שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3975
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך Haklal »

ניס קראכער האט געשריבן:פיפצי,
חזק ואמץ!!!
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך פארווייטאגט »

קארן האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:קיין שום פארגלייך נישט, דו ווייסט וויפיל טעלעפאון קאלס ער האט באקומען די לעצטע פופצן חדשים? ער קען אונז נאר העלפן אויב אונז העלפן אים, ער רופט טאקע איינמאל אפאר יאר , אבער זיין טעלעפאון הערט נישט אויף צו קלינגען צענדליגע מאל א טאג יעדן איינציגסטן טאג פון יאר צו העלפן יודן, איך האב די פולסטן רעספעקט פאר אים.

ניימאן זאגט די זעלבע - סאו אז זיין פאון קלינגט אגאנצן טאג ווי קומט דער עמך איד אריין ???
ס'דא וואלן ?? לייג א צעטל און שיל - און דעטס איז איט.

קודם כל, ניימאן דארף איך נישט גלייבן אז זיין פאון קלינגט א גאנצע טאג, און אפילו אויב יא, האט ער נישט קיין רעכט צו משוגע מאכן די מענטשהייט, צו רופן צענדליגע מאל א טאג הונדערט מאל א יאר, מה שאין כן משה דוד נידערמאן, צו מהאלט יא פון אים צו נישט, דעי איינמאל א יאר וואס ער רופט פאר אן עלעקשאן און דאס איז בלויז איינמאל און עטליכע יאר, קיין שום פארגלייך צווישן די צוויי מענטשן.

צו עס איז א פארגלייך?
א פריוואטער מענטש וואס העלפט (אזוי זאגט ער) פריוואטער מענטשען, אדער א פריוואטער מענטש וואס העלפט סיי פריוואטער מענטשען, סיי קהילות און מוסדות.

ניין עס איז נישט קיין פארגלייך!

איינער רופט נאר זעקס מאהל אינע'ם זעלבן טאג, און א צווייטער ריפט לכל הפחות 6 מאהל יעדן טאג.

ניין! עס איז נישט קיין פארגלייך.

איינער הערט אויף רופען, און געבט נישט קיין צייט זיך אראפ צו שרייבן פון זיין קרבנות/רופן רשימה, ווייל ער גייט מארגען נישט רופן, אפילו ווען דו בעהטסט איהם זייער שטארק, און א צווייטער רעדט דיר איין אז עס איז דא א וועג ווי אזוי ער וועט דיר אויפהערן פארדרייען א קאפ, אבער האלט נישט ווארט.

ניין! עס איז נישט קיין פארגלייך.

נ. ב. בעצם וואלט איך קיינמאל נישט געגאנגען שטימען, ווייל איך (יא! איך) האב גארנישט דערפון.
איך בין גענוג אלט צו געדענקען ווען אלע עסקנים האבן געארבייט אונטערן טיש ודי.
אבער דאך פלעג איך גיין, ע"פ בקשת העסקנים (המממ.), דאס מאל אבער, האבן זיי מיר שוין געשיקט ראבא קאלס......
פארשטייט זיך אז איך חלום נישט פון גיין, פשוט פארדעם אליין.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re:

תגובה דורך sheetrock »

nmi האט געשריבן:שוין חדשים וואס מ'שמועסט אום מ'גיט עיצות, אפילו גוטע עיצות אבער למעשה איז קיינער נישט גרייט אריין צו שפרינגן דעראין. פאר א פאר חדשים צוריק האב איך מחליט געווען אז עד כאן אומרים בשבת הגדול און איך האב אפגעמאכט אז איך וועל עס סטאפן ביי מיר בכל התוקף.

די ערשטע זאך האב איך געדריקט ביי אלע קאלס וואס האבן געגעבן א אפשען זיך אראפצוסיינען אבער ס'האט גארנישט געהאלפן חוץ ביי איין האט עס יא געארבעט און זייט דעמאלס הער איך נישט פון יענעם.

נאכדעם האב איך אנגערופן אפטימום מיט ווערייזאן און זיי געפרעגט וויזוי מ'בלאקט נאמבערס און יעדע נאמבער וואס איז געווען א ראבא-קאל האב איך געבלאקט.

בנוסף צו דעם האב איך ארויפגעסיינט מיינע אלע פאוןס אויף די ליסט נישט צו באקומען די אלע קאלס.

איך האב שוין א שיינע פאר חדשים נישט באקומען "קיין איין איינציגסטע קאל אויף מיינע מיט די רעביצין'ס סעל'ס". אויף מיין היים טעלעפאון מאכט זיך אמאל אמאל אז איך באקום עפעס און איך בלאק גראד די נאמבער.

אשר על כן טייערע יודן. מ'האט זיך שוין גערעגט, געשאלטן, געעפנט און פארשפארט אשכולות און קיינער איז נישט גרייט זיך צו נעמען צו די ארבעט. טוטס וואס איך האב געטוען און האטס א רואיגע לעבן.

פון דא
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8715
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: Re:

תגובה דורך מי יודע »

sheetrock האט געשריבן:

מיין פראבלעם אז איך האב אים געספעמט, און זיינע אלטע נומערן גייען גראד צו די וואויס מעיל, איך האב יעדן טאג צווישן 5 און 10 וואיס מעילס פון דעם אליין, און איך ווייס אפילו נישט פון וועלכע נומער ס'קומט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
ממוצע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5451
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 20, 2020 11:07 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך ממוצע »

הײמישער זײגער האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט צו ליינען דא, ווען איך האב געשריבן האט מען מיר באשייגעטס, יעצט גייטס הייבטס אן די קאלס צו מדנ און גלייכן וואס טערעראזירן לעצטע פאר טעג מיט קאלס און טעקסט.

#דאס איז דיין יאנקעלע אלערט...

איך בין מסכים אז עס איז אן עוולה די ראבא-קאולס פאר די וואלן.

(אבער וואו מיין פריינט ביזטו געווען ווען די וואקסינען קאולס האבן נישט אויפגעהערט צו שטורעמען מיט אלע צודרייטע טפשות? וואו זענט איר געווען ווען יעדער כולל יונגערמאן מיט IQ אונטער 70 האט באשלאסן אז ער דארף לאזן הערן זיינע דברי מחאה אויף חינוך, און וואס נאך ס'איז אים בייגעפאלן, פאר קינד און קייט? פארוואס פונקט דא, ווען דו האלטסט אז מ'טאר בכלל נישט גיין וואוטען וועקסטו דיך אויף? די אלא מאי שרייט ארויס פון אלע זייטן. זייטס מיר מוחל.)
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: Re:

תגובה דורך sheetrock »

מי יודע האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:שוין חדשים וואס מ'שמועסט אום מ'גיט עיצות, אפילו גוטע עיצות אבער למעשה איז קיינער נישט גרייט אריין צו שפרינגן דעראין. פאר א פאר חדשים צוריק האב איך מחליט געווען אז עד כאן אומרים בשבת הגדול און איך האב אפגעמאכט אז איך וועל עס סטאפן ביי מיר בכל התוקף.

די ערשטע זאך האב איך געדריקט ביי אלע קאלס וואס האבן געגעבן א אפשען זיך אראפצוסיינען אבער ס'האט גארנישט געהאלפן חוץ ביי איין האט עס יא געארבעט און זייט דעמאלס הער איך נישט פון יענעם.

נאכדעם האב איך אנגערופן אפטימום מיט ווערייזאן און זיי געפרעגט וויזוי מ'בלאקט נאמבערס און יעדע נאמבער וואס איז געווען א ראבא-קאל האב איך געבלאקט.

בנוסף צו דעם האב איך ארויפגעסיינט מיינע אלע פאוןס אויף די ליסט נישט צו באקומען די אלע קאלס.

איך האב שוין א שיינע פאר חדשים נישט באקומען "קיין איין איינציגסטע קאל אויף מיינע מיט די רעביצין'ס סעל'ס". אויף מיין היים טעלעפאון מאכט זיך אמאל אמאל אז איך באקום עפעס און איך בלאק גראד די נאמבער.

אשר על כן טייערע יודן. מ'האט זיך שוין גערעגט, געשאלטן, געעפנט און פארשפארט אשכולות און קיינער איז נישט גרייט זיך צו נעמען צו די ארבעט. טוטס וואס איך האב געטוען און האטס א רואיגע לעבן.

פון דא

מיין פראבלעם אז איך האב אים געספעמט, און זיינע אלטע נומערן גייען גראד צו די וואויס מעיל, איך האב יעדן טאג צווישן 5 און 10 וואיס מעילס פון דעם אליין, און איך ווייס אפילו נישט פון וועלכע נומער ס'קומט

וואס הייסט אז דו האסט א וואויסמעיל און דו ווייסט נישט פון ווי ס'קומט?
האסט שוין פראבירט עטליכע מאל זיך אראפצוסיינען פון אים דורך זיין געהעריגע נאמבער?
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך sheetrock »

ממוצע האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט צו ליינען דא, ווען איך האב געשריבן האט מען מיר באשייגעטס, יעצט גייטס הייבטס אן די קאלס צו מדנ און גלייכן וואס טערעראזירן לעצטע פאר טעג מיט קאלס און טעקסט.

#דאס איז דיין יאנקעלע אלערט...

איך בין מסכים אז עס איז אן עוולה די ראבא-קאולס פאר די וואלן.

(אבער וואו מיין פריינט ביזטו געווען ווען די וואקסינען קאולס האבן נישט אויפגעהערט צו שטורעמען מיט אלע צודרייטע טפשות? וואו זענט איר געווען ווען יעדער כולל יונגערמאן מיט IQ אונטער 70 האט באשלאסן אז ער דארף לאזן הערן זיינע דברי מחאה אויף חינוך, און וואס נאך ס'איז אים בייגעפאלן, פאר קינד און קייט? פארוואס פונקט דא, ווען דו האלטסט אז מ'טאר בכלל נישט גיין וואוטען וועקסטו דיך אויף? די אלא מאי שרייט ארויס פון אלע זייטן. זייטס מיר מוחל.)

ביי די אלע זאכן זאכן וואס דו ברענגסט דא האט מען אויך געשאלטן אויף כוחות איבער יענע ראבא קאלס

פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

תגובה דורך פופציגער »

רבותי נישט פארקריכן. עס איז אן עוולה 'יעדע מאל' וואס מען קאלט ארום אינדערהיים ציווילע מענטשן - אויב איז עס נישט א וויכטיגע מודעה פון הצלה - מוסדות וכדו'. אלעס דארף מען אויסראטן. אבער פערזענליכע דעבאטעס ביטע נישט דא. מען רעדט שוין פיינעלי תכלית
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך וואס עפעס? »

@פיפציגער
וואסזשע פונקטליך איז דיין פלאן?
איך גיי נישט אריין אין הלכה/מענטשליכקייט אבער אויב ווילסטו איינעם ציפוקסען קענסטו דאך פשוט ארויסלייגען יענעם׳ס נומבער און בעטן די עולם אים צו פארפלייצען מיט קולס אים צו געבן א טעימה קלה ... וואס פעלט אויס א גאנצע פלאן דערצו ?
אוועטאר
מהיות טוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 9:05 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך מהיות טוב »

וואס עפעס? האט געשריבן:@פיפציגער
וואסזשע פונקטליך איז דיין פלאן?
איך גיי נישט אריין אין הלכה/מענטשליכקייט אבער אויב ווילסטו איינעם ציפוקסען קענסטו דאך פשוט ארויסלייגען יענעם׳ס נומבער און בעטן די עולם אים צו פארפלייצען מיט קולס אים צו געבן א טעימה קלה ... וואס פעלט אויס א גאנצע פלאן דערצו ?

אדרבה טו עס...
און לאזט יענעם פייטן אויף זיין מהלך
אז יעדער וועט טון עפעס וועט אפשר עפעס ווערן
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך מים חיים »

פופציגער האט געשריבן:רבותי נישט פארקריכן, אבער פערזענליכע דעבאטעס ביטע נישט דא. מען רעדט שוין פיינעלי תכלית

אויף 90 פראצענט קאלס דינגט זיך קיינער נישט דא אז סאיז אום מענטשליך, פארוואס פעלט אויס צו פירן די שמועס איבער די 10 פראצענט וואס איז שנוי במחלוקת?

נ.ב. אויב די סטאנדארט וואלט געווען אז מען רופט נישט סתם אזוי צו מענטשן אהיים, וואלט די וואוטס קאלס אויך געווארן ווייניגער
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך פופציגער »

מים חיים האט געשריבן:
פופציגער האט געשריבן:רבותי נישט פארקריכן, אבער פערזענליכע דעבאטעס ביטע נישט דא. מען רעדט שוין פיינעלי תכלית

אויף 90 פראצענט קאלס דינגט זיך קיינער נישט דא אז סאיז אום מענטשליך, פארוואס פעלט אויס צו פירן די שמועס איבער די 10 פראצענט וואס איז שנוי במחלוקת?

נ.ב. אויב די סטאנדארט וואלט געווען אז מען רופט נישט סתם אזוי צו מענטשן אהיים, וואלט די וואוטס קאלס אויך געווארן ווייניגער

מען גייט מוחה זיין אויף אלעם!!!!!!
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: Re:

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

מי יודע האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
נאכדעם האב איך אנגערופן אפטימום מיט ווערייזאן און זיי געפרעגט וויזוי מ'בלאקט נאמבערס און יעדע נאמבער וואס איז געווען א ראבא-קאל האב איך געבלאקט.

בנוסף צו דעם האב איך ארויפגעסיינט מיינע אלע פאוןס אויף די ליסט נישט צו באקומען די אלע קאלס.

איך האב שוין א שיינע פאר חדשים נישט באקומען "קיין איין איינציגסטע קאל אויף מיינע מיט די רעביצין'ס סעל'ס". אויף מיין היים טעלעפאון מאכט זיך אמאל אמאל אז איך באקום עפעס און איך בלאק גראד די נאמבער.
.

פון דא

מיין פראבלעם אז איך האב אים געספעמט, און זיינע אלטע נומערן גייען גראד צו די וואויס מעיל, איך האב יעדן טאג צווישן 5 און 10 וואיס מעילס פון דעם אליין, און איך ווייס אפילו נישט פון וועלכע נומער ס'קומט

אפשר שרייבט איר דא וויאזוי מ'טוט עס?
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
sheetrock
שר עשרת אלפים
תגובות: 14217
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 29, 2017 4:42 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

Re: Re:

תגובה דורך sheetrock »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
sheetrock האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
נאכדעם האב איך אנגערופן אפטימום מיט ווערייזאן און זיי געפרעגט וויזוי מ'בלאקט נאמבערס און יעדע נאמבער וואס איז געווען א ראבא-קאל האב איך געבלאקט.

בנוסף צו דעם האב איך ארויפגעסיינט מיינע אלע פאוןס אויף די ליסט נישט צו באקומען די אלע קאלס.

איך האב שוין א שיינע פאר חדשים נישט באקומען "קיין איין איינציגסטע קאל אויף מיינע מיט די רעביצין'ס סעל'ס". אויף מיין היים טעלעפאון מאכט זיך אמאל אמאל אז איך באקום עפעס און איך בלאק גראד די נאמבער.
.

פון דא

מיין פראבלעם אז איך האב אים געספעמט, און זיינע אלטע נומערן גייען גראד צו די וואויס מעיל, איך האב יעדן טאג צווישן 5 און 10 וואיס מעילס פון דעם אליין, און איך ווייס אפילו נישט פון וועלכע נומער ס'קומט

אפשר שרייבט איר דא וויאזוי מ'טוט עס?

רוף אן דיין טעלעפאון פראוויידער און פרעג זיי וויזוי דו קענסט בלאקן א נאמבער אז ס'זאל בכלל נישט קענען אנקומען צו דיר
איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.
נאך איינער

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך נאך איינער »

sheetrock האט געשריבן:
ממוצע האט געשריבן:
הײמישער זײגער האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט צו ליינען דא, ווען איך האב געשריבן האט מען מיר באשייגעטס, יעצט גייטס הייבטס אן די קאלס צו מדנ און גלייכן וואס טערעראזירן לעצטע פאר טעג מיט קאלס און טעקסט.

#דאס איז דיין יאנקעלע אלערט...

איך בין מסכים אז עס איז אן עוולה די ראבא-קאולס פאר די וואלן.

(אבער וואו מיין פריינט ביזטו געווען ווען די וואקסינען קאולס האבן נישט אויפגעהערט צו שטורעמען מיט אלע צודרייטע טפשות? וואו זענט איר געווען ווען יעדער כולל יונגערמאן מיט IQ אונטער 70 האט באשלאסן אז ער דארף לאזן הערן זיינע דברי מחאה אויף חינוך, און וואס נאך ס'איז אים בייגעפאלן, פאר קינד און קייט? פארוואס פונקט דא, ווען דו האלטסט אז מ'טאר בכלל נישט גיין וואוטען וועקסטו דיך אויף? די אלא מאי שרייט ארויס פון אלע זייטן. זייטס מיר מוחל.)

ביי די אלע זאכן זאכן וואס דו ברענגסט דא האט מען אויך געשאלטן אויף כוחות איבער יענע ראבא קאלס

ער אבער נישט,
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

פופציגער האט געשריבן:סא לאמיר זיך מצמצם זיין.

1. יעדע געשעפט וואס שיקט א קאלל גייט ארויסגעבן ווער דער פירמע איז. אויב גיבט ער נישט ארויף וועט ער אין די קומענדיגע טעג געפלאגט ווערן מיט פאלשע באשטעלונגען, און טעלעפאן קאללס צו אים אהיים צענדליגע מאל א טאג.

2. דער פירמע וואס מאכט דעם קאלל, וועט אדער מוזן ארויסקומען אין די עפנטליכקייט און איינמעלדן אז מען קען זיך אראפסיינען פונעם ליסט, אדער וועט ער געפלאגט ווערן מיט נאכאנאנדע טעלעפאון רדיפות עד כלות. סיי אין זיין פירמע און סיי אינדערהיים. מיר זענען גרייט צו ארבעטן ביזן סוף ועד בכלל!

3. ארגאניזאציעס וועלן האבן דעם זעלבן הלכה. נאר מיט איין אויסנאם, אז מען וועט זייער אבאכט געבן נישט צו שעדיגן דעם ארגאניזאציע, נאר דעם פערזענליכער מאן וואס באשטעלט דעם רויבער קאלל.

די עצה וועט אבער נישט העלפן פאר די "פארזארגערס פון כלל ישראל" וועלכע מעלדן פרא/אנטי .... [קענסט אריינפילן סייוועלכע אידישקייט אדער געזונטהייט ענינים]

די עצה דארף זיין אז מ'זאל צוזאמארבעטן מיט האטליינס אויך, און מאכן זיכער אז זיי געבן נישט ארויס קיינע דאטא פאר די -נישט באשטעטיגטע קאמפאניס [מ'קען עס אויסגעפונען דורך רופן פון א נייע פאון נומער, 1 האטליין אויפאמאל, און זען ווען ס'קומט אן צו די טעראריסטן]
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
מים חיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 14, 2016 12:08 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך מים חיים »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:די עצה דארף זיין אז מ'זאל צוזאמארבעטן מיט האטליינס אויך, און מאכן זיכער אז זיי געבן נישט ארויס קיינע דאטא פאר די -נישט באשטעטיגטע קאמפאניס [מ'קען עס אויסגעפונען דורך רופן פון א נייע פאון נומער, 1 האטליין אויפאמאל, און זען ווען ס'קומט אן צו די טעראריסטן]

מהאט דא געשמועסט אז סקען זיין די קאמפעניס וואס די האטליינס נוצן, קענסטו ווייטער נישט באשולדיגן די האטליינס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2627
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

מים חיים האט געשריבן:
בוחר בשירי זמרה האט געשריבן:די עצה דארף זיין אז מ'זאל צוזאמארבעטן מיט האטליינס אויך, און מאכן זיכער אז זיי געבן נישט ארויס קיינע דאטא פאר די -נישט באשטעטיגטע קאמפאניס [מ'קען עס אויסגעפונען דורך רופן פון א נייע פאון נומער, 1 האטליין אויפאמאל, און זען ווען ס'קומט אן צו די טעראריסטן]

מהאט דא געשמועסט אז סקען זיין די קאמפעניס וואס די האטליינס נוצן, קענסטו ווייטער נישט באשולדיגן די האטליינס

איז די עצה צו פרובירן 2 האטליינס [פון זעלבן קאמפאני] פון אנדערע פרישע פאונס כנ"ל
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

קארן האט געשריבן:קיין שום פארגלייך נישט, דו ווייסט וויפיל טעלעפאון קאלס ער האט באקומען די לעצטע פופצן חדשים? ער קען אונז נאר העלפן אויב אונז העלפן אים, ער רופט טאקע איינמאל אפאר יאר , אבער זיין טעלעפאון הערט נישט אויף צו קלינגען צענדליגע מאל א טאג יעדן איינציגסטן טאג פון יאר צו העלפן יודן, איך האב די פולסטן רעספעקט פאר אים.

א מין זינלאזע טענה וואס מ'הערט איבער און איבער פון אלע אין די פעלד...

איז וואס אז זיין פאון קלינגט? איז וואס אז ער העלפט? אהה... ער וויל אז איך זאל איהם צוריק העלפן? איז וואס די עצה, א נקמה אקציע? זעמער אין כתה ד'? איך רעספעקטיר איהם גאר שטארק, אבער דאס איז די וועג? טעראריזירן די מענטשהייט ביז מ'פאלגט?

ווילסט געלט? לייג צעטלעך, לייג עדס, שיק ארום א טראק, אבער קום נישט אריין ביי מיר אין טאש!! רוף מיר נישט ווען כ'ווארט אויף א וויכטיגע קאלל! באדער מיך נישט אינמיטן די ארבעט! רוף נישט אריין ווען כ'זיץ מיט די קינדערלעך ארום די סאפער טיש!

א מין חוצפה פון אן "ארגענעזאציע" צו רופן פון אנדערע נומערן יעדע מאל - איינוועגס אנערקענענדיג אז דער עולם ספעמט איהם, און גייט בכוונה ובזדון אקעגן די ווילן פון זיינע אידישע ברודער, און רייסט זיך אריין ביי מענטשן וואס האבן קלאר געזאגט "מיר האסן דיר" - צו שאפן געלט? איז דאס די איינציגסטע וועג? ביי דעם ענדיגט זיך עס? די איינציגסטע וועג פון באקומען די פאנדן פאר דיין גאר הייליגע מוסד איז גורם זיין 100'טע מענטשן א טאג זאלן אראפהאקן די פאון אויף אייך מיט די בייז בלוט ביז די אויערן? עד כאן גייט קריעטיוויטי?

צוריק צו די עסקנים, איינער האט געזאגט אז מיר ווילן נישט העלפן? מאך א קאמפיין, לייג צעטלעך, און יעדער וועט זיך ווארעם אנרופן! איך רעספעקטיר דעם עסקן, אבער די פאקט אז ער העלפט גיבט איהם אויסדרוקליך "נישט" קיין שטעקן צו רודפ'ן אנדערע!
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

שנאפס האט געשריבן:איך פארשטיי וועם עס באדערט (ספעציעל ווער עס פלאנט צו וועלן פאר א אנדערע קאנדידאט) אבער למעשה ווייסטו אז עס איז פארטיג נעקסטע וואך דינסטאג ביז די נעקסטע עלעקשענס

משא"כ דער פון טאהש וואס טוט עס צענדליגע מאל א טאג, און יענע געשעפט וואס איז אייביג אויף סעיל, דאס רעגט מער אויף ווייל ס'האט נישט קיין עקספיירעישן דעיט

די וואלן פון נעקסטע וואך ענדיגן זיך טאקע נעסטער וואך, אבער פונקטליך איין טאג נאכדעם הייבט זיך שוין אן די פאליטיק פאר די נעקסטע גאר גאר מורא'דיג וויכטיגע וואלן און מ'האט שוין ווידער א קארטל צו שיקן קאל'ס - ווייל פאר די וואלן מעג מען דאך. (די וואלן זענען לדעתי טאקע וויכטיג, איך אדרעסירן נאר די חלק התירץ שבו וואס מ'נוצט פאר ראבאקאל)

עז לאנג ס'איז דא א דעמאקראטישע סיסטעם וועט זיין וואלן. ס'איז די זעלבע נישט עקספיירעישאן דעיט, אין שום חילוק. מ'דארף עס אויסראטן, סיי דאס, סיי דער באקאנטער רודף, און סיי די נארישע עדס פון קליידער געשעפטן.

כ'געדענק טאקע ווען כ'האב באקומען א קאל פון G&G אינמיטן שלעפן א שווערע באקס האט איך אלעס אפגעלאזט און געלאפן, ווייל כ'האב דאך נישט געזען די ריזיגע אנגעפלאסטערע ווענט איבערן שטאט, ווייל כ'האב נישט געזעהן די עד אין יעדע איינציגע צייטונג, ווייל כ'האב נישט געוויסט אז יעדע יאר אזא צייט האסטו א סעיל, ווייל כ'בין היינט געבוירן און נישט געוויסט אז דו טעראריזירט שוין פאר צוויי וואכן. איך דאנק דיר פון טיפעניש פון הארץ פארן מיך אריינרופן מעלדן אז האסט עקסטענדעד דיין סעיל, כ'האב נישט קיין אהנונג וויאזוי כ'וואלט צוגעגאנגען צו מנחה נישט וויסענדיג די דרונגענדע אינפארמאציע, אזש האסט מיך געדארפט אנקאלן.

אלעס איז די זעלבע גארבידזש. הער מיך אויף רופן און שוין!
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך גרויסע רעדנער »

בבקשה האט געשריבן:
יליד טאהש האט געשריבן:איך בין אויפגעסיינט אויף די DO NOT CALL LIST און איך באקום נאך א חלק פון די גוישע קאלס
די יודישע קאלס באקום איך בכלל נישט יעזור השם להלאה
אגב צדקה און פאליטישע קאמפיינס מעגן ליגאל קאלן אפילו נאכן ארויפגיין אויפן ליסט

די גוישע קאללס זענען נישט פון סקעממערס? פלעינע גנבים, די מיינסט זיי שרעקן זיך פון ברעכן די געזעץ? האפענטליך, אין 2 וואכן ארום ווען די נייע גאווערמענט רעגולאציעס בנוגע ניצן פאלטשע קאללער איי די גייט אריין אין קראפט, וועלן די סארט קאללס אויפהערען קומען.

גערעכט ביסטו, דער אינדיאנער סקעממער, פירט אפיציעל אן אומלעגאלע ביזנעס. קענסט איהם גארנישט טוהן פשוט ווייל דו קענסט נישט פיזיש, יעדעם ווען מ'קען יא, דהיינו יעדער וואס האט מורא פונעם געזעץ, קענסטו דיך אראפסיינען ווייל ער ווייסט אז ס'איז דא אקקאונטעביליטי, און מ'קען איהם רופן אין געריכט מארגן.

די פראבלעם אין אונזער מארקעט איז אז אפטמאל איז עס מענטשן וואס שעמען זיך נישט ארויסצולייגן זייערע נעמען, און שרייען בקול רם בקרב המחנה "איך ווייס אז עטס ווילט'ס נישט, איך ווייס אז ס'איז אומלעגאל, אבער איך טו עס ווייטער ווייל עטס קרבנות קענטס מיר גאאארנישט טוהן". ס'איז דא אבסאלוט זערא אקקאונטעביליטי פאר די רשעים צו טוהן מה שליבם חפץ.

יעצט טוישט זיך דאס. יעצט קומט פופציג. אקקאונטעביליטי איז אויף די וועג.
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך קארן »

גרויסע רעדנער האט געשריבן:
קארן האט געשריבן:קיין שום פארגלייך נישט, דו ווייסט וויפיל טעלעפאון קאלס ער האט באקומען די לעצטע פופצן חדשים? ער קען אונז נאר העלפן אויב אונז העלפן אים, ער רופט טאקע איינמאל אפאר יאר , אבער זיין טעלעפאון הערט נישט אויף צו קלינגען צענדליגע מאל א טאג יעדן איינציגסטן טאג פון יאר צו העלפן יודן, איך האב די פולסטן רעספעקט פאר אים.

א מין זינלאזע טענה וואס מ'הערט איבער און איבער פון אלע אין די פעלד...

איז וואס אז זיין פאון קלינגט? איז וואס אז ער העלפט? אהה... ער וויל אז איך זאל איהם צוריק העלפן? איז וואס די עצה, א נקמה אקציע? זעמער אין כתה ד'? איך רעספעקטיר איהם גאר שטארק, אבער דאס איז די וועג? טעראריזירן די מענטשהייט ביז מ'פאלגט?

ווילסט געלט? לייג צעטלעך, לייג עדס, שיק ארום א טראק, אבער קום נישט אריין ביי מיר אין טאש!! רוף מיר נישט ווען כ'ווארט אויף א וויכטיגע קאלל! באדער מיך נישט אינמיטן די ארבעט! רוף נישט אריין ווען כ'זיץ מיט די קינדערלעך ארום די סאפער טיש!

א מין חוצפה פון אן "ארגענעזאציע" צו רופן פון אנדערע נומערן יעדע מאל - איינוועגס אנערקענענדיג אז דער עולם ספעמט איהם, און גייט בכוונה ובזדון אקעגן די ווילן פון זיינע אידישע ברודער, און רייסט זיך אריין ביי מענטשן וואס האבן קלאר געזאגט "מיר האסן דיר" - צו שאפן געלט? איז דאס די איינציגסטע וועג? ביי דעם ענדיגט זיך עס? די איינציגסטע וועג פון באקומען די פאנדן פאר דיין גאר הייליגע מוסד איז גורם זיין 100'טע מענטשן א טאג זאלן אראפהאקן די פאון אויף אייך מיט די בייז בלוט ביז די אויערן? עד כאן גייט קריעטיוויטי?

צוריק צו די עסקנים, איינער האט געזאגט אז מיר ווילן נישט העלפן? מאך א קאמפיין, לייג צעטלעך, און יעדער וועט זיך ווארעם אנרופן! איך רעספעקטיר דעם עסקן, אבער די פאקט אז ער העלפט גיבט איהם אויסדרוקליך "נישט" קיין שטעקן צו רודפ'ן אנדערע!

די מציאות איז, אז די עולם גייט ווייניג ארויס שטימען, און ווען מדארף הילף פון די פאליטישאנס, לאכט מען פון אונז און די פויסטן, און קאראנא יוכיח, וואו מהאט געטאפט א וואנט, און אוודאי זענען די עסקנים געווען שולדיג, איי גיי ארויס שטימען און מאך אביסל גרינגער פאר די עסקנים? נע , עס פעלט נישט אויס, סא די איינציגסטע עצה אז אונזער שטימע זאל געהערט ווערן, איז נאר דורך גיין וואוטן, קענסט וואוטן פאר וועם דו ווילסט, אבער גיי, און נאר אזוי רעכענט מען זיך מיט די יודעלעך, און דאס איז ליידער די ביטערע מציאות. און לאמיר נישט פארגעסן, בשעת די מגיפה האט געבושעוועט, און אפילו היבש נאכדעם, האבן די עסקנים געטאפט א וואנט, און די איינציגסטע עצה איז , צו גיין שטימען, און אז די עסקנים האבן ארום גערופן אפאר מאל, נישט געפערליך, זיי האט מען גערופן דורכאויס קאראנא , טויזנטער מאל און זיי אויך מיאוס אראפגעריסן, כאילו זיי זענען שולדיג אז די פאליטישאנס פון אויבן ביז אונטן האבן אונז אויסגעלאכט. זיי מוחל און גיי געב אפ דיין שטימע.
אוועטאר
אידישיסט
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 9:37 am

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך אידישיסט »

פופצי מיר זענען מיט דיר! טויזענטער אידישע מאמעס קוקן ארויס פאר דיין סוקסעס!
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4526
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך Borrower »

גרויסע רעדנער האט געשריבן:.

דיקע פינגער ארויף @גרויסע רעדנער

בילד
לעצט פארראכטן דורך Borrower אום פרייטאג יוני 18, 2021 10:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פיין שמועס
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 11, 2019 4:47 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך א פיין שמועס »

@פופצי

און ציגאב פון דיין נייער מוסד ברויך מען עפענען א נייער אשכול "ראבאקאלער'ס נאמבער'ס צו רופן" ווי די סעלפאון און היים נאמבער פון יעדער וואס האט נאר א האלבע שייכות מיט די ראבאקאלרס וועלן ווערן ארויסגעלייגט כדאי דערוילעם זאל קענען צולייגן א האנט.
פארשפארט

צוריק צו “צדקה וחסד”