טערעפי - מכות צפרדע

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

סתם צו טוישן די סאבדזעקט דא אביסל האב איך לעצטענס געהערט א טייער ווארט און ליידער איז עס אמת טייערע יודן.
טערעפי איז אזוי ווי מכות צפרדע איך רעד דא פון שוואכע פראבלעמען אוודאי ווען מען האט גאר א שווערע פראבלעם ווי דעפרעשאן זאל מען זיך ג'יין העלפען אבער קליינע פראבלעמען איז נישט כדאי! ס'קען צושטערן אייער לעבן! מען גייט פאר קליינע פראבלעמען גאר קליינע און ס'ווערט א בער דורך טערעפי!! יא די בעסטע טערעפי! אלע טערעפיס גייען כמעט אריין אין דעם כלל !

חברה life is too short ... גייטס נישט פאר טערעפי!!

יעצט וועל איך צוקימען צום משל פון מכות צפרדע! מכות צפרדע זאגן אונדז חכמינו ז"ל איז געשעהן אז אן איינצעלע גרויסע פראש איז ארויסגעקימען פון וואסער , זענען געגאנגען די מצרים און עס אנגעהויבן באקלאפן מיט שטעקענעס און ווי מער מען האט געקלאפט אלטס מער פרעש זענען ארויסגעקימען און פארפלייצט גאנטץ מצרים.

יעפ ליידער דאס איז די כלל און טערעפי.

נאכדערצו ווען די טערעפיסט איז נישט לייסענסד אבער ער ווייסט קלאמפיש וואס ער טוט זאגט ער נא מען דארף נאך מער קלאפן און נאכמער קלאפן און דעמאלטס וועט שוין קימען די ישועה אבער די מציאות איז ליידער אז די פראבלעם ווערט נאר ערגער און ערגער ביז מען דערזעהט זיך פליצילינג אז מען איז געגאנגען פאר טערעפי פאר קלייניגקייטן און יעצט איז ארויסגעוואקסן א מאנסטער!!!

Feel free to comment
לעצט פארראכטן דורך סערווייווער אום פרייטאג אפריל 24, 2020 6:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

:roll: :roll: :roll:
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פרישע קוגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3014
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישע קוגל »

[quote="סערווייווער"][/quote]
סא די ביסט א טערעפי סערווייווער, אדער א פראבלעמען סערווייווער?
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

גראדע מיין אנדערע ניק איז גימפל פארוואס רעדן פון מיין ניק נאמען? פליעז
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוה »

עס איז זייער פיינפול ווען א מענטש ווערט מער ציקלאפט אדער חס וחלילה וויי געטוהן ווען ער גייט פאר הילף און לייגט אריין געלט, צייט, און כח צי שפירען בעסער. איך האב פיל מיטגעפיל פאר סיי ווער עס האט דאס אדער ענליכס בייגעוואוינט.

אזוי ווי עס זענען דא כל מיני עסן פלעצער (רעסטוראנטען); טייערע, ביליגע, שיינע, מאדערנע, פליישיגע, מילכיגע, פעסד פוד, טעיק-אוט, זענען אויך דא כל מיני טעראפיסטען; נייע, לאנג-יעריגע, אינגע, אלטע, קליגע און נישט, סענסיטיווע און נישט, טיפע, שנעלע, אא"וו. וואס איז א ישועה פאר איינעם איז א צרה פאר א צווייטען. עס איז וויכטיג אז עס זאל זיין א פאסיג שידוך צווישען די טעראפיסט-קליענט און מזאל אינאיינעם דורך שמועסן און מסכים זיין צים ציגאנג פין די ארבעט.

עס ליגט די פליכט אויף אינז טעראפיסטען צי דאס קלארשטעלן פאר אינזערע קליענטן און כסדר דורך שמיעסן צי די "טעראפי שידוך" איז פאסיג. צוליב פארשידענע סיבות ווערט דאס ביי געוויסע פארנאכלעסיגט, אשר על כן איז כדאי פאר קליענטן צי וויסען פין דעם און דאס אויפברענגען מיט די טעראפיסט אויב עס שטייט אין וועג. אויב האט מען מורא אז עס וועט וויי טוהן די טעראפיסט איז נאך דא ווי צי ווערן נענטער אין די "טעראפיסט-קליענט שידוך". טאמער מ'ברענגט אויף א שמיעס אין דעם ענין און די טעראפיסט איז שטארק אימבאקוועם, קריטיקירט טויג די מצב זייער נישט :(.

ועוד, מאנכע מענשטען האבען א בליק אז אויב האט מען האט א שוועריקייט גיבט מען א גיי צי א "טעראפיסט" און די "טעראפיסט" וועט אוודאי מסדר זיין די זאך אזוי כלאחר יד. די מציאות איז אז טעראפיסטען זענען נישט "ג-ט", אונז ווייסען נישט אלעס, יעדע מענטש וואס קימט צי אינז נעמט אינז אסאך כח צי ארויסהאבען וואס וועט ברענגען די גיטע רעזולטאטען.

אז מ'פארשטייט אז א טעראפיסט איז נישט א "כל יכול", נאר ער פארמאגט אסאך אינפארמאציע און געדאנקען וואס קענען זיין בייהילפיג פאר ליידענדע, דאן אויב איז זיין ציגאנג נישט בייהילפיג שמועסט מען דאס אדורך אינאיינעם און טאמער מ'קען זיך נישט צאמטרעפן - למשל די קליענט זאגט אז די ארבעט פין אריינגיין טיף אין די ווייטאג וואס ער האט בייגעוואיונט לאזט אים איבער חרוב פאר די גאנצע וואך און די טעראפיסט איז נישט סענסעטיוו צי דעם און ער גייט ווייטער מיט זיין מהלך - דאן שמעוסט מען עס אדורך מיט נאך א קליגע מענטש אדער אן ארגענעזאציע ווי ריליף וואס איז ממש אויף דעם געשטעלט ציציפאסען די ריכטיג'ן טעראפיסט פאר איעדן יחיד לפי זיין שוועריקייט און פערזענליכקייט. מיט אן אפענקייט די טעראפיסט איז נישט געווען די פאסיגע שליח וועט מען בעז"ה אנקומען צי זיך היילען און בעסער שפירען.

דער וואס דארף נישט טעראפי...? הממ... זאל ביטע נישט גיין.

זאל יעדער האבען פיל סוקסעס און די רופא נאמן זאל שוין שיקען רפואות און ישועות לכל.
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

סערווייווער האט געשריבן:סתם צו טוישן די סאבדזעקט דא אביסל האב איך לעצטענס געהערט א טייער ווארט און ליידער איז עס אמת טייערע יודן.
טערעפי איז אזוי ווי מכות צפרדע איך רעד דא פון שוואכע פראבלעמען אוודאי ווען מען האט גאר א שווערע פראבלעם ווי דעפרעשאן זאל מען זיך ג'יין העלפען אבער קליינע פראבלעמען איז נישט כדאי! ס'קען צושטערן אייער לעבן! מען גייט פאר קליינע פראבלעמען גאר קליינע און ס'ווערט א בער דורך טערעפי!! יא די בעסטע טערעפי! אלע טערעפיס גייען כמעט אריין אין דעם כלל !

חברה life is too short ... גייטס נישט פאר טערעפי!!

יעצט וועל איך צוקימען צום משל פון מכות צפרדע! מכות צפרדע זאגן אונדז חכמינו ז"ל איז געשעהן אז אן איינצעלע גרויסע פראש איז ארויסגעקימען פון וואסער , זענען געגאנגען די מצרים און עס אנגעהויבן באקלאפן מיט שטעקענעס און ווי מער מען האט געקלאפט אלטס מער פרעש זענען ארויסגעקימען און פארפלייצט גאנטץ מצרים.

יעפ ליידער דאס איז די כלל און טערעפי.

נאכדערצו ווען די טערעפיסט איז נישט לייסענסד אבער ער ווייסט קלאמפיש וואס ער טוט זאגט ער נא מען דארף נאך מער קלאפן און נאכמער קלאפן און דעמאלטס וועט שוין קימען די ישועה אבער די מציאות איז ליידער אז די פראבלעם ווערט נאר ערגער און ערגער ביז מען דערזעהט זיך פליצילינג אז מען איז געגאנגען פאר טערעפי פאר קלייניגקייטן און יעצט איז ארויסגעוואקסן א מאנסטער!!!

Feel free to comment

[align=center]זייער אסאך מאל אפי' מען מיינט אז מען האט נאר א קליינע פראבלעם אבער אז מען הייבט אן צו גיין צו טעראפי ווערט מען געוואויער אז אט דער קליינער פראבלעם איז בסך הכל א קליינע תוצאה פון אן ערענסטערע אונטערליגענדע פראבלעם. און וואס מען טוט דאן איז [נישט יעדער....] אז מען הייבט אן אויפגראבן באהאלטענע פארבארגענע געהיימע געפילן און מעסעדזשעס פון וועלעכע ער פרובירט שוין די אלע פארגאנגענע יארן צו אנטלויפן...... און וואס עס פאסירט דאן איז אז דער פאציענט אנשטאט פעיסן זיינע שלעכטע פילינגס וואס ער הייבט אן אנדעקן און אנשטאט פעיסן אז יא! איך א געוויסע עמאושענעל שוועריגקייט הייבט ער אן אריינגיין אין א פייט דערמיט מיטן עס פרובירן צו קאווערן/דינייען/פארלייקענען מיט כל מיני קאווער אפ'ס, און דאן בויעט זיך אויף אינעם מענטש גאנצעטע בניינים פון קאווער אפ'ס וואס איינס קאווערט דאס צווייטע וכו' וכו'.

בסך הכל דארף דער מענטש מחליט זיין צו פעיסן זיינע שלעכטע פילינגס און זיי קוקן אין פנים אריין; יא! איך פיל אזוי און אזוי, איך פארלייקן עס נישט און איך גיי דיך לאזן דא זיין! אבער איך גיי דיך נישט אייביג פאלגן, אמאל יא און אמאל נישט..... ווענד זיך וואס מיין לאגיק וועט מיר זאגן! [מען מעג זיך אמאל וויסענדיג מאכן דערפון אויכעט ווייל אויב דו גייסט אלעמאל דערקעגן דאן איז פשט אז דו ביסט נישט אמת'דיג גרייט צו פעיסן דיין שלעכטע פילינג נאר דו ווילסט אים א גאנצע צייט באקעמפן] אבער דו שלעכטע פילינג - ווער נישט געשטערט פון דעם פאקט אז איך מאך זיך נישט וויסענדיג פון דיר... איך לאז דיך ווייטער דא זיין הארץ און גערן! איך מעג פילן שלעכט צו עס איז נארמאל צו נישט, דו מעגסט דא זיין אפילו עס איז נישט נארמאל! און איך מעג טוהן וואס איך האב צוטוהן אפילו בשעת דו ביסט דא!

און אפילו ווען דו שפירסט סיי וועלעכע שלעכטע געפיל וואס דו וואלסט ווען נישט געוואלט שפירן און וואס גיט דיך דעם מעסעזש אז דו ביסט נישט גוט, דארפסטו נאכאלץ וויסן אז דאס איז נאר א געפיל און דאס מוז גארנישט האבן מיטן פאקטישן מציאות, און מיט דעם אלעם מעגסטו נאכאלץ שפירן אזוי!
עס אז פאקט אז אפילו ווען א מענטש איז איבערצייגט אז ער איז גוט און יעדער ארום אים זאגט אים אז ער איז גוט מיט דעם אלעם וועט ער נאכאלץ פילן ביי זיך א געוויסע שוואכע פילינג, און ספיקות וועלן אים נאכאלץ בורזשענען אין זיין מוח אז; אולי בין איך נישט גוט! אזוי איז עס! מען מעג האבן אלע שלעכעטע פילינגס, און אויב זענען זיי דא דאן דארף מען זיי לאזן דא זיין נישט זיי דינייען און קאווערן, אבער גלייבן טאר מען זיי נישט גלייבן!

[מען נאך רעדן פון דעם שעות ארוכות]

אינאיינוועגס האסטו שוין אויך א ביאור אויף מיין אונטערשריפט.....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

סערווייווער האט געשריבן:נאכדערצו ווען די טערעפיסט איז נישט לייסענסד אבער ער ווייסט קלאמפיש וואס ער טוט
Feel free to comment

וואק אוועק פון די נישט לייסענסד חברה, טאטש זיי נישט
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

נשמת השכל האט געשריבן:

סך הכול טוסטו פארענטפערן פארוואס ס'פאסירט. מסכים! אבער די מציאות איז אז ס'פאסירט נאר וועגן טערעפי אן טערעפי נישט
און דעטס מיי פאוינט ענדישער לאז די פראבלעמען שלאפן א זיסע שלאף און נאכדערצו ווען די פראבלעמען זענען נאר לעין נאר ווען א טערעפיסט נעמט א ריזיגע שאוועל און הייבט אן גראבן... גראב מיר נישט און פארטיג לאז מיך לעבן:)
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

דאן גיי נישט צום טעראפיסט! וואס זיכסטו דארט?
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

ספרים שטוב האט געשריבן:
סערווייווער האט געשריבן:נאכדערצו ווען די טערעפיסט איז נישט לייסענסד אבער ער ווייסט קלאמפיש וואס ער טוט
Feel free to comment

וואק אוועק פון די נישט לייסענסד חברה, טאטש זיי נישט

נישט דאס איז דער וועג דאס צו באשטימען!
מען דארף גוט אריינקוקן אין יעדן אינדעווידעוואלן טעראפיסט/מטפל/מייעץ צו זעהן וואס ער האט צו פארקויפן, און דערנאך באשליסן
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
סערווייווער
שר מאה
תגובות: 170
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 24, 2018 6:30 pm

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סערווייווער »

נשמת השכל האט געשריבן:דאן גיי נישט צום טעראפיסט! וואס זיכסטו דארט?

איך רעד נישט פון מיר . אסאך מאל גייען מענטשן זיי הערן עפעס א גיטע טערעפיסט און זיי טראכטן y not ביים שלום זכר אין בית מדרש ווען אינגעלייט שמיעסן האב איך עפעס נישט קיין קאנפידענס און אפשר קען מיך די טערעפיסט העלפן פון אזאלכע חברה רעד איך אדער א מענטש וואס ווייסט אז ער איז איבערגעגאנגען אביוז אלטס קינד און וויל עס היילן
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

סערווייווער האט געשריבן:

איך רעד אויך נישט פון דיר, איך רעד פון דער וואס גייט.....
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
אוועטאר
נשמת השכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4649
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמת השכל »

סערווייווער האט געשריבן:אסאך מאל גייען מענטשן זיי הערן עפעס א גיטע טערעפיסט און זיי טראכטן y not ביים שלום זכר אין בית מדרש ווען אינגעלייט שמיעסן האב איך עפעס נישט קיין קאנפידענס און אפשר קען מיך די טערעפיסט העלפן פון אזאלכע חברה

קיינער גייט נישט צו טעראפי ווייל ער האט געהערט ביי א שלום זכר אז עס איז אפשר א גוטע איידיע....

סערווייווער האט געשריבן:אדער א מענטש וואס ווייסט אז ער איז איבערגעגאנגען אביוז אלטס קינד און וויל עס היילן

נו און.....?
איך רעד אויך פון אזעלעכע
יעדע גוטע באגריף וואס גייט אן פאר צו לאנג ווערט צום סוף אויס גוטע באגריף
ספירה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2018 4:19 pm

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספירה »

‏WOW !
אינטערסאנט, ווען איך האב געזעהן די קעפל מכות צפדרע, איז מיר ממש די געדאנק דורך געלאפן און קאפ, ממש מגדיר געווען און איין ווארט, דאן ווען איך האב געעפענט און געזעהן ווי שרייבסט מיז איך זאגן אז די ביסט 100% גערעכט...... אסאך מאל, אבער דירעקט נישט אייביג.

ס'איז אן אריכות הענין האביך נישט קיין נערווען אריין צוגיין אין דיטעילס, אבער זייענדיג איינער וואס איז געגאנגען צו טעראפי, העווי העווי טעראפי, פאר העווי העווי זאכן, פאר ארום איינס און א האלב יאר, און ווערענדיג מער און מער משוגע פון טאג צוטאג און גייענדיג טיפער און טיפער און פראבלעמן, ווי אויך האביך געהאט קשר מיט געוויסע מענטשן וואס זענען דורך ענליכס און איך האב ביי יעדן געזעהן די זעלבע, האביך עס בסייעתא דישמיא אפגעלאזט פון איין רגע אויף די אנדערע אין ב"ה זאכן זענען נארמאל ווי ווען גארנישט וואלט געווען ב"ה.
.
אבער, זייענדיג פערצופאל עוסק און געוויסע נפשיות'דיגע פראבלעמן אומדירעקט, (גארנישט צוטון מיט וואס איך בין פערזענליך געגאנגען ) און מיטהאלטענדיג פון דער נאנט קעיסעס, איז דא ווען טעראפי ראטעוועט נפשות ממות לחיים ברוחניות ובגשמיות, עס איז נישט קיין כלל אז אלס איז צפרדע, מען דארף וויסן ווי איין ווי אויס.

ביסט גערעכט מיט די נקודה אז ס’איז א מים שאין להם סוף, ס׳איז ווי מכות צפרדע, אבער עס ווענדט זיך לאו דוקא אין וואספארא סארט פראבלעם נאר ענדערש ווי שטארק די פראבלעם עפעקט די טעגליכע הלך ילך , און ווי אויך האט עס נישט דוקא מיט לייסענד, איך האב אזא שווערע עקספירענס דוקא פון א גאר פראפעסינאל לייסענד טעראפיסט, און דוקא א נישט לייסענד האט מיך געראטעוועט.
כללו של דבר, אויב די פראבלעם איז א זאך וואס שטערט אנצוגיין און לעבן דאן דארף מען הילף, אמאל איז לייסענד גוט אמאל דוקא פארקערט.

עס האט נישט מיט לייסענד אדער נישט, עס האט מיט וויפיל אינסטינגס און שכל ער ארבעט.
דהיינו, אמאל איז דא א טעראפיסט וואס איז זייער געלערענט און פאלאויד די בוק מיטן קאפ און וואנט, דהיינו אויב די בוק זאגט אז די און די פראבלעם באהאנדעלט מען מיט די און די מעטאד וועט ער ניצן אויף דעם קליינט דעם מעטאד, אפי׳ זיינע אינסטינגס זאגן אז דאס איז נישט ריכטיג, און אפי׳ ער זעהט קלאר אז די מהלך ארבעט נישט אויף דעם קלייענט, איי עס ארבעט נישט, אויף דעם איז די תירוץ געווענליך, עס נעמט צייט, ביי אזא איינעם מאכט זיך אפט מכת צפרדע

אבער דא קומט אריין נאך א פאקטאר, ווען א מענטש לאמיר זאגן גייט צום דאקטאר אז זיין האלדז טוט וויי און ער היסט, די דר געבט אים אנטיבייעטיק, ער קומט צוריק א וואך שפעטער, דר, די אנטיבייאטיק האט נישט געארבעט, מיין האלדז טוט נאך אלס וויי, אויב די דר וועט אים זאגן זיי וואספארא סיבה וואס וועט זיך פארדעם פאציענט נישט לייגן אויפן שכל וועט ער אפט מאל טענהן מיטן דאקטאר אז ס׳קען נישט זיין, אפי׳ דער פאציענט האט דאקטעריי קיינמאל נישט געלערענט און ער ווייסט אז די דאקטאר ווייסט וואס ער רעדט, וועט אבער זיין אינסטינגס, דאס הייסט זיין פילינג אינסייד וואס רעדט צו אים, זאגן אז די דר איז נישט גערעכט.
אנדערש אבער איז ווען עס קומט צום נפש, דארט וועלן מענטשן טראסטן דעם טעראפיסט און נישט אויסהערן זייער אינסטינגס, אפי׳ ס׳מאכט נישט קיין סענס, פארוואס, ווייל ער ווייסט אז תורת הנפש איז נישט עפעס וואס ער פארשטייט.
און דא איז ווי די פראבלעם ווערט, ווען עס הייבט שוין אן צו געדוירען צופיל צייט, מען גייט מען שפענד שווערע געלטער, געווענליך קומט מען אן אויף מעדיקעישן און אזא פאל אויך, דער קליענט פארשטייט נישט וואס דא גייט פאר, עס ווערט דאך נאר ערגער, זיינע אינסטינגס זאגן אים אז דעס מאכט נישט קיין סענס, ער הערט אבער נישט אויס זיין אינסייד אזוי ווי ווען זיין האלדז טוט וויי, ווייל ער טראסט זיך נישט אז זיינע פילינגס זענען ריכטיג ווען עס קומט צו תורת הנפש, און וועט ענדערש טראסטן דעם טעראפיסט.

דער אמת איז אבער, ווען דער קליענט זאל ווען נאכגיין זיין אינסטינגס, און וויסן אז די אינסטינגס זענען מעסעדזשס צום מענטש און אפי׳ ביי נפש דארף מען עס אויסהערן וואלט מען אפטמאל נישט געליטן פון דעם מכת צפרדע.

און די זעלבע איז מיטן טעראפיסט, אויב ארבעט ער לויטן בוק און איגנארירט זיינע אינסטינגס וועט ער אפט מאל ארבעטן א לאנגע צייט אן ריזאלטאטן ווייל די בוק זאגט אזוי, און ארבעטענדיג אזוי לאנג אויפן נפש פראבירט מען אויס יעדע סארט פילינג, און יעדע מענטש האט פילינגס וואס ער האט נישט ליב און גראבענדיג דערין מאכט עס נאר מער פראבלעמן, משא״כ אויב ער ארבעט אויך מיט אינסטינגס האט מען מער שאנס צו דידעקטן שנעלער צו דער קליענט איז געמאכט פאר דעם מעטאד וכדו׳.

עס איז וויכטיג צו באטאנען, אינסטינגס איז נישט קיין נבואה, אסאך מאל איז יא אמת די תירוץ אז עס נעמט צייט, כ׳רעד ווען מ׳דארף עס יא און ווען מען טוט יא די ריכטיגע מהלך, איז אבער טעראפי פארט נישט קיין מעדעצין וואס מען שלינגט איין און מען שפירט בעסער, עס איז ווי נישט ווי ארבעט אויף הייקעלע חלקים פונעם קערפער, נעמליך די געפילן וכדו׳ , אבער מענטשן ווילן יא זעהן רעזאלטאטן נאכן ערשטן סעשן, ווען די פאקט איז אבער אז עס נעמט צייט די טעראפיסט זאל ארויס האבן די זאך וכדו׳, דארף מען וויסן אז נישט אייביג ווען מען מיינט אז עס איז צו לאנג און די אינסטינגס זאגן אזוי, מיינט עס אס ס׳איז טאקע אזוי, מען דארף אבער וויסן צו אויסהערן די אינסטינגס יעדעס מאל און שוקל זיין צו דאס מאל איז עס ריכטיג צו נישט, אבער אינגאנצן איגנארירן זיך אליינס און טראסטן 100% דעם טעראפיסט איז נישט ריכטיג און פירט אפטמאל צום אויבנדערמאנטן מכת צפרדע.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איך קען א אינגערמאן וואס האט ADHD און פלעגט האבן שוועריקייטן אין לעבן דערפון אבער האט זיך צוגעוואוינט ס'האט אבער זייער געשטערט פאר זיין ווייב

איינמאל האט ער אויף אן אינטערעסאנטן אופן באקומען א דייעגנאז האט ער אנגעפאנגען ארבעטן דערויף און געוואר געווארן אז די פראבלעם איז אסאך גרעסער ווי ער האט געמיינט און היינט נאך אפאר יאר דאנקט ער דעם באשעפער אויף די השגחה פרטית. היינט זעהט ער וויפיל גרינגער דאס לעבן קען זיין

נאכדעם זענען דא מענטשן וואס ווילן פשוט נישט טוהן וואס זיי דארפן און מיינען אז א טעראפיסט וועט זיי העלפן אויספיגערן וויאזוי צו מאנעוורירן דעם מצב. קומט דער טעראפיסט און זאגט גלייך אין פנים אז זייער פראבלעם איז נישט וואס זיי מיינען נאר עפעס אנדערש. שרייט מען אז דער טעראפיסט וויל פשוט אריינשלעפן

פון די אנדערע זייט זענען באמת דא טעראפיסטס וואס מאכן חרוב מענטשן נאר כדי צו האבן לאנגיעריגע קליענטן. איך האב אליינס מיטגעהאלטן אזא מעשה נישט לאנג צוריק מיט א לייסענסד עקספיריענסד טעראפיסט וואס ס'איז דא רעקארדינגס ווי זי העצט די פרוי אויפ'ן מאן און דעם מאן אויף די פרוי. ווען ס'איז ווען בידי וואלט איך (ווי פארשטענדליך, מיט רשות פון א דיין) איר רעפארטעד און זי וואלט פארלוירן איר לייסענס. און אנגערופן רעליף און פארציילט די מעשה. קען זיין די באטראפענע האבן שוין (כ'האף אזוי)

נישט לאנג צוריק איז מיר אויסגעקומען אין א שמועס מיט 2 אינשורענס אגענטן צו הערן די זעלבע סטעיטמענט. ס'איז נישט צום גלייבן וויפיל ס'זענען ביי אונז אויף מעדיקעישן. ספעציעל ענקזייעטי און דעפרעסיע. אזויפיל מענטשן ווילן נישט גיין צו קיין טעראפיסט ווייל ער גייט נאר גרעסער מאכן און טרעפן פרישע פראבלעמען אבער שטופן דורך טאג נאך טאג און ווייסן ניטאמאל אז ס'קען זיין בעסער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

הענדימען האט געשריבן:איך קען א אינגערמאן וואס האט ADHD און פלעגט האבן שוועריקייטן אין לעבן דערפון אבער האט זיך צוגעוואוינט ס'האט אבער זייער געשטערט פאר זיין ווייב

מתבונן האט געשריבן:ס'איז ב"ה דא היינט א פלוס פון ריפערעל עיזשענסיס וואס זענען מדריך מענטשן פערזענליך צו וועלכע מומחה צו גיין. על כולם, איז דער באקאנטער וועלטס ארגענעזאציע Relief.

ברוך השם באופן כללי איז אכשר דרא, און עס איז דא אסאך ערליכע טערעפיסטן, און אפילו נישט היימישע, ווערן היינט מער טרענירט זיך צו רעכענען מיט יענעמס רעליגיעזע סענסעטיווע צרכים און בעקראונד, אויף א אופן אז מען קען זיין מער פלעקסיבעל צו וועמען מען גייט. אבער פארשטייט זיך אז עס ליגט אויף יעדעמס אחריות זיך דורך צורעדן מיט זיין מורה דרך צו וועמען צו גיין.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

די אשכול איז איינעמס פערזענליכע מיינונג און נישט קיין נחלת הכלל

הייב אויף א טעלעפון צו Releif העסטו זעהן אז עז איז דא טויזענטע מענטשן וואס האלטן אנדערש וואו דיר

דעיס אז עס איז דא אזעלכע וואס שלעפן ארום צוליב געלט סיבות איז יתכן אבער פארדעם אוועק צו מאכן א גאנצע מסכתא ?

מען זאגט די זעלבע טענה אויף וואקסינען אין אויף קאר מעקאניקס אז זיי זאגן אז די קאר מיז האבן נייע parts צו קענען בעטן געלט
ולכן העל איך אייך פרעגן , זענען אלע מעקאניקס פולנע גנבים ?
שלוה
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 2:01 am

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלוה »

הענדימען האט געשריבן:איך קען א אינגערמאן וואס האט ADHD און פלעגט האבן שוועריקייטן אין לעבן דערפון אבער האט זיך צוגעוואוינט ס'האט אבער זייער געשטערט פאר זיין ווייב

איינמאל האט ער אויף אן אינטערעסאנטן אופן באקומען א דייעגנאז האט ער אנגעפאנגען ארבעטן דערויף און געוואר געווארן אז די פראבלעם איז אסאך גרעסער ווי ער האט געמיינט און היינט נאך אפאר יאר דאנקט ער דעם באשעפער אויף די השגחה פרטית. היינט זעהט ער וויפיל גרינגער דאס לעבן קען זיין

נאכדעם זענען דא מענטשן וואס ווילן פשוט נישט טוהן וואס זיי דארפן און מיינען אז א טעראפיסט וועט זיי העלפן אויספיגערן וויאזוי צו מאנעוורירן דעם מצב. קומט דער טעראפיסט און זאגט גלייך אין פנים אז זייער פראבלעם איז נישט וואס זיי מיינען נאר עפעס אנדערש. שרייט מען אז דער טעראפיסט וויל פשוט אריינשלעפן

פון די אנדערע זייט זענען באמת דא טעראפיסטס וואס מאכן חרוב מענטשן נאר כדי צו האבן לאנגיעריגע קליענטן. איך האב אליינס מיטגעהאלטן אזא מעשה נישט לאנג צוריק מיט א לייסענסד עקספיריענסד טעראפיסט וואס ס'איז דא רעקארדינגס ווי זי העצט די פרוי אויפ'ן מאן און דעם מאן אויף די פרוי. ווען ס'איז ווען בידי וואלט איך (ווי פארשטענדליך, מיט רשות פון א דיין) איר רעפארטעד און זי וואלט פארלוירן איר לייסענס. און אנגערופן רעליף און פארציילט די מעשה. קען זיין די באטראפענע האבן שוין (כ'האף אזוי)

נישט לאנג צוריק איז מיר אויסגעקומען אין א שמועס מיט 2 אינשורענס אגענטן צו הערן די זעלבע סטעיטמענט. ס'איז נישט צום גלייבן וויפיל ס'זענען ביי אונז אויף מעדיקעישן. ספעציעל ענקזייעטי און דעפרעסיע. אזויפיל מענטשן ווילן נישט גיין צו קיין טעראפיסט ווייל ער גייט נאר גרעסער מאכן און טרעפן פרישע פראבלעמען אבער שטופן דורך טאג נאך טאג און ווייסן ניטאמאל אז ס'קען זיין בעסער

הענדימען,

שיין אז די קענסט מיטטיילען איבער די נושא סיי פאזיטעוו און סיי נעגעטיוו.

די נקודה אז טעראפיסט'ן וועלן טיילמאל זאגען פאר מענטשען אז זייער פראבלעם איז גרעסער ווי זיי שטעלן זיך פאר אדער ווילען איינזען איז זייער ריכטיג, און דאס ברענגט צימאל אז קליענטן זענען אימציפרידען אז די היילונג נעמט לענגער ווי זיי האבען ערווארטעט.

די נושא פין טעראפי וואס איז דורכגעפאלען אדער האט וויי געטוהן די קליענט איז א חשוב'ע טעמע. העצען האט נישט קיין מקום אין טעראפי און אויב ביסטו באקאנט מיט די פרטים און עס איז טאקע אזוי ביזטו שטארק מעגליך "מחיוב" צי טוען וועגן דעם און פארמיידען ענליכס פאר אנדערע. מיט דעם איז וויכטיג ווען מ'רעדט צי וויסען מיט א קלארקייט וואס איז געווען. פיל מאל פארציילען מענטשען זאכען וואס זענען בכלל נישט ווי אזוי עס איז עכט געווען, ספעציעל ביי שלום בית ווי עס איז דא צוויי צדדים.

פאר אינטערעסאנטקייט איך האב שוין עטליכע מאל געהאט אז מ'האט מיך איבערפארציילט אז איך האב געטין אדער געזאגט כך וכך פאר אדער איבער געוויסע מענטשען ווען איך האב ניטאמאל געזען די מענטש אבער מענטשען האבען שוין געוואוסט וואס איך האב געזאגט. אזוי אויך האב איך עטליכע מאל געהאט אז רמי"ם האבען געוואלט רעדן און באקומען אפדעיטס וועגן זייערע תלמידים וואס איך האב קיינמאל נישט אנגעהויבען צי זעהן. אמאל האב איך שפעטערע באקומען א קאל צי אנהייבען מיט די בחורים און צימאל נישט. וואס מ'רעדט און וואס איז, זענען פיל מאל זייער ווייט.

אזוי ווי פריער ערווענט איז חשוב צי ברענגען מער וויסנשאפט כלפי די מעגליכע ריסקס פין טעראפי כדי מענשטען זאלען ציגיין צי דעם מיט א שטארקע ישוב הדעת און נישט סתם זיך פארלאזען בלינדערהייט. טעראפיסטען זענען מענטשען און מאכען טעיתים און אויך איז דא וואס טויגען נישט צי סאך. אלס א טעראפיסט אבער גייט מיך נישט אריין אין קאפ די געדאנק פין פילע אז (ס'דא) טעראפיסטען וואס זיכען צי האלטען קליענטן ווי לאנג מעגליך פשוט צי מאכען זייער געלט. אונזער פרנסה באשטייט פין ריפעירעלס פין ארגענעזאציעס ווי ריליעף אדער רבנים. די וויכטיגסטע זאך פאר אינז ביזנעס גערעדט איז אז אינזערע קליענטען זאלען מצליח זיין, שפירען בעסער און גיבען גיטע גריסען פאר דער וואס האט זיי געשיקט צי אינז. אונזער "רעפיוטעישען" ביי די רעפערערס איז מורא'דיג וויכטיג צוליב דעם קלויבען אינז אויס וועם מ'נעמט אן און וועם נישט, ועוד הרבה. יעדע טעראפיסט וואס איך קען (אה, איך קען נאר די גיטע!?) וועט ענדערש זיצען מיט ווייניגער קליענטען ווי צי האבען א קליענט מיט וועם מ'איז נישט מצליח. די שווערסטע זאך פאר מיך אלס טעראפיסט איז צי שפירען אז ס'גייט נישט, מ'איז נישט מצליח, ס'איז קאפליצירט, סיי ווייל מיין ווינטש איז מי העלפען, איך שפיר מיין הצלחה, און וועגן ווייטערטיגע ריפעירעלס- ביזנעס.

‏איך שיק גרינג צי אנדערע אבער פיל מאל איז דאס נישט א תועלת. מיטשענען, שפירען ווי מ'טאפט איז א שטארקע חלק פין אינזער ארבעט. די טעראפיסטען וואס ווייסען אלעס און מיטשענען זיך נישט נאר בלעימען די קליענטען דירעקט אדער אימדירעקט ברענגען ליידער פיל שאדען.

איך פארשטיי פארוואס מענשטען טראכטען אז מ'וויל האלטען קליענטען ווי לענגער, אלס איינער וואס לעבט דאס פין די אנדערע זייט קיקט מיך דאס אויס צי זיין זייער רחוק. נאכאמאל טעראפיסטען מאכען טעיתים אבער איך קען נישט זעהן פין ווי אזא מענטש זאל האבען ווייטערדיגע קליענטען. לסיכום: די געווענליכע טעראפיסט'ס הצלחה ווענד זיך פיל ווי סאך הצלחה זיינע קליענטען האבען.
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

וואס איז די חילוק פון א לייסענס טערפיסט, צו איינעם וואס איז נישט לייסענסט אבער ער איז געגאנגן אין א אינסטעטוט אין ער איז סערטיפייט אויף געוויסע טערעפי'ס?
איו אנדערע ווערטער - וואס קען א לייסענסט טערפיסט מער ווי איינער וואס איז סערטיפייט אויף טערעפי?
yid
שר האלף
תגובות: 1881
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

when the therapist has a problem he also d'ont know how to handle that so how can he help me?
אוועטאר
ס'קען זיין
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 2:21 pm

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'קען זיין »

Wow wow דא גייט גיין מכות רעכט אין לינקס צום סוף גייט זיך קיינער נישט בייגען פארען צווייטען איך בין נאך זיכער צי איך זאל מיר אן הייבען טענה'ן איך מיין אז ס'איז נישט דא קיין liability אויף די געשעדיגטע !!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דאס איז בעיסיק קאוטשינג VS טעראפי
א טעראפיסט פרובירט מערערע מאל וואס זיי האבען געלערנט אין שולע און אויך זאכען וואס איז נישט קיין מעטש מיט דעם פאצינעט, און ברויך פאללאוען געוויסע גיידליינס, בעת א קאוטש איז דא דיך באקוועמער צו מאכען
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

א קאוטש האט א לייסענס ?
ברכה והצלחה
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2016 8:03 pm

Re: טערעפי - מכות צפרדע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברכה והצלחה »

j718 האט געשריבן:א קאוטש האט א לייסענס ?

א קויטש איז סערטיפייט פאר זיין מלאכה,
איך רעד פון איינעם וואס איז סערטיפייט פאר א געוויסע טערעפי
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”