מחשבהטובה האט געשריבן:אין כל חדש האט געשריבן:מחשבהטובה האט געשריבן:כהאב לעצטענס געהערט פון א מנהל א רעיון וואס כ'מיין אז ס'איז גאנץ צו די זאך.
ער וויל איינפירען א געוויסע פראגראם ביינעם און חיידר אז מלמדים זאלן באקומען פוינטס און לויט דעם וועט זייער געהאלט געהעכערט ווערען.
דהיינו: (למשל)
יעדע course וואס די מלמד נעמט אין חינוך ווען ער באקומען 5 פוינט"ס.
יעדען חידוש אין חינוך אדער דיסיפלי"ן וועט ער באקומען נאך פוינטס און אזוי וייטער.
לויט די פוינט"ס וועט די העכערונג זיין.
פארשטייט זיך איז סאיז נאך א רוע איידיע, אדרבה לאמיר הערען די מיינונג פון עלטערן וואס ווילן די בעסטע פאר זייער קינדער און וואס פארשטייען די נחיצות הענין
די תוצאה וועט זיין מער פראפעסיאנאלע מלמדים און די העכערונגען וועט זיין עפעס וואס איז דירעקט וועטפול פאר די מוסד און די קינדער.
איך האלט מיר איין פון שרייבן אין דעם אשכול, אויס זארג איך וועל נישט פארטיג ווערן....
אבער דא האב איך געפלאצט
זענען מלמדים טאקע 10 יעריגע קינדער פון חדר?????????????????????????גייט מען מאכן פראגרעמס מיט זיי??????????????????
וואס עפעס קענען מענטשן נישט ארייננעמען אין קאפ אז מלמדים זענען די זעלבע ארבייטער ווי אין יעדע אנדערע אינדוסטרי?????????
איך ווייס אז מנהלים קענען אסאך מאל אויסמישן צווישן מלמדים און קינדער, אבער איז דאס נארמאל?????????
ווען וועלט איז וועלט, וואלט אלעס געראנט ווי א נארמאלע אינדוסטרי ביזנעס, דער מענעדזשער זעט ווער ארבייט געטריי, און ווער טויג, און פארשטייט זיך ווי לאנג מען ארבייט שוין דארט וכדו' וכדו' און מען רעיסט כסדר, אז איינער טויג מער נישט טוישט מען ארום וכדו'
wow wow
קודם כל בארוהיג זיך, לאמיר צונעמען אביסל די נושא...
א. הלוואי וואלטן מלמדים געוען "ארבייטער ווי אין יעדע אנדערע אינדוסטרי" דעמאלטס וואלטן זיי באקומען רעיזעס יעדע יאהר אזוי ווי יעדע ארבייטער באקומט.
דעמאלטס וואלן זיי נישט געארבייט יעדע זונטאג
דעמאלטס וואלטן זיי געהאט וואקאנסען צוויי מאל א יאהר...
דעמאלטס וואלטן זיי געמוזט געבען א דין וחשבון נאר פארן בעל הבית / מענעדזשער אין נישט פאר 25 טאטעס + א מנהל + א וועד + א גאנצע קהילה.
דאמאלטס וואלטן זיי אהיים געגאנגן 5 אזייגר און זיך נישט געדארפט זיך גרייטן, מאכן פאון קאללס צו עלטערען וכו וכו וכו די ליסטע גייט אהן.
ליידער אדער ב"ה זיי זענען נישט. זיי זענען נישט ארבייטער זיי זענען מענטשען וואס האבן גענומען אויף זיך די הייליגע תפקיד פון ערציעהן אונזער קינדער, זיי האבן בכוונה אויפגעגעבן אסאך באקוועמליכקייטן, צו עוסק זיין במלאכת הקודש.וכו וכו
ב. איך ווייס נישט ווי די ארבייטס אבער אין יעדע געזונטע ביזנעס איז דא bonuses לויט די achievments אדער די חידושים וואס די ארבייטער ברענגט אריין.
יעדע ביזנעס זיכט אז די ארבייטער זאל זיך אויסצייכענען און צאהלט איין פאר די תוצאות.
ג. סאיז א רויע איידיע וואס כהאב ארויף געברענגט צו הערען מיינונגען, און דיין מיינוג איז well accepted.
די ליין וואס איך צייכן אן אין רויט איז די סיבה פארוואס איך האב נישט געוואלט שרייבן דא, ווייל איך קען די ליין
און לדעתי ליגט אין דעם רש... און שפ"ד
א נייע מעשה, היות ער איז גרייט זיך מפקיר צו זיין פאר א שווערערע ארבעט אלס עבודת הקודש איז שוין זיין בלוט הפקר גמור ווייל ער האט דאך
עניוועי אויפגעגעבן
ער דארף מסכים זיין צו ווארטן חדשים אויף וועידזשעס ווייל ער האט דאך
עניוועיער מוז זיך צופליקן און נישט נאכלאזן קיין משהו אין די צייט וואס ער ארבעט אומבאצאלט ווייל ער האט דאך
עניוועינאך איין זאך איך בין נישט באקאנט פון ארבייטער וואס באקומען א רעיס וועגן "חידושים"
achievments האסטו געזאגט?, נו האמיר דאך געזאגט די זעלבע זאך "דער מענעדזשער זעט ווער ארבייט געטריי,
און ווער טויג, און פארשטייט זיך ווי לאנג מען ארבייט שוין דארט וכדו' וכדו' און מען רעיסט כסדר, אז איינער טויג מער נישט טוישט מען ארום וכדו'"
אבער פוינטס? דאס איז פונקט גוט פאר 10 יעריגע קינדער, נעקסט גייט מען הענגן א צעטל אין מלמדים שטיבל און לייגן סטיקערס ביי יעדן'ס נאמען?
אוקעי ווי אנגעהויבן איך האב זייער אסאך צו רעדן איבער די עריטוט פונעם המון און בעיקר די הנהלותער כלפי די מלמדים, און איך האב נישט קיין נערוון צו זיין דא פארנומען אזויפיל, אבער ברוך השם אין די לעצטע 3 יאר זעט מען שוין גאר שטארקע שינוים ווען מען הערט שוין א הייסער רוף פון טאטעס צו העכערן זייערע וועידזשעס