אדיקציע - 12 סטעפס פראגראם

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

שמואל בארג האט געשריבן:א בעל עבירה צוליב זיין עדיקשאן קראנקהייט ברויך א רופא פאר עזיבת החטא, און תפילות ומעשים טובים פאר די מחילה.

אט דאס איז די 12 סטעפס על רגל אחת. רפואה, תפלה, ותיקון המעשים.

ואידך פירושא היא זיל גמור
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31270
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

בן דותא האט געשריבן:
נעה האט געשריבן:אויפן הד"א וועבזייטל איז דא א בוק שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש
מסביר די גאנצע זאך בטוב טעם ודעת

א לינק ביטע צום ביכל

מסתם דאס https://hitdanoigen.com/images/handbook.pdf
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
חיים חייקל
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 11:20 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים חייקל »

קנאפער ידען האט געשריבן:
בן דותא האט געשריבן:
נעה האט געשריבן:אויפן הד"א וועבזייטל איז דא א בוק שיין איבערגעטייטשט אויף אידיש
מסביר די גאנצע זאך בטוב טעם ודעת

א לינק ביטע צום ביכל

מסתם דאס https://hitdanoigen.com/images/handbook.pdf

ניין סאיז דאס
https://drive.google.com/file/d/1C1mYiL ... r57vn/view
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

(נאך באקומען)

דא האט איר א לענגערע איבערזיכט אויף די 12 סטעפס לויט ווי איך פארשטיי זיי, איך וועל ציביסלעך שוקן איין סטעפ אויפאמאל:
(ביטע נעמט און אכט איך וועל זיך באניצן מיט אלקאהאל ווייל אויף דעם איז געבויעט די ארגענעלע 12 סטעפס, יעדער קען דאס אויפטוישן מיט זיין פערזענליכע עדיקשען ווי עסן, אינטערנעט עניינים, געמבלינג, דראגס, MOVIES\TV SHOWS אא"וו - ביטע פארגעבן אז מיין ספעללינג איז נישט די בעסטע)

סטעפ 1) We admitted we were powerless over alcohol— that our lives had become unmanageable

מיר האבן מודה געווען אז מיר זענען מאכטלאז איבער אלקאהאל - אונזער לעבן איז געווארן אומקאנטראלירבאר.

אסאך קשיות און צימישעניש איז דא ארום די ערשטע חלק פון דעם סטעפ אפילו פאר געוויסע וואס ארבעטן אדער שטיצן די 12 סטעפס, און איך קאן אויך זיין אימריכטיג. איך וויל דעריבער ארויסברענגען איין נקודה וואס האט מיר שטארק געהאלפן.

די חידוש פון סטעפ איינס איז אז "די גוף און די מח פון אן עדדיקט איז אנדערש פון א רעגולארער מענטש".

זיין גוף איז אנדערש ווייל ווען סתם איינער טרינקט אלקאהל פאסירט צו עם איין זאך, וואודעראום ווען אן אלקעהאליק טרינקט משקה געשעהט גאר עפעס אנדערש צו זיין גוף, (וואס אגב דאס איז שוין געווארן אויפגעוויזן מיט מעדיקל טעסטס) און א אומקאמטראליבארע גליסטעניש צינט זיך אן וואס קיין מענטשליכע כח קען דאס נישט אפשטעלן, און אפילו אויב יא איז דאס נאר צייטווייליג, פריער אדער שפעטער וועט ער טרינקן נאך און נאך אן קיין קאנטראל.

זיין מח איז אנדערש, ווייל יעדער מענטש וואס ווייסט אז א געוויסע זאך איז נישט גוט פאר עם, למשל איינער וואס איז אלערדזשיק צו פינאטס, ווען ער עסט דאס געשעהט נישט גוטע זאכן, וועט ער דאס אוודאי מער נישט עסן ער וועט שטיין ווייט פון דעם. אן אלקעהאליק אבער אפילו ער ווייסט וואס טרינקען טוט צו עם, ווי עס ברענגט עם יעדעס מאל, וויפיל שאדן צער און עגמת נפש פאר זיך און אלע ארום זיין טרינקען איז גורם. דאך וועט קומען די צייט וואס זיין מח וועט אויפקומען מיט כל מיני סיבות פארוואס עס איז אקעי צו כאפן א טרינק "עס איז נאר א קליינע לחיים" "עס איז נאר ביר" "עס איז אויסגעמישט מיט עפעס אנדערש" "איך טרינק נאר א משהו און פארטיג" וכדומה…. און פאר וואס ווען ווי איז ער צוריק צום אלטן און אנגעטרינקען (ווייל ווי נאר ער נעמט דעם ערשטן טרינק צינט זיך אן די אויבן דערמאנטע אומקאנטראלירבארע גליסטעניש) און פארשטייט נישט וואס איז דא געשען? וויאזוי קען דאס זיין אז איך בין אזוי געפאלן נאכאמאל? איך האב דאך זיך אליינס צוגעזאגט אז מער טוה איך דאס נישט? רבונו של עולם ווי קען איך זיין אזא נאר און מיך לאזן איינרעדן צו טוען דאס וואס איז גורם אז איך גיי פארלירן אלעס אויף די וועלט?

מאנכע קוקן אויף דעם מענטש און זאגן "די קענסט זיך שטארקן" "די דארפסט זיך מתגבר זיין" "דאס איז סתם א ייצר הרע" "די גייסט פשוט נאך דיינע תאוות" "די דארפסט תשובה טוען" "לייג זיך אריין אין תורה"...

לאמיר זיך אבער אפשטעלן א מינוט און צוהערן וואס מענטשן וואס זענען עדדיקטעד דערציילן, די געוואלדיגע יסורים בגוף ונפש זיי און זייערע באליבטע גייען אדורך, וואס אלץ זיי האבן שוין פראבירט זיך צו העלפן, וויפיל תפילות און קבלות ברכות און הזכרות, און גארנישט העלפט נישט.
וואס איז פשט? וואס גייט דא פאר? די תירוץ איז סטעפ איינס, וואס ארבעט פאר אנדערע מענטשן ארבעט נישט פאר דעם עדדיקט, ווייל ער איז אנדערש, ער איז א חולה וואס זיין גוף און מח איז אנדערש פון א צווייטן.

דאס איז וואס די ערשטע סטעפ זאגט, מיר האבן איינגעזעהן אז מיר זענען מאכטלאז ווייל אונזער גוף און מח איז אנדערש און אליינס קענען מיר זיך נישט העלפן מיר האבן אלעס פראבירט און עס גייט נישט.

די צווייטע חלק פון דעם סטעפ "אונזער לעבן איז געווארן אומקאנטראלירבאר" האט צוויי חלקים. די פשוטע חלק אז אונזער לעבן איז אינגאנצן ארויס פון קאנטראל וועגן אונזער עדיקשען. אבער עס ליגט מער און דעם, און דאס איז אז מיר האבן בכלל א פראבלעם וויאזוי זיך אומצוגיין און לעבן, און מיר שטאלפערן זיך כסדר אן און שוועריגקייטן (וואס פארשטייט זיך אונזער עצה צו אלע שוועריקייטן איז טרינקען). אליינס קענען מיר נישט זיך אומגיין מיטן לעבן און מיר דארפן הילף.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

Gibbs האט געשריבן:(נאך באקומען)

יישר כח
ביטע זיי ממשיך
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

המשך

סטעפ 2) “Came to believe that a Power greater than ourselves could restore us to sanity"

מיר זענען געקומען צום גלויבן אז א כח גרעסער פון אונז קען אונז צוריקשטעלן צו נארמאלקייט.

צום ערשט מוז ווערן קלאר געשטעלט אז היות די 12 סטעפ פראגראם איז נישט קיין "רעליגיעזע" פראגרם, עס באלאנגט נישט און איז נישט קיין חלק פון קיין שום ספעציפישע גלויבונג, וואס מאכט עס זייער געשמאק פאר יעדן וואס דארף עס צו זיין א חלק דערפון. פארדעם נוצן זיי דעם אויסדריק "גרויסער כח". און פאר רוב רובם מיינט דאס דער באשעפער.

ווי געזאגט אין סטעפ 1 קומט דער אלקאהאליק צו צו א מצב ווי ער קען זיך אליינס נישט העלפן ער דארף הילף פון עפעס שטערקער ווי זיך אליינס ווייל וויפיל ער האט פראבירט אליינס איז ער דורכגעפאלן. קומען מיר אין סטעפ 2 צו אז מיר זענען געקומען צום אנערקענונג אז עס איז דא א כח וואס איז שטערקער פון אונז וואס קען אונז העלפן און ארויסנעמען און אויסהיילן.

מאנכע פרעגן וואס איז די חידוש דא? ווער פון אונז גלויבט דען נישט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, און אז ער איז די איינציגסטע כח וואס איז נאר דא, ער מאכט און אוז מחי' אלעס יעדע רגע. די תירוץ איז אז אוודאי גלויבן מיר, אבער וואס מיר זוכן אין סטעפ 2 איז צו בויען, און שאפן א פערזענליכע קשר מיט אונזער גאט. אפילו איינער וואס גלייבט און באשעפער, אבער שפירט ער און לעבט ער מיט א פערזענליכע שטענדיגע קשר מיטן אייבערשטן? פאר אן עדיקט זיך צו ערהוילן מוז ער ארבעטן אויף, און צוקומען צו לעבן מיט א נאנטע און שטארקע קשר מיט זיין באשעפער.

אסאך שטאלפערן זיך אן אין שוועריגקייטן דא, ווייל אפילו זיי גלויבן אין אלעס, איז אבער דא א געוואלדיגע ריחוק און זייער אסאך מאל אויך א פחד פונעם אויבערשטן. סיי צוליב וואס מיר לערנען און הערן כסדר אז דער באשעפער שטראפט און אז ער איז ברוגז וכדומה. און נאכמער פאר אן עדיקט וואס האט שוין אפגעטוען אזויפיהל זאכן וואס דער באשעפער איז אוודאי זייער ברוגז אויף עם און וויל עם שטארק באשטראפן פאר דעם אלעם. ממילא איז זייער שווער צו אנקניפן א נאנטע און ליבליכע קשר מיטן אייבערשטן און אוודאי איז זייער שווער צו עם בעטן און זיך אינגאנצן פארלאזן אויף עם אז ער גייט מיך דא ארויסהעלפן.

אזוי אויך מיטשענען זיך אסאך מיט סטעפ 2 ווייל א שטארקע חלק פון וויאזוי מיר טראכטן און שטעלן זיך פאר וויאזוי דער אייבישטער קוקט אויף אונז, איז נשפע דורך די מענטשן און אונזער לעבן וואס מיר קוקן ארויף אויף. מענטשן וואס אין א געוויסע זין זענען זיי א גרעסערע כח פון אונז אין אונזערע אויגן. ווי למשל א טאטע, מאמע, רבי וכדו' און אסאך מאל זענען זיי אזעלכע וואס געבן אונז דעם געפיהל אז א העכערע כח איז שלעכט, שטרענג, פארשטייט מיך נישט, האט נישט קיין צייט פאר מיר, קען מיך נישט פארנעמען, איז נישט נאענט צו מיר, קומערט זיך נישט איבער מיינע ווייטאגן און פראבלעמען, קען מיך נישט העלפן פארלאנגט אזוי סאך אא"וו.... וואס איז גורם אז מיר קוקן אויך אן דעם באשעפער די זעלבע און דאס שטייט אויך אין וועג פון די קשר וואס מיר ווילן שאפן מיטן באשעפער.

ליגט דא א געוואלדיגע ארבעט אין סטעפ 2 אויב וויל דער אלקאהאליק זיך ראטעווען פון זיין קרענק, צו אנהייבן טוישן זיין בליק און קשר מיט זיין באשעפער ווייל אנדעם איז ער פארלוירן. צו וויסן אז דער אייבישטער איז אונזער טאטע וואס האט אונז ליעב אפגעזעהן וואס מיר האבן געטוען אדער נישט געטוען. ער פארשטייט דיך און איז נישט ברוגז, ער ווייסט ווי שטארק דו ווילסט נישט טוען וואס דו טוסט, דו קענסט זיך פארלאזן אויף עם און ער איז שטענדיג דא פאר דיר גרייט מיט אפענע ארעמס דיך ארומצונעמען.

און די געוואלדיגע זאך וואס די פראגרעם זאגט אונז איז אז דו מיזט זיך נישט טוישן היינט און איין מינוט, די דארפסט נאר זיין ווילינג און גרייט זיך צו טוישן, צו האלטן די מח אפן צו טויש און דורך ארבעטן די איבעריגע סטעפס מיט גאט'ס הילף וועט זיך דיין הארץ עפענען און די נאענטשאפט וועט וואקסן כסדר. די עיקר וואס דו ברויכסט אין סטעפ 2 איז גלייבן אדער זיין וויליג צו גלייבן אז עס איז דא א כח (באשעפער) וואס איז שטערקער פון דיר וואס קען דיך און וויל דיך ארויסנעמען פון דיין פלאג.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

Gibbs האט געשריבן:המשך

יישר כח ביטע זייט ממשיך
אויב מען שרייבט נישט א שכח מיינט נישט אז מען טאג נישט ממשיך זיין
איך שרייב יעצט פאר די נעקסטע 10
יישר כח יישר כח יישר כח ביטע זייט ממשיך מען ווארט ארויף אויף דעם ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

המשך

סטעפ 3) Made a decision to turn our will and our lives over to the care of God as we understood Him

מיר האבן געמאכט אן החלטה צו איבערגעבן אונזער ווילן און לעבן צו די אחריות פון גאט ווי מיר האבן עם פארשטאנען

צום ערשט איז וויכטיג צו אדרעסירן די "גאט ווי מיר האבן עם פארשטאנען" חלק, וואס פאר אונז אידן קען אויסקוקן כפירה'דיג. איז קודם כל אזויווי אויבן דערמאנט די 12 סטעפ פראגרעם איז אוועקגעשטעלט געווארן אויף אן אויפן וואס מאכט עס באקוועם פאר יעדער סארט מענטש פון סיי וואס פאר א גלויבן. ממילא האבן זיי דא געשריבן דעם דריטן סטעפ אויף זייער א ברייטן וועג אז קיינער זאל נישט שפירן אז דער פראגרעם ארבעט נאר פאר מענשן פון א געוויסע גלויבן, און יעדער מוז גלויבן די זעלבע זאך.

אבער עס איז דא א טיפערע הבנה אויך אין דעם. מיר האבן ארויסגעברענגט און סטעפ 2 אז כדי צו קענען ארויסקריכן פון די פלאנטער פון עדיקשן ברויכן מיר בויען א נאענטע פערזענליכע קשר מיט אונזער באשעפער, א קשר וואס איז געבויעט אויף ליעבשאפט און ווארימקייט. וואס דאס איז זייער א פערזענליכע קשר פאר יעדעס מענטש, און יעדער פאר זיך אין סטעפ 2 ארבעט אויף צו אויסקלארן פאר זיך וואס ער דארף צוצוקומען צו האבן דעם נאענשאפט. וועלכע מחשבות, פחדים, דערווייטערדיגע געדאנקען אויפן אויבערשטן ער טראגט זיך ארום מיט, וואס ער ברויך לאזן גיין, צו קענען בויען דעם נאענטן קשר וויסענדיג אז דיין טאטע האט דיך ליעב דו דארפסט נישט מורא האבן פון עם (נישט צו פארטוישן "יראת שמים" מיט "פחד שמים" א טעות וואס האלט אזויפיהל פון אונז ווייט פון טאטי) דאס ליגט אין די ווערטער "גאט ווי מיר האבן עם פארשטאנען" דיין פערזענליכע באשעפער די קשר און פארשטענדעניש וואס איז פערזענליך צווישן דיר און גאט.

יעצט אז דו האסט דיין פערזענליכע קשר און נאענטשאפט מיט דיין באשעפער קענסטו צוקומען צו זיך אינגאנצן איבערגעבן און זיינע ליבליכע הענט און עם לאזן קער נעמען פון דיר און אלעס וואס דו ברויכסט.

אבער אמת'דיג גערעדט עס איז נישט אזוי גרינג זיך אינגאנצן איבערצוגעבן, און אפילו יא האלט דאס נישט אן פאר לאנג עס איז נישט גרינג צו לעבן שטענדיג אינגאנצן איבערגעגעבן פאר גאט עס איז זייער גרינג צו פארגעסן אז ער פיהרט אלסדינג און נאר צו עם דארף מען זיך ווענדן. פארדעם הייבט זיך די סטעפ אן מיט די ווערטער "מיר האבן געמאכט אן החלטה" וואס ליגט אין דעם אז מיר האבן מחליט געווען אז דאס גייט פון היינט זיין די דירעקציע פון אונזער לעבן, און אפילו מיר וועלן נישט שטענדיג זיין ביי דערביי און דאס געדענקען וועלן מיר פון היינט ארבעטן דערויף און טוען אלעס וואס מיר קענען צו לעבן מער און מער מיט דעם (אריינגערעכנט און דעם איז א קבלה צו ארבעטן די איבעריגע סטעפס וואס דורך דעם וועלן מיר קומען נענטער צו לעבן איבערגעגעבן צום אויבערשטן).

א גרינגע און זייער שטארקע וועג צו זעהן און פארשטיין די חילוק צווישן מיין ווילן און גאט'ס ווילן איז כדי אויסצופראבירן. נעם א פאפיר און מאך א ליסטע פון זאכן וואס הייבן זיך אן מיט "איך וויל" למשל
איך וויל האבן געניג\אסאך געלט
איך וויל האבן גוטע שלום בית
איך וויל האבן גוטע קינדער
איך וויל האבן א גוטע\גרינגע פרנסה
איך וויל האבן א גוטע קשר מיט אנדערע
איך וויל זיין באליבט
איך וויל זיין רעספעקטירט ביי אנדערע
איך וויל האבן א נאענטע קשר מיטן אויבערשטן
איך וויל האבן א גוטע באקוועמע קאר
איך וויל האבן א גוטע באקוועמע הויז
איך וויל אז מיינע ארומיגע זאלן זיך אויפפירן מענטשליך
אא"וו די ליסטע גייט אן קיין סוף

יעצט קוק איבער די ליסטע און זעה וויפיל זאכן גייען דיין וועג? געווענליך איז דא אסאך זאכן וואס נישט, ריכטיג? אוודאי איז דאס לעבן שווער און נישט געשמאק (און מען דארף אנטלויפן צו אונזער עדיקשן צו אוועקלויפן פון די ווייטאג) עס גייט נישט אזויווי "איך" וויל! דאס איז ווען מיר לעבן מיט אונזער ווילן. אבער ווען מיר געבן אויף אונזער ווילן פאר דעם אויבערשטן'ס ווילן, און לעבן מיט הכנעה און נעמען אן זיין ווילן פאר אונז וויסענדיג אז ער האט אונז ליעב און ער ווייסט בעסער וואס איז גוט פאר אונז און מיר קענען זיך אינגאנצן פארלאזן אויף אים, איז דאס לעבן רואיג און געשמאק.

אבער ווי פריער געזאגט איז שווער שטענדיג צו לעבן מיט דעם און עס איז זייער גרינג צוריקצופאלן צום שווארצן שווערן לעבן ווי זאכן גייען נישט מיין וועג. פארדעם איז סטעפ 3 א לעבנסלענגליגע עבודה און מיר דארפן און קענען נישט זיין פערפעקט אין דעם. מיר ארבעטן זיך צו פארבעסרן איין טאג אויפאמאל און מיר געדענקען אז מיר זענען מוגבל און מיר פראבירן די בעסטע און דער אויבערשטער וועט אונז העלפן און מיר בעטן עם כסדר פאר הילף אז מיר זאלן צוקומען מער צו לעבן מיט דעם.

אזוי אויך זענען דא שוועריגקייטן וואס מיר האבן מיט זיך אליינס, שווערע מידות און זאכן וואס מיר האבן געטוען אין די עבר וואס שלעפן אונז אראפ און מאכן עס שווער צו ווערן און בלייבן נאענט מיט גאט. פארדעם ברויכן מיר ארבעטן די איבעריגע סטעפס וואס טוט זיך אפגעבן מיט דעם אלעם!
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

WOW
הערליך הערליך
גיי אן ווייטער ביז סטעפ 12, מען האט זייער הנאה פון דיין ארבייט
(פארשטייט זיך אז רוב וואס האבן הנאה קענען נישט אדער ווילן נישט שרייבן.)
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

המשך

סטעפ 4) "Made a searching and fearless moral inventory of ourselves"

מיר האבן געמאכט א גרינטליכע און אומדערשראקענע מאראלישע איבערזיכט פון זיך.

די פערדע סטעפ הייבט אן מיט די ארבעט פון דערגיין די חלקים פון אונזער כאראקטער און חולי הנפש וואס מיר האבן. וואס זיי זענען די סיבה אונטער אונזער אויפפירונג, וואס טרייבט אונז צו אונזער עדיקשן, און בכלל מאכט אונזער לעבן שווער און אומדערטרעגליך. און איבער אלעם איז וואס שטייט אין די וועג פון אונז האבן, און לעבן מיט א נאענטע קשר מיטן באשעפער.

כדי דאס צו דערגיין גייען מיר מאכן אן אינווענטארי, א ליסטע פון אלע מענטשן וואס מיר זענען בייז און האבן א שווער הארץ אויף זיי. דאס גייט אונז העלפן סיי צו דערגיין אונזערע כאראקטער שוועריגקייטן. אזוי אויך וועט דאס אונז העלפן צו אוועקנעמען און אויסגלייכן אסאך (אדער אלע) אונזערע אויפרעגענישן, וואס איז זייער שעדליך פאר יעדן און ספעציעל פאר איינעם מיט עדיקשן. עס איז די נומבער 1 זאך וואס הארגעט אונז און טרייבט צו די עדיקשן.

מיר נעמען א פאפיר און מיר מאכן 4 קאלומס:

אין די ערשטע שרייבן מיר די ליסטע פון נעמען פון מענטשן וואס מיר זענען אויפגערעגט אויף זיי. און נישט נאר מענטשן אזוי אויך אינסטיטוציעס אדער ארגעניזאציעס, אדער סיי וואספארא אנדערע זאכן אויף די וועלט וואס רעגן דיך אויף און באדערן דיך.

אין די צווייטע קאלום שרייב די סיבה פארוואס די ביזט אויפגערעגט אויף דעם מענטש\זאך.

אין די דריטע קאלום שרייב אריין וועלכע חלק פון דיר איז אפעקטירט פון דעם מענטש\מעשה.

האט עס אפעקטירט דיין:
זעלבסט זיכערקייט (סעלף עסטיעם) וויאזוי דו אליינס שפירסט וועגן זיך.
שטאלץ (PRIDE) וויאזוי אנדערע קוקן דיך אן.
אימאציאנאלע זיכערהייט.
פינאנציעלע זיכערהייט.
דיינע שאיפות.
באציאונג מיט אנדערע.
באציאונג מיט די ווייב.

אין די פערדע קאלום גייען מיר שרייבן אונזער חלק און דעם און דאס האט צוויי חלקים:

קודם קוקן מיר אויף וואס מיר האבן געטוען אדער וואסערע זאך אין אונז האט גורם געווען דאס וואס האט פאסירט. ווייל זייער אסאך (אדער ע"פ רוב) אינצידענטן און שוועריגקייטן וואס מיר האבן מיט אנדערע, איז דא אין דעם א חלק וואס באלאנגט צו מיר, וואס אויב איך וואלט דאס נישט געטוען\געזאגט, וואלט עס נישט געקומען צו דעם. די געדאנק דא איז נישט צו מברר זיין ווער איז "שילדיג" נאר צו אנהייבן קוקן אויף אונזער זייט און זיך כסדר פרעגן "וואס איז מיין חלק דא?"

אסאך מאל איז דא א מצב וואס מיר קענען נישט זעהן קיין שום אייגענע חלק אין וואס האט פאסירט. קוקן מיר פאר די נקידה אין אונז וואס אויב וועט דער אייבישטער דאס טוישן און פארבעסערן וואלטן מיר נישט געשפירט דעם אויפרעגעניש. למשל אויב וואלט איך ווען נישט געווען פארנומען נאר מיט וואס "איך" וויל און וואס איז גוט פאר "מיר", אויב קען איך זיין מער פארשטענדליך צו אנדערע מענטשן'ס געברויכן און געפיהלן, זיך אריינלייגן אין יענעמס שיך, וואלט געווען אנדערש? די תכלית איז נישט זיך צו "באשילדיגן" נאר וואס דארף דער אייבישטער אויסהיילן אין מיר.

אסאך מאל אויך איז דא ווייטאג וואס קומט פשוט פון זיך נישט אויסדריקן און אוסשמועסן מיט אנדערע וואס אונז באדערט וכדו' אדער איז דא אסאך אויפרעגעניש וואס שטאמט פון פחד למשל איינער איז אויפגערעגט אויף די פאליציי וואס באמת האט ער פשוט פחד פון זיי וואס ברענגט צו אז ער זאל ווערן אויפגערעגט. איז די זעלבע זאך אויב השי"ת וועט אוועקנעמען מיין פחד אדער מיר העלפן זיין אפן מיט אנדערע וואלט אויך נישט געווען די ווייטאג אזוי.

אזוי אויך איז דא זייער אסאך מאל וואס זאכן באדערן, וואס א גרויסע חלק פון די ווייטאג שטאמט פון דעם אז מיר אליינס שפירן נישט גוט וועגן זיך אליינס. למשל דו ביזט אנגעווייטאגט אויף דיין בעה"ב ווייל ער האט דיך אריינגעזאגט. פרעג זיך, "ווען איך וואלט ווען געשפירט זייער גוט וועגן מיך וואלט עס אויך אזוי וויי געטוען?" עס קען פאסירן די זעלבע געשעעניש צוויי מאל און איינמאל באדערט עס פיהל מער ווי די אנדערע מאל יא? וואס האט זיך געטוישט? די זעלבע מענטש האט געטוען אדער געזאגט די זעלבע זאך פארוואס באדערט עס נישט אייביג די זעלבע? די תירוץ איז ווייל "דו" האסט זיך געטוישט. ווען דו שפירסט גוט וועגן זיך באדערן דיך זאכן ווייניגער, ריכטיג? דאס ווייזט אונז אז א גרויסע חלק פון די אויפרעגעניש אויף יענעם האט באמת גארנישט מיט יענעם נאר מיט מיר אליינס.

דאס איז די עיקר נקידה וואס מיר זוכן צו דערגרייכן מיט די פערדע סטעפ, צו איינזעהן אז אונזערע ווייטאגן און אונזער פריי ווערן פון זיי ליגט נישט און אנדערע נאר און אונז אליין. נישט "יענער" דארף זיך פאררעכטן אז מיר זאל זיין גוט, דער אויבערשטער קען "מיך" טוישן און אלעס וועט שוין זיין גוט. און מיר גייען שפעטער בעטן השי"ת אוועקצונעמען און אויסהיילן די אלע זאכן אין אונז וואס זענען די גורם פאר אונזערע שוועריגקייטן. וואס דאן וועלן מיר קענען לעבן א רואיגן און ליבליכע לעבן און זיין פארנומען מער מיט וואס מיר קענען טוען און געבן פאר אנדערע און נישט ארומגיין מיט אזויפיהל שווערע געפיהלן און ווייטאג און זיין פרייליך און ווערן נענטער און נענטער מיטן באשעפער.

אין קורץ, פאר יעדע זאך\נאמען אויף אונזער ליסט וואס באדערן אונז, קוקן מיר וואס זאגט דאס וועגן מיך? וואס דארף איך אנקומען אז דער אייבישטער זאל טוישן\אויסהיילן אין מיך וואס דאס וועט טוישן וויאזוי איך קוק אן און שפיר וועגן זאכן און מענטשן אין מיין לעבן.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז צומאל זענען דא זאכן וואס האבן צו טוען מיט טראמא פון די יוגנט און מען דארף צוגיין צו דעם מיט ווייכקייט אבער דא אויך קענען מיר טרעפן דעם נקידה און ווייטאג וואס דאס גייען מיר בעטן דעם אויבערשטן צו אויסהיילן און אוועקנעמען.

לאמיר פארשטעלן א דוגמא פון א סטעפ 4

איך בין אויפגערעגט אויף:
מיין ווייב

פארוואס?
זי האט מיר געגעבן א פסק און געמאכט פיהלן שלעכט

וואס האט דאס אפעקטירט?
מיין זעלבסט זיכערקייט, אימאציאנאלע זיכערהייט, און באציאונג מיט די ווייב.

וואס איז מיין חלק, וואס זאגט דאס וועגן מיר?
איך שפיר נישט די בעסטע וועגן זיך אליין
איך קען מער פארשטיין וואס אנדערע שפירן
איך קען בעסער אננעמען אנדערע מענטשן'ן פראבלעמען און שוואכקייטן
איך קען צולייגן מער מחשבה און מער קאמיוניקירן מיט מיין ווייב

עס איז דא נאך אסאך צו רעדן אויף די סטעפ איך האף אז דעס ביסל געבט א שטיקל באגריף וועגן דעם סטעפ!
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

המשך

נאך דעם מאכן מיר נאך אן אינווענטארי דאסמאל אויף אונזערע פחדים. וואס אזויווי אונזערע אויפרעגענישן מאכט אויך אונזער לעבן שווער און צומאל אומדערטרעגליך, און שטייט אויך אין וועג פון אונזער נאענטע קשר מיטן אויבערשטן, און שטאמט פון לעבן א לעבן פון זיך פארלאזן אויף זיך אליינס און נישט אויפן אויבערשטן.

אזויווי די פריערדיגע אינווענטארי זענען דא אויך דא פארשידענע מהלכים וויאזוי דאס צו טוען מיר וועלן דא גיין מיט איין מהלך וואס איז זייער פשוט און גרינג.

אין די ערשטע קאלום מאך א ליסטע פון אלע זאכן, מענטשן, אדער געשענישן וואס דו האסט מורא פון זיי.

און די צווייטע קאלום נעבן יעדע זאך אויף דיין ליסטע שרייב די סיבה פון די פחד.

און די דריטע קאלום שרייב וויאזוי לעבן א לעבן פארלאזענדיג אויף זיך אליינס איז גורם דעי פחד און עס ארבעט נישט.

און די פערדע קאלום שרייב אויף יעדע פחד וואס דער אויבערשטער וויל דו זאלסט זיין אנדערש וואס מיט דעם וועסטו מער נישט לעבן מיט דעם פחד און דא בעטן מיר א תפילה צו עם "באשעפער ביטע נעם אוועק מיין פחד און פיהר מיינע מחשבות צו וואס דו וואלסט געוואלט איך זאל זיין"

לאמיר נעמען א דוגמא :

ערשטע קאלום "איך האב מורא פון" נישט האבן גענוג געלט

צווייטע קאלום "די סיבה" הוצאות וואקסן און הכנסות נישט

דריטע קאלום "וויאזוי לעבן א לעבן....." וויבאלד איך לעב מיט די מהלך המחשבה אז אלעס אין מיין לעבן ווענד זיך און איז אפהענגיג אין מיך, און איך בין דער וואס שאפט און מאכט. איז דאס גורם אז איך זאל האבן דעם פחד.

פערדע קאלום "וואס דער אויבערשטער וויל דו זאלסט זיין..." דער אויבעשטער וואלט געוואלט איך זאל לעבן מער מיט א חשבון פראבירן וויפיהל איך קען צו שניידן הוצאות נישט ספענדן אין די וועלט אריין אן קיין שום חשבון. אויך וואלט ער געוואלט איך זאל ארבעטן אויף מיין אמונה און בטחון און געדענקען אז ער פיהרט די וועלט נישט איך, און איך קען זיך אינגאנצן פארלאזן אויך אים איך דארף נאר כסדר דאווענען און רעדן צו אים. און איך בעט "באשעפער ביטע נעם אוועק מיין פחד פון נישט האבן גענוג געלט, העלף מיך געדענקען אז איך בין נישט דער וואס פיהרט די וועלט און נישט איך קאנטראליר וואס עס פאסירט. העלף מיך זיין אחריות'דיג מיט מיין געלט, און העלף מיך זיך פארלאזן אינגאנצן נאר אויף דיר, און לעבן אן קיין פחד אמן.
אוועטאר
Yitzchok Shmiel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 476
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:37 am
לאקאציע: Misplaced

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yitzchok Shmiel »

הערליך!
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

המשך

סטעפ 5 "admitted to God, to ourselves, and to another human being the exact nature of our wrong"

מיר האבן מודה געווען צום באשעפער, צו זיך אליינס, און צו נאך א מענטש די פינקטליכע נאטור (מציאות) פון אונזער אומריכטיגקייט

סטעפ 5 העלפט אונז ארויסקומען פון די באהאלטענקייט און בושה וואס מיר לעבן מיט. אזוי אויך טוט דאס אוועקשניידן פון די פאלטשע און נישט געזונטע גאווה וואס מיר נוצן זיך צו פארשטעקן אונטער.

ספעציעל פאר איינער וואס לעבט און מוטשעט זיך מיט עדיקשן, וואס טוט, און האט געטוען אסאך זאכן וואס מיר שעמען זיך מיט זיי. און זייער אסאך מאל זענען מיר אביסל (אדער אסאך) אין דינייעל, און מיר האלטן אז עס איז נישט אזוי געפערליך. עס איז זייער שווער צו מודה זיין און איינזעהן פאר זיך אליינס ווי מען שטייט אויף די וועלט, וואס גייט דא פאר מיט מיר? וויאזוי זעה איך אויס? וויאזוי זעהט מיין לעבן אויס? עס איז אסאך גרינגער אראפצושטיפן די געפיהלן און זיי אוועקמאכן, און פארשטייט זיך די עדיקשן העלפט ארויס מיט דעם, דורך גיין צו אונזער עדיקשן שפירן מיר ווייניגער די ווייטאג, עכ"פ פאר א קורצע צייט.

אזוי אויך איז די בושה וואס מיר גייען ארום מיט, א שטארקע גורם פאר אראפגעשלעפטקייט און האלט אונז אראפ און אין די רעדל פון עדיקשן. מיר טוען וואס באמת ווילן מיר נישט, און נאכדעם קומט אריין די שווערע בושה און גילטי געפיהלן, און מיר גייען צוריק צו די עדיקשן צו אוועקנעמען די ווייטאג, וואס ברענגט מער גילט און שעים... און אזוי חוזר חלילה.

סטעפ 5 איז א נייע וועג פון לעבן, אן אפענע וועג פון לעבן, גענוג זיך באהאלטן אין שעים און גילט, עס איז צייט צו ארויסקריכן פון באהעלטעניש, ווי מיר ליידן און מוטשענען זיך אליינס, און זיך באמת ארויסגעבן צום באשעפער, און אנדערע וועמען מיר קענען געטרויען. אוועקלייגן די מאסק וואס מיר גייען ארום מיט, און שטעלן פאר פאר די וועלט א פנים כאילו אלעס איז פיין און וואויל ווען באמת אינעווייניג צוגייען מיר פון צער. מיר דארפן מער נישט ליידן און אוודאי נישט שפירן אליינס, מיר זענען נישט בעסער און נישט ערגער פון קיינעם.

און פאר זיך אליינס אויך צו זיין אמת'דיג מיט זיך צו קוקן דעם אמת אין פנים אריין, און אננעמען אחריות פאר וואס מיר זענען און טוען. זיך מער נישט באהאלטן פון זיך אליינס און זיך אליינס פאפן. נאר קענען זאגן יא דאס בין איך דאס האב איך געטוען און איך בין גרייט צו נעמען אחריות און טוען וואס איך קען צו פאררעכטן מיינע טעותים.

12 סטעפס מיטינגס, איז אויך און א געוויסע וועג א המשך פון סטעפ 5 ווי מיר קענען זיין אפן מיט אנדערע וועגן אונזערע שוואכקייטן אן דארפן מורא האבן פון זיין אראפגעקוקט, ווייל יעדער דארט איז אין די זעלבע אדער ענליכע מצב. און אזוי אויך דאס וואס מיר האבן א ספאנסער (איינער וואס העלפט אונז ארבעטן די סטעפס) וואס מיט עם טוען מיר שטענדיע מיטטיילן וואס גייט פאר און וואס מיר גייען אדורך דאס העלפט צוברענגען די זעלבע. און אזוי אויך וואס מיר זענען אין שטענדיגע קאנטאקט מיט אנדערע חברים וואס מיר רופן זיך איינער דעם צווייטן צו מיטטיילן און זיך אויסשמועסן. דאס אלעס איז איין גרויסע סטעפ 5
יוסי מ'ברוקלין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:02 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי מ'ברוקלין »

געוואלדיג! קען איינער עס מאכן פאר א PDF
אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר עשרת אלפים
תגובות: 14572
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע עם הארץ »

יוסי מ'ברוקלין האט געשריבן:געוואלדיג! קען איינער עס מאכן פאר א PDF

גא"מ
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

סטעפ 1-5.pdf
(81.04 KiB) געווארן דאונלאודעד 113 מאל
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
יוסי מ'ברוקלין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:02 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי מ'ברוקלין »

שכח שמואל שמעלקא!!
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

יישר כח
יוסי מ'ברוקלין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:02 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי מ'ברוקלין »

!!we want more
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

המשך

סטעפ 6 "Were entirely ready to have God remove all these defects of character"

מיר זענען אינגאנצן גרייט אז גאט זאל אוועקנעמען די שוואכקייטן פון אונזער כאראקטער

די עיקר פון סטעפ 6 איז צו זיין וויליג און גרייט אז גאט זאל אוועקנעמען און אויסהיילן די חולי נפש און שוואכקייטן וואס מיר האבן אידענטיפיצירט און די סטעפ 4 אינווענטארי.

וויאזוי ווערט מען וויליג? די ערשטע זאך צו אנקומען צו דעם פארשטייט זיך איז בעטן דעם אויבערשטן פאר הילף אז מיר זאלן זיין גרייט. ווייל באמת זענען מיר נישט אזוי שנעל גרייט אויפציגעבן די געשמאקע שוואכקייטן וואס מיר האבן, וואס מאכן אונזער לעבן אזוי שווער. ווייל זיי באגלייטן אונז שוין און העלפן אונז ארויס די אלע יאהרן ביז היינט. למשל, בין איך דען גרייט אזוי שנעל אויפצוגעבן מיין ארבעט פון דן זיין יעדן איינעם אין מיין לעבן, און זיי אראפ מאכן און אוועק מאכן אפילו נאר אין מיין קאפ? עס מאכט דאך מיר פיהלן בעסער וועגן זיך, אז יענער איז נישט גוט בין איך נישט דער איינציגסטער.

און די אפציע צו קענען זיין אויפגערעגט אויף אנדערע (ספעציפיש וויכטיג: עלטערן\ווייב\מוסדות\קהילה...) איז דאך קריטיש וויכטיג. ווייל אזוי דארף איך נישט קוקן אויף מיר, און וואס איך דארף\קען טוען בעסער. באשולדיגן אנדערע באפרייט מיך פון זיך דארפן טוישן ווייל "יענער" איז די פראבלעם.

אא"וו אלע אונזערע שוועריגקייטן דינען אונז און העלפן אונז באיזה אופן (עכ"פ אזוי קוקט עס אויס פאר אונז) וואס צילוב דעם האלטן מיר זיי אן. און צו ווערן גרייט צו טוישן אונזער וועג פון לעבן, און אויפגעבן די אלטע, איז אן עבודה פאר די גאנצע לעבן. דא אין סטעפ 6 הייבן מיר אן און מיר וועלן בעז"ה כסדר שטייגן און דעם מער און מער מיט גאט'ס הילף.

ווי אויבן געזאגט די ערשטע זאך ברויכן מיר דאווענען און בעטן אונזער טאטע אונז צו העלפן און אויסהיילן. דערנאך וואס מיר קענען טוען איז אנפאנגן צו טוען די פארקערטע פון אונזערע שוועריקייטן. למשל אז איך בין כסדר דן אנדערע (judge) קען איך אנהייבן ארבעטן צו אנקוקן אנדערע מיט א גוט אויג און פראבירן שטענדיג ווען יענער טוט עפעס וואס געפעלט מיר נישט צו טרעפן א פאזיטיווע וועג וויאזוי עס צו דן זיין. אויב לייד איך פון פוילקייט, וועל איך זיך אנשטרענגען און גיין אקעגן דעם. אא"וו יעדע מידה און שוואכקייט וואס מיר האבן געפונען אין סטעפ 4 אז מיר מוטשענען זיך מיט, נעמען מער זיך צו טוען דאס פארקערטע, און דאס ברענגט אונז נענטער צו זיין גרייט זיי אויפצוגעבן, און דער אויבעשטער וועט זיי צוביסלעך אוועקנעמען.

איך קוק עס אן אזויווי מיר ווייסן לגבי פרנסה אז דער אויבערשטער גיבט פרנסה, וואס ליגט אויף אונז איז צו טוען השתדלות, אבער מיר ווייסן אז נישט די פעילה וואס מיר טוען ברענגט די פרנסה נאר השם טוט. די זעלביגע מיט אונזערע כאראקטער שוואכקייטן, גאט נעמט זיי אוועק, וואס מיר דארפן איז טוען די פעילות פון גיין אקעגן זיי, און טוען דאס וואס מיר ווילן נישט טוען, און השם נעמט זיי אוועק. און פארשטייט זיך נאכאמאל אלעס וואס מיר טוען בעטן מיר כסדר הילף פונעם אויבערשטן מיר זאלן דאס קענען טוען.
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

המשך

סטעפ 7 “Humbly asked Him to remove our shortcomings

מיר בעטן מיט הכנעה דעם באשעפער ער זאל אוועקנעמען אונזערע כאראקטער שוועריגקייטן!

די עיקר פון דעם סטעפ ליגט אין די ווארט "מיט הכנעה" ווייל מיר האבן שוין אסאך געבעטן דעם אויבערשטן פאר כל מיני זאכן אבער וויפיהל דערפין איז געווען פשוט בעטן גאט ער זאל טוען "מיין ווילן"?

פינקט אזויווי אין די ערשטע 3 סטעפס זענען מיר צוגעקומען צו א מצב וואס די דורכגעפאלענעם לעבן וואס מיר לעבן, די פיין און צער וואס די עדיקשן האט אויף אונז אנגעבראכט, האט אונז געברענגט צו הייבן הענט און זאגן "באשעפער איך קען נישט אליינס איך גיב אויף און גיב זיך איבער צו דיר".

די זעלביגע פאסירט דא מיט אונזערע חולי נפש און כאראקטער שוועריגקייטן. מיר קומען צו די הכרה אז זיי מאכן אונז די לעבן אזוי שווער, און מיר קענען ווייטער אזוי נישט אנגיין. לעבן א לעבן ווי "אונזער ווילן" איז די צענטער פון אלעס, ארבעט נישט, און מיר בעטן דעם אויבערשטן מיט הכנעה איך געב זיך אינטער פאר דיר צו טוען מיט מיר ווי דו ווייסט איז גוט פאר מיר.

פאלגענט איז די זיבעטע סטעפ תפילה:

מיין באשעפער איך בין יעצט וויליג דו זאלסט מיך האבן אינגאנצן די גוטס און די שלעכט איך דאווען אז דו זאלסט יעצט אוועקנעמען פון מיר אלע מיינע שוועריגקייטן פון מיין כאראקטער וואס שטייט אין וועג פון מיך זיין הילפיג צו דיך און צו אנדערע גיב מיר כח ווען איך גיי יעצט ארויס פון דא צו טוען דיין ווילן אמן
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

Gibbs האט געשריבן:המשך

סטעפ 3) Made a decision to turn our will and our lives over to the care of God as we understood Him

מיר האבן געמאכט אן החלטה צו איבערגעבן אונזער ווילן און לעבן צו די אחריות פון גאט ווי מיר האבן עם פארשטאנען

צום ערשט איז וויכטיג צו אדרעסירן די "גאט ווי מיר האבן עם פארשטאנען" חלק, וואס פאר אונז אידן קען אויסקוקן כפירה'דיג. איז קודם כל אזויווי אויבן דערמאנט די 12 סטעפ פראגרעם איז אוועקגעשטעלט געווארן אויף אן אויפן וואס מאכט עס באקוועם פאר יעדער סארט מענטש פון סיי וואס פאר א גלויבן. ממילא האבן זיי דא געשריבן דעם דריטן סטעפ אויף זייער א ברייטן וועג אז קיינער זאל נישט שפירן אז דער פראגרעם ארבעט נאר פאר מענשן פון א געוויסע גלויבן, און יעדער מוז גלויבן די זעלבע זאך.

אבער עס איז דא א טיפערע הבנה אויך אין דעם. מיר האבן ארויסגעברענגט און סטעפ 2 אז כדי צו קענען ארויסקריכן פון די פלאנטער פון עדיקשן ברויכן מיר בויען א נאענטע פערזענליכע קשר מיט אונזער באשעפער, א קשר וואס איז געבויעט אויף ליעבשאפט און ווארימקייט. וואס דאס איז זייער א פערזענליכע קשר פאר יעדעס מענטש, און יעדער פאר זיך אין סטעפ 2 ארבעט אויף צו אויסקלארן פאר זיך וואס ער דארף צוצוקומען צו האבן דעם נאענשאפט. וועלכע מחשבות, פחדים, דערווייטערדיגע געדאנקען אויפן אויבערשטן ער טראגט זיך ארום מיט, וואס ער ברויך לאזן גיין, צו קענען בויען דעם נאענטן קשר וויסענדיג אז דיין טאטע האט דיך ליעב דו דארפסט נישט מורא האבן פון עם (נישט צו פארטוישן "יראת שמים" מיט "פחד שמים" א טעות וואס האלט אזויפיהל פון אונז ווייט פון טאטי) דאס ליגט אין די ווערטער "גאט ווי מיר האבן עם פארשטאנען" דיין פערזענליכע באשעפער די קשר און פארשטענדעניש וואס איז פערזענליך צווישן דיר און גאט.

יעצט אז דו האסט דיין פערזענליכע קשר און נאענטשאפט מיט דיין באשעפער קענסטו צוקומען צו זיך אינגאנצן איבערגעבן און זיינע ליבליכע הענט און עם לאזן קער נעמען פון דיר און אלעס וואס דו ברויכסט.

אבער אמת'דיג גערעדט עס איז נישט אזוי גרינג זיך אינגאנצן איבערצוגעבן, און אפילו יא האלט דאס נישט אן פאר לאנג עס איז נישט גרינג צו לעבן שטענדיג אינגאנצן איבערגעגעבן פאר גאט עס איז זייער גרינג צו פארגעסן אז ער פיהרט אלסדינג און נאר צו עם דארף מען זיך ווענדן. פארדעם הייבט זיך די סטעפ אן מיט די ווערטער "מיר האבן געמאכט אן החלטה" וואס ליגט אין דעם אז מיר האבן מחליט געווען אז דאס גייט פון היינט זיין די דירעקציע פון אונזער לעבן, און אפילו מיר וועלן נישט שטענדיג זיין ביי דערביי און דאס געדענקען וועלן מיר פון היינט ארבעטן דערויף און טוען אלעס וואס מיר קענען צו לעבן מער און מער מיט דעם (אריינגערעכנט און דעם איז א קבלה צו ארבעטן די איבעריגע סטעפס וואס דורך דעם וועלן מיר קומען נענטער צו לעבן איבערגעגעבן צום אויבערשטן).

א גרינגע און זייער שטארקע וועג צו זעהן און פארשטיין די חילוק צווישן מיין ווילן און גאט'ס ווילן איז כדי אויסצופראבירן. נעם א פאפיר און מאך א ליסטע פון זאכן וואס הייבן זיך אן מיט "איך וויל" למשל
איך וויל האבן געניג\אסאך געלט
איך וויל האבן גוטע שלום בית
איך וויל האבן גוטע קינדער
איך וויל האבן א גוטע\גרינגע פרנסה
איך וויל האבן א גוטע קשר מיט אנדערע
איך וויל זיין באליבט
איך וויל זיין רעספעקטירט ביי אנדערע
איך וויל האבן א נאענטע קשר מיטן אויבערשטן
איך וויל האבן א גוטע באקוועמע קאר
איך וויל האבן א גוטע באקוועמע הויז
איך וויל אז מיינע ארומיגע זאלן זיך אויפפירן מענטשליך
אא"וו די ליסטע גייט אן קיין סוף

יעצט קוק איבער די ליסטע און זעה וויפיל זאכן גייען דיין וועג? געווענליך איז דא אסאך זאכן וואס נישט, ריכטיג? אוודאי איז דאס לעבן שווער און נישט געשמאק (און מען דארף אנטלויפן צו אונזער עדיקשן צו אוועקלויפן פון די ווייטאג) עס גייט נישט אזויווי "איך" וויל! דאס איז ווען מיר לעבן מיט אונזער ווילן. אבער ווען מיר געבן אויף אונזער ווילן פאר דעם אויבערשטן'ס ווילן, און לעבן מיט הכנעה און נעמען אן זיין ווילן פאר אונז וויסענדיג אז ער האט אונז ליעב און ער ווייסט בעסער וואס איז גוט פאר אונז און מיר קענען זיך אינגאנצן פארלאזן אויף אים, איז דאס לעבן רואיג און געשמאק.

אבער ווי פריער געזאגט איז שווער שטענדיג צו לעבן מיט דעם און עס איז זייער גרינג צוריקצופאלן צום שווארצן שווערן לעבן ווי זאכן גייען נישט מיין וועג. פארדעם איז סטעפ 3 א לעבנסלענגליגע עבודה און מיר דארפן און קענען נישט זיין פערפעקט אין דעם. מיר ארבעטן זיך צו פארבעסרן איין טאג אויפאמאל און מיר געדענקען אז מיר זענען מוגבל און מיר פראבירן די בעסטע און דער אויבערשטער וועט אונז העלפן און מיר בעטן עם כסדר פאר הילף אז מיר זאלן צוקומען מער צו לעבן מיט דעם.

אזוי אויך זענען דא שוועריגקייטן וואס מיר האבן מיט זיך אליינס, שווערע מידות און זאכן וואס מיר האבן געטוען אין די עבר וואס שלעפן אונז אראפ און מאכן עס שווער צו ווערן און בלייבן נאענט מיט גאט. פארדעם ברויכן מיר ארבעטן די איבעריגע סטעפס וואס טוט זיך אפגעבן מיט דעם אלעם!

פאלגענט איז די דריטע סטעפ תפילה:

באשעפער איך גיב זיך איבער פאר דיר צו טוען מיט מיר און צו בויען מיט מיר אזויווי דו ווילסט
באפריי מיך פון די צוגעבינדענקייט פון זיך אז איך זאל קענען בעסער טוען דיין ווילן
נעם אוועק מיינע שוועריגקייטן, אז מיין זיך שטארקן איבער זיי זאל זיין א עדות צו דו וואס איך וועל העלפן, פון דיין כח, דיין ליעבשאפט, און דיין וועג פון לעבן.
העלפ איך זאל טוען דיין ווילן שטענדיג
אמן
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

זעהט אויס אינטערעסאנט, אבער צו לאנג צו ליינען. אפשר קענסטו מאכן עפעס א קורצערע ווערסיע אויך?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
גרינגער
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

שמואל שמעלקא האט געשריבן:
סטעפ 1-5.pdf

עפעס קומט ארויס באקסעס אנשטאט געוויסע אותיות, נאר ביי מיר אדער ביי יעדן
גרינגער
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 4:27 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרינגער »

שטומפיג האט געשריבן:זעהט אויס אינטערעסאנט, אבער צו לאנג צו ליינען. אפשר קענסטו מאכן עפעס א קורצערע ווערסיע אויך?

ווער עס קען די סטעפס וועט דיר זאגן אז דאס איז שוין גאר קורץ
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”