וואס האב איך פון מיין לעבן ?
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4218
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
איך האב איצט געגעבן א קליינע נדבה פון $100.
זאל עס זיין צו א זכות פאר אונזער ידיד אז ער זאל זיך צירוק כאפן.
זאל ער זעהן אז די וועלט ענדיגט זיך נישט. זאל ער זעהן אז מיהר אידעלעך care for each other.
זאל ער גיין אין שוהל היינט, לכבוד ראש השנה, מיט מער שמחה ווי ער האט געהאט בלויז צוויי טעג צירוק.
זאל ער קענען קוקן די בני בית אין די אויגן און זאגן מיט אן אמת, עס קומען גיטע צייטן.

מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
א.ב.ג האט געשריבן:אויך געהאט די זכיה צו געבן ב"ה.
מיר גייען נישט לאזן אונזער'ס א ידיד פאלן!
לעצט פארראכטן דורך א.ב.ג אום זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 12:51 pm, פארראכטן געווארן 4 מאל.
-
- שר מאה
- תגובות: 133
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am
חוח בין השושנים האט געשריבן:הרחיבי,
א וואונטש צו דיר פון הארצן טיפן
זאלסט נאר וויסן פון גוטס
לעבן אויפן וועלט בשמחה ובטוב לבב מרוב כל.
אייביג נאר וויסן פון תענוג ונחת
ותמצא חן בעיני אלקים ואדם.
עס זאל זיין שמחנו כימות עניתנו.
השי"ת זאל דיר פירן במעגלי צדק
דיר חונן דעת זיין וואס צו טון ווייטער
כדי צו האבן דעם ריכטיגן שלוות הנפש והרחבת הדעת.
===
טייערע אידן, וואס קען מען טון צו נושא בעול זיין מיט אנדערע וואס דארפן די זעלבע חיזוק ווי הרחיבי?
כוויל חלילה נישט דא עפענען א קאמפעטיטשן, אבער וויסנדיג וויאזוי זאכן ארבעטן פארשטיי איך אז 'שיך פון גאלד' בייסט זיך די ליפן פאר צער, ווען מיר קוקן זיך נאכנישט אום אויף אים. אפשר קען מען אים אויף עפעס א וועג אנטקעגן קומען??שיך פון גאלד האט געשריבן:איר שרייבט אפשר מיין ביאגראפיע?
בין איך אן ארבייטער, מיט אזוי גערופענע שענערע פאזיציע וואס מאכט עפעס געלט ב"ה אבער בלייב איבער שוין די לעצטע 8 חדשים מיט א מיינוס פון איבער 600 א חודש פאר אריינרעכענען סתם הוצאות וואס קומען צי צום לעבען. דער ביזנעס איז יעצט און א מצב וואס קיין איבריגע צענט וועלן זיי נישט ארויפרוקן פאר קיינעם און קיין שום פאל. יעצט האבן מיר געהאט א קינד און דער ווייב ארבעט נישט איז עס א חשבון פון איבער 1600 א חודש.
ביי שכר לימוד וועט מען נישט אראפרוקן קיין דאלאר ווייל די מאכסט דאך א געהאלט. די שיך סטאר צאלט מען פולע פרייז וכדו'
חודש'ליך באקומט מען פון די לעקטער קאמפאני אז מען גייט אפשפארן, די ציין דאקטאר קען מען ניטאמאל גיין אפילו מען דארף ווייל עס איז נישט דא קיין מעגליכקייטן דערפאר, האב אויך געדארפט אויפגעבן א העלפער פאר איינער פון מיינע קינדער וואס דארף די הילף אבער עס איז פשוט נישט דא די מעגליכקייט.
סתם בין איך יא אלס געווען מיט א חשבון, געשען איז עס ביים קויפן א הויז וואס דער פרייז איז אויך נישט געווען צי הויך אבער מער ווי מיין בודזשעט האט ערלויבט, דעמאלטס איז יעדער געווען פארנומען טוה עס, מען וועט העלפן מה עשה הקב"ה די רעיטס זענען נאר געווארן טייערע ביז מען האט געדארפט קלאוזען איינער פון די עלטערן וואס האבן געזאגט אז זיי גייען קענען העלפן מיט 150 האבן נאר געקענט העלפן מיט 50 און פון דעמאלטס גייט אלעס מיט די פיטום אראפ מען קען זיך נישט צאמנעמען אויף גארנישט, און ארבעט איז און דער זעלבע צייט פיר ארבעטער פון מיין טיעם האבן געטראפן נייע דזשאבס , וואס דאס מיינט טוהן דער ארבעט פון זיי און דער זעלבע צייט זיכען נייע און זיי אריינטרענען.
איך בין שמעדיג צי ארימגיין זיכן נאך הלוואות נאכדערצו יעצט ווען אויב פרעגט מען מיך וואס איז דיין פלאן מיט צירוקצאלן קען איך קיין ענטפער נישט געבן, ווייל לויט די איצטיגע אומשטענדן האב איך קיין פלאן נישט מעגליך פאר די נעקסטע פאר יאר.
וכו' וכו' וכו' וכו' .
עפן א גאו פאנד מי איך וועל זיך משתתף זיין
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
דברים אלו האט געשריבן:עפן א גאו פאנד מי איך וועל זיך משתתף זיין
אויב איז דא איינער מיט 'נאך אביסעלע' הארץ, וואס טויג זיך אויס אין די ענינים.
ביטע זייער, זיך מקשר זיין באישי מיט 'שיך פון גאלד' און אים ארויסהעלפן עפענען א קאמפעין.
ער איז א ביישן און שעמט זיך צו געוואלדעווען.
געדענקט די שיך פון גאלד, זענען דורכגעלעכערט פון אונטן און עס בלוטיגט אים יעדע טריט וואס ער שטעלט אראפ!!
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3540
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 876
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
- לאקאציע: אין קאך
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6378
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
זינגער האט געשריבן:דערווייל איז די לינק פארשפארט פאר מיר.
עצה טובה,
געזעהן היינט ווי ר' אלימלך בידערמאן שליט"א ביי זיין דרשה זאגט אז ס'איז א גרויסע סגולה צו זאגען 2 מאל תהילים די ערשטע נאכט ר"ה, מענטשן זעהן גרויסע זאכן, ממש ניסים ונפלאות, אז מ'קען נישט אליינס קען מען עס איינטיילן מיט ס'ווייב.
מענטשן פרעגן מיר אין אישי ווי ר' אלימלך זאגט עס, איך בין נישט זיכער.
עס דרייט זיך ארום קליפס אויף וואטסעפפ, ער דערציילט אפאר מעשות וואס ער איז עדות.
דא האט איר א בילד פון די קליפ, עס שטייט א מינוט מיט ר' מיילעך.
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20190929_132025_690.jpg (42.06 KiB) געזען 2529 מאל
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך
איך בין פרייליך ווייל איך זינג
איך בין פרייליך ווייל איך זינג
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
מ'האט געעפנט דעם גאו-פאנד-מי אפאר שעה צוריק, מיטן גאול פון $2,000.
פארוואס פונקט 2,000 דאלער? ווייל ס'האט זיך נישט געלאזט גלייבן אז מ'וועט אנקומען אפילו צו 1 אלף'ל, האט מען נישט געוואלט אז דער דורכפאל זאל זיין זייער א גרויסע...
כאטש מהאט גאנץ גוט געוואוסט אז באמת דארף מען אסאך אסאך מער.
סהאט זיך אבער ארויסגעוויזן דער אומבאשרייבליכן אחדות פון כלל ישראל בכלל, און פון די היגע חברים אויפן וועלטל בפרט.
דער עולם האט געלאזט צואוויסן טון: מ'וועט דיר נישט געבן נאר פאר א טאג, נאר נעם און נעם.
האט מען געמוזט שנעל העכערן דעם 'חובות דאך' צו $2,500 און קורצליך דערויף צו $5,000.
ועוד ידינו נטויה.
עס שטעלט זיך ארויס אז יותר ממה שהעגל רוצה לינק, הפרה רוצה להניק...
ידידים יקרים, כמותכם ירבו בישראל!!

- תגובות: 530
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4514
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
- לאקאציע: אויפן ראוד
קודם האסטו שוין דריי אלפים פארן בני בית
אויב מעגליך גיב נאך איבער היינט פאר איר דריי אלפים קעש, און ווינטש איר אן א זיס לעכטיג יאר, כגלייב סוועט זיך גאר אנדערש טינקען די עפל אינעם האניג היינט נאכט
שנית: זיי אפן מיטן בני בית און דערצייל איר אז דו האסט אינטערגענומען דראסטישע שריט צו זיך ארויסדערזעהן פונעם מצב און דאס איז נאר דער אנהייב
בעט איר אז זאל דיך אינזין האבן ביים ליכט צינדען און ביי אירע תפילות
און בעטס ענק ביידע אויס א זיס לעכטיג יאר

מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
- פעיק ניוז
- שר עשרים אלף
- תגובות: 24206
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
- לאקאציע: אנאנימע סאורסעס
איך בין שפראכלאז וואס פאר א צדיקים אונז האמיר דא!
עם ישראל צדיקים!!!
עם ישראל צדיקים!!!
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 2:24 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קרייסלער האט געשריבן:קודם האסטו שוין דריי אלפים פארן בני בית
שנית: זיי אפן מיטן בני בית און דערצייל איר אז דו האסט אינטערגענומען דראסטישע שריט צו זיך ארויסדערזעהן פונעם מצב און דאס איז נאר דער אנהייב
בעט איר אז זאל דיך אינזין האבן ביים ליכט צינדען און ביי אירע תפילות
און בעטס ענק ביידע אויס א זיס לעכטיג יאר
ריכטיג יעדעס ווארט,
לייג צו אז די קרוב צו 150 משתתפי הקאמפיין, זאגן און גלייבן אז מ'קען און מ'גייט בעז'ה געהאלפן ווערן
תפלה, אמונה, און אביסל געדולד,
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1662
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
- שמואל אלצווייסער
- שר האלף
- תגובות: 1318
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
- לאקאציע: ביים נייעס טישל
געגעבן.
דער באשעפער זאל דיר שענקן א זיס לעכטיג יאר פאר דיר און דיין בני בית און קינדער, און פאר גאנץ כלל ישראל. זאלסט גרינג און שנעל ארויסקריכן פון דיין יעצטיגע מצב, אלעס זאל איבערגעדרייט ווערן צו א שפע רב עד בלי די!
מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ!

איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
- נשמה
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7114
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
- לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט
רבש"ע האסטו דען נישט קיין נחת רוח פון דעם אז מיר געבן צדקה איינער פארן צווייטן? צו איז דיר נישט געפאלן אונזערע גוטע מעשים? אמת אז אפילו אונזערע גוטע מעשים קומט פון דיר, מי יקדמני ואשלם, אבער דאך, מיר האבן פאקטיש געטון אזא גוטע זאך. דער עיקר וואס מיר ווילן איז אז דו זאלסט האבן א נחת רוח פון אונז, סאו, מיר פרעגן דיך ליבער טאטע, צו האסטו דען נישט הנאה געהאט פון אונזער צדקה?