אדווערטייזמענט: וואס קען זיין די בעסטע וועג אויסצונוצן AMEX טרעוול פי קרעדיטס, עירליין פּוינטס, און AMEXגיפט קארדס?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ivelt אדווערטייזמענט
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: וואס קען זיין די בעסטע וועג אויסצונוצן AMEX טרעוול פי קרעדיטס, עירליין פּוינטס, און AMEXגיפט קארדס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ivelt אדווערטייזמענט »

וואס קען זיין די בעסטע וועג אויסצונוצן AMEX טרעוול פי קרעדיטס, עירליין פּוינטס, און AMEXגיפט קארדס?

דריי ווערטער:

כנפי חיים - מיילס פאָר לייף!


מיר אלע קענען ליידער עמיצן וואס מוטשעט זיך נעבעך איבערצוקומען א שווערע קרענק, שלאגט זיך מיט די לעצטע כוחות איבערצולעבן א שרעקליכע מחלה ל"ע, און קיינמאל נישט אויפגעבן. גאנץ אפט מאכט זיך אז דאס איינציגסטע האפענונג אויף רפואה געפונט זיך אין א פרעמד פלאץ, וואס אנצוקומען אהין איז נישט קיין גרינגע נסיעה'לע. אזא רייזע קאסט אפ צייט, קאסט אפ כוחות, און דערצו קאסט עס אפ א שיינע מטבע – א זאך וואס רוב געטראפענע משפחות קענען זיך נישט ערלויבן.

המציל נפש אחת מישראל

"מיילס פאָר לייף" איז אן איבערגעגעבענע ארגאניזאציע וואס איז געווידמעט ארויסצוהעלפן חולי ישראל אנצוקומען צו לעבנס־וויכטיגע רפואות.

אונזער ציל איז פשוט: מיר שטעלן־צו פאר די פאציענטן און זייער באגלייטער אויסגעצאלטע פלי רייזעס צו קענען דערגרייכן די נויטיגע צרכי רפואה. דער חולה דארף נאר לאזן וויסן וואו און ווען ער דארף פארן, "מיילס פאָר לייף" טוט שוין דאס איבעריגע. די פאציענטן און זייערע בייגלייטער באקומען די עירליין טיקעטס גרייט ארויפצושטייגן אויפ'ן עראפלאן.

וויאזוי טוען מיר דאס?

נאר מיט אייער הילף!

אונזער גאנצע ארבעט באשטייט נאר אויף מיילס, אויף עירליין גיפט קארדס, און אויף טרעוול פי קרעדיטס, וואס הארציגע אידן זענען מנדב פאר חולי ישראל. הונדערטער טויזנטער אזעלכע מיילס גייען דירעקט צו העלפן אומצאליגע שווערע קראנקע אנצוקומען צו די שפיטעלער וואס קענען ראטעווען זייער לעבן, מיטן אייבערשטן'ס הילף.

נו, וואס קען דען זיין א בעסערע אופן צו פארנוצן די עירליין קרעדיטס און פּוינטס, ווי זיי אוועקצושענקען פאר די וואס זייער לעבן איז אנגעוויזן אויף דעם?

כאפט אייך מיט! גייט איין איבעריג מייל פאר א צווייטן!



גייט נאך די לינקס, און זייט מציל נפשות!

האט איר איבעריגע AMEX travel fee credits/AMEX טרעוול פי קרעדיטס? דרוקט דא.

איבעריגע יונייטעד, דעלטע... עירליין גיפט קארדס? דרוקט דא.

סיי וואספארא עירליין פּוינטס אדער מיילס וואס איר ווילט מנדב זיין? דרוקט דא.

איר פארמאגט נישט קיין איינס פון די אויבן דערמאנטע זאכן? איר קענט נאך אלס מאכן א tax deductible דאנעישאן כדי צו העלפן ראטעווען א נפש אחת מישראל! דרוקט דא.




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”