ישראל אברהם האט געשריבן:בס"ד א' לסדר 'מתנותיכם תרימו' תשא"ף לפ"ק
צו מיינע פריינד, אוהבי תורה אין יעדען ארט, ד' עליהם יחיו.
ס'איז באקאנט אין דעם וויסענטום דעם פעסט שטעלונג פין אונזערע קהילה, אין געלויבט דעם אייבערשטען מיט זיינע חסדים האבען זעך געשטעלט אין דעם פארגאנגענעם אנדער האלבען יאר, מוסדות 'פני מנחם' תלמודי תורה אין א ישיבה קטנה, אין א ישיבה גדולה, אין זיי ווערען אויף געהאדעוועט אינזערע קינדער צום לערנען מיט פלאג אין מיטשענשאפט מיט יראת שמים אין גוטע מידות, כוללים פאר יונגעלייט אין עטליכע שטעט, מוסדות צדקה אין חסד, אין צו דעם אלעמען אויפבויען פין אונזער בית המדרש אין ירושלים עיר הקודש, א פלאץ פין צוזאמענקומפט, פאר אסאך מבקשי ד' אויף תורה אין תפלה אין א התעוררות צוזאמען בפרט ביי זמן רעוא דרעוא.
אין נארמאל ווי ס'פירט זעך אין דער וועלט, אוועקשטעלען מוסדות אין אזא פארנעם, איז א לאנגע פראצעס, וואס שטעלט זעך פעסט שטייטלעך אין א לאנגע צייט, אבער די נייטיקייט האט אינז צוגעברענגט אויף צו שטעלען אין א קארצער ציייט, די גאנצע אויסשטעל פין די מוסדות, ווייל ס'איז נישט געווען קיין אנדערע אפציע אין אנטווארט פאר די בני הקהילה, אין פארשטייט זעך אליין אז דער לאסט פין געלט פין אויסהאלטען די מוסדות אין דינגען די געביידעס, איז אומגעווענטלעך אין זייער גרויסקייט אין זייער פארנעם, אין ספיציעל אין דער ערשטער יארען פין זייער אוועקשטעלען.
וועגען דעם אלעם, ליגט אויף מיר א פליכט ארויס גיין פין מיין געווענטלעכען פירעכטץ, אין זיך ווענדען צו ענק מיינע פריינד, מיט א
פערזענדעלעכען ווענדונג, עפענט אויף אייער הערצער אין אייער הענט צו אינז, אין זייט'ס א טייל מיט אונז אין דעם היילגען ארבייט, וואס מיט דעם זענט איר זוכה מיט א זעלטענעם געלעגענהייד פין אויפשטעלען אין אוועקשטעלען א גאנצע קהילה מיט אלעס וואס דאס טראגט מיט זיך, אין אויך דערמיט געבען א מעגליכקייט זעך צו פארברייטערען פארויס בעזרת השם.
אין איך בין פארזיכערט אין דעם זכות פין מיין טאטען אדמו"ר דער פני מנחם זצלה"ה, וואס זיין נאמען ווערט אנגערופען אויף אינז, אז דו אלע אונטער שיצער'ס אין מיטגלידער וואס האלטען אונז אונטער אזוי ווי זיי קענען, וואס עטץ זענטץ אריינגערכענט אין דעם גדר פין תורה אויפשטעלערס, וועט עטץ ווערען געבענשט אין געהאלפען מיט אלע ענקערע ווינטשען צום גוטען, אין גשמיות אין רוחניות אמן כן יהי רצון.
אייער פריינד וואס שעצט ענק
שאול אלתר