שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך מוכר ספרים »

[align=center]מורי ורבותי!

ווער וויל אונטערנעמען א פראיעקט קעגן די אויטאמאטישע רופן און ראבא קאלס?
[/align]

אלעס האט א שיעור!

מעשה שהיה כך היה.

פאר מיין בני בית איז ענדליך געלונגען צוצוקומען צו א פארנומענעם בארימטן דאקטאר, א דאקטאר צו וועמען מען קען נישט צו קומען יעדן טאג, קוים איינמאל אין עטליכע וואכן, און דאס אלעס איז שוין נאך די בעסטע קשרים.

מען רעדט א מינוט צוויי, און מ'הייבט אן צוצוגיין צום עצם נושא אויף וועלכע מען ווארט שוין אזוי לאנג דאס אויסצושומעסן מיט א רואיגקייט און ישוב הדעת. מ'האלט שוין טאקע נאך א פארנומעענעם פולן טאג, אבער פאר אזעלכע וויכטיגע, כמעט פיקוח נפש צוועקן מאכט מען אלעמאל צייט.

עס גייט נישט אריבער עטליכע סעקונדען ווען איינער קלינגט אריין, א פשוט'ער נומער: 646-701-5486. פארשטייט זיך אז ווען מען רעדט צו א דאקטער, ובפרט ווען די רעדע איז פון איינעם צו וועם מ'ווארט שוין צוצוקומען אזוי לאנג, הייבט מען נישט, אויף אפגעזען ווער עס רופט, און דערפאר האט זי טאקע נישט אויפגעהויבן דעם אנדערן ליניע.

גייט אבער אריבער קוים א האלבע מינוט און נאכאמאל, דער זעלבער נומער.

און גייט אריבער נאך א קורצע צייט, און, נאכמאל! דער זעלבער נומער.

זי האט שוין געמיינט אז די רעדע איז פון אן עמערדזשענסי פאל, אבער מען קען יעצט נישט אויפהייבן. פשוט מאוד.

אזוי האט זיך אפגעשפילט גאנצע פינף מאל!

פארשטייט זיך אז נאכ'ן רעדן, די ערשטע זאך - נאך בעפאר'ן איבערגעבן די רעזולוציעס פונעם דאקטער פאר וועם זי האט דאס געברויכט איבערגעבן – רופט זי צוריק דער וואס האט אריינגעקלינגען.

כ'האב געקווענקלט, אז מעגליך אויף א רבים פלאטפארמע איז נישט ראטזאם צו דערמאנען א נאמען פון וועם די רעדע איז, אבער נאכ'ן דאס איבערקלערן האבן מיר באשלאסן אז לא עת לחשות.

די רעדע איז פון:

קרן חתנים ד...

כ'קלינג צוריק דעם נומער און כ'דרוק נומער איינס, דער קנעפל צו וועם מ'דארף רעדן ווען מ'וויל קויפן א ראפפעל.

איינער הייבט אויף. איך רעד צו יענעם בחור/יונגערמאן. איך דערצייל אים דברים כהווייתן, כ'האב אים איידעלערהייט פארגעהאלטן בכל לשון של בקשה, און ער גלייבט מיר נישט!

זאג איך אים אז איר ווילט, כאפ איך א בילד פונעם טעלעפאון ID און כ'שיק אייך אן אימעיל.

ווי אן אויבער-חכם זעצט יענער ווייטער פאר מיט זיין אימעיל אדרעס און ער זאגט מיר: שיק מיר, לאמיר זען צי דו ביסט גערעכט!

פרעג איך יענעם: לאמיר אייך פרעגן א פראגע: איך קען אייך נישט, איך ווייס נישט ווער איר זענט און כ'האב גארנישט קעגן אייך פערזענליך, אבער פארוואס ווען א איד רופט דיר אן און דערציילט דיר די אויבנדערמאנטע מעשה זאלסטו אים נישט גלייבן? כ'האב דען עפעס קעגן דיר? כ'זוך דיר דא עפעס צו פארקויפן?

דער יעניגער האט זיך נישט געהאלטן ביים ברעכן.

כ'האב אים ווייטער פראבירט צו בארואיגן אויף א מילדן טאן וכאן נסגרה השיחה.

שפיכת דמים און בארויבן יענמס מנוחה האט א גרעניץ!

פארגעסן צוצולייגן; ווען מען הייבט אויף דעם אויבנדערמאנטן אויטאמאטישן רוף, הערט מען ווי איינער פרעגט מיט א פשטות: העלא? העלא? העלא? אזוי דריי מאל איינס העכער פונעם צווייטן, עס זאל אויסקוקן עכט. דאס איז א טייל פון די אוממאסגעבנדע רשעות וואס נעמט נישט קיין עק. און זיכער אז די אידן וועלן צאלן א טייערן פרייז.
לעצט פארראכטן דורך מוכר ספרים אום מיטוואך מאי 01, 2019 11:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פעסט
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:42 pm

תגובה דורך פעסט »

I’m not saying it’s right, but probably the system works that if they don’t answer it automatically calls again and again a few times so it doesn’t mean someone just didn’t stop calling.
I don’t think if a organization that makes a raffle only once a year and makes a Robo call they are so wrong.

Again, in your situation it came out to be very unpleasant, but think of it on the other side.
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

תגובה דורך מוכר ספרים »

פעסט האט געשריבן:I’m not saying it’s right, but probably the system works that if they don’t answer it automatically calls again and again a few times so it doesn’t mean someone just didn’t stop calling.
I don’t think if a organization that makes a raffle only once a year and makes a Robo call they are so wrong.

Again, in your situation it came out to be very unpleasant, but think of it on the other side.

ביי מיר האט דאס פונקט פאסירט ווען מען האט געהאלטן אינמיטן רעדן צו א דאקטאר, ביי איינעם פאסירט דאס א צווייטע מאל ווען ער קען פונקט נישט אויפהייבן און טאקע דער סיסטעם מאכט אז דאס זאל צוריקרופן עטליכע מאל נאכאנאנד, און ביי א דריטן איז דאס אין אנדערע אומשטענדן וואס ברויך נישט דערמאנט און ארויסגעשריבן ווערן.

כמעט יעדער האט פארנומענע צייטן, אדער גאר פארנומענע, און פארהאן אנדערע וואס טוען אין ערנסטע זאכן און האבן נישט די מינדעסטע מינוט פאר די וויצן.

אפילו דאס איז מיט א גוטע כוונה.

און אויך ווען דאס איז "בלויז" איין מאל א יאר.

רוב צוועקן זענען דאך בלויז איינמאל א יאר. נישט אזוי?
פעסט
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 03, 2016 3:42 pm

תגובה דורך פעסט »

your right, but this specific organization you mentioned is only doing it once a year so there is no reason to be mad on this organization.
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

תגובה דורך מוכר ספרים »

ווי געשריבן, רוב מוסדות טוען דאס טאקע בלויז אויך איין איינציגן מאל.

און אלעס צוזאמען ווערט דאס וואס עס ווערט, אז מענטשן ווערן משוגע עטליכע מאל א טאג פון די אלע טעלעפאון רופן.

זאל טאקע יעדע מוסד גוט נעמען אין באטראכט פאר זיי גייען טון איין איינציגער מאל אין יאר.

טעלעפאון קאל וטעלעפטון קאל מצטרפים לחשבון גדול
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובה דורך פארווייטאגט »

פעסט האט געשריבן:your right, but this specific organization you mentioned is only doing it once a year so there is no reason to be mad on this organization.


וואס? Once a year? איינמאל א שמיטה? איז וואס? דער מוסד איז א בן יחיד?
איינמאל א יאהר מעג מען? אדער איינמאל א יאהר מיז זיין אז יעדער איד ווארט דאך אזוי לאנג פאר דעם טלפון קאל?
אדער איר ווילט פשוט זאגן אז איי דונט קער ?


אבער איך בין אייך שולדיג אן הכרת הטוב.
מאז עמדי על דעתי איז מיר שווער געווען א גמרא. און ב"ה איהר האט עס שיין פארענטפערט.

די גמרא פארציילט אויף א געוויסע שטאט, וואס האט געהאט חשובער שופטים. ואלו שמותם . שקראי, שקרוראי, זייפי, מצלי.
ביי זיי אין שטעטל איז געווען איינגעפיהרט, אז ווען איינער האט זיך געמאכט ציגל, כדי זיך צו בויען א שיין פאלאץ, אדער אפילו א קליין בודקא'לע, איז יעדער געקומען און גענומען "נאר" איינס.

אדער ווען א מענטש איז געגאנגען אויסשפרייטן זיינער ירקות כדי זיי אויסצוטרוקענען, איז יעדער ארנטליכער שטעטישער בירגער, געגאנגען און גענומען איין שטיקל, ביז דער האט זיך געטראפען מיט א ליידיגער פעלד.

זאגט די גמרא אז יעדער האט געזאגט "אנא חדא דשקלי".

איז מיר אלעמאל שווער געווען, קודם כל פאר וועמען האבן זיי זיך פראבירט צו פארענטפערן? ווער דארט אין שטעטל האט דען געהאט טענות אויף זיי? זיי האבען דאך מקיים געווען מנהג המקום? האבן זיי דאס דאך אודאי געמיינט נאר לשם שמים, אין נישט חס ושלום אינטערברענגען אזא הייליג מוסד/מנהג, איז פארוואס דארפן זיי בככל עפעס זאגן?
והשנית, און ווען האסטו טאקע "נאר" גענומען איינס, איז וואס? מעג מען שוין? איז עס נישט קיין גניבה?

יעצט אז איך זעה, ווען א יוד קומט מיט א געשריי, פון א פריוואטע ווייטאג וואס איז איהם געשעהן, דורך איינער וואס האט נאר געמיינט אודאי לשם שמים, אבער איז מיט דער הייליגער מצוה זיינער, מצער צענדליגער און הונדעטער יודען, (יא. נאר איינמאל א יאהר... מ'קען אסאך מאריך זיין אין אלע רשעות, וואס קלאפט אויס ביי יעדער ווען ער איז פארנומען מיט עפעס אנדערש, אבער דאס לאז איך פאר יעדעם צו זעהן ביי זיך, פון א צווייטער "איינמאל א יאהר") .
איז ווי אזוי קען מען שטיל מאכען אזא איינער? ער האט דאך א גערעכטע טענה קעגען דער הייליגער מצוה וואס געשעהט נאר איינמאל א יאהר?
האט מען געטראפן א לחש. יא, נישט מער נישט ווייניגער, א לחש וואס ענטפערט גארנישט אבער מאכט יענעם שטיל.

אנא חדא דשקלי.
נאר איינמאל א יאהר.

זיי האבען קיינעם נישט געדארפט ענטפערען, אבער קיין גילטי קונשעס האט ער אויך נישט געוואלט. האבען זיי געטראפען דעם לחש.

אנא חדא דשקלי .
נאר איינמאל א יאהר.
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובה דורך Growth hacker »

My question is, who the hall gives money for these calls
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובה דורך Growth hacker »

You can easily block it though (on your cell phone)
פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובה דורך פריינד »

איך קען אפשר פארשטיען די וואס קאלען 1 מאל א יאר!
אבער טאקע נאר 1 מאל.

אבער די סיסטעם ארבייט נישט אז עס קאלט צוריק 5 מאל, מען דארף עס אנשטעלן אז עס זאל פראבירן מער ווי 1 מאל, עס איז נישט ריכטיג צו אטעקירן מיט אזוי פיל פאון קאלס, 1 מאל איז פונקט גענוג אויב יענער וויל דיר געבן א נדבה.

והשנית אסאך ארגענעזעשאנס רופען זייער אפט, מיט קיין שום רעכט, דאס מוז מען סטאפען איינמאל פאר אלעמאל, קיינער איז נישט אינטערעסירט און איז נישט מסקים זאלסט אים פאניגען ביז ער וועט דיר געבן, אויב וויל ער דיר געבן א נדבה וועט עס זיין אפילו נאר מיט 1 פאון קאל.

די ווילסט אויפטוען פאר אידישקייט, עס איז אבער זייער אומריכטיג. אלעס האט א שיעור.
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ווער וויל אויפטון פאר אידישקייט?? דו האלטסט אמת'דיג אז איינע פון די ראבא קאללס מיינען דעם אויבערשטן מיט דעם?
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובה דורך יואל שרייבער »

איך טראכט צו די היימישע טעלעפאן קאמפאניס קענען נישט צושטעלן אזא סערוויס , צו בלאקן אלע ראבא קאלס.

איך פלעג אמאל בלאקן געוויסע נאמבערס וואס האבן געקאלט אבער היינט נוצן זיי יעדעס מאל אן אנדערע נאמבער, אפילו די זעלבע רופערס.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

כמעט יעדע מוסד האט א בעל אחראי, מנהל, צו בנשיאות איינעם וואס מ'קען גרינג באקומען זיין נאמבער. ווען מ'באקומט א קאל דארף מען אנריפן ביי זיי אין שטוב און בעטן אז דאס זאל זיך אויפהערן. טאמער זאגט יענער אז ס'האט נישט מיט אים זאל מען בעטן אז ער זאל איבערגעבן פאר דער וואס שטייט אינטער דעם.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובה דורך אילו זכינו »

טייערע מוכר,

ביסט הייליג גערעכט מיט אלעס וואס דו שרייבסט, חוץ מיט איין זאך.

פארוואס ביסטו אזוי ארויס פון די כלים ווען א 16 אדער 17 יעריגער בחור האט זיך מתחצף געווען פאר דיר, (כ'ווייס נישט ווי אלט דו ביסט - אבער גאנץ מעגליך אז דו וואלסט געקענט זיין דעם בחור'ס טאטע.. מאך אליינס דעם חשבון), קודם כל איז ער דאך נאך א בחור, און זיין ערוואקסענע דעת איז נאכנישט אינגאנצן דעוועלאפט, צווייטנס, ער האט נישט קיין אהנונג וויאזוי דער סיסטעם פון די אוטאמאטישע רופן ארבעט, און אויך האט ער מסתמא נאכנישט קיין טעלעפאון, און ער באקומט נישט די אלע ראבא קאלס, סא אוודאי האט ער דיר געזאגט אז ער גלייב דיר נישט, ער האט מיט זיין קטנות'דיגער שכל געמיינט אז ער וועט אזוי ראטעווען די נאמען פון די מוסד וכו' וכו'.
אילו זכינו
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 2:43 pm

תגובה דורך אילו זכינו »

דריידל האט געשריבן:כמעט יעדע מוסד האט א בעל אחראי, מנהל, צו בנשיאות איינעם וואס מ'קען גרינג באקומען זיין נאמבער. ווען מ'באקומט א קאל דארף מען אנריפן ביי זיי אין שטוב און בעטן אז דאס זאל זיך אויפהערן. טאמער זאגט יענער אז ס'האט נישט מיט אים זאל מען בעטן אז ער זאל איבערגעבן פאר דער וואס שטייט אינטער דעם.


אויב דו האלטסט טאקע אז ס'גייט העלפן, קומט זיך דיר קרעדיט. אבער לדעתי דארף מען אויפקומען מיט עפעס א בעסערע איינפאל.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

אילו זכינו האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:כמעט יעדע מוסד האט א בעל אחראי, מנהל, צו בנשיאות איינעם וואס מ'קען גרינג באקומען זיין נאמבער. ווען מ'באקומט א קאל דארף מען אנריפן ביי זיי אין שטוב און בעטן אז דאס זאל זיך אויפהערן. טאמער זאגט יענער אז ס'האט נישט מיט אים זאל מען בעטן אז ער זאל איבערגעבן פאר דער וואס שטייט אינטער דעם.


אויב דו האלטסט טאקע אז ס'גייט העלפן, קומט זיך דיר קרעדיט. אבער לדעתי דארף מען אויפקומען מיט עפעס א בעסערע איינפאל.

די שאלה איז טאמער דער עולם וועט עס טון, אבער טאמער יא וועט עס זיכער העלפן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

פעסט האט געשריבן:I’m not saying it’s right, but probably the system works that if they don’t answer it automatically calls again and again a few times so it doesn’t mean someone just didn’t stop calling.
I don’t think if a organization that makes a raffle only once a year and makes a Robo call they are so wrong.

Again, in your situation it came out to be very unpleasant, but think of it on the other side.

איך האב מיך אלעמאהן אפגעהאלטן פון שרייבן אויף די נושא.

פארוואס? ווייל אפילו איך האס די אלע פאון קאלס, בתכלית השנאה, פארשטיי איך אויך אז די אלע מוסדות און ארגאנאזאציעס, דארפן קאווערן א בודזשעט, און די אלע אדמיניסטרעיטערס פלאגן זיך זייער מיט נושא פון "מהיכן ירק זה חי", ממילא, קען מען אביסל פארשטיין אז זיי טוען זאכן ווייל זיי זענען ממש desperate.

אבער... מיט א מאס... און דאס וואס מאכט נארמאלע מענטשען פלאצן! די מהלך המחשבה פון...
the system works that if they don’t answer it automatically calls again and again a few times

יענער האט דאך נישט אויפגעהויבן! לאז איהם במנוחה! מילא ווילטס פראבירן נאכאמאהל מארגן! אפילו און א פאר שעה! אבער האלטן און איין קאלן???

איך האב אהנגעהויבן ציילען די אלע פאון קאלס, אויף מיין סעל פאון פון מיין בעל הבית פון א וואך פאר פסח ביז איצטער... איך האב אויפגעהערט נאך 50. וויפיהל איז די מאס!!!

מען טאר דאך נישט האבן טעקס. האט מיין קהלה א סיסטעם וואס רופט אויף שמחות, זמנים להכניס אל הקודש פנימה, וכו'. אויב הייבט מען נישט אויף, דאן באקומט מען א voice mail... נו... אויפען סמארט פאון איז געוועהן גאר גרינג צו אויסמעקן די voice mails. אבער זייט איך בין א בעל תשובה, אויפען פליפ פאון מוז מען שוין אריינרופען! און א פשוטער וואך, באקומען מען אוצאלאגיע קאלס פון ווען די רבי גייט אויפנעמען דעהם עולם, אז מען קען אריינריפן צי באצאלען די שכר לימוד, הזוכה בגורל, וכו'. וכו'. איך האב מיך שוין ענדליך אראפגעסיינט פונעם סיסטעם, נאכן אריינרופן "איעדעס" מאהל וואס איך האב באקומען א קאל, און געלאזט א מעסעדז אויב מען וויל איבערגעבן א שמחה זאל ארויסגיין, אז מען זאל מיך אראפנעמען. מנוחה פאר א חודש צוויי, דאן אודך!

איך וויל פארשטיין. איך האב געגעבן מיין פרייוואטע סעלפאון, וואס איך געב נישט פאר קיינעם, פארן מוסדות, אלטץ אן עמערדזענסי קאנטאקט. ווער גיט זיי רשות עס ווייטער צו געבן?

ריפט מיך אן עסקן פאר די קרן הבנין הבית קאמפיין איעדע פינעף מינוט, אהנגעהויבען פון 11:30, (ווייל ער האט נישט קיין אנונג וואס מיינט זיין ביי די ארבייט 7:30), און האט טענות אז מען קען מיך נישט ריטשזען. העלוי! די ווייסט וואס מיינט אז איך בין ביי דער ארבייט!!!???

שוין... ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1865
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

תגובה דורך פרישוואסער »

עס איז נישט בארעכטיגט צו ריפען אימבאקאנטע (קאלד קאולס) אויף א סעלפאן דארוך א ראבא מאשין ארויס צו באקומען געלט,
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

נאך א ערנסטע פראבלעם וואס דאס האט, אז ווען דו האסט שוין יא אויפגעהויבן האלט דאס אויף דעם ליין, און ס'לייגט זיך נישט אראפ ווילאנג די מאשין ענדיגט נישט רעדן, און אויב דארפסטו דאן מאכן א וויכטיגע קאל ווי למשל הצלה, האסטו נישט קיין טעלעפאן
אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובה דורך צעגראדזשעט »

מיין מיינונג:
מילא אינדערהיים אויפן טעלעפאון... אויך נישט ריכטיג אבער נישט עק וועלט, ווי נישט ווי איז עס א נומער וואס ליגט אפן פאר יעדעם אין די דיירעקטערי...
אבער מיין סעלפאון?!?.. איך לייג אין ערגעץ נישט דעם נומער צוליב א סיבה! ווייל איך וויל דו זאלסט מיר"נישט" רופן! דער וואס איך וויל יא ער זאל מיר רופן וועל איך געבן מיין נומער.
און קריך אראפ פון מיר!
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

תגובה דורך מוכר ספרים »

אילו זכינו האט געשריבן:טייערע מוכר,

ביסט הייליג גערעכט מיט אלעס וואס דו שרייבסט, חוץ מיט איין זאך.

פארוואס ביסטו אזוי ארויס פון די כלים ווען א 16 אדער 17 יעריגער בחור האט זיך מתחצף געווען פאר דיר, (כ'ווייס נישט ווי אלט דו ביסט - אבער גאנץ מעגליך אז דו וואלסט געקענט זיין דעם בחור'ס טאטע.. מאך אליינס דעם חשבון), קודם כל איז ער דאך נאך א בחור, און זיין ערוואקסענע דעת איז נאכנישט אינגאנצן דעוועלאפט, צווייטנס, ער האט נישט קיין אהנונג וויאזוי דער סיסטעם פון די אוטאמאטישע רופן ארבעט, און אויך האט ער מסתמא נאכנישט קיין טעלעפאון, און ער באקומט נישט די אלע ראבא קאלס, סא אוודאי האט ער דיר געזאגט אז ער גלייב דיר נישט, ער האט מיט זיין קטנות'דיגער שכל געמיינט אז ער וועט אזוי ראטעווען די נאמען פון די מוסד וכו' וכו'.


טייערער אילו.

כ'בין בכלל נישט ארויס פון די כלים צוליב וואס איינער האט זיך "מתחצף" געווען פאר מיר... אפגעזען ווער דאס איז געוווען, צי א יונגל/בחור/יונגערמאן. און ווי ערווענט פריער אז איך האב יענעם געזאגט אז איך האב גארנישט קעגן אים, דעריבער, איך בין בכלל נישט בייז אוי, אים, כ'פארשטיי אים.

והשנית, דער הויפט נקודה פונעם ערשטן תגובה דא אינעם אשכול, איז נישט די חלק אז איך האב אריינגערופן אין אפיס און גערעדט מיט זיי, דאס איז א זייטיגער חלק.

וואס יא?

די אומאויפהערליכע טעלעפאון רופן מוזן זיך ענדיגן.

אין איינס פון די בעסטע וועגן איז לכאורה, נישט אז מען זאל זיך אומוויסנד מאכן ווען איינער קאלט איינמאל אדער זיכער מער, נאר, מ'דארף צוריקקאלן, געבן איידעלערהייט א שטיקל פסק, ערקלערן בדרכי נועם אז דאס רויבט אוועק די מנוחה פון מענטשן, מענער און פרויען צוגלייך.

און אלעס האט א שיעור.
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

תגובה דורך מוכר ספרים »

צעגראדזשעט האט געשריבן:מיין מיינונג:
מילא אינדערהיים אויפן טעלעפאון... אויך נישט ריכטיג אבער נישט עק וועלט, ווי נישט ווי איז עס א נומער וואס ליגט אפן פאר יעדעם אין די דיירעקטערי...
אבער מיין סעלפאון?!?.. איך לייג אין ערגעץ נישט דעם נומער צוליב א סיבה! ווייל איך וויל דו זאלסט מיר"נישט" רופן! דער וואס איך וויל יא ער זאל מיר רופן וועל איך געבן מיין נומער.
און קריך אראפ פון מיר!


יא.
דאס איז אן עקסטערע מעשה.

ממש אן עולה בל יתואר
מוכר ספרים
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 2:12 pm

תגובה דורך מוכר ספרים »

אפילו די נארוואס אונטערגעגאנגענע "מעטשינג פאנדס", וואס פלעגט אסאך נערווירן, האט אבער נישט אוועקגערויבט יענעמס מנוחה אויף אזא שטערבליכן פארנעם.

לסך הכל פארמאגן די ראבא קאלס עטליכע חסרונות וואס איז שווער צו שלינגן עטליכע מאל טאג טעגליך (פארשטייט זיך אז דאס איז וויבאלד יעדער רופט נאר איינעמאל).

א) די וואס רופן אויף היים נומערן, אויסער וואס דאס נערווירט, טוט דאס אוועקרויבן יענמס מנוחה און רואיגקייט אויף א שטארקן פארנעם.

ב) די ואוס רופן אויפן סעלפאן איז דאס אסאך א גרעסערער עוולה, נעמליך, רוב מענטשן וואלטן קיינמאל ארויסגעגעבן זייער פריוואטער נומער פאר אזעלכע סארט ענינים.

ג) די וואס "מאכן" אז דער סיסטעם זאל קאלן עטליכע מאל, אדער לאזן א מעסעדזש איז דער רשעות פילפאכיג גרעסער.

ד) די וואס צווינגן און געבן נישט אויף ביז זיי הערן דעם נותן'ס שטימע פערזענליך זענען שופכי דם!
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1844
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובה דורך פריילעך אידל »

איינמאל פאר אלעמאל!

די 3 קאמפעניס זענען אדווערטייזד אין די טעלעפאן ביכל אז זיי מאכן ראבא קאלס, און פארשטייט זיך זיי האבן ליסטעס, איך לייג דא ארויס זייערע נאמבערס, טוט ווי איר פארשטייט.

Call Notify
212-419-0153

JLS Solutions
718-305-6762

Vast calling
718-682-3292
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובה דורך וואס עפעס? »

דאס רופען עטליכע מאל איז כמעט אזא עוולה וואו עפענען נאך א אשכול אויף א טאפיק וואס האט שוין עטליכע אשכולות
8.) 8.)

@מנהלים ביטע שמעלצען
אוועטאר
כתמר יפרח
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובה דורך כתמר יפרח »

א מין רשעות וואס דא גייט פאר.
איך האב געהאט א גאר וויכטיגע אפוינטמענט ביי גרויסע דאקטער וואס איך ווארט שוין זייער לאנג אנצוקומען צו אים, ענדליך די טאג וואס איך האב געדארף גיין צו אים בין איך אויפגעשטאנען זייער פרי צו קענען כאפן א פרי מנין אז איך זאל נאך האבן גענוג צייט נישט צו כאפן די ראש האער שעות קיין מענהעטן, לויף אריין אין שוהל אין כאפ די ערשטע מנין, איך ברויך יעצט גאר וויכטיג צו האבן רואיגקייט אין נישט זיין נארוועז, איך לייג תפילין אין זעץ זיך אראפ רואיגערהייט, ווען פלוצליג רוקט זעך אן א קליינער ראצער 'טיסקעלע מיצוועס' קלאפט ער מיט זיינע פאר גראצער אין האנט, א מין חוצפה דאס, וואס נעמסטו מיר אוועק דאס ביסל מנוחת הנפש, איך איגנאר אים,
גייט נישט אריבער קיין צוויי מינוט אודך, א צווייטער בחור'ל מיט די זעלבע תורה, זאג, זיי טראכטן נישט אז איך דארף יעצט חאפן גאר וויכטיגע אפוינטמענט?
ענדלעך מ'ענדיגט שמונעסרע איך קוק שוין אויפן זייגער, אין טראך טראך טראך... מוריי בראבויסיי איך גיי נאך געלט פאר א חשובה..., וואס גייט דא פאר? ווי איז דאס ביסעלע רחמנות?
נאכ'ן דאווענען לויף איך אהיים פאר א שטיקל צובייס, איך ווארט אויף מיין חבר זאל מיך קומען אויפיקן, אזוי ווי איך הייב אן עסן הער איך ווי ער קלאפט אויפן טיר, איך שאר אפ די ברעקלעך אין לויף צום טיר, אין וועם זעה איך??? א משולח, איך גיי נאך געלט פאר א חשובה...

די פאוינט וואס איך וויל ארויסברענגן איז, אז כלל ישראל זענען רחמנים בני רחמנים אין מיר האבן ב"ה הונדעטער אנגענזאציעס אין מוסדות, הצד השוה שבהם אז יעדער דארף געלט, אין מ'זוכט וועגן וויאזוי צו שנאדערען, אין נישט אלעמאל איז עס געשמאק אבער מ'פארשטייט די נוצרך אויכט.
אוודאי ווען די זעלבע משולח קלאפט דריי מאל א טאג אויף מיין טיר (א שטייגער ווי חט"מ) וואלט איך אים .... שוין ...
אבער אז מיין טעלעפון קלונגט אביסעלע פאר א צוועק א מעטשינג קאמפיין איז נישט עק וועלט.

מ'זאל קיינמאל נישט דארפן צוקומען צו שפירן וואס מיינט גיין נאך געלט.
פארשפארט

צוריק צו “צדקה וחסד”