Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

זייער פיין
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 11, 2021 9:35 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער פיין »

וואס איז די נאמען פין הרב מרדכי אזרחי ז"ל ספר ?
איז עס דא אויף אוצר החכמה?
איז דא נאך אידישע ספרים/ביכער אויך די נושא?
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

זייער פיין האט געשריבן:וואס איז די נאמען פין הרב מרדכי אזרחי ז"ל ספר ?
איז עס דא אויף אוצר החכמה?
איז דא נאך אידישע ספרים/ביכער אויך די נושא?

השי"ת זאל העלפן אז מיר זאלן נפשיות'דיג געדענקען אז אלעס קומט פון אים.

דער רבינו בחיי שרייבט אזוי: לפי שהעולם מתנהג ע"י שבעה ככבי לכת והם המנהיגים הפועלים בשפלים, ואע"פ שהם המנהיגים אין ההנהגה מסורה להם מעצמם כי כח העליון עליהם ואינם רק כשליח שעושה שליחותו.

ודבר ידוע כי שבעה ככבי לכת המנהיגים העולם הזה, הב' מהם רעים ומזיקין לכל דבר והם שבתאי ומאדים, והשנים מהם טובים ומועילים לכל דבר והם נגה וצדק, והשנים מהם בעלי אורה והם חמה ולבנה, והשביעי ככב והוא בינוני טוב עם הטובים ורע עם הרעים. כאשר יהיו שנים האלה שבתי ומאדים הסכמה אחת במערכה על איש אחד או אומה אחת הנה הם סבת ההשחתה והביטול. וצדק נגה הפכם כי הם סבה לקיום האיש או האומה. אחשורוש והמן רמז לשבתי ומאדים. אחשורוש לשבתאי ממה שידוע בחכמת המחקר כי השחרות מיוחס לשבתאי ועל כן נקרא אחשורוש

דאס וואס ס'שטייט דא אז שבתאי ומאדים זענען רעים ומזיקין אויף אלע שונאי ישראל געזאגט, מיינט עס צו זאגן אז ווען עס איז דא ח"ו נזק ורע, זענען זיי די וואס קענען דאס גוט אויספירן. אבער נישט אלעמאל איז די השפעה פון שבתאי ומאדים רעים ומזיקים. עס ווענט זיך וויפיל און וויאזוי.

אסטראלאגיע באשטייט פון צוויי חלקים (פאר יעצט) די ערשטע חלק איז: יעדע פלאנעט איז וואו, ביי וועלכע מזל? ווי פאלגנד: ווי ווייט מעג די זוהן, אדער די לבנה, אדער כוכב, אדער שבתאי, וכו', זיין אפגערוקט פון - צום ביישפיהל - מזל עקרב, און ס'זאל נאך הייסן אז ס'איז אין עקרב. ווייל ס'דא ווען א פלאנעט איז היפש אפגערוקט פון א געוויסע מזל און מ'רעכנט עס אז ס'איז כאילו אין יענע מזל.

און די צווייטע חלק איז: וואסערע השפעה האט עס אויפן מענטש. אדער אויף די וועלט.

די הייליגע אבן עזרא אין זיין ספר העולם שרייבט ער:

הסתכל אם הם במחברת, או יש ביניהם מבט, והסתכל מי הוא תקיף, כאשר הזכרתי בספר המבחרים, וככה תדין, וכפי המבטים תדין, כי אם היה ביניהם מבט איבה, שהוא מבט רביעית או נוכח, יתחדשו מלחמות ביניהם, ואם מבט אהבה, יהיה ביניהם שלום.

מבט נוכח, דאס איז ווען צוויי פלאנעטן זענען איינס קעגן די אנדערע, Opposition און מבט רביעית איז ווען א פלאנעט איז אפגערוקט פון די אנדערע פלאנעט א פערטל. Square דאס איז מבט איבה.

לאמיר נוצן אביסל דמיון...

צום ביישפיהל אויב בשעת'ן געבורט איז צדק פונקט אקעגן איבער חמה, מיינט דאס מבט איבה. און (איך שטעל מיך פאר) אז דאס מיינט אז צדק מאכט שוואך די השפעה פון חמה. אויב חמה איז אין מזל טלה און עס איז משפיע אז דער מענטש זאל זיין ראשון לכל דבר, וועט צדק, דהיינו די רצון צו שלום ושלווה השקט ובטח עושר וכבוד, שוואך מאכן דער סארט השפעה.

מבט אהבה מיינט ווען א פלאנעט איז נאנט צו א אנדערע פלאנעט וועט דאס ווייזן אויף א גוטע זאך.

צום ביישפיהל אויב חמה איז נאנט צו לבנה Conjunction, מיינט דאס אז די מלכות פונעם מענטש, די אינערליכע געפילישע נפש, וועט צוהעלפן אז עס זאל זיך שטארקן די השפעה פון חמה.

לאמיר זאגן אז חמה איז אין מזל ארי', אב. און די לבנה איז אין תמוז, סרטן. וועלן די געפילן מיטארבעטן מיט די עיקר מענטש.

אזוי ווי א קאר.

די כח אינעם מענטש וואס דרייווט זיך איז חמה. די פארשטאנד און די פלענער וואס צו טון מיט זיך איז כוכב. די ענערגיע צו טון איז מאדים. די סטאפ ברעיקס איז שבתאי. די גוטע פלאץ וואו אהין עס ציהט צו גיין איז נוגה. די טיפע אינערליכע געפילישע נפש איז לבנה. דאס אז דער מענטש פיהלט סיפוק, ער איז שמח בחלקו, ער איז רואיג, איז צדק.

איז צוריק צו אונזער ביישפיהל. וועלן די געפילן פארשטערקערן די השפעה פון מזל ארי'.

ס'דא זאכן וואס פון זייערע חכמים האבן געשריבן אבער נאכן פרובירן האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט אזוי. און אזוי שרייבט דער אבן עזרא: אמר אבו מעשר כי נסה פעמים רבות כי אם היה מאדים בתחלת השנה באחד בתי שבתי, יורה על בצורת. ואם היה באחד מבתיו יורה על רוב מטר ובשאר מקומות אמצעי. ולא ידעתי טעם זה גם נסיתיו אני ולא עלה בידי, ע"כ הזכרתיו לך שאם מצאת ספרו אל תסמוך עליו, ולא דבר בדברי הגשם יותר מזה.

שוין והשם הטוב יעזור שלא יצא שום מכשול מתחת ידי ח"ו
אוועטאר
זעהער
שר האלף
תגובות: 1363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעהער »

;l;p-
זייער אינטרעסאנט @נשמה
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30693
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

זייער פיין האט געשריבן:וואס איז די נאמען פין הרב מרדכי אזרחי ז"ל ספר ?
איז עס דא אויף אוצר החכמה?
איז דא נאך אידישע ספרים/ביכער אויך די נושא?

לשאלתך. דער ספר הייסט כל אדם ומזלו/(גלגל המזלות), עס איז דא אין אוצה"ח (אנליין דא https://tablet.otzar.org/pages/?&restor ... ook=623706, אדער אין בעטא סיי https://beta.otzar.org/#/b/623706/p/1/t ... /0/end/0/c.)
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אסטראלאגיע קען מען צעטיילן אין צוויי צדדים (פאר יעצט). די ערשטע צד איז די השפעה וואס די כוכבים האבן אויפן מענטש. דאס הייסט וויאזוי די כוכבים וועלן מאכן פיהלן און שפירן דעם מענטש במשך זייער השפעה. דער צד מיינט אז איך ווייס נישט ווי ווייט און פונקטליך דער מענטש גייט פאקטיש פיהלן אדער שפירן די השפעה וואס די כוכבים גייען אים געבן. איך ווייס אזויפיל אז דער און דער אויסשטעל פון כוכבים האבן די כוח צו געבן פאר'ן מענטש דער און דער געפיל, דעם און דעם כח.

לאמיר זאגן א ערליכע יוד וועט באקומען א שפע פון נוגה, און נוגה מיינט א השפעה פון אהבה וחמדה ורצון לתענוג, מיינט דאס נאכנישט וויאזוי עס גייט זיך נוצן ביי אים דער סארט השפעה. עס מיינט נאכנישט וואס ער גייט טון מיט דעם שפע. קען זיין אז השי"ת וויל העלפן אז א געוויסער פלוני זאל דעם טאג טרעפן חן אין זיינע אויגן, ווייל יענער דארף נתקרב ווערן צום אייבערשטן.

און די צווייטע צד איז אז אויב דער און דער פלאנעט איז אזוי און אזוי לגבי דעם און דעם פלאנעט, צום ביישפיהל: אויב שבתאי איז במבט איבה צו נוגה, מיינט דאס אז היינט וועסטו נישט מצליח זיין אויב דו שליסט א ביזנעס דיל. און אויב כוכב איז במבט אהבה - גאר נאנט - מיט צדק, דאן זאלסטו איינקויפן די סחורה ווייל אלעס וועט זיך דיר פארקויפן.

איך פסק'ן נישט, און איך שרייב נישט על פי הלכה למעשה. אבער איך קלער אז דאס וואס די גמ' זאגט: מנין שאין שואלין בכלדיים שנאמר תמים תהי' עם ה' אלוקיך. דאס איז ווען מ'פרעגט די חוזי כוכבים: זאל איך טון דעם און דעם געשעפט אדער נישט? וועל איך מצליח זיין דערין אדער נישט? ער פרעגט ווייל ער וויל מצליח זיין. אין די לשון פון רש"י סנהדרין סה: המחשב עתים ושעות - לשון מעונן כמו בעל עונות שמבחין את עונה ואומר היום יפה לצאת לדרך ויצליח למחר יפה ליקח מקח וישתכר בו הלוקחו. נישט סתם ער פרעגט וואסערע השפעה די כוכבים האבן אויף אים, נאר ער פרעגט: וועל איך מצליח זיין אדער נישט. וואסערע זאך זאל איך טון, און איך וועל מצליח זיין.

און לויט די רמב"ם האט די צוגעזאגטע הצלחה א פלאץ נאר אין דמיון. עס האט נישט קיין הסבר וואסערע שייכות עס האט מיט די אויסשטעל פון די כוכבים. אין זיין לשון אין מורה נבוכים: והתפשט הסכלות והרבה השיגעון בעולם אז בזה המין מן הדמיונות ונולדו בהם דעות והיה מהם "מעונן ומנחש ומכשף וחובר חבר ושואל אוב וידעוני ודורש אל המתים".

און דאס איז וואס די רמב"ם זאגט: יום פלוני טוב יום פלוני רע. יום פלוני ראוי לעשות בו מלאכה פלונית, שנה פלונית, או חודש פלוני רע לדבר פלוני. דאס הייסט אז ער פרעגט צו טון א מעשה אז די כוכב זאל אים צוהעלפן אז דאס זאל מצליח זיין. כאילו די כוכב זאל האבן א כח צו העלפן אז ס'זאל זיך ענדיגן גוט. שכל העושה מעשה מפני האצטגנינות וכיון מלאכתו או הליכתו בעת שקבעו הוברי שמים ה"ז לוקה משום לא תעוננו. ווייל ער וויל אז ס'זאל מצליח זיין.

אבער סתם ווען א מענטש פרעגט וואסערע השפעה עס האט אויפן מענטש, קען זיין איז מותר, און אזוי קוקט אויס פון א מאירי סנהדרין ס"ח. מיט דעם קען מען פארשטיין וואס דער רמב"ם זאגט: אסור לעונן אף על פי שלא עשה מעשה אלא הודיע אותן הכזבים שהכסילים מדמין שהן דברי אמת ודברי חכמים. ווי ווייטער ערקלערט.

און מיט דעם [מאירי] פארשטייט מען וואס דער רמב"ם שרייבט אין המדע: והם שהטעו בהן עובדי כוכבים הקדמונים לגויי הארצות כדי שינהגו אחריהן.

ווי פאלגנד:

ודברים האלו כלן דברי שקר וכזב הן והם שהטעו בהן עובדי כוכבים הקדמונים לגויי הארצות כדי שינהגו אחריהן. ואין ראוי לישראל שהם חכמים מחכמים להמשך בהבלים אלו ולא להעלות על לב שיש תועלת בהן. שנאמר (במדבר כג כג) "כי לא נחש ביעקב ולא קסם בישראל". ונאמר (דברים יח יד) "כי הגוים האלה אשר אתה יורש אותם אל מעננים ואל קסמים ישמעו ואתה לא כן" וגו'.

כל המאמין בדברים האלו וכיוצא בהן ומחשב בלבו שהן אמת ודבר חכמה אבל התורה אסרתן אינן אלא מן הסכלים ומחסרי הדעת ובכלל הנשים והקטנים שאין דעתן שלמה. אבל בעלי החכמה ותמימי הדעת ידעו בראיות ברורות שכל אלו הדברים שאסרה תורה אינם דברי חכמה אלא תהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת ונטשו כל דרכי האמת בגללן

און דאס איז ווען מ'וויל אז די כוכב זאל מצליח זיין די וועגן. ווייל דאס אז זיי האבן געגלייבט און פארקויפט אז די כוכבים קענען מצליח זיין מעשים, האט זיי געברענגט צו דינען די כוכבים.

ווען מ'מאכט חתונה אנהייב חודש איז עס אז ס'זאל זיין א גוטע סימן. אבער זיי זאגן עס ווייל עס האט מיט זייער פארגלייבטקייט אז ווען מ'טוט א מלאכה אין דעם און אין דעם צייט, וועט דער כוכב צוהעלפן אז ס'זאל מצליח זיין. אין די לשון המאירי: ושלא יחשב בכוכב מן הכוכבים שהוא מועיל או מזיק שזו היא הסבה המביאה לעבדם.

און אין מורה נבוכים שרייבט דער רמב"ם: והמעשים ההם אשר יעשו אותם המכשפים אין ההקש נותן אותם, ולא יאמין השכל שהם יחייבו דבר כלל, כמו שיכונו לקבץ צמח ידוע בעת ידוע, או ילקח מן הדבר הפלוני מספר פלוני, ומכך מספר כך... והשני - מה שנתלה בהגבלת זמן שיעשו בו המעשים ההם. אז די און די צייט זאל מען עס טון... ואי אפשר לפעולות הכישוף כולם מבלתי הבטה בענין הכוכבים - רצוני לומר שהם יחשבו שזה הצמח - מחלק הכוכב הפלוני; וכן כל בעל חיים וכל מוצא ייחסוהו לכוכב. וכן יחשבו שהפעולות ההם אשר בעשותם אותם יעשה להם הכישוף, הם מיני עבודות לכוכב ההוא - וירצהו הפועל ההוא, או המאמר ההוא, או העישון, ולזה יעשה לנו מה שנרצה.

דאס קען ווארפן א שטארקע ליכט פארוואס דער רמב"ם האט געשריבן אז די זאכן זענען תהו והבל וכו'. ווייל ער האט נישט גערעדט פון די השפעה וואס עס האט אויפן מענטש, נאר ער האט גערעדט פון די הצלחה וואס עס קען מצליח זיין די מעשה וואס דער מענטש טוט אויב מ'טוט עס אין זייער ממשלה, אדער שאדן מאכן.

אבער ס'איז - לכאורה - אנדערש ווען מ'פרעגט וואסערע השפעה די כוכבים האבן אינעם מענטש. ס'איז אזוי ווי דו פרעגסט די וועטער, די זעלבע זאך האבן די כוכבים עפעס א געוויסע השפעה אויפן מענטש. אין די מאירי'ס ווערטער: מניעת ההקזה בעת שלטנות מאדים שהדם רותח ומתעורר, ויש בהוצאתו היזק, וזה טבע גמור, ואינו אלא כאומר נעשה דבר זה בחצי היום כשיהיה השמש בתגבורת חומו. די כוכבים האבן א השפעה אויפן מענטש. מאדים מאכט אז די בלוט זאל באמת מער קאכן. און אז ס'קאכט פארוואס זאל מען מקיז זיין? דאס איז נישט דומה צו וואס דער רמב"ם שרייבט. דער רמב"ם רעדט נישט פון די טבע, פון די השפעה, נאר פון די כח פון מאכן אז דער מענטש זאל פאקטיש מצליח זיין. וואס דאס האט מטעה געווען אז מ'זאל זיי דינען.

און דאס איז וואס די מאירי שרייבט אין סנהדרין ס"ה ב: המעונן, כל שעשה פעולה שיכוין עשייתה על פי משפט הכוכב, עד שיאמר לא תעשה דבר פלוני ביום פלוני ובשעה פלונית, שיש לכוכב פלוני דבוק עם מזל פלוני, וכיוצא בזה, או שיעשו דבר בעת ידוע על פי משפטי הכוכב יאמרו עליו שיועיל או יזיק לדבר ידוע והמעונן בלאו, והשואל באסור, ומ"מ כל שכיון השואל שעתו על פי אותם הדברים ועשה כן עבר בלאו. און דאס מיינט אויך אז די כוכב זאל צוהעלפן. כאילו די כוכב האט אין זיך א געטליכקייט אויסצופירן צו הצלחה, דער ווער עס האט אין איר געטון א פעולה. דאס איז עובר בלאוו

און דער רמב"ם זאגט ווייטער אין מורה נבוכים: ולהרחיק מכל מעשי הכשוף הזהיר מעשות דבר מחוקותיהם ואפילו במה שנתלה במעשי עבודת האדמה והמרעה וכיוצא בהם - רצוני לומר כל מה שיאמר שהוא מועיל ממה שלא יגזור אותו העיון הטבעי אבל נוהג לפי דעתם כמנהג הסגולות והכוחות המיוחדות - והוא אמרו "ולא תלכו בחוקות הגוי"

און לויט תוספות וואס זאגט: ובספרי דרש מנין שאין שואלין בגורלות שנאמר תמים תהיה וגורל וחוזה בכוכבים חדא מילתא היא: קען מען נאך אלץ זאגן פשט אז די חוזה בכוכבים איז געווען אזא סארט פראגע: אויב מ'וועט מצליח זיין אדער נישט. אזוי ווי א גורל וואס זאגט דאס. "זאל איך אריינגיין אין דעם געשעפט אדער נישט?".

און מ'זעהט אויך אז די גמ' אין מסכת שבת וואס רעדט פון די מזלות, דערמאנט נישט דארט די גמ' מנין שאין שואלין בכלדיים. זעהט אויס אז פרעגן וועלכע מזל מ'איז געבוירן, אדער וואסערע השפעה די כוככבים האבן אינעם מענטש, סתם צו וויסן צי מ'זאל אנטון א קאפל, מיינט נישט דער נידון צו מ'מעג פרעגן בכלדיים. נאר די מנין שאין שואלין בכלדיים מיינט אז מ'פרעגט צי מ'וועט מצליח זיין אדער נישט, מיט א געוויסע מעשה. און נישט סתם וויסן די טבע וואס דער מענטש איז נוטה.

קען זיין אז אויב מ'פרעגט צי מ'האט א שטערקערע השפעה פון כוכב, און די סיבה איז נישט ווייל דער מענטש וויל מצליח זיין, ער וויל אבער פיהלן קלארער אין זיין קאפ, קען זיין אז מ'מעג. אבער איך רעד נאר פון דעם צי מ'מעג פרעגן וואסערע השפעה עס האט.

און מיט דעם קען מען אפשר פארענטפערן דעם תשובות הרשב"א המיוחס לרמב"ן (מובא בבית יוסף יורה דעה קעט) וואס וואונדערט זיך אויפן רמב"ם: ושמעתא כולה ליתא הכי. אז דער רמב"ם רעדט פון עפעס אנדערש. דער רמב"ם רעדט פון טון געוויסע פעולות אין א געוויסע צייט אז ס'זאל זיין א געוויסע פועל יוצא. א געוויסע געטליכע הילף. און נישט סתם די מזל פון די מענטש.

און די ספר החינוך שרייבט: שלא לעונן - שלא לעונן, שנאמר (ויקרא יט כו) ולא תעוננו. ופרוש הענין כמו שאמרו בספרא (ו ב) שהוא לשון עונה, כלומר, שלא נקבע עונות לומר, שעה פלונית, טובה לעשות בה מעשה פלוני, ויצליח כל העושה אותו באותה שעה והעושה אותו בשעה פלונית, לא יצליח, כמו שיאמרו המהבילים בעלי הכשוף. זעהט מען פון דעם אז די געזאגאכץ צי מ'וועט מצליח זיין צי נישט, האט עפעס מיט די קאנעקשאן צו כישוף, און ס'איז נישט סתם קוקן וואסערע השפעה כוכבים האבן אויפן מענטש, אויף די נאטור פון די נפש.

און דאס וואס דער רמב"ם שרייבט אין איגרת תימן: וביאור הדבר שהוזהרנו בתחלת הפרשה מלהתעסק בקסמים ובמעוננים ובחכמת הכוכבים ובכשפים ובחברים והדומה להם, בדברים אלו שחושבים האומות שבהם יוכלו לדעת העתידות קודם שיתחדשו ומתכוונים אליהם

דאס איז געווען וואס זיי פלעגן טון. זיי פלעגן פירן מלחמות אדער צוריקטרעטן פון א מלחמה לויט די כוכבים.

אין ספר המדע שרייבט דער רמב"ם: איזהו מעונן אלו נותני עתים שאומרים באצטגנינות יום פלוני טוב יום פלוני רע יום פלוני ראוי לעשות בו מלאכה פלונית שנה פלונית או חדש פלוני רע לדבר פלוני:

דאס מיינט ער - לכאורה - מיט די עתידות וואס ער זאגט אין איגרת תימן. און דאס איז וואס ער זאגט דארט: שהוזהרנו בתחלת הפרשה מלהתעסק בקסמים ובמעוננים ובחכמת הכוכבים ובכשפים ובחברים והדומה להם. דאס מיינט אז זיי טראכטן אז זיי ווייסן עתידות ומתכוונים אליהם. דאס מיינט אז זיי טוען לויט דעם.

וכשהזהירנו ית' מלהתעסק בדברים אלו אמר לנו שכל האומות חושבים שיודעים מה שיתחדש קודם שיתחדש מן הדרך הזה ואתה לא תדע מזה הדרך מה שעתיד להיות אבל תדע אותו על ידי נביא שאקים לכם להודיעכם העתידות ויאמינו דבריו ולא יחטא בכל מה שיאמר ותהיו יודעים העתיד להתחדש קודם שיתחדש מבלי קסמים וחברים ומאין דין הכוכבים וזולתם

די מה שעתיד להיות וואס ער זאגט, מיינט ער נישט די השפעה וואס א כוכב האט אויפן מענטש, די טבע פון די מענטש. נאר די זאך וואס גייט פאקטיש געשעהן. די געטליכע איבערנאטורליכע כוחות פון א מזל.

קען זיין אז דאס מיינט נישט צו זאגן צו וויסן וואסערע השפעה די כוכבים האבן אויפן מענטש, נאר די 'עתידות' פון וואס ער רעדט מיינט זאכן וואס גייען געשעהן אינדרויסן פון די מענטש.

און די רשב"ם שרייבט: ולנסות בו את ישראל נתן בו רוח הטומאה שלכל מיני מכשפות ואוב וידעוני כח בו להכחיש פמליא של מעלה ולהגיד נולדות, לדעת אם יהיו תמים לה' אלהיהם ולא יהיה בהם מעונן ומנחש ומכשף ולא מאמין לאות ומופת של רוח הטומאה, כדכתיב: כי מנסה ה' אלהיכם אתכם לדעת הישכם אוהבים את ה' אלהיכם וגו'.

פון דעם רשב"ם קען מען אויך זעהן אז די ענין פון מעונן האט מער מיט א כח פון כישוף וואס די נפש איז מגלה פון זיך, און דאס זאגט זאלסט יא טון אדער נישט טון, אויב דו טוסט אזוי וועט זיין אזוי, און אויב נישט וועט זיין אזוי.

און אין ספר המצוות מצוות לא תעשה לב: הזהירנו מעשות המעשים בבחירה ממשפטי כוכבים והוא שיאמר זה היום טוב למעשה פלוני ונכון לעשות או זה היום מונע מעשות מעשה פלוני ונרחיק מעשותו, (אז די זאך וועט מצליח זיין).

והוא אמרו יתעלה לא ימצא בך מעונן, וכבר נכפלה אזהרה זו ואמר ולא תעוננו. ולשון ספרא לא תעוננו אלו נותני העתים, כי הלשון נגזר מעונה, רוצה לומר לא יהיה בך מעונן שיאמר עת פלונית טובה והעונה פלונית רעה, והעובר על לאו זה חייב מלקות, ר"ל שיגיד העתים האלו לא מי שישאל בעדם, אבל השאלה ג"כ אסורה מחוברת אל היותה דבר אין אמיתות לה, ומי שיכוין בפעולתו לעת ידוע במבט כדי שיצלח או יהיה לו תועלת באותו מעשה לוקה מפני שעשה מעשה.

ווען א מענטש זעהט אויף איינעם אז יענער איז א 'דלי', גייט עס דען אריין אין דעם כלל? אפילו אויב ער האט א תועלת דערפון ווייל ער וועט יעצט רעדן צו יענעם לויט דעם, ער גייט יעצט רעדן צו יענעם לויט יענעמ'ס טבע, גייט עס דען אריין אין דעם כלל פון מעונן? ווייל ווי ס'קוקט אויס איז די לאוו פון מעונן אז מ'פרעגט: היינט האסטו צו שטארק מאדים, היינט זאלסטו גארנישט טון קיין ביזנעס. ווייל מאדים מאכט חרוב. מאדים גייט זיין ברוגז אויף דיר און ס'גייט נישט גיין דיין היינטיגע געשעפט. דאס טאר מען נישט פרעגן. אבער די טבעיות'דיגע כוח וואס מ'באקומט אין זיך, קען זיין אז דאס מעג מען יא.

די רמב"ן אין השגות הרמב"ן על ספר המצוות: אבל אם נשמע דבר מהם נאמר הכל בידי שמים כי הוא משנה מערכת הכוכבים והמזלות כרצונו מפר אותות בדים וקוסמים יהולל ונאמין שכל הבאות תהיינה אלינו כפי התקרבנו לעבודתו דאס מיינט אז מ'זאל נישט אויסרעכענען א ביזנעס דיל, געוואנדן אין א געטליכע כח פונעם כוכב. ווייל מיר דארפן זיך פארלאזן אויף השי"ת

אזוי ווי דער רמב"ן שרייבט פריער:

שנצטוינו להיות לבבנו תמים עמו יתעלה והוא שנאמר (דברים י״ח:י״ג) תמים תהיה עם ה' אלהיך, וענין הצוואה הזאת שנייחד לבבנו אליו לבדו יתברך, ושנאמין שהוא לבדו עושה כל והוא היודע אמתת כל עתיד וממנו לבדו נדרוש הבאות מנביאיו או מאנשי חסידיו רוצה לומר אורים ותומים, ולא נדרוש מהוברי שמים ולא מזולתם ולא נבטח שיבאו דבריהם על כל פנים

אבער סתם זעהן די טבעיות'דיגע השפעה פון די כוכבים, דאס קוקט נישט אויס צו זיין אין דעם כלל. אפילו אויב דאס וועט מאכן אז דער מענטש זאל מער כאפן זיין טבע און טון לויט וויאזוי ער פיהלט אינעווייניג. דאס האט נישט מיט דעם ווייל די כוכבים גייען מיר יעצט העלפן מצליח זיין.

צום ביישפיהל: א מענטש זעהט אז ער איז א מזל סרטן, און ער קלערט אז א סרטן איז מצליח אין דעם און אין דעם, נישט ווייל די מזל העלפט, נאר ווייל וויבאלד דאס איז זיין נאטור און אזא נאטור איז בעסער פאר דעם און דעם. ער געט נישט א כח פאר די כוכבים.

און אין רמב"ן אין בראשית י"ז א, שרייבט ער אויך אזוי: והענין בשניהם שיאמין בלבו כי הקב"ה לבדו הוא בעל היכולת בתחילה ובסוף הוא היכול לעשות ולבטל ולא ישמעו אל מעוננים ואל קוסמים או למנחש ומכשף ולא יאמין שיבאו דבריהם על כל פנים אבל יגזור בלבו שהכל ביד עליון העליונים שהוא "א-ל" והוא "א-ל שד-י" עושה טובה שלא היה במזל ומביא רעה בהיות המזל טוב ויפה כפי שיתהלך האדם לפניו מפר אותות בדים וקוסמים יהולל (ישעיהו מד כה) וזהו שאמרו (שבת קנו) צא מאצטגנינות שלך וכו'

דאס מיינט אז די יכולת פון א מענטש צו מצליח זיין האט נישט מיט די מזל. עס האט וויאזוי דער מענטש גייט מיט'ן אייבערשטן.

און וויסן די נאטור פון א מענטש, די השפעה וואס מ'באקומט, איז נישט אין קעגנזאץ פון: כי הקב"ה לבדו הוא בעל היכולת בתחילה ובסוף הוא היכול לעשות ולבטל. ווייל ער געט נישט קיין כח צו די כוכבים. אבער זיך צוהערן צו א מכשף אדער צו א מעונן צי ער זאל יא אדער נישט טון א ביזנעס אפמאך, דאס איז יא אין קעגנזאץ פון: שהכל ביד עליון העליונים. אז ס'האט נישט צו טון מיט די מזל.

אגב דאס וואס ס'שטייט אז זיי פלעגן לייגן צלמים אדער א קאפ פון א מענטש, דאס מיינט נישט אז מ'האט געהערט ווי די ציילעם רעדט, נאר דאס מיינט אז דער מענטש האט באקומען א שפע ווי כאילו איינער רעדט צו אים. און אפשר איז אויך דאס געווען די עגל. נישט אז די עגל האט גערעדט ווי א מענטש וואס רעדט, נאר די מענטשן האבן באקומען אזא "רוח" צו וויסן וואס צו טון. אלה אלוהיך ישראל.

און דאס וואס ר' עקיבא האט זיך געזארגט, אדער די מאמע פון רב נחמן בר יצחק, דאס איז לכאורה ווייל זיי האבן געהאט נאך סימנים אז דאס איז דער אמת.

און דאס וואס דער בית יוסף ברענגט א תשובת הרמב"ן אין יורה דעה קעט: ואם ראה בהם דבר שלא כרצונו עושה מצוה ומרבה בתפלה אבל אם ראה באצטגנינות יום שאין טוב למלאכתו נשמר ממנו ואין סומך על הנס וכסבור אני שאסור לבא נגד המזלות ולסמוך על הנס איז דאס אנדערש ווי דער רמב"ן אין בראשית? מוז נישט זיין. ווייל די רמב"ן זאגט נישט דארט אין בראשית אז מ'זאל טון אנדערש ווי די מזל. ער זאגט דארט אז מ'זאל וויסן אז עס האט מיט וויאזוי מ'פירט זיך אויף. ער זאגט אז דער אייבערשטער קען דאס מבטל זיין. און דער רמב"ן זאגט דארט אויך: שזו חכמה גדולה וגזירה שגזר הקב"ה מששת ימי בראשית להנהיג עולמו בכך על כן יתפלל כל חסיד לבטל ממנו גזירת המזל כי מאת אדון הכל בא הכל ובידו לשנות ולעשות כחפצו

ס'איז דא א חילוק צווישן זעהן וויאזוי דער מזל איז משפיע אויפן מענטש, און טון א מעשה וואס מ'האלט אז ס'גייט יא אדער נישט מצליח זיין.

איך רעד נישט פון ליינען זייערע זאכן וואס זיי לייגן ארויף אויף זייערע וועבזייטלעך, איך רעד נישט פון דעם. דאס איז עקסטערע שמועס פאר זיך.

סוף דבר וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז די לאוו פון מעונן מיינט נישט אז מ'קוקט די השפעה וואס די כוכבים האבן אויף די טבע פון א מענטש. און אפילו אויב ווייל מ'פארשטייט די נאטור דילט מען אביסל אנדערש מיט זיך אליין אדער מיט יענעם. איז דאס דאך נאר צוליב די נאטור וואס מ'איבערצייגט זיך אז "אזוי און אזוי פיהל איך אינעוייניג, אזוי און אזוי לויפט יעצט מיין נפש" און נישט ווייל די כוכב האט א כח.

אז דער לאוו פון 'מעונן' מיינט אז מ'וויל האבן די געטליכע כוחות וואס די כוכבים האבן אויף די זאכן וואס מ'טוט אין די צייט פון זייער שליטה, מ'פרעגט ווייל מ'וויל אז די זאך וואס מ'טוט זאל מצליח זיין.

שוין והשם הטוב יעזור
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 5:36 pm, פארראכטן געווארן 6 מאל.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

עבודת_הבורא האט געשריבן:נשמה וואס טוט זיך מיט תשרי
איך בון סוף תשרי און לויט ווי חשון איז באשריבן טרעף איך מיך גאנץ פיין


וואס איז טאקע מיט תשרי איך בין שוין זייער נייגעריג

שכח הרב נשמה!
זייער פיין
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 11, 2021 9:35 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער פיין »

קנאפער ידען האט געשריבן:
זייער פיין האט געשריבן:וואס איז די נאמען פין הרב מרדכי אזרחי ז"ל ספר ?
איז עס דא אויף אוצר החכמה?
איז דא נאך אידישע ספרים/ביכער אויך די נושא?

לשאלתך. דער ספר הייסט כל אדם ומזלו/(גלגל המזלות), עס איז דא אין אוצה"ח (אנליין דא https://tablet.otzar.org/pages/?&restor ... ook=623706, אדער אין בעטא סיי https://beta.otzar.org/#/b/623706/p/1/t ... /0/end/0/c.)

תודה רבה
אוועטאר
Bissli
שר חמשת אלפים
תגובות: 5041
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2019 11:12 pm
לאקאציע: אויפן שעלף אין גראסערי

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bissli »

יעקב פריינד האט געשריבן:
עבודת_הבורא האט געשריבן:נשמה וואס טוט זיך מיט תשרי
איך בון סוף תשרי און לויט ווי חשון איז באשריבן טרעף איך מיך גאנץ פיין


וואס איז טאקע מיט תשרי איך בין שוין זייער נייגעריג

שכח הרב נשמה!
האסט שוין אמאל פרובירט צו דערגרינטעווען די טיעפקייט פון טיעף?.

יעדע איד איז קודש קדשים, נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב און וואו ער זאל נאר נישט זיין בלייבט ער קודש קדשים!
און דאס איז דער אמת. עס איז א פאקט.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ב"ה

יעדע פלאנעט איז משפיע פאר'ן מענטש א סארט נאטור בעת זיין געבורט. ווענד זיך וואו די פלאנעט איז, ביי וועלכע מזל. און ס'איז נישט נאר איין פלאנעט וואס איז משפיע פאר'ן מענטש וואס ער זאל זיין. ס'איז אלע פלאנעטן לויט די מזל וואו זיי זענען, און ווי אויך די מזל הצומח, און אויך די מבטים של אהבה און די מבטים של שנאה. און אויך וועלכע הייזער אין הימעל די אלע פלאנעטן זענען. און נישט נאר דאס, נאר יעדן טאג איז די מזל משפיע אויפן מענטש.

נישט ווייל מיר דארפן וויסן די טבעיים פון די מזלות, נישט ווייל מיר מוזן וויסן אלע סארט נאטורן און אלע סארט אויסשטעל פון מזלות, ווייל קענען מיר דען קריכן אין זייערע פלעצער און עס שטודירן? אבער מיר דארפן יא וויסן דאס אליין אז השי"ת פירט די וועלט און די נאטורן פון מענטשן מיט מזלות. אזוי ווי די גמ' זאגט. און ווען מיר זעען מענטשן זאלן מיר האבן הכרת טובה צו זעהן די וואונדערליכקייט פון באשעפער וויאזוי זיין חכמה וואס ער האט באשאפן דרוקט זיך אויס אין מענטשן. אויף אלע סארטן אופנים און צאמשטעלונגען.

די אלע כוחות וואס מיר זעען אז עס קומט פאר אין מענטשן, אלעס איז כוחות וואס השי"ת איז משפיע פון די מזלות. חוץ פון כוחות וואס קומען בלויז פון העכערע עולמות. דארפן מיר דען גיין און זיך לערנען וואס א ניסן איז, און וואס א אייר איז, און וואס א סיון איז, און אזוי ווייטער די גאנצע חכמה? מיר זעען דאס, מיר עקספיריענסן דאס, מיר לעבן דאס מיט, דאס איז עס. עס איז פאר אונזערע אויגן, און מיר דארפן אפילו נישט ארויפקוקן אין הימעל. ווען מיר זעען מענטשן זיך אויפפירן, קוקן מיר אין הימעל, ווייל מיר זעען און פארשטייען אז א גרויסער באשעפער מאכט דאס און פירט דאס. ער פירט די גאנצע וועלט. יעדע רגע, יעדע זאך, מיט אזא פונקטליכקייט אויפן האר, ברוך הוא וברוך שמו.

די ענדלאזע חכמה וואס ליגט אין איין מענטש...

די אופן וויאזוי דער מענטש באגייט זיך מיט זיין וועלטל, די אופן וויאזוי ער ווייזט ליבשאפט אדער ער ווייזט נישט, די אופן וויאזוי זיין כח המעצור ארבעט, די אופן וויאזוי ער וויל באאיינדרוקן מענטשן, די אופן וויאזוי ער פיהלט זיינע געפילן, די אופן וויאזוי ער וויל לערנען און פארשטיין לערנען. וואס חברים מיינען ביי א מענטש. מיר זעען דאס פאר אונזערע אויגן. ווי ווייט א מענטש וויל טון גוטס. וואס דער מענטש גייט טון צו מצליח זיין. און אלעס לויפט און ארבעט און גייט. פלא.

די אופן וויאזוי א מענטש זאל זיך רעגן אדער זיין ווייעך. די אופן וויפיל א מענטש זאל רעדן. די אופן וויפיל א מענטש זאל וועלן ווייזן זיינע מעלות פאר אנדערע. די אופן וואס דער מענטש זאל טון טאמער ער ווערט געטשעפעט. די אופן וויאזוי דער מענטש זאל לאכן און וויפיל. יא! די אופן וויפיל א מענטש זאל זיין פאר'חלומ'ט. צי א מענטש זאל ציען צו זיין גרויס און מעכטיג.

באשעפער ס'איז אזוי אינטערעסאנט די אלע זאכן. "איך האב עס געמאכט, איך ווייס פון וואס דו רעדסט, דאס האב איך געמאכט מיט א כוונה" זאגט אונז צוריק דער גרויסער באשעפער.

השי"ת זאל העלפן אז מיר זאלן זיך נישט גליטשן, און מיר זאלן בלייבן נאנט צו אים.
אוועטאר
נארמאליזעם
ראש הקהל
תגובות: 20734
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 4:52 pm
לאקאציע: אין מיין בעט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נארמאליזעם »

שכח נשמה פארן באשרייבן איבער די מזל פון בני שבט

כבין א שבט מיט גאר שטארקע שטריכן דערפון
מיין ווייב איז אויך א שבט אבער נישט אזוי שטארק ווי מיר
פאקטן און געפילן זענען די גרעסטע שונאים...


די הייליגער רבי אלימלך האט מבטיח געווען אז יעדער וואס וועט העלפן זיינע אייניקלעך וועט ער מכיר טובה זיין בעולם העליון.
לייגט אריין אייער נדבה דא
פאר מער קליקט דא
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

אין מדרש רבה, דברים: דבר אחר, מהו לא בשמים הוא. שמואל אמר אין התורה מצויה באיסטרולוגין שאמנותן בשמים (מתנות כהונה: באיסטרולוגין. החוזים בכוכבים מפני שצריכים ליטרד הרבה בחכמה ההיא) , אמרו לשמואל הרי אתה איסטרולוגין וגדול בתורה, אמר להן לא הייתי מביט באיסטרולוגים אלא בשעה שהייתי פנוי מן התורה, אימתי כשהייתי נכנס לבית המים. (עץ יוסף: כשהייתי נכנס לבית המים. שאז אסור להרהר בדברי תורה:) מ'דארף אכטונג געבן זיך נישט צו קאכן דערין, און נאר אין דברי תורה.

מיט'ן וויסן ממש די שפיץ פון יעדע מזל און יעדע פלאנעט וואסערע השפעה ס'האט, קען מען נאכדעם לאזן די דמיון פארן און אליין צאמשטעלן וואס מ'וויל. איך מיין אז מ'דארף נישט וויסן מער ווי דעם.

די מזל פון קשת קוקט מיר אויס צו זיין אזא זיבענערישע סארט ענערגיע. נישט קיין חילוק וואו קשת איז, איז עס אלעמאל זיבן! טראץ דעם וואס דער מענטש וועט זיין א צווייער אדער ניינער, צוליב אנדערע מזל'ישע פאקטארן. קשת איז עפעס אזא סארט ענערגיע וואס רייסט זיך ארויס פון די צמצום און וויל אליין וויסן די זאך. קשת איז דער תלמיד וואס קוקט אויך אריין אין די מפרשים צו פארשטיין בעסער די גמ'. זיך צו פארברייטערן דערין.

יעצט, ווען די לבנה איז אין קשת - מיט מיין דמיון - מיינט עס אז די נפש הגעפילן לויפן אויף אזא וועג פון זיך פארברייטערן. דאס הייסט אז יעדע זאך וואס געט א פארברייטערונג פאר'ן מענטש און עס ווערט געפיהלט אלץ א פארברייטערונג, וועט די כוחות הנפש וואס פיהלט "אה, דאס דארף איך, ווייל דאס פארברייטערט" עס האלטן אין זיך, און לויפן אויף דעם מהלך, דהיינו: עס נאכמאל וועלן פיהלן, און טון אזעלכע זאכן וואס מאכן עס נאכמאל פיהלן. ס'איז אזא קשת'דיגע נפש. איך ווייס נישט צו דו מוזט דורכגיין צו וויסן פונקטליך וואס פונקטליך קשת אין לבנה מיינט. ס'איז זיכער בעסער אז מ'ליינט נאר דברי תורה ויראת שמים ודי. וואס דו דארפסט וויסן איז אז די געפילן, דאס הייסט די וועג וויאזוי דער מענטש פיהלט, איז ארום די ענין פון קשת, דערברייטערונג. דאס אלעס. מער ווייניגער: א זיבענער אין געפיל. "באגרעניץ מיך נישט" וואס דען?

איך מיין אז ס'העלפט סייווי נישט, צי מ'ווייסט פונקטליך וואס פונקטליך ס'איז. מ'געדענקט דען? ס'האט איין ווארט: קשת אין לבנה! ואידך פירושא זיל דמיא.

אקעי. ס'דא ניינערס וואס זענען ערגעץ וואו אין זייערע פלאנטן-מזלות א קשת. אבער אויב דו טיילסט אפ יעדע עקסטער, איז עס - דאכט זיך מיר - אזא סארט זיבענערישקייט. (מיט א שמייכל...)

ווען דו ווילסט דילן מיט א מענטש, דארפסטו דען וויסן מער ווי דעם? דאס אז דו ווייסט אז יענעמ'ס לבנה איז אין קשת, דאס איז גענוג.

כוכב אין מזל דלי איז א מענטש וואס טראכט אסאך ווייל דלי אליין איז רוח. און אלעס וואס ער טראכט איז בנוגע "וויאזוי עס לויפט די טובה און די דערעפענונג פון די מענטשהייט. כוכב איז אלעמאל א ענערגיע פון די געדאנקען, א ענערגיע וואס טרייבט צו פארשטיין. אבער פארשטיין וואס? וועלכע ענין? מזל דלי. אלעס וואס דו ווייסט אויף א דלי. אזוי לויפט זיינע געדאנקען. האמיר שוין פריער געברענגט פון ברייתא דשמואל וואס כוכב איז.

נוגה אין מזל טלה. איך מיין אז מ'דארף פשוט נוצן די שפיצן, און נאכדעם אליין צו-דמיונען, און זיך טינקען קען מען אין מקווה און אין תורה הקדושה. און זיך דערווייטערן פון זייערע זאכן.

נוגה איז די נפש הנוגה. די נפש הנוגה איז: וויאזוי די נפש ארבעט ווען עס קומט צו די ענינים פון נוגה. און איך האב שוין פריער אראפגעברענגט וואס נוגה איז. מזל טלה איז די נפש הטלה. די נפש הטלה ארבעט אלעמאל ווי די אנהייב פון תנועות. טון צום זאך! ווארט נישט, טו! די קאר פייפט, נו?

מיט דעם קענסטו יעצט דמיונ'ן. אז וואס? ווען עס קומט צו קויפן א זאך וואס טרעפט חן אין זיינע אויגן (נוגה) ? טלה! "לויף און קויף".

מאדים אין קשת. אויב מ'ווייסט די שפיץ פון מאדים, און די שפיץ פון קשת. קען מען צאמשטעלן די ביידע. קשת איז דאך א ענערגיע וואס זוכט זיך צו פארברייטערן. צדק. דאס מיינט אז די נפש המעשה פונעם מענטש, ר' שרגא נ"י רופט עס 'דעת התבססות' איז ארום די ענין פון קשת = זיך דערברייטערן. זיבענעריש. פון דא קומט די גאנצע אניאגראם.

צדק אין טלה. די נפש פון צדק איז "אריינעמען יענעם אין דיין וועלט" "ארייננעמען זאכן אין דיין וועלט". די נפש פון טלה איז "לויף און טו צום זאך אבער יעצט..." שטעל עס צאם... דער מענטש וועט טון זיך צו זאמלען פארמעגן, אדער די ענין פון שלום. אלעס אנבאלאנגט צדק. אויף א טלה'אישן אויפן.

שבתאי אין מזל קשת. שבתאי איז די נפש הברעיקס פון א מענטש. דאס מיינט אז ווען עס קומט צו די ענין פון קשת, וועט דער מענטש צוריקהאלטן יעדע זאך וואס וויל אים שטערן פון דערגרייכן. אזוי דמיון איך.

בקיצור: ביז אהער איז נישט שווער צו כאפן אז מ'רעדט דא פון א היפשער זיבענער.

השי"ת האט אויסגעשטעלט זיין נאטור פונקטליך לויט וויאזוי ער דארף זיין. זיבן! מיט ווארשיינליך א זעקסער פליגל

און דער היייליגער באשעפער זאל העלפן אז מ'זאל נישט אריינפאלן עוסק צו זיין אין זאכן וואס ער לאזט נישט, און מ'זאל זיך דערווייטערן פון יעדע זאך וואס השי"ת האט נישט ליב. און מ'זאל נאר עוסק זיין אין די הייליגע תורה הק'

מ'קען עס נעמען נאך מער. קשת איז דאך אש, און דלי איז רוח. טלה איז אש. קומט אויס אז אזא נאטור איז מער די ענין פון אש. קלוגער מענטש! נוצן זאל ער עס נאר
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

תשרי ווארט שוין ביי די קארנער מיט א שירעם, שוין א לאנגע צייט.

נשמה, זיי עם מכבד נעקסט. פליז.


שכוח

-כחצי תשרי
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

פאראויס האט געשריבן:תשרי ווארט שוין ביי די קארנער מיט א שירעם, שוין א לאנגע צייט.

נשמה, זיי עם מכבד נעקסט. פליז.


שכוח

-כחצי תשרי

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

ס'איז וואונדערליך צו זעהן וויאזוי די מזל[ות] אין וועלכע א מענטש איז געבוירן האט א השפעה אויף זיינע פארשידענע נפשות. פארשידענע כוחות וויאזוי עס דרוקט זיך אויס די פארשידענע נפשות אינעם מענטש. די נפש המחשבה, די נפש הגעפיהל, די נפש המעשה, וכו'. די מידות.

כדי דאס צו פארשטיין דארפן מיר נעמען די ווארט וואס איז מרמז אויף דעם, און פארשטיין וואס דער ווארט באדייט. ביים מזל תשרי איז די ווארט מאזנים.

די מזל פון תשרי איז מאזנים. מאזנים מיינט א וואגשאהל. מאזנים מיינט: באלאנסירט. ווען עס קומט צו די ענין פון הארמאניע, האט עס די נפש פון א מאזנים ליב, און וועט טון עס אנצוהאלטן.

די בית פון א מאזנים איז נוגה. נוגה איז דאך די ענין פון 'נעמען און געבן' מוז דאך זיין הארמאניע, צוזאמענלעבן.

די שפיץ פון א מאזנים איז די ענין פון באלאנסירט. עס ווענד זיך אין וועלכע פלאנעט מאזנים איז. ווען ס'איז אין נוגה איז עס אנדערש ווי ווען ס'איז אין לבנה, אין לבנה אנדערש ווי ווען ס'איז אין כוכב, און דאס אלעס אנדערש ווי ווען ס'איז אין מאדים וכו'. אבער מאזנים איז די השפעה פון זיך וועלן באלאנסירן די געוויסע נפש אויף וועלכע עס איז געשטעלט געווארן.

מאזנים מאכט אז דער מענטש זאל זיך וועלן מסדר זיין מיט מענטשן. און זיי האבן ליב צו לעבן מיט אנדערע מענטשן צוזאמען און זיי געבן אוועק דערפאר. און זיי זענען וותרנים, האבן ליב שלום און יאגן עס נאך, האבן א גוט אויג, פארגינען דיר, און זענען נישט נוקם ונוטר. אפילו ווען זיי קריגן זיך ווארטן זיי שוין ווען עס גייט זיך ענדיגן די קריגעריי. און בכלל בארואיגן זיי זיך שנעל, ווייל זיי ווילן בלייבן אין באלאנץ. וועסטו מיר זאגן אז נישט יעדע תשרי איז זיך אזוי פיין מסדר מיט מענטשן? די תירוץ דערויף איז אז אדער האט דער מענטש נאך אנדערע כוחות, אנדערע השפעות פון אנדערע פלאנעטן-מזלות וואס זענען א סתירה מיט די ענין פון זיך מסדר זיין, אדער איז דער מענטש זיך יא מסדר דאס מערסטע שייך כדלהלן

פון מאזנים קען ארויסקומען די פארקערטע פון מאזנים אויך. ווייל וויבאלד ער מוז זיך באלאנסירן מיט 'פלוני אלמוני' עט ער נישט ליב האבן צו זיין מיט יענעם אויב יענער נעמט אים צופיל ארויס די מארך. סתם א מענטש טראכט ביי זיך: יענער איז יענער, און איך בין איך. אבער דא דארף איך דאך זיין באלאנסירט מיט יענעם, און אויב יענער איז צופיל אנדערש איז עס שווערער. עס קאסט מער נערווען, מער מחשבה, מער וואג, מער קאלקיולעשן, דערפאר לאז איך מיך אפ פון יענעם. "יענער איז גורם אז מ'זאל זיך דארפן טענה'ן, און איך האב נישט ליב זיך צו טענה'ן" "איך קען מיט יענעם נישט לעבן" א צווייטער וואלט געקענט. די שאלה איז וואס מיינט לעבן מיט יענעם.

וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז אז די ענדע אויפפירונג וואס דו זעהסט אויף א מענטש קען האבן די פארקערטע שורש.

מאזנים מיינט באלאנסירט, און דאס איז די סיבה פארוואס עס פיהלט זיך געשמאק צו זיין מיט א מאזנים, די סיבה איז ווייל ער באלאנסירט זיך צו שטומען לויט דיין נפש.

אבער דאס מיינט נישט אז א מאזנים וועט נישט קענען אויספירן זיינע אייגענע רצונות. ער קען יא. נאר ער וועט עס אזוי גוט מאכן, און דיר ערקלערן די ריכטיגע דיבורים, אז דו זאלסט מסכים זיין דערצו. ווייל די שפיץ איז באלאנץ, און איך דארף נאר טרעפן וויאזוי, "וואס און וויאזוי דארף איך רעדן צום דעם מענטש וועגן דעם ענין" אבער די שפיץ איז נישט: זיך מבטל זיין צו דיר אינגאנצן. ביטול איז נישט באלאנץ.

א מאזנים האט ליב אזא שיינקייט וואס האט מיט באלאנץ. נישט יעדע שיינקייט האט מיט באלאנץ. ס'דא - צום ביישפיהל - ניגונים וואס האט מיט באלאנץ. שרייב ארבעט וואס האט מיט באלאנץ. תפארת'דיג.

ס'דא וואס האבן זייער ליב אזעלכע דיינים וואס זענען 'מאזנים'. ווייל זיי האבן זייער שטארק די פיפטע שולחן ערוך. זיי נעמען אין באטראכט נאך זאכן.

זיי זענען ווייניגער "מושל ושליט" ווען עס קומט צו די ענין פון חינוך. און מער "אוהב וסבלן". ווייל זיי באלאנסירן זיך מיט די נפש פונעם קינד.

א מאזנים האט נישט ליב אומאנגענעמע מצבים, אדער מצבים וואס זענען ארויס פון באלאנץ. און די סיבה איז ווייל עס איז נישט באלאנסירט. אלעס קומט פון איין שפיץ: מאזנים! און דערפאר וועסטו אים מער זעהן בשמחה. ווייל עצבות איז א ענין פון "ארויס פון גלייכגעוויכט". 'זיבן' קען קומען פון מאזנים.

ס'דא גאנץ אסאך כאראקטעריסטישע שטריכן וואס באלאנגען צו א מאזנים. די וועג וויאזוי זיי רעדן איז אלעמאל מיט אזא באלאנסירטקייט. זיי האבן זייער איידעלע געפילן. און דאס קומט ווייל זיי גייען אריין אין יעדע זאך צו פארשטיין די באלאנץ דערפון. און דאס מאכט זיי אריינקריכן אין די טיפסטע איידלסטע געפילן. ווייל אלעס דארף דאך ווערן באלאנסירט.

איינע פון די זאכן וואס ער שרייבט אויף א מאזנים איז: אז זיי זוכן זיך אנצולאנען אויף א כח וואס איז שטערקער ווי זיי. די סיבה? קען זיין ווייל ווען א מענטש דארף זיך באנוצן מיט די אייגענע כוחות, דארף עס ארויסגיין פון באלאנץ. ווען זיי דארפן אנפירן עפעס איז עס אויך שווער פאר זיי. אזוי טוט עס יענער. און דאס איז אויך די סיבה פארוואס זיי האבן ליב "געזעצן און גרעניצן" ווייל דאס באלאנצירט.

ס'דא ווען א מאזנים טשעפעט, און די סיבה איז: דאס באדערט דיך? מיך וואלט עס נישט אנגעגאנגען. אבער די רגע זיי כאפן אז דו האסטעך באליידיגט וועלן זיי דיך איבערבעטן.

אפילו זייער שטומע איז אויך אויף אזא באלאנסירטע אופן. זייערע תנועות איז אויף אזא מאזנים'דיגע אופן. זייער גאנג. אלעס איז אזוי פונקט אינדערמיט.

איינע פון די שוועריגקייטן פון מאזנים איז אז עס מאכט שווער פאר'ן מענטש צו כאפן די ריכטיגע וועג וואס צו טון. ווייל ס'איז דאך דא אזויפיל זייטן צו א ענין. קען זיין אז דערפאר האבן זיי ליב אז איינער - א באלאנסירטער - האט שוין באשלאסן פאר זיי.

א מאזנים ארבעט שווער און האבן נישט קיין צייט זיך אפצוריען. פארוואס? ווייל דאס איז א עבודה שלימה. מ'מוז אגאנצן צייט, ממש יעדע רגע, נאכאמאל צוריקגיין אין באלאנץ. און יעדע רגע איז דא אסאך וואס צו בלאנסירן. און דערפאר איז ער אינערליך זייער אנגעצויגן. ווייל ער דארף וויסן פונקטליך וויאזוי מ'באלאנסירט זיך. אבער ער דארף אויך ארבעטן דאס נישט ארויסצואווייזן, וואס דאס לייגט נאך צו צום אנגעצויגנקייט. דארף מען אים מחזק זיין.

ווי אויך זארגט ער זיך אלעמאל אז אפשר איז ער נישט יוצא כלפי מענטשן, אפשר אויך כלפי הלכה. פון דא קען קומען די איינזערישע טייפ. די פונקטליכקייט. איך מיין נישט צו זאגן אז יעדע מאזנים איז א איינזער. אדער אז יעדע איינזער קומט נאר פון מאזנים. ס'קען אבער - ווארשיינליך - צוגעבן.

א מאזנים וועט קענען אנפירן און מסדר זיין אזאך. פארוואס? ווייל זיי טוען דאס כסדר מיט זיך אליין. און זיי האלטן דאס כסדר מיט אין די דרויסנדיגע וועלט. ווייל אלעס וואס האט מיט "מאזנים" כאפט זיך ביי זיי גוט אויף, און זיי לעבן דערמיט, האבן עס ליב, ווילן בלייבן דערמיט.

(ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן וויאזוי עס ווערט פארגעשטעלט פאר א מאזנים א ספק וואס האט מערערע צדדים, און ער מוז שוקל זיין. און - לפי דמיוני - ווען ער זאגט וואס ער האט באשלאסן, מאכט ער אזעלכע תנועות וואס ווייזן ארויס א 'וואגשאהל'. אזוי אהער און אהין מיט די קאפ, אדער מיט די קערפער.)

דא שרייבט ער עפעס אבער איך ווייס נישט וואס עס האט מיט 'מאזנים', אבער איך האב עס שוין געזעהן ביי מאזנימ'ס: זיי האבן ליב צו טון מצוות און צו מזכה זיין דעם רבים. עס קומט מיר אויס אז דאס האט מיט עפעס העכערס, נענטער צום עכטן שורש.

האבן ליב צו הערן דאס אייגענע שבח און מ'זאל אים קלאפן אויף די פלייצע אויף די גוטע זאכן וואס ער האט געטון. וואס האט עס מיט מאזנים? נאר זייער פשוט. דאס געט אים די געפיהל אז מ'איז מיט אים. אלעס קומט פון איין שפיץ. (אזוי האף איך...)

ער זאגט אז מאזנים האבן אין זיך א געוויסע שטאלצקייט. מ'קען עס פארשטיין. ווייל ס'איז נישט זייער אייגענע שטאלץ. ס'איז גענומען פון די מענטשן מיט וועם זיי זענען באלאנסירט. מ'קען עס פארשטיין ווייל די ענין פון השפלה איז ווייניגער. ווייל "איך בין דאך גוט..."

א מאזנים ווייסט זייער גוט וואס עס מיינט "לשנות מפני דרכי שלום". גדול השלום...

א מאזנים איז קלוג, ווייל ער איז אין רוח.

אין די אניאגראם קוקט מיר יעצט אויס אזוי.

די עצם מאזנים קען ווערן גענוצט צו פיטערן מערערע טייפס. א איינזער דארף אויך זיין באלאנסירט. וועט עס זיין א איינזער מיט א ניינער פליגל.

ווי אויך קען מאזנים גענוצט ווערן צו פיטערן די נומער צוויי. אדער דריי. אדער זיבן.

מאזנים אין חמה מיינט אז דער עצם מענטש, דער 'איך', דער 'דרייווער', דער וואס האט די בחירה, די 'יכולת' פונעם מענטש וואס באלאנגט פאר'ן אייבערשטן, האט די שפע פון מאזנים.

אין מאדים מיינט עס אז די מעשים פונעם מענטש איז מאזנימ'דיג. ווען עס קומט צו טון פעולות, וועט דער נפש ווערן נתעורר פון אזעלכע מאזנימ'דיגע פעולות. די אויפירונג וועט זיין ווי עס פאסט. זיי נישט נאריש, און פיר דיך נישט אויף נישט צו אהער, און נישט צו אהין.

אין נוגה מיינט עס אז ווען עס קומט צו ווערן נתפעל פון 'נוגה'דיגע זאכן, איז עס אויף א מאזנימ'דיגע וועג. יא, א גוטע חבר אדער נישט א גוטע חבר. אויסגערעכנט. עס לוינט יא צו ווערן נתפעל פון יענע בא'חנ'טע זאך אדער נישט. דאס איז נוגה אין מאזנים. בערך... אם להימשך אחריו אם לא.

אין לבנה מיינט עס אז די געפילן פונעם מענטש לויפן אזוי. נישט אהער, נישט אהין, נאר פונקט אינדערמיט. נישט צו א בעל בכי, און נישט צו בשמחה. נישט צו א פרומער, און נישט צו א קל. וכו'. א ערליכער יוד פונקט אזוי.

מזל הצומח מיינט עס אז די וועג וויאזוי דער מענטש וויל ערשיינען איז מאזנימ'דיג.

פון די מזלות קען מען זיך לערנען א מוסר השכל. אז מ'קען צומאל מיינען אז מ'פארשטייט פארוואס א מענטש טוט וואס ער טוט. אבער ווען מ'ווייסט פון אזא זאך ווי א מזל, קען מען פארשטיין אז ס'דא גאנץ אנדערע סארט מענטשן ווי מיר. זייערע געדאנקען זענען ארום אנדערע דימענשאנס ווי מיין.

און דער הייליגער באשעפער זאל העלפן אז פון מיינע געשרייבאכץ זאל מען נישט צוקומען נאר צו אונזערע ספרים הקדושים, אז קיינער זאל חלילה נישט נכשל ווערן פון מיינע געשרייבאכץ. אזוי ווי מ'בעהט: שלא נבוש ושלא נכלם ושלא נכשל לעולם ועד
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

דער @נשמה איז אזוי גוט ווי אזוי קען ער מיר אזוי ארויס רבונו דעלמא

יישר כח נשמה!
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

ייש"כ גדול @נשמה על מה שנתת לי. כ'וועל דארפן ישוב הדעת דאס צו לעזן.
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

איך בין א טבת איך טרעף מיך נישט אזוי שטארק. וואס דארף דעיס מיינען ?
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:איך בין א טבת איך טרעף מיך נישט אזוי שטארק. וואס דארף דעיס מיינען ?


די זאכן וואס ווערט דא באשריבען זענען די מזל מיטען חשבון פונעם זון. געהערט פון א מומחה אז מען דארף אויך אין נעמען חשבון ביי וועלכער מזל די לבנה איז געווען. עמיצער איז באקאנט?
יקשן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 12:49 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקשן »

געהאט א שמועס נעכטן מיט עמיצען וואס פלאגט זיך ארום מיט פארשידענע שווערעקייטען. ער האט מיר אביסל געגעבן צו פארשטיין וואס עס טוט זיך אפ ביי אים אין די קושקעס, און עס האט מיר אביסל געחאפט.
האט ער מיר מסביר געווען אז ער שפירט "אנדערש" פון רוב מענטשען, דהיינו, ווען ער פארברענגט מיט אנדערע און מען שמועסט סתם על דא ועל הא און יעדער ווארפט אריין זייער מיינונג פילט ער ווי זיין מיינונג איז עפעס וואס אויב ער זאל עס ארויסזאגען וועט מען אים נישט פארשטיין, נישט ווייל ער איז חושש אז עס איז עפעס וואס ענטהאלט אין זיך טפשות, נאר פשוט ווייל עס קומט פון אינגאנצען אן אנדערען קוק ווינקל ווי דער עולם שטייט איין.

איך בין נייגעריג צו הערן וועלכער חודש מען וואלט אים צוגעטיילט?
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:איך בין א טבת איך טרעף מיך נישט אזוי שטארק. וואס דארף דעיס מיינען ?


גארנישט. עס איז אקעי אזוי
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

וואונדערליכער באשעפער וואס דו האסט באשאפן די נפשות פון די מענטשהייט.

צו ביישפיהלן די השפעה פון טלה, טראכט פון די כח וואס א מענטש געט צו געבן א שאקל א אייזן אז ס'זאל זיך אנהייבן שאקלן אהער און אהין. דער כוח איז טלה. גאנץ א פעסטן שאקל, די בית פון טלה איז דאך מאדים.

דריי מזלות זענען אש. טלה, ארי', און קשת. טלה איז די פייער וואס צינד זיך אן. רייבן איין שטיין אין צווייטן און אנצינדן די פייער. ראשון הוא לכם לחדשי השנה. ארי' איז: זיך באלייכטן פאר די וועלט און זאגט "זעהט מיין שיינקייט, מיינע כוחות" די בית איז חמה. קשת איז: לייכטן דאס ליכטל צו זעהן דא און דארט און אהינציר און איבעראל. קשת איז די פייער'ל וואס רוקט זיך אהער און אהין. אין דעם שטוב, און נאכדעם אין די אנדערע שטוב. לראות בבנות הארץ.

דריי מזלות זענען עפר. שור, בתולה, און גדי. שור איז: עס פיהלן אינעם גוף מיט די חושים. א ענין פון מלכות. ווען דו זעהסט א שור, זעהסטו עס. ער איז דאהי. א אריינגעסקרוטע סקרו וואס שטייט מיט זיינע צוויי פיס אויף דער ערד. עפר. בתולה בויט א בנין (עפר) און אנאליזירט וועלכע שטיין עס פאסט אריין, און וועלכע שטיין מ'קען שוין אוועקווארפן. און עס איז מסדר די אויסגעקליבענע שטיינער. בתולה אנאליזירט און איז מסדר. גדי נעמט אויף זיינע אקסל די אחריות פון בויען. ויט שכמו לסבול. אינדערצייט וואס בתולה איז מסדר די הויז, וועט גדי נעמען דאס אחריות צו בויען. א בתולה זוכט נישט צו טראגן אויף זיינע פלייצעס, א גדי יא. די כח פון א בתולה ליגט אין די כוח המחשבה וואס אנאליזירט "וואס יא, און וואס נישט", די כח פון א גדי ליגט אין די אקסלן. ברייטע פלייצעס. נעמט אויף זיך. קרעדיט קארטליך וכו'. ביזנעסער.

דריי מזלות זענען רוח און עס קוקט מיר אויס אז אלע האבן מיט קאמיוניקירן מיט מענטשן. תאומים קאמיונקירט כדי צו טראכטן און פארשטיין, מאזנים קאמיוניקירט צו באלאנסירן, און דלי קאמיוניקירט אלץ א יחיד פון די חברה.

דריי מזלות זענען מים. סרטן, עקרב, אדר. סרטן איז געבן וואסער, עקרב איז גרובלן א לאך אין א שטיין מיט וואסער, און דגים איז לעבן אין וואסער. עקרב איז די ענין פון גרובן. זיי האבן ליב זיך צו דערגרינטעווען צום שורש, און זיי לאזן נישט אז איינער זאל זיי אוועקנעמען פון גריבלן. דאס איז די כוח פון א עקרב. א עקרב האט אין זיך א שטארקייט.

סרטן איז די מאמישע געפיל פון געבן צו טרינקען. די געפיל פון פראטעקשן. יא, יענע יוד וואס האט געלערנט מיט דיר אלץ בחור א שטיקל נועם אלימלך און דיר געוואלט געבן דעם גוטן געפיל פון קער און פראטעקשן.

לעולם ילמוד אדם בלשון קצרה. מ'זעהט אז ווען די הייליגע גמ' שילדערט די טבעייים פון די פלאנעטן, זאגט עס נאר איין אדער צוויי ווערטער. פארוואס? וועגן דאס איז די וועג וויאזוי מ'פארשטייט עס.

די ווארט פון טלה איז: תנועה. ליתן ראשית התנועה. דאס איז וואס דו זעהסט אויף א טלה. די שטארקייט צו געבן דעם ערשטן גוטן שטופ.

שור: גוף. צו פיהלן מיט די חושים. אראפצוברענגען די השפעה חושיות'דיג.

תאומים איז: להגות. הגיון איז אויך א לשון פון רעדן. און פון טראכטן.

סרטן איז: געפיל. עס איז די זארג וואס זארגט זיך פאר דיר. גם לגמליך אשאב.

ארי' איז: התראות. זיך ווייזן.

בתולה איז: לסדר. בתולה מאכט ליסטעס און שטרייכט אויס וואס מ'האט שוין ארלעדיגט. און האלט נאר דאס וויכטיגסטע וואס קומט אריין דא.

מאזנים איז: מאזנים. זיך האלטן אין באלאנץ.

עקרב איז: גריבלן. דאס נישט נאכלזאן צו גריבלן. האט סיי פעסט אנצוכאפן וואס מ'האט שוין. און סיי זיך נישט לאזן אוועקשטופן. עקרב.

קשת: איז לראות. עקספלארירן די וועלט. די חילוק פון א קשת און א תאומים איז: אז תאומים וועט ליינען איין נושא מחשבתי און פרובירן צו זעהן צו ס'האט נאך חידושים דערין, און א קשת וועט ליינען מערערע נושאים. און נישט דוקא טיף אין מחשבה, נאר עקספלארירן.

גדי: איז לבנות. טראגן אויף די פלייצעס. בויען מוסדות וכו'.

דלי איז: קלוגער. א חבר פון די חברה. וואס זאל מיינען חברה, און וואס זאל מיינען זיין א חבר דערפון. אין דלי בלי עם. עס איז די 'עם' וואס טוט אזוי און אזוי און איך טו אנדערש ווי יעדם

דגים איז: דמיון. וואסעריג.

והשם הטוב יעזור אז מ'זאל חלילה נישט אריינפאלן אין קיין שום שלעכטע דיבור. איך האב שוין געזאגט אז ווען דו ווייסט אז איינער איז א קשת, אדער א דגים, און דו באטראכסט אים, לערנסטו דיך סך שנעלער, פארשטייט זיך ווען דו ווייסט אלע זיינע פלאנעטן-מזלות, ווי ליינען זייערע זאכן, וואס איז אין בעסטן פאל גרויע עריע.
לעצט פארראכטן דורך נשמה אום מיטוואך דעצעמבער 08, 2021 4:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2948
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע: אין פיצא סטאר

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

יעצט אנגעקומען צו דעם אשכול, אלץ א טבת'ר וועל איך פרובירן מגיב צו זיין
נשמה האט געשריבן:בס"ד

לאמיר אביסל זעהן וואס דאס איז מזל גדי. וואס האט השי"ת אריינגעלייגט אין די כח פון די צייט אפשניט וואס מ'רופט מזל גדי. יסוד העפר. און לאמיר פארשטיין פארוואס איז דאס יסוד העפר.

איך קען נישט צופיל מענטשן וואס איך ווייס אז זיי זענען טבת. איך וועל פרובירן צו שרייבן דאס מערסטע וואס איך פארשטיי.

עפר מיינט אז דער נפש פון א טבת ווערט געווירקט פון א ציאונג צו גראוויטעט. ער זעהט אז ס'דא א וועלט, און ער זאגט צו זיך אליין: נוץ דיינע כוחות צו מאכן דערפון עפעס. און ער וויל מצליח זיין. א נפש וואס דער יסוד העפר ווירקט אז ס'זאל זיך רירן, שאפט עס (לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט) א ציהל וואס איז 'והארץ נתן לבני אדם'. 'דירה בתחתונים'. אוודאי האט ער א שטארקע רצון. אבער מעשה איז ביי אים דער עיקר. ער שרייבט אז א טבת איז נישט דער וואס עס ציהט אים צו דערגרייכן עפעס גאר גרויס. חוץ אויב ער פארשטייט אז דאס דארף אים ציען. אבער נישט אז 'ציען צו עפעס גרויס' איז דער עיקר.

א טבת איז בטבע זייער א גראדער. און ער שרייבט עס אויף נאך אפאר חדשים. איז, דאס איז נאכנישט קיין בחינה. ס'קען אבער צולייגן.

א טבת האט ליב כבוד. כבוד פארנעמט ביי אים א א היפשער פלאץ. ער איז זייער האקל מיט די ענין פון כבוד. ער לייגט אריין פיהל ענעריגע צו דערגרייכן כבוד, און אז מ'זאל אים געבן א וועליו. (ביי ערליכע יודן איז עס כבוד ה', און פארקערט, ער וועט זיך מבזה זיין פאר'ן כבוד שמים.) און א טבת וועט נישט מוחל זיין איינער וואס האט אים געטשעפעט זיין כבוד. אדער אויסגענארט אויף א אופן אז ס'האט בארירט זיין כבוד. ער ווייזט נאר ארויס אז ער איז מוחל, אבער אין הארץ איז ער נישט מוחל.
נישט ממש ריכטיג
בקיצור א טבת ווייסט צו זאגן פונעם ענין פון כבוד. ער ווייסט וואס דאס איז. וויאזוי מ'עסט עס. אדער וויאזוי מ'דארף אנטלויפן דערפון. בקיצור, ער ווייסט דערפון.

לויט וויאזוי ס'קוקט מיר אויס, איז די נפש פון א טבת געמאכט אויף צו מאכן א בנין פון די וועלט, און אויך פון זיך. און אויב ס'איז כבוד, און כבוד קומט פון אינדרויסן פון אים. יעצט, א עפר איז אנדערש ווי מים. אויב ס'באקומט א זעץ, בלייבט עס. זעהט אויס אז ווען איינער טשעפעט אים, לערנט ער זיך פון יענעמ'ס טשעפע. עס פארעמט אים אויס.

א טבת געט פון זיך א רואיגקייט. א שטילקייט. עס איז די בחינה פון עפר. שטיל. פעסט. ( א שאד אז איך דארף נאכשרייבן און איך האב נישט ארויס וואס ער שרייבט)
דארף איך פרעגן מיינע ארומיגע....
ביי א טבת ווערט די גאנצע וועלט א קלארער שטיק. ס'איז נישט א בחינה ווי מים, ער זעהט קלאר די מעלות וואס ארומיגע האבן. (איך דמיון אריין דאס מערסטע שייך. ווייל איך קען נאך נישט טבת'ער. אויב איינער גייט מיר זאגן אז אזוי איז עס, וועל איך וויסן אז איך שרייב ריכטיג) ער זעהט יענעמ'ס מעלות, און עס האלט זיך ביי אים די ווערד.

א טבת זוכט שלימות. אבער איך וואלט עס נישט גענומען אלץ א עיקר אין די וועג וויאזוי זיין נפש ארבעט. ביי א אלול זאגט ער אויך אז א אלול זוכט שלימות. און ביי אדר זאגט ער אויך אז ער זוכט שלימות. קען זיין, אז יעדע פון די שלימות'ער וואס איטליכער זוכט איז א אנדערע סארט איינע פון די אנדערע.

א טבת איז א שטיקל קפדן ווען דו קוקסט עס אן פון א געוויסע ווינקל. און ער איז א שטארקער סבלן ווען דו ריקסטעך אביסל די אנדערע זייט און דו קוקסט פון דארט.
סבלן יא, קפדן נישט
א טבת איז א דייקן. וואס ער טוט, טוט ער עס אין גרונט. און צום תכלית. דאס מיינט אז ער איז א דייקן. און ער האלט פון וואס ער טוט. ער שרייבט ער האלט זיך גרויס מיט וואס ער טוט. א אב קען אויך אנטוויקלן די מידה פון גאווה. אבער דא רעדט מען פון א געפיל פון "איך בין שטאלץ אז אזוי דארף מען טון". אזא סארט ויגבה לבו בדרכי ה'. וואס האט עס מיט עפר? טראכט איך, אז ס'איז נישט סתם "איך טו". ס'איז א דבר ממשי. אזאך וואס ער טוט איז א דבר ממשי.
כמעט
א טבת איז באגלייבט. און ער גלייבט, ער טראסט, ער געטרויעט. דאס איז נישט נאאיוויטעט, נאר זיי האבן אזא אינטואישן צו שפירן ווער עס איז באגלייבט און ווער נישט. איך קלער אז דאס קומט אויך פון יסוד העפר. ער זעהט וואס יענער איז.
ריכטיג
א טבת איז אזא דייקן, און עס גרויסט זיך אין אים אזוי שטארק מיט אלעם וואס ער טוט, ער איז ביי זיך אזוי קלאר, אז עס רעגט אים אויב מ'טוט נישט אזוי ווי ער פארשטייט. דאס קומט פון יסוד העפר. ער זעהט עס קלאר.
דייקן יא, זיך רעגן נישט
יעצט, אויב ער איז זיך טועה איז ער גרייט מודה צו זיין על האמת אז ער האט געמאכט א טעות, און ער וועט זיך לערנען כל ימי חייו. און מער וועט ער דאס נישט טון. דאס קומט פון יסוד העפר. אלעס ווערט ביי אים צעמענטירט.
ריכטיג
א טבת לייגט זיך אריין אינגאנצן צו טון וואס ער האט מקבל געווען אויף זיך צו טון. ווייטער יסוד העפר, מאכן עפעס. (איך האב ליב צו מאכן איין נקודה פון די גאנצע בינטל) עולם המעשה.
ריכטיג
א טבת האט א חן, א דערהויבנקייט, איידלקייט, און ערנסטקייט. (נראה כצדיק אפילו אן עבודה) א אב, ארי'ה, האט אויך א חן. די חילוק איז, אז א אב איז מער יראת הכבוד, א ארי'. awe. ביי א טבת איז עס א געוויסע ליבליכקייט. כך נראה לי.
דארף מען פרעגן די ארומיגע...
ער זאגט אז די לעבן פאר א בן מזל גדי איז טאפעדיג. נישט לופטיג. נישט טעארעטיש. עס איז נישט אן איידיע. ער לעבט עס מיט. ס'איז ביי אים א הארטע זאך. עפר. ער שפירט אז ער גייט יעצט אן. און אז ער דארף זיך שלאגן דערפאר. און מ'קען נישט פארלירן קיין מינוט.
ריכטיג
א טבת קען נישט נעמען קריטיק. און אפילו נישט קיין "דשאוק" אויף זיין חשבון. און די סיבה האב איך שוין ערקלערט לפי מיטב דמיוני. אז יעדע טשעפע, אדער ווארט, איז ביי אים א בנין וואס בלייבט.
נישט ריכטיג
א טבת האט א שארפן שכל. אסך חדשים האבן א שארפער שכל לויט אים. א טבת קען זיך גאר טיף קאנצענטרירן. און האט ליב מגדיר צו זיין זאכן. אזוי ווען א מעלער מאלנט, דארף ער כאפן דעם ריכטיגן קאליר וואס ער זעהט, און ער דארף קריטיקירן צווישן גאר ענליכע קאלירן. דאס מיין איך צוזאגן. דאס - מיין איך יעצט - קומט פון יסוד העפר. א אלול האט די זעלבע זאך. הגם א אלול איז מער א רואיגערע טייפ ווי א טבת.
ריכטיג
א טבת איז מער צדק ווי רחמים. ווייל ער איז גראד. גראד, דהיינו, פאקטיש. אמת. אביעקטיוו. צדק פארנעמט ביי אים א עיקר. רחמים באלאנגט פאר א אנדערע יסוד, ווי יסוד העפר. א טבת איז נישט ווייעך, און ער איז נישט "מ'דארף זיך נישט רעכענען מיט מיר". ער איז: איך בין דאהי. און איך זאג. און מ'דארף אזוי און אזוי טון. אפילו מ'דערליידט עס נישט צומאל. ער קען נישט פארטראגן א שוואכע משפט. אדער אז מ'האט נישט מחליט געווען. אלעס איז ביי אים געגאסן. יסוד העפר. אנדערש ווי ביי א אדר, וואס ביי אים איז אלעס מער פלאטשקעדיג. און: ס'עט זיין גוט.
כמעט ריכטיג
א טבת וועט טון זאכן בנוגע כבוד און האבן א גוטע נאמען. כבוד און האבן א גוט'ן נאמען, איז ביי אים א זאך. (פארשטייט זיך, דאס איז נישט אזוי ביי ערליכע יודן. ערליכע יודן וועלן זיך אננעמען פאר'ן כבוד שמים. אפילו אויב מ'דארף זיך אליין מבזה זיין)
נישט ממש
א גדי, געבט זייער אכטונג. האט נישט ליב צו צעווארפן זאכן וואס מ'האט שוין אויפגעבויט, אדער זאכן וואס ער האט שוין מסכים געווען אז אזוי גייט מען טון. אפילו אויב ער האט שאדן דערפון. וואס איז דאס? יסוד העפר. אזאך וואס איז שוין געבויט, געב איך דערויף אכטונג.
ריכטיג
א טבת וועט נעמען אויסגעפראווטע שיטות. וואס מ'האט שוין געזעהן אז ס'ארבעט. ווייטער יסוד העפר. ער זעהט אלעס ווי געבויעטע זאכן. נישט אין א וואסעריגער פארמאט.
ריכטיג
א טבת האט נישט מורא פון ארבעטן שווער. און ער האט נישט מורא פון זיך פארמעסטן. ער ווייסט אלעמאל אז אזוי קומט עס. דאס איז לעבן. עס איז שווער? נו, דאס איז לעבן. דערגרייכן אין לעבן איז צומאל ווי ארויפקריכן א בארג, אבער ווילאנג איך קען זעהן דעם ציהל אויבן פונעם בארג וועל איך זיך רוקן אהין. געדויערט עס צייט און כוח.
ריכטיג
א טבת האט ליב מוזיק. אבער דאס איז נישט קיין ראי' בוחן צו זיין א טבת. א טבת האט ליב גוטע זאכן. א לעדערנעם מחזור. א שיינעם בענקעל. זיין הויז, איז מסודר. ער האט ליב סדר. ווייל אלעס איז ביי אים צעמענטירט. און אויך איז עס א בחינה פון כל כולו אומר כבוד. עס ברענגט ארויס כבוד.
שיינע זאכן יא, סדר - ווייט דערפון...
א טבת וואס זאגט צו עפעס, האט עס א דעקונג. אויב האט ער צוגעזאגט, וועט ער עס טון פאר יעדן פרייז. עס האט דעקונג.
ריכטיג
א טבת ווערט נישט צו שנעל גוט מיט אנדערע. אנדערש ווי א אדר. א טבת האט גאנץ א ברייטער קאמפאניע, אבער ווייניג פון דיע זענען זיינע נאנטע חברים. וואס איז פשט? זעהט אויס, אז א מענטש איז זייער משפיע אויף זיין נפש. (איך טראכט נאר) ווייל זיין נפש איז יסוד העפר.
ריכטיג
ער פארציילט נישט זיינע באהעלטענישן פון זיין הארץ. האט ליב צו פארציילן נאר די טובות וואס ער האט געטון פאר אנדערע. אדער טובות וואס אנדערע האבן אים געטון. און אויב איינער האט אים געטון א טובה, איז ער יענעם שטענדיג מכיר טובה. תמיד.
ריכטיג
שלעכטס וואס אנדערע האבן אים געטון, האלט ער אין זיך.
ריכטיג
א אינטערעסאנטע זאך וואס ער שרייבט אויף א טבת. יעדע זאך אין לעבן קומט אים אן שווער. אבער ער איז זיך נישט מייאש. און ער האפט שטענדיג אז עס וועט גוט זיין. און שלעכט וואס קומט - השי"ת זאל אפהיטן - זיין וועג צעברעכט אים נישט (זעהט אויס אז ס'צעברעכט אים נישט עד הסוף, ער קען זיך צאמקלויבן)
ריכטיג
א טבת האט אין זיך עקשנות. און התמדה. און ווי ער האט שוין פריער דערמאנט, ער געט זיך איבער צו וואס ער טוט.
ריכטיג
צומאל קען יאוש אראפשלעפן זיין זעלבסט-זיכערקייט. ספעציעל ווען עס קומט חס ושלום א צרה, אבער ער שטארקט זיך דערויף.
ריכטיג
אינטערעסאנט איז, אז א טבת האט א זעלבסט-זיכערקייט. אנדערש ווי א אדר.
ריכטיג
ער גייט נישט בארגן געלט, נאר אויב ער האט פון וואו צו באצאלן.
ריכטיג
די אופן וויאזוי א טבת האט ליב, אדער האט פיינט, איז נישט אזוי פארשטענדליך. ס'האט זיך זיין אייגענעם וועג.
אוטש... ריכטיג
ער טוט נישט אזוי שנעל א שידוך, נאר אויב ער ווייסט זיכער אז זי איז די ריכטיגע פרוי פאר אים. ער איז מער אינטעלעקט ווי געפיליש מיט זיין צוגאנג צו נישואין.
מיין טאטע - וואס האט געטאן מיין שידוך- איז נישט קיין טבת....
א טבת האט א נטי' אריינצוקלערן אין זיך. (איך מיין אז דאס זאגט ער) און ער ווערט צעקלאפט ווען מ'טוט נישט אזאך לויט זיין געשמאק. און זיין געזונט קען אפילו ליידן דערפון. עס קען זיך אים זארגן אויף קלייניגקייטן, און עס קען אויסשעפן זיין ענערגיע.
נישט ממש
האבן זיך נישט ליב אפצורעדן, און האבן נישט ליב מענטשן וואס מוטשענען.
ריכטיג
ער מוז קודם זיין מסודר מיט א הויז און א משפחה, און נאכדעם קען מען אנגיין ווייטער.
קיינמאל פרובירט אנדעם... כן יעזור ד' הלאה!
א טבת איז קיינמאל נישט געהעריג א קינד. ער איז ערוואקסן שוין זייענדיג א קינד. זייער ערנסט א גאנץ לעבן. זעהט אויס אז דאס וואס דו זעהסט א טבת מאכן א ווערטל איז עס גארנישט אזוי ווערטלדיג. און ווען דו זעהסט א אדר זיין ערנסט, איז עס נאכנישט אזוי ערנסט. (איך רעד פון פשוט'ע מענטשן)
שוואך
אויב עס רירט אן זיין שטוב לעבן, לאזט ער אפ זיין קאריערע. שטוב איז קודם.
ריכטיג
א טבת האט אזא נאטור פון זיך איינקויפן א אוטאריטי. זיך איינקויפן אזא "ווען איך זאג עפעס, קענסטו מיך פאלגן" "איך זאג נישט אבי געזאגט" "איך האב געזאגט, און ווייל איך האב געזאגט קען מען אזוי טון". השי"ת האט אים אזוי באשאפן. זעהט אויס כדי מ'זאל אים פאלגן. ער האט זיך זיינע אייגענע שטרעבונגען. און ער האט זיך זיין אייגענעם אויפגאבעס. ער נעמט אחריות. בקיצור, גייסט צו א טבת פרעגן עפעס, און ער זאגט דיר עפעס, האט עס - לויט דעם - קאווערידש.
גאנץ כמעשה
יונגערהייט קען מען נאך נישט זעהן אויף אים א זעלבסט-זיכערקייט, שפעטער יא.
נישט ריכטיג
זייער פלינק, זייער איבערגעגעבן, זייער געווארנט, זייער איבערגעטראכט, און זייער געלאסן.
אמת
געבן זייער אכטונג אויף זייער געזונט, פאלגן אויס אלעס וואס דאקטורים זאגן, זענען זייער עמפינדלעך צו זייער געזונט.
נישט געווען ביי קיין דאקטער די לעצטע .... יאר....
עס איז ביי זיי א וועליו צו האבן א משפחה ארום און ארום. און זיי פאדערן אז מ'זאל אלעמאל געבן דעם ריכטיגן אטענשאן
משפחה יא, אטענשאן נישט
זיי ווילן אז יעדער זאל גיין אויף די זעלבע וועג ווי זיי גייען. זעהט אויס אז דאס קומט ווייל ארומיגע האבן א שטארקע השפעה אויפ'ן טבת, ווייל ער איז יסוד העפר. איז, אויב יענער גייט אנדערש, שפירט ער אז ער אליין איז אנדערש. (לפי דמיוני כתבתי)
נאופ
א טבת שפירט אז די שווערערע וועג איז בעסער.
שוואך
ווען זיי ווילן עפעס אנקומען, אפילו אויב ס'דא אסאך שטיינער אויפן וועג, וועלן זיי אנקומען. דאס יאז די זעלבע בחינה ווי ער האט געזאגט ביז אהער.
אמת
עס נעמט זיי צייט ווילאנג זיי זענען ענדליך מחליט, און אין די רגע ער איז מחליט, קען זיי קיינער נישט שטערן, אדער משפיע זיין אויף זיי. דאס נישט קענען שנעל מחליט זיין, קומט לכאורה פון די זעלבע שורש. ווען א מענטש בויט א בנין, פילט ער א אחריות וויאזוי ער גייט עס בויען.
אמת
א חלק פון זייער 'איך', איז טון.
אמת
א טבת איז א איש מעשי. טוט א זאך גרינטליך, און צום תכלית. נישט אפגעכאפטערהייט. נישט אויבערפלעכליך.
אמת
א טבת האט רצונות ארויסגעבן פון זיך נאך זאכן חוץ זיין ארבעט.
אמת
א טבת האט ליב צו גיין אנגעטון גוט, און זיין מסודר און ריין. אלעס וועגן די ערשיינונג. ווייל וויאזוי מ'ערשיינט איז ביי זיי זייער חשוב. ווייטער עפר.
אוי אוי.... מיין רעקל האט שוין געזעהן בעסערע צייטן וה''ה מיין הוט....
א טבת האט זעלבסט-דיסציפלין, וואס שטופט זיי אלעמאל פאראויס אנצוקומען, און מצליח זיין וואס זיי האבן זיך געשטעלט אלץ א ציהל.
אמת
א טבת האט ליב די ענין פון א 'שליטה'. אבער בטבע איז ער נוטה צו זיין תלוי אין אנדערע
ח''א בערך ח''ב שוואך
שעמען זיך, זענען פארמאכט, ביז ווען זיי וואקסן אויף. יעדע זאך נעמען זיי אן ערנסט. (דאס איז דאכט זיך אויך ביי א חשון)
נישט ריכטיג
דער קאפ פון א טבת ארבעט צום תכלית, ער וויל וויסן ווי מ'האלט שוין, אדער ווי מ'האלט נאך, אויפן וועג צו דערגרייכן דעם ציהל.
אמת
א טבת איז בטבע אן ערנסטער, און האט נישט קיין הומאר. ער קען עס נישט. עס איז אים שווער. ער איז בטבע אן ערנסטער.
בכלל נישט
א טבת האט אייגנשאפטן צו קענען נאכמאכן.
קיינמאל פרובירט
האבן נישט ליב צו גיין, צו פארן, האבן ליב צו זיין אינדערהיים בדרך כלל. נישט סתם פארברענגען צייט.
איך בין אויפן ראוד רוב וואך...
זענען בטבע אומבויגזאם. און הארט. עפר. פארשטייט זיך רעלאטיוו.
כמעט
גיין מיט לאגיק איז ביי זיי -מער ווי גיין געפיל.
אמת
האבן ליב די עולם המעשה. זיי וועליוען מעשה. טון.
אמת
זיי נעמען אין באטראכט אפילו ווייטע זאכן וואס עס קען געשעהן. שטארקע רואים את הנולד. דאס קומט לכאורה אויך פון יסוד העפר.
אמת
האבן אויסטערליש סבלנות. דערליידן גאר אסאך.
אמת
קענען אנפירן, מסדר זיין. עס זארגט זיך זיי נישט וואו זיי גייען טרעפן ארבעט, ווייל יעדער האט ליב זיין ארבעט.
אמת
א טבת איז א איש מעשי, ער טוט וואס עס איז נוגע למעשה. און חוסר רגש. (רעלאטיוו צו אנדערע חדשים) זייער איינציגע געפיל קומט ארויס ווען זיי ציטערן אז זיי זאלן נישט באקומען א שלעכטע נאמען. זיך צו האלטן גרויס, און מקנא זיין די נאנטע. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר א נטי'.
שוואך
אין זייער פערזענליכקייט ליגט באהאלטן מאגנעטישע כוחות. וואס ציהט צו זיך. זיי טרעפן חן. זיי ברענגען אויף צוטרוי אין מענטשן ארום. אפילו אויב מ'האט זיי נאך קיינמאל נישט געזעהן.
כנ''ל אז מ'ברויך פרעגן די ארומיגע, אבער כ'הער וואס די זאגסט
זיי ווייסן וואס זיי האבן צו טון, און מ'דארף זיי נישט זאגן.
אמת
זענען נוטה צו קארגשאפט, ווייל זיי זארגן זיך אויף מארגן. אבער ווען עס פעלט אויס זענען זיי פזרנים.
בכלל נישט נוטה אפי'
האבן ליב צו ארבעטן בטבע. עס טוט זיי וויי צו בטל'ן צייט.
לאו דווקא
זיי געבן נישט אזוי שנעל א געפיל פאר אנדערע. נאר אויב זיי זענען גאר שטארק איבערצייגט אז ס'פעלט זיך אויס.
נישט ממש
זייענדיג א יסוד העפר וועט ער נישט נאר וועלן טון זאכן אין די וועלט, נאר זיך אליין אויפווייזן. אז "איך קען יא".
אמאל אמאל
א טבת קען אריינפאלן אין א גיסטע אז ער שטרענגט זיך אן, אבער זעהט נישט קיין פירות. אבער ער האפט אז ער וועט נאך אמאל האבן אן עמידה בעולם.
ניין
סוף דבר איז, אז א טבת איז א טבת.

פארשטייט זיך אז ס'איז א נטי'. עס מוז נישט זיין אזוי אין פאקט. פאקטיש קען עס אויסדרוקליך זיין אנדערש.

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם

הערליך שיין א גרויסן יישר כח!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

און שוין! האט געשריבן:יעצט אנגעקומען צו דעם אשכול, אלץ א טבת'ר וועל איך פרובירן מגיב צו זיין
נשמה האט געשריבן:בס"ד

סוף דבר איז, אז א טבת איז א טבת.

פארשטייט זיך אז ס'איז א נטי'. עס מוז נישט זיין אזוי אין פאקט. פאקטיש קען עס אויסדרוקליך זיין אנדערש.

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם

הערליך שיין א גרויסן יישר כח!

ש'כח
מחשבהטובה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 5:31 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשבהטובה »

נשמה האט געשריבן:בס"ד

לאמיר אביסל זעהן וואס דאס איז מזל גדי. וואס האט השי"ת אריינגעלייגט אין די כח פון די צייט אפשניט וואס מ'רופט מזל גדי. יסוד העפר. און לאמיר פארשטיין פארוואס איז דאס יסוד העפר.

איך קען נישט צופיל מענטשן וואס איך ווייס אז זיי זענען טבת. איך וועל פרובירן צו שרייבן דאס מערסטע וואס איך פארשטיי.

עפר מיינט אז דער נפש פון א טבת ווערט געווירקט פון א ציאונג צו גראוויטעט. ער זעהט אז ס'דא א וועלט, און ער זאגט צו זיך אליין: נוץ דיינע כוחות צו מאכן דערפון עפעס. און ער וויל מצליח זיין. א נפש וואס דער יסוד העפר ווירקט אז ס'זאל זיך רירן, שאפט עס (לויט וויאזוי איך פארשטיי יעצט) א ציהל וואס איז 'והארץ נתן לבני אדם'. 'דירה בתחתונים'. אוודאי האט ער א שטארקע רצון. אבער מעשה איז ביי אים דער עיקר. ער שרייבט אז א טבת איז נישט דער וואס עס ציהט אים צו דערגרייכן עפעס גאר גרויס. חוץ אויב ער פארשטייט אז דאס דארף אים ציען. אבער נישט אז 'ציען צו עפעס גרויס' איז דער עיקר.

א טבת איז בטבע זייער א גראדער. און ער שרייבט עס אויף נאך אפאר חדשים. איז, דאס איז נאכנישט קיין בחינה. ס'קען אבער צולייגן.

א טבת האט ליב כבוד. כבוד פארנעמט ביי אים א א היפשער פלאץ. ער איז זייער האקל מיט די ענין פון כבוד. ער לייגט אריין פיהל ענעריגע צו דערגרייכן כבוד, און אז מ'זאל אים געבן א וועליו. (ביי ערליכע יודן איז עס כבוד ה', און פארקערט, ער וועט זיך מבזה זיין פאר'ן כבוד שמים.) און א טבת וועט נישט מוחל זיין איינער וואס האט אים געטשעפעט זיין כבוד. אדער אויסגענארט אויף א אופן אז ס'האט בארירט זיין כבוד. ער ווייזט נאר ארויס אז ער איז מוחל, אבער אין הארץ איז ער נישט מוחל.

בקיצור א טבת ווייסט צו זאגן פונעם ענין פון כבוד. ער ווייסט וואס דאס איז. וויאזוי מ'עסט עס. אדער וויאזוי מ'דארף אנטלויפן דערפון. בקיצור, ער ווייסט דערפון.

לויט וויאזוי ס'קוקט מיר אויס, איז די נפש פון א טבת געמאכט אויף צו מאכן א בנין פון די וועלט, און אויך פון זיך. און אויב ס'איז כבוד, און כבוד קומט פון אינדרויסן פון אים. יעצט, א עפר איז אנדערש ווי מים. אויב ס'באקומט א זעץ, בלייבט עס. זעהט אויס אז ווען איינער טשעפעט אים, לערנט ער זיך פון יענעמ'ס טשעפע. עס פארעמט אים אויס.

א טבת געט פון זיך א רואיגקייט. א שטילקייט. עס איז די בחינה פון עפר. שטיל. פעסט. ( א שאד אז איך דארף נאכשרייבן און איך האב נישט ארויס וואס ער שרייבט)

ביי א טבת ווערט די גאנצע וועלט א קלארער שטיק. ס'איז נישט א בחינה ווי מים, ער זעהט קלאר די מעלות וואס ארומיגע האבן. (איך דמיון אריין דאס מערסטע שייך. ווייל איך קען נאך נישט טבת'ער. אויב איינער גייט מיר זאגן אז אזוי איז עס, וועל איך וויסן אז איך שרייב ריכטיג) ער זעהט יענעמ'ס מעלות, און עס האלט זיך ביי אים די ווערד.

א טבת זוכט שלימות. אבער איך וואלט עס נישט גענומען אלץ א עיקר אין די וועג וויאזוי זיין נפש ארבעט. ביי א אלול זאגט ער אויך אז א אלול זוכט שלימות. און ביי אדר זאגט ער אויך אז ער זוכט שלימות. קען זיין, אז יעדע פון די שלימות'ער וואס איטליכער זוכט איז א אנדערע סארט איינע פון די אנדערע.

א טבת איז א שטיקל קפדן ווען דו קוקסט עס אן פון א געוויסע ווינקל. און ער איז א שטארקער סבלן ווען דו ריקסטעך אביסל די אנדערע זייט און דו קוקסט פון דארט.

א טבת איז א דייקן. וואס ער טוט, טוט ער עס אין גרונט. און צום תכלית. דאס מיינט אז ער איז א דייקן. און ער האלט פון וואס ער טוט. ער שרייבט ער האלט זיך גרויס מיט וואס ער טוט. א אב קען אויך אנטוויקלן די מידה פון גאווה. אבער דא רעדט מען פון א געפיל פון "איך בין שטאלץ אז אזוי דארף מען טון". אזא סארט ויגבה לבו בדרכי ה'. וואס האט עס מיט עפר? טראכט איך, אז ס'איז נישט סתם "איך טו". ס'איז א דבר ממשי. אזאך וואס ער טוט איז א דבר ממשי.

א טבת איז באגלייבט. און ער גלייבט, ער טראסט, ער געטרויעט. דאס איז נישט נאאיוויטעט, נאר זיי האבן אזא אינטואישן צו שפירן ווער עס איז באגלייבט און ווער נישט. איך קלער אז דאס קומט אויך פון יסוד העפר. ער זעהט וואס יענער איז.

א טבת איז אזא דייקן, און עס גרויסט זיך אין אים אזוי שטארק מיט אלעם וואס ער טוט, ער איז ביי זיך אזוי קלאר, אז עס רעגט אים אויב מ'טוט נישט אזוי ווי ער פארשטייט. דאס קומט פון יסוד העפר. ער זעהט עס קלאר.

יעצט, אויב ער איז זיך טועה איז ער גרייט מודה צו זיין על האמת אז ער האט געמאכט א טעות, און ער וועט זיך לערנען כל ימי חייו. און מער וועט ער דאס נישט טון. דאס קומט פון יסוד העפר. אלעס ווערט ביי אים צעמענטירט.

א טבת לייגט זיך אריין אינגאנצן צו טון וואס ער האט מקבל געווען אויף זיך צו טון. ווייטער יסוד העפר, מאכן עפעס. (איך האב ליב צו מאכן איין נקודה פון די גאנצע בינטל) עולם המעשה.

א טבת האט א חן, א דערהויבנקייט, איידלקייט, און ערנסטקייט. (נראה כצדיק אפילו אן עבודה) א אב, ארי'ה, האט אויך א חן. די חילוק איז, אז א אב איז מער יראת הכבוד, א ארי'. awe. ביי א טבת איז עס א געוויסע ליבליכקייט. כך נראה לי.

ער זאגט אז די לעבן פאר א בן מזל גדי איז טאפעדיג. נישט לופטיג. נישט טעארעטיש. עס איז נישט אן איידיע. ער לעבט עס מיט. ס'איז ביי אים א הארטע זאך. עפר. ער שפירט אז ער גייט יעצט אן. און אז ער דארף זיך שלאגן דערפאר. און מ'קען נישט פארלירן קיין מינוט.

א טבת קען נישט נעמען קריטיק. און אפילו נישט קיין "דשאוק" אויף זיין חשבון. און די סיבה האב איך שוין ערקלערט לפי מיטב דמיוני. אז יעדע טשעפע, אדער ווארט, איז ביי אים א בנין וואס בלייבט.

א טבת האט א שארפן שכל. אסך חדשים האבן א שארפער שכל לויט אים. א טבת קען זיך גאר טיף קאנצענטרירן. און האט ליב מגדיר צו זיין זאכן. אזוי ווען א מעלער מאלנט, דארף ער כאפן דעם ריכטיגן קאליר וואס ער זעהט, און ער דארף קריטיקירן צווישן גאר ענליכע קאלירן. דאס מיין איך צוזאגן. דאס - מיין איך יעצט - קומט פון יסוד העפר. א אלול האט די זעלבע זאך. הגם א אלול איז מער א רואיגערע טייפ ווי א טבת.

א טבת איז מער צדק ווי רחמים. ווייל ער איז גראד. גראד, דהיינו, פאקטיש. אמת. אביעקטיוו. צדק פארנעמט ביי אים א עיקר. רחמים באלאנגט פאר א אנדערע יסוד, ווי יסוד העפר. א טבת איז נישט ווייעך, און ער איז נישט "מ'דארף זיך נישט רעכענען מיט מיר". ער איז: איך בין דאהי. און איך זאג. און מ'דארף אזוי און אזוי טון. אפילו מ'דערליידט עס נישט צומאל. ער קען נישט פארטראגן א שוואכע משפט. אדער אז מ'האט נישט מחליט געווען. אלעס איז ביי אים געגאסן. יסוד העפר. אנדערש ווי ביי א אדר, וואס ביי אים איז אלעס מער פלאטשקעדיג. און: ס'עט זיין גוט.

א טבת וועט טון זאכן בנוגע כבוד און האבן א גוטע נאמען. כבוד און האבן א גוט'ן נאמען, איז ביי אים א זאך. (פארשטייט זיך, דאס איז נישט אזוי ביי ערליכע יודן. ערליכע יודן וועלן זיך אננעמען פאר'ן כבוד שמים. אפילו אויב מ'דארף זיך אליין מבזה זיין)

א גדי, געבט זייער אכטונג. האט נישט ליב צו צעווארפן זאכן וואס מ'האט שוין אויפגעבויט, אדער זאכן וואס ער האט שוין מסכים געווען אז אזוי גייט מען טון. אפילו אויב ער האט שאדן דערפון. וואס איז דאס? יסוד העפר. אזאך וואס איז שוין געבויט, געב איך דערויף אכטונג.

א טבת וועט נעמען אויסגעפראווטע שיטות. וואס מ'האט שוין געזעהן אז ס'ארבעט. ווייטער יסוד העפר. ער זעהט אלעס ווי געבויעטע זאכן. נישט אין א וואסעריגער פארמאט.

א טבת האט נישט מורא פון ארבעטן שווער. און ער האט נישט מורא פון זיך פארמעסטן. ער ווייסט אלעמאל אז אזוי קומט עס. דאס איז לעבן. עס איז שווער? נו, דאס איז לעבן. דערגרייכן אין לעבן איז צומאל ווי ארויפקריכן א בארג, אבער ווילאנג איך קען זעהן דעם ציהל אויבן פונעם בארג וועל איך זיך רוקן אהין. געדויערט עס צייט און כוח.

א טבת האט ליב מוזיק. אבער דאס איז נישט קיין ראי' בוחן צו זיין א טבת. א טבת האט ליב גוטע זאכן. א לעדערנעם מחזור. א שיינעם בענקעל. זיין הויז, איז מסודר. ער האט ליב סדר. ווייל אלעס איז ביי אים צעמענטירט. און אויך איז עס א בחינה פון כל כולו אומר כבוד. עס ברענגט ארויס כבוד.

א טבת וואס זאגט צו עפעס, האט עס א דעקונג. אויב האט ער צוגעזאגט, וועט ער עס טון פאר יעדן פרייז. עס האט דעקונג.

א טבת ווערט נישט צו שנעל גוט מיט אנדערע. אנדערש ווי א אדר. א טבת האט גאנץ א ברייטער קאמפאניע, אבער ווייניג פון דיע זענען זיינע נאנטע חברים. וואס איז פשט? זעהט אויס, אז א מענטש איז זייער משפיע אויף זיין נפש. (איך טראכט נאר) ווייל זיין נפש איז יסוד העפר.

ער פארציילט נישט זיינע באהעלטענישן פון זיין הארץ. האט ליב צו פארציילן נאר די טובות וואס ער האט געטון פאר אנדערע. אדער טובות וואס אנדערע האבן אים געטון. און אויב איינער האט אים געטון א טובה, איז ער יענעם שטענדיג מכיר טובה. תמיד.

שלעכטס וואס אנדערע האבן אים געטון, האלט ער אין זיך.

א אינטערעסאנטע זאך וואס ער שרייבט אויף א טבת. יעדע זאך אין לעבן קומט אים אן שווער. אבער ער איז זיך נישט מייאש. און ער האפט שטענדיג אז עס וועט גוט זיין. און שלעכט וואס קומט - השי"ת זאל אפהיטן - זיין וועג צעברעכט אים נישט (זעהט אויס אז ס'צעברעכט אים נישט עד הסוף, ער קען זיך צאמקלויבן)

א טבת האט אין זיך עקשנות. און התמדה. און ווי ער האט שוין פריער דערמאנט, ער געט זיך איבער צו וואס ער טוט.

צומאל קען יאוש אראפשלעפן זיין זעלבסט-זיכערקייט. ספעציעל ווען עס קומט חס ושלום א צרה, אבער ער שטארקט זיך דערויף.

אינטערעסאנט איז, אז א טבת האט א זעלבסט-זיכערקייט. אנדערש ווי א אדר.

ער גייט נישט בארגן געלט, נאר אויב ער האט פון וואו צו באצאלן.

די אופן וויאזוי א טבת האט ליב, אדער האט פיינט, איז נישט אזוי פארשטענדליך. ס'האט זיך זיין אייגענעם וועג.

ער טוט נישט אזוי שנעל א שידוך, נאר אויב ער ווייסט זיכער אז זי איז די ריכטיגע פרוי פאר אים. ער איז מער אינטעלעקט ווי געפיליש מיט זיין צוגאנג צו נישואין.

א טבת האט א נטי' אריינצוקלערן אין זיך. (איך מיין אז דאס זאגט ער) און ער ווערט צעקלאפט ווען מ'טוט נישט אזאך לויט זיין געשמאק. און זיין געזונט קען אפילו ליידן דערפון. עס קען זיך אים זארגן אויף קלייניגקייטן, און עס קען אויסשעפן זיין ענערגיע.

האבן זיך נישט ליב אפצורעדן, און האבן נישט ליב מענטשן וואס מוטשענען.

ער מוז קודם זיין מסודר מיט א הויז און א משפחה, און נאכדעם קען מען אנגיין ווייטער.

א טבת איז קיינמאל נישט געהעריג א קינד. ער איז ערוואקסן שוין זייענדיג א קינד. זייער ערנסט א גאנץ לעבן. זעהט אויס אז דאס וואס דו זעהסט א טבת מאכן א ווערטל איז עס גארנישט אזוי ווערטלדיג. און ווען דו זעהסט א אדר זיין ערנסט, איז עס נאכנישט אזוי ערנסט. (איך רעד פון פשוט'ע מענטשן)

אויב עס רירט אן זיין שטוב לעבן, לאזט ער אפ זיין קאריערע. שטוב איז קודם.

א טבת האט אזא נאטור פון זיך איינקויפן א אוטאריטי. זיך איינקויפן אזא "ווען איך זאג עפעס, קענסטו מיך פאלגן" "איך זאג נישט אבי געזאגט" "איך האב געזאגט, און ווייל איך האב געזאגט קען מען אזוי טון". השי"ת האט אים אזוי באשאפן. זעהט אויס כדי מ'זאל אים פאלגן. ער האט זיך זיינע אייגענע שטרעבונגען. און ער האט זיך זיין אייגענעם אויפגאבעס. ער נעמט אחריות. בקיצור, גייסט צו א טבת פרעגן עפעס, און ער זאגט דיר עפעס, האט עס - לויט דעם - קאווערידש.

יונגערהייט קען מען נאך נישט זעהן אויף אים א זעלבסט-זיכערקייט, שפעטער יא.

זייער פלינק, זייער איבערגעגעבן, זייער געווארנט, זייער איבערגעטראכט, און זייער געלאסן.

געבן זייער אכטונג אויף זייער געזונט, פאלגן אויס אלעס וואס דאקטורים זאגן, זענען זייער עמפינדלעך צו זייער געזונט.

עס איז ביי זיי א וועליו צו האבן א משפחה ארום און ארום. און זיי פאדערן אז מ'זאל אלעמאל געבן דעם ריכטיגן אטענשאן.

זיי ווילן אז יעדער זאל גיין אויף די זעלבע וועג ווי זיי גייען. זעהט אויס אז דאס קומט ווייל ארומיגע האבן א שטארקע השפעה אויפ'ן טבת, ווייל ער איז יסוד העפר. איז, אויב יענער גייט אנדערש, שפירט ער אז ער אליין איז אנדערש. (לפי דמיוני כתבתי)

א טבת שפירט אז די שווערערע וועג איז בעסער.

ווען זיי ווילן עפעס אנקומען, אפילו אויב ס'דא אסאך שטיינער אויפן וועג, וועלן זיי אנקומען. דאס יאז די זעלבע בחינה ווי ער האט געזאגט ביז אהער.

עס נעמט זיי צייט ווילאנג זיי זענען ענדליך מחליט, און אין די רגע ער איז מחליט, קען זיי קיינער נישט שטערן, אדער משפיע זיין אויף זיי. דאס נישט קענען שנעל מחליט זיין, קומט לכאורה פון די זעלבע שורש. ווען א מענטש בויט א בנין, פילט ער א אחריות וויאזוי ער גייט עס בויען.

א חלק פון זייער 'איך', איז טון.

א טבת איז א איש מעשי. טוט א זאך גרינטליך, און צום תכלית. נישט אפגעכאפטערהייט. נישט אויבערפלעכליך.

א טבת האט רצונות ארויסגעבן פון זיך נאך זאכן חוץ זיין ארבעט.

א טבת האט ליב צו גיין אנגעטון גוט, און זיין מסודר און ריין. אלעס וועגן די ערשיינונג. ווייל וויאזוי מ'ערשיינט איז ביי זיי זייער חשוב. ווייטער עפר.

א טבת האט זעלבסט-דיסציפלין, וואס שטופט זיי אלעמאל פאראויס אנצוקומען, און מצליח זיין וואס זיי האבן זיך געשטעלט אלץ א ציהל.

א טבת האט ליב די ענין פון א 'שליטה'. אבער בטבע איז ער נוטה צו זיין תלוי אין אנדערע.

שעמען זיך, זענען פארמאכט, ביז ווען זיי וואקסן אויף. יעדע זאך נעמען זיי אן ערנסט. (דאס איז דאכט זיך אויך ביי א חשון)

דער קאפ פון א טבת ארבעט צום תכלית, ער וויל וויסן ווי מ'האלט שוין, אדער ווי מ'האלט נאך, אויפן וועג צו דערגרייכן דעם ציהל.

א טבת איז בטבע אן ערנסטער, און האט נישט קיין הומאר. ער קען עס נישט. עס איז אים שווער. ער איז בטבע אן ערנסטער.

א טבת האט אייגנשאפטן צו קענען נאכמאכן.

האבן נישט ליב צו גיין, צו פארן, האבן ליב צו זיין אינדערהיים בדרך כלל. נישט סתם פארברענגען צייט.

זענען בטבע אומבויגזאם. און הארט. עפר. פארשטייט זיך רעלאטיוו.

גיין מיט לאגיק איז ביי זיי -מער ווי גיין געפיל.

האבן ליב די עולם המעשה. זיי וועליוען מעשה. טון.

זיי נעמען אין באטראכט אפילו ווייטע זאכן וואס עס קען געשעהן. שטארקע רואים את הנולד. דאס קומט לכאורה אויך פון יסוד העפר.

האבן אויסטערליש סבלנות. דערליידן גאר אסאך.

קענען אנפירן, מסדר זיין. עס זארגט זיך זיי נישט וואו זיי גייען טרעפן ארבעט, ווייל יעדער האט ליב זיין ארבעט.

א טבת איז א איש מעשי, ער טוט וואס עס איז נוגע למעשה. און חוסר רגש. (רעלאטיוו צו אנדערע חדשים) זייער איינציגע געפיל קומט ארויס ווען זיי ציטערן אז זיי זאלן נישט באקומען א שלעכטע נאמען. זיך צו האלטן גרויס, און מקנא זיין די נאנטע. פארשטייט זיך אז דאס איז נאר א נטי'.

אין זייער פערזענליכקייט ליגט באהאלטן מאגנעטישע כוחות. וואס ציהט צו זיך. זיי טרעפן חן. זיי ברענגען אויף צוטרוי אין מענטשן ארום. אפילו אויב מ'האט זיי נאך קיינמאל נישט געזעהן.

זיי ווייסן וואס זיי האבן צו טון, און מ'דארף זיי נישט זאגן.

זענען נוטה צו קארגשאפט, ווייל זיי זארגן זיך אויף מארגן. אבער ווען עס פעלט אויס זענען זיי פזרנים.

האבן ליב צו ארבעטן בטבע. עס טוט זיי וויי צו בטל'ן צייט.

זיי געבן נישט אזוי שנעל א געפיל פאר אנדערע. נאר אויב זיי זענען גאר שטארק איבערצייגט אז ס'פעלט זיך אויס.

זייענדיג א יסוד העפר וועט ער נישט נאר וועלן טון זאכן אין די וועלט, נאר זיך אליין אויפווייזן. אז "איך קען יא".

א טבת קען אריינפאלן אין א גיסטע אז ער שטרענגט זיך אן, אבער זעהט נישט קיין פירות. אבער ער האפט אז ער וועט נאך אמאל האבן אן עמידה בעולם.

סוף דבר איז, אז א טבת איז א טבת.

פארשטייט זיך אז ס'איז א נטי'. עס מוז נישט זיין אזוי אין פאקט. פאקטיש קען עס אויסדרוקליך זיין אנדערש.

והשם הטוב יעזור על דבר כבוד שמו מעתה ועד עולם



א טבת'ער איך בין! נאכנישט געענדיקט דורך קוקען, אבער אסאך שטומט...
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

ארבייט די אלע חשבונות דא צוזאמען מיט אנדערע חשבונות ווי למשל די נאטורן פין מענטשן צוטיילט אויף 9 נאטורן ווי באשריבן אין מרים אדאהאן׳ ס בוך? פּשטות איז נישט אלע נאטורן וואס באלאנגען צי די 1 אדער 2 פאמיליע אא״וו געבוירען אין זעלבן חודש.. איז לכאורה דארפן זיך די אנדערע סארטן וועגן וויאזוי צו צוטיילן די נאטורן סותר זיין...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: Sun sign Astrology - די נאטור פון מענטשן לויט די חדשים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

און שוין האט געשריבן:

ב"ה

ש'כח פארן נעמען די מיה און שרייבן וואס דו האסט געשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”