אדיקציע - 12 סטעפס פראגראם

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

מילתא דבדיחותא
אטעטשמענטס
150298.jpeg
150298.jpeg (282.04 KiB) געזען 2110 מאל
150299.jpeg
150299.jpeg (337.61 KiB) געזען 2110 מאל
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

סטעפ 1-7.pdf
(121.33 KiB) געווארן דאונלאודעד 118 מאל
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
יוסי מ'ברוקלין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:02 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי מ'ברוקלין »

פיינע נייעס!!
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

המשך

סטעפ 8 "Made a list of all persons we had harmed, and became willing to make amends to them all"

מיר האבן געמאכט א ליסטע פון אלע מענטשן מיר האבן געשעדיגט, און געווארן גרייט דאס אלעס צו פאררעכטן

די נעקסטע שטאפל אין אויסרייניגן אונזער עבר און אונזער הארץ, איז צו פאררעכטן ווי ווייט עס איז מעגליך ווי מיר האבן וויי געטוען און שאדן געמאכט פאר אנדערע. צוצוקומען צו א לעבן פון שלום און רואיגקייט, מיט א שטענדיגע צוגעבינדענקייט צו גאט, זיך אליינס, און אונזערע ארומיגע, דארפן מיר פאררעכטן וואס מיר האבן שאדן געמאכט פאר אנדערע דורכאויס אונזער לעבן.

און די אכטע סטעפ מאכן מיר דעם ליסטע, אפילו מיר זענען נישט גרייט שוין יעצט צו אלעס מתקן זיין, שרייבן מיר אלעס אראפ. מיר גייען דורך אונזער לעבן ביז היינט, וועמען האב איך וויי געטוען פיזיש, גייסטיש, אדער עמאציאנאל ? וועמען האב איך געמאכט שאדן און נישט באצאלט? א גרויסע חלק פון די מענטשן אויף אונזער סטעפ 4 ליסטע איז זייער אפט אז זיי קומען אויך אויף אונזער ליסטע דא פון מענטשן וואס מיר דארפן איבערבעטן און פאררעכטן וואס מיר האבן שאדן געמאכט און וויי געטוען.

עס זענען דא וואס זענען מסדר די ליסטע און 3 חלקים: 1) די וואס איך בין שוין גרייט צו מתקן זיין. 2) וואס איך בין נאכנישט גרייט אבער וועל שפעטער זיין גרייט. 3) וואס איך וועל קיינמאל נישט קענען מאכן. (עכ"פ אזוי פיהל איך יעצט)

עס קען ווערן זייער שווער צו קוקן אויף די ליסטע און טראכטן אוי וויי איך וועל קיינמאל דאס נישט קענען טוען. פארדעם האבן מיר א ליעבן באשעפער וואס איז מיט אונז און מיר בעטן עם פאר הילף מיר טוען גארנישט אליין. און פארדעם האבן מיר א ספאנסער מיט וועמען מיר גייען דאס דורך און שמועסן זיך דורך און באקומען חיזוק. אזוי אויך פון אנדערע חברים וואס האבן דאס שוין געטוען נעמען מיר שטארקייט אז מיר וועלן אויך דאס קענען טוען און באקומען די געוואלדיגע מתנות וואס אויסרייניגן דעם עבר ברענגט.

אבער פאר מיר קענען גיין און איבערבעטן די וואס מיר האבן וויי געטוען דארפן מיר זיכער מאכן אז מיר טראגן נישט קיין ווייטאג און רוגזה אויף זיי. ווייל דאן איז דאס נישט קיין אמת'דיגע איבערבעטונג. א וויכטיגע חלק פון די סטעפ איז ארבעטן אויף צו מוחל זיין די וועמען מיר האבן וויי געטוען, נאך פאר מיר גייען זיי בעטן זיי זאלן אונז פארגעבן. און דאס איז אויך וואס ברענגט אונז צו זיין גרייט צו פאררעכטן וואס מיר האבן געטוען.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז מיר גייען צו צו זאכן אין לעבן אנדערש פון וואס מיר זענען געווען צוגעוואוינט ביז היינט. מיר קוקן נישט אויף וואס יענער האט געטוען און זאגן "וואס! איך זאל עם איבערבעטן? דו ווייסט וואס ער האט מיך געטוען?" אפילו מיר זענען 100% גערעכט און יענער האט טאקע געטוען אן עוולה, נאך אלץ, איך דארף פארריכטן מיין זייט וואס איך האב געטוען אומריכטיג, ווייל נאר אזוי קען איך לעבן מיט א ריינקייט אין די הארץ. עס איז נישט קיין חילוק ווי יענער איז שילדיג דאס גייט מיך נישט העלפן זיך אויסרייניגן און ווערן באפרייט פון מיינע שווערע געפיהלן. ארבעטן די 12 סטעפס העלפט אונז טוישן די גאנצע צוגאנג צום לעבן, צו לעבן א ריינערע גרינגערע לעבן, מיט ווייניגער הארץ וויי און אויפרעגעניש. און ווי מער מיר רייניגן זיך אויס אלץ נענטער שפירן מיר צו אונזער באשעפער, צו אנדערע, און צו זיך אליינס.
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

Gibbs האט געשריבן:המשך

סטעפ 2) “Came to believe that a Power greater than ourselves could restore us to sanity"

מיר זענען געקומען צום גלויבן אז א כח גרעסער פון אונז קען אונז צוריקשטעלן צו נארמאלקייט.

צום ערשט מוז ווערן קלאר געשטעלט אז היות די 12 סטעפ פראגראם איז נישט קיין "רעליגיעזע" פראגרם, עס באלאנגט נישט און איז נישט קיין חלק פון קיין שום ספעציפישע גלויבונג, וואס מאכט עס זייער געשמאק פאר יעדן וואס דארף עס צו זיין א חלק דערפון. פארדעם נוצן זיי דעם אויסדריק "גרויסער כח". און פאר רוב רובם מיינט דאס דער באשעפער.

ווי געזאגט אין סטעפ 1 קומט דער אלקאהאליק צו צו א מצב ווי ער קען זיך אליינס נישט העלפן ער דארף הילף פון עפעס שטערקער ווי זיך אליינס ווייל וויפיל ער האט פראבירט אליינס איז ער דורכגעפאלן. קומען מיר אין סטעפ 2 צו אז מיר זענען געקומען צום אנערקענונג אז עס איז דא א כח וואס איז שטערקער פון אונז וואס קען אונז העלפן און ארויסנעמען און אויסהיילן.

מאנכע פרעגן וואס איז די חידוש דא? ווער פון אונז גלויבט דען נישט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, און אז ער איז די איינציגסטע כח וואס איז נאר דא, ער מאכט און אוז מחי' אלעס יעדע רגע. די תירוץ איז אז אוודאי גלויבן מיר, אבער וואס מיר זוכן אין סטעפ 2 איז צו בויען, און שאפן א פערזענליכע קשר מיט אונזער גאט. אפילו איינער וואס גלייבט און באשעפער, אבער שפירט ער און לעבט ער מיט א פערזענליכע שטענדיגע קשר מיטן אייבערשטן? פאר אן עדיקט זיך צו ערהוילן מוז ער ארבעטן אויף, און צוקומען צו לעבן מיט א נאנטע און שטארקע קשר מיט זיין באשעפער.

אסאך שטאלפערן זיך אן אין שוועריגקייטן דא, ווייל אפילו זיי גלויבן אין אלעס, איז אבער דא א געוואלדיגע ריחוק און זייער אסאך מאל אויך א פחד פונעם אויבערשטן. סיי צוליב וואס מיר לערנען און הערן כסדר אז דער באשעפער שטראפט און אז ער איז ברוגז וכדומה. און נאכמער פאר אן עדיקט וואס האט שוין אפגעטוען אזויפיהל זאכן וואס דער באשעפער איז אוודאי זייער ברוגז אויף עם און וויל עם שטארק באשטראפן פאר דעם אלעם. ממילא איז זייער שווער צו אנקניפן א נאנטע און ליבליכע קשר מיטן אייבערשטן און אוודאי איז זייער שווער צו עם בעטן און זיך אינגאנצן פארלאזן אויף עם אז ער גייט מיך דא ארויסהעלפן.

אזוי אויך מיטשענען זיך אסאך מיט סטעפ 2 ווייל א שטארקע חלק פון וויאזוי מיר טראכטן און שטעלן זיך פאר וויאזוי דער אייבישטער קוקט אויף אונז, איז נשפע דורך די מענטשן און אונזער לעבן וואס מיר קוקן ארויף אויף. מענטשן וואס אין א געוויסע זין זענען זיי א גרעסערע כח פון אונז אין אונזערע אויגן. ווי למשל א טאטע, מאמע, רבי וכדו' און אסאך מאל זענען זיי אזעלכע וואס געבן אונז דעם געפיהל אז א העכערע כח איז שלעכט, שטרענג, פארשטייט מיך נישט, האט נישט קיין צייט פאר מיר, קען מיך נישט פארנעמען, איז נישט נאענט צו מיר, קומערט זיך נישט איבער מיינע ווייטאגן און פראבלעמען, קען מיך נישט העלפן פארלאנגט אזוי סאך אא"וו.... וואס איז גורם אז מיר קוקן אויך אן דעם באשעפער די זעלבע און דאס שטייט אויך אין וועג פון די קשר וואס מיר ווילן שאפן מיטן באשעפער.

ליגט דא א געוואלדיגע ארבעט אין סטעפ 2 אויב וויל דער אלקאהאליק זיך ראטעווען פון זיין קרענק, צו אנהייבן טוישן זיין בליק און קשר מיט זיין באשעפער ווייל אנדעם איז ער פארלוירן. צו וויסן אז דער אייבישטער איז אונזער טאטע וואס האט אונז ליעב אפגעזעהן וואס מיר האבן געטוען אדער נישט געטוען. ער פארשטייט דיך און איז נישט ברוגז, ער ווייסט ווי שטארק דו ווילסט נישט טוען וואס דו טוסט, דו קענסט זיך פארלאזן אויף עם און ער איז שטענדיג דא פאר דיר גרייט מיט אפענע ארעמס דיך ארומצונעמען.

און די געוואלדיגע זאך וואס די פראגרעם זאגט אונז איז אז דו מיזט זיך נישט טוישן היינט און איין מינוט, די דארפסט נאר זיין ווילינג און גרייט זיך צו טוישן, צו האלטן די מח אפן צו טויש און דורך ארבעטן די איבעריגע סטעפס מיט גאט'ס הילף וועט זיך דיין הארץ עפענען און די נאענטשאפט וועט וואקסן כסדר. די עיקר וואס דו ברויכסט אין סטעפ 2 איז גלייבן אדער זיין וויליג צו גלייבן אז עס איז דא א כח (באשעפער) וואס איז שטערקער פון דיר וואס קען דיך און וויל דיך ארויסנעמען פון דיין פלאג.


איינער האט מעורר געווען אז אין סטעפ 2 זענען מיר מודה אז "איך בין נישט גאט", מיר לעבן מיט די איינרעדעניש אז מיר פיהרן אונזער וועלט, און מיר זענען אין קאנטראל. אבער מיר הייבן אן איינזעהן אז עז איז נישט ממש אזוי.
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

המשך

סטעפ 9 “Made direct amends to such people wherever possible, except when to do so would injure them or others

מיר האבן געמאכט דירעקטע פארגיטונגען צו אזעלעכע מענטשן ווי עס איז מעגליך, אויסער אויב דאס קען שאטן פאר זיי אדער פאר אנדערע.

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אזא האקעלע שטאפל זאל נישט געטוען ווערן אליינס אן זיך דורכרעדן און עס גוט איבערגיין מיט א ספאנסער. יעדע נאמען אויף אונזער ליסטע גייען מיר דורך און מאכן א קלארע פלאן וויאזוי מיר גייען צוגיין דאס צו פאררעכטן.

בדרך כלל זענען דא דריי מיני amends וואס מיר מאכן:

1) דירעקט. ווי מיר גייען צו אדער קאנטאקטן דירעקט דעם מענטש וואס מיר האבן שאדן געמאכט און מיר זענען מודה אין אונזער אומרעכט, און טראגן אן צו פאררעכטן וואס מיר קענען, ווי למשל באצאלן אויב איז געווען אדער ארויסגעקומען דורך אונז א געלט שאדן וכדומה.

2)אומדירעקט. ווען עס איז נישט מעגליך אדער נישט ריכטיג צו אדרעסירן יענעם דירעקט, פראבירן מיר צו פארריכטן אומדירעקט ווי ווייט מעגליך. ווי למשל דורך פארריכטן און מתקן זיין וויאזי מיר פיהרן זיך אויף, אדער שרייבן יענעם א בריוו צו איבערבעטן אבער עס נישט יענעם שוקן, טוען וואלונטיער ארבעט, אא"וו.

3) לעבנסלענגליכע פארגיטוגינג. ווי מיר פאררעכטן וואס מיר האבן געטוען אומריכטיג דורך לעבן און פיהרן זיך בעסער. דאס איז שייך אויך ביי געוויסע פעלער ווי מיר האבן געמאכט דירעקטע פארגיטוגינג, ווי למשל בנוגע די ווייב און קינדער וואס אפילו מיר האבן זיי איבערגעבעטן איז א חלק פון פארריכטן וואס מיר האבן געטוען צו טוישן די וועג פון לעבן און אופפירונג.

עס איז וויכטיג צו באטאנען אז די עיקר דא איז נישט צו זאגן "אנטשולדיגט זיי מיר מוחל", דאס האבן מיר שוין גענוג מאל געזאגט. אין סטעפ 9 טוען מיר ארויסברענגען צו יענעם, אז מיר האבן איינגעזעהן אז דאס וואס מיר האבן געטוען איז געווען אומריכטיג און מיר ווילן דאס פאררעכטן. למשל אויב מיר האבן איינעם מבזה געווען וועלן מיר זאגן "יעקב איך האב איינגעזעהן אז וואס איך האב געטוען צו דיר איז געווען אומריכטיג, איך וויל דיר פרעגן אויב דו קענסט מיר מוחל זיין, און אויב איז דא עפעס וואס איך קען טוען דאס צו פאררעכטן ביטע זאג מיר און איך וועל פראבירן דאס צו טוען".

געדענק, מיר קוקן נישט אויף יענעמס חלק און וואס יענער האט "מיר" געטוען. מיר זענען דא צו פארריכטן וואס מיר האבן געטוען אומריכטיג און פארטיג. מיר טוען זיך אויך נישט פארענטפערן און מסביר זיין פארוואס מיר האבן געטוען וואס מיר האבן געטוען (וואס זייער אסאך מאל טוען מיר נאר כדי זיך צו מאכן פיהלן בעסער) מיר נעמען אחריות פאר אונזערע מעשים און פראבירן צו מתקן זיין ווי ווייט מעגליך.

זעלבסט פארשטענדליך אז אויב איז דא א מעגליכקייט אז דורך דעם וואס מיר גייען טוען צו פראבירן צו פארריכטן וועט ארויסקומען א שאדן פאר א צווייטן, קענען מיר נישט מאכן אין אזא פאל דירעקטע amends נאר ווי פריער דערמאנט פראבירן מיר צו זעהן וויאזוי מיר קענען פארריכטן אומדירעקט.

מען קען זיך אליינס פארשטעלן די געוואלדיגע טויש אין לעבן און וויאזוי מיר פיהלן וועגן זיך אליינס סטעפ 9 ברענגט. וויפיהל ריינער און לייכטער די געוויסן איז, וויסענדיג אז איך האב געטוען מיין חלק צו פארריכטן וואס איך האב שאדן געמאכט און וויי געטוען אנדערע. נאכן מאכן די אלע amends וואס אסאך פון זיי זענען מן הסתם זייער נישט געשמאק ברענגט דאס אריין א געוויסע הכנעה. אזוי אויך גייענדיג ווייטער אין לעבן טראכטן מיר צוויי מאל פאר מיר טוען אדער זאגן עפעס, צו וועל איך דארפן מאכן amends און צוריקגיין צו פאררעכטן וואס איך האב געטוען.

עס איז זיכער נישט קיין גרינגע סטעפ, אבער פאר דעם עדדיקט וואס האט נישט קיין ברירה, ער מיז זיך היילן ווייל אויב נישט וועט ער זיך טרעפן צוריק צום אלטן און דאס איז נאך שווערער. פארדעם גייט ער און טוט וואס איז שווער ווייל ער איז גרייט צו טוען סיי וואס נאר נישט צוריקצופאלן. עס מאכט זיך טאקע אז צוליב די שוועריגקייט פון די סטעפ האלט מען זיך אפ פון דאס טוען און מען שטיפט עס אפ, און מען טרעפט זיך צוריק אין גריב צוריק אין די עדיקשן פיל מיט צער בושה און חרטה. טייערע ברידער אפילו עס איז שווער אבער עס איז ווערט נעם די שטארקייט און טוה דיינע סטעפס וואס דורך זיי וועסטו קומען נענטער צו דיין ליעבער באשעפער און לעבן א ריינערע רואיגערע לעבן איין טאג אויפאמאל.
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

המשך

עס איז כדי אראפצוברענגען די הבטחות (promises) פון די ביכל אלקעהאליקס אנונימוס (די מקור פון די 12 סטעפ פראגראם) נאך סטעפ 9

אויב מיר גייען צו מיט א גרינטליכקייט און ערנסקייט צו דעם חלק פון אונזער אנטוויקלונג וועלן מיר נתפעל ווערן נאך פאר מיר זענען א האלב וועג דורך. מיר וועלן שפירן א נייע פרייהייט און א נייע פרייליכקייט. מיר וועלן נישט זיין פארווייטאגט וועגן די עבר און אויך נישט זוכן צו פארהאקן די טיר אויף עס. מיר וועלן פארשטיין די ווארט רואיגקייט און מיר וועלן וויסן פון פרידן.

נישט קיין חילוק ווי טיעף מיר זענען געפאלן וועלן מיר זעהן וויאזוי אונזער דורכגאנג קען העלפן אנדערע. די געפהיל פון זיין אומוויכיטיג און זיין א רחמנות וועט פארשווינדען ווערן. מיר וועלן פארלירען דעם אינטערעסע אין זיין פארנומען נאר מיט זיך און מיר וועלן אנהייבן זיין אינטערעסירט אין אנדערע. די ווילן צו זיכן נאר וואס "איך" דארף וועט אועקגליטשן.

אונזער גאנצע בליק אויפן לעבן וועט זיך טוישן. פחד פון מענטשן און פון פינאנציעלע אומזיכערקייט וועט אונז איבערלאזן. מיר וועלן פון זיך אליינס וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין אין מצבים וואס מיר פלעגן נישט וויסן וויאזוי זיך אומצוגיין. מיר וועלן איינזעהן אז דער באשעפער טוט פאר אונז וואס מיר קענען נישט טוען פאר זיך אליינס.

זענען דאס צו גרויסע צוזאגענגן? מיר מיינען אז נישט! זיי ווערן מקוים צווישן אונז - צומאל שנעל און אמאל שטייטער. זיי וועלן אייביג צושטאנד קומען אויב מיר ארבעטן פאר זיי!
יוסי מ'ברוקלין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 2:02 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסי מ'ברוקלין »

קיפ אן גאינג!!
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

יוסי מ'ברוקלין האט געשריבן:קיפ אן גאינג!!
אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 02, 2016 9:37 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל שמעלקא »

סטעפ 1-9.pdf
(160.43 KiB) געווארן דאונלאודעד 128 מאל
”האסט הנאה געהאט? ווילסט נאך? געב א לייק! ס’גיבט כח צו גיין ווייטער...”
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

שמואל שמעלקא האט געשריבן:
סטעפ 1-9.pdf


יישר כח!
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

המשך

סטעפ 10 "Continued to take personal inventory and when we were wrong promptly admitted it"

מיר האבן ממשיך געווען כסדר צו נעמען פערזענליכע אינווענטארי, און ווען מיר זענען געווען אומריכטיג האבן מיר דאס גלייך מודה געווען.

אויב האבן מיר דורכגעארבעט די ערשטע 9 סטעפס גוט, שטייען מיר יעצט נאכן גרונטליך אדורכגיין אונזער עבר, און מיר האבן זיך אליין אסאך בעסער ארויס, און מיר קענען אונזערע כאראקטער שוועריגקייטן וואס פיהרן אונז אראפ פון גלייכגעוויכט און זענען די עיקר גורם צו אונזערע אויפרעגענישן און פחדים און בכלל מאכן אונז דאס לעבן שווער. מיר האבן שוין אויך געטוען וואס מיר קענען צו פאררעכטן וואס מיר האבן שאדן געמאכט פאר אנדערע דורך מודה זיין אין אונזער אומריכטיגקייט און פערזענליך אדער אומדיררעקט פראבירט צו פאררעכטן ווי ווייט מעגליך.

די געוואלדיגע טויש אין צוגאנג צום לעבן און די געשמאקע תוצאות קענען נישט אנהאלטן פאר צו לאנג אויב מיר זענען נישט ממשיך צו כסדר נעמען אינווענטארי, כסדר זיך אליינס נאכקוקן צו זעהן וויאזוי לעב איך? וויאזוי פיהר איך זיך? אויב מיר האלטן נישט אן און מאכן נישט א חלק פון אונזער לעבן צו נאכאנאנד נעמען אינווענטארי, וועט נישט נעמען לאנג און מיר וועלן זיך טרעפן ווי מיר האבן אנגעהויבן.

וויבאלד אונזער איינציגסטע האפענונג ארוסצוקריכן און נישט צוריקצופאלן צו די אלטע וועג פון לעבן, איז צו אנטוויקלען און כסדר פארבעסערן אונזער גייסטישן לעבן, שאפן א נאענטע לעבעדיגע קשר מיט אונזער גאט, און טוישן וויאזוי מיר גייען צו צום לעבן, צו געשענישן, און צו אנדערע מענטשן און אונזערע באציאונגען מיט זיי. דארפן מיר זיך כסדר אפשטעלן און נעמען אינווענטארי.

עס זענען דא 3 סארט אינווענטארי'ס:

1) א ספאט טשעק (spot check) וואס מיינט ווען אימער דורכן טאג מיר שפירן נישט בסדר עפעס באדערט, מיר זעהען אז מיר ווערן גרינג אויפגערעגט, נערוועז, אומרואיג, אא"וו. שטעלן מיר זיך אפ און טראכטן אריין וואס גייט דא פאר מיט מיר? האב איך אן אויפרעגעניש, א פחד, עפעס וואס טרייבט מיר און לאזט נישט מנוחה, איז דא עפעס וואס איך דארף פאררעכטן? בין איך ארומגענומען מיט מיך און איך זעה נישט א צווייטנס געברויכן? בין איך געווען נישט אמת'דיג? מיר טרעפן די נקידה אין "מיך" וואס איך קען בעטן דעם אויבערשטן פאר הילף צו נאכלאזן און פאררעכטן.

און אויב איז דא עפעס וואס מיר דארפן פאררעכטן, טוען מיר דאס גלייך אן אפשטופן. אזוי קענען מיר ווייטער אנגיין מיטן לעבן אן זיך ארומשלעפן מיט דעם פעקל וואס האט אונז געשטערט און אויפגעגעסן, מיר ווערן באפרייט פון דעם דורך פאררעכטן וואס מיר קענען און די איבעריגע געבן מיר איבער פארן אויבערשטן.

2) טעגליכע אינווענטארי. מיר נעמען א צייט אין די טאג אדער בעסער סוף טאג צו איבערגיין דעם טאג און מיר פרעגן זיך:
טראג איך זיך ארום מיט אן אויפרעגעניש? (resentment)
האב איך א פחד אין מיין הארץ וואס איך גיי ארום מיט?
האב איך איינעם וויי געטוען און איך דארף דאס פאררעכטן?
איז דא עפעס וואס איך האלט ביי זיך וואס איך ברויך איבעררעדן מיט איינעם אבער איך האלט זיך אפ?

אזויווי אין סטעפ 4 און 9 קוקן מיר אויף אונזער זייט פון די מטבע, עס איז נישט קיין חילוק וויאזוי יענער איז געווען אומריכטיג. זיין פארנומען מיט יענעם גייט מיר נישט העלפן און מאכן פיהלן בעסער (דאס מיינט נישט אז איך דארף ווערן א שמאטע און לאזן יעדן טרעטן אויף מיך ווייל איך ארבעט א 12 סטעפ פראגראם :wink: ) מיר קוקן וואס מיר דארפן און קענען טוען און זיין בעסער, וואסערע כאראקטער שוואכקייטן קומען ארויף און מיר דארפן בעטן גאט הילף זיי צו אויסגלייכן.

אזוי אויך מאכן מיר זיכער אז מיר טראגן זיך נישט ארום מיט זאכן וואס מיר שעמען זיך און באהאלטן פון אנדערע. באהאלטן זיך אין שעים (בושה) האט אונז געברענגט צו ווי מיר זענען אריינגעפאלן, און אסאך מאל איז גאר די גורם אז מיר זאלן טוען מער פון דאס וואס מיר באהאלטן, און אסאך מאל האלטן מיר זיך אפ פון מיטטיילן עפעס מיט אנדערע ווייל מיר ווילן נישט קוקן דעם אמת אין פנים און פאררעכטן וואס מיר דארפן.

3) יעהרליכע אינווענטארי - ווי מיר זעצן זיך אראפ מיט אונזער ספאנסער און מען גייט דורך וויאזוי זאכן גייען ווי שטיי איך אויף די וועלט און ווי מען דארף פארבעסערן.

אין קורצן סטעפ 10 איז טוען סטעפס 4 ביז 9 בקיצור יעדן טאג אדער ווען אימער עס פעהלט אויס. די געוואוינהייט פון זיך כסדר נאכקוקן און כסדר פאררעכטן מיין זייט, דאס ברענגט די שטארקע טויש אין לעבן און האלט עס אן, און העלפט אונז שטייגן יעדן טאג.
אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאראש-פאטאק »

;l;p- יישר כח ;l;p-
אינגאנצן גוט
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 1:39 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינגאנצן גוט »

קודם כל יישר כח Gibbs פארן ארויף ברענגען די נושא ווי אנדערע האבען שוין דערמאנט די געוואלדיגע היילונג כח פון די 12 סטעפס ;l;p-

אפשר 2 הערות אויף סטעפ 10

1) די " יעהרליכע אינווענטארי" וואלט אפשר בעסער אנגערופען געווארן "פון צייט צו צייט אינווענטארי" ווייל גאר אסאך טוען דאס פון צייט צו צייט און לאו דווקא יעהרליך למשל איין מאל אין אפאר יאר אדער אנדערע אפילו איינמאל אין 6 חדשים

2) נאך א יסוד און סטעפ 10 איז "pause when agitated" ווואס מיינט און סיי וועלכע סיטואציע מיר זענען שטעלן מיר זיך אף אין באטראכטען זיך (אפשר אויך מיט א תפילה) איידער מיר רעאגירן און נעמען די נעקסטע שריט, אנדערע בעטען פאר דעם יעדן צופרי אונז זאלען באקומען די ביסל צייט זיך אפצישטעלן אין באטראכטען איידער מיר נעמען די נעקסטע שריט
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

זייער שטארקע און ווייטאגליכע ארטיקל איבער אלקאהאל אדיקשן

https://mishpacha.com/down-to-the-last-drop/
אוועטאר
שאשא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4146
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאשא »

עס דארף א שטארקע מענטש וועס זאל דיך גיידען יא צו גיין אדער נישט צו גיין
די וואס גייען דארט ווערן שיכור דערפון .זיי האלטן אז יעדער זאל גיין ממילה דארף מען א דורכגעטראכטע מענטש וואס קען דיר זייער גוט צו זאגן אויב עס איז גוט
הצלחה
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

די ריאקציעס פון ליינער צום אויבן דערמאנטן ארטיקל

https://mishpacha.com/family-first-inbox-issue-735/
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

Wow wow wow האסטו געמאכט א סאליד דזאב דא! כל הכבוד!

איך ווייס ווי גוט די האסט געשריבן ווייל איך אליין בין א טוועלף סטעפער (נישט אין עי עי, נאר און אן אנדערן עי וואס טראגט מיט זיך א געוואלד מיט בושה), האסט געמאכט א אויסגעצייכענטע ארבעט.

איין נקודה וואס מענטשן וואס מיטשענן זיך דארפן וויסן איז אז ליידער ליידער איז די מציאות אז רוב (יא, רוב) היימישע רבנים, דיינים, מחנכים, און טעראפיסטן קענען זיך נישט אויס מיט עדיקשען, עס איז נישט זייער שילד, אבער דאס איז די מציאות. אויב איינער פילט אז גארנישט אנדערש העלפט נישט אבער ער וויל נישט גיין צו 12 סטעפס אן די הסכמה אדער הדרכה פון א היימישע רב, דיין וכדומה, ליידער וועט יענער נעבעך קענען ווארטן צו לאנג אסאך מאל. געווענליך איז די כלל אז אויב איינער איז שוין גרייט צו נעמען די ביטערע שווערע סטעפ פון זיך אראפצוזעצען פנים אל פנים מיט אנדערע מענטשן און ארויסזאגן בפה מלא זיינע פראבלעמען, מער מאל ווי נישט באלאגט יענער טאקע דארט, און מיט'ן ווארטן אויף א דיין צו שיקן פארפאסט יענער נעבעך טייערע צייט (אסאך מאל יארן - איך רעד פון עקספיריענס) וואס ער וואלט געקענט ווערן גליקלעך און אוועקשטעלן זיך, זיין שטוב, שלום בית, פרנסה און וואס נישט.

איך בין נישט דא ח"ו אוועקצומאכן דעת תורה און זאגן אז מען קען טהון וואס מען וויל אן פרעגן א רב, דיין, אדער טערעפיסט, אבער מענטשן דארפן וויסן אז כמעט יעדע רב אדער דיין וואס האט מיטגעהאלן פון די נאנט מיט א מענשט וואס מיטשעט זיך און געזען ווי זייער לעבן איז אפ-סייד-דאון און גארנישט העלפט נישט, און דער רב אדער דיין האט מיטגעהאלטן ווי די מענטש איז אהינגעגאנגן (אפילו שלא ברשותם) און זייער לעבן האט זיך ארומגעדרייט לטובה, דער וואס האט דאס אליין מיטגעהאלטן רעדט גאר אנדערש וועגן די גאנצע נושא פון עדיקשען און 12 סטעפס (איך אליין האב דאס געהערט פון א גרויסע חסידישע רבי וואס פלעגט זיין שארף דערקעגן, אבער ער האט געטוישט זיין מיינונג נאכן מיטהאלטן פון די נאנט).

עד כאן, גענוג געזאגט פאר יעצט!
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

פון אמעריקע האט געשריבן:Wow wow wow האסטו געמאכט א סאליד דזאב דא! כל הכבוד!

איך ווייס ווי גוט די האסט געשריבן ווייל איך אליין בין א טוועלף סטעפער (נישט אין עי עי, נאר און אן אנדערן עי וואס טראגט מיט זיך א געוואלד מיט בושה), האסט געמאכט א אויסגעצייכענטע ארבעט.

איין נקודה וואס מענטשן וואס מיטשענן זיך דארפן וויסן איז אז ליידער ליידער איז די מציאות אז רוב (יא, רוב) היימישע רבנים, דיינים, מחנכים, און טעראפיסטן קענען זיך נישט אויס מיט עדיקשען, עס איז נישט זייער שילד, אבער דאס איז די מציאות. אויב איינער פילט אז גארנישט אנדערש העלפט נישט אבער ער וויל נישט גיין צו 12 סטעפס אן די הסכמה אדער הדרכה פון א היימישע רב, דיין וכדומה, ליידער וועט יענער נעבעך קענען ווארטן צו לאנג אסאך מאל. געווענליך איז די כלל אז אויב איינער איז שוין גרייט צו נעמען די ביטערע שווערע סטעפ פון זיך אראפצוזעצען פנים אל פנים מיט אנדערע מענטשן און ארויסזאגן בפה מלא זיינע פראבלעמען, מער מאל ווי נישט באלאגט יענער טאקע דארט, און מיט'ן ווארטן אויף א דיין צו שיקן פארפאסט יענער נעבעך טייערע צייט (אסאך מאל יארן - איך רעד פון עקספיריענס) וואס ער וואלט געקענט ווערן גליקלעך און אוועקשטעלן זיך, זיין שטוב, שלום בית, פרנסה און וואס נישט.

איך בין נישט דא ח"ו אוועקצומאכן דעת תורה און זאגן אז מען קען טהון וואס מען וויל אן פרעגן א רב, דיין, אדער טערעפיסט, אבער מענטשן דארפן וויסן אז כמעט יעדע רב אדער דיין וואס האט מיטגעהאלן פון די נאנט מיט א מענשט וואס מיטשעט זיך און געזען ווי זייער לעבן איז אפ-סייד-דאון און גארנישט העלפט נישט, און דער רב אדער דיין האט מיטגעהאלטן ווי די מענטש איז אהינגעגאנגן (אפילו שלא ברשותם) און זייער לעבן האט זיך ארומגעדרייט לטובה, דער וואס האט דאס אליין מיטגעהאלטן רעדט גאר אנדערש וועגן די גאנצע נושא פון עדיקשען און 12 סטעפס (איך אליין האב דאס געהערט פון א גרויסע חסידישע רבי וואס פלעגט זיין שארף דערקעגן, אבער ער האט געטוישט זיין מיינונג נאכן מיטהאלטן פון די נאנט).

עד כאן, גענוג געזאגט פאר יעצט!


WOW איך הער וואס דו זאגסט עס איז אזא שאד אז מען זאל זיך אזוי מיטשענען ווען עס איז דא די הילף און עס איז אזוי IN LINE מיט אלעס וואס מיר אידן ווייסן און גלייבן. איך מיין אז עס הערשט א געוואלדיגע חסרון ידיעה אין די נושה פון אדיקשן און 12 סטעפ ריקאווערי
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

Gibbs האט געשריבן: WOW איך הער וואס דו זאגסט עס איז אזא שאד אז מען זאל זיך אזוי מיטשענען ווען עס איז דא די הילף און עס איז אזוי IN LINE מיט אלעס וואס מיר אידן ווייסן און גלייבן. איך מיין אז עס הערשט א געוואלדיגע חסרון ידיעה אין די נושה פון אדיקשן און 12 סטעפ ריקאווערי


צוליב די סענסעטיווקייט פון די נושא קען מען נישט שרייבן צו סאך אין פאבליק, אבער יא, ס'איז זייער ווייטאגליך וויפיל ליידן צוליב די חסרון ידיעה (איך רעד שוין נישט פון היימישע נישט לייסענסד טערעפיסטן וואס זענען דערקעגן און פארפירן מענטשן אין דער אדמה אריין).

לגבי אידישקייט; איך האב מיטגעהאלטן מיט געוויסע וואס זענען דורך די סטעפס צוגעקומען צו אסאך א שטערקערע אידישקייט און נאנטקייט צום אייבערשטן, אזוינס וואס זיי ואלטן קיימאל נישט דערגרייכט אן דעם.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
פריעדיגע פרעזידענט
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:57 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריעדיגע פרעזידענט »

איבער הגה"ק מקארלסבורג זצ"ל
שטייט נישט קלאר פון וואס מען רעדט אפשר איבער די 12 סטעפס
אטעטשמענטס
IMG - 135590.JPG
IMG - 135590.JPG (230.1 KiB) געזען 1260 מאל
Trump is still our president
אוועטאר
פון אמעריקע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3977
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:42 pm

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פון אמעריקע »

איך ווייס נישט, אבער בכל אופן, איך האב שוין געזאגט וואס איך קען זאגן אויף די סאבדזעקט אין פאבליק.
אויב פארמאגסטו נישט קיין סענס אוו הומער בעט איך דיר שוין איבער!


האבן ספיקות וועגן די אויפריכטיקייט פון די 2020 עלעקשינס = קאנספיראטער
זיין איבערצייגט אז טראמפ האט אנגעפירט אן אינסערעקשאן = אנשטענדיג און שכל'דיג
אוועטאר
Gibbs
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 9:33 am

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gibbs »

נאכן זעהן דא פריער אביסל מער באריכות וואס די 12 סטעפס זענען און זאגן, זעהט עס מיר אויס אינגאנצן איינשטימינג מיט אלעס וואס מיר ווייסן און גלייבן, ניין? א שטיק חסידות און מוסר.

אדרבה איך בין נייגעריג צו הערן פון ערנסטע רבנים און פוסקים וואס זענען דערקעגן. פארשטייט זיך נישט ווען זיי זענען דערקעגן ווייל זיי האבן געהערט פון איינעם עפעס דערוועגן, אדער מיטגעהאלטן א מעשה מיט איינעם וואס איז געווען אין א 12 סטעפ פראגראם און געטוען און זיך אויפגעפיהרט באיזה אופן נישט ווי עס באדארף צו זיין, און ממילא איז 12 סטעפס געווארן אפגעפרעגט און אקעגן די תורה. איך רעדט פון א רב וואס האט באמת ארויס און אדורך געטוען וואס די סטעפס זענען, און קען זיך פערזענליך מיט מענטשן אין 12 סטעפס פראגראמען וואס ארבעטן זייערע סטעפס און ארבעטן אויף זיך.
אוועטאר
טעארעטישע פאקטן
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 5:43 pm
לאקאציע: צװישן טעאריע און פאקט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעארעטישע פאקטן »

viewtopic.php?f=96&t=46743&start=25#p2721051
דא רעדט אײנער זײן פערזענליכע געשיכטע מיט די 12 סטעפס,
ער זאגט אז דר טװערסקי האט נישט געהאלטן פון טעראפי פאר אדיקשאן, אײנער װײסט פארװאס?
אױב די פאקט שטימט נישט מיט דײן טעאריע - טױש די פאקט
אינטואציע איז א העכערע מתנה, שכל איז איר באדינער. אונזער געזעלשאפט איז מחשיב דעם באדינער, און פארגעסט פונעם מתנה (אלבערט אײנשטײן)
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: 12 סטעפס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איבער הגה"ק מקארלסבורג זצ"ל
שטייט נישט קלאר פון וואס מען רעדט אפשר איבער די 12 סטעפס

'גוי'אישע' מהלכים, מיינט - לכאורה - א מהלך וואס איז 'גויאיש', דהיינו כנגד התורה. און 'גויאישע' מהלך מיינט נישט - לכאורה - אז א גוי האט עס געמאכט. און נאך אזאך ער שרייבט דאך דארט 'מעדעצינישע ביכער' איז נישטא קיין אנדערע מהלך. איך שטעל מיך פאר אז ס'איז געווען א מהלך צו בוחר זיין בדוקא הרע במיעוטו.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”