משפחה שמחה קאסע/פלאן

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

משפחה שמחה קאסע/פלאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

אזוי ווי איך ארבייט יעצט צו ברענגען אזא קאסע פאר מיין משפחה וויל איך מיטטיילן מיינע אינפארמאציע מיטן עולם און וויאויכעט נעמען איפארמאציע פונעם עולם, ווייל ווי איך ווייס איז דא כמה וכמה היימישע משפחות וואס האבן זיך צוזאמענגענומען זיך ארויס צוהעלפען בעת שמחה ובפרט ביים חתונה מאכן יעדער אויף זייער פארנעם, וועל מיר זיי אלע דא צוזאמען ברענגן לתועלת הציבור.
לעצט פארראכטן דורך די אויכעט אום מיטוואך אפריל 03, 2019 4:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

אן אויסצוג פון א בריעף וואס איך האב געטראפן

א משפחה קאסע איז א פלאן ווי אזוי א משפחה העלפט ארויס איינער דעם אנדערן בדרך כבוד ביי א יעדע שמחה ווי א געבורט פון א קינד, בר מצוה, און על כולם חתונה מאכן וואס בדרך כלל קען פאר יעדעם צוניצקומען עקסטערע געלט.
מיר האבן זיך נאכגעפרעגט ביי משפחות וואס האבן שוין אזא קאסע וויאזוי דאס ארבייט, ביי אנדערע משפחות ארבייט עס אז יעדער איינער אין די משפחה צאלט איין מעמבערשיפ אין די קאסע 2000$ א יאר, און פון די געלט טוט די קאסע געבן ביי א יעדע געבורט 750$, ביי א בר מצוה 1,500$, און ביי א חתונה 10,000$. ווי אנדערע משפחות געבן איבער ברענגט די קאסע א שטארקע קירוב הלבבות ווי מען זעט עס ביי די שמחות אין וואס יעדער איז א שיתוף דערין.
ווי פארשטענדליך איז כדי דאס צו קענען צושטעלן פעלט זיך צו דעם אויס אז יעדע משפחה מיטגעליד זאל נעמען אנטייל און ווערן א מעמבער אין די קאסע. עפ"י הלכות צדקה קומט אייגענע משפחה פריער פון אלע אנדערע צדקות. מ'קען געבן די געלט פון מעשר געלט, אדער צוזאמשטעלן פון צייט צו צייט דורך גיין נאך געלט.

ערשטע בריעף.pdf
נאך א בריעף
(202.49 KiB) געווארן דאונלאודעד 480 מאל
לעצט פארראכטן דורך די אויכעט אום מיטוואך אפריל 03, 2019 4:29 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ביינונז אין די משפחה איז שוין לאנג דא אזא קאסע. מען בעט אבער נאר 180 א יאהר פון יעדן. וואו פארשטענדליך אז די רייכערע געבן פיל פיל מער. אבער אויך דער וואס געט 180 שפירט נישט א שנארער ווען מען קריגט די עטליכע טויזענט ווען מען מאכט חתונה, ווייל איך האב דאס דאך אליין בעצאלט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

ווי איך ווייס איז דא כמה וכמה משפחות וואס גייען אויף דעם דערמאנטן פלאן
עס איז טאקע אסאך געלט
איך טראכט יעצט אריין אז יענע משפחות זענען כמעט אלע מלמדים וכלי קודש און עס איז נישט דא קיין פארמעגליכע
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

אזוי ווי איך לייג מיך יעצט אריין אין דעם פלאן עס צו ברענגן פאר מיין משפחה
וועל איך ענק מיטנעמען אויף מיין רייזע בל"נ און ברענגן אינפארמאציע פארן עולם

פאר א איבערשמועס און אינפארמאציע שיקט מיר אין אישי (נאר ערענסט אנטשלאסענע צו איינפירן א קאסע ביי זיי אין משפחה)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס איז א שיינע זאך, אבער עס איז וויכטיג קלארצושטעלן צו ס'איז א צדקה קאסע, אדער א געהעריגע ביזנעס אפמאך.

אויב איז עס א געהעריגע דיעל, איז שווער צו זעהן וויאזוי דאס זאל זיך אויסארבייטן. ווייל וואס פאסירט אז איינער הערט אויף אריינצוצאלן? וואס פאסירט אז ס'נישטא גענוג געלט אין די קאסע בליעה"ר? און אויך איז אין יעדע משפחה דא אזעלכע וואס האבן נישט די איבריגע 2 אלפים א יאר.

אלס א משפחה צדקה קאסע אבער איז דאס א גוטע זאך.
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

איך וועל טרייען צו ענטפערן לוט מיין אינפארמאציע
1. עס איז א געהעריגע ביזנעס אפמאך
2. דער פלאן איז נאר פאר משפחות וואס רוב רובו פילן אן אחריות אויף אנדערע בני המשפחה

ווייל וואס פאסירט אז איינער הערט אויף אריינצוצאלן? יאפ עס קען פאסירן, ווען איך האב געפרעגט אנדערע משפחות האבן זיי געענפערט אז איך זאל קומען פרעגן ווען עס פאסירט ווייל זיי האבן עס נאכנישט געהאט, יעצט צום ענטפער ווען יענער וועט חתונה מאכן וועט ער שוין קומען באצאלן, איי וועסטו פרעגן אויב יענער האט נישט? מען וועט צאמשטעלן די געלט וואס יענער איז שולדיג.
וואס פאסירט אז ס'נישטא גענוג געלט אין די קאסע בליעה"ר? אלע סכומים סיי וואס מען געט און סיי וואס מען נעמט ווערט אויסגערעכנט פון פאראויס (איך האב אין באזיץ א Excel Sheet איך וועל עס בלי נדר אויסשטעלן עס זאל זיין ראי ארויסצושטעלן אין public)
און אויך איז אין יעדע משפחה דא אזעלכע וואס האבן נישט די איבריגע 2 אלפים א יאר. איך האב נישט יעצט א 100% גוטע תירוץ....
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

צו געזונט האט געשריבן:ביינונז אין די משפחה איז שוין לאנג דא אזא קאסע. מען בעט אבער נאר 180 א יאהר פון יעדן. וואו פארשטענדליך אז די רייכערע געבן פיל פיל מער. אבער אויך דער וואס געט 180 שפירט נישט א שנארער ווען מען קריגט די עטליכע טויזענט ווען מען מאכט חתונה, ווייל איך האב דאס דאך אליין בעצאלט...

אפשר קענט איר ארויס לייגן מער פרטים ווי אזוי עס ארבייט כדי לזכות את הרבים
און איך בין נייגעריג צו הערן דערוועגן
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מען מאכט א שיינע צוזאמקום איין מאל א יאהר פאר די "לעידיס" און א זיץ קאסט 180 טאללער. די עסן ווערט געספאנסערט פון א רייכען פאמיליע מיטגליד, אזוי אום איז די גאנצע איינקונפט פאר די קאסע. רייכערע פעטערס און מומעס (ב"ה פערהאן א שיינע צאל) צאלען נישט איין אין די קאסע מער ווי די 180 דארט אויפן פלאץ, שלא לבייש... אבער ווען עס קומט צו חתונה מאכען איז עס געווענליך צווישן 5,000 און 10,000 פאר די נויטבאדערפיגע. און א מיטגליד וואס ארבעט שווער פאר דעם דאללער און נאכאלץ קומט נישט אויס, איז עס גראד 10,000 צוזאמענגעשטעלט יעדעס מאל פון צוויי ביז פיר רייכערע פעטערס אדער קאזינס די גרויסע סומעס, און נאכער וועלן די פעטערס בעטן די קלענערע סומעס פון די קאסע, אזוי אום איינשפארען די בושות פון טיי אווענטס
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1384
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרעזידענט »

אז איך באקום א טשאראדי צו חסד פאנד לינק צו העלפן א ידיד דעקן זיין טייל פון בלויז 2,000 וואלט איך זיך שיין אנגערופן
סאו פארוואס זאל איינער אויפהערן צו איינצאלן?

דער וואס איז נישט אינטייטעלט צו נעמען להלכה באשטייערונגען פון מעשר מעג נעמען? אדער אפשר נעמט ער פון איינעם׳ס נתונה וואס איז נישט ממעות מעשר?, אדער דער וואס נעמט, אז ער נעמט, מעג ער נעמען פון מעשר
נו גוט, נו שוין!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

די אויכעט האט געשריבן:עס איז א געהעריגע ביזנעס אפמאך

אויב איזעס א ביזנעס, מיט װאס איז עס בעסער ווי א סעיווינגס וואס ברענגט אינטערעסט?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

צו געזונט האט געשריבן:מען מאכט א שיינע צוזאמקום איין מאל א יאהר פאר די "לעידיס" און א זיץ קאסט 180 טאללער. די עסן ווערט געספאנסערט פון א רייכען פאמיליע מיטגליד, אזוי אום איז די גאנצע איינקונפט פאר די קאסע. רייכערע פעטערס און מומעס (ב"ה פערהאן א שיינע צאל) צאלען נישט איין אין די קאסע מער ווי די 180 דארט אויפן פלאץ, שלא לבייש... אבער ווען עס קומט צו חתונה מאכען איז עס געווענליך צווישן 5,000 און 10,000 פאר די נויטבאדערפיגע. און א מיטגליד וואס ארבעט שווער פאר דעם דאללער און נאכאלץ קומט נישט אויס, איז עס גראד 10,000 צוזאמענגעשטעלט יעדעס מאל פון צוויי ביז פיר רייכערע פעטערס אדער קאזינס די גרויסע סומעס, און נאכער וועלן די פעטערס בעטן די קלענערע סומעס פון די קאסע, אזוי אום איינשפארען די בושות פון טיי אווענטס

ישר כח פאר די אינפארמעישאן
עס איז זייער א גוטע פלאן פאר משפחות וואס האבן א שיינע פאר פארמעגליכע, חבל אז איך בין נישט געבוירן אין אזא משפחה
אין מיין משפחה וואס אפילו איינער איז נישט א מלמד אדער מגי"ש פלאגט זיך יעדער על המחי' ועל הכלכלה עס איז נישט דא די פאר פעטערס וואס קענען געבן מוציא'ס...
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

לאמיר פרובירן צו ענטפערן פארן 'הענדימען' אפשר וועט דער 'פרעזידענט' באקומען זיין ענטפער.
ווען מיר וועלן נעמען א קאלקאלעטאר וועלן מיר זעהן אז עס איז נישט ממש א סעווינגס אקאונט, לאמיר נישט רעדן פון די וואס מאכן חתונה אין די ערשטע פינעף יאר פונעם גרינדונג, וועל מיר נעמען איינעם וואס האט אנגעהויבן איינצאלן אלץ שנה ראשונה יונגערמאן:
  • ער וועט איינצאלן אין די ערשטע 25 יאר $50,000
  • וועל מיר אים געבן 7 קינדער 4 זענען יונגלעך אויך זענען 4 געבורען אין ערשטע 5/6 יאר נאכן חתונה
  • יעצט 25 יאר נאכן חתונה האט ער שוין באקומען $5,250 קינדער געלט $6,000 בר מצוה געלט און אויכעט די $40,000 חתונה געלט
  • איז בסך הכל האט אים די קאסע געגעבן $51,250
שוין איך האב געמיינט אז עס וועט איבערבלייבן מער,
יעצט וועל מיר ענטפערן פארן 'פרעזידענט' בדרך כלל זענען רוב מענטשן עלישיבל צו נעמען מעשר געלט בעת שמחה.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

און אויב האט ער נאר 5 קינדער האט ער דערלייגט 20 אלפים. ווידער דער שוואגער מיט 9 קינדער מאכט א לעבן..
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

יא וועגן דעם איז עס פון מעות מעשר.
דער אמת איז אז עס איז נישט קיין בעניפיט פארן יחיד אבער די גאנצע משפחה פארדינט בעזהשי"ת.
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

משפחה קאסע קאלקאלעטער
נאט אייך דעם עקסעל שיעט
לעצט פארראכטן דורך די אויכעט אום מיטוואך אפריל 03, 2019 5:07 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

לאמיר ערקלערן דעם עקסעל שיעט.

ערשטן שיעט: גערופן the family
1. לייג אריין אין row 1 אלע נעמען פון די חברי הקאסע, מעק אויס אלע איבערגעבלבענע columns. ווי אויך קענט איר אריין לייגן די נעמען פון די פרויען אין row 2 (נישט מעכב)
2. לייגט אריין די נעמען פון די חתנים\כלות אין row 5.
3. לייגט אריין די נעמען פון די קינדער אין די ריכטיגע יאר [די נעמען לייגט אריין אין די ברייטע רייעס ווי - row 11 row 9 row 7, אין די שמאלע רייעס געפונט זיך די יאר גאנג פאר די ברייטע רייעס פון אינטער דעם,]
4. וויכטיג: לייגט אריין א b ביי די אינגלעך, כדי עס זאל אויסרעכענען די בר מצוה'ס

יעצט וועלן מיר גיין צום צווייטן שיעט גערופן Calculations:
אין דעם שיעט וועלן מיר נאר אנפילן די בלויע צעלן (באקסעס), איך וועל מסביר זיין אי"ה די אלע צעלן.
הערה: ווי איר זעהט איז די שיעט שוין רוב צעלן זענען אריינגעפילט, עס איז כדי אז אויב איר קענט נישט עקסעל זאלט איר נישט צורירן צו די ווייסע צעלן.
1. די שיעט איז צוטיילט אין דריי די ערשטע חלק איז די הכנסות פון די קאסע, די צווייטע חלק איז אלע הוצאות פון די קאסע, די דריטע חלק איז די באלאנס פון די קאסע (הכנסות מיינוס הוצאות)
2. יעצט וועלן מיר אנפילן די בלויע צעלן פון די הכנסות, אין צעל C2 לייגט אריין וויפיל א שנה ראשונה אינגערמאן וועט אריינצאלן פאר די קאסע (אויב ווילט איר נישט מחייב זיין די שנה ראשונה אינגעלייט לייגט אריין א 0), יעצט לייגט אריין אין צעל E2 וויפיל וועלן אלע איבריגע מעמבערס איינצאלן, אין צעל B4 לייגט אריין וויפיל שנה ראשונה אינגעלייט זענען יעצט דא ווען מען הייבט אן די קאסע, און צעל B25 וועלן מיר אנפילן שפעטער.
3. יעצט וועלן מיר אנפילן די בלויע צעלן פון די הוצאות, לייגט אריין וויפיל איר וועט געבן פאר חתונה מאכן און פאר דורן דרשה אין צעל I2 און פאר בר מצוה אין צעל K2 און פאר א געבורט אין צעל M2, יעצט וועט איר אריינלייגן אין צעל J3 א טאטאל פון די וואס זענען העכער 20 (וואס האבן שוין נישט קיין פלאץ אויפן ערשטן שיעט), און אין קאלום L רעכן אויס לויט די פריערדיגע יארן וויפיל געבורטן וועלן זיין אין יענעם יאר און לייגט עס אריין, און טוה אזוי פאר אלע יארן, אום אין די בלויע צעלן אינטן קאלום J לייגט אריין האלב וויפיל געבורטן איר האט אריינגעלייגט ביי 13 יאר פארדעם, זעמיר שוין כמעט געענדעגט גיי מיר צוריק צו צעל B25 און לייג אריין די נומער וואס איר האט אריינגעלייגט אין צעל L4.
יעצט געט א קוק אין די באלאנס קאלום לויט דעם וועט איר האבן א קלארע בליק וואס איר האט צו ערווארטן ביי אייער משפחה, פארשטייט זיך אז עס טאר נישט זיין קיין שום באלאנס אין דעם לעטצטן קאלום, אויב איז דא א באלאנס וועט איר דארפן עדשאסטן די סומע וויפיל מען צאלט איין אין די קאסע אדער פון וויפיל די קאסע געט.

הצלחה,
די קענסט אויכעט
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

פריער געהערט פון א משפחה וואס די מעמבערשיפ פארן קאסע איז $2500 א יאר!!
זיי געבן נאר פאר חתונה מאכן די סומע פון $10,000
און עס איז נאר פאר די געשוויסטער און נישט פאר די אייניקלעך.
אוועטאר
ראש חדשים
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש חדשים »

די אויכעט ביסט מעכטיג האלט אן מיר זענען זיך מחי'

איז עפעס נישט דא משפחות וואס צאלן ווייניגער פון צוויי אלפים, 2000 איז זייער אסאך...
החדש הזה לכם ראש חדשים
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

זיץ עך נעבן איינעם זאגט ער אז ביי זיי צאלן די פעטערס $1,500 און די אייניקלעך צאלן א נישטיגע $1,000
לייגט ער אבער צו אז די וואס צאלן ווייניגער באקומען ווייניגער...

עס איז דא משפחות וואס מען צאלט איין $1,500 דער אמת איז עס ווענט זיך אין פארשידענע פאקטארן ווי למשל וויפיל מעמבערס, וויפיל קינדער זענען נאך אין שטוב, וויפיל חתונות וועלן זיין אין די ערשטע פאר יאר, ועוד..
מען קען די אלע זאכן אויס רעכענען אויפן EXCEL SHEET וואס איך האב ארויף געשטעלט דא אויבן, און אז מען רעדט שוין דא האט איר עס מיט אפאר אפדעיטס
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

איין גאר וויכטיגע נקודה פאר די וואס ווילן איינפירן דעם קאסע ביי זיי אין משפחה:
עס איז נישט מעגליך צו באצווינגען א מענטש צו געבן געלט און כש"כ אייגענע משפחה מיטגעלידער אבער אויכט וויל קיינער צאלן מדעת עצמו אזא גרויסע סומע געלט, על כן דארף עס ווערן צאמגעשטעלט מיט אסאך מחשבה און קאפ, פון די שטערקסטע מיטלען איז קודם צוהאבן אפאר ברידערס \ שוואגערס אויף דיין זייט (פארשטייט זיך די בעלי השפעה וואס אויב זענען זיי נישט מיט דיר וועלן זיי טרייען צו חרוב מאכן) און צוזאמען אנהייבן צו בלאזן א ווינט (ווי די סדר וואס דער אייבישטער האט געמאכט קודם איז א ווינט קליין און עס ווערט גרעסער און גרעסער ביז עס הייבט שוין זאכן אין די ליפטן) ווען דער מצב איז שוין רייף מאכט מען א מיטינג מיט די גאנצע משפחה ווי מען ווארעמט דער עולם נאך מער (עס איז כדי עס אפצוכאפן צו קענען נוצן פאר אנדערע געלעגענהייטן) און ביי דעם מיטינג געט מען רויע פלענער און מען ארבייט אויס אלע פרטים ופרטי פרטים און מען גיט פאר יעדעם א פראגע בויגן און מען דארף דאס צוריקשיקן און לויט ווי רוב דעות וועט זיך דער קאסע פירן.
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

דער בלאט האט אפגעהאלטן א אינטערוויא מיט א משפחה בנוגע זייער משפחה קאסע וואס זיי האבן שוין פאר פינעף יאר.
עס וועט זיין אין בלאט אדער די וואך אדער אויף פסח.
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

די תקנות פונעם קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

איך וועל יעצט ברענגן די תקנות פונעם קאסע לויט ווי עס איז ביי איין משפחה

א. כדי צו ווערן א מעמבער דארף מען אריינברענגען במשך א יאר 1500$. שנה ראשונה 1000$. ביזדערווייל קען מען נישט אריינלייגן אין די קאסע מער ווי 1500$ א יאר. (ד.ה. אז אויב איינער גיט מער ווי 1500$ וועט דאס גיין פאר די חשבון פון די קומענדיגע יאר).

ב. פאר די וואס ווילן צאלן חודש'ליך איז עס 125$ א חודש. אין אן עיבור יאר איז עס 115$ א חודש, מען דארף צוגעבן 5$. פאר שנה ראשונה איז עס 83$ א חודש, מען דארף צוגעבן 4$. אין אן עיבור יאר איז עס 77$ ער וועט האבן 1$ קרעדיט.

ג. פאר די אויסלענדישע בירגער וואס איז גאר א גרויסע חילוק די געלט. איז אויב קען מען געבן אמעריקאנע געלט איז אודאי בעסער. אויב נישט, קען מען געבן אויסלענדישע געלט, און מ'וועט דאס האלטן עקסטער, און מ'וועט געבן ביי די שמחות לויט די אויסלענדישע געלט.

ד. פאר די וואס ווילן צאלן מיט קרעדיט-קארד זאלן זיך פארבינדן מיט ____ דאס מסדר צו זיין.

ה. בחורים וואס שטעלן צוזאם געלט וועט דאס גיין פאר זייער טאטעס חשבון. א חתן וואס שטעלט צוזאם געלט וועט דאס ווערן גערעכנט פאר זיין אייגענע אקאונט וואס ער עפענט אויף נאך זיין חתונה (אויב זיין טאטע איז מסכים).

ו. מיידלעך וואס ארבעטן און געבן זייער מעשר געלט פאר די קאסע, וועט דאס גיין פאר זייער אייגענע אקאונט וואס זיי עפענען אויף נאך זייער חתונה (אויב זייער טאטע איז מסכים).

ז. אלע געלט וואס וועט אריינקומען אין די קאסע וועט ווערן אי"ה אריינגעלייגט אין א פארלעסליכע גמ"ח.

ח. די קאסע וועט אי"ה געבן פאר יעדע געבורט 750$. פאר א בר מצוה 1500$. און פאר א חתונה 10.000$.

ט. בשעת איינער מאכט א שמחה וועט די קאסע ארויסשיקן א ספעציעלע פארום ווי דער בעל שמחה וועט קענען אריינשרייבן צו וואו ער וויל מ'זאל אים אויסשטעלן די טשעק'ס. אויב איינער וויל דוקא קעש-געלט זאל ער זיך פארבינדן מיט די וועד הקאסע. (ס'ראטזאם נישט צו נעמען קעש ווייל דאס איז א סגולה אז די געלט זאל פארלוירן ווערן).

י. ווי מ'האט אויסגעשמועסט ביי די אסיפה וועט נאר איינער וואס איז א מעמבער אין די קאסע קענען געניסן פון די בענעפיטן פון די קאסע.

יא. די יארגאנג פון די קאסע איז פון ר"ח שבט תשע"ו העעל"ט ביז ר"ח שבט תשע"ז הבעל"ט.

יב. מיטן אויבערשטן'ס הילף וועלן מיר ארויסשיקן יעדע 'צוויי חדשים' א סטעיטמענט צו קענען זעהן ווי מ'האלט מיט די חשבונות. אויף די סטעיטמענט וועט שטיין די אייגענע חשבון, ווי אויך די סך הכל וויפיל ס'איז שוין בכלל אריינגעקומען אין די קאסע.

יג. פארשטייט זיך אז סיי פאר די מעמבער'ס און סיי פאר די קאסע וועט זיין זייער שווער אויב וועט איבערבלייבן חובות סוף פון די יאר. על כן בעט מען זייער אז יעדער זאל זעהן אז ווען ס'הייבט זיך אן די נייע יאר זאל מען האבן א 0 באלאנס.

יד. בייגעלייגט שיקן מיר א 'מעמבער אפליקאציע'. וואס כדי צו ווערן א מעמבער דארף דאס ווערן אונטערגעשריבן פון די טאטע און די מאמע און ווערן צוריקגעשיקט צו די קאסע.
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

נאט אייך די תקנות אויף א PDF
Rules.pdf
(169.08 KiB) געווארן דאונלאודעד 271 מאל
אוועטאר
די אויכעט
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 5:54 pm
לאקאציע: ביים קאסע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די אויכעט »

וואס זאגט דער עולם צום אינטערוויא אינעם בלאט?
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”