ארגאנעזאציע געדאנקן

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

ארגאנעזאציע געדאנקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

די אשכול איז געווידמעט פאר געדאנקן איבער פרישע ארגאנעזאציעס וואס וואלט געווען בייהילפיג פארן היימישן ציבור. דער עולם ווערט געבעטן צו לייגען זייער איידיעס.

ובזה החלי בס'"ד

שביל הזהב.

א ארגאנעזאציע וואס זאל זיך אפגעבן מיט פארשפרייטן אינפארמאציע פאר פרישע אינגעלייט איבער די וויכטיגקייט און תועלת פון זיך נישט ארויפזעצן אויפן פעטער סעם. ווי אויך זאל די ארגאנעזאציע ארויסהעלפן מיט טאט און ראט פאר יונגעלייט וואס זענען שוין אויף די פראגראמען ווי אזוי זיך אפצושאקלען דערפון. אזא ארגאנעזאציע דארף האבן ערפארענע ביזנעסלייט און אויך היימישע אקאונטענטס וכו, וואס קענען גוט די היימישע עקאנעמי.
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: ארגאנעזאציע געדאנקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

און שאפן גוט באצאלטע דזאבס מ'זאל נישט דארפן אנקומען צו יענע חברה פון די ערשטע מינוט
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: ארגאנעזאציע געדאנקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

עתקנים. (יא, מיט א ת)

אונזער ציבור איז ב"ה באשאנקען מיט א שיינע צאל אידן 60-70 יעריגע אידן וואס האבן א געוואלד מיט ידיעות און לייף עקספיריענס אויף פארשידענע תחומים און לעבן. די יונגערע דור קען און דארף אויסנוצען די געלעגענהייט צו אנפרעגען ווען מען דארף האבן גיידענס. עס דארף זיין א אפיס ווי א אינגערמאן זאל פילן באקוועם צו אריינקומען און זיך אויסשמועסן מיט עטליכע ערפארענע ביזנעסלייט צוזאמען איבער שאלות און ביזנעס, אינוועסטמענט, וכו. די זעלבע איבער סיי וועלכע שאלות אין אנדערע תחומים, געזונט, שלום בית, חינוך. פארשטייט זיך אז יעדע אפטיילונג דארף האבן די ריכטיגע חברה וואס פארשטייען צו די נושא.
ארויף
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 9:06 pm

Re: ארגאנעזאציע געדאנקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארויף »

בר דעת האט געשריבן:עתקנים. (יא, מיט א ת)

אונזער ציבור איז ב"ה באשאנקען מיט א שיינע צאל אידן 60-70 יעריגע אידן וואס האבן א געוואלד מיט ידיעות און לייף עקספיריענס אויף פארשידענע תחומים און לעבן. די יונגערע דור קען און דארף אויסנוצען די געלעגענהייט צו אנפרעגען ווען מען דארף האבן גיידענס. עס דארף זיין א אפיס ווי א אינגערמאן זאל פילן באקוועם צו אריינקומען און זיך אויסשמועסן מיט עטליכע ערפארענע ביזנעסלייט צוזאמען איבער שאלות און ביזנעס, אינוועסטמענט, וכו. די זעלבע איבער סיי וועלכע שאלות אין אנדערע תחומים, געזונט, שלום בית, חינוך. פארשטייט זיך אז יעדע אפטיילונג דארף האבן די ריכטיגע חברה וואס פארשטייען צו די נושא.


דאס איז באמת א קנאגעדיגע איידיע אין מען שיסט צוויי פייגלעך מיט איין שאס.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ארגאנעזאציע געדאנקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מענין לענין, איך האב גערעדט אסאך צו אן עלטערע ביזנעס מאן, א שיינער בעל הבית, א ריכטיגע 'הרבני הנגיד'. ער פלעגט מיר כסדר זאגן, ער פארשטייט נישט די אינגעלייט וואס שפרינגן אריין אין די גרויסע פראיעקטן אלעס אונטערגשטיצט פון הלוואות פון די בענק, און דערנאך טוט מען ריפיינענסן דאס מערסטע וואס מ'קען. ער האט געטענהט אז אזוי מאכט מען נישט קיין ביזנעס, עס קען נישט האבן קיין קיום.
פארשטייט זיך מיר האבן געלאכט פון אים, מ'האט אים מסביר אז ער האט נאך די אלטע צוגאנג צו ביזנעס היינט גייט עס נישט אזוי, מ'בארגט פון בענק, חבירים, איזרעלי'ס אא"ו, און מ'ראקט.

ויהי היום...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: ארגאנעזאציע געדאנקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

שששש, זאג נישט אויס די חלק...
ערענסט גערעדט ווען א יונגערמאן זעצט זיך אראפ מיט דריי עלטערע אידן בעלי בינה, וואס האבן נישט קיין שום נגיעות איבער אים קען ער זיך געהעריג אויסשמועסן און ער הערט א פראספעקטיוו וואס ער האט בכלל נישט געטראכט פארדעם.

עס איז נישט קיין דמיון ווי ווען ער הערט "דעות" פון זיין אייגענע טאטע / שווער, וכו
אוועטאר
נקודהלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6503
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: ארגאנעזאציע געדאנקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודהלע »

ארויף האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:עתקנים. (יא, מיט א ת)

אונזער ציבור איז ב"ה באשאנקען מיט א שיינע צאל אידן 60-70 יעריגע אידן וואס האבן א געוואלד מיט ידיעות און לייף עקספיריענס אויף פארשידענע תחומים און לעבן. די יונגערע דור קען און דארף אויסנוצען די געלעגענהייט צו אנפרעגען ווען מען דארף האבן גיידענס. עס דארף זיין א אפיס ווי א אינגערמאן זאל פילן באקוועם צו אריינקומען און זיך אויסשמועסן מיט עטליכע ערפארענע ביזנעסלייט צוזאמען איבער שאלות און ביזנעס, אינוועסטמענט, וכו. די זעלבע איבער סיי וועלכע שאלות אין אנדערע תחומים, געזונט, שלום בית, חינוך. פארשטייט זיך אז יעדע אפטיילונג דארף האבן די ריכטיגע חברה וואס פארשטייען צו די נושא.


דאס איז באמת א קנאגעדיגע איידיע אין מען שיסט צוויי פייגלעך מיט איין שאס.

אגב, כ'האלט זייער פון די געדאנק, נאר ס'דארף זיין מיט סוקסעספילע אידן וואס זענען מיט א 20 יאר אינגער דערפון.
ס'איז דא גאר אסאך אידן וואס זענען שוין 20 יאר באהאוונט אינעם ביזנעס וועלט, אבער זיי פארשטייען אויך גוט די היינטיגע וועלט.
ימים ידברו האט זיך קיינמאל געזאגט אזוי ריכטיג ווי היינט
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: ארגאנעזאציע געדאנקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

נא_שכל האט געשריבן:מענין לענין, איך האב גערעדט אסאך צו אן עלטערע ביזנעס מאן, א שיינער בעל הבית, א ריכטיגע 'הרבני הנגיד'. ער פלעגט מיר כסדר זאגן, ער פארשטייט נישט די אינגעלייט וואס שפרינגן אריין אין די גרויסע פראיעקטן אלעס אונטערגשטיצט פון הלוואות פון די בענק, און דערנאך טוט מען ריפיינענסן דאס מערסטע וואס מ'קען. ער האט געטענהט אז אזוי מאכט מען נישט קיין ביזנעס, עס קען נישט האבן קיין קיום.
פארשטייט זיך מיר האבן געלאכט פון אים, מ'האט אים מסביר אז ער האט נאך די אלטע צוגאנג צו ביזנעס היינט גייט עס נישט אזוי, מ'בארגט פון בענק, חבירים, איזרעלי'ס אא"ו, און מ'ראקט.

ויהי היום...

איי ס'דא צענדליגע אידן וואס מאכן "יא" געלט אזוי?
לפנות בוקר
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

Re: ארגאנעזאציע געדאנקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

לפנות בוקר האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:מענין לענין, איך האב גערעדט אסאך צו אן עלטערע ביזנעס מאן, א שיינער בעל הבית, א ריכטיגע 'הרבני הנגיד'. ער פלעגט מיר כסדר זאגן, ער פארשטייט נישט די אינגעלייט וואס שפרינגן אריין אין די גרויסע פראיעקטן אלעס אונטערגשטיצט פון הלוואות פון די בענק, און דערנאך טוט מען ריפיינענסן דאס מערסטע וואס מ'קען. ער האט געטענהט אז אזוי מאכט מען נישט קיין ביזנעס, עס קען נישט האבן קיין קיום.
פארשטייט זיך מיר האבן געלאכט פון אים, מ'האט אים מסביר אז ער האט נאך די אלטע צוגאנג צו ביזנעס היינט גייט עס נישט אזוי, מ'בארגט פון בענק, חבירים, איזרעלי'ס אא"ו, און מ'ראקט.

ויהי היום...

איי ס'דא צענדליגע אידן וואס מאכן "יא" געלט אזוי?

האסט דאך נישט געליינט וואס ס'שטייט נאך "ויהי היום..." ....

ליין יעצט, וועט שוין נישט זיין אזוי שווער.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”