האמיר עם אויסגעהערט, קודם כל איך מוז זאגן איך בין זייער נתפעל פון יענעמס קלארקייט און שטארקייט. עס איז נישט נארמאל וויאזוי א מענטש קען זיך אזוי טוישן. זיך און זיין לעבן נאכן לעבן אזויפיהל יאהר אין חושך.
בנוגע וואס ער זאגט אז דר טװערסקי האט נישט געהאלטן פון טעראפי פאר אדיקשאן, איז פשוט אז פאר אן אדיקט וועט נישט העלפן טעראפי זיך ארויסצודרייען פון זיין אדיקשן, ער מיז גיין צו א 12 סטעפ פראגראם פאר דעם. אבער פאר די אימאשיאנאלע מיטשענישן העלפט דאס יא.
Gibbs האט געשריבן:האמיר עם אויסגעהערט, קודם כל איך מוז זאגן איך בין זייער נתפעל פון יענעמס קלארקייט און שטארקייט. עס איז נישט נארמאל וויאזוי א מענטש קען זיך אזוי טוישן. זיך און זיין לעבן נאכן לעבן אזויפיהל יאהר אין חושך.
בנוגע וואס ער זאגט אז דר טװערסקי האט נישט געהאלטן פון טעראפי פאר אדיקשאן, איז פשוט אז פאר אן אדיקט וועט נישט העלפן טעראפי זיך ארויסצודרייען פון זיין אדיקשן, ער מיז גיין צו א 12 סטעפ פראגראם פאר דעם. אבער פאר די אימאשיאנאלע מיטשענישן העלפט דאס יא.
איך זעה אז קיינער קומט נישט ארויס מיט א ווייטוגליכער נקידה וואס עס שפילט זיך אפ אין די צימערן פון די 12 סטעפס, אזוי ווי עס קומען אריין מענשטן צו די פראגראם וואס האבן געהאט שווערע פארגאנגענהייטן און וויבאלד זייער פארגענגענהייט איז למעשה געווען אינטער (אין די זעלבע צייט) א אידישע חינוך, דערפאר ווערט זייער בליק אויף אידישקייט זייער שווארץ, דערפאר ווען מען הייבט אן דעם פראגראם און מען הייבט אן רעדן פון באשעפער ווערן זיי פארקלעמט, ווייל און זייער טראמע מיינט דאס די זאך וואס האט אוועק געלייגט זייער לעבן, דערפאר זאגט מען זיי הער אויס, מיר רעדן נישט פון אידישקייט, מיר רעדן נישט פון דעם באשעפער פון וועם די האסט געהערט ביז היינט, מיר הייבן אן מיט א נייע באשעפער וואס אימער די ווילסט דיך פארשטעלן.
אייגנטליך וואס איז שלעכט, פאר די מיטגעמאכטע איד דארף מען אזוי רעדן ווייל ער האט טאקע נישט דעם ריכטיגען איינדרוק וואס דער באשעפער מיינט, די פראבלעם איז אז די אטמעספער אין 12 סטעפ צימערן איבערן אייבערשטן גייט אויף דעם מהלך, למשל איינער וואס האט קיין שום פראבלעם מיטן באשעפער אדרבה ער שפירט נישט אז זיין אידישקייט האט אים געהארעמט, אדרבה עס האט אים אסאך געהאלפן, נאר עפעס מיז זיין ער פארפעלט פון זיין אידישקייט אז עס האט אים נישט אפגעהאלטן פון זיין אדיקשן, אבער זיין ספאנסער קען אים זאגן די מיזט פארגעסן פון דעם וואס די האסט געטראכט אז דער באשעפער מיינט, דאס קען דיר נאר שטערן פון דיין ריקאווערי וכדומה זאכן וואס זענען סם פאר א וואוילע תמימות'דיגע איד וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין אדיקשן און זיכט הילף.
איך זאג אויף מיינע ביינער, מען פארלירט דעם גאנצען געפיל פון אתה בחרתנו, מען קען דיר זאגן אז אתה בחרתנו קען דיר שטערן פון ריקאווערי ווייל ליבשאפט און טאלעראנץ איז דאך די סוד פון ריקאווערי
יעצט איך זעה דא, אז נאכן אראפ ברענגן אזוי שיין וואס די 12 סטעפס איז ווינדערן זיך מענטשן וואס קען דא זיין קעגן די תורה, אין הכי נמי, די 12 סטעפ גופא איז גארנישט קעגן די תורה אבער ווי אזוי אסאך גרופעס האבן זיך אויסגעשטעלט צו זיין, דאס קען יא זיין קעגן די תורה, און די רבנים ווייסן דאס, ווייל פרויען פון אדיקטס ריפן אריין וויינען אז זייערע מענער זענען געפאלן אין אידישקייט זייט זיי זענען אריין.
עס איז דא גרופעס וואס זענען נישט אויף דעם אויסשטעל און מען דארף וויסן ווי מען גייט, ווי אויך דארף מען ממש האלטן אויף א מצב וואס אויב ארבעט מען נישט אויף די פראגראם גייט מען פאלן און טוען מסוכן'דיגע זאכן, דאן וועט מען זוכן נאר תכלית אין די פראגראם, אבער אויב איינער האט נאך פלאץ צו פאלן און ער איז נאך נישט געפאלן קען דארט טרעפן ווי צו פאלן.
און אנדערע ווערטער מען דארף זייער פארזיכטיג וואס מען טוט, פרעגן רבנים וואס קענען זיך גיט אויס אין די נושא.
איך קען זאגן קלאר מיט איקספיריענס אז מען קען טרעפן ריקאווערי אן דעם מהלך פון אפהאקן פון די השקפה פון ביז יעצט, זיכער דארף מען טוישן געוויסע השקפות וואס מען האט בטעות זיך אויסגעפארעמט ביז היינט, אבער די נייע השקפות צו וואס מען דארף זיך ציפאסן איז אויך אידישקייט, און אלעס ליגט אין די תורה, מען דארף טאקע מאכן אידשאסטמענטס מיט די מהלך המחשבה אבער עס דארף בכלל נישט גיין מיט דעם סטעטמענט אז אידשיקייט האט דיר נישט געהאלפן, נאר אז דיין ביז איצטיגע בליק האט דיר נישט געהאלפן, און די דארפסט דאס פארעכטן, אלעס קען מען אנצייכענען אין ספרים.
גרינגער האט געשריבן:איך זעה אז קיינער קומט נישט ארויס מיט א ווייטוגליכער נקידה וואס עס שפילט זיך אפ אין די צימערן פון די 12 סטעפס, אזוי ווי עס קומען אריין מענשטן צו די פראגראם וואס האבן געהאט שווערע פארגאנגענהייטן און וויבאלד זייער פארגענגענהייט איז למעשה געווען אינטער (אין די זעלבע צייט) א אידישע חינוך, דערפאר ווערט זייער בליק אויף אידישקייט זייער שווארץ, דערפאר ווען מען הייבט אן דעם פראגראם און מען הייבט אן רעדן פון באשעפער ווערן זיי פארקלעמט, ווייל און זייער טראמע מיינט דאס די זאך וואס האט אוועק געלייגט זייער לעבן, דערפאר זאגט מען זיי הער אויס, מיר רעדן נישט פון אידישקייט, מיר רעדן נישט פון דעם באשעפער פון וועם די האסט געהערט ביז היינט, מיר הייבן אן מיט א נייע באשעפער וואס אימער די ווילסט דיך פארשטעלן.

והשם הטוב יעזור אז מ'זאל געראטעוועט ווערן פון אלע פרעמדע השפעות און כוחות און נאך. מ'זאל מיר האבן אזא דאטא בעיס וואס וועט אונז טרייבן צו ריינקייט. א ריינע דאטא בעיס טרייבט א ריינעם יוד.
נו, קודם א מעשה; די רבי אמאל אויפ'ן וועג אריין צום טיש האט פלוצים געפילט ווי די הויזן הייבט אהן זיך אראפגליטשען, ער שטעלט זיך גלייך אפ, צושפרייט די בעקיטשע און פארעכט זיך די הויזן לעיני כל החסידים, די גבאי ווערט רויט און שארט דעם רבי'ן אין אויער אריין "רבי, ספאסט נישט", ענפערט אים די רבי "אז די הויזן וועט פאלן אינגאנצען וועט עס יא פאסן?"
לאמיר קודם קלאר מאכ'ן אזוי, 12 סטעפס איז געמאכט פאר מענטשן וואס ליידן פון די מחלה וואס הייסט עדיקשאן, נישט יעדער אינגערמאן וואס מאכט קידוש ביים ליינען איז אן אלקעהאליק, נישט יעדער וואס רויכערט אמאל א לילקע איז א דראג עדיקט וכדומה, על פי רוב וועט א טרענירטע טערעפיסט וויסן צו זאגן צו איינער איז אן עדיקט צו נישט. איך וויל מיך דא באציען נאר צו מענטשן וואס זענען טאקע עדיקטס.
יעצט צום ענין, זייער אסאך מענטשן (נישט יעדער, אבער א חלק ניכר אויב נישט רוב) ווען זיי קומען אריין אין די 12 סטעפס פראגראם מיינט אידישקייט סייווי נישט קיין סך פאר זיי (איך בעהט איבער די וואס קענען נישט פארנעמען א נישט אזוי איינגעהאלטענע שפראך, אבער עס פעהלט זיך אויס לטובת הענין), זיי קוקען אויס אינדרויסן פונק ווי יעדער איינעם אנדערש, זיי גייען דורך די מאושענס פון אידישקייט, אבער ס'מיינט נישט גארנישט פאר זיי, נישט ח"ו ווייל זיי גלייבן נישט אדער זענען חלילה שלעכט, נאר פשוט ווייל פאר אן עדיקט מיינט גארנישט אין לעבען גארנישט.
לאמיר זיך אביסעלע אויסשמיסען וואס אדיקשען איז און וואס דאס טוט צו דעם מענטש וואס ליידט דערפון (עמיר רעדן פון אלקאהאליזם ווייל דאס איז די גרינגסטע פאר מענטשן צו פארשטיין, אבער די זעלבע גייט אהן פאר געמבלינג, דראגס, שמוץ, און וואס אימער עס זאל נאר זיין די זאך צו וואס דער מענטש איז אדיקטעד).
אן אלקאהאליק, ווען ער הייבט אהן טרינקען און נעמט אריין דאס ערשטע גלעזעל ברוינפען אין מויל, געשענט עפעס וואס איז פונקט פארקערט פון רוב מענטשן, רוב מענטשן וועלן דארפן דאס צווייטע גלעזעל אביסל ווייניגער ווי ער האט געדארפט דעם ערשטן, די דריטע נאך ווייניגער, און אזוי ווייטער ביז די אכטע צו ניינטע גלעזעל ווען ער האט געהאט גענוג און ער הערט אויף טרינקען, ער ווייסט וויפיל ער קען פארנעמען, און ער קען זיך אפשטעלן ווען ער קומט אהן אהין.
יעצט, לאמיר קלאר ארויסהאבן אז ווען מענטשן האבן פראבלעמען מיט'ן גיין צו 12 סטעפס, רעדט מען פון אט דעם אינגערמאן, דער אינגערמאן וואס איז שוין גרייט צו פארקוקען אויף אלעם און זיך אראפזעצן מיט פרעמדע מענטשן און ארויספאקן אלע זיינע אינערליכע סודות און ווייטאגן, ווייל זיין לעבן איז אים שוין סייווי נישט ווערד קיין איין ברעקל, דער אינגערמאן וואס אידישקייט איז פינסטער נעבעך, אסאך האבן טראמא פון ווערן אויפגעצויגן און אן אכזריות'דיגע אטמאספערע וואס זיינע עלטערן אדער מלמדים האבן גערופן אידישקייט און דאס קען גאר זיין די גורם צו זיין עדיקשאן, פאר דעם אינגערמאן קען מען זאגן גיי נישט זיך העלפן ווייל ס'שטימט נישט אינגאנצען מיט אידישקייט, צו ווייל ס’איז נישט פונק אונזער פלעיווער פון אידישקייט? איז עס נישט ווי די רבי וואס די הויזן גייט אים אינגאנצען אראפ פאלן און אים גורם זיין אסאך גרעסערע בושות? וואס וועט געשען אויב דער אינגערמאן גייט זיך נישט העלפן מיט די לעצטע זאך וואס איז אים נאך געבליבן צו פראבירען, גייט זיין אידישקייט זיין אקעי, גייט ער בכלל בלייבן בין החיים פאר לאנגע יארן?
(גיימיר אפילו נישט רעדן דערפון אז ס'איז בכלל נישט קיין סתירה, און אז אדרבה, מענטשן קומען דורך די סטעפס אהן צו אזא מין דערהויבענע אידישקייט און נאנטקייט צום הייליגען באשעפער וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געהאט אהן די סטעפס.)
עדיקשאן איז א טויטליכע מחלה און איז געהעריג א מצב פון פיקוח נפש (עיין ספרי הרב טווערסקי זצ"ל), פאר יעדער אנדערע מצב פיקוח נפש פארשטייט יעדער צו לייגן אידישקייט אין די זייט ווילאנג די סכנה גייט אריבער, קומט זיך נישט דעם אינגערמאן די זעלבע סענסעטיוויקייט און פארשטאנד?
די נושא איז זייער א האקעלע, און רבנים וואס פארשטייען נישט וואס עדיקשאן איז, קענען נישט די סטעפס, און קענען אסאך מאל נישט די עכטע מצב פונעם עדיקט צו וועם זיי רעדן, וועלן אסאך מאל הייסן אוועקשטיין דערפון אהן דאס דורך טהון געהעריג, זיי וואלטן נישט געפאסקנט א שאלה וועגן קימא אן דאס דורך טהון געהעריג, זיי וואלטן נישט געהייסן גיין לערנען איינשטאט נעמען קימא ווייל תורה איז סמא דחייא, אבער דא גייען זיי יא אוועקמאכן די 12 סטעפס און זאגן בראתי יצר הרע ובראתי תורה תבלין, ווייל ליידער ווייסען זיי נישט די עכטע מציאות הדברים, ס'איז נישט זייער שולד, נאכדערצו אז רוב מענטשן וואס גייען צו די פראגראם און טוישן זייער לעבן אויף הונדערט ביליאן מאל בעסער פילן געווענליך נישט פאר וויכטיג צוריק צו גיין צום רב און אים אינפארמירן וואס די סטעפס האבן געטהון פאר אים, ווייל זיי זענען שוין באקוועם מיט זייער לעבן, זיי ווייסן וואס זיי האבן צו טהון, און ס'איז זיי גוט אפילו די רב האלט נישט דערפון, ממילא הערן זיי נאר פון די וואס זענען דורך געפאלן אין פראגראם (געווענליך די וואס נעמען עס נישט ערענסט און ארבעטן נישט געהעריג די סטעפס).
איך קען מעיד זיין אויף איינע פון די גאר גרויסע חסידישע רביס וואס פלעגט זיין שארף דערקעגן, ביז ער האט געהערט פון מיר ערשט האנטיג און אינגאנצען געטוישט זיין מיינונג, צוליב זיין שמיעס מיט מיר האט ער געזאגט פאר א אינגערמאן מיט וועם ער האט מיטגעהאטלן פון די נאנט, יא צו גיין צו די סטעפס, און יעצט זעהט ער מיט די אייגענע אויגן וויאזוי דאס שטעלט אוועק יענעם אינגערמאן מיט זיין גאנצע שטוב אויף א הערליכע פארנעם, אבער דאס איז נאר אדאנק וואס ער האט אמת'דיג געקענט דעם אינגערמאן'ס מצב, און ער האט זיך עכט אריינגעלייגט צו פארשטיין, און ער פאלויט אוף.
האב איך עפעס אויסגעלאזט? דאכצעך כ'האב געזאגט אלעס וואס איך קען זאגן אויף די נושא אין א פאבליק פארום.
לעצט פארראכטן דורך פון אמעריקע אום מיטוואך מאי 12, 2021 7:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גרינגער האט געשריבן:איך זעה אז קיינער קומט נישט ארויס מיט א ווייטוגליכער נקידה וואס עס שפילט זיך אפ אין די צימערן פון די 12 סטעפס, אזוי ווי עס קומען אריין מענשטן צו די פראגראם וואס האבן געהאט שווערע פארגאנגענהייטן און וויבאלד זייער פארגענגענהייט איז למעשה געווען אינטער (אין די זעלבע צייט) א אידישע חינוך, דערפאר ווערט זייער בליק אויף אידישקייט זייער שווארץ, דערפאר ווען מען הייבט אן דעם פראגראם און מען הייבט אן רעדן פון באשעפער ווערן זיי פארקלעמט, ווייל און זייער טראמע מיינט דאס די זאך וואס האט אוועק געלייגט זייער לעבן, דערפאר זאגט מען זיי הער אויס, מיר רעדן נישט פון אידישקייט, מיר רעדן נישט פון דעם באשעפער פון וועם די האסט געהערט ביז היינט, מיר הייבן אן מיט א נייע באשעפער וואס אימער די ווילסט דיך פארשטעלן.
אייגנטליך וואס איז שלעכט, פאר די מיטגעמאכטע איד דארף מען אזוי רעדן ווייל ער האט טאקע נישט דעם ריכטיגען איינדרוק וואס דער באשעפער מיינט, די פראבלעם איז אז די אטמעספער אין 12 סטעפ צימערן איבערן אייבערשטן גייט אויף דעם מהלך, למשל איינער וואס האט קיין שום פראבלעם מיטן באשעפער אדרבה ער שפירט נישט אז זיין אידישקייט האט אים געהארעמט, אדרבה עס האט אים אסאך געהאלפן, נאר עפעס מיז זיין ער פארפעלט פון זיין אידישקייט אז עס האט אים נישט אפגעהאלטן פון זיין אדיקשן, אבער זיין ספאנסער קען אים זאגן די מיזט פארגעסן פון דעם וואס די האסט געטראכט אז דער באשעפער מיינט, דאס קען דיר נאר שטערן פון דיין ריקאווערי וכדומה זאכן וואס זענען סם פאר א וואוילע תמימות'דיגע איד וואס איז נעבעך אריין געפאלן אין אדיקשן און זיכט הילף.
איך זאג אויף מיינע ביינער, מען פארלירט דעם גאנצען געפיל פון אתה בחרתנו, מען קען דיר זאגן אז אתה בחרתנו קען דיר שטערן פון ריקאווערי ווייל ליבשאפט און טאלעראנץ איז דאך די סוד פון ריקאווערי
יעצט איך זעה דא, אז נאכן אראפ ברענגן אזוי שיין וואס די 12 סטעפס איז ווינדערן זיך מענטשן וואס קען דא זיין קעגן די תורה, אין הכי נמי, די 12 סטעפ גופא איז גארנישט קעגן די תורה אבער ווי אזוי אסאך גרופעס האבן זיך אויסגעשטעלט צו זיין, דאס קען יא זיין קעגן די תורה, און די רבנים ווייסן דאס, ווייל פרויען פון אדיקטס ריפן אריין וויינען אז זייערע מענער זענען געפאלן אין אידישקייט זייט זיי זענען אריין.
עס איז דא גרופעס וואס זענען נישט אויף דעם אויסשטעל און מען דארף וויסן ווי מען גייט, ווי אויך דארף מען ממש האלטן אויף א מצב וואס אויב ארבעט מען נישט אויף די פראגראם גייט מען פאלן און טוען מסוכן'דיגע זאכן, דאן וועט מען זוכן נאר תכלית אין די פראגראם, אבער אויב איינער האט נאך פלאץ צו פאלן און ער איז נאך נישט געפאלן קען דארט טרעפן ווי צו פאלן.
און אנדערע ווערטער מען דארף זייער פארזיכטיג וואס מען טוט, פרעגן רבנים וואס קענען זיך גיט אויס אין די נושא.
איך קען זאגן קלאר מיט איקספיריענס אז מען קען טרעפן ריקאווערי אן דעם מהלך פון אפהאקן פון די השקפה פון ביז יעצט, זיכער דארף מען טוישן געוויסע השקפות וואס מען האט בטעות זיך אויסגעפארעמט ביז היינט, אבער די נייע השקפות צו וואס מען דארף זיך ציפאסן איז אויך אידישקייט, און אלעס ליגט אין די תורה, מען דארף טאקע מאכן אידשאסטמענטס מיט די מהלך המחשבה אבער עס דארף בכלל נישט גיין מיט דעם סטעטמענט אז אידשיקייט האט דיר נישט געהאלפן, נאר אז דיין ביז איצטיגע בליק האט דיר נישט געהאלפן, און די דארפסט דאס פארעכטן, אלעס קען מען אנצייכענען אין ספרים.
אויב כ'מעג אויסקלארען, דאס וואס די זאגסט איז אמת, אבער זייער בליק אויף אידישקייט איז שוין פון לאנג געווען שווארץ ,און זייערע הערצער זענען שוין לאנג געווען פארקלעמט, ס'איז נישט געשען אין פראגראם, די פראגראם לערענט אויס מענטשן וויאזוי צו דערגיין ווי זייערע אמת'דיג לעבען'ס פראבלעמען ליגן, און צו נישט אוועקלויפן פון די אמת ווי ווייטאגליך עס זאל נאר זיין, ליידער ליידער זענען דא צו סאך ביי אונז וואס פילן אזוי וועגן אידישקייט זייט קינדווייז אויס, נאר זיי האבן קיינמאל זיך נישט דערוואגט עס צו פעיס'ן פנים אל פנים און דיעל'ן דערמיט, אין פראגראם דיעלט מען דערמיט.
איך בון נישטא זיך צו טענה'ן מיט איינעם איך האב געזעהן ווי די שמועס דא גייט אויף א אופן אז דער עולם דא ווילן שוין באלד אלע לויפן צו די 12 סטעפס, האב איך געוואלט אראפ ברענגן אנדערע זייטן פון מטבע, און פארגעס נישט איך קום פון דארט, איך בון נישט קיין פרעמדער, און איך האב געטראפן ריקאווערי ב"ה.
עס איז אמת אז געוויסע מענטשן קומען אהין אינגאנצן לאחר יאוש און זייער בליק אויף אידישקייט איז אלעמאל געווען שווארטץ, און אלעס איז נאר געווען מצוות אנשים מלמדה און זיי דארפן אנהייבן פון דאס ניי, דעס וואס די זאגסט אז אסאך ווערן אסאך מער געבויעט אין אידישקייט איז אויך אמת אבער מיט א גרויסע אבער.
וואס איז די אבער? די פראגראם הייבט אויף די מענשט גאר הויך אבער נאר נאר מיט די ערשטע פאר אני מאמין'ס פון די יג עיקרם, דאס איז בעצם נישט קיין פראבלעם ווייל פאר ריקאווערי פעלט אויס בעיקר דאס.
די פראבלעם איז אז די איבריגע "קענען" ווערן אראפגעריסן און אוועק געמאכט דורך "געוויסע" גרופע אטמעספערן. דאס מיינט מען קען זיין זייער נאנט מיטן אייבערשטן און מען שטייגט מיט אמונה אבער אן (אוב נישט מנוגד) תורה מן השמים און נביאות משה רבינו.
יעצט דער ווער עס קומט אן צו ריקאווערי, דאס מיינט די פראגראם ארבעט פאר אים ער ווערט ניכטער, דער וועט געווענטליך קומען צו א שענערע און אמתערע אידישקייט ווי בעפאר, ווייל ער קען ציביסלך מיט א ניכטערע קאפ צוריק קומען און פארשטיין אלעס ארום אידשקייט מיט א קלארערע בליק, (ווי שוין געזאגט די פראגראם גופא איז גארנישט מנוגד צו די תורה) אבער אינדערצווישן קען ווען ווערן אויסגעקילט אינגאנצן, און נישט יעדער קומט צוריק צו אידישקייט עס איז דא אזעליכע וואס געפעלט זיי בעסער צו גלויביג אן א אידישקייט, אדער און א בעסערע פאל נעמט ער אויס לויט זיין באקוועמליכקייט.
איך האב שוין אראפ געברענגט אויבן פון די 12 סטעפ בוך אז עס איז קיין שום ענין אויס צו לערנען די סטעפס פאר א ריליגיעזע מענטש דורכן אים זאגן דיין ריליגיע מאכט דיר פראבלמען אין ריקאווערי (איך רעדט נישט פון די וואס האבן באמת א פראבלעם מיט זייער רליגיע) פארקערט מען דארף אים זאגן וואס מען טוט דא אין די פראגראם פאר ריקאווערי, און ער זאל זעהן וואס ער האט עס פארפאסט אין זיין ריליגע, מען דארף אים בעיקר קלאר מאכן "די האסט געמיזט עפעס פארפאסן אין דיין ריליגיע אויב דאס האט דיך נישט אפגעהאלטן פון טרינקן".
למעשה האבן די גרופס מיך זעלבסט אפגעהאלטן פון ריקאווערי ווייל איך האב נישט געקענט איינגיין צו וואס מען האט מיר געזאגט איבער מיין ריליגע, נאר ווען איך האב באקומען מיין גוישע ספאנסער און ער האט מיר אנגעוויזן די אויבנדערמאנטע פעריגראף אין די בוך האבן זיך געפענט פאר מיר די טוער פון ריקאווערי, און איך גלייב אז איך בון נישט דער איינציגער אזוי, דער מין מענטש ווי איך האט נישט געקענט טרעפן ריקאווערי ווען מען האט זיך באצויגן צו זיין ריליגיע מיט גרינשעצונג. די הנחה אז מען מיז אזוי צי גיין צו אלע נייע געקומענע איז א פאלטשע הנחה, און עס איז א שלאס פאר ריקאווערי פאר אזעליכע מענטשן ווי מיר, און אזוי ווי אדיקשן איז טאקע סכנת נפשות איז עס אן אחריות זיך אזוי אומצוגיין מיט יעדן אן אריין טראכטן צו אפשר איז דא יעצט אן איקסעפשן.
גרינגער האט געשריבן:איך בון נישטא זיך צו טענה'ן מיט איינעם איך האב געזעהן ווי די שמועס דא גייט אויף א אופן אז דער עולם דא ווילן שוין באלד אלע לויפן צו די 12 סטעפס, האב איך געוואלט אראפ ברענגן אנדערע זייטן פון מטבע, און פארגעס נישט איך קום פון דארט, איך בון נישט קיין פרעמדער, און איך האב געטראפן ריקאווערי ב"ה.
עס איז אמת אז געוויסע מענטשן קומען אהין אינגאנצן לאחר יאוש און זייער בליק אויף אידישקייט איז אלעמאל געווען שווארטץ, און אלעס איז נאר געווען מצוות אנשים מלמדה און זיי דארפן אנהייבן פון דאס ניי, דעס וואס די זאגסט אז אסאך ווערן אסאך מער געבויעט אין אידישקייט איז אויך אמת אבער מיט א גרויסע אבער.
וואס איז די אבער? די פראגראם הייבט אויף די מענשט גאר הויך אבער נאר נאר מיט די ערשטע פאר אני מאמין'ס פון די יג עיקרם, דאס איז בעצם נישט קיין פראבלעם ווייל פאר ריקאווערי פעלט אויס בעיקר דאס.
די פראבלעם איז אז די איבריגע "קענען" ווערן אראפגעריסן און אוועק געמאכט דורך "געוויסע" גרופע אטמעספערן. דאס מיינט מען קען זיין זייער נאנט מיטן אייבערשטן און מען שטייגט מיט אמונה אבער אן (אוב נישט מנוגד) תורה מן השמים און נביאות משה רבינו.
יעצט דער ווער עס קומט אן צו ריקאווערי, דאס מיינט די פראגראם ארבעט פאר אים ער ווערט ניכטער, דער וועט געווענטליך קומען צו א שענערע און אמתערע אידישקייט ווי בעפאר, ווייל ער קען ציביסלך מיט א ניכטערע קאפ צוריק קומען און פארשטיין אלעס ארום אידשקייט מיט א קלארערע בליק, (ווי שוין געזאגט די פראגראם גופא איז גארנישט מנוגד צו די תורה) אבער אינדערצווישן קען ווען ווערן אויסגעקילט אינגאנצן, און נישט יעדער קומט צוריק צו אידישקייט עס איז דא אזעליכע וואס געפעלט זיי בעסער צו גלויביג אן א אידישקייט, אדער און א בעסערע פאל נעמט ער אויס לויט זיין באקוועמליכקייט.
איך האב שוין אראפ געברענגט אויבן פון די 12 סטעפ בוך אז עס איז קיין שום ענין אויס צו לערנען די סטעפס פאר א ריליגיעזע מענטש דורכן אים זאגן דיין ריליגיע מאכט דיר פראבלמען אין ריקאווערי (איך רעדט נישט פון די וואס האבן באמת א פראבלעם מיט זייער רליגיע) פארקערט מען דארף אים זאגן וואס מען טוט דא אין די פראגראם פאר ריקאווערי, און ער זאל זעהן וואס ער האט עס פארפאסט אין זיין ריליגע, מען דארף אים בעיקר קלאר מאכן "די האסט געמיזט עפעס פארפאסן אין דיין ריליגיע אויב דאס האט דיך נישט אפגעהאלטן פון טרינקן".
למעשה האבן די גרופס מיך זעלבסט אפגעהאלטן פון ריקאווערי ווייל איך האב נישט געקענט איינגיין צו וואס מען האט מיר געזאגט איבער מיין ריליגע, נאר ווען איך האב באקומען מיין גוישע ספאנסער און ער האט מיר אנגעוויזן די אויבנדערמאנטע פעריגראף אין די בוך האבן זיך געפענט פאר מיר די טוער פון ריקאווערי, און איך גלייב אז איך בון נישט דער איינציגער אזוי, דער מין מענטש ווי איך האט נישט געקענט טרעפן ריקאווערי ווען מען האט זיך באצויגן צו זיין ריליגיע מיט גרינשעצונג. די הנחה אז מען מיז אזוי צי גיין צו אלע נייע געקומענע איז א פאלטשע הנחה, און עס איז א שלאס פאר ריקאווערי פאר אזעליכע מענטשן ווי מיר, און אזוי ווי אדיקשן איז טאקע סכנת נפשות איז עס אן אחריות זיך אזוי אומצוגיין מיט יעדן אן אריין טראכטן צו אפשר איז דא יעצט אן איקסעפשן.
איך בין נישט מחולק אז די פראבלעם טוט עקזעסטירן, נאך אלע מעשות זענען מענטשן אין פראגראם נישט פון די געזינטסטע סארט, און געוויסע קענען נעמען זאכן צו אן עקסטרעם, די פשוטע עצה איז לכאורה אז דער וואס ברענגט אריין א חבר זאל אים דאס אנזאגען פון פאראויס אז ער דארף זיך היטן פון דעם, בעפאר איך בין אריין האט מיר איינער אנגעזאגט זיך צו היטן פון מענטשן וואס זיצן דארט אפ יארן און זענען בכלל נישט דארט פאר ריקאווערי.
איך וויל אבער נאכאמאל ארויסברענגן די מציאות אז עדיקשאן איז פיקוח נפש ממש, אפי' מיט די אלע זאכן וואס באדערט מענשטן וועגן די 12 סטעפס, איז עס לפענ"ד נאך אלס נישט קיין תירוץ אפצורעדן איינער וואס האט פראבירט אלעס אנדערש אהן הצלחה פון אהין גיין, מיר ווייסען ליידער פון קראנטע מעשות פון היימישע מענטשן וואס זייער רב האט זיי נישט געלאזט גיין צו די סטעפס, און ליידער האלט מען שוין לאנג נאך די יארצייט, כ'בין נישט מגזם.