הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8681
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך יידישע קהילות »

חמרא טבא האט געשריבן:
גלות איד האט געשריבן:איך האב פונקט היינט אדרוך געבלעטערט די גליון נפלא בנאות דשא פון לעצטע וואך, עס איז געווען א צוגעגלייגט א ספעצעילע חלק לכבוד די יארצייט פון דעם לב שמחה זי"ע.
איך האב געזען דארט עפעס וואס איז מיר ממש געווען א פלא.

נאות דשא קרח.JPG

וועלקאם צו די וועלט פון רבי שאול..

בכלל נישט קיין פלא

;l;p-
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך אוהב ספרים »

גלות איד האט געשריבן:
לעכטיגער האט געשריבן:איר דארפט געדענקען, מ'בעט גרויסע סכומים פאר א פרעמדע קהילה וואס האט מיט זיי גארנישט. נישט קיין עטה"ק..

זענען זיי נישט על טהרת הקודש? עס איז מיר שווער צו גלייבן אז זיי האבן באקומען א שקל ביז היינט [ווען גור האט שולט געווען אין די ממשלה]
און היינט אז ליבערמאן זיצט ביים שיסל באקומט דאך שוין קיינער נישט..

נישטא ווער עס זאל לאכען
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך חמרא טבא »

דו ביזט נישט אוועיליבל צו לאכן?
דביה תחדי נפשא
לאדז'ער
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 02, 2019 12:26 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך לאדז'ער »

ביום טו"ב היה בטו"ב.

עס איז אזא הנאה אנהייבן אזא טאג מתוך ידיעה אז נאך קודם פתיחת הקומפיין איז שוין געווען בלי עין הרע אמספר פון 17,000!!! מלאכים העומדים מאחרינו ואומרים לו גדל!!

לבנו בתורתו.JPG
לבנו בתורתו.JPG (15.93 KiB) געזען 1246 מאל

https://www.charidy.com/cmp/libenub/
בשם כל ישראל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 8:59 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך בשם כל ישראל »

הסכום שהושג
₪ 17,105,557
47% מהיעד ₪36,000,000
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19755
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך moishy56 »

אמונה פשוטה האט געשריבן:אינטעראסנטע גרופעס
(פון אמשינוב קען איך נעמען פון יונגעלייט)

ליטע
https://www.charidy.com/cmp/libenub/548455555

אמשינאוו א"י
https://www.charidy.com/libenub/97255-974-0940

חסידי בעלזא
https://www.charidy.com/libenub/273
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

איך האב געהערט אויף דריי באקאנטע גבירים וואס האבן שייכות צו די קהילה.
יעדער איינער האט געגעבן א מיליאן דאלער. אבער ס'גייט ארויפגיין נאר לקראת די סוף מגבית.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך אריין און ארויס »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך האב געהערט אויף דריי באקאנטע גבירים וואס האבן שייכות צו די קהילה.

אויב אזוי מיינט מען האלט שוין ביי דרייסיג דעס איז ממש ווינדערליך
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

אמונה פשוטה האט געשריבן:וואו זענען די שיינע סאמע'ס פון די משתתפים אין די אויבדעראמנטע אסיפה בבית לייבל רובין אין שפיץ פון ר' דניאל? לכאו' אויף זיי דארף מען נישט שרייבן "בעילום שם"...

טייל פון די אידן דארט קען איך, און זיי האבן מחותנים, קרובים, ביזנעס שותפים וואס זייער נתינה צום קאמפיין וואלט געשטערט...
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
אריין און ארויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 02, 2021 5:49 pm

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך אריין און ארויס »

איינער זאגט, מ'האט שוין לאנג נישט געזען אזויפיל מתן בסתר...‎
פאר א זאפטיגע שמועס [email protected]
געטראכט
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 3:59 pm

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך געטראכט »

אריין נאך א מיליון דולר פין ר' פנחס ירט, אין מיט דעם האלטען זיי שוין ביי 21,000,000 , זייער שיין!
אין וואס איז נאך שענער לענ''ד אז קרוב צי צוואנציג טויזנט יודען האבען זיך שוין משתתף געווען, דאס איז א גרויסע סטייטמענט.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13002
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך חמרא טבא »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך האב געהערט אויף דריי באקאנטע גבירים וואס האבן שייכות צו די קהילה.
יעדער איינער האט געגעבן א מיליאן דאלער. אבער ס'גייט ארויפגיין נאר לקראת די סוף מגבית.

נעמען?
דביה תחדי נפשא
קוק אויף דיך אליינס
ק.נ.א. דזשורנאליסט
תגובות: 14473
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 05, 2021 4:59 pm

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך קוק אויף דיך אליינס »

5326.PNG
5326.PNG (17.48 KiB) געזען 901 מאל
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

חמרא טבא האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:איך האב געהערט אויף דריי באקאנטע גבירים וואס האבן שייכות צו די קהילה.
יעדער איינער האט געגעבן א מיליאן דאלער. אבער ס'גייט ארויפגיין נאר לקראת די סוף מגבית.

נעמען?

וועל איך שרייבן באישי.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אוועטאר
תלישא קטנה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 26, 2020 2:43 pm

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך תלישא קטנה »

אנוס מאשדוד..JPG
אנוס מאשדוד..JPG (25.65 KiB) געזען 839 מאל
יודעי דבר
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 10, 2016 5:01 pm

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך יודעי דבר »

היות איך בין אין די מארקעטינג אינדוסטריע, און איך ארבעט גאר אפט מיט אנליין קאמפיינען. וויל איך אביסל פארשטיין געבן די נושא פון גרעסערע נתינות.
אפילו איך ארבעט סיי מיט טשערידי און סיי מיט דרייוואפ, און ביידע האבן אנדערע מהלכים, וועל איך מיך דא באצוען צו די טשערידי מהלך, היות דאס איז יעצט עומד על הפרק.
פאקט 1: עס זענען פארהאן אנליין נדבות, דאס זענען די קרעדיט קארטלעך וואס ווערן אריינגעלייגט אינעם אנליין קאמפיין, און ס'זענען פארהאן אפפליין נדבות, דאס זענען טשעקס און קעש וואס די מתרימים ברענגען אריין.
פאקט 2: די אנפירערעס פונעם קאמפיין פונעם מוסד אדער ארגעניזאציע קענען אליין אריינלייגן אפפליין נדבות, נאר ביז $10,000'דיגע נדבות, סיי וועלכע נדבה וו פון $10,000 אדער מער, מוז טשערידי קודם עפראוון, און עס ווערט נאר עפראווד מיט א בילד פון א טשעק, אדער א קאנפירמאציע בכתב פון א פארלעסליכער נדבן, אז ער געבט די נדבה.
פאקט 3: טשערידי וועט בדרך כלל נישט אדורך לאזן קיין קרעדיט קארד טשארדזשעס פון מער ווי $10,000, אמאל קענען זיי מאכן אן אויסנאם ביז $20,000. און דער טעם איז צוליב טשארדזש בעקס. היות ביי טשערידי קומט אלע נדבות קודם צו טשערידי, און זיי שיקן אריבער א ווייער צו די מוסד, האט זיך שוין געמאכט מערערע מאל אז מען האט געמאכט א טשארדזש בעק נאכן אריבערשיקן די געלט צום מוסד, און זיי זענען געבליבן מיטן פארלוסט. דעריבער פארלאנגען זיי אז גרעסערע נתינות זאל זיין בתורת טשעק אדער ווייער.
פאקט 4: די פראצענטן וואס טשערידי נעמט, ווערט ביי יעדן קאמפיין עקסטער אפגעמאכט צו די פראצענטן גייען אויף די אפפליין נדבות אויך אדער נאר די אנליין. ביי יעדע קאמפיין איז די דיעל אנדערש, געוואנדן לויט די אומשטענדן.

אשר על כן, ווען איר זעהט א נדבה פון $100,000 וועט עס בדרך כלל זיין אן אמת'ער נדבה, ווייל טשערידי דארף עס עפראוון, און טשערידי גלייכט נישט קיין מאנקי ביזנעס, אז מען זאל מאכן פורים פון זייער פלאטפארמע ווייל עס ברענגט אראפ זייער ביזנעס.
ווען מען זעהט אמאל גרעסערע נדבות פליען אריין די לעצטע מינוט בעילום שם, דאס געשענט בדרך כלל ווען דער מוסד האט גרעסערע נדבות וואס זיי האבן לכתחלה נישט געוואלט אריינרעכענען אינעם קאמפיין, ווייל זיי האבן געוואלט שטיפן צו דערגרייכן דעם ציל אן יענעם נדבה, אבער ווען מ'זעהט אז עס וועט נישט גיין, לייגט מען עס אריין בלית ברירה.
און יא, אסאך מאל זענען דא נדבנים וואס ווילן נישט לייגן זייער נאמען אויף קיין גרויסע נתינות, ווייל אויב יא, הייבט דער טעלעפאן אן צו קלינגען נאנסטאפ פאר נדבות פון יעדן איינציגן ארגאניזאציע, און כלל ישראל איז ב"ה געבענטשט מיט אומצאליגע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס.

לענינו, יעדע איינציגע נדבה אין דעם 'לבנו בתורתו קאמפיין' איז געלט וואס איז שוין דא. עס איז נישט אריינגעלייגט געווארן קיין איין איינציגע פאלשע נדבה, ווייל עס האט נישט אויסגעפעלט. קוקט נאר אויפן סכום פון נדבות, עס איז היסטאריש!
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך אמונה פשוטה »

מיט געציילטע שעות (אין א"י) טרייטן מיר אריין צום יוד"ק פון הרה"ק הלב שמחה זיע"א,
זיין גרויסע זכות וועט זיכער העלפן צום ב"א ותלמידו, דער ראש ישיבה שליט"א, ובני קהילתו ההולכים בדרכו, דער מגבית זאל זיין מיט גרויסע הצלחה
(גהערעט אז האט מען אינזן האבן זכרו הטהור אין דער נאמען פונעם מגבית "ליבנו בתורתו")

דאס איז א בילד אין ציונו הקדוש (לינק'ס, דער באקאנטער גבאי ר' חנינא שיף ז"ל)
אטעטשמענטס
הלב שמחה.png
הלב שמחה.png (410.25 KiB) געזען 754 מאל
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך אמונה פשוטה »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
אמונה פשוטה האט געשריבן:וואו זענען די שיינע סאמע'ס פון די משתתפים אין די אויבדעראמנטע אסיפה בבית לייבל רובין אין שפיץ פון ר' דניאל? לכאו' אויף זיי דארף מען נישט שרייבן "בעילום שם"...

טייל פון די אידן דארט קען איך, און זיי האבן מחותנים, קרובים, ביזנעס שותפים וואס זייער נתינה צום קאמפיין וואלט געשטערט...

איז פארוואס האבן זיי געקומען אזוי "אהן קיין מאסק" צו די אפפיל?
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך אמונה פשוטה »

געטראכט האט געשריבן:אריין נאך א מיליון דולר פין ר' פנחס ירט,

קען איינער שרייבן מער פרטים וועגן יענעם מחזיק תורה?
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך אמונה פשוטה »

יוסף פריעדמאן האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די גליון פון פאריגע וואך?

זיי האבן א קפידא (ולא ידעתי טעמה), אז די גליון זאל נישט צושפריייט ווערן אין די פארומס און וועבזייטלעך וכדומה,

זי שרייבן אין יעדען גליון (דארך די אימייל)
בס"ד
שלום רב
מצורף בזה גליון "בנאות דשא" שלח תשפ"א
לצורך הדפסה למטרת לימוד
באם הנך יודע על מישהו שמעוניין לקבל גיליון ללימוד מדי שבוע, נא להפנות אותו למייל זה
אנו מבקשים שלא להפיצו בכל צורת מדיה שהוא [שליחה קבוצתית, רשימות תפוצה, העלאות לאתרים שונים]
כל הזכויות שמורות
בברכת א גוט שבת
מכון בנאות דשא

און ממילא דארפ'ט איר בעטן גלייך פון זיי: [email protected]
לעצט פארראכטן דורך אמונה פשוטה אום מיטוואך יוני 16, 2021 10:23 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בעל מדרגה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3875
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 29, 2020 11:51 pm
לאקאציע: ביים גמרא

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך בעל מדרגה »

יודעי דבר האט געשריבן:היות איך בין אין די מארקעטינג אינדוסטריע, און איך ארבעט גאר אפט מיט אנליין קאמפיינען. וויל איך אביסל פארשטיין געבן די נושא פון גרעסערע נתינות.
אפילו איך ארבעט סיי מיט טשערידי און סיי מיט דרייוואפ, און ביידע האבן אנדערע מהלכים, וועל איך מיך דא באצוען צו די טשערידי מהלך, היות דאס איז יעצט עומד על הפרק.
פאקט 1: עס זענען פארהאן אנליין נדבות, דאס זענען די קרעדיט קארטלעך וואס ווערן אריינגעלייגט אינעם אנליין קאמפיין, און ס'זענען פארהאן אפפליין נדבות, דאס זענען טשעקס און קעש וואס די מתרימים ברענגען אריין.
פאקט 2: די אנפירערעס פונעם קאמפיין פונעם מוסד אדער ארגעניזאציע קענען אליין אריינלייגן אפפליין נדבות, נאר ביז $10,000'דיגע נדבות, סיי וועלכע נדבה וו פון $10,000 אדער מער, מוז טשערידי קודם עפראוון, און עס ווערט נאר עפראווד מיט א בילד פון א טשעק, אדער א קאנפירמאציע בכתב פון א פארלעסליכער נדבן, אז ער געבט די נדבה.
פאקט 3: טשערידי וועט בדרך כלל נישט אדורך לאזן קיין קרעדיט קארד טשארדזשעס פון מער ווי $10,000, אמאל קענען זיי מאכן אן אויסנאם ביז $20,000. און דער טעם איז צוליב טשארדזש בעקס. היות ביי טשערידי קומט אלע נדבות קודם צו טשערידי, און זיי שיקן אריבער א ווייער צו די מוסד, האט זיך שוין געמאכט מערערע מאל אז מען האט געמאכט א טשארדזש בעק נאכן אריבערשיקן די געלט צום מוסד, און זיי זענען געבליבן מיטן פארלוסט. דעריבער פארלאנגען זיי אז גרעסערע נתינות זאל זיין בתורת טשעק אדער ווייער.
פאקט 4: די פראצענטן וואס טשערידי נעמט, ווערט ביי יעדן קאמפיין עקסטער אפגעמאכט צו די פראצענטן גייען אויף די אפפליין נדבות אויך אדער נאר די אנליין. ביי יעדע קאמפיין איז די דיעל אנדערש, געוואנדן לויט די אומשטענדן.

אשר על כן, ווען איר זעהט א נדבה פון $100,000 וועט עס בדרך כלל זיין אן אמת'ער נדבה, ווייל טשערידי דארף עס עפראוון, און טשערידי גלייכט נישט קיין מאנקי ביזנעס, אז מען זאל מאכן פורים פון זייער פלאטפארמע ווייל עס ברענגט אראפ זייער ביזנעס.
ווען מען זעהט אמאל גרעסערע נדבות פליען אריין די לעצטע מינוט בעילום שם, דאס געשענט בדרך כלל ווען דער מוסד האט גרעסערע נדבות וואס זיי האבן לכתחלה נישט געוואלט אריינרעכענען אינעם קאמפיין, ווייל זיי האבן געוואלט שטיפן צו דערגרייכן דעם ציל אן יענעם נדבה, אבער ווען מ'זעהט אז עס וועט נישט גיין, לייגט מען עס אריין בלית ברירה.
און יא, אסאך מאל זענען דא נדבנים וואס ווילן נישט לייגן זייער נאמען אויף קיין גרויסע נתינות, ווייל אויב יא, הייבט דער טעלעפאן אן צו קלינגען נאנסטאפ פאר נדבות פון יעדן איינציגן ארגאניזאציע, און כלל ישראל איז ב"ה געבענטשט מיט אומצאליגע וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס.

לענינו, יעדע איינציגע נדבה אין דעם 'לבנו בתורתו קאמפיין' איז געלט וואס איז שוין דא. עס איז נישט אריינגעלייגט געווארן קיין איין איינציגע פאלשע נדבה, ווייל עס האט נישט אויסגעפעלט. קוקט נאר אויפן סכום פון נדבות, עס איז היסטאריש!

זייער קלאר.
אויב זיכט איר א גוטע אקאונטענט, קאנטעקט מיר אין אישי, אדער שיקט א אימעיל צו [email protected].
אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר שבעת אלפים
תגובות: 7415
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך יוסף פריעדמאן »

אמונה פשוטה האט געשריבן:
יוסף פריעדמאן האט געשריבן:ווי קען מען זעהן די גליון פון פאריגע וואך?

זיי האבן א קפידא (ולא ידעתי טעמה), אז די גליון זאל נישט צושפריייט ווערן אין די פארומס און וועבזייטלעך וכדומה,

זי שרייבן אין יעדען גליון (דארך די אימייל)
בס"ד
שלום רב
מצורף בזה גליון "בנאות דשא" שלח תשפ"א
לצורך הדפסה למטרת לימוד
באם הנך יודע על מישהו שמעוניין לקבל גיליון ללימוד מדי שבוע, נא להפנות אותו למייל זה
אנו מבקשים שלא להפיצו בכל צורת מדיה שהוא [שליחה קבוצתית, רשימות תפוצה, העלאות לאתרים שונים]
כל הזכויות שמורות
בברכת א גוט שבת
מכון בנאות דשא

און ממילא דארפ'ט איר בעטן גלייך פון זיי: [email protected]

קענסט מיר שיקן באישי?
איך האב נישט חשק ארויפגיין אויף זייערע ליסט.
כי לך טוב להודות

. ע . ע . ע . ש . ע . . ש . . ש . ע . ש . ש . ע ולשמחה נאה לזמר . ע . ע
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך אמונה פשוטה »

ישיבת תפארת התלמוד - שיינקער, באקאנטע חשובע ישיבה לצעירים (ליטווישע), וואס זיין פלאץ איז נעבן ביהמ"ד דהגר"ש, אין גאס יוסף זיו
אטעטשמענטס
פוברסקי.png
פוברסקי.png (9.75 KiB) געזען 673 מאל
לעצט פארראכטן דורך אמונה פשוטה אום מיטוואך יוני 16, 2021 10:31 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמונה פשוטה
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 19, 2018 2:13 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך אמונה פשוטה »

שטייט נישט וועלעכע :roll:
אטעטשמענטס
סטמר.png
סטמר.png (8.24 KiB) געזען 664 מאל
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19755
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: הרה"ג ר' שאול אלתר שליט"א מעטשינג קאמפיין

תגובה דורך moishy56 »

יודעי דבר האט געשריבן:
פאקט 1: עס זענען פארהאן אנליין נדבות, דאס זענען די קרעדיט קארטלעך וואס ווערן אריינגעלייגט אינעם אנליין קאמפיין, און ס'זענען פארהאן אפפליין נדבות, דאס זענען טשעקס און קעש וואס די מתרימים ברענגען אריין.

פאקט 2: די אנפירערעס פונעם קאמפיין פונעם מוסד אדער ארגעניזאציע קענען אליין אריינלייגן אפפליין נדבות, נאר ביז $10,000'דיגע נדבות, סיי וועלכע נדבה וו פון $10,000 אדער מער, מוז טשערידי קודם עפראוון, און עס ווערט נאר עפראווד מיט א בילד פון א טשעק, אדער א קאנפירמאציע בכתב פון א פארלעסליכער נדבן, אז ער געבט די נדבה.

אבער דעס איז זיכער,
אז ווען א נדיב געבט א נדבה פון $1,000, און ער נעמט זיך יעצט אונטער צו געבן נאך 11 חודשליכע נדבות פון $1,000,
שרייבט מען אויף טשערידי $12,000, און נישט $1,000.
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
פארשפארט

צוריק צו “צדקה וחסד”