שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך שנאפס »

שמו האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:איך קען פערזענליך מעיד זיין אז ער צורייסט זיך פאר אנדערע אידן. זיינע קאלס קומען פון זיין תמימות איינגעשפארט אין זיין הייזקע אין טאהש, און כאפט נישט וואס ער טוט אלס.

איך קען פערזענליך מעיד זיין אז ער צורייסט אנדערע אידן.
ער איז ווייט נישט איינגעשפארט אין זיין ד' אמות, און ער כאפט וואס ער טוט

(באמת כאפט ער נישט, ווייל שוטה אינו מרגיש, אז מען בעהט 55000 מאל ער זאל סטאפן, און דער כאפט נישט, וועט ער חוץ פעטש מן הסתם גארניקסט פארשטיין).


איך האב שוין פרובירט כמה וכמה וועגן, דערווייל בלייבט מיר נאר איבער צו ארבעטן אויף מיר, נישט זיך רעגן יעדע'ס מאל דער מטורף קאלט.


זינט ווען איז שלעכט געטוישט געווארן צו שוטה?
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך שמו »

שנאפס האט געשריבן:זינט ווען איז שלעכט געטוישט געווארן צו שוטה?

נישט געטוישט, נאר נאך א מעלה באקומען
חוץ וואס ער איז שלעכט איז ער אויך א שוטה.
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך שנאפס »

שמו האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:זינט ווען איז שלעכט געטוישט געווארן צו שוטה?

נישט געטוישט, נאר נאך א מעלה באקומען
חוץ וואס ער איז שלעכט איז ער אויך א שוטה.

דיסעגרי

א קלוגער רשע מרושע
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך וועלטניק »

Goodmorning האט געשריבן:איך קען פערזענליך מעיד זיין אז ער צורייסט זיך פאר אנדערע אידן. זיינע קאלס קומען פון זיין תמימות איינגעשפארט אין זיין הייזקע אין טאהש, און כאפט נישט וואס ער טוט אלס.

אינטערעסאנט, נישט לאנג צוריק איז געווען דא א ניק מיט'ן אזוי באקאנטן נאמען, און ס'האט בכלל נישט אויסגעזעהן ער זאל זיין אזוי תמימות'דיג אדער ער זאל נישט כאפן וואס ער טוט
ער האט פונקטליך געכאפט, מ'האט אים אלעס געזאגט ברחל בתך הקטנה, און ער איז נאר געווען פארנומען מיט אקוראט די זעלבע תירוצים ווי איצט
קענסט טענה'ן אז ס'געווען אן אנדערע ניק וואס האט סתם געהאט פאן, אבער אלע סימנים האבן געוויזן אז ס'איז ער זעלבסט
און אויב וועסטו מיר טאקע איבערצייגן אז מיט דעם אלעס איז ער אזא תמים, וואלט איך א תמימות'דיגן פערזאן אויף אזא לעוועל נישט געטראסט מיט קויפן א פעקל ברויט אין גראסערי, זאל איך אים נאך טראסטן מיט זיינע אלע מעשיות?
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך בבקשה »

שנאפס האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:זינט ווען איז שלעכט געטוישט געווארן צו שוטה?

נישט געטוישט, נאר נאך א מעלה באקומען
חוץ וואס ער איז שלעכט איז ער אויך א שוטה.

דיסעגרי

א קלוגער רשע מרושע


ווי ליגט די חכמה פון רופען מענטשען וואס גייען זיך דיר סתם אזוי אפרעגן און זיי גייען סייווי גארנישט געבן? דאס איז סתם טיפשות, ס׳קאסט עם געלט און ער באקומט גארנשיט דערפאר.
אוועטאר
בבקשה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5426
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:42 am

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך בבקשה »

בכלל, ווען איך בין געווען א בחור, האב איך געהאט א שטיקל הערצה צו חסדי טובים מאורות. איך האב עס נישט געקענט פון די ראבאקאללס, ס׳איז געווען איינער וואס פלעגט קומען אין די ישיבות מטעם חסדי טובים מאורות. איך האב אלץ געקלערט אז נאך מיין חתונה, ווען איך וועל האבן געלט צו געבן, וועל איך עם געבן.

דא עקא אז די ערשטע קאל וואס איך האב באקומען פון חסדי טובים מאורות איז געווען אויף א קורצע פרייטאג, און דייקא נאכמאטיג, און די קאל האט זיך אנגעפאנגען ״אונז ווייסען אז ס׳איז א קורצע פרייטאג און מיר ווייסן איהר זענט פארנומען, אבער אונזער צוועק איז אזוי וויכטיג אז מיר מוזן רופן אפילו אין די פארנומענע צייטן״ (כאפ מיך נישט אויף די פונקטליכע ווערטער). דער קאל האט מיר אביסל געבאדערט, און כ׳האב עם נישט געגעבען, די נעקסטע וואך פרייטאג, נאכאמאל, די זעלבע קאל, אפאר פרייטאגס אין א צו. יעדער קאל האט מיר מער און מער אויפגערעגט.

יעצט וויל איך פרעגן, ער איז א תמים? ער כאפט נישט אז ער שטערט? ער האט דאך קלאר געזאגט אויף זיין טעלעפאון קאל, יא! איך גיי דיר שטערען! פון ווי נעמט מען אזוי פיל רשעות צו שטערען אין די פארנומענסטע צייטען? און בכוונה אין די פארנומענסטע צייטן? און נישט איין מאל, נאר נאכאמאל און נאכאמאל?
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך שנאפס »

בבקשה האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:זינט ווען איז שלעכט געטוישט געווארן צו שוטה?

נישט געטוישט, נאר נאך א מעלה באקומען
חוץ וואס ער איז שלעכט איז ער אויך א שוטה.

דיסעגרי

א קלוגער רשע מרושע


ווי ליגט די חכמה פון רופען מענטשען וואס גייען זיך דיר סתם אזוי אפרעגן און זיי גייען סייווי גארנישט געבן? דאס איז סתם טיפשות, ס׳קאסט עם געלט און ער באקומט גארנשיט דערפאר.


רשעים זענען רעדי צו טשעפענען מענטשן אפילו עס קאסט זיי געלט
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
פופציגער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9899
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
לאקאציע: זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך פופציגער »

ווער איז דער וואס קאלט יעדע צווייטע טאג אזד ער איז נאכנישט גרייט צו שטארבן???????

איינער מיט עני אינפא???

-אויב די אינפא קומט אריין אין די נעקסטע פאר מינוט קען עס האבן א גוטן אימפאקט... ווילאנג איך בין גוט גערעגט...
.
נאט אייך א געהענגל פופציגערס געקליבן פונעם וועלטל
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך מי יודע »

פופציגער האט געשריבן:ווער איז דער וואס קאלט יעדע צווייטע טאג אזד ער איז נאכנישט גרייט צו שטארבן???????

איינער מיט עני אינפא???

-אויב די אינפא קומט אריין אין די נעקסטע פאר מינוט קען עס האבן א גוטן אימפאקט... ווילאנג איך בין גוט גערעגט...

אפשר אונזער תחיית המתים 24......
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
פרישע קישקע
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 27, 2020 9:22 pm
לאקאציע: ביים רבינ'ס טיש
פארבינד זיך:

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך פרישע קישקע »

פופציגער האט געשריבן:ווער איז דער וואס קאלט יעדע צווייטע טאג אזד ער איז נאכנישט גרייט צו שטארבן???????

איינער מיט עני אינפא???

-אויב די אינפא קומט אריין אין די נעקסטע פאר מינוט קען עס האבן א גוטן אימפאקט... ווילאנג איך בין גוט גערעגט...

כ' פארשטיי אז עפעס מאפיא זאכן
איך פארלאז אייוועלט
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך פארווייטאגט »

שנאפס האט געשריבן:
בבקשה האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:זינט ווען איז שלעכט געטוישט געווארן צו שוטה?

נישט געטוישט, נאר נאך א מעלה באקומען
חוץ וואס ער איז שלעכט איז ער אויך א שוטה.

דיסעגרי

א קלוגער רשע מרושע


ווי ליגט די חכמה פון רופען מענטשען וואס גייען זיך דיר סתם אזוי אפרעגן און זיי גייען סייווי גארנישט געבן? דאס איז סתם טיפשות, ס׳קאסט עם געלט און ער באקומט גארנשיט דערפאר.


רשעים זענען רעדי צו טשעפענען מענטשן אפילו עס קאסט זיי געלט




נעעעע!
דער רשע איז אפילו גרייט צו העלפן אידן, דער עיקר ער זאל האבן א וועג צו פייניגן אנדערע, מיט זיינער רשעות'דיגע טלפון ריפן
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך אחת ואחת »

שוין געקומען א טעלפאון רוף פון די טאשער רייטען אויף די פרישע טרעגעדיע.
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

דער איז שנעל
קארן
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 01, 2012 5:11 pm
לאקאציע: ערגעץ אויפן ערד קוגל

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך קארן »

פארוואס קען נישט איינע פון די טאהש'ע ניקים דא, צוגיין צו אים און בית מדרש און אנרייסן די ביינער?......
פארדעם
שר חמש מאות
תגובות: 557
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 09, 2019 12:28 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך פארדעם »

נאך איינער האט באקומען אנפאנג וואך א נישט איידעלע קאל?
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך קענדי'ס »

קענסט טרייען
איך וואוין נישט אין טאהש
אבער טובי' מאיר האט מיין אימעיל און פון צייט צי צייט קען ער זיך צילאזן אין ארויס שיקן א אימעיל פאר א גאנצע גרופ אן בלאקן די נעמען
און איך פון דער זייט האט מיט געהאלטען א אינטערסאנטע שמועס
TOIVIM.png
TOIVIM.png (111.12 KiB) געזען 1121 מאל

אזוי איז געווען א אינטערסאנטע קאנווערסעישען וואס נאך האבן געבעטן אראפ צי נעמען איינער האט זיך אנגענומען פאר אים
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך ניס קראכער »

הייסט איינמאל מ'שיקט אים א נימעיל, גייט מען אוטאמאטיש ארויף אויף נאך א ליסטע...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
חייםדערבעקער
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 12:44 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך חייםדערבעקער »

איך, אין מיין הארצן, האב איך א סאפט ספאט פאר ר' טובי' מאיר, דאך מאך איך נישט אוועק דעם צער וואס אנדערע ליידן צוליב די קאלס.
איך וואלט געראטן ר' טובי' מאיר, צו רעדן צו א מארקעטינג קאמפאני, ער קען ווען זיך שיין שיין אויפסעטן, אידן ווילן געבן, און טויזענטער אידן ווילן געבן געלט פאר ר' טובי' מאיר ניימאן, קיין פראגע נישט.

דער צוגאנג דארף ווען זיין אביסל אנדערש. אדרבה, ער זאל לאזן מענטשן זיך אראפסיינען, אדער עפענען א ליסטע וואו מענטשן קענען אריינלייגן זייערע נומערן, ווייל זיי ווילן יא באקומען די קאלס, אבער ס'דארף זיין מיט א שטיקל סיסטעם, אפשר א קאל א טאג און ר' טובי מאיר זאל קורץ און שארף זאגן דעם צוועק. אזויפיל אידן גיבן שיין געלט אין ביהמ"ד און זיי זענען הארצן גערן גרייט צו געבן די זעלבע סכומים פאר ר' טובי' מאיר יעדן טאג עקסטער. איך שפיר אז דא איז דא א שטארקער פעלד צו טאן, סאו איך וואלט מחזק געווען ר' טובי מאיר זיך צו פארבונדן צו אן עקספערט מארקעטינג קאמפאני, וואס קען אים דאס אויפסעטן, און יעדער וועט זיין צופרידן.

אוודאי שרייב איך דאס סתם אלץ עדווייס, אבער איך נעם נישט קיין שטעלונג אין די גאנצע זאך, ווייל די פאקטן זענען באמת אז ר' טובי מאיר העלפט א געוואלד מיט אידן און צורייסט זיך פאר אידן, און אויך איז דער פאקט אז די קאלס שטערן אסאך אידן.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך וועלטניק »

דאס אז הרה"צ עוסק בצרכי ציבור שליט"א העלפט אידן זענען אסאך מעיד, איך ווייס נישט וויפיל מענטשן ער האט שוין געהאלפן, קען זיין אפאר הונדערט שוין
אבער די נומער וויפיל מענטשן ער האט שוין מצער געווען איז עד לב השמים. מיט איין קאל קען ער מצער צענליגער אויב נישט הונדערטער טויזנטער אידן, אידן וואס פלאגן זיך אויף פרנסה, אידן וואס זענען נישט געזונט, אידן וואס יעדע קאל קען מאכן א חילוק צווישן א "גוטע מאנטאג" אדער אן אנגעזעצטע דינסטאג, פרויען וואס גיין אריבער פארשידענע אומשטענדן און סתם אלע סארט פשוטע און נישט פשוטע מענטשן.
ווען א צובראכן הארץ האט א הקפדה אויף איינעם לוינט זיך נישט צו זיין אין יענעם'ס שיך. לב נשבר ונדכה אלקים לא תבזה.
אויב ס'זאל נאר בטעות ארויסקומען א קללה פון א פרוי וואס גייט אדורך שוועריגקייטן צוליב חוה'ס חטא ווען זי באקומ'ט א קאלל אינמיטן זיין אין א שלעכטע מוד, וואס מיר מענער קענען קיינמאל נישט פארשטיין, איז נישט משיג צו זיין די זכותים וואס מ'ברויך האבן איבערצושטייגן די פראבלעמען וואס ס'קען אנמאכן אויף יענעם וועלט
דאס אז הרה"צ עוסק בצרכי ציבור שליט"א העלפט אידן האב איך שוין פילע מאל געהערט און איך גלייב עס.
כ'האף נאר אז ער זאמלט זיך אן גענוג זכותים אז ס'זאל איבערשטייגן דאס וואס קען אים פאטענציאל אפווארטן אופן עולם האמת, וואס באמת האבן מיר נישט קיין אהנונג וואס דארט גייט פאר, מיר קענען זיך נאר פארשטעלן לויט ווי מיר האבן מקובל, אז עבירות שבין אדם לחבירו איז יוה"כ נישט מכפר עד שירצה את חבירו, און אז תשובה העלפט נאר מיט עזיבת החטא און קבלה על להבא.
lazy
שר האלף
תגובות: 1780
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 27, 2018 10:28 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך lazy »

@חייםדערבעקער.
איך דארף מיך ווען לערנען פון דיין איידעלע כאראקטער.
אבער דא דאכט זיך גרייזט איר (חז״ל זאגן כל המרחם על… סופו להתאכזר על…).
אין המטרה מקדשת את האמצעיים, פונקט ווי ער טאר נישט ארויסנעמען געלט פון מיין טאש צו געבן פאר אן עני…
אזוי אויך טאר ער נישט גנבנען יענעמס צייט וואס איז פיל מער ווערט, כדי צו העלפן א צווייטען (ובפרט נאכן קלאר מגלה דעת זיין אז מען וויל נישט).

אזוינע מצות הבאות בעבירה איז שטארק יתכן גייט נישט לצד הקדושה, און ווי ערליכע אידן פלעגן זאגן אז ווען מען זעהט אזא אויסערארדענטליכע ברען צו איין מצוה, דארף מען זיך בודק זיין צו דאס איז נישט עצת היצר ח״ו.
קוק אהער
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 8:50 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך קוק אהער »

אחת ואחת האט געשריבן:שוין געקומען א טעלפאון רוף פון די טאשער רייטען אויף די פרישע טרעגעדיע.

שטארק הנאה געהאט צו הערן ווי ר׳ וועלוול מיט ר׳ יצחק שלמה ביים שמועס די וואך רעדן ארום, איבער דאס רייטן אויף געפילן פון מענטשן גלייך נאכן טראגעדיע דורכ׳ן ארום שיקן ראבא קאלס און אויסניצן די ״געלעגענהייט״ אויף פריוואטע צוועקן,
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7169
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך האלצשטיין »

דער האט זיך ווידער צעלאזט לעצטענס. יעדע טראגעדיע איז פאר אים א געווינס.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך הענדימען »

זעה וואס ער שרייבט אליינס

TOIVIM.png
TOIVIM.png (142.13 KiB) געזען 662 מאל


איך האב אמאל פרובירט צו העלפן. ער איז בכלל נישט אינטערעסירט זיך צו לאזן העלפן
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך באנאנא »

גענוג געווען!!!!
נישט טמ"נ, נאר מען רופט לעצטענס עטליכע מאל א טאג מיט אנדער פאר'צרה'טע מענטשען וואס בעטן זיך פאר הילף.
געבן ניט קיין אפציע אראפצוסיינען.
אוועטאר
וועלטניק
שר האלפיים
תגובות: 2811
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

Re: שפיכות דמים'דיגע טעלעפאון רופן. - אלעס האט א שיעור! הערט אויף!

תגובה דורך וועלטניק »

באנאנא האט געשריבן:גענוג געווען!!!!
נישט טמ"נ, נאר מען רופט לעצטענס עטליכע מאל א טאג מיט אנדער פאר'צרה'טע מענטשען וואס בעטן זיך פאר הילף.
געבן ניט קיין אפציע אראפצוסיינען.

נישט טמ"נ.. ווייל ס'איז אן אנדערע קול.. גוט..
פארשפארט

צוריק צו “צדקה וחסד”