הילף מיט עמעזאן Selling Partner API

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

הילף מיט עמעזאן Selling Partner API

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

ווי יעדער דעוועלאפער ווייסט, האלט עמעזאן אינמיטן טוישן זייער קאוד סיסטעם פון די אמאליגע עם. דאבעליו. עס. וואס איז געווען באזירט אויף אור אלטע טעכנאלאגיע, צו א בעסערע פארמאט, באזירט אויף דזשעיסאן און רעסט עי. פי. עי., אבער, כל התחלות קשות, און ס'נעמט פאר א דעוועלאפער ביז ער כאפט וואס דארטן טוט זיך, קען עמיצער דא אריינקומען און העלפן ולמצוה גדולה יחשב.

אגב וויל איך אויסדרוקן מיין שארפע אנטריסטונג, קעגן עמעזאן, וואס פאר עפעס א ריזען באהאנדלען זיי די סי. שארפ קאוד ווי עפעס א שטיף אינגל, און אלע זייער קאוד איז געשריבן אין דזשאווא, פאר סי. שארף ווארפן זיי צו עפעס א ביינדל, כ'פארשטיי נישט גענוי וואס די דיסקרימינאציע איז, בפרט אז דזשעף בעזאס איז דאך יעצט א מחותן מיט ביל געיטס ווייל ביידע זענען מגורשים, שוין, וואס פארשטיי איך.

הצלחה.
חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: הילף מיט עמעזאן Selling Partner API

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייםדערבעקער »

אקעי, קיינער רופט זיך נישט אן
כ'וועל גיין פתיחה
נאך לאנגע זוכענישן קוקט דא אויס צו זיין א נארמאלע ווארקינג עקזעמפל פון סי. שארף קאוד

https://github.com/amzn/selling-partner ... /issues/31
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”