לא נתקבל - וואס טוט מען?

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

נפשי חמדה
שר האלף
תגובות: 1404
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפשי חמדה »

שטארק שטארק!
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

רוויגו האט געשריבן:אנגעקומען, אבער נאך ווי... אין איינע פון די שענסטע ישיבות אין די פאראייניגטע שטאטן, זיכער אסאך א בעסערע ישיבה ווי דער וואס האט געשיקט דעם "לא נתקבל".




ב"ה

wow

און ייש"כ פאר די אריכות מיט עזר לישיבות
ס'איז א וויכטיגע פונקט דערהערט צו ווערן
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
חרש וחושב
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 31, 2016 10:52 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרש וחושב »

יישר כח גדול פארן מיטטיילן

ב"ה
ב"ה

איר האט אבער נישט געענטפערט מיין צווייטע פראגע:


חרש וחושב האט געשריבן:
און צו האט עפעס געהאלפן זיך מזכיר זיין דא אויף אייוועלט? (חוץ פון די ישיחנה לאחרים פאקטאר)

ב.ד.וו.
איך האב היבש אפאר מאל מתפלל געווען אז ער זאל אנקומען אין א ישיבה. האף איך אז מיינע (און אוודאי פילע אנדערע) תפילות האבן עושה רושם געווען



ארי מוזט -שטייצעך- נישט
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

אויף די צווייטע פראגע:

עטליכע ניקס האבן זיך געוואנדן צו מיר אין אישי, אפערנדיג זייער הילף. צוויי ניקס האבן זיך שטארק צוגעשטעלט און ארויסגעהאלפן מיט ייעוץ, זייענדיג מער עקספיריענס אין דעם פעלד, פון זיי האב איך שטארק גענאסן. אבער מער פון אלעמען איז געווען די גייסטישע הילף און חיזוק וואס חברים האבן אויסגעדרוקט ברבים און פריוואט, תשועת חן להם, אשרי לכם ואשרי חלקכם.

אבער בכלל, האט דער אשכול האפנטליך געדינט אלס מיקראפאן פאר די בחורים וואס זייער געשריי ווערן נישט דערהערט. איך האב מורא פאר דער טאג וואס דער אשכול וועט באגראבן ווערן אונטן, אזוי ווי אסאך אנדערע פילע אשכולות, און מען וועט פארגעסן אז אזא פראבלעם עקזיסטירט בכלל. לאמיר האפן אז דאס וועט נישט געשען.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

איך קען נישט גלויבן...

איך קום יעצט צוריק פון עירפארט, באגלייטנדיג מיין זוהן צו איינע פון די בעסטע ישיבות אין ארץ-ישראל, וויל איך עפענען אן אשכול אפצושרייבן אפאר ווערטער, זעה איך נישט מער און נישט ווייניגער, אז מען האלט אצינד כמעט א יאר (לויטן ענגלישן דאטום), פון ווען דער אשכול איז געעפנט געווארן, און דא....

איך שרייב יעצט א פרישער אשכול.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
אוועטאר
מי שברך
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 3:32 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי שברך »

ב”ה congratulations
אין עוד מלבדו
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

פאראיאר אזא צייט בין איך געשטאנען פארלוירן און צוטראגן, נישט געוואוסט ווי אזוי איך וועל זיך ארויסדערזען פון דעם פראבלעם, אייגנטליך אז מיין זוהן שטייט אן א ישיבה, און קיינער האלט אים נישט ביים ארייננעמען. מען רעדט דא פון א בחור א בן-תורה און חסידי'שע בחור מיט אלע מעלות, וואס האט זיך פשוט נישט פארשטאנען מיטן ישיבה-קטנה מנהל, און יענער האט מחליט געווען אז ער דארף ארויסגעווארפן ווערן פונעם סיסטעם.

איך בין מיט דעם בחור ארומגעלאפן, אזוי ווי דער אויבערשטער מיט די תורה! - ווי אזוי גייט נאר דעם ניגון? - "און קיינער האט אים נישט געוואלט נעמען"...

נאך עטליכע וואכן אריין אין זמן, איז ער ענדליך אנגעקומען צו איינע פון די בעסטע ישיבות אין אמעריקע, א ישיבה וואס שמו הטוב הולך לפניו. נאך פראטעקציע און געלט שמירערייען (וואס איך האב נישט געהאט!) - זייער שנעל האט זיך ארויסגעשטעלט זיינע כשרונות, עשה חיל באורייתא, זיצנדיג און לערנענדיג, א נחת פאר די ישיבה. ער איז א בחור וואס שיינט, א פרי עץ הדר.

יעצט איז געקומען די צייט, אז ער זאל גיין ווייטער. איך האב אים איינגעשריבן אין דריי פון די בעסטע ישיבות אין ארץ-ישראל. מען האט אים איבעראל אנגענומען, נאך א פארהער. איך האב אויסגעקליבן די דריטע ישיבה, און יעצט, שרייבנדיג די ווערטער, געפינט ער זיך אויפן פליגער, אויפן וועג אריין אין ישיבה, צום קומענדיגן אלול זמן.

מכאן אתה למד עמקן של הדברים, און ווי מער איך טראכט דערפון קען איך נישט צו זיך קומען דערפון:
ווער ווייסט וויפיל בחורים וואלגערן זיך אויף די גאס, אזעלכע וואס וואלטן געקענט זיין הערליכע כלים פארן אויבערשטן, זיין מוצלח'דיגע בחורים באמת?! - הלא מבשרי אחזה. ווי שטארק אחריות ליגט אויף א משגיח, ווען ער רוקט ארויס א "לא נתקבל" אן קיין בלינק מיטן אויג?! - האט ער נישט מורא אז אויבן אין הימל וועט מען אים פארהאלטן דערויף, און ער וועט נישט קענען ענטפערן דעם "ידינו לא שפכה את הדם הזה"? - אידישע בחורים, גוטע און פיינע בחורים, גייען אריין לתהום הנשיה, בלויז ווייל פארן משגיח געפעלט ער נישט. און שפעטער, אויב וויל מען פארהאלטן דעם משגיח, ווייזט ער אן אויפן בחור, וואס האט צום סוף נישט מצליח געווען, און ער זאגט, "זעסט דאך וואס פון אים איז געווארן, אים האב איך געדארפט אריינעמען"? - בשעת ער איז דער וואס האט קאליע געמאכט דעם בחור.

יא, איך בין געראטעוועט געווארן. מיין זוהן איז א דוגמא פון אן אוד מוצל מאש, א בחור כהלכה וואס שטייגט במעלות התורה והחסידות ויראת שמים, א דאנק דעם הייליגן באשעפער מיט די הילף וואס איך האב צום סוף יא געקענט האבן, אבער וויפיל פאלן צום סוף נעבעך יא אוועק? - ישמרם השם.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
משהלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3051
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהלע »

Wow
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

[quote="רוויגו"]
איך בין מיט דעם בחור ארומגעלאפן, אזוי ווי דער אויבערשטער מיט די תורה! - ווי אזוי גייט נאר דעם ניגון? - "און קיינער האט אים נישט געוואלט נעמען"...

ובעבור זה זאל דער אויבערשטער העלפן אז ביי שידוכים זאל מען איהם נאך לויפן....
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
אוועטאר
פנימחדשות
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2020 4:33 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנימחדשות »

אין מילים.
אוועטאר
מאראליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 23, 2021 2:11 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאראליש »

איך זעה אז די שורות זענען געשריבן געווארן 3:03 AM ב"ה אז די קענסט נישט שלאפן פאר גוטע סיבות אבער די משגיחים דארפן וויסן וויפיל עלטערן זענען אויף 3:03 AM ווייל מען מען שפילט זיך ארום מיט זייער זוהנ'ס נשמה
אוועטאר
חיים ברוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 3:15 am
לאקאציע: אין בעט נעבן די פאלעסיידס

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ברוך »

מאראליש האט געשריבן:איך זעה אז די שורות זענען געשריבן געווארן 3:03 AM ב"ה אז די קענסט נישט שלאפן פאר גוטע סיבות אבער די משגיחים דארפן וויסן וויפיל עלטערן זענען אויף 3:03 AM ווייל מען מען שפילט זיך ארום מיט זייער זוהנ'ס נשמה

;l;p-
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

רוויגו האט געשריבן:פאראיאר אזא צייט בין איך געשטאנען פארלוירן און צוטראגן, נישט געוואוסט ווי אזוי איך וועל זיך ארויסדערזען פון דעם פראבלעם, אייגנטליך אז מיין זוהן שטייט אן א ישיבה, און קיינער האלט אים נישט ביים ארייננעמען. מען רעדט דא פון א בחור א בן-תורה און חסידי'שע בחור מיט אלע מעלות, וואס האט זיך פשוט נישט פארשטאנען מיטן ישיבה-קטנה מנהל, און יענער האט מחליט געווען אז ער דארף ארויסגעווארפן ווערן פונעם סיסטעם.

איך בין מיט דעם בחור ארומגעלאפן, אזוי ווי דער אויבערשטער מיט די תורה! - ווי אזוי גייט נאר דעם ניגון? - "און קיינער האט אים נישט געוואלט נעמען"...

נאך עטליכע וואכן אריין אין זמן, איז ער ענדליך אנגעקומען צו איינע פון די בעסטע ישיבות אין אמעריקע, א ישיבה וואס שמו הטוב הולך לפניו. נאך פראטעקציע און געלט שמירערייען (וואס איך האב נישט געהאט!) - זייער שנעל האט זיך ארויסגעשטעלט זיינע כשרונות, עשה חיל באורייתא, זיצנדיג און לערנענדיג, א נחת פאר די ישיבה. ער איז א בחור וואס שיינט, א פרי עץ הדר.

יעצט איז געקומען די צייט, אז ער זאל גיין ווייטער. איך האב אים איינגעשריבן אין דריי פון די בעסטע ישיבות אין ארץ-ישראל. מען האט אים איבעראל אנגענומען, נאך א פארהער. איך האב אויסגעקליבן די דריטע ישיבה, און יעצט, שרייבנדיג די ווערטער, געפינט ער זיך אויפן פליגער, אויפן וועג אריין אין ישיבה, צום קומענדיגן אלול זמן.

מכאן אתה למד עמקן של הדברים, און ווי מער איך טראכט דערפון קען איך נישט צו זיך קומען דערפון:
ווער ווייסט וויפיל בחורים וואלגערן זיך אויף די גאס, אזעלכע וואס וואלטן געקענט זיין הערליכע כלים פארן אויבערשטן, זיין מוצלח'דיגע בחורים באמת?! - הלא מבשרי אחזה. ווי שטארק אחריות ליגט אויף א משגיח, ווען ער רוקט ארויס א "לא נתקבל" אן קיין בלינק מיטן אויג?! - האט ער נישט מורא אז אויבן אין הימל וועט מען אים פארהאלטן דערויף, און ער וועט נישט קענען ענטפערן דעם "ידינו לא שפכה את הדם הזה"? - אידישע בחורים, גוטע און פיינע בחורים, גייען אריין לתהום הנשיה, בלויז ווייל פארן משגיח געפעלט ער נישט. און שפעטער, אויב וויל מען פארהאלטן דעם משגיח, ווייזט ער אן אויפן בחור, וואס האט צום סוף נישט מצליח געווען, און ער זאגט, "זעסט דאך וואס פון אים איז געווארן, אים האב איך געדארפט אריינעמען"? - בשעת ער איז דער וואס האט קאליע געמאכט דעם בחור.

יא, איך בין געראטעוועט געווארן. מיין זוהן איז א דוגמא פון אן אוד מוצל מאש, א בחור כהלכה וואס שטייגט במעלות התורה והחסידות ויראת שמים, א דאנק דעם הייליגן באשעפער מיט די הילף וואס איך האב צום סוף יא געקענט האבן, אבער וויפיל פאלן צום סוף נעבעך יא אוועק? - ישמרם השם.


במח"כ אויב איך מעג פרעגען. אז אייער בחור האט שטארק מצליח אין "איינע פון די בעסטע ישיבות אין אמעריקע", "א ישיבה וואס שמו הטוב הולך לפניו" אויף אזוי ווייט אז "זייער שנעל האט זיך ארויסגעשטעלט זיינע כשרונות", "עשה חיל באורייתא זיצנדיג און לערנענדיג", "א נחת פאר די ישיבה". "ער איז א בחור וואס שיינט, א פרי עץ הדר". א"כ פארוואס האט איר ארויסגענומען אזוי שנעל נאר נאך איין יאר אין ישיבה גדולה??
כ'פרעג נישט ח"ו לקנטר. כ'וויל באמת פארשטיין כ'בין אליינס אין זייער אן ענדליכע צושטאנד. נא לעיין באישי.
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

זייער גוט געפרעגט.

איך האב דיר געענטפערט אין אישי. אבער ביטע קום נאכדעם צוריק מעיד זיין, אז יא, ס'איז נתקבל על הדעת, אז הגם ער האט מצליח געווען האט ער געטוישט ישיבה, שלא יאמרו מדשתקי, שמע מינה אז די קושיא איז צו שטארק ס'זאל זיין אמת...
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
אוועטאר
שטענדיג צופרידען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2021 4:47 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטענדיג צופרידען »

חנוך האט געשריבן:עזר לישיבות נאמבער?


גא"ם איינער האט די נומבער פין עזר לישיבות?
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

רוויגו האט געשריבן:זייער גוט געפרעגט.

איך האב דיר געענטפערט אין אישי. אבער ביטע קום נאכדעם צוריק מעיד זיין, אז יא, ס'איז נתקבל על הדעת, אז הגם ער האט מצליח געווען האט ער געטוישט ישיבה, שלא יאמרו מדשתקי, שמע מינה אז די קושיא איז צו שטארק ס'זאל זיין אמת...


אמת ויציב!
זעהט מיר אויס אז הרב רוויגו איז א שטארקער בעל דעת
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kollel »

שטענדיג צופרידען האט געשריבן:
חנוך האט געשריבן:עזר לישיבות נאמבער?


גא"ם איינער האט די נומבער פין עזר לישיבות?

8456946777

7187058210
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
איישישאק
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:27 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איישישאק »

ייש"כ, די חיזוק איז נייטיג פאר יעדער וואס גייט עס אדורך.
איך האב נאך קאשמארן פון די צייטן ווען איך האב געליטן, ואכמ"ל, און די סוגיא וואס איך האב דעמאלס געלערנט הייסט ביי מיר 'תורה שלמדתי באף'. יעצט איז עס ב"ה אינדערארדנונג, און עד הנה עזרונו וכו' ואל תטשנו וכו'.
When the eagles are silent, the parrots begin to jabber
אוועטאר
עלינו לשבח
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:32 pm
לאקאציע: אין סידור

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו לשבח »

רוויגו האט געשריבן:

אבער בכלל, האט דער אשכול האפנטליך געדינט אלס מיקראפאן פאר די בחורים וואס זייער געשריי ווערן נישט דערהערט. איך האב מורא פאר דער טאג וואס דער אשכול וועט באגראבן ווערן אונטן, אזוי ווי אסאך אנדערע פילע אשכולות, און מען וועט פארגעסן אז אזא פראבלעם עקזיסטירט בכלל. לאמיר האפן אז דאס וועט נישט געשען.
לאמיר עס אויף גראבן!!
געטון די סגולה פון ר' מתיא בן חרש און געזען "גאר גרויסע ישועה" צוגעזאגט מפרסם צו זיין!
--
אוועטאר
mendy76
שר חמישים ומאתים
תגובות: 387
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 28, 2022 1:12 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mendy76 »

כלנו למערכה! ישיבה רגסטראציע תשפ"ג/2023
אוי הייליגע באשעפער ווילאנג ועלן מיר נאך זיין און די פינסטערע גלות
בילל
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2022 10:27 am

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בילל »

.
עם ישראל חי!
רוויגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 349
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רוויגו »

איך קען נישט גלויבן.

זוכנדיג יעצט עפעס אין אייוועלט, האב איך זיך אנגעשטויסן מיט דעם אשכול וואס איך האב דעמאלס געעפנט.

וואו בין איך דעמאלס געשטאנען און וואו שטיי איך יעצט?

איך האלט אצינד קנאפע פיר וואכן איידער איך וועל אונטערפירן דעם בחור אונטער די חופה בשעטומ"צ. איך וועל קודם צוטירן א תגובה פון איינע פון מיטגלידער:
די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:
רוויגו האט געשריבן:
איך בין מיט דעם בחור ארומגעלאפן, אזוי ווי דער אויבערשטער מיט די תורה! - ווי אזוי גייט נאר דעם ניגון? - "און קיינער האט אים נישט געוואלט נעמען"...
ובעבור זה זאל דער אויבערשטער העלפן אז ביי שידוכים זאל מען איהם נאך לויפן....
די ברכה איז מקוים געווארן און נאך וואו... ער ווערט אצינד אן איידעם ביי א גרויסער אנגענומענער דיין אין ארץ-ישראל, וועלכער שטייט בראש פון א שיינע קהילה אין בני-ברק.

אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה.

דער בחור איז היינט א תלמוד-חכם מופלג, א ירא וחרוד, א חלום און א וואונטש פאר יעדע טאטע, צו גאט און צו לייט, נייחא לעילא נייחא לתתא. ער זיצט און לערנט, נוצט אויס יעדע מינוט, א געשמאקער הייליגער פיינער בחור. און יא, ער איז געווען א "לא נתקבל" בחור, געשטאנען א שטיק צייט אן קיין ישיבה, און קוק וואו ער האלט היינט...

זאל דער אשכול דינען אלס חיזוק פאר אלע אידן וואס מוטשענען זיך מיט זייערע בחורים און קיינער וויל זיי נישט אנקוקן. איר קענט נישט וויסן וואס פון א בחור קען ווערן. נעם מיין בחור אלס דוגמא. ליינט דורך דעם אשכול פון אנהויב ביזן סוף און זעט ווי אזוי דער גרויסער באשעפער קען העלפן. איר זאלט זיך קיינמאל נישט מייאש זיין פון אייער בחור און קיינמאל נישט אויפגעבן אויף אים. ער קען נאך וואקסן גרויס.

נעמט הויפענעס חיזוק און זייט זיך נישט מייאש!

אגב, איך האב נישט קיין פרוטה צו די חתונה. מען האלט קנאפע פיר וואכן צו די חתונה, עס איז אין ארץ-ישראל און איך האב נישט קיין השגה ווי אזוי דאס וועט זיין. פארוואס זאג איך דאס? - אלס דאגה בלב איש וכו', און אפשר... אויב איז דא איינער וואס האט גענומען חיזוק פון די מעשה און ער האט אפאר איבעריגע דאלער, קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי.
דרוקט דא זיך צו איינשרייבן צו באקומען א נאטאפעקאציע ווען עס גייט ארויף די רייכע שיעורים אויף נ"ך.
באבל
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באבל »

חן חן לכם. איר זאלט שטענדיג קענען מבשר זיין בשורות טובות.
די הייליגע זיידע'ס
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 15, 2021 4:58 am

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די הייליגע זיידע'ס »

רוויגו האט געשריבן:
איך קען נישט גלויבן.

זוכנדיג יעצט עפעס אין אייוועלט, האב איך זיך אנגעשטויסן מיט דעם אשכול וואס איך האב דעמאלס געעפנט.

וואו בין איך דעמאלס געשטאנען און וואו שטיי איך יעצט?

איך האלט אצינד קנאפע פיר וואכן איידער איך וועל אונטערפירן דעם בחור אונטער די חופה בשעטומ"צ. איך וועל קודם צוטירן א תגובה פון איינע פון מיטגלידער:
די הייליגע זיידע'ס האט געשריבן:
רוויגו האט געשריבן:
איך בין מיט דעם בחור ארומגעלאפן, אזוי ווי דער אויבערשטער מיט די תורה! - ווי אזוי גייט נאר דעם ניגון? - "און קיינער האט אים נישט געוואלט נעמען"...
ובעבור זה זאל דער אויבערשטער העלפן אז ביי שידוכים זאל מען איהם נאך לויפן....
די ברכה איז מקוים געווארן און נאך וואו... ער ווערט אצינד אן איידעם ביי א גרויסער אנגענומענער דיין אין ארץ-ישראל, וועלכער שטייט בראש פון א שיינע קהילה אין בני-ברק.

אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה.

דער בחור איז היינט א תלמוד-חכם מופלג, א ירא וחרוד, א חלום און א וואונטש פאר יעדע טאטע, צו גאט און צו לייט, נייחא לעילא נייחא לתתא. ער זיצט און לערנט, נוצט אויס יעדע מינוט, א געשמאקער הייליגער פיינער בחור. און יא, ער איז געווען א "לא נתקבל" בחור, געשטאנען א שטיק צייט אן קיין ישיבה, און קוק וואו ער האלט היינט...

זאל דער אשכול דינען אלס חיזוק פאר אלע אידן וואס מוטשענען זיך מיט זייערע בחורים און קיינער וויל זיי נישט אנקוקן. איר קענט נישט וויסן וואס פון א בחור קען ווערן. נעם מיין בחור אלס דוגמא. ליינט דורך דעם אשכול פון אנהויב ביזן סוף און זעט ווי אזוי דער גרויסער באשעפער קען העלפן. איר זאלט זיך קיינמאל נישט מייאש זיין פון אייער בחור און קיינמאל נישט אויפגעבן אויף אים. ער קען נאך וואקסן גרויס.

נעמט הויפענעס חיזוק און זייט זיך נישט מייאש!

אגב, איך האב נישט קיין פרוטה צו די חתונה. מען האלט קנאפע פיר וואכן צו די חתונה, עס איז אין ארץ-ישראל און איך האב נישט קיין השגה ווי אזוי דאס וועט זיין. פארוואס זאג איך דאס? - אלס דאגה בלב איש וכו', און אפשר... אויב איז דא איינער וואס האט גענומען חיזוק פון די מעשה און ער האט אפאר איבעריגע דאלער, קען זיך ווענדן צו מיר אין אישי.
טייערער @רוויגו שליט"א
קודם וויל איך אייך וואונטשן א הערצליכע ברכת מזל טוב און אסאך יודיש נחת פון דעם קינד און פון אלע אנדערע קינדער מתוך תענוג ונחת בבריות גופא ונהורא מעליא לאוריוש"ט.

איך געדענק נישט בכלל דעם תגובה, טראץ וואס ס’פאסט פאר מיר אזוי צו ענטפערן אבער איהר האט מיך ממש באנומען, א מענטש קען קיינמאל נישט וויסן וואס ער קען אויפטוהן מיט א ברכה/סטעיטמענט וואס ער זאגט ארויס פון מויל...
שלא תהא ברכת הדיוט קלה בעיניך.....
און דאס איז די חיזוק וואס איך נעם ארויס פון די מעשה...

אסאך נחת.
מיט יארן צוריק, זענען מיר געווען
’די הייליגע אייניקלעך’
היינט זענען מיר
די הייליגע זיידע’ס’
ליהודים
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 10:45 pm

Re: לא נתקבל - וואס טוט מען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליהודים »

איז איינער נייגעריג צו הערן די צווייטע זייט? דעם ישיבה'ס ווערסיע?..

קודם, אביסל אן הקדמה -
פאר עטליכע יאהר האב איך אליינס זייער געשוויצט איבער די נושא און אסאך געהאלפן אריינשטעלן בחורים אין ישיבה'ס.

אנגעהויבן האט זיך עס אין קאנטרי ווען כ'האב געהערט קרעכצן פון עטליכע עלטערין איבער די לא נתקבל'ס און אז אט אט דארף מען שוין אנהייבן דעם נייעם זמן - ואני אנה אני בא... ס'זעהט זיך נישט קיין נתקבל אויפן האריזאנט.

אלץ פרעמדער האב איך מיך נישט געשעמט צו רופן, און צומאל אליינס אראפגעפארן אין א קעמפ צו א געוויסע ראש ישיבה שתד'לן פאר א בחור'ל - און ברענגנדיג א "גריס" פון א פרעמדן וועלכע האט אים 'פערצופאל' געזען אין קאנטרי ווי ער לערנט אזוי פלייסיג אין די פרייע צייט א.א.וו..

הגם איך האב געהאט ב"ה גאנץ פיינע סוקסעס האט מיר אבער די כוחות זיך צוביסלעך אויסגעלאזט ווייל די ראשי הישיבות האבן מיך אויך אויסגעטרונקען און בעיקר ווייל איך האב זיך שטארק גענומען צום הארצן יעדן פאל ווען ס'מיר נישט געלונגען א בחור'ל צו פלאצירן... נעבעך..

לאנג סטארי שארט - א שטיקל רבני'ש טראגע פארמאג איך, געהאט אביסל סעווינגס אין באנק צו נעמען די זאך אין די אייגענע האנט, געמאכט קאנטאקטן מיט עטליכע חשובע מגידי שיעור, געדונגען א שיין ביהמ"ד'ל מיט אפאר צימערן און ארויסגעשטעלט מודעות אז ס'עפנט זיך א ישיבה... די ישועה איז שוין דא. כל דכפין ייתי..

יעצט האבן זיך הערשט אנגעהויבן די חקירות. שוין גלייך ביים ערשטן פאון קאלל..
..איר האט גוטע בחורים??
..פון וועלכע חדרים קומען זיי?
..וויפל יאהר זענט איר שוין אין דיע ליין?
..איך זוך א מצויין ישיבה.. אהה, הייסט איר נעמט אן שוואכערע אויכעט?!? אהא....
..מ'גייט פארן אויף טריפס? מיין בחור דארף דאס צומאל..
..איך קען אפשר האבן א ליסטע פון די בחורים וועלכע מ'האט אנגענומען?

רבותי, ס'געווען ביטער צו זעהן וויאזוי די זעלבע עלטערין וועלכע פארפירן קעגן די ישיבה'ס וועלכע ווילן נישט ארייננעמען בינונים, האבן דייקא געוואלט נאר אזא העכסטע מצויין ישיבה פאר זייער בחור, וואס טאר חלילה נישט נעמען עפעס ווייניגערס.

צום אויספיר - יאפ, דער ישיבה האט זיך ב"ה געעפנט צום סוף מיט א סוקסעס - מ'האט געדארפט גאר אסאך ליגנט פארקויפן די עלטערין ביז יעדער האט איינגעזען אז עס האנדלט זיך טאקע פון א העכסט מצויין'דיגער מקום וועלכע איז אויך שוין כמעט פיל... און מיר מוזן נאך עד היום אנהאלטן דעם נאמען מיט א געוויסן אימעדזש ווייל אויב נישט אנטלויפן די בינונים מארגן...

יעצט גראדע ווען מ'האלט שוין ב"ה נאך פינעף יאהר מיט סוקסעס - ברעכט מען שוין כמעט אינטער פון חובות, ווייל ווער זוכט דען צו העלפן א "מצויין" ישיבה?? - דערוואגן זאל איך פארציילן דעם אמת אין די גאס ביי א דינער וכדו' אז מיר נעמען אריין בעיקר נאר "נארמאלע געזונטע עווערעדזש" בחורים - ווייל דעמאלטס האבן מיר זיי מער נישט און מ'קען שוין ווידער גארנישט אויפטון.

ס'איז אוי לי מלומר, ואוי לי מלא לומר...

אפי' אסאך פון די עלטערין אליינס אפרישיעיטן עס אויך ניטאמאל כראוי ווייל זיי האבן דאך געשיקט דעם בעסטן בחור... אקיצור - מ'דארף אליינס שלעפן דעם וואגן און כלל ישראל איז נאר דא צו קרעכצן.. גערעכט זענען זיי!

===
עכ"ז, אויב האט איר א וואוילן בחור 16+ מיט וועלכע איר מוטשעט זיך צו טרעפן א געהעריגן מצויינ'דיגער מקום - שעמט אייך נישט זיך צו ווענדן אין אישי. מיר וועלן אייך פראבירן העלפן ווי לאנג מיר גייען נאך אן בע"ה. - אגב, איך נעם דאונעישנס אויך, טעקס דעדאקטיבל - אויב איינער וויל א חלק אין די לעזונג\מצוה..
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”