איינמאל פאר אלעמאל מען דארף מאכן א עק צו די קרן יתומים קאמפיינס

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

איינמאל פאר אלעמאל מען דארף מאכן א עק צו די קרן יתומים קאמפיינס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מיין ידיד פון וויליאמסבורג האט מיר געבעטן צו זיין דער קאמפיוטער גוי פאר זיין קאמפיין
כ'האב עס געלייגט אין ערבים ערפארונג אשכול אבער ס'האט נישט געשלאגן ווארצלען דערווייל.
יעדעס מאל מ'זעט די קאמפיינס קאכט עס אויף דאס בלוט, פארוואס? פארוואס צווישן אזא חשוב'ע ציבור דארף דאס נאך זיין
אלץ איז די זעלבע מעשה, די לעצטע שטיק צייט זיך שטארק געמוטשעט און גארנישט געצאלט קיין ערבים לייף אינשורענס וכו'
איך גיי דא קאפי פעיסטען דעם לעצטן טשערידי קאמפיין אן קיין נאמען
https://thechesedfund.com/hachnosaskall ... osaskallah
טייערע ידיד, לאמיר צוגיין גלייך צום ענין!

מיין קרוב איז שוין נישט געזונט זייט פסח, ער און די בני בית זענען געלאפן פון איין דאקטאר צום צווייטן, מ'האט נישט געקענט כאפן זיין פראבלעם.

געווען איז עס בעפאר די הייליגע טעג העעל"ט ווען מ'האט מען אים דיאגנאזירט אויף עטליכע פלעצער מיט די ביטערא מחלה אויף זייער א שווערע אופן.

מ'האט אים נישט געגעבן קיין שאנסן אין קאנאדא, אלע עסקנים האבן געהאלטן, אז מען דארף אים זאפארט אריבער ברענגען קיין אמעריקע.

לאמיר זיך האלטן אויפ'ן ליניע, בלויז מיט פאקטן.

דער איד א בן שישים - א צדיק פון א אינגערמאן, וואס איז כל ימיו געווען א נהנה מיגיע כפו, האט שוין נישט באצאלט זיין גראסערי ביל, זיין שכר לימוד, זיין ליעס, זיין טעלעפאן ביל, זיין יוטיליטי ביל, זייט פסח.

ער איז ליידער טאטאל נישט געזונט און איז א גאנצן טאג אין שטוב, ס'איז נישט דא קיין פרוטה אין הויז אויף פשוט'ע מינימאלע באדערפענישן.

די הוצאות הרפואה זענען למעלה מראש, די טרענפער אליין קיין אמעריקע האט געקאסט צוואנציג אלפים, וואס איז געווען געבארגט.

ואלה מוסיף על הראשונים.

דער איד, שטייט איצט פארן חתונה מאכן א קינד אין אכט וואכן ארום, און פארשטייט זיך ס'נישט דא קיין פעני אויף צו חלומ'ען פאר הוצאות החתונה.

די כלה איז פאריגע וואך ארויסגעגאנגען איינקויפן פארן חתונה מיט איר מאמע, נאך א שעה זענען זיי צוריק אהיים געקומען פון לי עוועניו, ווייל ס'נישט געווען קיין געלט צו ענדיגן די שאפינג.

איר ווילט וויסן מער עכט?! די מעשה גייט אזוי.

די כלה וואס שטייט אכט וואכן פאר איר חתונה, האט גענומען "פיקטשערס" פון די כלה קלייד און מעבל - ווייל צו באשטעלן דארף מען דאך געבן א דיפאזיט... וואס דאס האט די מאמע אויך נישט געהאט!!! - אזוי אז ווען מ'וועט עס קענען באשטעלן וועט מען שוין וויסן פונקטליך וואס מ'דארף...

פיקטשערס פארן חתונה איז שוין דא... לאכט נישט, וויינט....

נאכאמאל, דאס איז נישט קיין גוזמא. ס'איז ליידער א שוידערליכע פאקט!!!

טייערע ידיד,!!!

די טאטע וויינט, די מאמע וויינט, א טייערע חשובע בת ישראל א כלה חשובע וצנועה וואס דארף גיין בקרוב צום חופה וויינט!!!

קיין ספק אז די שכינה הקדושה וויינט מיט מיט זיי!!!

נעמט און אכט, אז חוץ די בנוסף'דיגע הוצאות החתונה, איז פשוט נישט דא די טעגליכע באדערפענישן, ס'נישט דא קיין "גראסערי געלט."

איך בעט אייך בכל לשון של בקשה, מעומק הלב:

"טוט צום זאך, ס'ווייפט אייער קארד"!!!

כ'בעט נישט פון אייך קיין פעיזש אין די זשורנאל, כ'בעט אויך נישט איר זאל קומען צום אן עלעגאנטע מסיבה לכבודי.

כ'בעט אייך איין זאך: "האט רחמנות אויף א אידישע טאטע, מאמע און כלה וואס זענען שרוי בצער!!!!"

די זכות פון העלפן נישט געזונטע, העלפן ארימע און די גרויסע מצוה פון הכנסת כלה, וועלן אייך ביישטיין צו זען נחת ביי אייך אין שטוב ביז די הונדערט און צוואנציג!!!

געב א גוטן סווייפ!!!

ס'זאל קלינגען און מאכן א רעש אויבן אין הימל...

ידידך לנצח!!!

רבותי, זיינע ידידים ובני הקהלה וואלטן ווען געקענט צושטעלן די גאנצע זאך מיטן זיכער מאכן אז אינשורענס איז ווייטער געצאלט ווען ער איז נישט געזונט געווארן! עס מוז זיין א פיליאלע אין יעדע קאמיוניטי/קהלה וואס זאל פארזיכערן אז יעדער ארימאן האט כאטשיק ערבים, און יעדער וואס ווערט נישט געזונט צאלט מען ווייטער די אינשורענס פעימענטס! עס קאסט ווייניגער ווי פעניס אויפן דאללער וואס מ'צאלט יעצט פארן קרן יתומים!
פארשטייט זיך דאס מוז קענען זיין בסוד ובצניעות ובכבוד, אבער ס'איז דער גרעסטער מאני סעיווינגס פארן ציבור און דער גרעסטער כבוד פארן נפטר ובני המשפחה
אוי רבוש"ע
עס וועט היטן זייער כבוד...
עס וועט שפארן אונזער געלט...
און טון א נחת רוח פארן באשעפער פון די וועלט!
גענומען פון דא

viewtopic.php?f=25&t=19194&start=200

בס"ד
אם אין אני לי – מי לי!
מודעה ובקשה למתפללי בית מדרשינו
מיר אלע ווייסן די גרויסע נחיצות פון האבן לייף אינשורענס אדער לכל הפחות צו זיין איינגעשריבן אין "ערבים" כדי צו קענען אויסהאלטן די משפחה אויב ח"ו עס פאסירט א אומגליק מיטן ראש המשפחה רח"ל, דאס איז זעלבסט פארשטענדליך.
דער טראגישער אמת איז אבער אז צומאל איז דער לעבעדיגער ראש המשפחה אין אזא ענגען מצב אז אפילו די מינימום לייף אינשורענס קען ער נישט מאכן, און ער קען אויך נישט דעקן קיין ערבים התחייבות, דורך דעם קען ח"ו צוקומען צו א מצב אז אויב עס פאסירט א אומגליק מיט אים, וועט נישט זיין קיין שום דעקונג אויף דער וועלט, און דאס איז א מצב וואס מיר קענען בשום אופן נישט צולאזן!
דעריבער האבן מיר זיך צוזאם גענומען צו לעזן דעם פראבלעם, לעילוי נשמתו של ידידינו עוז וידיד נפש כל חי מו"ה ???? ב"ר ???? ע"ה פאלגענד זענען די איינצעלהייטן.
1. מיר ווענדן זיך צו די מתפללי ביהמ"ד זאלן זיך אנשליסן אין ערבים, מען בעט נאר געלט ווען ס'איז דא א יתום אדער יתומה, אין פאל ס'איז נישט דא קיין נפטר קאסט עס גארנישט, ולכל היותר קאסט עס 28 דאלער א חודש, מ'קען עס צאלן פון מעשר, אדער גיין נאך געלט דערפאר.
2. אויב איינער ממתפללי ביהמ"ד שפירט אז ער קען עס נישט באצאלן פון טאש, און האט נישט די מעגליכקייט צו גיין נאך געלט, ובפרט אויב מ'האט נישט קיין געהעריגע לייף אינשורענס, זאל מען זיך ווענדן צו איינעם פון ועד, יעדע ווענדונג איז הונדערט פראצענט קאנפידענשאל באופן המכובד וצנוע ביותר אי"ה און דער ועד וועט אי"ה באצאלן די פעימענטס פאר ערבים אדער די לייף פאליסי לויט דעם מצב והצורך עד שירחיב.
3. מיר בעטן זייער די פארמעגליכערע בעלי בתים חשובים מתפללי בית המדרש זאלן קעגן קומען די חברי הועד בבחינת "טרם יקרא ואני אשמע" און זיך אונטערנעמען צו ספאנסערן א ערבים מעמבער. - איר וועט אייך אונטערנעמען וויפיל איר באשטימט פער פאל ווען ערבים דארף קאלעקטן פאר א נפטר, און עס וועט ווערן געטשארדזשט דורך ערבים, עס איז פשוט די חשוב'סטע צדקה פון שטיצע פאר אלמנות ויתומים, און מיר פארדינען אז: לכבוד דעם בלייבט דער מתפלל בית המדרש אינעם פראגראם.
4. די בעלי בתים חשובים ונגידים בעם וואס זענען זיך סייווי משתתף מיט אלפים ורבבות אין פאל (ס'זאל זיך אודאי נישט מאכן) ווען ס'געשעט א אומגליקספאל צווישן אונז, וועלן זיך "שפארן" דורך דעם צענדליגער טויזענטער דאללער ברבות הימים והמ"י.
5. אלעס וועט געטון ווערן אי"ה בהוראות הגה"צ ??? דבית מדרשינו שליט"א.
בכבוד רב ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ויקוצו וירננו שוכני עפר בב"א
כעתירת הוועד ???????????
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

אויב איינער האט עצה'ס אדער פארשלאגן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אויב איינער האט עצה'ס אדער פארשלאגן וויאזוי מ'קען דאס בעסער מוציא זיין מכח אל הפועל ביטע טוט למעשה און שרייבט עס אויך דא אנדערע זאלן וויסן מהם ילמדו וכן יעשו
סאיז נישט צום אויסהאלטן ווען מזעט א זאך וואס מ'קען אזוי גרינגערהייט פארמיידן און מ'טוט נישט די גרינגע עצה
נאכאמאל מ'בלעימט דא נישט דעם בלוטיגן ארימאן דעם עני ואביון וואס צאלט נישט וואס ער האט נישט (הגם מ'קען גיין נאך געלט פאר ערבים פעימענט'ס - כן אמר לי הדומ"ץ מפה) אויך נישט פארן איד וואס איז פלוצלינג אריין אין א קאטאסטראפע, מ'פרובירט מעורר זיין דעם ציבור צו זיין על המשמר "פאר" די קאטאסטראפע אז יעדער איז באיזה אופן שהוא גע'קאווערט.
דער ציבור טיילט אזויפיל געלט פאר דברים שבקדושה פון ספר תורה'ס ביז שבע ברכות'ער פארן ראש ישיבה, און פאר א מינימאלע אפצאל קען ידער בן הקהלה זיין פארזיכערט,
ערבים קאסט אפילו גארנישט סאיז נאר 28 דאלער א חודש צדקה פאר קרן יתומים אויב ס'איז דא א אקטועלע קעיס
איך וועל מאכן א משל מיין מנין וואו איך דאוון געווענליך איז דא ארום צוואנציג קבועים צוויי דריי ארימעלייט נאך צוויי דריי קען מען חושש זיין. און ארום צען נארמאלע בעלי פרנסה און פינף גרויסע עשירים און איין מולטי מולטי עושר וואס טיילט א יאר כאטשיק א מיליאן דאלער פאר צדקה.
יעצט לאמיר זאגן אז פינף מענטשן קענען גארנישט צאלן (כ'גלייב נישט זענען אזוי ארים אבער לאמיר זאגן) וועט עס קאסטן 140 דאלער א חודש צו קאווערן זייער ערבים אין פאל ס'איז דא אזויפיל יתומים. פון אונזער מנין ווערט צוטיילט (כ'מיין אפילו בשעת'ן דאווענען לויט די געלט גייער וואס קומען) סאך סאך מער ווי 140 דאלער א טאג, אויב זאל מען עס צוטיילן אייניג קומט עס אויס ווייניגער ווי צען דאלער א חודש פאר די איבעריגע פופצן מתפללים נישט קיין ארימעלייט.
עס איז ממש א הימל געשריי מ'זאל עס נישט מסדר זיין.
און אויב ח"ו היל"ת נאר אלץ א משל מ'זאל פארשטיין כ'רעד שוין נישט מער פון קיין איד אבער אויב למשל אזא זאך געשעט אין א קירכע מיטן זעלבן צוזאמשטעל און איינער פון די ארימעלייט געזעגנט זיך פון די וועלט וואלט עס געקאסט פאר יעדן מתפלל אלפים ורבבות און מ'וואלט נאך געדארפט שנארן פון חברים וכדומה און מבזה זיין די משפחה פונעם נפטר, פארוואס רבוש"ע ווען די סאלושען איז גרייט,
איי פארוואס טו איך עס נישט, ווייל איך שרייב דא יעצט, אבער דו שכן מיינער קענסט עס אנפאנגען צו טון, הלואי מאכט מען א סדר אין די גאנצע קהלה און מזאל זיך משתתף זיין העשיר לפי עשרו וכו'
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

עס וועט היטן זייער כבוד...
עס וועט שפארן אונזער געלט...
און טון א נחת רוח פארן באשעפער פון די וועלט!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

עס איז דא עפעס א ארגאניזאציע אין פלעטבוש וואס מאכן זיכער אז אינגעלייט האבן לייף אינשורענס, און זיי סובסידייזן די פלענער. אפשר רעדט מען מיט זיי אז זיי זאלן באצאלן פאר די אלע וואס קענען נישט די ערבים חלק.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

זארג נישט האט געשריבן:עס איז דא עפעס א ארגאניזאציע אין פלעטבוש וואס מאכן זיכער אז אינגעלייט האבן לייף אינשורענס, און זיי סובסידייזן די פלענער. אפשר רעדט מען מיט זיי אז זיי זאלן באצאלן פאר די אלע וואס קענען נישט די ערבים חלק.

פון מיין זייט מוז עס נישט זיין ערבים, זאל עס זיין העלט אינשורענס, מ'דארף פארשטיין ווען איינער איז זייער געענגט פארלירט ער זיין ישוב הדעת, זיין קאנטראל וכו' וכו' און ער צאלט נישט און ער בעט נישט
ס'מוז זיין א צווייטער רב שמש גבאי וכו' וואס זאל אינזין האבן צו יעדער האט דעקונג און ווען נישט זאל מען עס סובסידירן, מרעדט פון פינאטס, דאס איז די ווייטאג
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

זארג נישט האט געשריבן:עס איז דא עפעס א ארגאניזאציע אין פלעטבוש וואס מאכן זיכער אז אינגעלייט האבן לייף אינשורענס, און זיי סובסידייזן די פלענער. אפשר רעדט מען מיט זיי אז זיי זאלן באצאלן פאר די אלע וואס קענען נישט די ערבים חלק.

אויף גוגל האב איך נישט געטראפן געב עפעס דיטעילס ביטע
אז מ'לעבט דערלעבט מען
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג נישט »

איך ווייס נישט אויב יענער וויל פאבליסיטי, איז וועל איך דיר עס געבן אין אישי.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פיין, אבער איך וויל פאבליסיטי פאר די זאך, יעדער זאל וויסן צו וועם זיך צו ווענדן, אין יעדע קהלה אין יעדע חסידות אין יעדע בית מדרש.
סאיז ממש א שאד עס נישט צו טון, אינאיינוועגס ווער ס'קען זיך יא עפארדן כ'מיין 98 פראצענט פונעם ציבור זאל טאקע זיכער מאכן צו האבן וואס ס'איז גוט פאר אים אישורענס אדער ערבים
און די בעלבתי'שערע אידן זאלן סייוויזוי צאלן ערבים סאיז די שענסטע צדקה בדרך כבוד פאר די גרעסטע נצרכים (אלמנות ויתומים)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דאס האב איך געשריבן אינעם אשכול וועגן וויכטיגע זאכן וואס פרישע יונגעלייט דארפן וויסן:

איך וואלט געמאכט טערם לייף אינשורענס.

קאסט ממש פרוטות (20 דאלאר א חודש פאר א מיליאן דאלאר פלאן פאר די קומענדיגע דרייסיג יאר) ווען מען מאכט עס גאר יונג און געזונט, און עס איז יעדן'ס אחריות הונדערט פראצענט עס צו האבן

(אין א זייטיגע בענעפיט: פארהאן פלענס וואס מען קען שפעטער קאנווערטן צו די אינוועסטמענט סארט לייף אינשורענס ווען מען האט די געלט דערפאר, אן דארפן איבערגיין א רי עסעסמענט פון די געזונט / עיזש וואס קען הייבן די פרימיום'ס מיט באדייטנדע סכומים)

איך ווייס נישט צי דאס איז פשוט אז די עידזשענטס מאכן נישט צופיל אויף די פאליסי'ס / האבן מורא מען וועט שוין נישט וועלן טון האול לייף / זענען סתם נישט גוט אין מארקעטינג, אבער דאס איז א שטארקע און גאר וויכטיגע מארקעט צו טארגעטן - אויף סיינען שנה ראשונה יונגעלייט (פון ווען מען מאכט שוין עפעס אויף די ביכער) אויף א ביליגע טערם לייף אינשורענס. אויב די עידזשענטס טוען עס נישט דארף יעדער טאטע זעהן די קינדער זאלן עס טון, אפשר אפילו אפפערן צו באצאלן די פרימיום'ס גאנץ אנפאנג.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
להודות
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודות »

טעות
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

לגבי אינשורענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

https://www.chesedspot.org/united-state ... me-project

Free Life Insurance Consultation

Mr. Albert Kahn gives free advice regarding which life insurance policy is the best one to choose in any specific situation.

Please note that Mr. Kahn is NOT an insurance broker - this entire project is done solely as a chesed.

Cellphone: (347) 203-4712

Email: [email protected]

אחרי ככלות הכל וואלט איך זייער געבעטן מאכט נישט דעם אשכול א אינשורענס אגענט אשכול, נישט פרא און נישט אנטי, סאיז דא גענוג פלעצער ווי מרעדט פון דעם
דער אשכול איז צו מאכן א "סוף" צו קרן יתומים קאמפיינס דורך דעם אז די מיעוט שבמיעוט וואס קענען נישט אליין צאלן די מינימום אינשורענס אדער ערבים זאלן ווערן איינגעשריבן און באצאלט פאר ס'ווערט א פראבלעם.
אויב וויל מען נישט אויסגעבן קיין געלט זאל מען קאווערן די ערבים פאר די ארימעלייט! איר געט פעניס פאר קרן יתומים בכבוד אנשטאט מיליאנען בבבזיון
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

ככהאב געהאט די זכי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אז דער וועלט בארימטער רעדנער ר' ל"ק האט מיך גערופן און מעורר געווען אז דאס קען פיין ארבעטן אין מיין מנין אין סאטמאר 53 וכדו' אבער דאס איז מער א בעלבתיש פלאץ
אבער אין א פלאץ למשל א כולל ציבור פון שיכוני וויזניץ און סקוירא וואס איז מער א כולל געשטימטע בני תורה ציבור וכו' וועט עס נישט ארבעטן
אויב איינער האט א סאלושען "וואס קען באמת" ווערן אימפלענטירט אין א קהלה ווי דאס רוב זענען ארימעלייט בני תורה וכדו' זאל ביטע זיך אנרופן
ותשועה ברוב יועץ!
די צווייטע פאוינט איז, האט ער געזאגט אז סאיז זייער שווער פאר מענטשן זיך אראפצוזעצן און טרכטן פון שטארבן
די עצה פאר דעם איז לדעתי די "ערבים" קאנצעפט, טראכט נישט פון דיר געב יעצט צדקה פאר א אקטיווע קעיס וואו יעדן חודש קענען פיר יתומים לעך קריגן הונדערט אלפים איטש פון דיינע זיבן טאלער איטש סך הכל געסט 28 דאללער דאס איז ווייניגער ווי די צאלסט פאר עניטינג און דיין קאווערידזש איז עפעס וואס קענסט אוועק לייגן ביים עק פונעם מח
כ'האב אויך יעצט געפרעגט א דיין צו מ'קען שיקן קינדער קאלעקטן צדקה און צאלן א אייגענע ערבים (פארשטייט זיך ווען דער מצב איז שווער) האט ער געענטפערט אדרבה ואדרבה,וזה לשונו: איר קענט אייך מאכן א בייטעלע און אויפשרייבן צדקה ליתומים ואלמנות און ארום שיקן א קינד ערב שבת פאר ליכט צינדן צו די שכנים!
דער עיקר איז בלייבט נישט אן קאווערידזש און דער כלל דארף זארגן פאר די גאר ארימע (בגלוי ובסתר) זאלן עס אויך קענען דעקן!
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

דאס איז די איינציגסטע סאלושן פאר אידן מאמינים בנצחיות תורתינו
כי יהיה בך אביון מאחד אחיך באחד שעריך בארצך אשר ה' אלקיך נתן לך לא תאמץ את לבבך ולא תקפץ את ידך מאחיך האביון כי פתח תפתח את ידך לו והעבט תעביטנו די מחסרו אשר יחסר לו שמר לך פן יהיה דבר עם לבבך בליעל לאמר קרבה שנת השבע שנת השמטה ורעה עינך באחיך האביון ולא תתן לו וקרא עליך אל ה' והיה בך חטא נתון תתן לו ולא ירע לבבך בתתך לו כי בגלל הדבר הזה יברכך ה' אלקיך בכל מעשך ובכל משלח ידך כי לא יחדל אביון מקרב הארץ על כן אנכי מצוך לאמר פתח תפתח את ידך לאחיך לעניך ולאבינך בארצך
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

איך האב נישט אן עצה, אבער ייש''כ פארן טון. גראדע יעצט נאך די לעצטע טראגעדיעס אין קרית יואל, האב איך מיר איינגעשריבן ביי ערבים
שויתי ה' לנגדי תמיד
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Goodmorning »

אפשר וואלט מען געדארפט גיין דורך די מוסדות, אזוי ווי זיי האבן געטון מיט פיערלס, א טזשארדזש ביי שכ''ל וואס גייט גראד צו ערבים, און אויב עס איז אזא ריזיגע באזע קען אפשר די סכום זיין קלענער?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ביללער האט געשריבן:דאס איז די איינציגסטע סאלושן פאר אידן מאמינים בנצחיות תורתינו
כי יהיה בך אביון מאחד אחיך באחד שעריך בארצך אשר ה' אלקיך נתן לך לא תאמץ את לבבך ולא תקפץ את ידך מאחיך האביון כי פתח תפתח את ידך לו והעבט תעביטנו די מחסרו אשר יחסר לו שמר לך פן יהיה דבר עם לבבך בליעל לאמר קרבה שנת השבע שנת השמטה ורעה עינך באחיך האביון ולא תתן לו וקרא עליך אל ה' והיה בך חטא נתון תתן לו ולא ירע לבבך בתתך לו כי בגלל הדבר הזה יברכך ה' אלקיך בכל מעשך ובכל משלח ידך כי לא יחדל אביון מקרב הארץ על כן אנכי מצוך לאמר פתח תפתח את ידך לאחיך לעניך ולאבינך בארצך

שעפעלע צדיק אונז האט מען געלערנט אז ווען ס'קומט צו טון פאר יענעם אדער אויפצובויען מוסדות התורה דארף מען נאר ארבעטן לפי השכל והגשמיות, זיך נישט פארלאזן אויף אמונה ובטחון אויף אזעלכע זאכן, דאס איז אונזער התחייבות
דער גאנצער פרשה וואס דו האסט דא גע'קאפיט קומט כלל כלל נישט אריין אין דעם שמועס איך וואלט דא אריין געלייגט די פרשה פון לוט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

Goodmorning האט געשריבן:אפשר וואלט מען געדארפט גיין דורך די מוסדות, אזוי ווי זיי האבן געטון מיט פיערלס, א טזשארדזש ביי שכ''ל וואס גייט גראד צו ערבים, און אויב עס איז אזא ריזיגע באזע קען אפשר די סכום זיין קלענער?

איך בין פערזענליך נישט קיין חסיד פון אריין מישן מוסדות, אפילו ביי פילטערס וכדו' האלט איך אז סהאט אויך גרויסע חסרונות,
אבער ביי ערבים ווערט די טשארדזש נישט קלענער ווייל מער מענטשן מיינט מער פעלער צו צאלן סטאטיסטיקלי, אדרבה אויב קען מען אריין ברענגען (איך ווייס נישט וויאזוי) אלע בעל בתי'שע מענטשן וואס האבן שוין חתונה געמאכט רוב אדער אלע קינדער זאלן ווערן מעמבערס לשם מצוה דעמאלטס קען די טשארדזש שטארק אראפגיין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

lebediger berel האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:דאס איז די איינציגסטע סאלושן פאר אידן מאמינים בנצחיות תורתינו
כי יהיה בך אביון מאחד אחיך באחד שעריך בארצך אשר ה' אלקיך נתן לך לא תאמץ את לבבך ולא תקפץ את ידך מאחיך האביון כי פתח תפתח את ידך לו והעבט תעביטנו די מחסרו אשר יחסר לו שמר לך פן יהיה דבר עם לבבך בליעל לאמר קרבה שנת השבע שנת השמטה ורעה עינך באחיך האביון ולא תתן לו וקרא עליך אל ה' והיה בך חטא נתון תתן לו ולא ירע לבבך בתתך לו כי בגלל הדבר הזה יברכך ה' אלקיך בכל מעשך ובכל משלח ידך כי לא יחדל אביון מקרב הארץ על כן אנכי מצוך לאמר פתח תפתח את ידך לאחיך לעניך ולאבינך בארצך

שעפעלע צדיק אונז האט מען געלערנט אז ווען ס'קומט צו טון פאר יענעם אדער אויפצובויען מוסדות התורה דארף מען נאר ארבעטן לפי השכל והגשמיות, זיך נישט פארלאזן אויף אמונה ובטחון אויף אזעלכע זאכן, דאס איז אונזער התחייבות
דער גאנצער פרשה וואס דו האסט דא גע'קאפיט קומט כלל כלל נישט אריין אין דעם שמועס איך וואלט דא אריין געלייגט די פרשה פון לוט

אה גוט, וועגן דעם האב איך מקדים געווען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מקדים געווען אז וואס?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

קוק ווי שרעקעדיג און דעפרעסינג די אדווערטייזמענט גייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

https://mail.google.com/mail/u/0/?tab=r ... QKzgdkWxGW
ליידער נישטא קיין ברירה יעצט
אבער
איך בין זיכער דער ר' יוסף האט נישט געהאט קיין ברירה סוף ימיו און נישט געקענט גארנישט צאלן אדער דער קאפ איז שוין נישט געווען דערביי
אבער
וואלטן די אונטערגעשריבענע רבנים עסקנים זיך געוואנדן צו אים געזונטערהייט יוסי וואס טוט זיך מיט ערבים אדער לייף אינשורענס און ער וואלט בסוד געזאגט פאר איינעם דעם מצב
וואלט ווען יעצט געווען ליכטיג כפי המצב ובדרך כבוד במקום החשך והבזיונות
און די אלע רבנים עסקנים וואלטן ווען געשפארט געלט צייט און כח פאר זיך אויך
פארוואס שרייב איך דאס
ווייל אלע אנדערע וואס האלטן נאך נישט דארט זאלן יעצט טון דערין. ליינט דעם אשכול, טוט צו דער זאך מאכט זיכער אז יעדער אין אייער צירקל איז געקאווערט, און ווער נישט, שטעלט צוזאם די מינימום כאטשיק, סאך סאך סאך סאך גרינגער וואו שפעטער צוזאמשטעלן מיליאן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

וויסט איר אפשר טייערע יודן פאר זיכער נישט קיין השערות ביטע אויב ערבים גיבט אפילו אויב מ'מאכט א אקציע, אדער אוב מ'האט לייפ אינשארענס ?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:וויסט איר אפשר טייערע יודן פאר זיכער נישט קיין השערות ביטע אויב ערבים גיבט אפילו אויב מ'מאכט א אקציע, אדער אוב מ'האט לייפ אינשארענס ?

ערבים usa ווייס איך זיכער אז מיט אינשורענס האבן זיי געגעבן.
ארץ ישראל זעט אויס פון זייער וועב סייט אז נישט, א אקציע האב איך נישט קיין אנונג, אבער ס'זעט מיר נישט אויס אז זיי קענען עס שטערן ווייל איינמאל זיי געבן די געלט איז נאר דא איין בארד מעמבער פון זיי אויף די קעיס.
זיי קענען שטערן א אקציע מיטן מפרסם זיין אז ס'איז דא ערבים, אבער זיי זענען כלל נישטא פאר זעלכע זאכן.
למעשה זעט אויס היינט צו טאג לויט די אקציעס וואס קומען פאר לעצטנס אז ערבים איז נישט גענוג, ע"כ אויב איינער קען זאל ער ודאי האבן ביידע. אויך טראכט איך פון א ערבים פלאס אפציע (וואס וועט געבן 150 פער יתום יתומה הלואי זאל מען עס קענן דורכפירן פרטים יבואו
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
נישט ווי יעדעם
שר האלף
תגובות: 1568
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 20, 2019 2:49 am
לאקאציע: נישט צו ווייט

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט ווי יעדעם »

lebediger berel האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אפשר וואלט מען געדארפט גיין דורך די מוסדות, אזוי ווי זיי האבן געטון מיט פיערלס, א טזשארדזש ביי שכ''ל וואס גייט גראד צו ערבים, און אויב עס איז אזא ריזיגע באזע קען אפשר די סכום זיין קלענער?

איך בין פערזענליך נישט קיין חסיד פון אריין מישן מוסדות, אפילו ביי פילטערס וכדו' האלט איך אז סהאט אויך גרויסע חסרונות,
אבער ביי ערבים ווערט די טשארדזש נישט קלענער ווייל מער מענטשן מיינט מער פעלער צו צאלן סטאטיסטיקלי, אדרבה אויב קען מען אריין ברענגען (איך ווייס נישט וויאזוי) אלע בעל בתי'שע מענטשן וואס האבן שוין חתונה געמאכט רוב אדער אלע קינדער זאלן ווערן מעמבערס לשם מצוה דעמאלטס קען די טשארדזש שטארק אראפגיין.

BTW איך האב זיי גערופן וועגן עס האט נישט געשטימט די נומבערס וואס זיי האבן געשריבן בנוגע וויפיל יתומים עס זענען אוועק און וויפיל מ'האט געטשארזשד
האבן זיי (ערבים) גענטפערט אז ווייל זיי האבן היבש מער מעמבערס וויפיל מ'דארף פאר 100,000 (און נישט גענוג פאר א פרישע גרופע) ממילא נעמען זיי די איבעריגע געלט פון יעדע טשארדזש און ס' בלייבט קרעדיט פאר די נעקסטע קאמפיין
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

נישט ווי יעדעם האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:אפשר וואלט מען געדארפט גיין דורך די מוסדות, אזוי ווי זיי האבן געטון מיט פיערלס, א טזשארדזש ביי שכ''ל וואס גייט גראד צו ערבים, און אויב עס איז אזא ריזיגע באזע קען אפשר די סכום זיין קלענער?

איך בין פערזענליך נישט קיין חסיד פון אריין מישן מוסדות, אפילו ביי פילטערס וכדו' האלט איך אז סהאט אויך גרויסע חסרונות,
אבער ביי ערבים ווערט די טשארדזש נישט קלענער ווייל מער מענטשן מיינט מער פעלער צו צאלן סטאטיסטיקלי, אדרבה אויב קען מען אריין ברענגען (איך ווייס נישט וויאזוי) אלע בעל בתי'שע מענטשן וואס האבן שוין חתונה געמאכט רוב אדער אלע קינדער זאלן ווערן מעמבערס לשם מצוה דעמאלטס קען די טשארדזש שטארק אראפגיין.

BTW איך האב זיי גערופן וועגן עס האט נישט געשטימט די נומבערס וואס זיי האבן געשריבן בנוגע וויפיל יתומים עס זענען אוועק און וויפיל מ'האט געטשארזשד
האבן זיי (ערבים) גענטפערט אז ווייל זיי האבן היבש מער מעמבערס וויפיל מ'דארף פאר 100,000 (און נישט גענוג פאר א פרישע גרופע) ממילא נעמען זיי די איבעריגע געלט פון יעדע טשארדזש און ס' בלייבט קרעדיט פאר די נעקסטע קאמפיין

wow, פארוואס זענען זיי דעס נישט מפרסם, מיט דעם ווערט פארענטפערט אסאך קשיות

זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן זיך טאקע געווינדערט פארוואס קיינער פרעגט זיי נישט ( און מיר האט דאס פארענטפערט אסאך קשיות :lol: )
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”