מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

היות די פעלד איז פארנעפלט און צומישט מיין איך אז סוואלט געוועזן א גוטע זאך אז אידן זאלן מיטטיילן דא זייער ערשטהאנטיגע עקספיריענסעס איבער דיאגנאזן און מעדעצינען אזוי אריינציברענגען א שטיקל קלארקייט אין דעם נושא

נ.ב. די אשכול איז אויסדריקליך נישט געווידמעט פאר טערעפי, וה"ה פאר אנטי מעדעצינען מחאות.
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום פרייטאג אפריל 24, 2020 3:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדעצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם - דורך מתבונן.
ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם
לפנות בוקר
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדעצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

לפנות בוקר האט געשריבן:ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם - דורך מתבונן.
ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

ער זאגט דאך קלאר ער וויל הערן וועגן מעדעצינען נישט וועגן טערעפי.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדעצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

לפנות בוקר האט געשריבן:ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם - דורך מתבונן.
ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

איך ווייס אויכעט אז סזענען פארהאנן גענוג אשכולות איבער עניני הנפש און איבער טערעפי, די פראבלעם איז אז ווען מרעדט פון מעדעצין הערשט א טאטאלע תוהו ובוהו צומישעניש, און די א"ג אויפגעקלערטע ווייסן מיר שוין פון סייד-אפעקטס צוזאגן... וכו' וכו'
מיין ציל דא איז אריינצוברענגען א קלארקייט אין עניני מעדעצין דוקא, כהאב לעצטנס א נאנטע שייכות מיט א שטארקע עסקן אין די ענינים און כהאב מיך אסאך צאמגעהערט האלט איך אז סוואלט ווען ראטזאם געווען אנצוהייבן א אינפארמאטיווע שמוס איבער די מעדיצינען

ואיש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

נ.ב. איך וואלט זייער געוואלט אז מזאל זיך נישט פארלאזן אויף מיר, נאר יעדער וואס האט עפעס אינפארמאציע זאל עס דא ארויסשרייבן און בעזה"ש מחיה נפשות זיין
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע: ששש..

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדעצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם - דורך מתבונן.
ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

איך ווייס אויכעט אז סזענען פארהאנן גענוג אשכולות איבער עניני הנפש און איבער טערעפי, די פראבלעם איז אז ווען מרעדט פון מעדעצין הערשט א טאטאלע תוהו ובוהו צומישעניש, און די א"ג אויפגעקלערטע ווייסן מיר שוין פון סייד-אפעקטס צוזאגן... וכו' וכו'
מיין ציל דא איז אריינצוברענגען א קלארקייט אין עניני מעדעצין דוקא, כהאב לעצטנס א נאנטע שייכות מיט א שטארקע עסקן אין די ענינים און כהאב מיך אסאך צאמגעהערט האלט איך אז סוואלט ווען ראטזאם געווען אנצוהייבן א אינפארמאטיווע שמוס איבער די מעדיצינען

ואיש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

נ.ב. איך וואלט זייער געוואלט אז מזאל זיך נישט פארלאזן אויף מיר, נאר יעדער וואס האט עפעס אינפארמאציע זאל עס דא ארויסשרייבן און בעזה"ש מחיה נפשות זיין

סאיז דא א קלארקייט אין דעם נושא?????????????
כאפ א בליק אין נפשי אויסגאבע וועסטו זען ווי יעדע אזוי גערופענעם פארשטייער רייסט אראפ דעם צווייטן אז יענער פארשטייט נישט...
לפנות בוקר
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדעצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אמת, ס'זענען טאקע פארהאנן פארשידענע מהלכים "אין מעדעצין" און טאקע וועגן דעם האב איך געעפנט דעם אשכול, איך פלאן צו שרייבן בלויז וואס "איך" פארשטיי ויבא הקהל ויכתוב..
(אבער די אמת איז, אז צווישן די "געציילטע" וואס טוהען דערין איז באמת נישטא צופיל חילוקי דעות)

אגב, אין די לעצטע נפשי איז געווען נאר איין ארטיקל איבער "מעדיצין"
ספירה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2018 4:19 pm

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדעצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספירה »

שיעלע בהמה האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם - דורך מתבונן.
ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

איך ווייס אויכעט אז סזענען פארהאנן גענוג אשכולות איבער עניני הנפש און איבער טערעפי, די פראבלעם איז אז ווען מרעדט פון מעדעצין הערשט א טאטאלע תוהו ובוהו צומישעניש, און די א"ג אויפגעקלערטע ווייסן מיר שוין פון סייד-אפעקטס צוזאגן... וכו' וכו'
מיין ציל דא איז אריינצוברענגען א קלארקייט אין עניני מעדעצין דוקא, כהאב לעצטנס א נאנטע שייכות מיט א שטארקע עסקן אין די ענינים און כהאב מיך אסאך צאמגעהערט האלט איך אז סוואלט ווען ראטזאם געווען אנצוהייבן א אינפארמאטיווע שמוס איבער די מעדיצינען

ואיש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק

נ.ב. איך וואלט זייער געוואלט אז מזאל זיך נישט פארלאזן אויף מיר, נאר יעדער וואס האט עפעס אינפארמאציע זאל עס דא ארויסשרייבן און בעזה"ש מחיה נפשות זיין

וואס ווילסט איר דא אויסקלארן ?
וואספארא מעדעצין ארבעט און וואס נישט ?
דאס ווענדט זיך און די מצב, מענטש, און פראבלעם וואס מען וויל טריעטן.
אויב ווילסטו וויסן די סייד עפעקטס פון יעדע מעדעצין, איז עס גארנישט אנדערש ווי יעדע מעדעצין פאר פיזישע מחלות, וואס געווענליך די מעין סייד עפעקטס ווייסט מען און אויף אביסל קלענערע אדער ווייניגער שכיח׳דיגע סייד עפעקטס איז געווענליך דא א מחלוקת הפוסקים צעווישן די דאקטורים, און מער ווייניגער איז הא לן והא להו, יעדע דאקטור זאגט עפעס, ווייל יעדע מענטש ריספאנד אנדערש.

די פראבלעם וואס דארף קלאר קייט איז ווען עס איז דא א מחלוקת צעווישן די טעראפיסטן איבער מעדיצינען, איז וויכטיג צו וויסן אז א טעראפיסט און פיסכיאטער זענען צוויי באזונדערע זאכן, גענוי ווי דאקטאר און א עסקן וואס טוט און רפואה ביי פיזישע קרענק ל״ע ( איך רעד כלפי מעדעצין, ווייל א טעראפיסט העלפט למעשה ארויס קריכן פונעם עצם פראבלעם משא״כ א דאקטאר איז מער וויייניגער איינער וואס געבט דעם דיאגנויז אןן מעדעצין), און היות די טעראפיסט איז למעשה נישט געגאנגען און קאלידזש און נישט שטאדירט מעדעצין, און די גאנצע אינפא קומט פון עקספיערענס מיטהאלטיענדיג פון דער נאנט קעיסעס און פן לייענען אביסעלע, איז דא מיינוגס פארשידענהייטן צעווישן זיי ווייל יעדער קען און האלט פון וואס ער האט די מערסטע מיטגעהאלטן.
ביי דאקטורים אבער איז נישט דא אזויפיל מיינוגס פארשידענהייטן אויף מערסטענס בעיסיק מעדעצינען, עכ״פ נישט מער ווי אויף זשענערל מעדיקעישן ביי פיזישע פראמלעבן.
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

סייד אפעקטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

לאמיר פרובירן צו קלאר מאכן די נושא פון סייד אפעקטס

איך וואלט עס מדמה געווען צו פשוטע עסן (הגם סאיז נישט אינגאנצן גלייך, סאיז בעיקר לנקודה..).

יעדער ווייסט אז סטארטש טרייבט ארויף די צוקער און מאכט איבערוואגיג, וועט דען יעצט איינער זאגן אז מטאר נישט עסן קיין וועדזשטעבלס ווייל "עסן" מאכט גראב?! אוואדע נישט!! ס'ווענד זיך וועלכע עסן און ס'ווענד זיך פאר וועלכע מענטשן,
א מענטש מיט א סטאמעק-וויירוס מוז עסן הארטע טאוסט און ער קען נישט צורירן צו קיין וועטשטעבלס (פאר זיין טובה..) און מצד שני אין די נאך פסח טעג איז די מעשה פארקערט..

לענינו, ס'זענען פארהאנן צענדליגע סארטן מעדעצינען וואס יעדעס איינע איז צוזאמגעשטעלט פון אינגאנצן אנדערע עלעמענטן, מקען בשו"א נישט מאכן קיין כלל אויף מעדיצין בכלליות, סאיז ממש ווי איינער וואס שטעלט צוזאם סטארטש צו וועטשטעבלס,
נאך א נקודה, בדרך כלל ווען איינער דארף איינעמען מעדיצין איז פשט אז עפעס דארף ארומגעריקט ווערן מיט זיין מוח/געפילן, די באגריף פון מעדיצין איז אז עס ארבעט ארום מיט די מענטש, איז דאך א דבר פשוט אז די נישט ריכטיגע מעדיצין קען גאר ארויסברענגען די פראבלעם אסאך מער, אין די בחינה ווי איינער וואס נעמט איין געקאכטע וועדזשטעבלס פאר א שלשול...

דער עולם זאל זיין קלאר, ע"פ רוב האט די "ריכטיגע" מעדיצין נישט קיין ערנסטע סייד-אפעקטס (איך רעד נישט פון די ערשטע טאג צוויי פון א דאזע טשעינדזש)
די מעדיצין דארף ענדגילטיג זיך שפירן ווי א פשוטע טיילענאל, גארנישט מער!!
אוואדע זענען פארהאנן אויסנאמס פעלער ווי צב"ש נאך א צוזאמענבראך רח"ל ווען דער באטרעפנדער מוז בהכרח אייננעמען גאר גרויסע דאזעס פון אפאר מיני מעדיצינען וואס דאן איז עס שוין אן אנדערע נושא בכלל.

מאנכע טענה'ען אז די מעדעצינען זענען נישט קיין נאטורליכע עלעמענטן, און משטאפט אריין אין די קערפער קאנצענטראציעס פון גיי ווייס וואס..
די ענטפער איז פשוט, אויב האסטו באמת מורא פון דעם וואלסטו אסאך אנדערע עסן נישט געגעסן..
דער אמת איז אז עס איז נישט צופיל ערגער פון גאר אסאך עסן וואס מיר נעמען אפט אריין אין מויל, געוויסע מעדעצינען זענען גאר פשוטע נאטורליכע עלעמענטן א שטייגער ווי ליטיאום וואס איז בעצם נישט צופיל אנדערש ווי זינק וכדומה..
זאת ועוד, די אלע מעדעצינען זענען אדורך געגאנגען דורכדרינגליכע טעסטן ביי די fda אויף יעדן ספק ספיקא פון א סייד-אפעקט וואס קען נאר מעגליך זיין... משא"כ די ווייטאמינען וועלכע ווערן פארקויפט אין די העלט-פוד סטארס ואכהמ"ל.

אבער מיין עיקר נקודה איז, יעדער פארט היינט מיט א קאר אפילו סאיז נישט נאטורליך.. און אויב קען מען נישט אטעמען היל"ת באניצט מען זיך מיט די "אומנאטורליכע" מכשירים בכדי צו קענען כאפן דעם אטעם.. כמיין אז קיינער האלט נישט פון שטארבן אויף אזא "נאטורליכן" וועג....
איז ה"ה אין עניני רפואה.. מקען נישט זיין כפוי טובה צום באשעפער און זאגן(מעשיו מוכיח..) אויב ווילסטו אז כזאל מקיים זיין דעם ונשמרתם מאוד לנפשותיכם... מאך אז די רפואה זאל וואקסן נאטורליך....

די אמת איז אז דער וואס דארף באמת צוקומען צו די זאכן און ער נעמט עס נישט וועט דאך אין די ענדע סייווי עס בהכרח מוזן נעמען.., ני פארוואס עס נישט נעמען אליינס בעוד מועד און מעגליך פארשפארן א צוזאמענבראך רח"ל... פארוואס זאל א מענטש מוזן נעמען אנשטאט איין מעדיצין אין א נידעריגע דאזע, א גאנצע שאנק פון גרויסע דאזעס ערנסטע מעדיצינען, אלעס ווייל מהאט געהערט האלבע שמעות פון גאנצע עמי הארצים?..
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום פרייטאג אפריל 24, 2020 4:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2769
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: סייד אפעקטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

שיעלע בהמה האט געשריבן:זאת ועוד, די אלע מעדעצינען זענען אדורך געגאנגען דורכדרינגליכע טעסטן ביי די fda אויף יעדן ספק ספיקא פון א סייד-אפעקט וואס קען נאר מעגליך זיין... משא"כ די ווייטאמינען וועלכע ווערן פארקויפט אין די העלט-פוד סטארס ואכהמ"ל.

היפך קערה על פיה
מדארף נישט אזגן קיין ליגנט צי קאנווינסן מענטשן וואס דארפן נעמען
מדארף וויסן אז יעדע מעדיקעישאן אין דער וועלט האט סייד עפעקטס און די FDA פון וואס די רעדסט הייסט יעדע קאמפעני ארויסצשרייבן די סייד עפעקט
און לעומת זה איז דא אויף אסאך נאטירליכע ווייטעמינען קלארע סטאדיס אז עס העלפט עכ"פ ווען סאיז נאכנישט געפערליך און קיינער האלט נישט אז סהאט סייד עפעקטס והא ראי' די FDA הייסט קיינעם נישט שרייבן אויף ווייטעמינען די סייד עפעקטס
דעריבער איז קלאר אז ווער עס קען נעמען נאטירליך ווי ווייטעמינען און עצות און חיזוק וכו' אין פרידנסצייטן אדער אפילו ווען מזעהט שוין אז סהייבט אן חלילה א פראבלעם אבער ווען סאיז שוין ערנסט טאר מען זיך אוודאי נישט ארומשפילן אן נעמען בלית ברירה די מעדיקעישן מיט די סייד עפעקטס אינאיינעם בבחינת יצאה הפשידו בשכרו און אמאל וועט א דאקטער זעהן אז די מעדיקעישאן איז יצא שכרו בהפסדו וועט ער אים הייסן נעמען א אנדערע מעדיקעישן ביז ער וועט אים טרעפן א ריכטיגע פאר אים וואס איז קלאר דא הפסד אבער הפענטליך מער שכר

יעצט למעשה איז דא אמאל א נאטירליכע זאך וואס האלט אינמיטן אריינקומען אין די מעדיקעל וועלט לדוגמא CBD
איז אזוי האלט מען ביים אנהייב קען מען עס ניצן ווי יעדע ווייטעמין אבער אויב דארף מען שוין א דאקטער דארף מען פרעגן דעם דאקטער צי מקען ערשט פרובירן אדער ממוז שוין נעמען מעדיקעישאן און אפילו מנעמט שוין יא מעדיקעישאן וועלן רוב דאקטוירים מסכים זיין סזאל זיין אינאיינען מיט סי בי די וואס וועט העלפן אז די באלאנס פון די מעדיקעישאן זאל זיין אין די ראמען
לדוגמא ווייס איך א יונגערמאן וואס האט גענומען זאלאפט און געווארן שיכור און צעמישט דערפון (רוב מענטשן ווערן נישט אזוי) אבער ער האט עס געמיזט ממשיך זיין די זאלאפט ווייל אנדעם איז געווען ארגער, אבער נאכן אנהייבן CBD איז די שכרות אוועקגעגאנגען און די מעדיקעישאן איז ווייטער ממשיך בהוראות זיין דאקטער אינאיינעם מיט CBD און אזוי האט ער נאר די טובה דערפון אן די סייד עפעקטס
דער אינגערמאן זאגט מיר איך האב שוין נישט געפאסט יום כיפור עטליכע יאר צוליב מיין נישט סטעיבל מצב אפאר יאר אבער היי יאר האט ער געקענט פאסטן נאך וואס ער האט גענומען CBD זינט פאר ר"ה און יעצט זאגט ער מיר איז ער שוין ממש כאחד אדם און איז ווייטער ממשיך מיט ביידע
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: סייד אפעקטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

געוואלטיג האט געשריבן:מדארף וויסן אז יעדע מעדיקעישאן אין דער וועלט האט סייד עפעקטס און די FDA פון וואס די רעדסט הייסט יעדע קאמפעני ארויסצשרייבן די סייד עפעקט
און לעומת זה איז דא אויף אסאך נאטירליכע ווייטעמינען קלארע סטאדיס אז עס העלפט עכ"פ ווען סאיז נאכנישט געפערליך און קיינער האלט נישט אז סהאט סייד עפעקטס והא ראי' די FDA הייסט קיינעם נישט שרייבן אויף ווייטעמינען די סייד עפעקטס

מורא'דיגע ראיה... די FDA פארלאנגט דאס נאר אויף מעדיקעישאן נישט אויף עפעס אנדערש כדוגמת שטרוי...
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2769
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: סייד אפעקטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

למעלה משבעים האט געשריבן:

נישט אמת יעדע סאפלעמענט דארף זיין אפראווד אלס סאפלעמענט

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

כהאב נישט קיין צייט אבער גייטס אביסל סערטשן וועט עטס אלעס טרעפן, סיי סטאדיס אויף עסן און וויטעמינען און סיי די איבריגע וואס כהאב געשריבן
א גוט שבת
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
געוואלטיג
שר האלפיים
תגובות: 2769
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2011 5:12 pm

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלטיג »

איין זאך איז קלאר אז ווען מדארף מעדיקעישאן דארף מען און עס קען ראטעווען
איך רעד נאר אין פריע שטאפלען ווען מדארף נאכנישט כנ"ל
פוטין איז דער פתויי הייצר זיך צי איינרעדן אז מקען זיין שלעכט און פירן יעדן ביים קארג.. אבער חז"ל זאגן אונז קלאר:
סוף גנב לתלי'! פון דעם האט זיך קיינער נישט ארויסגעדרייט!
ווי לאנג עס וועט נעמען?
דאס ווענד זיך שוין אין אונזערע תפילות!
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

ווי האט יענער דאקטער געזאגט.. מיש נישט אויס דיין גוגל סורטש מיט מיין קאלידזש דעגרי..
פרעג סיי וועלכע דאקטער אויב דאס וואס דו שרייבסט איז ריכטיג.

יעדע באשטאנדטייל וואס געפינט זיך אויפן פלאנעט האט געוויסע אפעקטן (נוטראלע, גוטע אדער שלעכטע..) אויפן מענטש וואס נעמט דאס איין!! כולל ווייטאמינען, בדרך כלל שטודירט מען בעיקר גרינטליך און פארלעסליך בלויז דאס וואס ווערט באשטעטיגט אלס מעדיצין... אוואדע קומט אייביג פאר שטודיעס אויף אלעס.. אבער איך רעד פון פארלעסליכע שטודיעס אויף צו פראקטיצירן הלכה למעשה.

די פאקט אז זאכן האבן מעגליכע סייד אפעקטס מיינט בכלל נישט אז דאס איז עפעס אנדערש פון פשוטע קענדיס.. עס מיינט בס"ה אז מען האט עס באטראכט מיט א פארגרעסערן גלאז.

אגב, ווען איך רעד פון די נושא פון סייד אפעקטס רעד איך פון וואס מיינע אויגן זעהען און איך בלעבל נישט נאך קיינעמס געשרייבעכצער..
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום פרייטאג אפריל 24, 2020 4:57 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: סייד אפעקטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

געוואלטיג האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
געוואלטיג האט געשריבן:מדארף וויסן אז יעדע מעדיקעישאן אין דער וועלט האט סייד עפעקטס און די FDA פון וואס די רעדסט הייסט יעדע קאמפעני ארויסצשרייבן די סייד עפעקט
און לעומת זה איז דא אויף אסאך נאטירליכע ווייטעמינען קלארע סטאדיס אז עס העלפט עכ"פ ווען סאיז נאכנישט געפערליך און קיינער האלט נישט אז סהאט סייד עפעקטס והא ראי' די FDA הייסט קיינעם נישט שרייבן אויף ווייטעמינען די סייד עפעקטס

מורא'דיגע ראיה... די FDA פארלאנגט דאס נאר אויף מעדיקעישאן נישט אויף עפעס אנדערש כדוגמת שטרוי...

נישט אמת יעדע סאפלעמענט דארף זיין אפראווד אלס סאפלעמענט

ממילא? דיין ראיה איז פון הייסן שרייבן "סייד-עפעקטס". דאס פארלאנגן זיי נאר אויף מעדיקעישן, נישט אויף שטרוי...
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

כוואלט זייער געוואלט בעטן נישט צו בלייבן סטאק "דוקא" אויף די נושא פון סייד-אפעקטס בכלליות די ציל איז מער אריינצוגיין אין די נושא פון מעדיצין בפרטיות..

ווער סהאט נאר סיי וואס צו מיטטיילן איז וועלקאם
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

פסיכישע מעדיצינען פון א דזשענעראל דאקטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

סאיז אינטערעסאנט צו וויסן, א יעדער דזשענעראל דאקטער קען געזעצליך אמאל פארשרייבן פסיכישע מעדיצינען, אבער היות זיי לערנען עס נישט גענוג גרינטליך אדורך אין קאלידזש מוז דער באטרעפנדן דאקטער פונקטליך וויסן וואס ער האט פארשריבן און זיין גרייט צו גיבן א דין וחשבון פונקטליך וואס ער האט געטון..

די תוצאה דערפון איז אז בדרך כלל וועלן זיי נישט גיבן קיין ערנסטע פסיכישע מעדיצינען נאר זיי וועלן ענדערש עס שיקן ווייטער און פטור אן עסק... אבער אזאלעכע מעדיצינען ווי זאולאפט וכדומה (וואס מגיבט געווענטליך פאר דעפרעסיע אדער ענקזייעטי) וועלן זיי יא אמאל נעמען אויף זיך צו פארשרייבן, ווייל דאס איז דאך פון די גרינגערע מעדעצינען...

די חורבן דערפון איז אז אויב איינער האט נאר דאס מינדעסטע אומזעהבארע אומסטאבילקייט אין די דזשינס (א ריזיגער פראצענט פון די מענטשהייט...) קען אים די דאזיגע מעדעצין צושפילן אויף א שרעקליכן פארנעם און ממש אראפפירן פון זינען...

אשר ע"כ, עצה טובה קמ"ל, קיינמאל נישט גיין פאר עניני נפש צו א דזשענעראל דאקטער!! נאר ענדערש צאלן דאס געלט און גיין צו א געהעריגן פסעקייעטריסט מאכן א געהעריגע עוועליועישן וואס ער זאל דאס באגלייטן אויף טריט און שריט זיכער מאכן אז אלעס בלייבט על מי מנוחות..
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג אפריל 26, 2020 11:06 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

שיעלע טייערע ווייניג מענטשן וואס האבן אייגענע ערפארינג צו אין ד משפחה אין די נושה וועלן שרייבן ברבים אובער דעם.
אבער מעדיצינען איז נישט קיין ענפער
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm

שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!

ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

IMBZ האט געשריבן:אבער מעדיצינען איז נישט קיין ענפער

אויף וועלכע פראגע איז מעדיצין נישט קיין ענטפער?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: די דריי פאקטארן אינעם גייסטישן געזונט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

אלס אן הקדמה צו באשרייבן גייסטישע פראבלעמען און זייערע מעדיצינען איז גאר וויכטיג זיך צו באקענען מיט די דריי אספעקטן פונעם גייסטישן געזונט וויאזוי די מעדיצינישע וועלט טיילט עס איין

1) פסיכישע דיסארדער
2)פערסאנאליטי דיסארדער
3)דעוועלאפט-מענטאל דיסארדער

איז קודם ערשט, די אפפטיישט פון דיסארדער - ארויס פונעם סדר, ס'ארבעט נישט ווי ס'ברויך צו זיין..
עפעס איז נישט מסודר מיט אים אין יענעם אספעקט.

איך וועל ענדערש אנהייבן פון די דריטע און גיין אויף צוריקציוועגס.

------------------ דעוועלאפט-מענטל דיסארדער -----------------
די פשוטע אפטייטש פון דעוועלאפט-מענטל דיסארדער איז אז עפעס אין זיין דעוועלאפמענט איז נישט מסודר, דאס האט גארנישט מיט קיין שלעכטע מידות צוטון און אזוי אויכעט פון א פסיכישן קוק איז דער באטרעפנדער אינגאנצן מסודר, די פראבלעם איז אז יענער האט זיך עפעס נישט געהעריג דעוועלאפט.

לאמיר נעמען פאר א דוגמה די דיאגנאז פון אוטיזעם, עס איז לגמרי נישט קיין פסיכישע דיאגנאז, עס איז א דעוועלאפמענט פראבלעם אין וואס עפעס אין די דעוועלאפמענט גייט נישט כשורה און מ'בלייבט נעבעך צוריקגעבליבן,
אזוי ווי דעם זענען דא נאך פילע מיני דיאגנאזן וואס זענען אלס נכלל אין דעם קאטעגאריע פון דעוועלאפט-מענטל ווי דער באטרעפנדער ווערט פשוט נישט אנטוויקלט גייסטיש

--------------------- פערסאנאליטי דיסארדער -----------------------
דאס איז בעצם א סוגיה ארוכה אבער עס צו מאכן בקיצור, די אפטייטש דערפון איז אז די פערסאנאליטי איז נישט מסודר, אין אנדערע ווערטער עפעס פאנדעמענטאל איז נישט בסדר מיט זיין פערזענליכקייט, בלשונינו, ער האט א מידות פראבלעם,
דאס אליינס ווערט צוטיילט אין דריי קאטעגאריעס A) מאדנע B) אגרעסיוו C) באזארגט
אין אין יעדע פון די דריי קאטעגאריעס זענען פארהאנן אפאר דיאגנאזן

(אפשר מיט די צייט וועט אויסקומען מער מאריך צו זיין בפרטיות)

--------------------- פסיכישע דיסארדער --------------------------
דער באטרעפנדער קען זיין גאר קלוג און אפילו האבן גוטע מידות, פסיכישע פראבלעמען איז אזויווי א פליג וואס כאפט זיך אריין מיט געוואלד אין איינעמס קאפ און דער באטרעפנדער מענטש שטייט נעבעך אומבאהאלפן און מאכט זיך מיט די שבעה מדורי גהינום אויף די וועלט,
אין דעם איז נכלל גאר אסאך דיאגנאזן ווי צום ביישפיל, אנקזייעטי, דעפרעסיע, ביי-פאולער/מוד-דיסארדער, OCD, סקיצאפרעיניע, ועוד

(לכאורה פון די קאטעגאריע וועט די מערסטע אויסקומען צו שרייבן..)

--------------------------------------------------------------
בדרך כלל איז מעדיצין געמאכט צו העלפן זיך ארויסדראפענען פון פסיכישע פראבלעמען, צומאל קען עס אויכעט זיין "אביסל" ווירקזאם פאר די אנדערע צוויי קאטעגאריעס אויכעט,
אבער די יסוד איז אז מעדיצין וועט נישט טוישן קיין מידות אדער אנטוויקלען מענטשן... מעדיצין היילט בלויז אויס פון פסיכישע ווייטאגן אזוי אז מזאל קענען זיין א נארמאלער מענטש און אנגיין מיטן לעבן, גארנישט מער.
קיינער ערווארט נישט קיין סיפוק פון קיין עסן.. פונקט אזוי איז נישט שייך צו ערווארטן קיין סיפוק פון קיין מעדיצין!! ממוז זיך מאכן א ציל אין לעבן אקוראט אזויווי א געזונטער מענטש, מעדיצין פילט נישט אן די חלל פון ליידיגקייט, דאס מוז מען אליינס אריינהארעווען!!
------

נאך איין וויכטיגע נקודה דארף מען אויפמערקזאם מאכן,
צומאל קען א מענטש זיך אויפפירן כלשונינו.. נישט נארמאל, און עס איז בעצם גאר א פיזישן פראבלעם ל"ע
עס קען קומען פון אבנארמאלע הויעך צוקער אדער א סטראק רח"ל אדער א געשווילעכץ אינעם מוח אדער א געוויקס רח"ל וכו'

אשר ע"כ איז אלס גאר וויכטיג צו האלטן די אויגן און אויערן אפן צו יעדע מעגליכקייט וואס קען נאר זיין.
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג אפריל 26, 2020 1:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך IMBZ »

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

IMBZ האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=31957

כהאב געמיינט אז איך האב אנטדעקט אמעריקע דערווייל זעה איך אז חביבי מערקט שוין אן אויף מיינע חידושים...

1-מיין רמז איבער די (סכנה פון פולע) ווייטעמינען
2-די סכנה פון אנטי דעפרעסנטס פאר געוויסע מענטשן (א ריזיגע פראצענט סאסייעטי..)

איבער ווען צו ניצן מעדיצינען וואלט איך נישט געוואלט אריינגיין יעצט, עכ"פ עט דיס פוינט..
דל גאה
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 3:05 pm

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דל גאה »

I was on Zolft, Clonopin, Wellbutrin.

I had crazy side effects but needed to take the medication, went to therapy for couple of years bh I'm off all medications and away of therapy.
דל נעם אוועק (כמו דל עשתרות קרנים) גאה דאס גאווה ... אויף דעים ברויך מען ארבעטן
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: מענטל העלט - פראבלעמען און מעדיצינען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

דל גאה האט געשריבן:I was on Zolft, Clonopin, Wellbutrin.

I had crazy side effects but needed to take the medication, went to therapy for couple of years bh I'm off all medications and away of therapy.

צום ערשטנס א שכויעך פארן מיטטיילן אייער עקספיריענס, זכות הרבים תלוי בכם.

אויב שייך צו גיבן מער דיטעילס וואלט עס גאר אסאך ארויסגעהאלפן מיט די קלארקייט להבנת הענין.
וואס איז געווען די פראבלעם מתחילה? האט מען תיכף אנגעהויבן מיט אלע דריי מעדיצינען? וועלכע מעדיצין האט געדארפט צו טון וואס? איז אייער פראבלעם אינגאנצן אוועקגעגאנגען בשעתן זיין אויף די מעדיצין? וואס זענען געוועזן די סייד אפעקטס?
די בעסטע וואלט געווען אויב קענט איר אראפגעבן א ראן-דאון פון אינגאנצן ביים אנהייב, די פראבלעם, די דאקטערס וויזיט, מיט וועלכע מעדיצין און וועלכע דאוז האט איר אנגעהויבן, די גאנצע אנטוויקלונג, דאס אראפגיין דערפון בשעה טובה.

איך פארשטיי גאר גוט אז איר וועט א גרויס חלק דערפון נישט קענען מיטטיילן, אבער ווי מער אינפארמאציע הכל רווח.
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג אפריל 26, 2020 11:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”