'קומט ווייל ער מיינט אז ער וויל עס. און אויב ער פארשטייט עס, ער פיהלט עס. ער פיהלט וויאזוי ס'איז נישט ער. ער פארשטייט אז דאס וואס ער וויל, איז ער נאר אריינגעדרייט דערין.

אויב ער פארשטייט עס, לאזט ער זיך אפ דערפון מער און מער. ווייל אזוי האט השי"ת באשאפן אז א מענטש זאל נישט טון דאס וואס זיין 'איך' וויל נישט. אז ער זאל האבן א בחירה. און ווען א מענטש איינערקענט אז ער איז געצווינגען, טוט ער תשובה. ווייל ער וויל נישט זיין געצווינגען.

אזוי ווי מ'זאל זאגן פאר א מענטש: איך גיי דיך געבן עפעס צו טרינקען און פאר די קומענדיגע האלבע שעה גייסטו מיינען אז דו ווילסט זאכן וואס דו ווילסט נישט עכט. וועט דער מענטש מער אכטונג געבן נישט צו ווערן אינוואלווד אין דעם.

העלפן א.ד.ד. איז נישט אזוי שווער, - דאכט זיך מיר - ווי עס איז אז ער זאל איינזעהן אז אלעס וואס ער וויל אזוי שטארק האט נישט קיין גרונד אין זיין אמת'ע ריינע רצון. ס'איז נאר ווייל די אטענשאן איז צעפלויגן, עס שוועבט, און דאס מאכט אז מ'זאל נישט וועלן ריכטיג.

די רגע עס גייט דיך און דו פרייסט דיך אז ווייל דו האסט אויפגעגעבן אויף יכולת גייט עס דיר. זאלסטו דאס נישט נעמען אלץ דיין זאך. ווייל יא הצלחה און נישט הצלחה האט נישט מיט דיר. ווער נישט אינוואלווד אין דעם.

ווייל אויב דו גייסט דיך פיהלן גוט מיט דעם אז ס'איז דיר געלונגען, און 'גוט' מיין איך צוזאגן, אז דו גייסט פיהלן ביי דיך אז דו ווילסט עס נאכאמאל קענען באווייזן טראץ דעם וואס דו ווייסט נישט פונקטליך וויאזוי, א געפיהל פון "איך וויל עס נאכאמאל קענען באווייזן", דאס האט א פאטענציאל דיך אריינצודרייען אין פאלשע 'יכולת'ער'.

וויאזוי קען אויפגעבן אויף יכולת העלפן אז מ'זאל נישט ווערן דיסטרעקטעד פון אנגייעדיגע אקטיוויטעטן ארום און ארום? קען עס העלפן?

עס קען העלפן - לכאורה - אויף א אומדירעקטן אופן.

וויאזוי?

ווייל דאס אז א א.ד.ד. ווערט דיסטרעקטעד ווען ער קומט צווישן מענטשן איז נאך נישט אזוי געפערליך, ווילאנג ער ווערט נישט אינוואלווד אין דעם. אויב זאל ער זיך לאזן, און פארשטיין אז דאס אז ער ווערט יעצט דיסטרעקטעד, אז דאס האט נישט מיט אים. דארף ער - לכאורה - ווערן צוגעוואוינט נישט צו ווערן דיסטרעקטעד. ווייל א מענטש הערט נישט דאס וואס ער וויל נישט הערן, און ער זעהט נישט דאס וואס ער וויל נישט.

אויב וויל ער זיך שלאגן דערמיט און זיך האלטן קאנצענטרירט, "איך גיי זיין דאהי", האט ער נאכנישט אקצעפטירט אז די דיסטרעקשאן האט נישט מיט אים. א מענטש הערט נישט און זעהט נישט און שפיהרט נישט און פיהלט נישט, זאכן וואס האבן נישט מיט אים.

ער דארף פשוט פארשטיין אז דאס האט נישט מיט אים.

לבי אומר לי אז א מענטש וואלט שוין לאנג ארויסגעקראכן פון א.ד.ד., אדער וואלט עס בעסער געווארן, נאר עס איז דאס אז ער מיינט אז ער וויל די אלע זאכן, ער מיינט אז די אלע רצונ'עסער קומען פון אים.

נישט די רצון און נישט די ווייטאג נאכ'ן דורכפאל קומען פון אים. עס קומט מלמעלה. און נישט די פרייד פון הצלחה, און נישט די רצון צו מצליח זיין קומט פון אים, עס קומט מלמעלה.

מ'דארף קענען פועל'ן ביי זיך אז דאס וואס איך וויל, דאס קומט אלץ תוצאה פון זיך נישט קענען קאנצענטרירן, און איך מיין נאר אז איך וויל עס.

שוין והשם הטוב יעזור.
אוועטאר
די הארץ רייסט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 21, 2021 3:49 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הארץ רייסט »

חלקי האט געשריבן:
זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:
חלקי האט געשריבן:הרב נשמה - בבחינת אל תמנע טוב מבעליו - דיין עצה פון ר' שרגא פליישמאן אויפצוגעבן די יכולת האט מיר שוין ב''ה ארויסגעהאלפן! יישר כח.

ברוך ה'
נאר אזוי
איש את רעהו יעזורו - מיט פראקטישע עצות אין טיפס
ולאחיו יאמר חזק - מיט אינספעראציע און חיזק

סוקסעס קומט געווענדליך צו די וואס זענען צו פארנומען עס צו זוכן.

;l;p-
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

נשמה האט געשריבן:
חלקי האט געשריבן:הרב נשמה - בבחינת אל תמנע טוב מבעליו - דיין עצה פון ר' שרגא פליישמאן אויפצוגעבן די יכולת האט מיר שוין ב''ה ארויסגעהאלפן! יישר כח.

בס"ד

אויב דו רעדסט פון א.ד.ד.

איך ווייס נישט וויאזוי אויפגעבן יכולת העלפט דירעקט פאר א.ד.ד., .

ס'העלפט זייער שטארק.

דער א.ד.ה.ד האט א חוסר אטענשן/פאקוס -עכ''פ טיילווייז- צוליב וואס ער האט אויך א אומסטאבילע חיות און ענערגיע, רצונות פון כאפן די גאנצע וועלט וכו', אויפטוהן, און אויך בחדא מחתא עקספיריענסן פא''ן פון אלע ד' רוחות השמים ביינאזאם וכו'

אז מ'לעבט מיט ר' שרגא פליישמאן'ס שיעורים לאזט נאך דער פייער. מ'ווייסט אז מ'קען זיך גארנישט נעמען אליין, מ'קען 'נישט' טון און באווייזן. אז מ'הייבט אן לעבן אז מ'האט באמת נישט קיין יכולת, און מ'איז דא מקבל צו זיין די שפע מלמעלה, 'נעמען', VS 'אויפטוען, וכו', נו איז צו מקבל זיין קענסטו זיצן אנגעלאהנט, טון דיין ארבעט רואיג, און נאכלאזן די היץ.

ווי האט ר' מיילעך געזאגט? ''יא, מ'דארף טון השתדלות, אבער וואס איז די 'נערווען' וואס די לייגסט אריין דערין"..?

יא אפילו דו אנטרופיונע''ר, סי''ט בע''ק און טוה דיין ארבעט ווי א ניי''ן ט''ו פיי''וו ארבעטער.
ווייל דו טוסט פשוט'ע מעשים דא וואס האט מיט יכולת פון פארזיכערען הצלחה, גארנישט.

ס'איז אבער א לייף סטראגעל פון לעבן מיט א גאר טיפע אמונה און בטחון.
כי לכך נצרת.

@נשמה דו פארשטייסט מסתם וואס איך זאג בעסער ווי איך אליין... זיי מיר עס מסביר..
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פאראויס האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
חלקי האט געשריבן:הרב נשמה - בבחינת אל תמנע טוב מבעליו - דיין עצה פון ר' שרגא פליישמאן אויפצוגעבן די יכולת האט מיר שוין ב''ה ארויסגעהאלפן! יישר כח.

בס"ד

אויב דו רעדסט פון א.ד.ד.

איך ווייס נישט וויאזוי אויפגעבן יכולת העלפט דירעקט פאר א.ד.ד., .

ס'העלפט זייער שטארק.

דער א.ד.ה.ד האט א חוסר אטענשן/פאקוס -עכ''פ טיילווייז- צוליב וואס ער האט אויך א אומסטאבילע חיות און ענערגיע, רצונות פון כאפן די גאנצע וועלט וכו', אויפטוהן, און אויך בחדא מחתא עקספיריענסן פא''ן פון אלע ד' רוחות השמים ביינאזאם וכו'


איך וועל דיר זאגן וויאזוי איך פארשטיי עס אדער איך וויל עס פארשטיין. כמובן לויט מיין טבע אדער אפשר אביסל ארויס פון מיין באקס, און אויך לויט וויאזוי איך פארשטיי עס יעצט.

די א.ד.ד. האט א חוסר אטענשאן ווייל ער איז אזוי באשאפן געווארן. די וועלן כאפן די גאנצע וועלט איז איין זאך מיט די סארט אטענשאן זייערע. דער רבש"ע האט געוואלט "דער און דער מענטש זאל נישט האבן די סארט אטענשאן וואס אנדערע מענטשן האבן, ער זאל האבן א אנדערע סארט, אזא שוועבעדיגע סארט, מער א היקפ'דיגע.

יעצט, חוסר אטענשאן מיינט נישט אז דער מענטש קען זיך נישט קאנצענטרירן, נאר אפילו בשעת ער קאנצענטרירט זיך איז עס אנדערש ווי די קאנצענטראציע פון אנדערע מענטשן. ער נעמט אריין מער אין זיין סקאופ.

דאס אז ער האט חוסר אטענשאן, מאכט פארשידענע גוטע זאכן. ס'מאכט אז ער זאל קענען זעהן ברייטער פון א העכערע פלאץ. טאקע ווייל ער איז נישט ממש צוגעבינדן.

דאס וואס א א.ד.ד. האט א אומסטאבילע חיות און ענערגיע, רצונות פון כאפן די גאנצע וועלט, אויפטון וכו'. דאס קומט ווייל זיין אטענשאן איז ברייטער און מער שוועבעדיג, אזוי ווי דער גרויסער פייגל וואס פליהט הויעך און ער זעהט מער און ער וויל מער. אז מ'זעהט מער, וויל מען מער.

און ווייל ער האט אזא סארט אטענשאן, האט ער נישט קיין סיפוק פון פשוט'ע לעבן. ווייל סיפוק קומט פון מרגיש זיין, און וויבאלד ער פיהלט נישט ווי ער רוקט זיך פאראויס, האט ער נישט קיין סיפוק. טעם קומט פון קענען שפירן די עסן. אז די אטענשאן איז ברייט און עס שוועבט, פיהלט מען נישט די זאך. און אפילו ווען מ'וויל יא דא זיין, קען מען דא זיין?

אבער דאס איז אלעס נאר סיפוק וויאזוי אנדערע מענטשן פיהלן עס, אבער מ'קען זיך אויסלערנען צו לעבן די ריכטיגע וועג, און מרגיש זיין סיפוק דורך יעדע פשוט'ע תנועה, ווען מ'לעבט מיט ר' שרגא'ס וועג. וואס אזא סיפוק קען יא א א.ד.ד. פיהלן.

אז מ'לעבט מיט ר' שרגא פליישמאן'ס שיעורים לאזט נאך דער פייער. מ'ווייסט אז מ'קען זיך גארנישט נעמען אליין, מ'קען 'נישט' טון און באווייזן. אז מ'הייבט אן לעבן אז מ'האט באמת נישט קיין יכולת, און מ'איז דא מקבל צו זיין די שפע מלמעלה, 'נעמען', VS 'אויפטוען, וכו', נו איז צו מקבל זיין קענסטו זיצן אנגעלאהנט, טון דיין ארבעט רואיג, און נאכלאזן די היץ.


דאס וואס איך האב שוין מבאר געווען עטליכע מאל, אז ווען א מענטש ליינט די ווערטער: מ'איז דא צו מקבל זיין די שפע מלמעלה, 'נעמען', VS 'אויפטון'. קען א מענטש אנהייבן פיהלן ווי זיין ענערגיע לעשט זיך אויס. און די סיבה דערצו קומט דירעקט פון זיין 'יכולת'. זיין 'יכולת' לעשט אויס די עלעקטעריק.

איך האב שוין מבאר געווען אז טראץ דעם וואס מיר דארפן לעבן באופן 'נעמען' און נישט 'אויפטון', דארף די 'נעמען' האבן אין זיך ענערגיע.

וואו ליגט די ענערגיע? פארוואס ווען א מענטש מאכט אפ ביי זיך "איך וויל נעמען און נישט אויפטון', פיהלט ער ביי זיך אז זיין ענערגיע לעשט זיך אויס. דאס קומט ווייל זיין ענערגיע ליגט נאך ביי 'יכולת'. די 'יכולת' זיינע נוצט עס. און די עצה איז צו קוקען אויף די 'יכולת' און פיהלן ביי זיך אז מ'איז געצווינגען צו לעבן אזוי. און מ'וויל עס נישט עכט, און זיך אויך פרעגן: ווילסט טאקע לעבן מיט 'יכולת' און פיהלן ביי דיר אז "איך טו, איך מאך".

ווילאנג די ענעריגע פון יכולת איז דא, און דער מענטש וויל לעבן מיט יכולת, וועט די יכולת זיינע אויסלעשן אז דו זאלסט נישט פיהלן קיין טעם אין פשוט'ע מעשים. אבער ווען מ'ווערט אויפמערקזאם דערויף און מ'פארשטייט אז מ'וויל עס נישט עכט, דאן ווערט די ערלה אוועקגענומען און מ'הייבט אן פיהלן די ענערגיע - בעזרת השי"ת - ביי פשוט'ע מעשים.

והשם הטוב יעזור.
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

וואס געבט טאקע אין איין ווארט די אנערגיע ווען מ'לעבט אויף א וועג פון שפירן ווי מ'נעמט אלעס מלמעלה?

ביים טון פשוט'ע ''באורינג'' מעשים?

די קרבת אלוקים?
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
שופלאד
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 08, 2020 5:00 pm
לאקאציע: אראפ פון אמט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופלאד »

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:1. די פראגעס איז באזירט אויף די לעצטע זעקס חדשים, אויב האט מען פונקט א אנגעשטרענגטע טאג וועט זיך געוויס טרעפן פראבלעמען, אלזא דארף מען באטראכטן די אויפפירונג פון די לעצטע זעקס חדשים.
2. געדענק די פינעף אפציעס אין די זייט, (קיינמאל, זעלטן, צומאל, אפט, זייער אפט) כדאי צו פיטן אין די קאטעגאריע פון אדהד מוז מען זיך טרעפן אין די טונקעלע קעסטלעך, ווייל ביי יעדעם קען זיך מאכן פארשידענע פראבלעמען אבער געוויסע זאכן טרעפן זיך עפטער ביי אדהד ליידענדע, אלזא ברויך מען זיך טרעפן אין די טונקעלע קעסטליך.
3. מען מוז האבן א מערהייט פון די אלע זאכן, נישט נאר טייל פון די זאכן, דאס הייסט אז אפילו אויב טרעפט מען זיך אין עטליכע טונקעלע קעסטליך מיינט עס נאך גארנישט, ווי געשריבן דארף מען זיך טרעפן מינימום אין פיר טונקעלע קעסטליך פון די ערשטע חלק פראגן.
4. אבער אין הכי נמי, אפילו אויב טרעפט מען זיך אין פינעף טונקעלע קעסטליך קען טאקע אמאל זיין אז מען איז נישט קיין אדהד פאציענט, אוודאי דארף מען האבן א דאקטער דערפאר, אדער עכ''פ א גרונטליכע טעסט, די טעסט וואס איך האב בייגעלייגט איז די קלארס'טע וואס איך האב געזען "מיט ווייניג פראגעס".

וויפיל איך ווייס האט נישט יעדער איינער א ניכטערן בליק צו ענטפערן דעם טשארט, זענען דא מענטשן וועלכע זעהען זיך אין יעדע איינציגע אדער קיין איין מציאות וואס דו שטעלסט זיי פאר, געוואנדן אין עמאצניאלע פאקטן...
’נישט פאר שוואכע הערצער’
עי די עידזש די
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2021 5:50 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עי די עידזש די »

שלום עליכם אחים לצרה

איך בין אן אלט געזעצענער דא אויפן וועלטל, נאר לאור המצב, ולאור האשכול, האב איך זיך פארשאפט דעם נייעם ניק זיך צו קענען דורך שמועסן מיט אייך/אונז טייערע אחים לצרה ואחים למעלות.

איך וועל יעצט נישט מאריך זיין, ווייל איינע פון די הויפט מעלות איז צו לאזן אלעס אויף די לעצטע מינוט (און אפי' אויף א מינוט נאכדעם), און דעריבער קען איך יעצט נישט דא צופיל פארברענגען, אבער קודם האב איך זיך געוואלט באדאנקען פארן מייסד האשכול, וכל החברים היקרים וואס לאזן דא איבער שפורן.

איך האב זיך שוין לאנג נישט אזוי דורכזיכטיג געזעהן, והרבה יותר ממה שכתוב לפניכם יש כאן, די אויגן זאלן מיר קאלטע בריה פינקלען פון טרערן זיך טרעפן מיט די ריכטיגע גרויזאמע קאלירן איז שוין לאנג נישט געשעהן.

איך ווייס און קען מיינע מעלות, אבער די חסרונות דעקט אלעס צו

די ארומיגע וואונדערן זיך אויף מיר, ווי אזוי אזא געלונגענע מענטש, וואס פירט אן אייגענעם ביזנעס, און איז א ספעצעליסט אין געוויסע אינזיכטן, וואס וויפיל מאל מענטשן ליידן פון מיין פארשלעפטקייט וועט מען נאך אלץ צוריק קומען נאך אמאל, איז פארוואס ווער איך נישט קיין מענטש.

נו גיי זיי זיך מסביר.

איך בין שוין געווען ביי א ספעצעליסט אויף דעם, און יא ער האט מיר ריכטיג דייעגנאוזט, אבער דא האט זיך דערווייל די מעשה געענדיגט, אויף למעשה איז גארנישט ארויס געקומען.

אבער זאגן אז אן ADHD קען זיך נישט העלפן, איז א שאלה פון כפירה מיין איך, ווייל דער רבוש"ע האט (כמעט) קיינעם נישט אראפ געשיקט אויף די וועלט זיך צו פייניגן ללא תועלת וללא תוצאות וללא מוצא, נאר וואס דען, אזוי ווי א BPD וואס וויל זיך העלפן דארף אריבער גיין שבעה מדורי גיהנום ביז ער קען אנקומען דערצו, עפעס אזוי קוק איך זיך אן אלץ ADHD אז איך דארף דורך גיין שבעה מדורי גיהנום, און דערווייל האלט מען נאך טיף אינמיטן די מדורי גיהנום, אז איך האלט שוין נישט חשבון, צו איך בין נאך ביים ערשטן מדור, צו שוין ביים לעצטן אוי הלוואי.

אדערווייל זייט'ס מיר אלע געזונט, און איך האף צו קענען לעיזן פון דא אפאר גוטע טיפ'ס און עצות.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פאראויס האט געשריבן:וואס געבט טאקע אין איין ווארט די אנערגיע ווען מ'לעבט אויף א וועג פון שפירן ווי מ'נעמט אלעס מלמעלה?

ביים טון פשוט'ע ''באורינג'' מעשים?

די קרבת אלוקים?

בעזר השם יתברך ויתעלה

די התחברות וואס מ'האט מיט געטליכקייט געט די ענערגיע אינעם מענטש, און די רצון, די כיסופים, צו ווערן נאך נאנטער און נאך נענטער צו פיהלן די התחברות און משיג זיין די התחברות צו געטליכקייט, ה' אחד. ס'ווערט צעביסלעך אנטוויקלט. ווי מער מ'טראנפארמירט די 'יכולת' אלץ מער ווערט אנטוויקלט אז אפילו ביי פשוטע מעשים זאל זיך פיהלן אט דער געהויבענער תענוג.

די אנערקענונג פון א מענטש שאפט עס. בלויז די אמת'ע טיפע אנערקענונג אין די טיפע פנימיות, אין די גאנצע פנימיות.

ווי אויך דאכט זיך מיר אז די גאנצע ענין פון 'בארד' קומט ווען די נפש האט נישט קיין אינטערעסע אין די מעשה. דער מענטש באנעמט די מעשה אלץ א זאך וואס גייט אים נישט געבן קיין סיפוק. ווייל נאר 'יכולת' געט אים סיפוק. אבער דא גייט עפעס מער און מער אוועק - דאכט זיך - די געקלייבאכצער צווישן פעולות, און דער מענטש הייבט אן צו ווערן צופרידן מיט יעדע פשוט'ע זאך.

די געפיל פון בארינג, די נפש וואס טרייבט אז א זאך זאל זיך פיהלן בארד, קומט ווען די נפש לעבט מיט 'יכולת', ווען דער מענטש לעבט צו האבן סיפוק פון 'יכולת', אבער דא ווערט די 'יכולת' טראנספארמירט, סאו דער מענטש פיהלט אמת'ע תענוג פון יעדע תנועה, מכח די אנערקענונג ווער ס'געט עס אים.

דאס הייסט אז די גאנצע מעכאניזם פון די תענוג וואס מ'פיהלט ווען די 'יכולת' ווערט טראנספארמירט איז שוין דא אין יעדע מענטש נאך אפילו ווען ער האט נאך יכולת, ווען ער לעבט נאך מיט יכולת. נאר יעדע מענטש פיהלט עס ביי 'יכולת'דיגע' פעולות, און דער מענטש וואס האט טראנספארמירט יכולת, פיהלט עס ביי יעדע פשוט'ע תנועה, ווייל עס עקזיסטירט מער נישט ביי אים די עקזיסטענץ פון א פשוט'ע פעולה. אלעס ווערט א התחברות מיט געטליכקייט.

אבער די בארינג פון 'פשוט'ע' פעולות איז א מעסטער צו וויסן ווי ווייט מ'האט שוין אמת'דיג און ריכטיג אויפגעגעבן און טראנפארמירט יכולת. צעביסלעך ווערט ווייעך די 'יכולת', מיט אסאך ארבעט.

דאס וואס די הייליגער צדיק, דער חובת התלמידים זצ"ל, שרייבט עצות אז מ'זאל נישט זיין קיין מתרפה, דאס קען מען נוצן זיך מתאמץ זיין און זיך שטארקן, צו באמערקן גאר טיף יעדע אינערליכע אדער אויסערליכע פעולה.

והשם הטוב יעזור
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

עי די עידזש די האט געשריבן:שלום עליכם אחים לצרה

איך בין אן אלט געזעצענער דא אויפן וועלטל, נאר לאור המצב, ולאור האשכול, האב איך זיך פארשאפט דעם נייעם ניק זיך צו קענען דורך שמועסן מיט אייך/אונז טייערע אחים לצרה ואחים למעלות.

איך וועל יעצט נישט מאריך זיין, ווייל איינע פון די הויפט מעלות איז צו לאזן אלעס אויף די לעצטע מינוט (און אפי' אויף א מינוט נאכדעם), און דעריבער קען איך יעצט נישט דא צופיל פארברענגען, אבער קודם האב איך זיך געוואלט באדאנקען פארן מייסד האשכול, וכל החברים היקרים וואס לאזן דא איבער שפורן.

איך האב זיך שוין לאנג נישט אזוי דורכזיכטיג געזעהן, והרבה יותר ממה שכתוב לפניכם יש כאן, די אויגן זאלן מיר קאלטע בריה פינקלען פון טרערן זיך טרעפן מיט די ריכטיגע גרויזאמע קאלירן איז שוין לאנג נישט געשעהן.

איך ווייס און קען מיינע מעלות, אבער די חסרונות דעקט אלעס צו

די ארומיגע וואונדערן זיך אויף מיר, ווי אזוי אזא געלונגענע מענטש, וואס פירט אן אייגענעם ביזנעס, און איז א ספעצעליסט אין געוויסע אינזיכטן, וואס וויפיל מאל מענטשן ליידן פון מיין פארשלעפטקייט וועט מען נאך אלץ צוריק קומען נאך אמאל, איז פארוואס ווער איך נישט קיין מענטש.

נו גיי זיי זיך מסביר.

איך בין שוין געווען ביי א ספעצעליסט אויף דעם, און יא ער האט מיר ריכטיג דייעגנאוזט, אבער דא האט זיך דערווייל די מעשה געענדיגט, אויף למעשה איז גארנישט ארויס געקומען.

אבער זאגן אז אן ADHD קען זיך נישט העלפן, איז א שאלה פון כפירה מיין איך, ווייל דער רבוש"ע האט (כמעט) קיינעם נישט אראפ געשיקט אויף די וועלט זיך צו פייניגן ללא תועלת וללא תוצאות וללא מוצא, נאר וואס דען, אזוי ווי א BPD וואס וויל זיך העלפן דארף אריבער גיין שבעה מדורי גיהנום ביז ער קען אנקומען דערצו, עפעס אזוי קוק איך זיך אן אלץ ADHD אז איך דארף דורך גיין שבעה מדורי גיהנום, און דערווייל האלט מען נאך טיף אינמיטן די מדורי גיהנום, אז איך האלט שוין נישט חשבון, צו איך בין נאך ביים ערשטן מדור, צו שוין ביים לעצטן אוי הלוואי.

אדערווייל זייט'ס מיר אלע געזונט, און איך האף צו קענען לעיזן פון דא אפאר גוטע טיפ'ס און עצות.

עליכם השלום טייערע ידיד (אדיד).
מיר פלאגט טאקע אפטמאל די שאלה. האב איך בחירה?
איך זע למעשה אז איך קוק מיר אן אפאר יאר צוריק און היינט אז איך בין געשטיגן. אלא מאי. איך האב ווייניגער בחירה ווי א אנדערעם אבער בחירה האב איך נאכאלץ.
דער בעל הסולם פלעגט זאגן אז די איינציגסטע אמת'ע בחירה וואס א מענטש האט איז ווער ס'זאל זיין זיין סביבה, זיינע חברים, ווייל איינמאל דו האסט חברים זענען זיי שוין מגרע פון דיין בחירה.
אלענפאלס, איך טראכט אסאך מאל אז אפילו איך פארליר אייביג די קאמף, דאך וועט זיין שרעקליך אויב איך געב פשוט אויף, איך וואלט געווען א טויטער.
די אייבישטער וויל לאו דוקא די נצחון אויפן יצר, די קאמף, די צייטווייליגע נצחון, איז די תכלית.
די בענקעניש, די געגועים, די לב נשבר.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”