חבורת adhd

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שופלאד האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:איך האב אויך ADHD אדער ADD בטבע. דיאגנאזירט געווארן ביי עטליכע דאקטורים.

איך וואלט עס גערופן אויף יודיש: כמי שכפאו ש-ד. ווייל דאס איז עס טאקע.

והשם הטוב יעזור.

הגם איך בין נישט מחולק מיט דיין נקודה, אבער רוף נישט אן קיין יודישע נשמה מיט דעם טערמין.
אפילו אויב דו מיינסט דיר אליין

נישט מצד די נשמה. מצד דאס אז די נשמה איז אריינגעדרייט צו לעבן אזוי.
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

טייערע חברים, מיין לעפטאפ האט זיך צובראכן און איך בין נישטא געווען אפאר טאג, הייליגע "נשמה" א חבורה איז זייער וויכטיג און הילפבאר און איך וועל שרייבן באריכות ווען אין אפאר טעג ווען מיין צובראכענע כלי וועט האבן א תיקון.
אסאך זאכן האבן זיך גערוקט, טייערע ידידים האבן אין פריוואט ארויסגעהאלפן, איינער ארבעט אויף א פריוואטע פארנעם גרופע.
מיר האבן שוין ב"ה איין לייסענסד טערעפיסט וואס וועט זיין מיט אונז שלא על מנת לקבל פרס.
איינער ארבעט פעסט אויף א אידישע טעסט.
איך וועל מפרסם זיין די ניקס און זייערע לייסטונגען נאכן באקומען ערלויבעניש.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

שכוח פאר דיין ארבעט וזכות הרבים זאל דיר ביישטיין, ADHD אפילו אנא ניקים קומט די וועליו אינפארמאציע דא אווענטשעלי אן צו זיי
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

די דאקטער שרייט ADHD
די רבי זאגט אז מען זאל גארנישט נעמען
איך פארלאז אייוועלט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פרישע קישקע האט געשריבן:די דאקטער שרייט ADHD
די רבי זאגט אז מען זאל גארנישט נעמען

אויב דו פרעגסט א סעלושן דא אויף אייוועלט איז דאך אייוועלט דיין רבי. איז פארוואס זאגסטו אז דיין רבי זאגט אז מ'זאל גארנישט נעמען?
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

נשמה האט געשריבן:
פרישע קישקע האט געשריבן:די דאקטער שרייט ADHD
די רבי זאגט אז מען זאל גארנישט נעמען

אויב דו פרעגסט א סעלושן דא אויף אייוועלט איז דאך אייוועלט דיין רבי. איז פארוואס זאגסטו אז דיין רבי זאגט אז מ'זאל גארנישט נעמען?

ער רעדט זיך אױס (עכ״פ אזױ האב איך פארשטאנען)
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
פרישע קישקע האט געשריבן:די דאקטער שרייט ADHD
די רבי זאגט אז מען זאל גארנישט נעמען

אויב דו פרעגסט א סעלושן דא אויף אייוועלט איז דאך אייוועלט דיין רבי. איז פארוואס זאגסטו אז דיין רבי זאגט אז מ'זאל גארנישט נעמען?

ער רעדט זיך אױס (עכ״פ אזױ האב איך פארשטאנען)

דאס מיינט א רבי? א רבי מיינט אז מ'רעדט זיך נישט אויס. נישט אזוי?
אבער לאמיר דאס לאזן אין א זייט. און וואס זאגט דער רבי צו טערעפי אן מעדיקעשאן? מיט גוטע שטארקע טערעפי קען מען דאכט זיך אויך געהאלפן ווערן אן נעמען מעדיקעשאן. אפשר טאקע מיט א סופארט גרופ ווער ווייסט? אולי יש תקווה
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קישקע »

נשמה האט געשריבן:
טעארעטישע פאקטן האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:
פרישע קישקע האט געשריבן:די דאקטער שרייט ADHD
די רבי זאגט אז מען זאל גארנישט נעמען

אויב דו פרעגסט א סעלושן דא אויף אייוועלט איז דאך אייוועלט דיין רבי. איז פארוואס זאגסטו אז דיין רבי זאגט אז מ'זאל גארנישט נעמען?

ער רעדט זיך אױס (עכ״פ אזױ האב איך פארשטאנען)

דאס מיינט א רבי? א רבי מיינט אז מ'רעדט זיך נישט אויס. נישט אזוי?
אבער לאמיר דאס לאזן אין א זייט. און וואס זאגט דער רבי צו טערעפי אן מעדיקעשאן? מיט גוטע שטארקע טערעפי קען מען דאכט זיך אויך געהאלפן ווערן אן נעמען מעדיקעשאן. אפשר טאקע מיט א סופארט גרופ ווער ווייסט? אולי יש תקווה

איך האב זיך יארן לאנג געמיטשעט אין היינט קיק איך אן די גאנצע א גרויסע זייפן בלאז מיט די ריכטיגע מהלך זעט מען זיך גאנץ שנעל ארויס אין נאכדעם ווען מען קיקט אויף צעריק פארשטייט מען נישט וואס דא איז געווען די עיקר שווערע ארבעט איז צי טרעפן די ריכטיגע מהלך אין דעמאלטס פילט מען אז קיינער פארשטייט דיר נישט אז לאמיר דיר זאגן ווען מיטן אויבירשטנ'ס הילף די וועסט זיך ארויסזען וועסטי דיר אליין נישט פארשטיין אויף צעריק איך וואס האלט בה דערנאך קען דיר זאגן אז עס איז טאקע שווערע צייטן אבער נאכדעם שפירט מען עס נישט!
איך פארלאז אייוועלט
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פרישע קישקע האט געשריבן:

אמת. אדם לא נברא אלא לשבר את הטבע.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...

די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

ממש ברעסלאווע מניעות אדער ווי מיין באבע פלעגט זאגן גוטע זאכן קומען אן שווער.
אבער 'נשמה' האט שוין קלארגעשטעלט אז מ'דארף צוברעכן די טבע.
מעגיימער מאכן א פעסטע חבורה פון סיי איש את רעהו - יעזורו און סיי ולאחיו יאמר - חזק.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פון דיינע מעסעדזשעס זעהט אויס ווי די ביסט שוין אביסעל אדורך דעם רוישיגען וואסער און איר האט עפעס א מהלך וואס קען העלפען אדער וואס נישט.

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך בין נישט אדורך דעם רוישיגן וואסער. איך האף איך וועל עס דורכגיין בשלום. איך האב נאכנישט געטראפן קיין איין מהלך וואס קען העלפן פאר א ADHD ארויסקריכן פון זיין ADHD.

איך האב נישט קיין עקספיריענס אין א אויסגעפריווטען מהלך וואס קען העלפן פאר ADHD.

ADHD זענען דא אין די וועלט אפצוקומען זייערע עבירות. און שרייען צום באשעפער זאל אויף זיי רחמנות האבן און מדריך זיין אויפ'ן ריכטיגן וועג. זייער נפש ארבעט פארדרייט און איך ווייס נישט קיין עצה וואס איך בין זיכער אז ס'גייט העלפן. מ'דארף שרייען צום אייבערשטן.

קען זיין ס'דא טערעפיסטן וואס האבן עקספיריענס צו העלפן איינעם מיט ADHD, דהיינו: וואס זיי האבן שוין געהאלפן מענטשן מיט ADHD, דארפסט דיך נאכפרעגן. און גיין צו זיי, און זיי פאלגן.

אויב דו ביסט נאך א פרישע יונגערמאן, און דו האסט נאכנישט אנגעהויבן מיט גארנישט וואלט איך דיר געראטן אזוי: (און איך רעד צו אזעלכע וואס האבן בערך מיין טבע)

לייג דיך אריין אין קאפ אז דו ביסט אזוי ווי א טרעין אן א טרעקס, עס האט נישט קיין טרעקס אויף וואס עס זאל פארן, עס קען פאר'ן וואו ס'וויל. לייג דיך אריין אין קאפ אז דאס איז דיין מציאות.

דאס מיינט אז ווער ס'כאפט דיין אטענשאן, דער האט דיך. די איינציגע עצה וואס דו האסט איז דאס צו וויסן און ווי מער, און דאס אליין קען דיך העלפן בעזר השי"ת.

נישטא קיין טראכטן: איך גיי מיך שטארקן. נישטא קיין שטארקן. הער אויף צו טראכטן נאנסענס. ווייס ביי דיר אז ווער און וואס ס'גייט כאפן דיין אטענשאן דער באקומט דיך. קריץ דיך דאס אריין אין קאפ, און לאז דיך נישט טראכטן פארקערט. ווייס ביי דיר "ווער און וואס ס'גייט כאפן מיין אטענשאן, דער באקומט מיך פולי"

דאס מיינט נישט אז דו זאלסט דיך נישט פלאגן צו טראכטן ביי דיר אז דאס וואס דיין אטענשאן ווערט יעצט פארכאפט, אז דאס האט נישט מיט דיר, און אז דו ווילסט עס נישט באמת.

נאר אדרבה, ווען דו ווייסט אז דו ביסט דיסטרעקטעד זאלסטו דאס מערסטע פארשטיין אז דו ביסט געצווינגען דערצו, ביסט באצווינגען פון דיין נטיות הנפש.

אבער דאס מיינט אז דו זאלסט וויסן ביי דיר אז דו זאלסט דיך אפלאזן פון א מהלך פון "איך גיי מיך שטארקן" על זה הדרך: נעקסט טיים ווען איך גיי מיך טרעפן אין א שמועס, גיי איך מיך שטארקן נישט צו בלייבן שמועסן פאר צו לאנג. נישטא אזאך זאך.

מיר זעהט נישט אויס אז אזא צוגאנג קען העלפן. פארקערט גאר ס'מאכט ערגער.

געדענק: איינמאל דו גייסט אהין דארט ביי יענע קופקע, גייסטו דארט בלייבן. ס'איז וועלקראו. ס'גייט דיך אריינוועקיומען. הער אויף צו טראכטן: איך גיי אהין און איך גיי מיך שטארקן. שטעל דיך נישט אהין.

טראכט: די איינציגע זאך וואס איך קען טון איז מיך אוועקנעמען פונעם נסיון. אז איך זאל בכלל נישט אהינגיין.

אוודאי אויב ס'איז דיר יעצט נוגע, דאס מיינט אז דו האסט יעצט די דיסטרעקשאן און דו דארפסט דיך יעצט מתגבר זיין, אוודאי זאלסטו פרובירן צו בוחר זיין בטוב און יא גיין טון צום זאך. וואס איך מיין בעיקר ארויסצוברענגען איז אז אלץ א מהלך זאלסטו דאס נישט נעמען.

אפילו נאכן פארברענען א פינף שעה פאר הבל הבלים, אזעלכע גוטע הבל וואס הייצן גוט אן די חרטה געפילן אזוי אז די צער של גיהנם ברענט און בראט, תיסרך רעתך, טראכט נישט "אוי, שוין ווייטער האב איך מיך געלאזט פארפירן, נעקסט טיים גיי איך מיך שטארקן". טראכט עס נישט. געדענק: נישטא קיין נעקסט טיים גיי איך מיך שטארקן. נישטא קיין שטארקן. האסט דיך אויסגעשטעלט דערצו, ביסטו אריינגעפאלן דערין. איינס פלאס איינס איז צוויי. און נעקסט טיים גיי איך נאכאמאל אריינפאלן אויב איך גיי אהינגיין.

די איינציגע זאך וואס דו קענסט טון איז פארשטיין ווי געצווינגען דו ביסט דערצו.

איין זאך וואס ס'איז דא: ווער און וואס ס'כאפט מיין אטענשאן, דער האט מיך. דער פאקט דארף ווערן ביי דיר זייער קלאר. לאז דיך נישט פארפירן.

טראכט: נו, אוודאי, וואס האסטו געמיינט, דאס האט געכאפט מיין אטענשאן. ווער ס'כאפט מיין אטענשאן, דער האט מיך"

איך קען אזויפיל טון אז די נסיון זאל בכלל נישט זיין. איינמאל ס'איז דא, איז נישטא קיין שטארקן.

דו קענסט דיך נישט האלטן צו קיין שום זאך. נישטא קיין האלטן. ווער און וואס ס'כאפט דיין אטענשאן דער באקומט דיך. דאס וואס דו זעהסט אז א ADHD אדער ADD קען זיך האלטן צו ערליכקייט וכו', דאס איז נאר ווייל ער האט מורא פון השי"ת.

אזוי ווי א טרעין אן א טרעקס. ס'פארט דארט וואו די טבע וויל, נישטא קיין שום טרעק וואס זאל עס האלטן אין א מהלך. דו האסט נישט קיין טרעק. פארגעס נישט דערפון. דאס ביסטו. דאס וואס א ADHD איז מצליח צו לערנען אדער צו טון עפעס איז עס ווייל דארט פארט ער פון זיך אליין. די היינטיגע לעבן איז נישט אויסגעשטעלט אז א מענטש זאל קענען פארן פון זיך אליין.

די ווערטער: איך גיי עס מאכן, איך גיי עס באווייזן, איך גיי מאכן א סדר היום, איך גיי דאונלאודן א עפפ, (צענדליגע עפפס) איך גיי מאכן טיימערס, (צענדליגע מינע) איך גיי דאווענען ביחודית, איך גיי ארבעטן באנאכט, איך מיין אז ס'ארבעט נישט. ס'איז סתם שטותים.

קריץ דיר אריין אין קאפ אז "איך בין א מענטש וואס פארט ווי איך וויל, איך האב נישט קיין שום טרעק, און ווער ס'כאפט מיין אטענשאן דער האט עס" אויב די הייליגע תורה הקדושה כאפט מיין אטענשאן, איז דאך עס א "עבירה" וואס איז עכט א מצווה.

קריץ דיך אריין אין קאפ אז יעדע רגע איז דיין מח, דהיינו: דיין נפש ווירקט זיך אזוי אז דיין מח זאל זיין נישט אויפן פלאץ. נישטא אזא זאך "איך גיי מאכן אז מיין אטענשאן זאל זיין דאהי" פארגעס פון דעם. ווער ס'כאפט דיך, דער האט דיך. און דארט וואו דו ביסט יעצט, איז עס ווייל ער האט דיך געכאפט, און נישט ווייל דו האסט געוואלט. אזוי ארבעטסטו. און דאס ביסל וואס עס געלונגט דיך יא צו זיין אין פלאץ, דאס הייסט נישט אז דו ביסט אויפן פלאץ. דאס הייסט גענוג אז דו זאלסט דיך איינרעדן אז דו קענסט שוין. אזוי אז קומענדיגע מאל זאלסטו מיינען אז דו גייסט דיך שטארקן. און אז דו גייסט דיך האלטן. און אופס...

האלט דיך ווייט פון אלעם אויף דער וועלט, ווייל אלעס קען דיר פארכאפן און דו פלאשט אראפ נאך און נאך טעג פאר גארנישט. זיי דיך מייאש פון די וועלט, אינגאנצן. אינגאנצן. אבער ווייס ביי דיר אז דו גייסט באקומען תענוג, אמת'ע ריינע גוטע תענוג, פון לעבן. פון יעדע תנועה וואס דו טוסט. עס גייט געשעהן אי"ה.

די חשבון פארוואס דו דארפסט דיך מייאש זיין פון די וועלט איז זייער פשוט. יעדע זאך קען דיך אריינכאפן. לייג ארום דיר נאר אזעלכע זאכן וואס דו האסט נישט מורא אז ס'וועט דיך אריינכאפן.

די גאנצע וועלט איז נישטא פאר דיר. נישטא אויף די וועלט קיין שום זאך וואס איז דיזיינט פאר דיר. ס'איז דא פאר מענטשן וואס האבן נישט ADD. טעקסט מעסעדשזעס, גרופס, האטליינס, אינטערוויוס, נייעס, "תיקונים" אין ביהמ"ד, מקווה שמועסן, קרעדיט קארדס, חתונות, זינגערס, די אלע זאכן איז נישט דיזיינט פאר דיר. זיי דיך מייאש פון די אלע זאכן.

האסט צוויי ברירות. אדער פרובירסטו אויס די אלע זאכן און דו ווערסט אנטוישט, אדער נעמסטו די אנדערע מהלך און דו ביסטעך מייאש פון די אלע זאכן.

צו קענען לעבן דיין לעבן דארפסטו טרעפן אין די לעבן א פשוט'ע איינפאכע וועג פון לעבן, וואס דער וועג האט אין זיך אמת'ע לעבעדיגע חיות. עפעס אנדערש האב איך נישט עקספיריענסד אז ס'ארבעט. איך האב גארנישט עקספיריענסד אז ס'ארבעט, אבער דער וועג וואס איך זאג דא האט מער פאטענציאל ווי אנדערע וועג. אדרבה פרעג דיך נאך. פרעג פערציג יעריגע.

האסט אמאל געזעהן יענער וואס לעבט א פשוט'ע איינפאכע לעבן. האט נאר א פליפ אן א טעקסט, האט א קאר וואס דער עיקר דערפון איז די פיר רעדער, פריידט זיך אז מ'לאזט אים לעבן, אזא לעבן דארפסטו דיר קלויבן.

ליידער איז די וועלט אזוי "דיזיינט" היינטיגע צייטן אז דער וואס האט ADD זאל ממש נישט קענען.

די אלע איידיעס, מיט די גאנצע וועלט, מיט אלעם, איז נישט געמאכט פאר דיר. טעכנאלאגיע איז נישט דיזיינט געווארן מיט דיך אין מיינד. גוגל האט נישט געטראכט פון דיר ווען זיי האבן דיזיינט זייערע סחורה. זיי דיך מייאש פון די וועלט. אבער שטארק דיין האפענונג צו טרעפן תענוג פון פשוט'ע איינפאכע לעבן.

וואס קען מען טון. דאס איז די פאקט.

ס'איז א פאראדאקס. די מענטשן וואס זיי האבן די מערסטע איידיעס, די מערסטע טאלאנטפול, די מערסטע אינטערעסאנט, זיי דארפן זיין פשוט'ע מענטשן, מיט א פשוט'ע לעבן. לחם צר.

אבער פארגעס נישט אז ס'ווערט געדעקט מיט תענוג.

ווילאנג דו האסט נאך א חלום אז די וועלט מיט אלע אירע ענדשוימענטס מיט אלע "עפפס" איז געמאכט פאר דיר, דאן איז נישטא פון וואס צו רעדן. און איך קען שוין זעהן דיינע מידע אויגן פון גיין שלאפן דריי אזייגער ביינאכט, אויפשטיין האלב עלעוו, און האבן א צעדרייטע לעבן.

זיי דיך מייאש פון די וועלט. די וועלט איז נישט געמאכט פאר דיר. דו דארפסט לעבן אין די אלטע אמאליגע עכטע וועלט. דו ביסט צופרידן מיט די פשוט'סטע איינפאכסטע טרוקענסטע לעבן. דאס אלעס.

ווילסט קויפן א קאר? דער עיקר אז ס'פארט. פארטיג.

איך זאג דיר נאכאמאל: האסט צוויי ברירות.

די רגע דו ביסט דיך מייאש פון די גאנצע וועלט, און דו גייסט קלויבן פון די וועלט נאר די מינימום, דאן וועסטו אנהייבן באמערקן אז דו אטעמסט, און דו זעהסט, און דו הערסט, און דו קענסטעך רירן, און נאך און נאך.

יעדע מענטש האט זיך זיינע נאטורן. ס'דא וואס דארפן שמועסן מיט מענטשן, ס'דא וואס נישט. איך געב דיר אבער די איידיע פון די זאך. נוץ עס מיט שכל.

איין זאך: די וועלט איז נישט דיזיינט פאר דיר.

יעצט וויאזוי גייסטו האבן חיות.

דו דאפסט דיך אויסלערנען צו האבן חיות פון פשוט'ע מעשים. און פשוט'ע מעשים מיינט נישט, טרוקענע מעשים. פשוט'ע מעשים מיינט: פיהלן תענוג אפילו פון פשוט'ע מעשים.

כדי צו האבן חיות פון פשוט'ע מעשים, דארפסטו דיך אויסלערנען צו מכיר טובה זיין אז דו קענסט יעצט ליינען וכו'. ר' שרגא פליישמאן נ"י רופט עס, אויפגעבן אויף יכולת, און אנקומען צו התחברות.

בעיסיקלי מיינט עס: לאזן די גוטע געפיל פון פשוט'ע מעשים, אז דו זאלסט נישט ווערן בארד.

יעדע מענטש פריידט זיך די ערשטע מאל ווען ער דרייווט, און ער קען באשטיין צו טראגן די "קלייד" צו די "שוויגער", אבי ער קען יעצט דרייווען. וואס ס'געשעהט איז אז דער מענטש פארגעסט - נפשיות'דיג, געפיליש, זיינע געפילן פארגעסן - אז יעדע רגע וואס ער דרייווט איז עס נאך אמאל א מתנה פונעם אייבערשטן.

דארפסט דיך אויסלערנען וויאזוי צו פיהלן די גוטע געפיל אז דו דרייווסט, יעדע מאל וואס דו דרייווסט. די גוטע געפיל אז דו קענסט באווייזן צו טון עפעס, יעדע מאל וואס דו טוסט עס. ווייל יעדע מאל איז עס א נייע גוטסקייט פון השי"ת צו דיר. א נייע נשיאת חן. א נייע קוש פון השי"ת.

אויב אבער ביסטו שוין היפש אריין אינעם ADHD, און דו לעבסט אזוי, יעדע אינטערוויו מוזטו הערן, און יעדע אשכול מוזטו אריינגיין, יעדע אייטעם אין די געשעפטן מיינט דיך אויף עפעס א וועג, יעדע פלענט וואלסטו געוואלט אין דיין הויז, יעדע עפפ וואלסטו געוואלט וויסן וויאזוי מ'קען עס נוצן, יעדע ספר איז געמאכט פאר דיר צו לערנען דערין יעצט שוין אין די רגע, יעדע אינטערעסאנטע מענטש איז געמאכט פאר דיר אז דו זאלסט אים קענען ענדשויען, יעדע נייעס איז פאר דיר, אויב אזוי האסטו נאך אסאך ארבעט, און אסאך אנטוישונגען, ווילאנג דו גייסט איינזעהן אז די וועלט איז נישטא פאר דיר.

זיי דיך מייאש פון די וועלט, פריי דיך אז דו קענסט אטעמען, פריי דיך אז ווען דו ווילסט ארויסטראגן די גאביטש קענסטו, אז ווען דו ווילסט מאכן א קאווע: קענסטו. אז ווען דו ווילסט ארויסקוקען פון פענסטער: קענסטו. אז השי"ת געט דיך אגאנצן צייט לעבן.

גלייב מיר טייערקייט אז ווען א ADHD האט חרטה אויף די וועג וויאזוי ער פיהרט זיך אויף, איז עס נישט ווייל ער האט חרטה פארוואס ער האט זיך געלאזט פארנארן, נאר ס'שטערט אים פארוואס ער האט נישט באשאפן די זוהן אז ער זאל עס קענען אפשטעלן פאר א פאר שעה צו קענען טון וואס ער וויל.

יעצט, בנוגע צו עס איז דא א עצה ארויסצוקריכן פון ADHD, איך ווייס נישט דערפון. דארפסט דיך נאכפרעגן אויף א גוטן טערעפיסט וואס האט שוין געהאלפן מענטשן.

אבער די וועג אנצוגיין איז צו דירעקטירן די ענערגיע פון ADHD צו א געוויסע פלאץ.

ADHD איז נישט א שלעכטע זאך.

לאמיר זאגן אז ווייל דו האסט ADHD שמועסטו מיט מענטשן שטותים והבלים, און דו פארניכסט צייט, לאמיר זאגן אז דו טרעפסט א דשאב וואס דארט דארף מען שמועסן מיט מענטשן. נישט קיין חילוק פון וואס. וואלסטו געזאגט אז ADHD איז א שלעכטע זאך?

איך וואונדער מיך פארוואס איך האב געשריבן די לאנגע רעאגיר. מ'קען דאך נישט העלפן א ADHD. לאז דיך אפ.

זיי מיר געזונט, והשם הטוב יעזור.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום פרייטאג יולי 30, 2021 6:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאטעיטא טשיפס
שר האלף
תגובות: 1552
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:57 am
לאקאציע: לי עוועניו (וועלכע...?)

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא טשיפס »

יעצט קען איך קומען צו מיר...

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

"יעדע פלענט וואלסטו געוואלט אין דיין הויז, יעדע עפפ וואלסטו געוואלט וויסן וויאזוי מ'קען עס נוצן, יעדע ספר איז געמאכט פאר דיר צו לערנען דערין יעצט שוין אין די רגע, יעדע אינטערעסאנטע מענטש איז געמאכט פאר דיר אז דו זאלסט אים קענען ענדשויען, יעדע נייעס איז פאר דיר, אויב אזוי האסטו נאך אסאך ארבעט, און אסאך אנטוישונגען, ווילאנג דו גייסט איינזעהן אז די וועלט איז נישטא פאר דיר."

אזוי גוט און פונקטליש, לאז נפשי "דאס" שרייבן לאמיר זעהן!!!
אין עוד מלבדו
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

זייער שיין הרב נשמה.
אין שום יאוש...
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
קרויןפרינץ
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 19, 2021 9:08 pm
לאקאציע: ביים קעניג אין וויינגארטען

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרויןפרינץ »

הרב נשמה שכו'ח פאר דיין באשרייבונג
די מינוט וואס די ADD מח פילט נישט דעם 'געדראנג' פון אנקומען צו יענע זאך, האט ער אוטומאטיש פלאץ צו אדורך טראכטען וואס גיי איך דא טוען.
אבער ער דארף פארשטיין אז 'באלד' גייט עס נישט געשעהן. אויב האט ער מחליט געווען אז ער גייט אוועק אין 5 מינוט ארום, ע"פ רוב העט עס נעמען צוויי אדער דריי מאל אזוי סאך ביז ער וועט זיך אוועק רוקען. נאר די סעקונדע וואס ער האט מחליט געווען צו גיין הייב דיך אויף און פלי שנעלער ווי א פליג.

הרב נשמה, די האלטסט אין איין שרייבען וועגען וועגען איינער שרגא פליישמאן, אפשר קענט איהר ברענגען מער פרטים וועגען איהם?
בוקס ווידיאוס וכדו'
אוועטאר
תנא-קמא
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תנא-קמא »

קרויןפרינץ האט געשריבן:הרב נשמה, די האלטסט אין איין שרייבען וועגען וועגען איינער שרגא פליישמאן, אפשר קענט איהר ברענגען מער פרטים וועגען איהם?
בוקס ווידיאוס וכדו'

ר' שרגא פליישמאן
משיעורי ר' שרגא פליישמאן - אויפגעבן די אייגענע יכולת
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

קרויןפרינץ האט געשריבן:הרב נשמה שכו'ח פאר דיין באשרייבונג
די מינוט וואס די ADD מח פילט נישט דעם 'געדראנג' פון אנקומען צו יענע זאך, האט ער אוטומאטיש פלאץ צו אדורך טראכטען וואס גיי איך דא טוען.
אבער ער דארף פארשטיין אז 'באלד' גייט עס נישט געשעהן. אויב האט ער מחליט געווען אז ער גייט אוועק אין 5 מינוט ארום, ע"פ רוב העט עס נעמען צוויי אדער דריי מאל אזוי סאך ביז ער וועט זיך אוועק רוקען. נאר די סעקונדע וואס ער האט מחליט געווען צו גיין הייב דיך אויף און פלי שנעלער ווי א פליג.

הרב נשמה, די האלטסט אין איין שרייבען וועגען וועגען איינער שרגא פליישמאן, אפשר קענט איהר ברענגען מער פרטים וועגען איהם?
בוקס ווידיאוס וכדו'

ביסט גערעכט אז ווען מ'פיהלט נישט דעם 'געדראנג' צו אנקומען צו א זאך, האט מען צייט צו טראכטן. אבער צומאל איז מען שוין ווי דער באל וואס פליהט שוין אין די לופט, מ'האט שוין געטראכט, מ'וויל שוין. און צומאל העלפט קוים דאס אז מ'טראכט אדורך פון פארדעם, כנודע מתוך צער, מתוך עגמת נפש, מתוך יסורים, מתוך חרטה, מתוך גיהנם אז עס גייט נישט.

די עצה דערצו איז: בשעת דו טוסט עס, און דו ווייסט אז דו ביסט דיסטרעקטעד, ווייס ביי דיר אז דו ביסט געצווינגען דערצו, אז עס האט נישט מיט דיר.

דערפאר האלט איך אז דער עיקר עצה פאר א ADHD איז צו טרעפן א פלאץ וואו מ'דארף דארט האבן ADHD.

און דער הייליגער באשעפער זאל שוין העלפן צעבראכענע הערצער פון יודישע קינדער וואס מאכן מיט.
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך בין נישט אדורך דעם רוישיגן וואסער. איך האף איך וועל עס דורכגיין בשלום. איך האב נאכנישט געטראפן קיין איין מהלך וואס קען העלפן פאר א ADHD ארויסקריכן פון זיין ADHD.

איך האב נישט קיין עקספיריענס אין א אויסגעפריווטען מהלך וואס קען העלפן פאר ADHD.

ADHD זענען דא אין די וועלט אפצוקומען זייערע עבירות. און שרייען צום באשעפער זאל אויף זיי רחמנות האבן און מדריך זיין אויפ'ן ריכטיגן וועג. זייער נפש ארבעט פארדרייט און ס'דא נישט קיין עצה.

קען זיין ס'דא טערעפיסטן וואס האבן עקספיריענס צו העלפן איינעם מיט ADHD, דהיינו: וואס זיי האבן שוין געהאלפן מענטשן מיט ADHD, דארפסט דיך נאכפרעגן. און גיין צו זיי, און זיי פאלגן.

====

אויב אבער ביסטו שוין היפש אריין אינעם ADHD, און דו לעבסט אזוי, יעדע אינטערוויו מוזטו הערן, און יעדע אשכול מוזטו אריינגיין, יעדע אייטעם אין די געשעפטן מיינט דיך אויף עפעס א וועג, יעדע פלענט וואלסטו געוואלט אין דיין הויז, יעדע עפפ וואלסטו געוואלט וויסן וויאזוי מ'קען עס נוצן, יעדע ספר איז געמאכט פאר דיר צו לערנען דערין יעצט שוין אין די רגע, יעדע אינטערעסאנטע מענטש איז געמאכט פאר דיר אז דו זאלסט אים קענען ענדשויען, יעדע נייעס איז פאר דיר, אויב אזוי האסטו נאך אסאך ארבעט, און אסאך אנטוישונגען, ווילאנג דו גייסט איינזעהן אז די וועלט איז נישטא פאר דיר.

זיי דיך מייאש פון די וועלט, פריי דיך אז דו קענסט אטעמען, פריי דיך אז ווען דו ווילסט ארויסטראגן די גאביטש קענסטו, אז ווען דו ווילסט מאכן א קאווע: קענסטו. אז ווען דו ווילסט ארויסקוקען פון פענסטער: קענסטו. אז השי"ת געט דיך אגאנצן צייט לעבן.

גלייב מיר טייערקייט אז ווען א ADHD האט חרטה אויף די וועג וויאזוי ער פיהרט זיך אויף, איז עס נישט ווייל ער האט חרטה פארוואס ער האט זיך געלאזט פארנארן, נאר ס'שטערט אים פארוואס ער האט נישט באשאפן די זוהן אז ער זאל עס קענען אפשטעלן פאר א פאר שעה צו קענען טון וואס ער וויל.

יעצט, בנוגע צו עס איז דא א עצה ארויסצוקריכן פון ADHD, איך ווייס נישט דערפון. דארפסט דיך נאכפרעגן אויף א גוטן טערעפיסט וואס האט שוין געהאלפן מענטשן.

אבער די וועג אנצוגיין איז צו דירעקטירן די ענערגיע פון ADHD צו א געוויסע פלאץ.

ADHD איז נישט א שלעכטע זאך.

לאמיר זאגן אז ווייל דו האסט ADHD שמועסטו מיט מענטשן שטותים והבלים, און דו פארניכסט צייט, לאמיר זאגן אז דו טרעפסט א דשאב וואס דארט דארף מען שמועסן מיט מענטשן. נישט קיין חילוק פון וואס. וואלסטו געזאגט אז ADHD איז א שלעכטע זאך?

איך וואונדער מיך פארוואס איך האב געשריבן די לאנגע רעאגיר. מ'קען דאך נישט העלפן א ADHD. לאז דיך אפ.

זיי מיר געזונט, והשם הטוב יעזור.

הפלא ופלא. די שרייבן טאלאנט איז זיכער ADHD, הערליך שיין, צו איך קען אויפגעבן אויף די וועלט? יא איך קען. אבער ווען די וועלט גייט מיר נאכאמאל ווינקען מיט זייין נידערטרעכטיגע אויג וועל איך פארגעסן אז איך האב אויפגעגעבן...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

הפלא ופלא. די שרייבן טאלאנט איז זיכער ADHD, הערליך שיין, צו איך קען אויפגעבן אויף די וועלט? יא איך קען. אבער ווען די וועלט גייט מיר נאכאמאל ווינקען מיט זייין נידערטרעכטיגע אויג וועל איך פארגעסן אז איך האב אויפגעגעבן...

יא, דו גייסט פארגעסן!

אבער, דו גייסטעך אויך דערמאנען, און אויב דו גייסט וועלקאמען די 'דערמאנונג' און כאטש טראכטן "געב א קוק וויאזוי איך לעב און איך טו זאכן וואס איך וויל נישט, איך וויל עכט נישט, אבער שוין".

און עכט פארשטיין וויאזוי דו ווילסט עס נישט, און ווי ווייט דו ווילסט עס נישט, האט עס מער פאטענציאל.

געדענק: איך האלט אז ארויסקריכן פון ADHD פאדערט פראפעשענאל הילף בעזרת השי"ת. אבער ווייסט דאך. אפילו ווען מ'קומט צו א פראפעשענאל, איז מען שוין אזוי אויסגעמוטשעט אז מ'האט שוין נישט קיין כח צו הערן עצות. מ'האט שוין אלעס געטרייט. און ס'איז אויך די 'יכולת' וואס האט זיך אויפגעבויט אין א ADHD וואס לאזט אים נישט פאלגן. דער מענטש איז אנגעווייטאגט און פארדרייט.

ס'איז נישט נאר די ADHD וואס שטערט, איך מיין אז ס'איז אויך די נפש וואס האט מכח די ADHD זיך אויסגעלערנט קרום צו ארבעטן.

והא ראי' אז א ADHD האט ווייניג הכנעה. ער האלט נישט ביים פאלגן. פארוואס? ווייל דו גייסט מיר זאגן וואס צו טון? האב מיינע שוועריגקייטן און נאכדעם עמער רעדן. וואס ווילסטו פון מיר, אז איך זאל מאכן א סדר היום, אז איך זאל זיך מוזן פארפליכטן, איך האלט נישט דערביי! דו פלאץ אוועק, נישט איך.

איך בין שוין געגאנגען פאר הילף פאר ADHD פאר פופצן יאר צוריק.

די נפש איז אזוי פארדרייט , אז ס'איז נישט נאר ADHD מיט וואס מ'דארף דא דילן.

די געפיהלן זענען צעפליקט, דער מענטש איז אויפגערעגט און קעגן יעדעם. בקיצור.

הייב אן מיט איין קליינע מחשבה. און דער אייבערשטער זאל דיך העלפן.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ממוצע האט געשריבן:"פארשטיין" איז רעלאטיוו.

"קיינער" קען "קיינעם" נישט פארשטיין הונדערט פראצענט. נישטא אזא זאך. דו אליין קענסט אויך נישט אינגאנצן פארשטיין א צווייטן וואס האט ADHD. קוים וואס זיך אליין קען מען פארשטיין, אויב טאקע. בלויז דער בורא קען, און פארשטייט טאקע. "הלקח והליבוב".

אבער איינער וואס האט אביסל עמאושענעל אינטעלעדזשענס, קען יא מעגליך טיילווייז יענעם פארשטיין.

גוט געזאגט!
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
תימני
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אפריל 03, 2020 4:18 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תימני »

נשמה האט געשריבן:
פרישע קישקע האט געשריבן:די דאקטער שרייט ADHD
די רבי זאגט אז מען זאל גארנישט נעמען

אויב דו פרעגסט א סעלושן דא אויף אייוועלט איז דאך אייוועלט דיין רבי. איז פארוואס זאגסטו אז דיין רבי זאגט אז מ'זאל גארנישט נעמען?

די קענסט אוודאי די מעשה מיט דעם איד וואס זיין רבי האט אים געהייסן נישט טאן א געוויסע שידוך אין אים האט אבער דאך זייער געפאלן דעם שידוך , האט ער געקאלט דעם גבאי אז ער זאל שתדל'ן ביים רבין אז ער זאל יא לאזן דעם שידוך ..........................................
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

תימני האט געשריבן:

בדידי הוה עובדא איך האב שטארק שפעקולירט אנצוהייבן צו נעמען סטימיולענטס, איך האב געהאט א שטארקע שטופ דערצו פון א מומחה.
איך האב עס אדורכגערעדט מיט מיין רבי'ן, ער האט מיר מייעץ געווען צו פרובירן אנצוגיין אן מעדעצין, איך האב עם געפאלגט און איך האב נישט קיין חרטה.
אויב גלייבסטו אין דיין רבי אויף לעבן און טויט גלייב עם אין דעם אויך, אויב גלייבסטו נישט אין עם איז ער דאך נישט דיין רבי כהנ"ל
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:אויב גלייבסטו אין דיין רבי אויף לעבן און טויט גלייב עם אין דעם אויך, אויב גלייבסטו נישט אין עם איז ער דאך נישט דיין רבי כהנ"ל

;l;p-
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
זייער א סטאבילע גאון
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 06, 2021 3:00 pm

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער א סטאבילע גאון »

א גוטן טייערע חברים! די פלאנירונגען פאר א אפיציעלע חבורה רוקט זיך פאראויס.
ווער עס האט סיי וועלכע געדאנקען ביטע מיטטיילן אדער מיר שיקן א פריוואטע מעסעדזש, עס וועט דיכער זיין בייהילפיג. ותבונה ברוב יועץ.
יישר כח.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

Re: חבורת adhd

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

זייער א סטאבילע גאון האט געשריבן:א גוטן טייערע חברים! די פלאנירונגען פאר א אפיציעלע חבורה רוקט זיך פאראויס.
ווער עס האט סיי וועלכע געדאנקען ביטע מיטטיילן אדער מיר שיקן א פריוואטע מעסעדזש, עס וועט דיכער זיין בייהילפיג. ותבונה ברוב יועץ.
יישר כח.

א געוואלדיגע זאך, אפשר לייג א אימעל פאר די וואס האבן נישט קיין ניק ווי זיך צו פארבינדן
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”