Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

א.ב.ג האט געשריבן:ארבייט די אלע חשבונות דא צוזאמען מיט אנדערע חשבונות ווי למשל די נאטורן פין מענטשן צוטיילט אויף 9 נאטורן ווי באשריבן אין מרים אדאהאן׳ ס בוך? פּשטות איז נישט אלע נאטורן וואס באלאנגען צי די 1 אדער 2 פאמיליע אא״וו געבוירען אין זעלבן חודש.. איז לכאורה דארפן זיך די אנדערע סארטן וועגן וויאזוי צו צוטיילן די נאטורן סותר זיין...

בס"ד

אלעס ארבעט צוזאמען. עס איז זיך גארנישט סותר. מערערע צאמשטעלונגען פון פלאנעטן-מזלות קענען צאמשטעלן א טייפ. און דערפאר קען א געוויסע טייפ געבוירן ווערן אין מערערע חדשים. ווייל ס'האט נישט נאר מיט וואו די חמה איז. עס האט וואו לבנה איז, וואו כוכב איז, וואו מאדים איז, און וואו די מזל הצומח איז וכו'.

לאמיר זאגן אז א איינזער ווערט צאמגעשטעלט פון טלה, מאזנים, שור, בתולה. יעצט, קען עס זיין טלה אין חמה, דאס איז ניסן, מאזנים אין לבנה, שור אין מאדים, און מזל הצומח אין בתולה. דאס וועט שאפן א איינזערישע נאטור. אדער, מאזנים אין חמה, דאס איז תשרי, טלה אין לבנה, בתולה אין מאדים, און שור אלץ די מזל הצומח. דאס קען אויך שאפן א איינזערישע נאטור. ביידע וועלן טאקע זיין אנדערע סארט איינזערס.

בקיצור, מ'קען נאך אלץ זאגן אז טייפס האט מיט די מזלות, נאר איינער וואס ווערט געבוירן אין איין געוויסע חודש, קען האבן כמעט די זעלבע השפעה פון מזלות דאס וואס דער אנדערער וואס איז געבוירן אין גאר א אנדערע חודש האט. ווייל ער האט די זעלבע מזלות, אפילו זיי זענען אין אנדערע פלאנעטן. ביידע קענען האבן די השפעה פון גדי, עקרב און ארי', איינער איז געבוירן טבת, ווען חמה איז אין גדי, און לבנה איז אין עקרב און מזל הצומח איז אין ארי', און איינער איז געבוירן אב, ווען חמה איז אין ארי', לבנה אין עקרב, און מזל הצומח איז אין גדי.

ס'וועט שאפן די זעלבע טייפ, אבער אביסל אנדערש.

אונטערשטע שורה איז אז ס'האט נישט מיט וועלכע חודש מ'איז געבוירן, נאר ס'האט אויך וועלכע מזלות מ'האט. אמאל קען איין געוויסע מזל טוישן די גאנצע טייפ. צום ביישפיהל חמה אין קשת, לבנה אין שור, כוכב אין קשת, מאדים אין גדי, נוגה אין קשת, מיט דעם אלעם וואס ער איז כמעט א זיבענער, איז זיין מזל הצומח אין דגים. און דערפאר איז ער א ניינער. ווייל דגים מאכט אים פיהלן שוואך לגבי אנדערע מענטשן. איך זאג נישט אז ס'איז אזוי, איך געב דיר נאר א איידיע וויאזוי איין קליינע אנדערשקייט פון א מזל, קען טוישן די גאנצע עווענטואל טייפ.

און איך וועל דיר זאגן נאך מער. אז א צווילינג וואס ווערט געבוירן אפגערוקט איינער פון צווייטן נאר איין מינוט, קען איינער זיין א דרייער, און איינער א ניינער. פארוואס? ווייל אפילו ביידע האבן די זעלבע מזלות, האט אבער איינער מער השפעה פון די מזל הצומח, וואס מאכט אים אזוי "דרייעריש".

אבער דאס מוז איך דיר זאגן אז מערערע פלאנעטן-מזלות קענען ווערן קאטאגאריזירט אין איין טייפ. דהיינו, מערערע סארט נאטורן, וואס זענען באמת אנדערש איינע פון צווייטן, וועט מען קאטאגארייזן אלץ זעקסערס. און עס קומט אויס אז פון זיבענערס און זעקסערס און ניינערס איז דא מער, און פון פירערס איז דא ווייניגער. אבער מ'קען קלאר זעהן אז מ'דארף מאכן מער פלאץ פאר די אלע פארשידענע נאטורן וואס מ'האט צאמגעשטופט אין נומער זעקס.

א סרטן זעקסערס, איז גאר אנדערש ווי א דלי זעקסער, און גאר אנדערש ווי א בתולה זעקסער.

בקיצור: ס'איז ביידע אמת. ס'איז דא מזל, און אין דעם אויף א געוויסע אופן איז דא א טייפ. אבער די טייפס איז סך שווערער צו פארשטיין און צו קענען ווי די מזלות. די מזלות איז זייער סימפל. ווען עס קומט צו מזלות איז די דאטא סך מער דא ווי טייפס. טייפס שווימען ארום אבער מזלות נישט. דו קענסט לעבן מיט א מענטש פופצן יאר און נישט געהעריג כאפן וואס זיין טייפ איז, אבער ווען דו ווייסט די מזל זיינע, אויף א אויסגעהאלטענע אופן, וועסטו עס אגאנצן צייט זעהן.

די אניאגראם איז זייער אבסטראקטיוו. דו דארפסט יעצט כאפן וואס פונקטליך א פינעווער מיינט, און ווער אלץ עס קען אריינפיטן אין דעם באקס וואס רופט זיך פינף. זייער א שווערע אויסמאטרנדע מענטל ארבעט. און צומאל קומסטו נישט אן געהעריג מיט עפעס זאכליך. און דו האלסט אין איין זעהן אז דו זעהסט מער ווי דשאסט פינף. אבער מזלות זעהסטו דעם גאנצן נפש צעטיילט.

ס'דא 1) די עצם מענטש, (חמה). 2) וויאזוי די נפש המחשבה ארבעט, (כוכב). 3) וויאזוי די נפש פון זיינע געפילן ארבעטן, (לבנה). 4) וויאזוי די נפש המעשה ארבעט, (מאדים). 5) וויאזוי ער האט ליב (נוגה). 6) און וויאזוי ער ערשיינט צווישן מענטשן. (מזל הצומח). 7) וויאזוי עס קוקט אויס זיין צוריקהאלטונג (שבתאי) און נאך

לאמיר נעמען א צווייער מיט א איינזער פליגל. דו קענסט נישט כאפן צי ס'איז א צווייער, צי א זיבענער, צי אפשר אפילו א זעקסער, צי אפשר א ניינער, און דו זעהסט אויך עפעס פינף, אבער מיט די מזלות-פלאנעטן קענסטו פארשטיין וואס דא גייט פאר. שני תאומים בבטנך. דאס זענען חלקי הנפש. פארשידענע מזלות-פלאנעטן האבן השפעה אויף דעם געוויסן מענטש.

דאס וואס דו זעהסט זיבן, זעהסטו גוט. ווייל דו זעהסט קשת. דאס וואס זעהסט פינף, זעהסטו גוט, ווייל דו זעהסט בתולה אין לבנה, דאס וואס דו זעהסט ניינערישקייט, זעהסטו גוט, ווייל דו זעהסט מאזנים, נוגה אין מאזנים, איז אזא סארט ניינערישקייט, דאס וואס דו זעהסט צוויי זעהסטו גוט, ווייל סרטן איז אזא סארט צווייערישקייט אויך.

אלעס צוזאמען איז דער מענטש א צווייער מיט א איינזער פליגל, יא. אבער דו זעהסט אבער מער ווי דעם.

דו קענסט אבער נישט אוועקווארפן דעם אניאגראם, ווייל סוף סוף איז די אניאגראם די זאך ווי די שוועריגקייטן פון א מענטש איז. סאו, ביידע איז גוט. השי"ת זאל העלפן אז מ'זאל נישט נכשל ווערן דורך מיינע ווערטער חלילה.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

נשמה האט געשריבן:
א.ב.ג האט געשריבן:ארבייט די אלע חשבונות דא צוזאמען מיט אנדערע חשבונות ווי למשל די נאטורן פין מענטשן צוטיילט אויף 9 נאטורן ווי באשריבן אין מרים אדאהאן׳ ס בוך? פּשטות איז נישט אלע נאטורן וואס באלאנגען צי די 1 אדער 2 פאמיליע אא״וו געבוירען אין זעלבן חודש.. איז לכאורה דארפן זיך די אנדערע סארטן וועגן וויאזוי צו צוטיילן די נאטורן סותר זיין...

בס"ד

אלעס ארבעט צוזאמען. עס איז זיך גארנישט סותר. מערערע צאמשטעלונגען פון פלאנעטן-מזלות קענען צאמשטעלן א טייפ. און דערפאר קען א געוויסע טייפ געבוירן ווערן אין מערערע חדשים. ווייל ס'האט נישט נאר מיט וואו די חמה איז. עס האט וואו לבנה איז, וואו כוכב איז, וואו מאדים איז, און וואו די מזל הצומח איז וכו'.

לאמיר זאגן אז א איינזער ווערט צאמגעשטעלט פון טלה, מאזנים, שור, בתולה. יעצט, קען עס זיין טלה אין חמה, דאס איז ניסן, מאזנים אין לבנה, שור אין מאדים, און מזל הצומח אין בתולה. דאס וועט שאפן א איינזערישע נאטור. אדער, מאזנים אין חמה, דאס איז תשרי, טלה אין לבנה, בתולה אין מאדים, און שור אלץ די מזל הצומח. דאס קען אויך שאפן א איינזערישע נאטור. ביידע וועלן טאקע זיין אנדערע סארט איינזערס.

בקיצור, מ'קען נאך אלץ זאגן אז טייפס האט מיט די מזלות, נאר איינער וואס ווערט געבוירן אין איין געוויסע חודש, קען האבן כמעט די זעלבע השפעה פון מזלות דאס וואס דער אנדערער וואס איז געבוירן אין גאר א אנדערע חודש האט. ווייל ער האט די זעלבע מזלות, אפילו זיי זענען אין אנדערע פלאנעטן. ביידע קענען האבן די השפעה פון גדי, עקרב און ארי', איינער איז געבוירן טבת, ווען חמה איז אין גדי, און לבנה איז אין עקרב און מזל הצומח איז אין ארי', און איינער איז געבוירן אב, ווען חמה איז אין ארי', לבנה אין עקרב, און מזל הצומח איז אין גדי.

ס'וועט שאפן די זעלבע טייפ, אבער אביסל אנדערש.

אונטערשטע שורה איז אז ס'האט נישט מיט וועלכע חודש מ'איז געבוירן, נאר ס'האט אויך וועלכע מזלות מ'האט. אמאל קען איין געוויסע מזל טוישן די גאנצע טייפ. צום ביישפיהל חמה אין קשת, לבנה אין שור, כוכב אין קשת, מאדים אין גדי, נוגה אין קשת, מיט דעם אלעם וואס ער איז כמעט א זיבענער, איז זיין מזל הצומח אין דגים. און דערפאר איז ער א ניינער. ווייל דגים מאכט אים פיהלן שוואך לגבי אנדערע מענטשן. איך זאג נישט אז ס'איז אזוי, איך געב דיר נאר א איידיע וויאזוי איין קליינע אנדערשקייט פון א מזל, קען טוישן די גאנצע עווענטואל טייפ.

און איך וועל דיר זאגן נאך מער. אז א צווילינג וואס ווערט געבוירן אפגערוקט איינער פון צווייטן נאר איין מינוט, קען איינער זיין א דרייער, און איינער א ניינער. פארוואס? ווייל אפילו ביידע האבן די זעלבע מזלות, האט אבער איינער מער השפעה פון די מזל הצומח, וואס מאכט אים אזוי "דרייעריש".

אבער דאס מוז איך דיר זאגן אז מערערע פלאנעטן-מזלות קענען ווערן קאטאגאריזירט אין איין טייפ. דהיינו, מערערע סארט נאטורן, וואס זענען באמת אנדערש איינע פון צווייטן, וועט מען קאטאגארייזן אלץ זעקסערס. און עס קומט אויס אז פון זיבענערס און זעקסערס און ניינערס איז דא מער, און פון פירערס איז דא ווייניגער. אבער מ'קען קלאר זעהן אז מ'דארף מאכן מער פלאץ פאר די אלע פארשידענע נאטורן וואס מ'האט צאמגעשטופט אין נומער זעקס.

א סרטן זעקסערס, איז גאר אנדערש ווי א דלי זעקסער, און גאר אנדערש ווי א בתולה זעקסער.

בקיצור: ס'איז ביידע אמת. ס'איז דא מזל, און אין דעם אויף א געוויסע אופן איז דא א טייפ. אבער די טייפס איז סך שווערער צו פארשטיין און צו קענען ווי די מזלות. די מזלות איז זייער סימפל. ווען עס קומט צו מזלות איז די דאטא סך מער דא ווי טייפס. טייפס שווימען ארום אבער מזלות נישט. דו קענסט לעבן מיט א מענטש פופצן יאר און נישט געהעריג כאפן וואס זיין טייפ איז, אבער ווען דו ווייסט די מזל זיינע, אויף א אויסגעהאלטענע אופן, וועסטו עס אגאנצן צייט זעהן.

די אניאגראם איז זייער אבסטראקטיוו. דו דארפסט יעצט כאפן וואס פונקטליך א פינעווער מיינט, און ווער אלץ עס קען אריינפיטן אין דעם באקס וואס רופט זיך פינף. זייער א שווערע אויסמאטרנדע מענטל ארבעט. און צומאל קומסטו נישט אן געהעריג מיט עפעס זאכליך. און דו האלסט אין איין זעהן אז דו זעהסט מער ווי דשאסט פינף. אבער מזלות זעהסטו דעם גאנצן נפש צעטיילט.

ס'דא 1) די עצם מענטש, (חמה). 2) וויאזוי די נפש המחשבה ארבעט, (כוכב). 3) וויאזוי די נפש פון זיינע געפילן ארבעטן, (לבנה). 4) וויאזוי די נפש המעשה ארבעט, (מאדים). 5) וויאזוי ער האט ליב (נוגה). 6) און וויאזוי ער ערשיינט צווישן מענטשן. (מזל הצומח). 7) וויאזוי עס קוקט אויס זיין צוריקהאלטונג (שבתאי) און נאך

לאמיר נעמען א צווייער מיט א איינזער פליגל. דו קענסט נישט כאפן צי ס'איז א צווייער, צי א זיבענער, צי אפשר אפילו א זעקסער, צי אפשר א ניינער, און דו זעהסט אויך עפעס פינף, אבער מיט די מזלות-פלאנעטן קענסטו פארשטיין וואס דא גייט פאר. שני תאומים בבטנך. דאס זענען חלקי הנפש. פארשידענע מזלות-פלאנעטן האבן השפעה אויף דעם געוויסן מענטש.

דאס וואס דו זעהסט זיבן, זעהסטו גוט. ווייל דו זעהסט קשת. דאס וואס זעהסט פינף, זעהסטו גוט, ווייל דו זעהסט בתולה אין לבנה, דאס וואס דו זעהסט ניינערישקייט, זעהסטו גוט, ווייל דו זעהסט מאזנים, נוגה אין מאזנים, איז אזא סארט ניינערישקייט, דאס וואס דו זעהסט צוויי זעהסטו גוט, ווייל סרטן איז אזא סארט צווייערישקייט אויך.

אלעס צוזאמען איז דער מענטש א צווייער מיט א איינזער פליגל, יא. אבער דו זעהסט אבער מער ווי דעם.

דו קענסט אבער נישט אוועקווארפן דעם אניאגראם, ווייל סוף סוף איז די אניאגראם די זאך ווי די שוועריגקייטן פון א מענטש איז. סאו, ביידע איז גוט. השי"ת זאל העלפן אז מ'זאל נישט נכשל ווערן דורך מיינע ווערטער חלילה.

והשם הטוב יעזור

א גרויסן ישר כח פאר די צייט! wow ממש unbelievable! אבער לאמיך נאר זאגן וואס איך זעה אין נעם ארויס אביסל פון די אויבנדערמאנטע הסברה,
די עיקר נקודה פון זיך לערנרן אין זיין באקאנט, ווי אויך די עיקר נקודה פון די עניגראם בכלל אדער די חשבונות פון די חדשים אין מזלות איז, כדי צו קענען פארשטיין א צווייטן, אין כדי מענטשן זאלן אנשטאט טראכטן וועגן אנדערע אז יענער איז משוגע ווייל איך פארשטיי אים נישט, איז פשוט יענער די אין די טיפ וואס די אין די טיפ האט אזא אין אזא נאטור, פונקט ווי מיינע נאטורן קומען פון די סארט טיפ/נאמבער/חודש/מזל וואס איך בין.. איז פיל איך אז ווי אין א וועג איז סאך גרינגער דאס צי טוהן מיטן אנקוקן יענעם אין א געוויסע באקס אין אריינלייגן די אין די סארט behavior אין איין נומבער, ווי למשל זעקס אדער זיבן, "יענער טוט אזוי אין אזוי, ער איז דאך א זיבענער, ער נוצט גיט אויס זיינע נאטורן וואס השי"ת האט אים געגעבן" אנשטאט טראכטן " קוק אן די משוגענער דארטן, א צעלאזטע חי' רעה מאכט זיך אזוי משוגע" דאס איז אסאך גרינגער ווי אנפאנגען מיט די אלע חשבונות, קודם ווייסעך נישט ווען ער איז געבוירן, ווער רעט נאך פון זיין מזל אא"וו.
בקיצור די חשבונות וואס ציטיילן טאקע די נאטורן אסאך מער אין מען קען יענעם נאך מער ארויסהאבן, איז לכאורה זייער גיט פאר טעראפיסטן צי נוצן, ווען מען דארף אסאך מער ציצילייגן די זאך, אבער פארן עוורידזש מענטש וואס וויל קענען פארשטיין א צווייטן, אין טאג טעגליכן לעבן, דן זיין יענעם לכף זכות ווען עס זעהט אויס שלעכט אד"ג, איז לכאורה די גרינגסטע צי גיין מיטן עניגראם, וואס ציטיילט עס טאקע נישט אויף פיצלעך, אין לייגט טאקע אריין אסאך געוויסע אנדערע סארטן פין איין מין אריין אין איין באקס, אבער דאך וועל איך אייביג טרעפן פאר די געוויסע אויפפורונג וואס איז יעצט די מדובר, א געוויסע סארט באקס צי קענענן יענעם קאטאגאזירן אין פארשטיין געבן מיט דעם אין דעם נומער.. כהאף עס מאכט סענס וואס איך זאג..
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

שכויעך...מורא'דיג, איך בין צוזאמגעשטעלט פון שור און אדר...די לבנה קומט מיר אויך גוט צונוץ...
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

א גרויסן ישר כח פאר די צייט! wow ממש unbelievable! אבער לאמיך נאר זאגן וואס איך זעה אין נעם ארויס אביסל פון די אויבנדערמאנטע הסברה,
די עיקר נקודה פון זיך לערנרן אין זיין באקאנט, ווי אויך די עיקר נקודה פון די עניגראם בכלל אדער די חשבונות פון די חדשים אין מזלות איז, כדי צו קענען פארשטיין א צווייטן, אין כדי מענטשן זאלן אנשטאט טראכטן וועגן אנדערע אז יענער איז משוגע ווייל איך פארשטיי אים נישט, איז פשוט יענער די אין די טיפ וואס די אין די טיפ האט אזא אין אזא נאטור, פונקט ווי מיינע נאטורן קומען פון די סארט טיפ/נאמבער/חודש/מזל וואס איך בין.. איז פיל איך אז ווי אין א וועג איז סאך גרינגער דאס צי טוהן מיטן אנקוקן יענעם אין א געוויסע באקס אין אריינלייגן די אין די סארט behavior אין איין נומבער, ווי למשל זעקס אדער זיבן, "יענער טוט אזוי אין אזוי, ער איז דאך א זיבענער, ער נוצט גיט אויס זיינע נאטורן וואס השי"ת האט אים געגעבן" אנשטאט טראכטן " קוק אן די משוגענער דארטן, א צעלאזטע חי' רעה מאכט זיך אזוי משוגע" דאס איז אסאך גרינגער ווי אנפאנגען מיט די אלע חשבונות, קודם ווייסעך נישט ווען ער איז געבוירן, ווער רעט נאך פון זיין מזל אא"וו.
בקיצור די חשבונות וואס ציטיילן טאקע די נאטורן אסאך מער אין מען קען יענעם נאך מער ארויסהאבן, איז לכאורה זייער גיט פאר טעראפיסטן צי נוצן, ווען מען דארף אסאך מער ציצילייגן די זאך, אבער פארן עוורידזש מענטש וואס וויל קענען פארשטיין א צווייטן, אין טאג טעגליכן לעבן, דן זיין יענעם לכף זכות ווען עס זעהט אויס שלעכט אד"ג, איז לכאורה די גרינגסטע צי גיין מיטן עניגראם, וואס ציטיילט עס טאקע נישט אויף פיצלעך, אין לייגט טאקע אריין אסאך געוויסע אנדערע סארטן פין איין מין אריין אין איין באקס, אבער דאך וועל איך אייביג טרעפן פאר די געוויסע אויפפורונג וואס איז יעצט די מדובר, א געוויסע סארט באקס צי קענענן יענעם קאטאגאזירן אין פארשטיין געבן מיט דעם אין דעם נומער.. כהאף עס מאכט סענס וואס איך זאג..

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

קודם ווען דו ווייסט די מזלות פון בלויז געוויסע פארשידן-ארטיגע מענטשן, כאפסטו די נפשות זייערע וואס דו האסט נישט געכאפט און געזעהן פאר דו האסט געוואוסט זייער מזל, און דורכן וויסן כאפסטו וויאזוי זייערע נפשות וואס זעהט זיך אינדרויסן ווייזט אויף אינערליך, און דאס וועט דיך העלפן אויפכאפן די נפשות פון מענטשן וועמען דו ווייסט נישט זייער מזל. דאס וועט דיך געבן א פארשטאנד אין נפשות.

אסאך שטריכן וואס מענטשן זעען אויף טייפס, האבן נישט מעיקרם צו טון ווייל יענער איז א זעקסער אדער א פירער אדער א פינעווער אדער א איינזער וכו'. און אסאך שטריכן וואס ווערן געזאגט אויף פארשידענע טייפס האט גארנישט מעיקרם צוליב די טייפ. עס האט מיט זיין נפש, מיט זיין מזל וואס האט אזא און אזא השפעה אויף זיין נפש.

ווען מיר פרובירן אלעס וואס מיר זעען אויף א מענטש צו ציען צו איין טייפ, קענען מיר פארזעהן וויכטיגע שטריכן. און די מזלות-פלאנעטן און אויך די מזל הצומח וכו' קענען צומאל העלפן פארשטיין וואס יענעמ'ס טייפ איז טאקע.

און אויב נאר מיט'ן אניאגראם קען מען פארזעהן פארשידענע וויכטיגע חלקים וואס יענער טוט. און וואס יענער וויל. לאמיר זאגן אז דו האסט באשלאסן אז יענער איז א זעקסער, ווען יענער איז נישט באמת א זעקסער, אבער אין די צווישן-צייט האסטו יענעם געגעבן די אדיטוד וואס דו האלסט אז ס'קומט זיך פאר א זעקסער, און יענער האט סתם געפיהלט ווי דו טוסט אים א שיך וואס איז נישט זיין סייז. וואלסטו געוואוסט יענעמ'ס מזל, אדער דו וואלסט געוואוסט בכלל פון קוקן צו טרעפן אזא שטריך, וואלסטו געזעהן נאך טיפער.

ווען דו ווייסט פון אזא באגריף ווי נפש-הדגים, האסטו מער שאנסן עס צו באמערקן אויף א דגים מענטש, און אפילו ווען דו ווייסט נישט יענעמ'ס מזל. אבער אן וויסן פון אזא באגריף ווי נפש-הדגים, ווייסטו ניטאמאל צו קוקן אויף אזא אינערליכקייט. דו באמערקסט עס בכלל נישט אלץ א מציאות.

ווען דו ווייסט פון אזא זאך ווי נפש-הדלי, ווייסטו עס צו באמערקן אפילו אויף אזא איינעם וועמענס מזל דו ווייסט בכלל נישט, און דו ווילסט אים נאר געבן אזא טייפ אפ.

לאמיר זאגן אז דיין שותף איז אין דיין קאפ א צווייער מיט א איינזער פליגל. קאלט דיך אן און האט טענות אויף איינעם וואס איז געווען זייער נישט נייס. דו טראכסט ביי דיר "אה, דאס האט דאך מיט אדער טייפ צוויי, אדער איינס, אדער דארף איך ענטפערן לויט טייפ צוויי "עה, יענער האט נישט געמיינט, און האט דיך ווייטער ליב, אדער דער עיקר אז איך האב דיר ליב" אדער דארף איך ענטפערן לויט טייפ איינס "אה, עס איז טאקע נישט קיין יושר". אדער ווייסטו נישט וואס צו ענטפערן בכלל, און דו האסט נישט קיין אהנונג וואס צו טון.

אבער אויב דו ווייסט אז מ'רעדט דא פון 'בתולה אין לבנה' און 'מאזנים אין נוגה', דאן כאפסטו אז די שורש האט נישט ממש מיט צוויי און נישט ממש מיט איינס, נאר מיט פשוט "איך וויל פארשטיין (בתולה) די מעשים פון די מענטשהייט, וויאזוי קענען מענטשן זיין אזוי אומ'יושר'דיג (מאזנים)". אויב אזוי ענטפערסטו א זאך וואס זאל געבן צו פארשטיין פארוואס עס ווערט דאס געטון, אז כאטש דו זאלסט זיין יושר'דיג און נייס. און שוין. און ביידע זענען צופרידן. וואלסטו געטראכט אז יענער טוט עס צוליב זיין א צווייער, אדער א איינזער, וואלסטו נאר געוואלט יענעם שטעלן אויפן פלאץ. און ארויסנעמען פון די צווייערישקייט. אדער פון די איינזערישקייט.

די מזלות שטומען מיט די טייפס. עס איז די מזלות וואס שאפן די טייפס, קיינמאל נישט די אנדערע וועג. (לפי די שורש קען יא זיין אז די טייפ קומט קודם וואס דערפאר האט אים השי"ת באשאפן אין אזא מזל) עס איז מאזנים וואס האט די השפעה צו שאפן א איינזער, און עס איז מאזנים וואס זאגט וואס א איינזער איז, און נישט איינס פון די בוך זאגט מיר וואס איך דארף אלץ טראכטן וואס דער מענטש איז.

דאס אז מ'טייפט יענעם אלץ א זעקסער, אדער אלץ א זיבענער, דאס קען מאכן אז דו זאלסט נישט דילן מיט די עכטע מענטש, נאר מיט א בוך ווערסיע וואס דו האסט אריינגעבאקסט דעם מענטש. און געדענק: ס'קען זיין אז יענער איז גאר נישט קיין זעקסער.

דו קענסט דילן מיט א זיבענער, אבער דאס אז יענער איז א ארי' אין לבנה, דאס פארזעהסטו. דו ביסט נאר פארנומען אז יענער זוכט וואס צו טון, און דו פארזעהסט אז יענער זוכט אויך זיך צו ווייזן. און ווארט אויף א קאמפלימענט אין מלך בלא עם.

מזלות זענען די פאקט פון די טבע פון א מענטש, טייפס איז נאר אזא בוכשטעבליכן לבוש וואס פיט צומאל נישט אויף די גאנצע מענטש. דער מענטש וועם מ'האט אנגעקליידעט מיט די זעקסער אדער איינזער לבוש, פיהלט זיך - כביכול - אומבאקוועם מיט אזא טייטן לבוש.

איך האב שוין געשריבן, עס פעהלט נישט אויס נאר צו טראכטן, נעם איין ווארט 'גדי' און וויסנדיג אז 'גדי' מיינט "טראגן אחריות, עס נעמען אויף זיך". און דמיון אליין אויס וויאזוי עס איז אינערליך די נפש הגדי. דער עיקר וויאזוי מ'לערנט זיך עס איז נאר דורך טראכטן און עס אליין פארשטיין מיט די אייגענע פארשטאנד. פשוט טראכט וואס עס מיינט צו זיין א טלה. וויאזוי עס קוקט אויס די וועלט פאר א טלה. גיי אריין אין די נפש הדגים. טראכט וויאזוי עס פיהלט זיך צו לעבן אין דמיון. אין אימעדשינעשן. זעה די וועלט פון דארט. און רעכן אליין אויס ואסערע ביהעוויער עס דארף געשעהן פון א דגים. וכן להלאה

די אניאגראם איז א גוטע געצייג.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מאניש בנבנשתי האט געשריבן:שכויעך...מורא'דיג, איך בין צוזאמגעשטעלט פון שור און אדר...די לבנה קומט מיר אויך גוט צונוץ...

איך האב הנאה צו הערן.

ווייסעך פון איינעם וואס ליידט זייער פון ADHD. ממש נישט דא און נישט דארט און נישט אין ערגעץ. קוק איך אריין אין זיינע מזלות, זעה איך אז ער האט א שטארקער אינערליכער קאנפליקט צווישן שור און קשת. שור וואלט אים געגעבן סאלידקייט, דאהי-קייט. אבער קשת זוכט זיך נישט קיין צמצומים. זאל דער אייבערשטער העלפן אז מיר זאלן נישט אריינפאלן דארט ווי מ'דארף נישט.

איך זאג נישט אז דאס איז די ווערי סיבה פאר ADHD. נאר ADHD קומט לכאורה פון עפעס אין די סיסטעם, צום ביישפיהל די עסן, אדער עפעס אנדערש, אבער די נפש מוכן לקבל את ADHD, קען מען יא זעהן.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

וואסערע אניאגראם טייפ איז איינער וואס זיין חמה איז אין דלי, זיין לבנה אין סרטן, כוכב אין דגים, נוגה אין גדי, מאדים אין טלה, צדק אין דגים, שבתאי אין קשת, מזל הצומח אין בתולה. דאס מערסטע וואס דו קענסט זאגן איז אז ער איז מער אזא זיבענער, מיט אזא זעקסער פליגל סארט. פשוט ווייל אין יענע פארום פיט ער אריין דאס מערסטע פון אלע פארומס.

אבער וואס טוסטו מיט דעם אז זיין כוכב איז אין דגים? און דאס געט דיך אזא פירערישע איינדרוק. און סרטן אין לבנה העלפט נאך צו צום פירערישן שפיר. און סרטן אין לבנה האט נאך אזא צווייערישקייט אויך. צדק אין דגים העלפט נאך צו אז זאל ציען צו טראכטן די נומער פיר, אבער זיין חמה אין דלי און זיין נוגה אין גדי לאזט דיך נישט אפמאכן פיר.

ווייל די חמה אין דלי געט אים אזא שטארקייט סובסטאנץ וואס הייבט אים אויף פון אריינפאלן אין די פירערישע טייפ. ווייל חמה אין דלי מאכט אז א מענטש זאל זיין פונה צו אנדערע מענטשן. האלטן אין קאפ די ענין פון אנדערע מענטשן ארום און ארום. "דער האלט דאס, און יענער דאס, און איך טו קלוגער ווי יעדעם" א דלי פיהלט זיך 'אנדערש', און וויל זיין 'אנדערש' און קלוגער ווי יעדעם. אבער די ווארט 'יעדעם' איז ווייטער דא אין זיין נפש. זיין נפש איז: יעדער און איך בין קלוגער און דערפאר אנדערש. ס'האט אין זיך די 'יעדער'. ער לעבט ווייטער מיט די 'יעדער'.

נוגה אין גדי. איך מיין אז גדי האט אין זיך כוחות ארויפצובויען א טייפ צו נומער זעקס אדער צו אנדערע טייפס, ארויס פון טייפ פיר. די אחריות, די עפר'דיגקייט, די רצון צו שטארקייט, די רצון צו פיהלן א הארטן טריט, און נישט א טריט אין ווייעכע זומפ, די געבויאכץ. גדי אין נוגה מיינט א נפש וואס נעמט אחריות אויף זאכן וואס האבן געטראפן זיין חן. זיינע חענעוודיגע ענינים זענען אריינגעווייערט מיט אחריות און געבוי. מ'קען זיך נישט אזוי ווארפן דערמיט.

אריינקוקנדיג ווייטער אין זיינע מזלות-פלאנעטן, און נוצנדיג מיין אייגענעם דמיון, קען איך זעהן א מבט שנאה צווישן לבנה און נוגה. דאס מיינט אין אונזער פאל צווישן אנגיין מיט די נוגה'דיגע אחריות און צווישן כאפן א שווים אין סרטן'דיגע געפיל. אזא מבט שנאה ברענגט ארויס אזא זיבענערישקייט. "ער לויפט אוועק פון זיינע אחריות'ער" "אוי איך האב מיך פארשמועסט א געפילישער שמועס און איך האב פארגעסן צו קומען אין צייט" זיבן! א זעקסער האט א אחריות.

הצצתי וראיתי עוד: א מבט שנאה צווישן כוכב-דגים און מזל הצומח בתולה. דאס מיינט ווארשיינליך אז די מזל הצומח לאזט אים נישט זיך אריינלאזן אין די דמיון פון דגים-כוכב.

מאדים אין טלה געט אזא זיבענערישקייט. אזא סארט אינערליכער טרייב קראפט וואס זאגט אים - נפשיות'דיג: טו, און טו, און רוה דיך נישט אפ. ווען האט ער צייט צו שוועבן אין זיין דגים-כוכב באלאן צווישן די דמיון וואלקענעס? ווען האט ער צייט צו שווימען אין זיינע סרטן-אין לבנה וואסערן? ס'איז א שטיקל ווייטאג פאר א נפש צו האבן די צוויי צוזאמען. צוויי דרייווערס. איינס וויל פארן, און איינס וויל עקספלארירן די דמיון און די געפיל פון די וועלט.

זיבן מיט א זעקסער פליגל איז די מערסטע וואס דו גייסט זאגן. אבער זיין מזל הצומח אין בתולה געט נאך אזא בייס אראפ פון דיין פרייליכע זיבענערישקייט. און וואס האט מזל בתולה מיט זעקס? דער עיקר אז ס'האט אראפגעביסן פון זיבן.

וואס זאגן זיי צו א זיבענער? "ווער מער דאהי, נעם אריין אין דיר די מציאות ארום" אבער צו אזא זיבענער וואלט איך געזאגט אז ער זאל פשוט אראפשטאטערן זיין דראנג צו טון און טון און טון, און ער זאל מער ארויסקומען פון זיין דמיון און פון זיינע געפילן. דאס איז היפש ענדליך צו וואס זיי עצה'נען א זיבענער, אבער ס'איז נישט די זעלבע זאך.

ס'איז א חילוק פון פארשטאטערן די מחשבה, און פארשטאטערן די טרייבקראפט צו לויפן און לויפן און לויפן וואס דאס קומט מצד מאדים אין טלה.

איך מיין אז ס'איז נישט וויכטיג, עכ"פ פאר מיר, אריינצוקריכן און פרובירן צו פארשטיין יעדע זאך, זיך אריינלייגן דארף מען זיך אין תורה הק' און אין ישוב העולם, נישט אין דעם. אבער פון א אויבן אויף אויבערפלעכליכער שנעלער בליק קען מען זעהן אז א מענטש איז מער ווי דשאסט א טייפ. ס'דא א אבסטראקט טייפ זיבן מיט א זעקסער פליגל, וואס ווערט אנגעטון פאר קאנקריטע נפשות וואס אלע ווערן אריינגעלייגט אין איין קאטאגאריע וואס רופט זיך זיבן פליגל זעקס, אבער זענען אין מציאות אנדערש איינע פון די אנדערע.

זאל השי"ת העלפן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דאס וואס מיר זעען אויף מענטשן אז טראץ דעם וואס זיי זענען געפיליש, זענען זיי אבער קלוג צו וויסן וואס זיי ווילן, קען זיין אז צום ביישפיהל זייער כוכב איז אין מזל גדי, און זייער מאדים אין מזל סרטן. אויף אזא מענטש וועסטו קענען באמערקן א שטיקל זעקסערישקייט, וואס דאס איז די מזל גדי וואס פארמירט די השפעה פון זיין כוכב, אבער דאך זעהן א הארציגקייט ווען ער נוצט די אופן וויאזוי ער האט זיך געקליבן צו רעדן צו דיר און זיך באגיין מיט דיר.

איך קוק אן די ענערגיע פון מאדים, אלץ א אופן וואס "מאניפיולירט" דעם מענטש צו "קלויבן" א געוויסע וועג וויאזוי זיך אויפצופירן. ס'איז כאילו דא מערערע אופנים וויאזוי א מענטש קען זיך אויפפירן. איך קוק אן מאדים אין - צום ביישפיהל - מזל סרטן, אזא סארט געפילישע וועג פון טון. דער מענטש קלויבט זיך א געפילישע וועג פון אויסדרוק. געפיל מיין איך צוזאגן: קערינג.

אויב מיר זעען צום ביישפיהל אויף א קינד אז דאס איז זיין וועג, ווען מיר רעדן צו אים אז ער זאל זיך אויפפירן מיט געפיל און קער צו אנדערע, וועט עס מער אויפטון, ווייל ס'איז על פי דרכו, און שלמה המלך זאגט: גם כי יזקין לא יסיר ממנו.

א מאדים אין ארי' קלויבט זיך א וועג פון "זיך ווייזן". ער קומט אריין צום "זכור" אדער צום "בר מצווה" מיט אזא אופן פון ארויסברענגען זיינע אינערליכע חשוב'קייטן. קעניגלעך. צו אזא איינעם, ווען מ'רעדט " א יוד דארף זיך אויפפירן צו מאכן א קידוש השם מיט די וועג וויאזוי ער פיהרט זיך אויף"

א מאדים אין מזל טלה איז ווארשיינליך א וועג פון שנעלע תנועות, זריזות.

די חשבון איז פשוט. מאדים איז די השפעה וויאזוי מ'פירט זיך אויף, און די מזל איז די אופן וואס מאדיפיצירט עס. צום ביישפיהל: מאדים אין קשת מיינט אז די אופן וויאזוי דער מענטש פירט זיך אויף איז אויף א קשת'דיגע אופן. מאדים אין דגים מיינט אז די אופן וויאזוי דער מענטש פירט זיך אויף איז כאילו ער איז אין עולם האימעדשינעשאן.

און יעצט אביסל וועגן כוכב.

כוכב איז די השפעה וואס קומט אראפ צום מענטש אין זיין כח המחשבה, כח החשבון, וואס דאס איז אויך כח הדיבור, די כח פון קאמיונקירן. יעצט, ווען איינעמ'ס כוכב איז אין מזל טלה, וועט דער מענטש טאקע שנעל טראכטן, אבער צו שנעל. ער וועט צו שנעל קומען צו א החלטה. פאר אזא קינד זאגט מען געווענליך: קוק נאכאמאל אריין אין רש"י, צו רש"י זאגט דאס טאקע.

ווען כוכב איז אין סרטן, און סרטן איז דאך א געפילישע מזל. סרטן איז געפיל, קערינג געפיל. סרטן איז די געפיל פון "זיך ארומוויקלן מיט די בלענקעט פון מיין הויז, און פיהלן פארזיכערט". סרטן איז די 'היים' מזל. (און דאס וואס דו זעהסט צומאל אז סרטן איז נישט אזוי געפיליש, דהיינו: פירעריש, דאס איז ווייל זיין לבנה איז ווארשיינליך ערגעץ אנדערש, אבער די פארפאנצערטקייט קומט פון זיך וועלן פיהלן פארזיכערט וואס קומט פון דאס אז מ'פיהלט) בקיצור, ווען כוכב איז אין סרטן, איז עס געפיל וואס רעדט צום מח, און מיט געפיל וועט ער רעדן. ווען דער מענטש הערט אזאך וואס רעדט צום געפיל, וועט ער עס הערן. און איך רעד נישט פון א פירער. איך רעד פון די מח וואס וועט ענדערש הערן 'געפיל'.

א כוכב אין סרטן וועט ליב האבן א געטרייע איבערגעגעבענער רבי אדער מגיד שיעור. כוכב אין סרטן האבן נישט ליב די הארטקייט פון ישיבה פון חדר. זיי וואונטשן זיך אז חדר זאל זיך פיהלן ווי די בלענקעט וואס זיי האבן אינדערהיים. דאס איז סרטן.

פאר כוכב אין סרטן דארפן מיר איבערגעבן די גמ' מיט א געפיל. א ווארימקייט. דאס רעדט צו זיי. עס די ווארימקייט און די הארציגקייט פון יודישקייט וואס דאס רעדט צו זיי די 'חכמה' פון יודישקייט, די ראשית חכמה יראת ה'.

מיר קוקט אויס אז כוכב אין גדי איז א פעסטער שטארקער מח. ווייל וואס איז גדי? גדי איז דאך: אחריות. פאר כוכב אין גדי, א זאך וואס שטייט, שטייט! ער נעמט אחריות פאר'ן ווארט.

די אלע זאכן וואס איך שרייב זענען מיינע אנאליזירונגען. חוץ פון דעם האבן זיי א זאך וואס זיי רופן "הייזער". ביז דערווייל פיהל איך, אז ס'איז מער יודישליך עס נישט דורכצוטון און בכלל זיך האלטן ווי ווייטער פון ליינען זייערע זאכן. און בכלל איז דא דערויף אזויפיל שיטות. די שפיצן איז גענוג. און איך וועל נאך מסביר זיין אי"ה פארוואס די שפיצן זענען גענוג.

די אלע מזלות קענסטו באמערקן און דו באמערקסט עס, דו ווייסט נאר נישט אז דאס איז וואס דו זעהסט. דו פיהלסט עס און דו לעבסט עס מיט.

אויב מזל בתולה מיינט "זיך מסדר זיין און אויספיינען" וואס מיינט כוכב אין בתולה? זייער פשוט. די השפעה פון חכמה ווערט אויסגעזויבערט און מסודר. איך זאג נישט אז אזוי איז עס, אבער אור החיים הקדוש קוקט מיר אויס אזא 'מזל אין בתולה'דיגע' אופן. איך געב נאר אזא דוגמא פון וואס איך רעד. די וועג וויאזוי א פסוק דארף שטומען. און די דקדוק זיינע.

כוכב אין ארי איז לכאורה די קעניגליכע חשיבות פון א ווארט. זיי האבן ליב צו ליינען און שרייבן מליצות, פיוטים, די שיינקייט פון דקדוק, די טיפקייט פון א ווארט. אלעס וואס ברענגט ארויס די ככוד פון די זאך. עס איז די חשיבות וואס רעדט צו זיי. און די אופן וויאזוי זיי קאמיוניקירן איז אויך צו טרעפן די ריכטיגע ווארט און אויסדרוק וואס וועט ארויסברענגען די זאך.

לכאורה קען מען די אלע זאכן זעהן אן וויסן ממש יענעמ'ס מזל.

שוין המשך יבוא אי"ה והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין ברייתא פון די מזלות שטייט אזוי:

ט׳) וזה הוא סדר מהלכן: לא כביתו של זה וגו׳ ביתו של שבתי גדי ודלי, ביתו של צדק קשת ודגים, ביתו של מאדים טלה ועקרב, ביתו של נוגה שור ומאזנים, ביתו של כוכב תאומים ובתולה, ביתו של חמה ארי, ביתה של לבנה סרטן.

ביתו של שבתי גדי ודלי איז אז ווען די פלאנעט שבתאי איז אין מזל גדי אדער דלי, וועט די השפעה זיין שטערקער. שבתאי אין גדי טייטש איך אפ אז די אופן וויאזוי עס זעהט זיך די עקשנות פון די געוויסע מענטש, איז באופן גדי. ווען דער מענטש ווערט עקשנות'דיג, וימאן, ער וויל בלייבן שטיין און נישט גיין ווייטער מיט עפעס, איז עס וועגן די ענין פון גדי, דהיינו: אחריות. און ביי אזא צאמשטעל, דאס הייסט ווען שבתאי איז אין מזל גדי, איז די השפעה פון גדי שטערקער. ווייל די הויז פון שבתאי איז גדי.

און די זעלבע איז מיט דלי. און שבתאי אין דלי לערן איך אפ אז ווען דער מענטש איז צוריקהאלטעריש וועגן עפעס, וועט ער זוכן א קלוגערע וועג וויאזוי אויסצוקרויזן זיין יעצטיגן וועג. כך נראה לי. דאס הייסט אז ער וועט באקומען א שפע פון חכמה, ווען ער ווערט צוריקהאלטעריש. וכדומה. מ'דארף קוקן וויאזוי עס שפיהלט זיך פאקטיש אויס אויף א מענטש.

בכלל איז די השפעה פון גדי און דלי שבתאי'דיגע השפעות. און דאס זענען די השפעות פון חכמה. שבתי האט "ליב" צו צעווארפן די אומוויכטיגע אז מ'זאל בויען וואס חכמה וויל. אין פירוש הראב"ד צו ספר יצירה שטייט: אע"פ ששבתי הוא כוכב על חרבן בסוד השמטות יש בו כח החכמה. די מזל גדי וועט צעווארפן אומוויכטיגע זאכן כדי צו בויען וויכטיגע זאכן. און די זעלבע מיט דלי.

און ער שרייבט ווייטער: ולהיות בו החכמה הוא ממונה על הדינים ועל הבניינים בהצטרפו עם שם הוי"ה המורה על חידוש השמטות, ולהיותו נסתר מורה על כל דבר נסתר כמו הקרקעות והמטמונות. ולהיותו בשביעי אחרית כל הכוכבים מורה על אחרית כל דבר ועל הזקנים דאס מיינט אז די עיקר השפעה פון גדי און אויך פון דלי איז אלעמאל צו טרעפן דעם ריכטיגן עיקר. יעצט, גדי איז עפר, און דלי איז רוח. גדי איז צו בויען דעם ריכטיגען בנין און דערפאר נעמען די ריכטיגע אחריות, און דלי איז די ענין פון טרעפן חכמה מער ווי ארום און ארום, דאס איז דלי.

ביתו של צדק קשת ודגים, מיינט די זעלבע זאך, אז ווען די פלאנעט צדק איז אין די מזל קשת אדער דגים, וועט די השפעה פון די מזל זיין שטערקער ווייל די מזל איז ביי זיך אינדערהיים. קשת איז צדק'דיגע השפעה. און די זעלבע דגים איז אויך צדק'דיגע השפעה.

סיי קשת און סיי דגים האבן אין זיך די ענין פון ארייננעמען אין זיך, זיך אויסברייטערן. קשת טוט עס אויף א אופן פון: וואנדערן אין די וועלט כדי צו טרעפן מער און מער. און דגים איז די ענין פון זיך פארברייטערן די דמיון, אריינגיין מער און מער אין די אבסטראקטיווער וועלט.

ביתו של מאדים טלה ועקרב
. ווען מאדים איז טלה, איז די השפעה שטערקער. און די זעלבע זאך ווען מאדים איז אין עקרב איז די השפעה שטערקער. ס'דא צומאל וואס מ'זעהט אויף א מענטש אז ער עקרב'דיג, אזעלכע שטארקע פעסטע תנועות. (טראכט פון איינעם וואס טיילט איין מיט א שטארקייט...) און ס'קען זיין אז זיין מאדים איז אין עקרב. וואס דאן איז די השפעה פון עקרב שטערקער, ווייל עקרב איז דארט אינדערהיים.

ביידע סיי טלה און סיי עקרב זענען בכלל די ענין פון מאדים. די שטארקייט פון טון.

ביתו של נוגה שור ומאזנים. ווען שור איז אין נוגה איז די השפעה שטערקער, און די זעלבע זאך ווען מאזנים איז אין נוגה. ס'קען זיין איין זייטיגע פלאנעט-מזל און ס'מאכט אויס היפש אויפן כלליות'דיגן פיקטשער.

ביידע סיי שור און סיי מאזנים איז די ענין פון נוגה. שור ברענגט אראפ, די חן און תענוג אין זיך. און מאזנים טרעפט עס אין הארמאניע, און אין באלאנץ.

און די זעלבע איז ווען תאומים איז אין כוכב, אדער אין בתולה איז אין כוכב. דאן זענען די השפעות שטערקער. דער מענטש וועט זיין קלוגער. און בכלל איז סיי תאומים און סיי בתולה כוכב'דיגע השפעות. דהיינו: חכמה'דיגע השפעות.

ביתו של חמה ארי
' איז אז ווען ארי' איז אין חמה איז די השפעה שטערקער. און בכלל איז ארי' די השפעה פון חמה. די ענין פון ארויסקומען און שיינען אויף די וועלט.

ביתו של סרטן איז לבנה
. דאס איז ווען לבנה איז אין סרטן איז די השפעה פון סרטן שטערקער. און בכלל איז סרטן די השפעה פון לבנה. און לבנה איז די ענין פון געפיל.

נמצאת אומר חמשה מהן זכרים שנים מהן נקבות, ואלו הן: חמה וכוכב שבתי וצדק ומאדים אלו זכרים, נוגה ולבנה אלו הנקבות.

די ענין פון זכרים איז אז די שפע וואס קומט אראפ צום מענטש מאכט אז דער מענטש זאל וועלן משפיע זיין דערפון. אבער די נקיבות איז אז די שפע איז מקבל פון עפעס אנדערש.

צום ביישפיהל: כוכב איז זכר'דיגע שפע, דאס מיינט אז עס איז דער מענטש וואס וויל טראכטן און פארשטיין און זיך אויסקלארן. אבער נוגה אדער לבנה איז נקבה'דיג, דאס מיינט אז עס איז דא עפעס א דרויסנדיגע זאך וואס איז מעורר דעם מענטש. די השפעה פון נוגה איז ווען עס איז דא אינדרויסן פונעם מענטש אזאך וואס דארף טרעפן חן, און עס רעדט איבער דעם מענטש אז ער זאל ווערן נאכגעצויגן נאך עס. א מענטש קען זיך דען מעורר זיין מיט נוגה? ער דארף האבן א דרויסנדיגע זאך. און די זעלבע איז מיט לבנה. עס איז די דרויסנדיגע זאכן פון וואס דער מענטש איז מקבל זיין ענדגילטיגע געפילן. ביי נוגה און לבנה איז דער מענטש א מקבל. און ביי די אנדערע איז דער מענטש א משפיע.

אבל י״ב מזלות אינן כן אלא ששה מהן זכרים וששה מהן נקבות ואלו הן הזכרים טלה תאומים ארי מאזנים קשת דלי, ואלו הן הנקבות שור סרטן בתולה עקרב גדי דגים. חכמי הגוים אומרים שכוכב בזמן שהוא עם הזכר זכר ובזמן שהוא עם הנקבה נקבה.

די חילוק פון א משפיע און מקבל איז אז א משפיע איז דא צו טון, ער זוכט וואס צו טון "דו טו עס נישט, און זאג מיך נישט וואס צו טון, לאמיך עס טון, איך וויל זיין דער וואס טוט" "איך וויל פארלערנען"

טלה און מאזנים זענען פון די שטערקסטע זכרים. וואס זיי זענען דא אנצוהייבן, און אויסצופירן. זיי זענען וואס רופן אויס אז מ'גייט פארלערנען א נייע שיעור אין גמ'. און זיי גייען עס פארלערנען.

ווייניגער ווי דעם זענען ארי' און דלי. וואס זיי זענען טאקע זכרים, זיי ווילן אויך זיין דער וואס טוט עס, אבער זענען מער פאר זיך, און זוכן נישט אנצוהייבן זאכן, אויספירן זאכן, אונטערנעמונגען א שטייגער ווי דער טלה אדער מאזנים. זיי זוכן נישט איבערצודרייען. כאטש זיי זענען פעסטע מענטשן, און דו קענסט נישט טוישן זייער דיעה אזוי שנעל.

און שוואכער פון דעם איז תאומים און קשת, כאטש זיי זענען דא באופן "איך וויל עס טון" וועלן זיי זיך צושטעלן. "זאג מיר וואס צו טון, און איך וועל עס טון" טאקע משפיעים, אבער דאך צושטעלערס

און יעצט פון די נקיבות. דהיינו: מקבלים.

א מקבל מיינט אז "קענסט מיר זאגן וואס צו טון, אדרבה איך וויל הערן"

יעצט כאטש א סרטן און א גדי זענען מקבלים, ווילן זיי אבער נאכדעם, נאכ'ן הערן, נאכ'ן מקבל זיין, ווילן זיי אנהייבן, און אנפירן, און זיין די זאך. א סרטן, מיט די גאנצע געפיל, איז ער נישט קיין לעמעלע. ער איז דא צו טון. און אזוי אויך א גדי. האסט געהאט א פיינעם שמועס מיט א גדי, ער האט דיך אויסגעהערט אזוי שיין, דיך געגעבן די געפיל פון מקבל זיין דיין השפעה, אבער נאכדעם וויל ער אויפטון פאר יודישקייט.

און א שור און א עקרב, וועלן שוין נישט אזוי זוכן צו אנדרייען די וועלט, אבער פאר זיך וועלן זיי זיין פעסטע מענטשן. קענסטו זיי נישט רירן פון פלאץ אזוי שנעל. מיט די גאנצע "מקבל" זייערע. "זיי וועלן הערן וואס דו האסט צו זאגן, אבער בשעת מעשה זיין פעסט ביי די מיינונג" זענען נישט קיין פאטעטעס, קענסט זיי נישט צעקוועטשן.

און א בתולה און א דגים. זיי זענען מקבלים, און זיי זענען אויך "איך וועל טון וואס דו זאגסט, איך וועל מיך צושטעלן". זיי זענען שוין זייער ווייעך

שוין, והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

זיי צעטיילן דעם גלגל אויף צוועלעף הייזער.

דער אבן עזרא אין זיין ספר 'ראשית חכמה' שרייבט ער אזוי: אז די ערשטע, די פערטע, די זיבעטע, און די צענטע הויז, זענען די שטערקסטע, און פון די פיר זענען די ערשטע און די צענטע די שטערקסטע. די שטערקסע מיינט אז ווען מיר זעען אז איינעמ'ס 'מאדים' אדער 'חמה' אדער 'לבנה' וכו' איז אין איינע פון די פיר הייזער הנ"ל איז די השפעה מער פאזיטיוו און שטארק.

די צווייטע, פיפטע, אכטע, און די עלפטע, זענען שוואכער, און פון די פיר זענען די פינפטע און די עלפטע די שטערקסטע. און נאך שוואכער זענען די דריטע, זעקסטע, ניינטע, און צוועלעפטע. און פון די זענען די דריטע און די ניינטע די שטערקסטע.

די סדר פון שטארקייט איז 1, 10, 4, 7, 5, 11, 2, 8, 3, 9, 6, 12.

די הייזער לויפן די פארקערטע ריכטונג ווי א זייגער.

דארט ווי די "ניינער" איז, ביז דארט ווי די "אכטער" איז, איז די ערשטע הויז, און אזוי ווייטער ביז עס קומט צוריק.

דער אבן עזרא אין זיין ספר 'ראשית חכמה' שרייבט אזוי.

הכוכב במזל הצומח, כמו הנולד שיצא מבטן אמו או הדבר ההוא בשעתו.

דאס מיינט אז ווען א געוויסע פלאנעט-מזל איז אין די ערשטע הויז, אין די מזל הצומח, איז די השפעה וואס קומט אראפ דערפון פיהלט זיך אזוי ווי א ניי געבוירן קינד וואס איז יעצט געבוירן. דאס מיינט א געוויסע פרישקייט פון השפעה. נישט אזוי? "התחדשות" דאס געט א כוח פון "לאמיר אנהייבן, לאמיר זיך נעמען"

הכוכב בבית השני, כאדם שהוא בבית עוזריו

דאס מיינט אז די השפעה פיהלט זיך ארומגענומען מיט הילף. עס ווערט געהאלפן פון די ארום. לאמיר זאגן אז כוכב איז אין מזל דגים, און עס איז אין די צווייטע הויז, מיינט דאס אז דער מענטש פיהלט אז ער באקומט הילף פון ארום צו קענען אנגיין מיט דער סארט השפעה. אזוי לערן איך עס אפ יעצט.

הכוכב בבית השלישי, כאדם מבקר אחיו.

דאס מיינט אז די השפעה וואס קומט אראפ פיהלט זיך ארומגענומען מיט זיין ברודער. עס איז ברודעריש צו די ארום. ווען א מענטש באזוכט זיין ברודער, פיהלט ער א שטארקע היימישע נאנטקייט. דאס מיינט - לכאורה - אז די השפעה פיהלט זיך היימיש. ארומגענומען מיט ברודער. די השפעה איז פליסיג. לאמיר זאגן נוגה איז אין די דריטע הויז, מיינט דאס אז אלעס אנבאלאנגט 'חן', יעדע זאך וואס ציהט ווייל עס איז פאר דעם מענטש בא'חנ'ט, און די אופן וויאזוי דער מענטש וועט נוצן די השפעה פון נוגה, איז געשמאק. גרינג. היימיש. ברודערליך. ער קען זיך אויס דערמיט. איז נישט פרעמד דערפון. און דאס איז גורם אז דער מענטש זאל וועלן קאמיוניקירן מיט ארומיגע. ווייל השפעה וואס קומט אראפ אויף אזא וועג, געט די געפיל אז אלעס ארום איז היימיש און דא צו קאמיוניקירן.

הכוכב בבית הרביעי, כאדם בבית אבותיו או בקרקעו.

דאס מיינט אז די השפעה דערפון פיהלט זיך די ענין פון זיכערקייט. פעסטגעשטעלט. לאמיר זאגן טלה בחמה בבית הרביעי מיינט דאס אז די טרייב קראפט פונעם מענטש צו מעשים, די השפעה וואס ער פיהלט, פיהלט זיך אים 'זיכער'. ווי זיין טאטע איז מסכים דערצו. דאס קען מאכן אז דער מענטש זאל וועלן ווייטער פילן זיכער

הכוכב בבית החמישי כאדם בסחורתו ושמחתו

דאס מיינט אז די שפע וואס קומט אראפ געט פאר'ן מענטש די געפיל פון שמח בחלקו. לאמיר זאגן לבנה בגדי בבית החמישי, מיינט לכאורה אז די השפעה, די געפיל פון אחריות, פון בויען, געט פאר'ן מענטש אזא "ער שטאלצירט דערמיט, ער איז פרייליך דערמיט". ער ווייסט וויאזוי צו האנדלן דערמיט.

הכוכב בבית ששי כאדם חלש בורח

דאס מיינט אז די כוח פון די בית ששי איז טאקע א כוח, אבער די כח פון אנטלויפן פון עפעס. "איך בין שוואך, און נאך א מזל איך האב כוח, דהיינו: די שפע, צו כאטש אנטלויפן פון עפעס" אזוי שרייבט די אבן עזרא.

הכוכב בבית שביעי כאדם מוכן למלחמה

די השפעה דערפון איז "איך בין גרייט זיך צו שלאגן דערפאר" לאמיר זאגן: כוכב בבית השביעי, מיינט אז דער מענטש איז גרייט זיך צו שלאגן פאר זיינע מיינונגען. אדער צו מאכן א פשרה. וואס דאס איז נישט ווייל דער מענטש איז נישט גרייט למלחמה.

הכוכב בבית שמיני כאדם שנפלה עליו אימה ופחד

די אכטע הויז איז אזא סארט השפעה ווי מ'דארף זיך דא ראטעווען. ס'איז העכער פון אים. די השפעה ווארפט אויף אים אזא שרעק. צום ביישפיהל חמה בבית שמיני מיינט אז דער מענטש פיהלט אז ער דארף זיך א עצה געבן מיט זיין 'איך'. מיט זיין 'יכולת'. מאדים בבית שמיני מיינט אז דער מענטש פיהלט אז ער דארף זיך דא א עצה געבן מיט די מעשים וואס ער דארף טון. און אזוי ווייטער. לבנה בבית שמיני מיינט אז דער מענטש ווערט דערשראקן פון זיינע טיפע געפילן.

הכוכב בבית התשיעי כאדם גולה ממקומו או כאדם שהוסר מגדולתו

דאס מיינט אז די השפעה דערפון פיהלט זיך נישט צו די זאך וואס מ'דארף טון. צום ביישפיהל נוגה בבית התשיעי מיינט אז די נוגה איז נישט צו די עיקר זאכן וואס דארף טרעפן חן. אוועקגעטריבן פון דערהיים. פריער שרייבט ער אז בית התשיעי ווייזט אויף 'רעליגיע און דינען דעם אייבערשטן'. אבער דאס איז אויך אז דער מענטש איז אזא "האט זיך אפגעלאזט פון אלעם און געגאנגען מאכן התבודדות אין די וועלדער".

הכוכב בבית העשירי, כאדם בשולטנותו ובגדולתו ובאמנותו.

דאס מיינט אז די שפע פיהלט זיך "איך בין מעכטיג מיט דעם". "איך האב עס". צום ביישפיהל: צדק בבית העשירי פיהלט זיך "וישראל עושה חיל" די שפע איז אזוי גוט, אז ס'געט פאר'ן מענטש אזא שלטנות. גדולה. אזא שפע איז בדרך הטבע מצליח. (נישטא קיין טבע...)

הכוכב בבית עשתי עשר כאדם בבית אוהביו.

ס'איז נישט פשט אז דער מענטש באקומט דייקא הילף, אדער ער פיהלט זיך גאר אינדערהיים דערמיט. נאר פשט איז אז ער באקומט נישט קיין שטערונגען פון ארום און ארום אז די שפע זאל אנגיין. ער פיהלט זיך ווי יעדער איז ארום.

הכוכב בבית שנים עשר כאדם בבית האסורים.

די שפע וואס קומט אראפ פון אזא פלאנעט-מזל אין די צוועלפטע הויז מאכט אז עס זאל זיך פיהלן ווי מ'וויל דערפון באפרייט ווערן. מ'איז איינגעשפארט. צום ביישפיהל: כוכב בבית שנים עשר פיהלט זיך אז די מחשבות איז נישט געהעריג ארויסגעקומען אין מיר. אזא פינעווערישע סארט.

והשם הטוב יעזור.
דוד װיזעלטיר
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2020 8:29 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד װיזעלטיר »

נשמה האט געשריבן:
לב אחד האט געשריבן:איך בין א סיון. Gemini. נשמה וואלסט געקענט אריינקומען מיט אן אנאליז?

מיט'ן אייבערשטנס הילף וועל איך דא אביסל שרייבן וועגן א סיון. תאומים. יסוד הרוח. איך וועל שרייבן וויפיל ס'שטומט מיר. מיט וויפיל איך קען סיון. די איבעריגע לאז איך איבער פאר די וואס קען בעסער סיונ'ס. יו די סיונ'ס.
והשם הטוב יעזור.


עפעס אויסנאם גוט און וואר! ישר כח נשמה!
וואס? א קיש אין נאז!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

נשמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין אוצר החכמה האב איך געטראפן א ספר 'פתחי אור': וספר זה נקרא שער המזלות הגורלות והייחוד בו נכללו עיקרי חכמת המזלות והכוכבים מן המותר לפיך...

ס'דא צומאל ווען עס פאלט מיך ביי צי ווען מ'ווייסט די טאג ווען א מענטש איז געבוירן, צי מ'קען אויסרעכענען בערך וועלכע שעה דער מענטש איז געבוירן, לויט וויאזוי מ'שטעלט זיך זיין מזל הצומח כאראקטער, און נאך אנדערע פאקטארן. לאמיר נעמען צום ביישפיהל יאסעלע ראזנבלאט, וואס מ'קען אפשר אויסרעכענען זיין מזל הצומח וכו'. לויט וויאזוי מ'געט איבער איז יאסעלע געבוירן מאי דער ניינטער 1882, כ' אייר תרמ"ב, לה בעומר.

אריינקוקנדיג זעה איך אז צוועלעף אזייגער אנהייב זייער ניינטן איז די לבנה געווען אין מזל גדי. בערך פינעווע פארטאגס איז עס דעמאלטס אריין אין מזל דלי. צווישן מזל גדי און מזל דלי, וואלט איך ענדערש געזאגט מזל דלי.

די זאך איז אז די מזל תאומים איז דעמאלטס די מזל הצומח, און בערך זיבענע אינדערפרי קומט מזל סרטן אלץ די מזל הצומח. צווישן תאומים און סרטן וואלט איך ענדערש געשטעלט סרטן. די סיבה פארוואס איך בין באקוועם דארט און איך זוך מיך נישט אוועקצוריקן איז, ווייל זיבענע זענען א צאל פלאנעטן, נעמליך חמה, כוכב, נוגה, צדק, געווען אין די צוועלפטע הויז, א הויז וואס שטומט מיט וואס ער איז געווען. (לויט מיין דמיון) די אבן עזרא שרייבט אויפן צוועלפטן הויז: כאדם בבית האסורים. סאיז עפעס אזא ענין פון די טיפקייט פון נפש וואס איז באהאלטן. די צוועלפטע הויז איז קעגן דגים.

זיין חמה און זיין כוכב איז זיכער געווען אין מזל שור. שור איז די כח פון אראפברענגען די השפעה דא אונטן אויף דער "ערד", עפר. דאס איז א צאמשטעל פון די צוועלפטע הויז און שור. זיין נוגה איז געווען אין מזל תאומים וואס איך טייטש דאס אויס אז די חן וואס זאכן טרעפן ביי אים, וועקט אויף זיין כה ההגיון, כח הדיבור, כח פון קאמיונקירונג. דאס איז נוגה אין תאומים. ווי געשמועסט.

זיין מאדים איז געווען אין ארי', קען מען זאגן אז פון דעם איז געקומען זיין אריסטאקראטישקייט. זיין צדק איז געווען אין תאומים, דאס קען אויך מיינען אז די וועג וויאזוי ער איז מצליח האט מיט רעדן, חזנות.

אין טעאריע וויל איך זאגן אז זיין לבנה איז געווען אין מזל דלי, וואס פון דעם קען מען זאגן איז געקומען זיין חידוש. דלי איז דאך די ענין פון חידוש. די געפילן ווערן ערוועקט פון די ענין פון חידוש.

לויט דעם קען מען זאגן אז "יאסעלע" איז געווען מער די ענין פון ארויסברענגען און אראפברענגען די טיפע באהאלטענע ענין. מעפר זיין די טיפקייטן דאהי. איך האב שוין לאנג צוריק געשריבן אז עס קוקט מיר נישט אויס אז יאסעלע איז געווען א "פירער", ווייל צו שטארקע געפילן קען צומאל שטערן.

זיינע זאכן מאכן וויינען, נישטא וואס צו רעדן, עס מאכט וויינען. עס נעמט איבער, עס רעדט אזוי שטארק צו די טיפע געפילן. און מ'קען זאגן אז דאס קומט אזוי ווי איך האב געזאגט מיין טעאריע.

לויט מיין טעאריע איז זיין חמה געווען במבט דיבוק צו זיין כוכב, ביידע זענען אין שור. וואס דאס העלפט אז ער זאל זיך קענען ארויסברענגען. און לאמיר גיין נאך טיפער אז נוגה איז די "בעל" פון מזל שור, און נוגה איז כל מיני תענוג וכו', וואס דערפאר האבן זיינע ניגונים אזויפיל תענוג.

זיין חמה איז אויך במבט דיבוק צו שבתאי, וואס דאס געט א שטארקע קאנטראל אז מ'זאל זיך קענען האלטן. וואס דאס קען זיין האט אים געהאלפן זיך האלטן אין טאן. (ס'איז סתם טעאריע וואס איך זאג, מוז נישט זיין אין פאקט אז ער איז דאן געבוירן)

שוין, דער אייבערשטער זאל העלפן איך זאל לערנען פלייסיג די הייליגע תורה הקדושה. והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

ס'דא איינער וואס טענה'ט אז דער הייליגער פיאסצנאר זצ"ל איז געבוירן י"ד תמוז תרמ"ט זעקסע פארטאגס. און דאס איז אנדערש ווי וואס עס איז געווען מקובל ביז היינט אז ער איז געבוירן י"ט אייר. עס לאזט זיך שווער גלייבן אז ס'זאל זיך אריינזעצן א קבלה צווישן די חסידים, וואס זאל נישט האבן קיין אמת'ע מקור. נאך דערצו מיט אזא מימרא: ער איז געבוירן יסוד שבהוד, און די ברית איז געווען יסוד שביסוד!

דער הייליגער פיאסצנאר זצ"ל שרייבט אין זיין ספר צו וזירוז: נפש האדם אוהבת להתרגש, לא על שמחה לבדה רק גם סתם להתרגש אוהבת היא, אף להתרגש בעצב ובכי' רוצה היא. אוהב האיש לראות מראות אימות, ולשמוע מעשיות נוראות עד כדי לבכות כדי להתרגש על ידן. חוק וצורך הנפש היא כשאר חקותיה וצרכיותיה. לכן רק האיש המשלים חקה זאת בעבודה ובהתרגשות התורה והתפילה, שומר נפשו.

דאס איז זיכער גאנץ קלאר אז ער איז געווען זייער א געפילישער, און זייער מקושר צו זיין טיפע נפש. אויב דו זאגסט אז ער איז געבוירן י"ט אייר יענע יאר, תרמ"ט, וואונדערט זיך אביסל פון וואו ער איז געווען אזוי געפיליש. די זאך איז אז צום ביישפיהל ווען איינעמ'ס לבנה, אדער חמה, איז אין די צוועלפטע הויז, קען ער זיין א געפילישער, ווייל די צוועלפטע הויז איז קעגן דגים. אבער דא רעדסטו פון שטענדיג רעדן פון געפיל. וועסטו וועלן זאגן אז זיין מזל הצומח איז געווען אין סרטן, קוקט דען אויס פון די בילדער אז זיין מזל הצומח איז אין סרטן? אלעס קען זיין, און איך קען מיך קוים אויס. אבער א סרטן אין מזל הצומח דארף דאך ווארפן עפעס קערינג געפיל מיט אזא סארט שעמעדיגקייט, כך נראה לי. און דא זעהסטו אלעמאל אזא דורכדרינגליכער פעסטער שטאנדהאפטיגער בליק.

און ווען דו זאגסט די דאטום פון י"ט אייר, זעהסטו נישט קיין פלאנעטן-מזלות וואס זאלן ווייזן אויף געפיל. וואלט איך געזען אז זיין לבנה איז אין דגים אדער אין סרטן, אדער אפשר עקרב, וואלט איך געקענט זאגן אז פון דעם קומט עס, אבער אלעס וואס מ'זעהט שטומט נישט דירעקט מיט די "פיאסצנאר'.

אויב דו זאגסט זייער דאטום, שטומט עס גאנץ מער. ווייל אויב דו זאגסט אז ער איז געבוירן י"ד תמוז, פינעווע, איז זיין מזל הצומח אין מזל ארי', און דאס שטומט שוין סך מער. א ארי' ערשיינט אזוי. ארי' איז די ענין פון התראות. ארויסקומען מיט די אינערליכקייט און עס ווייזן.

און זיינע געפילן קומען ווייל זיין חמה, און ווי אויך זיין כוכב, און זיין מאדים, זענען געווען אין מזל סרטן. ווי אויך איז זיין חמה און זיין מאדים געווען אין די צוועלפטע הויז וואס איז 'דגים'. דאס איז די ענין פון לעבן מיט די אידיאליסטישע וועלט. אבער דאך איז ער איז נישט ארויסגעקומען אזוי צאפלאטשקעט, ווייל זיין לבנה איז געווען אין גדי. און זיין שבתאי אין די ערשטע הויז.

זיין לבנה איז געווען אין מזל גדי. דאס האט אים ווארשיינליך געגעבן אזא שטארקע צאמהאלטונג. ער איז נישט געווען ממש וואסער, מזל גדי איז דאך עפר. און ווי אויך זיין צדק איז געווען אין מזל גדי.

אלעס וואס איך שרייב איז טעאריע. אבער איך האב שוין אמאל געזאגט פאר איינעם אז איך קלער פארוואס ער האט געשריבן וויאזוי צו ווערן א 'איש מתרגש', ווייל פון איין זייט האט ער געהאט אזא "פינעווערישקייט". און דאס קען זיין זיין לבנה וואס איז געווען אין גדי. גדי האט אים געגעבן פראקטישקייט, אחריות, בויען, און צאמנעמען. האט ער געוואוסט פון צוויי זייטן: פון איין זייט איז דא די גדי, וואס איז מער עפר, און נישט אזוי געפיליש, און פון איין זייט אבער איז דאך דא די ענין פון געפיל. ווייל ער איז געווען א סרטן.

זיין נוגה איז געווען אין מזל תאומים, כוכב, וואס דאס מיינט: אז זאכן וואס טרעפן ביי אים חן, מאכן ארבעטן זיין כח המחשבה והדיבור.

אבער ווען איך קוק אויף זיין צורה, זעה איך אזא שור ענערגיע. עכ"פ די ענין פון זיין דאהי! אדער אפשר טאקע נישט. נאר דאס איז זיין שבתאי וואס איז אויך געווען אין מזל ארי'. און ווי דער אבן עזרא שרייבט אז ווען א כוכב איז אין די ערשטע הויז, איז די השפעה אלעמאל מיט א פרישקייט. דאס געט אזא געוויסע איינגעהאלטנקייט צו טון צום זאך.

מיט דעם אלעם וואונדערט מיר צו זאגן אז ער איז געווען א מזל סרטן, ווייל ער האט גערעדט און מיטגעטיילט זיין אינערליכער נפשיות'דיגע מהלכים אן קיין שום צוריקהאלט, און איך וואונדער מיך וויאזוי א סרטן קען דאס באווייזן. צום ביישפיהל ער פארציילט וואס ער איז דורך און וויאזוי ער האט געפילט, איך וואונדער מיך צו א סרטן קען דאס.

עולם עולם, את סודך איני יודע, ואחר סודך לא אחקור. כי אם אבדיל פרט ממך ואדמה להבינו... אבל אם אתבונן כי כלך סוד מסודי ה', ופרטיות ידיעותיך, רק מעלומי הסוד ומסתורי רזיו, מן השוטים אשר יתחכמו להבין, הן.

יעצט בין איך געווען נייגעריג אויף מוהרא"ש זצ"ל.

מוהרא"ש זצ"ל שרייבט אין זיין קונטרס 'רגעי מוהרא"ש' אז ער איז געבוירן כא באייר ת"ש פינעווע פארטאגס.

זיין חמה איז געווען אין מזל תאומים. די בעל הבית פון תאומים איז כוכב. די מזל פון תאומים באשטייט בעיקר פון די השפעה וואס מאכט די מיינד ארבעטן און ווי אויך רעדן, קאמיוניקירן. קען זיין אז דערפאר האט ער געהאלטן פון די ענין פון: זאגן, ווייל ביי אים האט זאגן אלעמאל אקטיוויזירט די געדאנקען. כך נראה לי.

זיין חמה איז אין די צוועלפטע הויז. ס'איז עפעס אזא געפיל ווי די 'איך' איז באהאלטן.

זיין לבנה איז געווען אין מזל דגים. די שפיץ פון מזל דגים איז כח המדמה. די וועלט האט צוויי חלקים, ס'דא די קאנקריטע הארטע ריאליטעט, און ס'דא די העכערע אידיאליסטישע וועלט. דאס געט צו פארשטיין איינע פון די סיבות פארוואס ער האט אזוי רחמנות געהאט אויף אנדערע וואס ליידן, און ער האט זיי אזוי געוואלט העלפן. ווייל די 'בעל הבית' פון דגים איז דאך צדק. צדק איז דאך די ענין פון טון חסד ומעשים טובים ווי די ראב"ד שרייבט אין זיין פירוש אויף ספר יצירה און ער שרייבט אויך אז צדק: ולו מן האנשים הנכבדים ונשואי הפנים והחזנים בבתי כנסיות ומושב החסידים ותפלות ותחנונים ובתי המתבודדים לעבודת השם.

זיין כוכב איז אויך געווען אין מזל תאומים. און זיין כוכב איז געווען אין די ערשטע הויז, וואס דאס מיינט אז שטענדיג איז דער השפעה געווען אין אים כתינוק הנולד, ווי עס איז יעצט געבוירן, מיט א פרישקייט. און זיין מזל הצומח איז אויך געווען אין מזל תאומים. כוכב אין מזל תאומים איז אזא דאבל-דאוז פון כוכב, ווייל כוכב איז די 'בעל' פון מזל תאומים. און דער ראב"ד שרייבט אויף כוכב:

מוהרא"ש שרייבט אז אנהייב איז אים די ענין פון התבודדות אנגעקומען מיט מסירת נפש ממש, ווייל דאס איז געווען פארקערט ווי זיין טבע. און דאס איז זייער מעגליך צוליב ווייל ער איז געווען א תאומים, און תאומים איז די ענין פון קאמיוניקאציע. ער האט קאמיוניקירט מיט די גאנצע וועלט דורך ארויסשיקן זיינע קונטרסים. און ווי אויך איז ער געווען א גוטער שרייבער, ווייל ער האט געהאט אסאך כוכב.

זיין נוגה איז געווען אין מזל סרטן. איך לערן עס אפ אז זאכן וואס טרעפן חן ברענגען אין אים ארויס די סרטנ'דיגע געפיל פון איבערגעגעבנקייט.

און זיין מאדים איז אויך געווען אין מזל סרטן. זיינע תנועות זענען געווען מיט געפיל.

פון דעם קען מען זאגן איז געקומען זיין איבערגעגעבנקייט. זיין קערינג צו אנדערע מענטשן. ער שרייבט אלעמאל: צריך שתדע אהובי בני...

זיין צדק איז געווען אין מזל שור. איך לערן עס אפ אז זיין טרייב קראפט זיך צו פארברייטערן איז געווען פראקטיש.

זיין שבתאי איז געווען איז אויך געווען אין מזל שור. איך לערן עס אפ אז זיין צוריקהאלטערישקייט איז אויך געווען צוליב פראקטישקייט.

והשם הטוב יעזור אז ס'זאל חלילה נישט ארויסקומען קיין מכשול פון מיינע הענט.

מ'דארף וויסן, זיי קענען מפרש זיין וואס עס מיינט אז געוויסע פאזיציע פון די מזלות וכוכבים, אבער דאס מיינט נישט אז עס שילדערט דעם אמת פון די זאך. אזוי ווי א גוי זאל שילדערן א גמ', בלעטער מיט ווערטער. איז ער דען נישט גערעכט דערמיט? אבער עס שילדערט נישט די עכטע פאקט. א גמ' איז נישט בלעטער מיט ווערטער.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך וויל דא רעדן וועגן איין געוויסן אספעקט וואס איך דמיון וואס עס מיינט.

ווען כוכב איז במבט נוכח צו די מזל הצומח. און מזל הצומח איז: הבית הראשון נקרא מזל הצומח כי בו עולה היינו צומח המזל מתחילת קו מזרח ונקרא בית החיים והנפש והגוף ויצר האדם ותולדתו ומחשבתו וערמומיותו בינתו ותואר פניו.

אסאך פון די אניאגראם טייפ וואס דער מענטש איז ליגט אין אט דעם מזל הצומח.

איך שטעל מיך פאר אז נישט יעדער האט די זעלבע עקספיריענס. דער אבן עזרא שרייבט אויף מבט נוכח: כשני אנשים נלחמים זה עם זה בחזקה. ס'איז נישט נאר אינערליכע צוויי דרייווערס, ס'איז א אינערליכער מלחמה, א מלחמה תמידית. יעדע 'יעצט' האט דער מענטש א מלחמה צווישן צוויי אינערליכע כוחות.

איך רעד ווען מזל הצומח איז אין מזל ארי'. אבער לכאורה וועט די זעלבע זאך זיין ווען מזל הצומח וועט זיין א אנדערע מזל, אבער ס'וועט געבן א אנדערע עקספיריענס פאר'ן מענטש.

מזל הצומח ארי' געט פאר א מענטש די רצון צו וועלן אויסנעמען ביי ארומיגע מענטשן. דאס איז דאך 'ארי'. זיך טרעפן מיט'ן נפש און האבן תענוג דערפון. יעצט וויאזוי פיהלט זיך ווען כוכב איז במבט נוכח צו מזל ארי'? כשני אנשים נלחמים זה עם זה בחזקה. דאס וואס דער מענטש איז פארנומען מצד זיין מזל הצומח, ווערט גע'נלחמ'ט מצד די השפעה פון כוכב.

די זעלבע זאך געשעהט ווען ס'איז דא א מבט נוכח צווישן חמה און לבנה, אבער איך רעד יעצט צווישן כוכב און מזל הצומח. און אויך ווען צומח איז אין ארי', אז יעדע מאל ווען ס'דארף ווערן גענוצט די שפע פון כוכב, איז דא מלחמה חזקה פון די מזל הצומח, און דאס קען ברענגען אדער ברענגט אז דער מענטש ווערט צעריסן אינדערמיט.

צום ביישפיהל בשעת דער מענטש דארף דאווענען צווישן א גרויסן ציבור, וועט דער מענטש האבן א אינערליכע מלחמה חזקה צווישן צוויי כוחות. פון איין זייט וויל ער געפעלן און פון די אנדערע זייט וויל ער אינזין האבן. דער רבש"ע האט געמאכט אז ס'איז א מבט נוכח, איז עס נוכח! און די זעלבע זאך קומט פאר ווען ער זיצט אין א כיתה און ער דארף הערן א שיעור. און ווען אין לעבן דארף מען נישט די השפעה פון כוכב. א מענטש דארף אלעמאל נוצן זיין ידיעה וואס ער ווייסט. און השי"ת וויל אז ס'זאל זיין א אינערליכער מלחמה. דאס מוז זיין. די עצה איז זיך מתגבר זיין דערויף. אז מ'איז זיך מתגבר דערויף, ווערט איין השפעה שטערקער, און דאס איז די סיבה פון די אינערליכע מלחמה. השי"ת זאגט: שטארק דיך דערויף, ווייל איך וויל אז איין השפעה זאל ווערן נאך און נאך שטערקער.

ווען ס'דא א מבט שישית, אדער מבט שלישית, אדער מבט חיבור, צווישן כוכב און מזל הצומח, וועט דער מענטש נישט האבן א פראבלעם. ווייל ביידע ווילן איין זאך. סיי די השפעה פון די מזל הצומח וואס די ארבעט דערפון איז: וויאזוי געב איך מיך א עצה מיט די יעצטיגע מצב, און סיי כוכב, ווילן די זעלבע זאך.

אפילו בשעת דער מענטש איז אליין און ער וויל לערנען אדער דאווענען, האט ער די מלחמה חזקה. ווייל אזוי האט השי"ת געוואלט! ער וויל אז דער און דער מענטש זאל זיך שלאגן דערמיט.

וואס געשעט ווען כוכב איז במבט נוכח מיט מזל הצומח און זיין מזל הצומח איז אין בתולה? דאן וועט ער נישט פאוקעסירן אויף זיך אליין, וויאזוי ער ערשיינט צווישן מענטשן, צי ער נעמט יעצט אויס, וכו', נאר ער וועט סתם ווערן פארומען מיט מסדר זיין די מצב. ארויסהאבן און מסדר זיין די מצב.

לויט ר' שרגא נ"י דארף מען אויפגעבן אויף די 'יכולת' פון מזל הצומח כדי צו קענען פריי לאזן פלאץ פאר די השפעה פון כוכב. פארשטייט זיך ווען מ'וויל נוצן כוכב. די געזונטע געפיל איז לכאורה צו לאזן די מלחמה. נישט נעמען אנטייל אין די מלחמה דורך נוצן 'יכולת'. נאך א עצה איז צו באוואוסטזיניג נוצן מער 'כוכב'.

ס'דא ווען א מענטש פיהלט אין זיך א נפשיות'דיגע פראבלעם, און ער וויל העלפן אנדערע. אבער ווער זאגט דיך וואס אנדערע מענטשן פיהלן אין זיך. ווער זאגט אז זיי האבן די זעלבע פראבלעם וואס דו האסט געהאט און זיך דערמיט א עצה געגעבן?

ס'דא עפעס אנדערש. ס'דא מענטשן וואס פיהלן אין זיך אזא מלחמה חזקה צווישן זייער 'איך' און זייער 'געפיל'. דאס איז א מבט נוכח אדער א מבט רביעית צווישן חמה און לבנה. אזעלע מענטשן זאלן נישט מיינען אז זיי דארפן העלפן אנדערע דורך זיי העלפן מאכן שלום צווישן זייער 'איך' און זייערע געפילן. ווייל נישט יעדער האט אזא אויסשטעל אין זייערע פלאנעטן-מזלות.

דער רבש"ע פארשטייט אז דער און דער מענטש דארף האבן אזא אינערליכער קאנפליקט. אבער עס ווענד זיך וואס מ'טוט דערמיט. עס קומט אויס אז אגאנץ לעבן דארף זיך א מענטש דער'בחר'נען צו ענדערש וועלן נוצן נאר זיין כוכב, אפילו אויב ער פיהלט ווי עס שלאגט זיך מיט אים אליין, מיט זיך אליין. שנאה גמורה! אז דאס וואס ער לערנט פארשעמט זיך אליין. אז דאס וואס ער לערנט צעווארפט זיין גאנצע פלאן וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט א מצב.

די עצה פאר דעם איז, און איך רעד ווען ס'איז ארי' וואס איז אין מזל הצומח. צו פארשטיין דאס וואס דער פיאסצנאר זצוקללה"ה שרייבט אין זיין ספר 'דרך המלך' אין פרשת בראשית תר"צ: ובפרט מי שמרגיש בקרבו בפועל ממש פניות ח"ו צריך הוא להתבונן כנ"ל שזה הכל הבטת ד' שמביט בו ומתלבש ראיית ד' בלבוש של פניה ויראה לאמר הלא אנשים רואים אותי וכשידע זאת יוכל להסיר את הלבוש ולירא לפני ד'.

דאס הייסט אז מ'דארף טראנספארמירן די עצם השפעה וויאזוי מ'וויל נוצן די מזל הצומח ארי'. עס פיהלן אז די התראות איז אזאך וואס שיינט ארויס פון מיר און עס האט נישט מיט מיר.

איך האב דא גערעדט פון איין אספעקט פון די הונדערטער אספעקטן פון די שטריכן פון די הימל. וואס דער אספעקט קען קאסטן פאר א מענטש זייער זייער אסאך יארן צו פארשטיין וויאזוי מ'דילט דערמיט, און מיט דעם אלעם קען דער מענטש נישט שרייבן א בוך פאר די וועלט צו שרייבן וויאזוי ער האט זיך א עצה געגעבן, ער קען נישט עצה'נען אנדערע, ווייל השי"ת האט יענעם געגעבן אנדערע שטריכן.

דער אייבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול פון מיינע הענט. אז אלעס וואס מ'נעמט אריין אין זיך זאל זיין מן המותר לפיך. פון ריינע מקורות.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

איך קלער אפשר א טעאריע אז דער רבי זצ"ל מסאטמאר איז געווען א מזל הצומח מאזנים. ס'איז אדער יא אמת, אדער נישט. פארוואס וויל איך אזוי זאגן? ווייל באקאנט איז אלעמאל געווען אז ער איז געבוירן י"ח טבת, און אויף די געבורט שיין שטייט יאנעווער דרייצן, וויל איך זאגן אז די מערסטע וואס שטומט פון די פאר מזלות וואס זענען דאן געווען פון זעקסע ביז צוועלעווע - ארי', בתולה, און מאזנים, איז מזל הצומח מאזנים. חוץ אויב דו זאגסט אז ער איז געבוירן נאך חצות, דהיינו ווען עס איז שוין נישט געווען די דרייצענטער.

ווייל ווען איך הער מיך צו צו וויאזוי די רבי זצ"ל רעדט א שמועס איז עס מיט עפעס אזא הארמאניע, ער וועגט אפ זיינע דרכים, און ער ישוב'ט זיך, עס צו שטעלן מיט א גלייכקייט צווישן צוויי משקולות, וואס דאס איז דאך מאזנים. און בכלל האט ער עפעס אזוי גוט צאמגעלעבט מיט די ארום, א מעורב בין הבריות עד מאוד. מיט דעם אלעם וואס ער איז געווען אזוי שארף, איז ער אבער געווען אזוי גוט, אזוי בא'טעמ'ט צו זיין אין זיין געגנווארט, מיט אזא שמייכל צו יעדעם.

די מזל הצומח איז די צוגאנג פון א מענטש צו יעדע נייע מצב. אזוי ווי דער אבן עזרא שרייבט: ק"ט הכוכב במזל הצומח כמו הנולד שיצא מבטן אמו או הדבר ההוא בשעתו.

מ'טרעפט אז די רבי זצ"ל זאגט וועגן די ענין פון אפוועגן מעשים

פ' ויקרא ח"ה סח: הנה בתורה"ק נמצאים מצוות הפכיות אשר פעמים מצוה להשתמש במדה זו, ופעמים לאחוז. ועל האיש הישר וזך הלבב לשקול במאזני שכלו אימת העת לקרב המדה ואימתי עת לרחקה. כגון בעוון לה"ר שהחמירה תורה מאד אך לא בכל עת ובכל זמן צריך האדם לנצור לשונו ולהאלם דומיה אדרבה נגד משנאי ה' חייב האדם להשתמש במדה הפכיית להתקוטט עמהם ולשנאותם ולהוכיחם על פניהם וגם לגלות חרפתם בקהל רב למען ידעו להבדל מעושי רשע כמאה"כ קל"ט הלא משנאיך ה' אשנא ובתקוממיך אתקוטט תכלית שנאה שנאתים.

פ' תולדות ח"א תרנו: וע"כ מדת האמת הוא יסוד היסודות בקיום תורתינו הקדושה, וחותמו של הקב"ה אמת והתוה"ק נקראת תורה אמת, וע"כ כתבה תוה"ק בענין זה חיוב ההרחקה בפירוש, מה שלא מצינו דוגמתו בשאר איסורין שבתורה, ועכ"פ כיון שההרחקה בזה מן התורה, ע"כ החיוב בזה לשקול בדעת תורה אמיתי באיזה אופן הותר לסגויי ברמאות עם הרמאי ובאיזה אופן אסור, ואף בענין שהותר צריך הכרעה בדעת תורה כמה השיעור, ושלא להעדיף על המידה ממה שהותר עפ"י התורה להכרחת הענין, ושלא להרגיל בה לזולתו, כי כל זה נכלל בחיוב מצות ההרחקה שצותה התורה, וכמ"ש הריטב"א ז"ל בגמ' דב"ב דכתיב עם עקש תתפל. פי' דשרי להו לצדיקים למעבד טצדקי דאפשר להו לאזהורי מרמאותא דרמאי, אבל לרומינהו במידי אחריני אסור עכ"ל

פ' צו ח"ה קיט. הנה מצות אהבת ישראל וכן איסור לה"ר ורכילות גופי תורה הם, וכמו כן החיוב לשנוא את הרשעים ולהתקוטט עמהם הוא מגופי תורה, ואלו וגם אלו דברים המצודקים נינהו, אלא שחייב האדם לשקול במאזני שכלו את הדרך ילך בה, להשתמש בכל מדה בעתה ובזמנה. ולא כן הרשעים ומסלפים אותם להשתמש תורה והמתחברים להם, שהם לוקחים את המצוות הללו ומסלפים אותם, להשתמש בהם שלא במקומם ובזמנם הראוי להם ובמקום אשר מצד הדין חייבה תורה לשנוא את הרשעים ולהתקוטט עמהם, ינופפו במדת אהבת ישראל, ויאמרו כי צותה התורה וכו'

פ' שמיני ח"ה קע: דהנה האדם צריך לשקול בכל מעשה אם מצד היצר טוב או להיפך, כגון מידת הבושה שהיא מדה משובחת מאוד, ואעפ"כ פעמים צריך האדם להמנע ממנה, כגון בעת שהאדם חייב בעשיית המצווה, יסיתו היצר הרע לאחוז במידת הבושה ולמנוע ממנה. וכו'

פ' וישב ח"ב רעא. אמנם ריב"ק סירב ואמר אם אתה נותן לי כל כסף וזהב "שבעולם", היינו כל כסף וזהב הנצרך להעמדת העולם, לא אדור אלא במקום תורה, כי צריך לשקול בדעת תורה ממי לקבל תמיכה להחזקת התורה, ורבים נכשלו שלקחו תמיכה מאנשים שאינם מהוגנים להחזקת הישיבה, וכו'

פ' נשא ח"ז קמה. עכ"פ באיסור לה"ר אין שייך לומר שצריך לרחוק עד קצה האחרון, אלא צריך למדוד ולשקול מעשיו בפלס ובמשקל אימתי אסור לדבר לה"ר, ואימתי יש חיוב לספר בגנותן ולהודיע תועבותיהם.

מאזנים דאכט זיך האט אויך די ענין פון לעבן בשלום מיט ארומיגע. אבער דאכט זיך אז זיי וועלן זיך יא שלאגן פאר'ן אמת. ווייל מאזנים וויל פונקט אזוי דעם אמת. זיך נישט אוועקרירן פונעם אמת.

פ' קרח ח"ח כה. פירשתי בפסוק ה' עוז לעמו יתן ה' יברך את עמו בשלום, דאעפ"י שאמרו רז"ל גדול השלום שהוא מעלה גדולה עד מאד, אבל מקודם צריך לראות אם הוא עפ"י תורה, ולא לעשות שלום ח"ו עם עוברי עבירה, ולזה הקדים הפסוק לומר ה' עוז לעמו יתן שהוא התוה"ק, ואח"כ ה' יברך את עמו בשלום.

פ' נשא ח"ו קצט. ואין לך שלום גדול מזה שיתרחקו הרשעים מבין ישראל שהם המטילים איבה וקנאה ותחרות בין ישראל לאביהם שבשמים


פ ויגש ח"ב תנז. מתאמרא משמיה דהמהר"ם שיק זלה"ה שהמשכילים שבדורו בקשו ממנו שהיראים יעשו שלום עמהם, ובאו בטענה שאמרו רז"ל גדול השלום וכו', והשיב להם כתיב האמת והשלום אהבו, ופי' הקדמונים שהקדים הכתוב אמת לפני השלום, וזהו תנאי שאין לעשות שלום רק עם האמת, אבל מן השקר מצוה להתרחק עד קצה האחרון .

אויף מיין אויסשטעל קומט אויס זיין צדק בבית ראשון. און איך קלער אז זיין צדק איז געווען בבית הראשון, דהיינו די מזל הצומח, ווייל ער איז צו יעדע מצב די ערשטע זאך געווען מלא חסד וצדקה.

זיין כוכב קומט מיר אויס בבית השלישי וואס דאס איז קעגן תאומים. די רבי זצ"ל האט געהאט א גוטן שפראך, זיך געקענט גוט אויסדרוקן. קען עס שטומען.

די חמה און די כוכב זענען ביידע געווען אין מזל גדי. לויט מיין דמיון איז גדי זייער א שטארקע קאפ. ווייל אלעס ווערט קלאר און געבויט. גדי איז דאך עפר. די ענין פון אחריות. בויען. אזאך וואס שטייט, שטייט! חמה קומט מיר אויס בבית הרביעי. ר' חיים ויטאל שרייבט דערויף: יורה על ירושת האבות. די אבן עזרא שרייבט אז ס'ווייזט אויפן טאטן. הבית הרביעי יורה על האב, ועל הקרקעות, ועל הבתים, והשדות, והמדינות, והבניין, והמטמוניות, וכל דבר נסתר.

פ במדבר ח"ז קא. ובשפלות הדור אין יודעים ומבחינים, לדעת ולהכיר להבדיל בין טמא לטהור, מה הם הסימנים להבחין ביניהם, אלא שאם מסתפקים באיזה דבר צריך לצאת בעקבות הראשונים, להתבונן בקבלת האבות הקדושים, מקורות הקדושה, ומינייהו לא נזוע הם לנו לעינים, ומינייהו לא נזוע.

דער מענטש טוט נישט וועגן ער איז אין יענע און אין יענע מזל, אדער יענע און יענע הויז. חלילה אזוי צו טראכטן! נאר די מזל קען אפשר ווייזן אויף די שורש נשמה פונעם מענטש. די מזל פירט נישט גארנישט, די מזל ווייזט נאר די שורש נשמת האדם. השי"ת וויל אז א צדיק זאל אזא און אזא אופן אראפברענגען אויף דער וועלט. ווי דער רבי זצ"ל זאגט אין פ' שלח, ויובן ביתר ביאור עפ"י הנודע כי כל איש מוכן מצד שורש נשמתו למלאות תפקידו כפי אשר נקבע לנפשו בתחלת הבריאה, ואותו תפקיד מוטל עליו למלאותו ולא יתכן שיתקיים ע"י אחר, כי לכך הוא עומד.

פ' חיי שרה ח"א תקלה. בעוה"ר בזמננו עכשיו היצה"ר מתגבר בבחינת הסתה זו, לתפוס ברשתו גם את הכשרים שלא כרעו עדיין לבעל, על ידי שמסית ומפתה לעשות כמעשה הרשעים על טהרת הקודש ולכוונת שם שמים, ולבסוף משתווים להם לגמרי ח"ו, לעשות כמעשיהם ועל דעתם, והעצה היעוצה להנצל מפתויי היצר בזה, הוא שלא לזוז אף זיז כ"ש מדרך הסלולה לנו מאבותינו ורבותינו הקדושים, ורק באופן זה יש מציאות לכוון אל דרך האמת. וח"ו אם מבקשים לילך בדרכים חדשים אשר לא שערום אבותינו, נופלים ברשת היצר הרע בודאי ח"ו.

די לבנה איז געווען אין מזל בתולה. בתולה איז דאך די ענין פון מסדר זיין. די געפילן זענען נישט א 'כל בו' לעדל. דאס הייסט אז די נפש הגעפיל ווערט געבויט ארום די ענין פון סדר. עס איז סדר וואס מאכט די נפש ארבעטן, און וואס די נפש איז. לבנה קומט מיר אויס בבית הי"א. ר' חיים ויטאל זצ"ל שרייבט אז ס'גייט ארויף על תקות המחשבה, ושבח האוהבים, והמשרתים, והעוזרים, בתכלית האהבה.

נוגה און מאדים זענען געווען אין מזל דלי. דלי איז די ענין פון חידוש. דלי איז דאכט זיך די ענין פון 'יוניק'. 'חידוש'. "ארויסקומען מיט עפעס א נייע זאך"

צדק איז אין עקרב. אפשר מיינט דאס דאס וואס דער רבי זצ"ל האט אזוי אינטענסיוו געטון אין צדק.

און שבתאי איז אין סרטן. דאס צוריקהאלטעניש און דערפאר די כח זיך צו שטארקן דערויף איז געווען מיט געפיל. סרטן איז דאך מים.

לויט מיינע חשבונות איז ער געבוירן נאנט צו צוועלעף אינמיטן נאכט.

אבער דאס איז נאר א טעאריע. און עס לוינט נישט צו טון דערין, ווייל עס שלעפט מיר אוועק מיינע רעיונות.

והשם הטוב יעזור אז ס'זאל נישט ארויסקומען חלילה וחלילה א מכשול פון אונטער מיינע הענט, און מ'זאל אלעס וויסן נאר פון ריינע מקורות. מן המותר לפיך.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

נשמה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דער הייליגער חתם סופר האט זיך פארצייכנט ערגעץ וואו די פונקטליכע צייט פון זיין געבורט: על גליון הפר"ח של מרן או"ח סימן תכ"ח אצל מחזור רצ"א שנת תקכ"ג רשם רבינו נ"ב בו נולדתי ז תשרי סמוך לקבלת שבת לאי"ט, ומדפיסי השו"ע לקטוהו בין שאר הגהות רבינו על הפר"ח נדפס בסוף חי הפר"ח וראה חוט המשולש עמוד י"ב. און דארט שטייט: ותהר ותלד בן ביום ז' תשרי שנת תקכ"ג עש"ק סמוך להכנסת כלה וכו'.

ס'קומט אויס ערב שב"ק בערך זעקס אזייגער נאכמיטאג.

די מזל הצומח קומט אויס אין מזל טלה. דאכט זיך אז מזל הצומח טלה איז א מענטש וואס האט אין זיך זריזות, טוט, און בויט. דאס מאכט מיר זיך פארשטעלן דעם חת"ס אלץ א שנעלער טוער. ווי עס שרייבט איינער ערגעץ: בשחרית הלך לבית מדרשו מעוטף כטלית ומעוטר בתפילין והיה הולך מפתח ביתו עד לפתח בית המדרש ברהיטה ופסיעות מפליאות ועבר כל אורך ההיכל עד מקומו במזרח בזריזות נפלאה. ס'איז נישט ממש א ראי', ווייל מ'דארף דאך לויפן צום דאווענען. אבער ס'געט אזא בילד.

און בכלל דער נייער אנדעקטער בילד קען שטומען אויפן חתם סופר, ווייל לפי דמיוני האט עס אזא אש הטלה אין זיך. אדער האט יענער געוואוסט אז ער איז געווען אין צומח א מזל טלה.

עכ"פ ער איז אנגעגאנגען מיט אזא אש. בכלל איז זעקסע מזל מאדים. און ער איז געווען א מוהל.

חמה איז אין מזל מאזנים. אויף די באקאנטע בילד קען מען - דאכט זיך - זעהן טאקע די ענין פון מאזנים. די לבנה איז אין קשת, אין די ניינטע הויז וואס דער אבן עזרא זאגט שוין אז ס'ווייזט אויף: אמונה ולעבוד את ה'.

די לבנה אין קשת איז אזא סארט עקספלארער. פארשטייט זיך אין תורה.

כוכב איז אין מזל מאזנים.

איך האב געזעהן א ספר אדער קונטרס, ס'הייסט: שיחת הסופר, ועלהו לא יבול. ווי ער ברענגט שטיקלעך וואס דער חתם סופר אליין דרוקט זיך אויס אין זיין שרייבן וואס פון דעם קען מען זיך ארויסלערנען זיין מידה אין זיין צוגאנג זיך צו דערגיין צו א משפט. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן אז די מזל ווייזט אויף די שורש נשמה. די מידות וואס מ'האט בשמים. יעדע צדיק האט זיך געהאט זיין מהלך לויט זיין שורש בשמים. מ'קען אפשר זעהן די ענין פון 'מאזנים'. באלאנס. אמת.

דאכט זיך אז א מאזנים וועט בשעת'ן זיך פירן צו א משפט, דהיינו עס זאל זיך באשליסן אין געדאנק וואס א זאך איז, וועט א כוכב אין מאזנים עס פרובירן צו שטעלן אויפן ריכטיגן קו. און אויך ארייננמען אין זיין באטראכט אלע צדדים, און זוכן זיך צו שטעלן אויפן אמת, און נוצן פריערדיגע געבויטע אמת'ער, אדער אפילו זיין אייגענע גלייכע סברא, אלץ א וואג. און אזוי שרייבט דער חתם סופר: ועל הכלל כל הפלפולים בחזקות וס"ס להיותם ענינים עמוקים, וצריכים בקיאות גדולה בש"ס ופוסקים, ואני לא זכיתי לעמוד על בוריין בעו"ה, ע"כ אין דעתי נוחה לישא וליתן, אלא כשנלמוד בחבורתא א' הסוגיא בפנים, ויעמוד איש את חבירו על האמת, ולהוציא דעתינו משיבושים, ואז אזכה לפלפל יעזרני ה'. יו"ד י"ז מ"ק

אבל האמת עד לעצמו גם הוא ישפוט יפלס במאזני שכלו הזך והבהיר שהדין עמדי בזה ומה שרשם מר נ"י אמשניות תוס' חדשים דסוכה אינם בנמצא בכאן אם יש למר נ"י סייעתא משם ימחול אלף פעמים שיעתיק לשונו וישלחהו אלי ח"ז י"ב ועתה

וויבאלד די שורש זיינע איז די מידה זיך צו האלטן צום אמת, איז ער געבוירן אין אזא מזל וואס די מידה דערפון איז זיך צו האלטן צום אמת. ווייל כדי שוקל צו זיין מוז א מענטש האבן א 'וואג', און וועלכע וואג? דאס זענען חז"ל, די ראשונים וכו'. א מזל טוט נישט גארנישט, עס ווייזט נאר וואסערע שפע דער מענטש באקומט מצד שורשו. חוץ מזה וואס ס'איז אלעס געווען א השפעת רוח הקודש משמים. רעד איך פון זיין מידה, די מידה פון חדש אסור מן התורה וואס האט געדארפט נתגלה ווערן.

ווי ער שרייבט: שוב נדפס ספר נו"ב תנינא ושם באו"ח סי' כ"ה... וגם דברי פרי מגדים... וראוי לסמוך עליהם... והגם כי אינני מתיר, כי מיראי הוראה אנכי, ואני שונא חדשות, ומרגלא בפומי החדש אסור מן התורה בכל מקום, אבל במקומות שנהגו להתיר עפ"י הוראת הגאונים הנ"ל אין מזחחין אותם. או"ח קמ"ח נפקו

והורה מעלתו לאיסור... יפה הורה, וכן ראוי לו, ולכל ירא שמים מרובים, דכונתו שלא לפנות אל רהבים ושטי כזב לחדש חדשים בהוראה על דמיוני כזב או''ח קמ"ט, ע"ד. דאס הייסט אז כדי צוצוקומען צו משפט, עס זאל זיך אפמאכן וואס אזאך איז, דארף מען האבן פאר זיך דעם אמת, און לויט דעם וועגן.

ונ"ל דראוי ונכון לבעל תשובה אחר שקיים כל גדרי התשובה הראוי'... זולת זה אין להאריך בדברים שאין להם שורש בש"ס ופוסקים וה' הטוב יכפר בעד כל לבבו הכין או"ח קע"ג

ואני אומר לא זו הדרך ולא זו העיר, חלילה לנו להוכיח דין מחודש ע"י ישוב קושית תוס', וכי חבריהם וריעיהם של תוס' הם, ואם תוס' הקשו קושיא זו ש"מ אין סברתם אמת, דאי לאו הכי לא היו מקשי התוס' מידי, ודעת כל האחרונים בטלה נגד צפורנן של ראשונים. או"ח טו-א ד"ה והרבנים

אבל אני בתומי אלך אז עמדתי בכל כחי לימין האמת והצדק בכל האפשרי וגם אעמוד עתה לימין הצדק והיושר יהי' עם מי שיהי' לא אשא פנים לא לתורה ולא לעושר כי אם לאושר וצדק חו"מ כ ומ"ש

אבער טון פונקטליך אזוי ווי עס שטייט, פון דעם האט ער אויך נישט געהאלטן, ווייל אזא געפיראכץ ווערט אפגעריסן פון די הארץ, ס'ווערט מצוות אנשים מלומדה. און דאס האט ער געשריבן אלץ שטיצע צו 'חסידות', אז ס'האט א מקום.

זיין מאדים איז געווען אין די אכטע הויז וואס האט א ביסל אזא מזל עקרב, דאס איז דאס ענין פון נאכזוכן ביזן שורש פון א זאך: ולהיות כי אני אוהב לחקור כל דבר אחר שרשו עיינתי בגוף דברי הכ"מ ולא נהירי' כלל במח"כ חו"מ כו ולהיות.

ואני איני כדי ששלחתם אלי ואמנם השתא דאתינא לגו לא אהי' כעיור הנמשך אחרי הפקחי' לכל אשר יחפוצו יטוהו מבלי שאשים עיוני על מוצא ושרש הדין ע"כ אענה חלקי וה' אתנו שלא אבוש ולא אכלם חו"מ רג ואני

זיין צדק איז געווען אין די ערשטע הויז, וואס דאס מיינט אז אז ער געווען בכל עת תמיד פול מיט חסד וצדקה. און ווי אויך איז שבתאי געווען אין ערשטע הויז וואס ווייזט זיין פעסטקייט ווען ס'איז געקומען לעניני דת. און זיין שבתאי איז געווען אין מזל טלה. ווען עס איז געקומען ארויסצואווייזן זיין התגברות אויף די וואס האבן געוואלט צעברעכן יודישקייט איז ער ארויסגעקומען מיט אזא פייער.

די חתם סופר איז געווען א צאמשטעל פון די חן פון מאזנים און די אש פון טלה. פלאס די נפש פון קשת, וואס דאס מיין איך האט אים געגעבן אזא אייגנארטיגקייט אין אליין זוכן זיין וועג אין תורה הק', און ווי אויך חידוש.

השי"ת זאל העלפן אז עס זאל פון מיינע הענט נישט ארויסקומען אפילו א שמץ חטא חלילה, און מזאל נישט אריינפאלן אין זייערע שטותים. אגב, די חת"ס רעדט ערגעץ פון מזלות. אבער פארשטייט זיך פון ריינע מקורות ווי מדרש וכו'.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די משנה אין אבות ו ו רעכנט אויס אכט און פערציג זאכן וויאזוי מ'איז קונה תורה. וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז תורה הק' איז מען נישט קונה נאר מיט א טעכנישע וועג פון לערנען און קענען. נאר תורה איז מען קונה דורך קדושה וטהרה וכו', פארוואס, ווייל דורך עפעס אנדערש האט מען נישט קונה געווען תורה. מ'האט קונה געווען ידיעה, אבער נישט תורה. תורה איז קדושה וטהרה.

די מזלות זענען משפיע אויף די טבע פונעם מענטש און עס האט א חלק וויאזוי דער מענטש לערנט. די פלאנעט כוכב, וואס דער אבן עזרא רופט עס - אין זיין ספר ראשית חכמה - כוכב חמה, איז משפיע אזוי צו זאגן (אלע השפעות קומען פונעם אייבערשטן...) אויף די אופן וויאזוי עס לויפט די מהלך המחשבה פון א מענטש, אויף די אופן וויאזוי א מענטש לערנט.

א מענטש קען זיך נאך אלץ קלויבן א מהלך וויאזוי צו לערנען און ער מוז נישט זיין אנגעוואנדן אין זיין נאטור. לאמיר נעמען צום ביישפיהל ווען כוכב איז אין דלי, און עס איז אין די זיבעטע הויז. די זיבעטע הויז איז אקעגן מאזנים, און ס'מאכט אז דער מענטש זאל אלעמאל פרובירן צו טרעפן דעם מיטלפונקט. זיך דערגרינטעווען צו א אמת. די אבן עזרא שרייבט אז די בית השביעי איז א השפעה וואס איז גרייט אפצואווענדן די אויבים. ער שרייבט: כאדם מוכן למלחמה.

דאס אז כוכב איז אין דלי ווייזט נאכנישט אלעס, מ'דארף אויך וויסן וועלכע הויז ס'איז. ס'דא כוכב אין דלי אין די דריטע הויז וואס איז אקעגן תאומים, און ס'דא ווען ס'איז אין די זיבעטע הויז וואס איז אקעגן מאזנים. ס'קען זיין צוויי מענטשן ביידע זאלן האבן זייער כוכב אין דלי, אבער יעדער האט עס אין א אנדערע הויז.

די מזל דלי בכלל איז משפיע אז דער מענטש זאל זיך וועלן באפרייען פון באגרעניצונגען. "לייג מיר נישט אריין אין קיין באקס". צו ס'איז חמה בדלי, צי לבנה בדלי, צי כוכב בדלי, צו נוגה בדלי וכו'. אלעמאל איז עס די ענין פון "לייג מיר נישט אריין אין קיין באקס" "באגרעניץ מיר נישט"

יעצט ווען ס'קומט צו כוכב אין דלי, אזא מענטש זוכט מלכתחילה, פון אנהייב אן, זוכט ער שוין נישט צו ווערן באגרעניצט, ער זוכט 'ברייטקייט'. ער זוכט זיין אייגענעם וועג, זיין אייגענעם גאנג. איז ער א ירא שמים, וועט ער זוכן דעם אמת, און ער וועט זיך מבטל זיין צו די תורה. איז ער נישט קיין ירא שמים וועט ער די תורה צופאסן צו זיך.

כדי צו קענען לערנען מוז מען קודם אננעמען וואס ס'שטייט, און זיך מבטל זיין דערצו, און ערשט נאכדעם קען מען זוכן די ברייטקייט, די אייגנקייט. אויב מ'גייט גראד צו מיט א רצון זיך צו טענה'ן דערמיט, האסטו נישט מיט וואס זיך צו טענה'ן, ווייל מ'הערט אפילו נישט. אזוי ווי א קינד זאל הערן דעם מלמד זאגן אויף א געוויסע צייכענוג אז דאס רופט מען אלף, און ער וועט צו גיין דערצו מיט די כוח פון כוכב אין דלי, ווייל ער וויל נישט ווערן באגרעניצט, ער וויל נישט ווערן ארייגעלייגט אין א באקס, וועט ער זיך עס דערלערנען? אז א אלף איז א אלף איז א באקס. און אז מ'וויל זיך עס לערנען, דארף מען זיך באגרעניצן און בלייבן אין די באקס. נישט אזוי? קודם איז א אלף א אלף, און נאכדעם קען מען זיך טענה'ן אויף א געוויסע צייכענונג צו עס שטומט אלץ א אלף אדער נישט.

אויב די גאנצע צוגאנג פון אנהייב אן איז די פחד פון ווערן באגרעניצט, די רצון צו זוכן פרייהייט, וויאזוי קען מען זיך דערלערנען עפעס? כוכב אין דלי איז זייער גוט, ווייל מ'קען פון דעם שאפן מער א אייגנארטיגע וועג פון אליין טראכטן. אויפקומען מיט א חידוש. א נייע וועג וויאזוי אנצוקוקען דער זאך. אבער די צוגאנג דארף זיך זיכער אנהייבן מיט ביטול. ס'דא צומאל ווען מ'דערהערט ניטאמאל וואס ס'שטייט, ווייל מ'איז שוין פארנומען צו זוכן די אייגענע וועג. אדער מ'געט נישט קיין חשיבות פאר ווארט פון רש"י אדער תוספות וכו', ווייל "איך האב מיך מיין וועג..." און מ'כאפט ניטאמאל אז דאס טוט מען.

די ערשטע דארף מען זיך אינגאנצן מבטל זיין צו די ווארט, און עס אננעמען באימה וביראה, און נאכדעם קען מען אנהייבן צו פארשלאגן עפעס אנדערש אויב מ'מעג. מ'דארף נישט גלייבן א תוספות. מ'דארף עס וועלן פארשטיין. אבער קודם הער וואס ער זאגט.

אנדערש איז צום ביישפיהל כוכב אין מזל גדי. א גדי קוקט בכלל ארויף אזאך וואס איז שוין געבויט.

יעצט, מ'קען לערנען אויף א אופן אנצוקוקען אזאך מיט כוכב אין גדי. א מענטש מוז נישט זיין באגרעניצט צו זיין נאטורליכע וועג פון טראכטן.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיט די הילף פונעם הייליגן גרויסן באשעפער וואס איז א באשעפער מעולם עד עולם. מלא כל הארץ כבודו.

די וועג וויאזוי א מענטש לערנט האט נישט צו טון נאר אין וועלכע מזל זיין כוכב איז, און אין וועלכע הויז, עס האט צו טון מיט נאך אסטראלאגישע פאקטארן, אבער לאמיר פארשטיין – פאר יעצט – א כוכב אין מזל טלה.

טלה איז אלעמאל – וויפיל איך געדענק יעצט – די ענין פון ענערגיע וואס לויפט שנעל ביז אויף למעשה. און מ'דארף דאס טאקע זען אויף א כוכב בטלה, אז ער לערנט אויף למעשה. חוץ אויב לאמיר זאגן אז זיין כוכב איז אין די צוועלפטע הויז, וואס די צוועלפטע הויז איז נישט אזוי למעשה'דיג. און נאך אנדערע פאקטארן. מ'דארף אריינעמען אלעס אין באטראכט, ווען מוויל האבן די פאקטישע בילד.

ס'קומט אויס אז מיט א כוכב בטלה דארף מען לערנען שנעל און צום פינטל און געגאנגען צום קומענדיגן פינטל און אזוי ווייטער. זייער ענערגיע קען שווער ווערן גענוצט אויף צו פאוקוסירן אויף קליינליכע דיטאלן. דאס אז א מענטש קען זיך אפשטעלן און טראכטן, דאס איז אנדערש ווי די נאטור פון א כוכב בטלה. איך האב שוין געזעהן א כוכב בטלה טראכטן, אבער ס'דא טראכטן און ס'דא טראכטן.

ס'דא טראכטן וואס דער מענטש חשבונ'ט. און ס'דא טראכטן ווען דער מענטש קלאצט אויף איין זאך אן פירן ווייטער דעם חשבון. א כוכב בטלה, אפילו אויב ער וועט טראכטן, וועט עס נישט זיין דאס מין גארנישטקייט פון סתם לאזן די מחשבה "טראכטן", נאר ער וועט מאכן דעם חשבון.

ווען דו זעצטעך לערנען מיט א כוכב בטלה מוזטו זיין גרייט צו לויפן. אזוי ווי די מצות באקן. נישטא קיין פעניעריי! נישטא קיין צייט פאר קלאצעריי. אדער שמועסט מען! אויב ער זעהט אז דו ווערסט פארנומען מיט טראכטן און פיהלן, מיין איך אז די מיינד איז שוין ערגעץ אנטלאפן. עס איז נישטא עכט צייט פאר געפילן. קענסטו נישט געבן דעם מעסעדש "אקעי, מ'גיימיר אביסל פיהלן יעצט... מ'גיימיר זיך אויסשמועסן.... סתם זיך אנקוקן איינער דעם צווייטן..." נישטא קיין צייט פארדעם. ס'איז אלעס מער הלכה למעשה

איך ברענג נאר ארויס די נקודה דערפון, אבער אוודאי קען מען זיין געפיליש אויך, ווייל ערגעץ אנדערש אינעם אויסשטעל איז ער קען זיין יא געפיליש.

ווען דו זעצטעך לערנען מיט א כוכב בטלה דארפסטו זיין גרייט צו שוויצן און צו כאפן! ס'איז נישט אז ער גייט דיך פערזענליך ארייפליקן, אבער ער גייט יא שטארק זאגן זיין מיינונג. טו דיר אן מער הארטערע הענטשוך ווען דו זעצטעך לערנען מיט אזא איינעם. און דו, פון דיין זייט, קענסטו אויך גיין דעם וועג. ווילאנג דו מיינסט נישט אים פערזענליך. ס'איז פשוט ענערגיע וואס ווערט דא גענוצט. טלה איז די פרישסטע נייעסטע ענערגיע. החודש הזה לכם ראש חדשים. ס'איז די אנהייב.

א כוכב בטלה דערשרעקט זיך נישט פון א נייע סוגיא, ער פארט אריין דערין מיט אנטוזיאזם. פון וואס ער דערשעקט זיך יא איז, פון דארפן זיין סטאק אין טרעפיק אן א וועג ארויס. ער וויל אלעמאל זען ווי ער האט עס דורכגעמאכט. ווען ער פארשטייט נישט, איז נישט נאר די ווייטאג אז ער פארשטייט נישט, עס איז די ווייטאג פון ווארטן... "וואס טו איך יעצט..."

ער וויל זען די גמ' אלץ א מבוי מפולש. אוודאי וועט ער קענען באשטיין צו חזר'ן, ווייל יעדעס מאל קומט אים צו נאך ידיעות, נאך הבנה. נאך געלעגנהייטן פון אויסגעבן די ענערגיע פון נוצן די סארט ענערגיע. אבער ער וויל נישט פיהלן אז זיין ענערגיע גייט דארפן ווערן צוריקגעהאלטן.
ווארשיינליך מוז מען זיין גוט פארגעקוקט די גמ', ווען מ'קומט לערנען מיט א כוכב בטלה, און אולי דארף מען ווייזן וויאזוי מ'נעמט איין א שטיקל גמ'. וויאזוי מ'פארט פון איין ווארט צום צווייטן, וויאזוי מ'קען אנקומען, און בעיקר ארויסקומען ביז למעשה.

ווען איך קוק אריין אין א גמ' און איך טראכט צו מיר וויאזוי קוקט דאס אן א כוכב בטלה. די תירוץ איז ער באשלוסט שנעל וואס ס'שטייט!

ס'דא מוחות וואס די סיבה פארוואס עס לערנט זיך אים נישט איז, ווייל ער באשלוסט נישט. א כוכב בטלה באשלוסט! דער ווארט מיינט דאס! און דער ווארט מיינט דאס! ס'דא מוחות וואס ווארטן אז ס'זאל זיך זיי באשלוסן וואס ס'שטייט, זיי קענען נישט אפמאכן. און דערפאר לערנט מען שטאט.

מ'קען זיך לערנען פון א כוכב בטלה.

ווען א מענטש געוואוינט זיך איין צו לערנען שטאט, געדויערט אלעס לענגער און לענגער. מ'קען זיך צואגעוואוינען צו לערנען שנעל. און דאס מיינט אפשר באשלוסן שנעל. וואס שטייט דא? דאס! און דא? דאס! און וואס זאגסט תוספות? דאס און דאס! נישט מ'לאזט עס הענגען און מ'באשלוסט נישט.

אבער עס ווענד זיך אויך וועלכע הויז ס'איז. צום ביישפיהל כוכב בטלה וואס איז אין די בית ראשון, איז דאפלט טלה! ווייל די ערשטע הויז איז אקייגן טלה.

ס'קען זיין אז אנהייבן צו לערנען פאר א כוכב בטלה איז שווער. ווייל דאס עצם ענין פון לערנען איז נישט א למעשה'דיגע אינסטרוקציעס. אבער מ'דארף זיך אויסלערנען צו אפעלירן די ענערגיע. דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז מ'זאל זיך ארויסזעהן פון די טומאה מער און מער און קומען צו די קדושה. שלא יצא שום מכשול מתחת ידי ושום דבר שיש עליו רינון הבריות.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בס"ד

ס'קוקט מיר אויס אז געוויסע סוף און אנהייב חודשי לבנה (לאך מיר נישט אויס, איך קען נישט קיין אוסטראנאמיע) מאכט זיך אז מערערע פלאנעטן זאלן זיך צאמקומען אין איין מזל. דאס מיינט אז די מענטשן וואס זענען געבוירן געווארן אין די געוויסע טעג, האבן היפש פלאנעטן אין איין מזל. אין די נאטור איז מער איינציג. מער יענע מזל. כך נראה לי.

כח כסליו תשל"ה (חמה, לבנה, כוכב, נוגה, ומאדים במזל קשת) (כט נוגה במזל גדי)

א כסליו תשל"ז (חמה, לבנה, כוכב, ומאדים במזל קשת)

כח, כט, טבת תשל"ז. (חמה, לבנה, כוכב, ומאדים במזל גדי)

כח, כט, שבט תשל"ז (חמה, לבנה, כוכב, ומאדים במזל דלי)

ל' חשון, א' כסליו, תשל"ט (חמה, לבנה, כוכב, ומאדים במזל קשת)

כט שבט תשל"ט פון אכטע אינדערפרי און ווייטער (חמה, לבנה, כוכב, ומאדים במזל דלי)

כט, ל, ניסן, תשמ"א (חמה, לבנה, כוכב, נוגה, מאדים, במזל שור)

כט תמוז, א' אב, תשמ"ג (חמה, לבנה, כוכב, מאדים במזל סרטן, נוגה בבתולה)

כד, כה, חשון תשמ"ד (חמה וכוכב ושבתאי במזל עקרב, לבנה נוגה ומאדים במזל בתולה)

כח, כט, שבט תשמ"ה (חמה, לבנה, כוכב בדגים.)

כח, כט, א ניסן, תשמ"ה (חמה, לבנה, כוכב, מאדים בטלה)

כח, כט, אב תשמ"ה (חמה, לבנה, כוכב, ומאדים במזל ארי)

כח, כט טבת תשמ"ו (חמה, לבנה, כוכב, נוגה, במזל גדי, מאדים במזל עקרב)

כח, כט שבט תשמ"ו (חמה, לבנה, כוכב, נוגה, וצדק במזל דלי, מאדים בקשת)

כט תשרי תשמ"ז (חמה, לבנה, כוכב, נוגה, בעקרב)

כח טבת תשמ"ז (חמה, לבנה, וכוכב, במזל דלי)

כט שבט תשמ"ז (חמה, לבנה, וכוכב, במזל דגים)

כט, ל, סיון תשמ"ז (חמה, לבנה, כוכב, ומאדים במזל סרטן, נוגה בתאומים)

כו אב תשמ"ז (חמה, לבנה, נוגה ומאדים במזל ארי', כוכב בבתולה)

כו תמוז תשמ"ז (חמה, לבנה, כוכב, ונוגה במזל סרטן)

כט, ל, אב תשמ"ז (חמשה בבתולה) (א' אלול עד יב בו בשנה הזאת ג"כ חידוש) חמה, לבנה, כוכב, נוגה, מאדים בבתולה) נראה איש חכם.

כט אדר ב', א' ניסן, תשמ"ח (ד בטלה)

כח סיון תשמ"ח (חמה, לבנה, כוכב, נוגה בתאומים, מאדים בדגים)

כ"ט תמוז, א אב, תשמ"ט (חמה, לבנה, כוכב, ומאדים במזל ארי', נוגה בבתולה)

כז, כח, אלול תש"נ (ד' בבתולה)

כז, כח, כט, תשרי תשנ"א (חמה, לבנה, כוכב, ונוגה במאזנים)

כח שבט תשנ"א (ג בדלי)

כח תמוז תשנ"א (ד בארי' מכובב ולהלן)

כד, כה, חשון תשנ"ב (עקרב ובתולה. דהיינו: חמה בעקרב, לבנה בבתולה, כוכב בעקרב, נוגה בבתולה, מאדים בעקרב, צדק בבתולה)

כח, כט, כסליו תשנ"ב (חמה, לבנה, כוכב, ומאדים במזל קשת)

כט אייר, תשנ"ב (חמה, לבנה, כוכב, ונוגה בתאומים)

כח, כט, תמוז תשנ"ב (חמה, לבנה, כוכב, ונוגה, במזל ארי')

כט תשרי תשנ"ג (חמה לבנה וכוכב בעקרב. מאדים בודד לעצמו)

מן כ"ו תשרי עד טו אייר תשנ"ג היה מאדים בודד, חוץ ווען די לבנה איז געווען דערנעבן.

כח ניסן תשנ"ג (חמה, לבנה, כוכב, ונוגה במזל טלה)

כח חשון (שלשה בעקרב) וגם צדק בודד עד

כז, כח, כסליו תשנ"ד (חמה, לבנה, כוכב, נוגה, ומאדים במזל קשת)

כז, כח, כט טבת תשנ"ד (חמה, לבנה, כוכב, נוגה, מאדים במזל גדי)

כה, כו, כז כסליו (חמה, כוכב, נוגה, מאדים במזל קשת. לבנה בעקרב)

יד, טו טבת תשנ"ד (חמה, כוכב, נוגה, מאדים, בגדי. ולבנה בסרטן)

כז, כח, כט, שבט תשנ"ד (חמה לבנה, נוגה ומאדים בדלי. כוכב בדגים)

כו, כז אדר ב' תשנ"ה (חמה בטלה ושלשה אחר זה בדגים)

כט, ל, אב, א' אלול, תשנ"ה (חמה, לבנה, כוכב, נוגה במזל בתולה)

כט אלול תשנ"ה, א' תשרי תשנ"ו, (ארבעה במזל מאזנים מחמה)

ל חשון תשנ"ו (והימים אחריו ג"כ אינטערעסאנט) (ששה! בקשת. דהיינו: חמה, לבנה, כוכב, נוגה, מאדים, וצדק, במזל קשת) פאטענציאל פאר גרויסע עובדים. מבקשים.

כט, ל, כסליו תשנ"ו (חמה, לבנה, כוכב, ומאדים במזל גדי)

כו, כז, אדר תשנ"ו (חמה, לבנה, כוכב, מאדים ושבתאי בדגים, )

כז, כח, סיון תשנ"ו (חמשה בתאומים מחמה ולהלן. דהיינו: חמה, לבנה, כוכב, נוגה, מאדים המה במזל תאומים)

כח, כט, אדר א' תשנ"ז (חמה, לבנה, כוכב, נוגה בדגים)

כט, ל, אב תשנ"ז (שלשה בבתולה...)

ל שבט, א' אדר, תשנ"ח (הרבה בדגים, דהיינו: חמה, לבנה, כוכב, מאדים, וצדק)

כט אדר, א' ניסן, תשנ"ח (חמה לבנה כוכב ומאדים בטלה)

כט אב תשנ"ח (חמה, לבנה, כוכב, נוגה, ומאדים במזל ארי')

כז, כח, כט, אלול תשנ"ח (חמה, לבנה, כוכב, נוגה, במזל בתולה)

כח, כט, סיון תש"ס, (חמה, לבנה, כוכב, נוגה, מאדים במזל סרטן)

כח, כט, אב תש"ס (ארבעה בבתולה)

כח, כט תשרי תש"ס (חמה, לבנה, כוכב, נוגה במזל מאזנים)

כז, כח, חשון תש"ס (ארבעה במזל עקרב מחמה)

כח ניסן תש"ס (שצ"ם חנכ"ל כולם בשור!)

כח כסליו תשס"ב (חמה, לבנה, כוכב, נוגה במזל קשת)

כט תמוז, א' אב, תשס"ב (חמה, לבנה, כוכב, מאדים וצדק במזל סרטן. נוגה בארי')

כט, ל, אב תשס"ג (חמה, לבנה, כוכב, נוגה, וצדק במזל בתולה, מאדים במזל דגים)

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

מיט די הילף פון הייליגן באשעפער וואס האט רחמנות אויף יעדע באשעפעניש, כי לא ידח ממנו נדח, און ער וועט מיך אויך ארויסנעמען פון מצרים צוזאמען מיט אלע יודן.

אוסטראלאגיע איז פאר מיר גאנץ א נייע ענין. מיר דאכט זיך אז אסאך זאכן ווערן מיר אויסגעקלארט ווען מ'קוקט עס מיט די בליק פון "עס איז א מזל". זייט וועלט איז וועלט האט די וועלט געטון אין מזלות.

די הייליגע חת"ס זאגט אזוי (ער בויט עס אויף א רוקח סימן רצ"א הלכות פסח) אז די מזל הצומח וואס איז עולה כחצות הלילה די ערשטע נאכט פסח קומט אויס מזל גדי. און דאן איז געווען מכות בכורות, ווייל גדי איז חלקו של שעיר, מידת הדין. (אפשר ווייל גדי איז דאך די ענין פון קער נעמען, די ענין פון אחריות) און ביי די עלות השחר קומט ארויף מזל טלה, וואס דאס איז א גוטע סימן, א סימן פון 'ענערגיע', ברכה! די בחינה פון 'ואז יצאו ברכוש גדול'. טייטש ער מיט דעם די פסוק פון וגם את הגוי אשר יעבודו דן אנכי, אז דער דן אנכי מיינט מען די שליטה פון מזל גדי, ווייל די שבט דן זאגט ער איז געווען כנגד מזל גדי. (יעדע פון די צוועלעף שבטים איז כנגד איינע פון די צוועלעף מזלות) ואז יצאו ברכוש גדול מיינט מען מזל טלה וואס איז עולה ביים עלות השחר.

זיי רעדן היינט פון נאך דריי פלאנעטן וואס זיי האבן געטראפן, יורנס, נפטון, און פלוטו. די כוחות אדער טבעיים וואס זיי זאגן אז ס'האט מיט פלוטו, נפטון און יורנס, האט מיט די צוועלעף מזלות און די זיבן כוכבי לכת, שצ"ם חנכ"ל, נאר די דריי זענען א קלארערע סימן. אזוי מוז מען זאגן. אדער קען מען זאגן אז חז"ל האבן אונז נישט אויסגעזאגט. געוואוסט האבן זיי אלעס ווי ס'שטייט 'סוד ה' ליראיו ובריתו להודיעם'.

איך האב געטראכט אז (אפשר איז עס אזא פורים פשט'ל), אבער אפשר איז דא עפעס אמת דערין. ס'דא א פסוק אין איוב ט' ט', עושה עָשׁ כְּסִיל וְכִימָה וחדרי תימן. טראכט איך אז עש מיינט מען 'פלוטו', כסיל מיינט מען 'נפטון' און כימה מיינט מען יורנס.

עש מיינט פלוטו, ווייל 'עש' מיינט מען אזוי ווי עס שטייט א פסוק אין איוב קאפיטל יג פסוק כח, וְהוּא כְּרָקָב יִבְלֶה כְּבֶגֶד אֲכָלוֹ עָשׁ. דאס מיינט א ווארעם וואס עסט אויף. די זעלבע איז מיט פלוטו. ס'עסט אויף אלטע מהלכים, און עס ערלויבט פאר נייע מהלכים. (איך בין נישט אריין צו בעמקות וואס זיי זאגן אז פלוטו אדער די אנדערע טוט, אבער בערך מיט גאנץ א אויבנאויפיגער בליק, איז פלוטו די ענין פון חידוש, צעברעכן די אלטע און מאכן פלאץ פאר נייע) ס'דא נאך א פסוק אין איוב אַף שֹׁכְנֵי בָתֵּי חֹמֶר אֲשֶׁר בֶּעָפָר יְסוֹדָם יְדַכְּאוּם לִפְנֵי עָשׁ.

'כסיל' מיינט מען נפטון. ווייל נפטון זאגן זיי איז ממונה אויף די השפעה פון דמיון וואס א מענטש באקומט. נפטון איז נישט דוקא משפיע מער לאגיק, עס איז משפיע דמיון. נאר שפעטער דארף מען זיך אויסארבעטן עס צו נוצן מיט לאגיק. קען זיין אז ער רופט עס 'כסיל' ווייל ס'איז דאך נישט משפיע לאגיק. ס'איז מער אזא השפעה פון דמיון. די כח המדמה. ווען א מענטש האט מער כוח פון נפטון האט ער בטבע מער כוח המדמה, און מער כוח המדמה קען מיינען מער כוחות צו זעהן העכערע ענינים אויב מ'ארבעט זיך אויס, מ'הייליגט זיך די גוף, און די כוחות הגוף. ביד הנביאים אדמה. ס'קען אפשר זיין אז סאיז מער אזא לשון סגי נהור. נפטון איז נישט משפיע אויף די כוחות המעשה. עס איז משפיע צו לעבן אין די העכערע וועלט. אדער שוועבן אין דמיון, אין חלומות. אדער באקומען חידושים.

כימה מיינט מען יורנס. מ'קען זאגן אז כימה איז צוויי ווערטער כי מה, דאס מיינט אין יודיש 'ווען וואס, אדער 'נאר וואס' וכו'. דאס מיינט אז עס געשעהט פלוצלינג. דו קענסטעך נישט אויסרעכענען פארדעם אז עס גייט געשעהן. יורנס איז אזא "והנה".

אזוי ווי ביי אלעם, דארף מען בעיקר זיך דערגרינטעווען צו די שפיץ פון יעדע זאך, די מערסטע שורש פון יעדע זאך, און דאס איז וואס מ'דארף געדענקען. יורנס איז די ענין פון 'והנה'. אז דא און דא געשעהט פלוצלינג א אומערווארטעטער טויש. נפטון איז די ענין פון די השפעה פון דמיון. און פלוטו איז די ענין פון חידוש.

לאמיר זאגן אז איינער האט א מבט דיבוק צווישן חמה און יורנס. וואס מיינט עס? ס'מיינט ווארשיינליך אז ווען דו גייסט מיינען אז ווען דו גייסט וועלן אויסרעכענען א מהלך וויאזוי דער מענטש גייט זיך אויפפירן אלץ זיין 'חמה' אויס, דאס הייסט אז דו מיינסט אז דער מענטש, דער עצם מענטש, איז דאס און דאס, גייט פלוצלינג קומען א טויש. און דער מענטש גייט זיך אויפפירן אנדערש ווי דו האסט ערווארטעט. בום! אויב דו ווילסט לעבן מיט אזא מענטש, ערווארט נישט. לעב מיט אים אינעם יעצט. דיל וויאזוי עס איז יעצט. יורנס מיינט נישט דוקא א שלעכטע זאך. עס מיינט א אומערווארטעטער זאך. דו שטיי און רעכן אויס וואס דער מענטש איז, און ווען דו האסט עס ארויס, און דו ווייסט שוין, קומט א סורפרייז. 'והנה'! טויש! " און טויש האט אנגענומען די מצב דא. און זאכן זענען אנדערש ווי ביז יעצט. טויש דיין גאנצע סטראטעגיע וויאזוי צו דילן מיט דעם מענטש, ווייל אלעס איז אומסטאביל און געטוישט.

שטעל דיך פאר דו דרייווסט א קאר, און דו ווייסט שוין אז ווען מ'דרייט די רעדל רעכטס, דרייט זיך דער קאר רעכטס, און ווען מ'דרייט עס לינקס, דרייט זיך דער קאר לינקס. און 'והנה'. פלוצלינג ווערן אלע ערווארטונגען צענישט, אויס! א נייער מלוכה האט זיך באזעצט. און רעכטס מיינט יעצט לינקס און לינקס מיינט רעכטס. דאס מיינט חמה במבט דיבוק צו יורנס.

אסאך זאכן ווערן מיר קלאר מיט די בליק פון די מזלות. צום ביישפיהל ווען דו זעהסט לבנה אין די צוועלפטע הויז, ווייזט עס אז דער מענטש קען - פאטענציאל - האבן פסיכאלאגישע קאמפלעקסעס.

וואס א חילוק פון עמאושענעל דיסארדערס און מזלות? די חילוק איז וויפיל דער מענטש איז געווארן מחונך אז ס'זאל נישט אפעקטירן זיין לעבן, און דאס צאמלעבן מיט אנדערע.

א מענטש וואס ווערט געבוירן מיט א מזל וואס האט א פאטענציאל צו עמאושענעל שוועריגקייטן, מיינט דאס אז דער מענטש דארף ווערן מחונך צו קענען דילן דערמיט.

לאמיר זאגן אז א מענטש ווערט געבוירן מיט זיין לבנה אין די צוועלפטע הויז, וואס דאס מיינט געווענליך אז דער מענטש האט א פאטענציאל צו אנטוויקלן עמאושענעל שוועריגקייטן. אפשר ווייל די כח פון פראצעסירן די עמאושענס איז נישט אזוי שטארק. עכ"פ אז דער הייליגער באשעפער העלפט און מ'נעמט קער, איז גוט. אלעס האט השי"ת באשאפן אז ס'זאל ארויסקומען דערפון גוטס, און מ'דארף נאר ארבעטן אז נאר גוטס זאל זיין.

זאל דער הייליגער באשעפער העלפן אז מ'זאל בלייבן נאנט צו אים, און מזאל נישט אריינפאלן דארט וואו ער וויל נישט. און איך זאל ניצל ווערן מן כל מין מכשול אז השי"ת זאל מיט זיין רחמנות, רחמנות האבן אויף מיר אז ס'זאל פון מיינע הענט נישט ארויסקומען קיין שום חטא און עבירה, און קיין שום מכשול חלילה.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

די השפעה פון מזל שור איז די יכולת וואס השי"ת שענקט געוויסע מענטשן אראפצוברענגען זאכן און עס שפירן מיט די חושים דאהי. היזיגע שפע. שור איז יסוד העפר. 'טבע מזל שור למשול ביסוד האדמה'. א שור פיהלט זיך זיין מציאות ביי עניני האדמה. דהיינו: זאכן וואס זענען דאהי. זאכן וואס מ'קען אנכאפן.

יעצט לאמיר פרובירן צו פארשטיין וויאזוי כוכב אין שור לערנט. די פלאנעט כוכב איז משפיע די ענין פון 'הגיון', טראכטן און רעדן. און ווען עס איז אין א מזל שור איז די טראכטן און די רעדן באופן 'שור'. אנטאפנד! טאפעדיגע זאכן כאפן זיין מחשבה.

א כוכב אין שור וועט פרובירן אז די איידיעס וואס ער לערנט זאלן ווערן אראפגעברענגט די מערסטע דאהי עס צו קענען שפירן, זעהן, הערן וכו' צומאל וועט ער ווארטן ביז עס איז שוין ביי אים אראפגעברענגט פראקטיש און דאן פארזעצן. און בכלל איז דאס דער עיקר וואס צינד אן זיין מחשבה און וואס עס טרייבט זיין מחשבה. די נפש המחשבה והדיבור זיינע איז ארום זאכן וואס מ'קען שפירן מיט די פינף חושים.

עס האט אויך צו טון ווי די פלאנעט נוגה איז געווען די רגע פון געבורט. ווייל נוגה איז דער וואס פיהרט, די ממונה, אויף די מזל שור. אויב נוגה איז אין מזל דגים, דאן איז אנדערש ווי ווען עס איז אין מזל בתולה. ווען עס איז אין בתולה וועט די השפעה פון 'כוכב אין שור' סך מער משפיע זיין אויפן מענטש אז ער זאל טראכטן און רעדן זאכן וואס זענען מער דאהי, וואס מ'קען שפירן מיט די פינף חושים. מער ווי ווען נוגה איז אין דגים אדער אין תאומים.

א כוכב אין שור האלט בשיטה פון אראפברענגען א זאך דאהי. ער האט ליב מגידי שיעורים וואס ברענגען אראפ די זאך. א מגיד שיעור וואס פירט דיך ממש אריין אין 'תורה מוזעאום' און ווייזט דיך בחוש פון וואס מ'לערנט. ער רופט עס "ער רעדט מיט א געשמאק". ווייל ביי אים איז דאס די 'געשמאק'. די ווארט 'געשמאק' האט דא א געוויסן אמת, ווייל דער וואס האט א כוח אויף מזל שור איז די פלאנעט 'נוגה' און וואס איז נוגה? געשמאקייט.

איך קלער אז די אלע וואס זייער כוכב איז אין מזל שור, כאפן נישט אז ס'דא כוכב'ס וואס די תורה איז ביי זיי נאך אין די "עולמות עליונים" פאר'ן געבורט. פאר א כוכב אין שור ווערן די בלעטער גמ' זאכליכע מציאות'ער פון דאהי. "רב תני", ווערט ביי זיי אראפגעברענגט אלץ א מענטש וואס האט געהייסן 'רב' און ער האט געלערנט אזוי און אזוי. (כאילו בעל השמועה עומד כנגדו) יעדער ווייסט אז 'רב' איז געווען א מענטש, (דהיינו א מלאך בצורת אדם) נאר פאר איינעם וואס האט נישט די ענין פון עס אראפברענגען דאהי, נעמט זיך נישט זיין מחשבה די מיה דאס צו טון. פאר'ן 'כוכב אין שור' ווערט אין זיין דמיון אראפגעברענגט פון זיך אליין פון וואס מ'רעדט דא. ער פיהלט עס ממש בחוש. ער קען אפילו זעהן די ענערגיע פון די מחלוקה.

פון וואס מ'קען זיך אויסלערנען פון א 'כוכב אין שור' איז דאס ענין פון אראפברענגען דאס מערסטע שייך וואס מ'לערנט. נישט אלעמאל קען מען דאס צופיל אראפברענגען.

והשם הטוב יעזור
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

איך געדענק ווען איך האב אמאל צוגעלערנט מיט א בחור'ל וואס היינט ווייס איך אז זיין כוכב איז אין תאומים, און עפעס איז ער מיר נישט געפאלן, ווייל איך האב געזעהן אז דער מענטש איז נישט געהעריג דא, זיין נפש ווערט נישט געהעריג אויפגעוועקט און נתפעל, און איך האב מיך געוואונדערט פארוואס? און וויפיל ער איז יא דא, איז ער דאך נישט דאהי ממש, ער איז אויבערפלעכליך. און מיך האט עס געשטערט. "וואו איז זיין לב?" איך האב דאן נישט געוואוסט אז ער איז פשוט א כוכב בתאומים.

א כוכב בתאומים, די רגע ער ווייסט עפעס, וויל ער שוין גיין ווייטער. די סיבה איז ווייל דער עיקר השפעה וואס ער באקומט איז צו טראכטן און צו רעדן! זיך מעמיק זיין דאס איז מער א אנדערע סארט השפעה. תאומים איז רוח. רוח איז מער דאס ענין פון רעדן. כוכב איז די בעל הבית פון תאומים. זעצטעך אראפ לערנען מיט א כוכב בתאומים, הייב נישט אן אים צו פירן טיפער אריין אין א סוגיא. הייב גראד אן צו שיסן 'בקיאות', פאר ווי וואס ווען, און דו האסט אים.

די זאך וואס ער האט נישט אזוי ליב איז אז דו שטעלסט דיך אפ און דו ווארטסט אז ער זאל אריינטראכטן טיפער און זיך גריבלן, אדער דו ווארטסט אז ס'זאל בארירן זיין נפש. ווייל חוץ אויב זיין מזל הצומח איז אין מזל עקרב, אדער אנדערע מזלות וואס ציען צו טיפקייט, וויל ער ענדערש 'בקיאות'. אפילו אויב א מענטש ווייסט מער און מער און נאך מער איין זאך, איז עס אבער נישט דומה צו די ענין פון נוצן די אייגענע כוחות צו פארשטיין אזאך. א כוכב אין תאומים איז - מיין איך - מער דאס ענין פון וויסן.

עס מיינט נישט אז אזא מענטש איז נישט אינטערעסירט, אדער א פאפער, ער איז יא אינטערעסירט אבער אין 'בקיאות'. נעם אים נישט אן אלץ "דו ביסט אויבערפלעכליך, אן עכטע געפיל, און דו ביסט נישט עכט אינטערעסירט". ער איז יא וואויל. ער איז נאר דא פאר בקיאות. ער איז אזוי אויבערפלעכליך ווייל דאס איז זיין נפש. אזוי איז זיין עבודת השי"ת. עכ"פ מצד זיין כוכב בתאומים. כך נראה לי.

ער מיינט נישט אויסצולאכן און אוועקמאכן די טיפקייט און די התפעלות פון דיין הארץ וואס דו האסט פון א געוויסע סוגיא. נאר ער איז פשוט אזוי ווייל 'בקיאות' און נישט דוקא 'עמקות' איז וואס רעדט צו אים. זיין עבודת השי"ת באשטייט מער פון די סארט חלק אין עבודה. כך נראה לי.

אויב דו זעהסט יא 'לב' און 'עמקות' איז עס לכאורה א אנדערע אספעקט אדער פלאנעט- מזל.

מ'דארף פארשטיין אז 'תאומים' איז נישט מח שליט על הלב. נאר עס מיינט מער אז ס'איז נאר דא מח און אויך נאר מער אויבערפלעכליך און מער בקיאות'דיג. דאס איז די מענטש.

וואס מ'קען זיך לערנען פון א כוכב בתאומים איז, אז ס'דא די מהלך פון נישט דוקא אפשטעלן די מח אויף איין נקודה און עס שטארק אנכאפן און זיך מעמיק זיין דערין, אז ס'דא די א וועג פון לערנען וואס וואס פארברייטערט זיך אין בקיאות פון איין ווארט מער און מער.

צום ביישפיהל די גמ' אין פסחים דף יז. תניא כוותיה דרב הדם והמים משקי בית מטבחיא שנטמאו בין בכלים בין בקרקע טהורין. מ'קען עס זאגן אזוי. הדם = בלוט פון קרבנות, והמים = און וואסער וואס מ'נוצט אין די שעכט פלאץ. און דו ביסטעך מעמיק אין די רויטן טראפ. און מקען עס מאכן פאר בקיאות. ”יעדע בהמה וואס מ'האט געשאכטן האט דאך געהאט בלוט, און די בלוט האט מען געשפריצט אויפן מזבח, מ'האט דאס מקבל געווען אין א כלי, דאס איז דאך געווען די גאנצע עבודה מיט די בלוט. וזרקו בני אהרן הכהנים את הדם על המזבח, א גאנצע עבודה געווען מיט די בלוט, איז עכ"פ אויב ס'ווערט טמא". אלעס וואס מ'ווייסט ארום און ארום, כאפט מען אריין. דו רעכנסט אויס דאס מערסטע ליסטע וואס איז שייך אהער. אבער מ'דארף קענען בקיאות.

א כוכב בתאומים מיינט נישט אז ער מוז לערנען ווי א כוכב בתאומים, נאר מ'קען אים יא אויסלערנען זיך אפצושטעלן און טראכטן טיפער. א מענטש מוז נישט נאר נוצן זיין נאטורליכע וועג פון לערנען, האדם לא נברא אלא לשבר את הטבע. יעדעס מאל וואס מ'דערגרינטעוועט זיך יא, איז מען מקיים דעם עיקר באשאף פארוואס מ'איז באשאפן געווארן.

און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

מיר איז אביסל שווער צו כאפן וויאזוי א כוכב בסרטן לערנט. כדי דאס צו כאפן, קוק איך אין די גמ' אדער דאס גלייכן, אז צוגאב צו די השפעה וואס העלפט מיך טראכטן און רעדן וואס דאס קומט - כביכול - פון די פלאנעט כוכב, קומט אויך מיט די געפיל וואס די ווערטער דעליווערן מיר.

ווערטער האבן אויך אין זיך א געפילישע מעסעדש וואס דאס קען מען ענקאודן צו פארשטיין וואס עס גייט פאר דא, וואס ער וויל מיר דא זאגן, און וואס איך האב צו טון דערוועגן. אפילו אויב די טרוקענע ווערטער וואס מ'האט געזאגט האט נישט דעליווערט דעם מעסעדש. ווען א מענטש רעדט, חוץ פון וואס ער זאגט, האט ער אויך א געפיל וואס דאס דארף מען אויך דערהערן.

דאס איז כוכב בסרטן.

טראכט: איז עס מער א הארטע מעסעדש, איז עס ווייעך? מיר דאכט זיך יעצט אז עס איז נישט כדאי אז א כוכב אין סרטן זאל פיהלן ווי א גמ' איז הארט און שווער און מ'קען עס נישט פארשטיין, נאר אז מ'קען עס פארשטיין.

ס'קוקט מיר אויס אז א כוכב אין סרטן וועט קענען אראפשפילן אדער אראפמאלן די געפיל וואס די ווערטער געבן אים.

ווען די גמ' פרעגט א קשיא, וועט א כוכב בסרטן אויך דערהערן די "ווייטאג" וואס די גמ' וואונדערט זיך, ער כאפט אויף כאילו די געפיל מיט וואס די ווערטער זענען געזאגט געווארן. און בכלל וועט ער זיך אויפבויען אזא געפילישע צאמשטעל פון די גאנצע גמ'. וואס דער צאמשטעל שטעלט זיך אים צאם פון אויך אויפכאפן די געפילן וואס די ווערטער געבן אים.

דאס הייסט אז די עצם כח פון טראכטן און רעדן באקומט ער – אזוי צו זאגן - פון די פלאנעט כוכב. אבער אין צוגאב הערט ער די געפיל וואס ליגט אין די זאך. און די זעלבע ווען ער רעדט צו אנדערע דעליווערט ער די געפיל אויך, דהיינו: אין צוגאב צו די עצם רעדן איז עס באגלייט מיט געפיל פון די זאך. א כוכב אין סרטן האלט בשיטה אז מ'דארף פארלערנען מיט געפיל.

די פראבלעם וואס קען זיך מאכן מיט א כוכב בסרטן – קלער איך – אז ער מיינט אז ער האט פארשטאנען, ווען פאקטיש האט ער נישט פארשטאנען. און די סיבה קען זיין, ווייל די מעסעדש וואס די ווערטער דארפן דעליווערן האט ער גוט געהערט און ער איז גרייט צו טון דערוועגן, אבער די עצם קאלטע ווערטער האט ער נישט געהערט. ווייל ס'איז דאך נישט נאר די געפיל פון אזאך.

ווען עס קומט צו לערנען צום ביישפיהל חסידישע ספרים, צום ביישפיהל: תניא הקדוש. וואס דאן איז די מעסעדש וואס די געפילן געבן איבער וויכטיגער ווי די עצם ווערטער, דאס איז ממש וואס דער כוכב בסרטן זוכט. ווייל געפילן איז וואס רעדט. צו ענקאודן די געפילן וואס ווערן איבערגעגעבן.

ווען מ'זעצט זיך לערנען מיט א כוכב בסרטן, איז רעדן מיט געפיל דער עיקר. דיין ליבשאפט צו אים, און די ליבליכלקייט וואס דער זאך האט צו אים איז דער עיקר. די שטומע דארף זיין א ליבליכע געפילישע קערינג שטומע דייקא! סרטן איז דאך מזל המים, מים איז געפיל, קערינג געפיל איז וואס טרייבט די נפש פון סרטן, און לענינינו כוכב בסרטן.

עס איז געפיל וואס רעדט דא בעיקר. די ווערטער וואס ער הערט וועקט אין אים אויף געפיל. דארף מען רעדן מיט געפיל דייקא!

וואס וועט זיין אויב מ'וועט רעדן צו א כוכב בסרטן מיט א קאלטקייט? קאלטע לאגיק? וועט ער לכאורה אפווייכן פון אויסהערן וואס דו זאגסט אים. ער וועט דיך מער נישט אויסהערן. ווייל עס האט נישט זיין השפעה אין דעם. עס דארף אנטהאלטן אין זיך אויך א געפילישע מעסעדש.

זיין רעדן איז מיט געפיל, זיין טראכטן איז מיט געפיל. ער הערט די געפיל וואס דער זאך טראגט אין זיך.

דערפאר מיין איך אז די כוכב בסרטן, אין חדר זענען זיי מצליח. פארוואס? ווייל אין חדר רעדט מען מיט געפיל. די מעסעדש ווערט איבערגעגעבן מיט קערינג געפיל. אין ישיבה – מיין איך – אז די לערנען ווערט שוין איבערגעגעבן מער מיט קאלטקייט. צי פארטראגט ער עס? ער ווערט דערווייטערט פון תורה. מ'לערנט מיט אים ווייל מ'וויל ער זאל קונה זיין תורה, און ווייל מ'רעדט נישט מיט קערינג געפיל, ווערט ער גאר דערווייטערט פון תורה. מיר ווילן אז ווען א כוכב בסרטן עפנט א גמ', זאל ער זיך דערמאנען די גוטע קערינג געפיל וואס ער האט באקומען ווען ער האט זיך געלערנט תורה.

די גמ' זאגט אין מסכת תענית דף ח. רבא אמר אם ראית תלמיד שלמודו קשה עליו כברזל, בשביל רבו שאינו מסביר לו פנים. שנאמר והוא לא פנים קלקל. מאי תקנתיה ירבה עליו רעים. שנאמר וחילים יגבר ויתרון הכשיר חכמה. כ"ש אם הוכשרו מעשיו בפני רבו מעיקרא. דאס איז מער שייך לגבי א כוכב בסרטן.

ווי מער געפיל אזאך וועקט אויף אין אים, אלץ מער וועט ער דאס וועלן לערנען און פארשטיין, ווייל ער ווייסט אז ווי מער ער פארשטייט עס, אלץ מער געפיל באקומט ער. ומזה נבין ההיפוך.

פון וואס מ'קען זיך לערנען פון א כוכב אין סרטן איז, אז ווען מ'לערנט איז דא די עצם לערנען וואס מ'לערנט, און נאכדעם איז דא די ערנסטקייט פון די ווערטער, וואס די ווערטער מיינען לגבי מיך. ווערטער פון תורה האבן אין זיך, אדער דארפן האבן אין זיך, די 'ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש'. ס'טראגט אין זיך א וויכטיגקייט. עס זאגט עפעס וועגן מיין נאנטקייט צום אייבערשטן. מיין וויכטיגקייט. עס הייבט אויף מיין וועליו. ס'אינטערעסירט מיר. פאר א כוכב בסרטן קומט דאס נאטורליך. ער ווערט מקושר.

דאס אליין אז די גמ' איז נושא ונותן אין א דין, און די גמ' פלאגט זיך, אדער תוספות וכו', געט די געפיל פון יגיעת התורה. עס געט די געפיל פון יראת שמים, צו זעהן ווי ווייט זיי האבן געוואלט זעהן די אמת פון א הלכה. איך מיין א מ'ווערט מער מקושר צו די תורה הקדושה.

און אזוי שרייבט ער אין ספר דרך אמת פון בעל מחבר ספר יושר דברי אמת

והשם הטוב יעזור אז מ'זאל דורך מיינע ווערטער נישט אריינפאלן אין קיין שום טומאה וזוהמא ולה' הישועה בזכות ר' ישעי' בן ר' משה.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20743
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

זייער אינטערסאנט וואס די שרייבסט דא @נשמה
שכח פאר דיין ארבעט און שרייבעריי
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

נשמה גיי אן! אזא קלארקייט! מיט אזא פשטת אראפגעלייגט, און קלאר צונומען!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

דער אבן עזרא הייבט אן זיין ספר 'ראשית חכמה' אזוי: ראשית חכמה יראת י"י. כי היא המוסד. כי כאשר לא יתור אדם אחר עיניו ולבו למלאת תאותו אז תנוח החכמה בקרבו. ועוד, שיראת י"י תשמרנו מחקות שמים ומשטרים כל ימי חייו. ובהפרד נשמתו מגויתו, תנחילנו יש וחי לעולם.

ער זאגט ראשית חכמה יראת ה', אז ווען מ'וויל אז חכמה זאל זיך האלטן אין זיך, זאל מען אנגיין מיט יראת שמים ווייל דאס איז דער יסוד פון חכמה, און יראת שמים מיינט אז מ'זאל זיך נישט לאזן פארפירן פון די הארץ און די אויגן צו ערפילן די תאוות. און נאך אזאך אז יראת שמים וועט אים אגאנץ לעבן אפהיטן פון די טבע פון די מזלות, און ווען מ'וועט נפטר ווערן וועט מען ירש'נען עולם הבא.

די חכמי המזלות רעדן פון 'קר חם לח יבש' קאלט, הייס, נאס, טרוקן.

קלער איך אז 'חם' מיינט: ענערגיש, א זכר, א משפיע. היציג! און 'קר' מיינט ווייניגער ענערגיש, א מקבל, א נקבה. עס האט נישט קיין היץ. א קאלטער רואיגער מענטש. 'לח' מיינט: געפיליש, פליסיג. דו קענסט טרינקען דערפון! און 'יבש' מיינט ווייניגער געפיליש.

דער אבן עזרא שרייבט אזוי: אז טלה, ארי' און קשת זענען חם ויבש כתולדות האש. איז 'חם ויבש' מיינט אז די שפע פון די דריי מזלות שאפט א טבע וואס איז ענערגיש אבער ווייניגער געפיליש. ווי די געפיל וואס מ'באקומט פון פייער. ווען דו וועסט פון זיי זוכן געפיל, וועסטו שנעל אויסגעפינען אז זיי זענען דא צו טון, ענערגיע. אבער ס'טרינקט נישט אן.

שור, בתולה און גדי, זענען קר ויבש. דאס מיינט אז לגבי ענערגיע זענען זיי בבחינת קר, נקבה, נישט אזוי ענערגיש, און לגבי געפילן זענען זיי מער יבש. ווי ערד. אויב דו פרובירסט צו זוכן געפילן ביי די דריי, וועסטו דיך שנעל דערמאנען פון א שטיין. טרוקן און קאלט.

און תאומים, מאזנים און דלי זענען חם ולח. ענערגיש און אויך געפיליש. ווען דו וועסט זוכן געפילן, וועסטו נישט באקומען קיין יבשות. עס איז נישט 'מים', עס איז רוח, אוויר, אבער יבשות איז עס נישט.

און סרטן, עקרב און דגים, זענען קרים ולחים. דאס מיינט אז זיי זענען נישט די הייסע ענערגיע, זיי זענען נקבות, מקבלים, אבער זיי זענען 'לח', געפיליש. אויב ווילסטו אביסל שווימען אין געפילן, וועסטו עס דארט טרעפן.

שבתאי איז קר ויבש. דאס מיינט אז ווען אימער שבתאי איז די באלבאס פון אזאך, איז דא ווייניג געפיל. צדק איז חם ולח. דאס מיינט ווען אימער דו זעהסט צדק, איז די השפעה דערפון, ענערגיש און געפיליש. מאדים איז חם ויבש. און חמה וואס דער אבן עזרא רופט שמש, איז חם ויבש. נוגה איז קר ולח. און כוכב איז אמאל אזוי און אמאל אזוי. און די לבנה איז קר ולח.

די אמאליגע חכמי המזלות האבן זייער שטארק גענוצט זייער געפיל צו פיהלן די מערסטע וואס מ'קען די שורש פון א זאך.

אויף שבתאי און מאדים פלעגן זיי שרייבן אז ס'איז מזיקים. און היינט ווען די וועלט איז געווארן מער נייס, שרייבן זיי שוין נישט אזוי. די שאלה איז צי זיי זענען גערעכט דערמיט.

איך האב שוין געשריבן אז די גאנצע ענין פון מזל ארי איז די ענין פון 'התראות', ארויסברענגען פאר די וועלט אדער אפילו פאר זיך אליין די עקזיסטענץ וואס מ'איז. מ'קען אפשר זאגן אז דאס איז די ענין פון תפארת. אדער מלכות. אדער גאר מלכות שבתפארת. אין א מענטש איז דא כוחות, און מזל ארי' ברענגט דאס ארויס.

לאמיר צעטיילן די פראסעס פון קריעטיוויטעט אין צוויי. איין חלק געשעהט אינעם נפש. און די צווייטע חלק ברענגט עס ארויס פונעם נפש ביז ער אליין זעהט דאס און ער אליין קען דאס ווייזן פאר ארומיגע. דאס איז מזל ארי'. התראות. ארויסברענגען! די גבורה פונעם ארי דאס ארויסצוברענגען. און דאס איז די סיבה פארוואס מזל ארי' האבן ליב חברים. ווייל אין מלך בלא עם. און כוכב בארי' ברענגט ארויס די השפעה וואס מ'באקומט מצד כוכב. און א כוכב בארי' האט אויך ליב צו משפיע זיין, פארלערנען, זאל עס זיין פארלערנען נייעס, זאל עס זיין פארלערנען א חידוש. זאל עס זיין מאכן א ספר און ווייזן זיין קריעטיוויטעט ב"ה.

ווען מ'לערנט מיט א כוכב אין מזל ארי' קען מען פיהלן ווי מ'מוז זיך דא מכניע זיין. (אפשר נאר איך) ווייל די השפעה פון כוכב וואס קומט אן צו דיינע אויערן און צו דיינע אויגן, האט אין זיך אזא מלכות. און אויב ער זעהט אז דו האסטעך נישט איבערצייגט אז ער קען לערנען, און אז ער ווייסט וואס ער רעדט, וועט ער דיר זאגן נאך א בעסערע חידוש, און נאך איין, און נאך איין, ביז דו זעהסט עס איין, ראה! זעה מיר! זעה מיין קענטעניס! באקום עהרע!

די בעסטע זאך איז לכתחילה צו צוגיין אז "יא, אוודאי, wow, אזא חידוש, אוודאי". לאז דיך אפילו פיהלן די הכנעה. און עפן אויף דיינע אויגן ברייט פון די ליכטיגע חידוש וואס דו האסט יעצט געהערט. ווייל דער 'כוכב בארי' קען טאקע. און דו ווילסט אז זיין מוד זאל זיין הויעך. געב עס אים! אבער קענסט צולייגן אז "איך האב דיר נאר געוואלט זאגן איין זאך אז..."

גיי נישט צו מיט אזא עדיטוד ווי "דו קענסט גארנישט און איך קום דיך אויסלערנען". זיין 'כוכב' לעשט זיך אויס. כדי זיין כוכב זאל ארבעטן דארף עס דייקא זיין מיט "wow, געב א קוק ווי גוט איך קען". אבער מיט א אמת'דיגקייט. ווייל ער קען טאקע. אויב קען ער טראכטן און רעדן, קען ער. דהיינו: עס ווערט נשפע פון מזל ארי'.

קען זיין אז ס'איז געווען די 'כוכב בארי' וואס האבן גע'טענה'ט אז מ'דארף יא געבן כבוד פאר בחורים. אז זיי קענען יא.

טרעף וואו ער קען יא, און לאז עס אים ארויסברענגען מיט'ן גאנצן קנאק ווי נאר א כוכב בארי' קען. און מאך עס נאר אזוי אביסל אהער בעסער און אביסל אהין בעסער. קודם מאך זיכער אז זיין כוכב ארבעט. און דו זאגסט אים אזוי ווי "ווילסט בעסער קענען, ווילסטו מער ארויסברענגען פון דיר, הער מיך אויס וועסטו נאך מער קענען"

די ווארט 'קענען' איז נישט קיין סתירה מיט 'ענווה'. "איך קען" איז א סתירה. און טאקע 'כוכב בארי' דארפן טאקע הארעווען אויף ענווה. צו וויסן – נפשיות'דיג – אז קענען איז נישט קיין סתירה מיט 'ענווה'. אפשר קען מען זיי צוהעלפן דערצו. אבער נישט אויסלעשן די גאנצע כוכב.

איך ווייס פון א כוכב בארי' וואס אלעמאל רעדט ער הויעך און זאגט זיינע דיעות. ווייסט ווי כאילו ער ווייסט אלעס. אקעי נישט אלע גייען אזוי טון.

וואס מ'קען זיך לערנען פון א כוכב בארי' איז אזוי

האמיר צעטיילט די פראסעס פון קריעטיוויטעט אין צוויי. איין חלק געשעהט אינעם נפש. אין די צווייטע חלק ברענגט עס ארויס פונעם נפש. לערנען מיינט ארויסברענגען מיין השפעה פון הגיון.

מ'קען לערנען אזאך און צוגיין דערצו אז "וואס איך לערן יעצט, איז דען עפעס, ווער ווייסט וויפיל איך גיי מיך באלד איבערצייגן אז איך האב געלערנט פאלש. און בכלל וויפיל גיי איך שוין פארשטיין, א פיצל, וואס איז עס דען", און דאס איז גורם אז מ'ברענגט נישט געהעריג ארויס אין זיך צו זיך, דאס קליין ביסל וואס מ'פארשטייט שוין יא.

אבער מ'קען צוגיין אז מ'איז שטאלץ מיט יעדעס ווארט און מ'ברענגט עס ארויס, און מ'איז שטאלץ מיט יעדעס ביסל וואס השי"ת שיקט אריין אז מ'קען יא און מ'ברענגט דאס ארויס. און אפילו מ'קען נאכנישט, מ'האט עס נאכנישט ארויס, אבער שטאלצירן מיט סיי וואס עס קומט אריין אין די מחשבות און עס מחשיב זיין און עס ארויסברענגען. ווייל אויב מ'איז נישט שטאלץ דערמיט, ווארפט מען דאס אוועק, און פארשטיין קומט נאכן פרובירן צי די נישט ריכטיגע וועג שטומט.

און שטאלץ מיין איך צו זאגן: עס האלטן גענוג חשוב דאס ארויסצוברענגען. און דער עיקר א כוכב בארי' איז שטאלץ מיט די ווערטער פון די הייליגע גמ' אדער אנדערע פון אונזערע ספרים.

די חילוק פון 'כוכב בשור' און 'כוכב בארי'' איז: אראפברענגען, אדער ארויסברענגען. 'כוכב בשור' ברענגט עס אראפ דאהי. 'כוכב בארי'' ברענגט עס ארויס. ער ברענגט ארויס זיין נפש. די פינפטע הויז איז קייגן מזל ארי'. די פינפטע הויז איז קריעטיוויטעט. און נאך זאכן.

און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן מיר זאלן ווערן מער און מער קדושים, ווייל דארט געפינט זיך השי"ת.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”