Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

דברים אלו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ווארשיינליך רעדט ער נישט פון בדיעבד ווען מ'האט נישט קיין געלט. ער רעדט ווען מ'האט יא, איז די וויכטיגסטע פינאנצילע יסוד צו וואוינען אין א הויז פרי ענד קלעיר, עי.עס.עי.פי. און נישט אנשטאט פארטאכלעווען די געלט אויף אנדערע אינוועסטמענט'ס ביזנעסער וכש"כ אויף סתם צרכים.

פארוואס ניצן אייגענע געלט ווען מען קען ניצן די באנקס געלט פאר נישטיגע 3 פראצענט און אזוי האלט אויך ראבערט קיאסאקי

דברים פשוטים..

אוואדע אויסברייטערן די אייגענע פראטפאליאו מיט יענעמס געלט! וואו נאך האסטו אזאנס? מיט דיין 1200 דאלערדיגע געהאלט?!!

דער רעמזי קומט אריין זייער שיעף...
--------------
איין מינוט רעד ער פון רואיגקייט און די צווייטע מינוט רעדט ער פון טראכטן פונעם עתיד און שוין יעצט נעמען די דאגה...

ני ני, אויב עגריען מיר אויף דאגות, דאן וויל איך א מארטגעדזש!

קלאר?
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג אוגוסט 16, 2020 10:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

דברים אלו האט געשריבן:פארוואס ניצן אייגענע געלט ווען מען קען ניצן די באנקס געלט פאר נישטיגע 3 פראצענט און אזוי האלט אויך ראבערט קיאסאקי

רעמזי טענהט אז ער האט שטודירט מיליאנערן, און ער האט געטראפן אז מערסטע מיליאנערן זענען געווארען מיליאניערען דורך קודם אפצאלן זייער אייגענע מארטגעידזשעס פארן מאכן אינוועסטמענטס
שיעלע בהמה
שר האלפיים
תגובות: 2366
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2019 11:59 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיעלע בהמה »

בבקשה האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:פארוואס ניצן אייגענע געלט ווען מען קען ניצן די באנקס געלט פאר נישטיגע 3 פראצענט און אזוי האלט אויך ראבערט קיאסאקי

רעמזי טענהט אז ער האט שטודירט מיליאנערן, און ער האט געטראפן אז מערסטע מיליאנערן זענען געווארען מיליאניערען דורך קודם אפצאלן זייער אייגענע מארטגעידזשעס פארן מאכן אינוועסטמענטס

רוב אמתע מיליאנערן קומען פון סאליד ביזנעסער און סאליד איידיעס.

מיר רעדן דא אבער, פון מצליח זיין דורכן בארגן געלט פון די באנק און פרובירן צו אויסברייטערן די אייגענע פארמעגן-באזיץ (פראטפאוליאו בלע"ז) דורך די דאזיגע הלואות און בעזה"ש מיט די יארן ווערן שיין בעל בתיש, לאו דוקא א ערנסטע מיליאנער (הגם די וועלכע זענען גרייט צו נעמען מער ערנסטערע ריסק האבן די אפערטונעטי אויכעט).
-------
נאך א נקודה, אויב זעה איך אז מיין הצלחה שיינט און איך שאר גאלד (נישט קיין חילוק פון וואו..) פארשטייט זיך אליינס אז איך צאל די ערשטע זאך אפ מיין מארטגעדזש אויף מיין הויז, אבער הני מילי בדאיכא.. ובדליכא, דרייט מען און מדרייט ביז דער אויבערשטער העלפט און ערגעץ וואו זאמלט מען אן א שיינע עקוועטי.

סאיז אזוי שלעכט?
לעצט פארראכטן דורך שיעלע בהמה אום זונטאג אוגוסט 16, 2020 11:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

בבקשה האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:פארוואס ניצן אייגענע געלט ווען מען קען ניצן די באנקס געלט פאר נישטיגע 3 פראצענט און אזוי האלט אויך ראבערט קיאסאקי

רעמזי טענהט אז ער האט שטודירט מיליאנערן, און ער האט געטראפן אז מערסטע מיליאנערן זענען געווארען מיליאניערען דורך קודם אפצאלן זייער אייגענע מארטגעידזשעס פארן מאכן אינוועסטמענטס

רעמזיס מיליאנערן מיינט אז מען האט נכסים וואס באטרעפט א מיליאן דולר וואס איז גארנישט מיט נישט פאר אונזערע געבענשטע משפחות און עפ"ר זיינע מיליאנערן זענען עלטערע 65 יעריגע וואס האבן עס געמאכט דורך פרוטה פרוטה מצטרפות
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

בבקשה האט געשריבן:די מנוחת הנפש פון האבן אן אפגעצאלטען הויז, איז לויט רעמזי ווערט מער פון 5% יערליך.

אפשר זאל מען נאר אריינלייגן די געלט אין באנדס?

בבקשה האט געשריבן:נאך א נקודה וגו'

דאס איז שוין א שטערקערע פוינט

כ'קען נישט זאגן ס'איז יא אדער נישט ריכטיג אבער די מהלך פון האבן קעש עוועילעבל ווען די מארקעט קראכט איז אויך ווערט עפעס

וויפיל פראצענט קען איינער אויסרעכענען?

און צו דער הרב בבקשה. א גרויסן יישר כח פאר די שיינע און קלארע הסבר

בבקשה האט געשריבן:רעמזי טענהט אז ער האט שטודירט מיליאנערן, און ער האט געטראפן אז מערסטע מיליאנערן זענען געווארען מיליאניערען דורך קודם אפצאלן זייער אייגענע מארטגעידזשעס פארן מאכן אינוועסטמענטס

איך וואלט געזאגט ס'איז א קאאינסידענס

קען זיין ס'האט עפעס א שייכות, דארף מען זעהן וואס. אויבנאויף מאכט עס נישט קיין סענס

וואס איז מיין פשט אין מיין סתירה'דיגע תגובה?
ווען איינער וויל פינאנציעלע סטאביליטעט קען זיין וועג זיין גוט אבער באמת צו בויען רייכטום קוקט נישט אויס ווי ער האט דעם וועג

שיעלע. פארענטפערט?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

איך בין סהכ מסביר רעמזיס שיטה, אז קעש פלאו איז וויכטיגער ווי ריטיורנס, ער האלט אויך אז מען מוז נישט אפצאלן הויכע אינטערעס לאונס פאר נידריגע אינטרעסט לאונס, נאר ענדערשער באצאלן קליינע חובות פאר די גרויסע, ווייל ער האלט אז קעש פלאו העלפט זייער שטארק צו צום בודזשעט, דאכט זיך מיר אז רוב עקאנאמיסטן האלטן נישט ווי ער אין דער נקודה
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

דברים אלו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:ווארשיינליך רעדט ער נישט פון בדיעבד ווען מ'האט נישט קיין געלט. ער רעדט ווען מ'האט יא, איז די וויכטיגסטע פינאנצילע יסוד צו וואוינען אין א הויז פרי ענד קלעיר, עי.עס.עי.פי. און נישט אנשטאט פארטאכלעווען די געלט אויף אנדערע אינוועסטמענט'ס ביזנעסער וכש"כ אויף סתם צרכים.

פארוואס ניצן אייגענע געלט ווען מען קען ניצן די באנקס געלט פאר נישטיגע 3 פראצענט און אזוי האלט אויך ראבערט קיאסאקי

שוין אפאר מאל דא גערעדט וועגן דעם.

רעמזי האט געשריבען זיין בוך ווען אינטרעסט רעיטס זענען געווען 6-7 פערצענט. און ער מאכט א חשבון אז מיט צאלן טעקס פאר די 9 פערצענט ריווח לוינט נישט צי האלטן די געלט פאר 9 פערצענט. נאר ענדערש אריין ליין אינעם מארגעדזש.

היינט צי טאגס וואס די רעיטס זענען ארום 3 פערצענט האט אויף דעם רעמזי נישט גערעדט.

נוי וואס זאל מען טוהן היינט צי טאגס לויט רעמזי? איך האלט אז לויט רעמזי ווענט זיך פאר וועןם. למשל א חבר מיינע האט מיך אמאל געזאגט אז ער האט א מעשינעדיגע motivation צי אויס צאלן זיין מארגעדזש. און ער פרעגט מיך אז ווי נישט איז 9 פערצענט שטערקער? האב איך איהם גענפערט אז טאמער די און דיין בני בית האבן די motivation אויף אויסצאלען די מארגעדזש טו אזוי. ווייל אזוי וועט עטס ביידע מער נאכגעבן אויף זאכן וואס עטס ווילטס וועגן אויס צאלן די מארגעדזש.

אנדערע יודן האבן מער א motivation צי ענדערש אריין לייגען פאר 9 פערצענט אין ETF פאר זיי לוינט ענדערש צי טוהן אזוי. עטס כאפטס?

איך האב אדורך געליינט פון דעקל צי דעקל רעמזי׳ס בוך. מיין ערשטע האלב תגובה דא איז ברור זיין שיטה. מיין צווייטע האלב תגובה איז מיינס און ב״ה איך קען שוין אליין עדווייזען נאכן אזוי פוהל הארעווען אין דעם סגיא פון בודזשעטינג פון רעמזי אין מסילה.

נאך איין נקידה ס׳ווענט זיך אויך וויפעל יאר ס׳נאך דא ביז ווען מען וועט דארפן די געלט. קוקטס אויפען טשארט פונעם S&P ס׳דארף זיין דאכצאך כאטש 20-25 יאר צו האבן א מער ווייניגער זעכערע 9 פערצענט. אז איינער האט ווייניגער יארן ביז ער וועט דארפן די געלט, ווענט זיך וויפעל יאר, קען אמאל ענדערש לוינען אריין צי לייגען אין באנדס לשיטות רעמזי. הויז 3 פערצענט גלייב איך ניטש אז ס׳לוינט א חוץ ווייטער אויב איינעם׳ס motivation ליגט דווקה דארט.
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

די עכטע ענטפער צו די קשיא איז ווייל רעמזי איז געגרינדעט אויף א מהלך פון "נישט האבן חובות" ערשט, זיין רייך צווייט.

איינער וואס בארגט מיט א מארטגעזש האט חובות, עס קען אויסקומען אז עס זאל זיין א קראך אדער די מארקעט אין איין געגענט זאל פאלן און דאן בלייבט מען מיט א חוב, משא''כ מיוטשעל פאנדס וואס קען אויך אמאל פאלן בלייבט מען אבער נישט קיין בעל חוב אפילו ווען עס פאלט, אדער א אייגענע הויז אויב די ווערט פאלט דערלייגט מען טאקע די ווערט דערפון אעבר מען איז עכ''פ נישט קיין בעל חוב.

אויב קענט איר פארנעמען חובות און איר קענט פארנעמען אביסל ריסק מוזט איר נישט דוקא גיין מיט רעמזי, אבער עס זענען דא גאר א סאך מענטשן וואס וועלן באמת אויפטוישן רייכטום פאר רואיגקייט, און דאס האבן א אויסגעצאלטע הויז איז זיי ווערט מער ווי א מיליאנען אין די סטאק מארקעט, און דאס איז באמת גוטע עדווייס פאר די סארט מענטשען.
זקן מלא רחמים.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

צוויי פוינטס.

א. איך האב אדרוך געליינט רעמזי׳ס בוך מיט זיינע אייגענע ווערטער ער זאגט דאס נישט! ער זאגט קלאר אז די סיבה פארוואס ער האלט פון אויסצאלען די הויז איז וועגן simple math אז צאלן אינטרסעט פון 6-7 פערצענט פאר די מארגעדזש איז נישט כדי פאר א 9 פערצענט ריטורן פון מעיאטשעל פאנדס וועגן טעקסעס.

ב. די גאנצע סברה דיינע מאכט נישט קיין סענס אין מיינע אויגען. און איך מיין אז אויך נישט אין רעמזי׳ס אויגען... לאמיך דיר מסביר זיין פארוואס. רעמזי איז ביזי מסביר זיין פאר א מענשט וואס ס׳גייט אלטס קומען אין זיין לעבן און וויפעל געלט ער גייט אלטס דארפן האבן, ער רעדט למשל וויפעל געלט ער גייט אלטס דארפן האבן פאר ריטייערמענט! פונקט פארקערט רעמזי נעמט א מענשט אין מאכט איהם ריספאנסעבאל! ער מאכט איהם אנהייבן טראכטען פון נישט זיין ראיג ווען ער טוט נישט קיין השתדלות פאר זיין עתיד ווי למשל שניידען זיינע הוצאות! פארקערט די מענשט קען נישט זיין ראיג ווען זיין הויז איז אויסגעצאלט ווען אויף פאר די עלטערע יארן אדער ביי אונז אויך פאר צי חתונה מאכן די קינדער איז נאך נישט געטוהן געווארן קיין השתדלות! סא אויב די מענשט קען אדער אריין לייגן איז זיין מארגעדזש אין פארדינען 3 פערצענט א יאר אדער אריין לייגן אין מעיאטשעל פאנדס און פארדינען 9 פערצענט (ווענט זיך וויפעל יאר ער האט נאך ביז ער וועט דארפן די געלט.) קען איהם נאר זיין מוח זאגן אז כדי צי אז זיין ראיג איז נאר דורך אריין לייגן די געלט אין מעיטשעל פאנדס! פארשטייסט?

אנטשאלדיגט אבער איך זעה נישט בכלל ווי אזוי א מארקעט קראך אין ריעח עסטיעט קומט דא בכלל אריין ביי דעם שאלה...
אוועטאר
דערבארומדיג'ער
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דערבארומדיג'ער »

you are right with your last post
זקן מלא רחמים.
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

ווי עס זעט אויס גיימיר די חודש האבן אפגעצאלט איבער £600 חובות, (הגם לויט אים וואלט איך קודם געדארפט סעווען א 1000'טער, איך מיין אבער אז אידיש'ליך וואלט איך קודם געדארפט צאלן וועם איך בין שולדיג געלט) און איך וועל נישט דארפן בארגן קיין פעני צו קאווערן די חודש'ליכע הוצאות (ווי מיין סדר איז געווען ביז יעצט יעדע צווייטע חודש, און שפעטער צוריק צאלן מיט די קומענדיגע חודש וועידשעס)
יא האמיר טאקע געדארפט אויפגעבן אויף אסאך באקוועמליכקייטן, און אננעמען זייטיגע ארבעט (אפילו ביי אונז אין ענגלאנד איז יעצט געווען די האלידעי'ס) אבער עס האט זיך זיכער געלוינט, אדרבה גלייבט מיר נישט אז עס לוינט זיך, און איר אויב האט נאכנישט געהערט/ געליינט דעוו רעמזי'ס בוך, ליינט עס ווי שנעלער, עס וועט טוישן אייער לעבן! הייבט אהן ווי פריער ווען די חובות זענען נאך קלענער!
יישר כח אלע וואס האבן דא געשריבן וועגן דער דעוו רעמזי, עס איז אייער זכות!
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5444
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבקשה »

פויליש פארווע האט געשריבן:ווי עס זעט אויס גיימיר די חודש האבן אפגעצאלט איבער £600 חובות, (הגם לויט אים וואלט איך קודם געדארפט סעווען א 1000'טער, איך מיין אבער אז אידיש'ליך וואלט איך קודם געדארפט צאלן וועם איך בין שולדיג געלט) און איך וועל נישט דארפן בארגן קיין פעני צו קאווערן די חודש'ליכע הוצאות (ווי מיין סדר איז געווען ביז יעצט יעדע צווייטע חודש, און שפעטער צוריק צאלן מיט די קומענדיגע חודש וועידשעס)
יא האמיר טאקע געדארפט אויפגעבן אויף אסאך באקוועמליכקייטן, און אננעמען זייטיגע ארבעט (אפילו ביי אונז אין ענגלאנד איז יעצט געווען די האלידעי'ס) אבער עס האט זיך זיכער געלוינט, אדרבה גלייבט מיר נישט אז עס לוינט זיך, און איר אויב האט נאכנישט געהערט/ געליינט דעוו רעמזי'ס בוך, ליינט עס ווי שנעלער, עס וועט טוישן אייער לעבן! הייבט אהן ווי פריער ווען די חובות זענען נאך קלענער!
יישר כח אלע וואס האבן דא געשריבן וועגן דער דעוו רעמזי, עס איז אייער זכות!

חזק ואמץ!!
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8368
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

.
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

פלוני אין אישי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
קליינע טאטע האט געשריבן:
;l;p- ;l;p-
גאלדענע פעדער האט געשריבן:

אין למשל ישיבה קטנה מאור יצחק איז דא איין מאל א וואך א שיעור אין באדזשעטינג ווי מען לערענט פאר ביכער וואס מסילה האט ארויס געגעבן.

איך האב קיינמאל געהערט פון די ארגענעזאציע, זיי גייען די זעלבע מהלך ווי רעמזי?‎
דאס איז דער בוך וואס מסילה האט ארויסגעגעבן.
Your Money and Your Life
https://www.amazon.com/dp/B00WXK7DY6
https://yiddishemarket.com/products/you ... -your-life
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

א דאנק!

גיימער עס קויפן אי''ה!
די ביך פון מסילה לוינט זיך צו קויפן? איז עס אזוי ווי רעמזיס ביכל?
ביטע Share אביסל דעטאלן...

יישר כח
מיין ענטפער:
שלום אליכם.

אדרבה.

די בוך פין מסילה איז שאלות וואס מענטשן האבן צי זיי אריין געשיקט און וואס זיי האבן גענפערט. מיט דעם איזעס אינגאנצען אנדערש ווי רעמזי'ס בוך. ס'איז געלאפן א שטיק צייט אין א צייטונג דאכצעך אין די ענגלידע המודיע. איך האב עס געטראפן זייער אונטערסאנט און ניצליך.

למשל איין שאלה קומט מיר יעצט אין געדאנק וואס איז יעצט אקטאעל בנוגע ניסן תשרי, איינער פרעגט זיי דארט אן אז יעדעס יאר ניסן תשרי גייט ער אריין אין א לאך. זיי רעדט דארט שטארק ארום די וויכטיקייט אוועק צי לייגן פאר ניסן און תשרי. נאך א שאלה קומט מיר יעצט אין די זכרון ווייל ס'איז מיר לעצטענס געווען נוגע. מיין ווייב האט מיר לעצטענס געפרעגט צי זי קען גיין אנקויפען ביי א פלאץ דאכצאך מיר אז ס'הייסט עזר למזון זיי געבן עסן פאר יום טוב פאר קאסט פרייז ממש. אין זיי זאגן אז א יעדער מעג דארט גיין אנקויפען. דאכצאך מיר אז ס'איז בעיקר פאר מלמדעים און טיטשערס. האב איך גענפערט מיין ווייב אז נישט. זיי רעדן דארט דערוועגן אויכעט זיי זענען דארט מבאר אז ממון הקדש אפי' זיי זאגן יעדער מעג נעמען איז עס נאר א וועג אז די ארעמע זאלן זיך פוהלן באקוועם אבער קלאר אז מען טאר נישט נעמען פאר איינער וואס דעקט די חודש. זיי רעדן דארט אן א שיעור דברים העומדים על הפרק און מעשים בכל יום. וויפעל און ווען זאל א ארבייטער בעהטן פאר א רעיז? זיי שמיעסן עס אויס בארכות און גאר ניצליך. שוין כ'האב נישט מער קיין כח צי שרייבן מער קויף עס און די וועסט הנאה האבן און האבן א פריילכן יום טוב!
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
פלוני אין אישי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
קליינע טאטע האט געשריבן:
;l;p- ;l;p-

איך האב קיינמאל געהערט פון די ארגענעזאציע, זיי גייען די זעלבע מהלך ווי רעמזי?‎
דאס איז דער בוך וואס מסילה האט ארויסגעגעבן.
Your Money and Your Life
https://www.amazon.com/dp/B00WXK7DY6
https://yiddishemarket.com/products/you ... -your-life
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

א דאנק!

גיימער עס קויפן אי''ה!
...

יישר כח
!
איך גיי סטריקטלי אויף די רעמזי מהלך פאר די לעצטע 10 חדשים. נישטא וואס צו זאגן, די ערשטע פאר חדשים איז געווען זייער פיינפול. איך באצאהל נאך אביסל חובות אבער איך בין איין חודש בעזהשי”ת אוועק פון זיין חובות פריי.
פארמיר איז איינמאהל איך האב זיך אויסגעלערנט צו לעבן אויף א באזשעט און א חשבון מיט אן עמערזשענסי פאנד פון א פאר טויזענט דאללער, איז אפילו שיקן 3 קינדער און קעמפ, אויסשטאפירן א משפחה מיט קינדער פאר חודש תשרי, איינקויפן אלע ציגעהערן פאר יום טוב אויכט שייך אן א לאך און אן א פעני אויף די קרעדיט קארד.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
אוועטאר
Thank you
שר שמונת אלפים
תגובות: 8368
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:38 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thank you »

מרנן ורבנן האט געשריבן:

יישר כח פארן מיטטיילען...

אויב איך מעג, וויפיל חובות האסטו אפגעווישט?

און פון ווי האסטו געהערט פון אים? דא אויף אייוועלט?

איינקויפן אלע ציגעהערן פאר יום טוב אויכט שייך אן א לאך און אן א פעני אויף די קרעדיט קארד.
וואס הייסט, וויאזוי באצאלסטו סעלפאון ביל וכו'? דעביט קארד?
אוועטאר
מרנן ורבנן
שר חמש מאות
תגובות: 757
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2020 7:50 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מרנן ורבנן »

Thank you האט געשריבן:
מרנן ורבנן האט געשריבן:
.
יישר כח פארן מיטטיילען...

אויב איך מעג, וויפיל חובות האסטו אפגעווישט?

און פון ווי האסטו געהערט פון אים? דא אויף אייוועלט?
איך האב אפעווישט א שיינע פאר צענדליגע טויזענט דאללער פון חובות. רוב פון זיי קרעדיט קארדס אבער אויכט א פאר מעדיקאל ביללס.

געהערט האב איך כסדר פון א חבר פון דער מהלך אבער בעיקר האב איך געהערט ביי א שבתון וואס מען האט גערופן איינער ר’ חיים טויבער ער זאל רעדן פון די מהלך. מיר האבן אפגעמאכט אז מיר גייען אויף דעם מהלך יהי’ מה שיהי’.

איך האב פארמאכט אלע קרעדיט קארדס און אנגעהויבן ניצען נאר דעביט קארדס. יא, איך באצאל מיין פאון בילס, קאר אינשורענס, און נאך מיט די דעביט קארד.

איך באנוץ זיך מיט די עפפ Everydollar כדי צו באשזעטן א יעדער חודש. קודם מאכט מען א ליסט פון וואס מען מוז האבן געלט פאר די חודש אזוי ווי רענט, מארטגעטש, שכר לימוד, ביללס, גראסערי, א.א.וו. דערנאך מאכט מען א באדשזעט וויפיל מען ”מוז” ספענדן כדי די משפחה זאל פארן ווי עס דארף צו זיין. (אריינגעלייגט איז דא אפילו די מתנה פאר די ווייב פאר יום טוב, שיך פאר די קינדער, קליידער פאר די קינדער, אבער מיט א באדשזעט). די איבריגע געלט גייט אויף צו באצאלן חובות.

ווען מען באצאלט חובות מוז מען איינציען די פאסיג, אבער מען דארף זיין ריאליסטיש און נישט איינציען צו שטארק אז די בני בית זאלן מער נישט וועלן מיט ארבייטן. די כלל איז אז די בני בית מוז זיין אויף די זעלבא בלאט פון אייך.
אין דבר העומד בפני הרצון. אויב דו ווילסט באמת וועסטו אנקומען.
Burach_Nussen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 07, 2008 3:41 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Burach_Nussen »

מרנן ורבנן האט געשריבן:
Thank you האט געשריבן:
מרנן ורבנן האט געשריבן:
.
יישר כח פארן מיטטיילען...

אויב איך מעג, וויפיל חובות האסטו אפגעווישט?

און פון ווי האסטו געהערט פון אים? דא אויף אייוועלט?
איך האב אפעווישט א שיינע פאר צענדליגע טויזענט דאללער פון חובות. רוב פון זיי קרעדיט קארדס אבער אויכט א פאר מעדיקאל ביללס.

געהערט האב איך כסדר פון א חבר פון דער מהלך אבער בעיקר האב איך געהערט ביי א שבתון וואס מען האט גערופן איינער ר’ חיים טויבער ער זאל רעדן פון די מהלך. מיר האבן אפגעמאכט אז מיר גייען אויף דעם מהלך יהי’ מה שיהי’.

איך האב פארמאכט אלע קרעדיט קארדס און אנגעהויבן ניצען נאר דעביט קארדס. יא, איך באצאל מיין פאון בילס, קאר אינשורענס, און נאך מיט די דעביט קארד.

איך באנוץ זיך מיט די עפפ Everydollar כדי צו באשזעטן א יעדער חודש. קודם מאכט מען א ליסט פון וואס מען מוז האבן געלט פאר די חודש אזוי ווי רענט, מארטגעטש, שכר לימוד, ביללס, גראסערי, א.א.וו. דערנאך מאכט מען א באדשזעט וויפיל מען ”מוז” ספענדן כדי די משפחה זאל פארן ווי עס דארף צו זיין. (אריינגעלייגט איז דא אפילו די מתנה פאר די ווייב פאר יום טוב, שיך פאר די קינדער, קליידער פאר די קינדער, אבער מיט א באדשזעט). די איבריגע געלט גייט אויף צו באצאלן חובות.

ווען מען באצאלט חובות מוז מען איינציען די פאסיג, אבער מען דארף זיין ריאליסטיש און נישט איינציען צו שטארק אז די בני בית זאלן מער נישט וועלן מיט ארבייטן. די כלל איז אז די בני בית מוז זיין אויף די זעלבא בלאט פון אייך.
זייער אינטערעסאנט צו הערן.
כ'האב געליינט זייך בוך און אים אסאך אויסגעהערט אבער כ'האב אלץ געהאלטן אז פאר א היימישע איד איז עס אוממעגליך.

אפאר יאר צוריק האט איינער ביישריבן זיין עקסיפיריענס אין די Monsey View אבער איך האב מיך נישט געקענט זעהן עס נאכטוהן.
דרימליינער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 16, 2015 4:30 pm

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרימליינער »

Kosher Money אין זייער לעצטיגע עפיזאד האט א אינטערוויו מיט Dave Ramsey וועגן זיין פינאנציעלע שיטה, און צו ס'קען ארבעטן פאר היימישע אידן
ווייז פרייזן, וועסטו לייזן!
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

דרימליינער האט געשריבן:
Kosher Money אין זייער לעצטיגע עפיזאד האט א אינטערוויו מיט Dave Ramsey וועגן זיין פינאנציעלע שיטה, און צו ס'קען ארבעטן פאר היימישע אידן
איינער קען עס ברענגן?
אוועטאר
פויליש פארווע
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 28, 2019 6:34 pm
לאקאציע: צווישן די מילכיגע און פליישיגע סינק

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויליש פארווע »

קאנטרי מאוד האט געשריבן:

איינער קען עס ברענגן?
https://drive.google.com/file/d/19P2EGB ... sp=sharing
ווען איר ליינט אן ארטיקל פון פויליש קענט איר זיין רואיג אז געווענליך איז כאטש 2 פראצענט אמת.
מפתח - פויליש פארווע ארטיקלען
אוועטאר
מי אני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:21 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אני »

פויליש פארווע האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:

איינער קען עס ברענגן?
https://drive.google.com/file/d/19P2EGB ... sp=sharing
Wow
שכח
אוועטאר
קאנטרי מאוד
שר האלפיים
תגובות: 2154
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:21 pm
לאקאציע: אויף די שטראזן,צווישן ביימער און גראזן,

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנטרי מאוד »

מי אני האט געשריבן:
פויליש פארווע האט געשריבן:
קאנטרי מאוד האט געשריבן:

איינער קען עס ברענגן?
https://drive.google.com/file/d/19P2EGB ... sp=sharing
Wow
שכח
אוועטאר
עס קען נישט זיין
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 4:08 am

Re: Dave Ramsey איז דא איינער דא וואס האט פרובירט זיין מהלך און מצליח געווען?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עס קען נישט זיין »

זייער אינטרעסאנט
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”