אביסעל געדולט און א פאר מינוט און מאכט א פאר גראשען היינט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

חלב ודבש
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ודבש »

ווי Newegg@ האט געשריבן האט PFS געהעכערט די פרייז וואס זיי וועלן אפקויפן די קוינס, צו $200 פער קוין!!! וואס איז א ריוח פון איבער הונדערט דאללער פער קוין.
חלב ודבש
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ודבש »

ערשטער פון סעריע... בילתי מוגה פארשטייט זיך... (ווען קומט די נעקסטע? האפנטליך נישט לאנג...)
אין ליכט פון די נייע קוין וואס דער מינט ביורא לאזט יעצט פראדוצירן און וועט זיין צו באקומען קומענדיגן וואך אי"ה, ברענגען מיר שטריכן פון איר "גאלדענע" היסטאריע. פארוואס זאלט איר בלויז מאכן געלט (דורך PFS ווי אויבן געשריבן)? זעצט אייך אראפ כאפט א רעפטל קאקאש, שווארצע קאווע מיט ווייסע מילך, לייינט מיט אינטערעסע די היסטאריע פון דער אמעריקאנע מינט וואו מען פראדוצירט די קוינס, געט אכט ווען איר זיצט מיטן פיס ארויף אז די פעניס זאלן זיך נישט ארויסגליטשן פון די הויזן טאש

.1

די יונייטעד סטעיטס מינט איז אן אפטיילונג פון דער טרעזשורי דערפארטמענט און איז באאויפטראגט צו שאפן די מטבעות פאר די יונייטעד סטעיטס . די דאזיגע ביורא שאפט נישט די פאפירענע געלט, דאס געהערט צו די "ביורא אף ענגרעווניג" (אויב די צייט וועט ערלויבן וועלן מיר אפשר שרייבן אביסל פון דעם שפעטער).

די מינט איז געשאפן געווארן אין פילידעלפיע אין 1792, היינט צוטאגס זענען פאראן פיר אקטיווע "קוין פראדאסער" מינט'ס: אין פילידעלפיע, דענוווער, סאן פראנציסקא און וועסט פוינט.
אין פעברואר 21 אין יאר 1782 האט דער קאנפידערעישאן קאנגרעסס אויטאריזירט דאס שאפן די ביורא צו פראדיצירן מטבעות און די ערשטע צירקולירנדע מטבע פון די פאראייניגטע שטאטן, דער "פיגא צענט", איז פראדוצירט געווארן אין יאר 1787.

עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן דאס אן אפטיילונג פון דער מינט האט זיך געפונען אין די פיליפינען אין די ניינצן צוואנציגער יארן, וואס די פיליפינען האט דאן געהערט צו די פאראייניגטע שטאטן און איז געווען אפיציעלע טעריטאריע פון אמעריקא, די אפטיילונג האט מען גערופן "מאנילע מינט". היינט צוטאגס איז די מאנילע מינט דאס איינציגסטע מינט באזירט אינדרויסן פון די פאראייניגטע שטאטן. די מאנילע מינט איז געווען באאויפטראגט צו פראדוצירן מטבעון ווי פעניס, ניקלס, דיימס, קוינס פון צוואנציג צענט און האלבע דאלערס. די ברענטש איז געווען אין באנוץ פון יאר 1920 צו 1922 און איז נאכאמאל געווען אין באנוץ פון 1925 ביז 1941.

איין אפטיילונג פון דער מינט איז געווען אין די דאללעס, ארעגאן, אבער מען האט קיינמאל נישט פראדוצירט דארט קיין מטבעות, די בילדינג שטייט נאך ביזן היינטיגן טאג.
ווי אויבן געשריבן זענען היינט צוטאגעס פאראן פיר אקטיווע "קוין פראדאסער" מינט'ס: אין פילידעלפיע, דענוווער, סאן פראנציסקא און וועסט פוינט.

"פילידעלפיע"

די מינט'ס גרעסטע לאקאציע איז די פילידעלפיע מינט. דער יעצטיגער לאקאציע איז געעפענט געווארן אין יאר 1969 און איז דער פערטער פילידעלפיע מינט. די ערשטע מינט בילדינג אין פילידעלפיע איז געבויעט געווארן אין יאר 1792 ווען פילידעלפיע איז געווען די הויפט שטאט פון די פאראייניגטע שטאטן, די לאקאציע איז אריין אין באנוץ אין יאר 1793.

"דענווער"

דער דענווער מינט האט זיך אנגעהויבן אין יאר 1863 בלויז פינף יאר נאך וואס מען האט אנדעקט גאלד אין די געגנט. אין די אנהויב ניינצענער יארן האט די אפיס אריינגעברענגט איבער פינף מיליאן אין גאלד און זילבער דעפאזיטס.

"סאן פראנציסקא"

די סאן פראנציסקא אפטיילונג פון דער מינט איז געעפענט געווארן אין יאר 1854 צו סערווירן די גאלד פעלדער אין דער צייט פון דער קאליפארניע גאלד געיעג (המממ... און ווי זענען מיר געווען? אקעי כאטש האמיר יעצט אן אנדער געיעג...). דער אפטיילונג איז שנעל אויסגעוואקסן איר ערשטע לאקאל און האט זיך אריבערגעצויגן צו א נייע לאקאל אום 1874, דער בילדונג, איינע פון נישט קיין סך וואס האבן איבערגעלעבט גרויסע ערד-ציטערניש און פייער אין 1906, איז געווען אין באנוץ ביז יאר 1937, ווען דער יעצטיגער בילדונג איז אייין אין באנוץ.
דער בילדונג איז פארשפארט געווארן אין יאר 1955 און צוריק געעפענט געווארן צען יאר שפעטער, ווען עס איז געווען א מאנגל אין מטבעות אין די מיטעלע זעכציגער יארן.

"וועסט פוינט"

וואס איר האט געמיינט אז אין וועסט פוינט איז בלויז פאראן די וועסט פוינט ארמיי אקעדאמי? ווערט איר יעצט געוואויר פרישע אמעריקאנע סודות... די וועסט פוינט מינט לאקאציע איז די נייעסטע מינט פלאץ און האט באקומען אפציעלע אנערקענונג אין יאר 1988. די וועסט פוינט מינט ווערט נאכאלץ גענוצט פאר סטארידזש פאר א חלק פון די פאראייניגטע שטאטן שטיקער גאלד רעזערווארן, און וועסט פוינט איז אצינד דער לאקאל פאר די אמעריקאנע גאלד, זילבער פלאטיניום און פאלאדיום אמעריקאנע איגל מטבעות.

גענוג פאר יעצט, נישט דא מער קיין צייט מדארף נאך אריינכאפן זיך איינצושרייבן ביי דער מינט פאר די נייע קוין און איינוועגס מאכן אפאר טאלער,, סארי, קוינס מיינעך
חלב ודבש
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ודבש »

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:דארף איך קודם עפענען א אקאונט ביי די U.S MINT?

אויב יא, וויאזוי?

דא קען מען עפענען אן אקאונט: https://catalog.usmint.gov/account-register

מאך זיכער איר לייגט אריין ריכטיג אייער אדרעסס, עס איז בעסער אז די בילינג און שיפינג אדרעסס זענען די זעלבע.

אזוי ווי עס איז ערווארטעט אז פילע וועלן פרובירן צו קויפן די קוינס און עס וועט געשווינד אויסגעכאפט ווערן, איז כדאי צו אריינלייגן אייער אדרעס און קרעדיט קארטל פון פאראויס, פארשרייבט אייך אייער קארטלס סעקיורטי 3 אדער 4 נומבערס פון די בעק פונעם קארטל (עמעקס אין פארנט פון קארטל), עס זעט אפשר אויס נישט וויכטיג אבער צוואנציג סקעונדעס פארשפעטיגונג קען זיין די חילוק צי אייער ארדער זאל יא, אדער נישט, דורכגיין.

אויף דאנערשטאג, דעם פערצנטן, 11:55 איז כדאי אריינצולאגן צו אייער אקאונט ביי דער מינט, און עפענען דעם פאלגנדן פעידזש: https://catalog.usmint.gov/american-eag ... -19XE.html
לאגט נישט אריין צו פרי אדער צו שפעט (איר ווילט נישט ווערן ארויסגעלאגט), 11:59 הייבט אן ריפרעשן די פעידזש דורכן דריקן CTRL צוזאמען מיט F5.

פאר צוועלף אזייגער וועט איר זען דעם בלויען "רימיינד מי", און באלד ווי איר זעט עס טוישט זיך צו א רויטן "עד טו בעג", קליקט באלד דערויף, דאן קליקט "טשעקאויט".

מער אנווייזונגען קען מען זען אויף די PFS וועב זייטל.
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

חלב ודבש האט געשריבן:

יישר כח פאר די אינפא.
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ס'דא וואס צאלן $250 דערפאר, דזשאסט בד''וו.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
Newegg
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 28, 2018 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Newegg »

ווישוואש האט געשריבן:ס'דא וואס צאלן $250 דערפאר, דזשאסט בד''וו.

Please give more info.
חלב ודבש
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ודבש »

Newegg האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:ס'דא וואס צאלן $250 דערפאר, דזשאסט בד''וו.

Please give more info.

די PFS שרייבט אז:
Additionally, if you have received a competing offer from one of these small/local whatsapp groups, please reply to this email and we will do our best to match it for you.
Newegg
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 28, 2018 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Newegg »

:o
ווישוואש האט געשריבן:ס'דא וואס צאלן $250 דערפאר, דזשאסט בד''וו.

Can you give more details.
חלב ודבש
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ודבש »

גרייט אן די קיבארדס, מאכן איייך באקוועם און האלטצעך רואיג, מארגן דאנערשטאג 12 נאכמיטאג "פונקטליך" קומט פאר דער דיעל... א חילוק פון צוואנציג סעקונדעס שפעט קען אויסמאכן צו איר כאפט אן ארדער אדער נישט..
אויב האט איר זיך נאכנישט איינגעשריבן שרייבט אייך איין ווי שנעלער, PFS האט נאך געציילטע סלאטס געבליבן.
דא איז דא קורצע אנווייזונגען וואס צו טון, אבער איינמאל מ'איז איינגעשריבן אין PFS, דארפט איר צו באקומען אן אימעיל מיט אויספירליכע אינסטראקשענס.
פארגעסט נישט איר דארפט דרוקן "אפט אין" אז איר וועט אנטייל נעמען אין זייער דיל:

1. You sign up with PFS here https://pfsbuyersclub.com/Account/Regis ... l=OVO0G8L1
2. Opt in that you will do the deal.
2. Register at the mint: https://catalog.usmint.gov/account-register
3. Save your credit card, also your billing and shipping address's.
4. Tomorrow at 11:55am log in to your account at the mint.
5. 11:59am start refreshing the page to buy the coin: https://catalog.usmint.gov/american-eag ... -19XE.html
6. Make sure to choose next day shipping.
7. Ones you have the order complete and you got an order number, go to the PFS website and enter your order number there.
7. PFS will send you a label to ship them the coin.
8. Ship them the coin and get paid soon.
9. Enjoy your money.
לעצט פארראכטן דורך חלב ודבש אום מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:37 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Newegg האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:ס'דא וואס צאלן $250 דערפאר, דזשאסט בד''וו.

Please give more info.

https://forms.gle/inK5hmu1CbLUDCrY7

https://www.dropbox.com/s/nb16ejx8ww5lv ... 9.pdf?dl=0

ביטע מיר נישט אישי'ען איבער דעם, איך האב מיט זיי נישט קיין שייכות. כ'האב שוין אפאר מאל געקויפט פאר זיי און געהאט א גוטע עקספיריענס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
חלב ודבש
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ודבש »

Thanks.
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

די מינט סייט האט געפריזזזט ווי קרעזי, ביז עס איז געווארען out of stock
ב"ה איך האב מיך איינגעהאנדעלט איינס.
סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמארע ווארטזאגער »

זיך איינגעהאנדעלט איינס ב''ה
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???
אוועטאר
יודע מחשבות
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:23 pm

יש לו מנה רוצה מאתיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודע מחשבות »

כ'האב אויך ב"ה באהאנדלט איינס, די בעסטע פארט פון די דיעל איז, אז מ'זיצט איבער דעם קאמפעיוטער און מ'פראבירט אנע אויפגעבן צו ריפרעשן נאכאמאל און ווידער אמאל ביז ווען ס'געלונגן ב"ה צו פארשאפן דעם "טייערן קוין", [און מ'שטעלט זיך נאר פאר בעיני הדמיון ווי ס'זיצן נאך 30.000 טויזענט חברה און טרייען צו מאכן דאזיגן שפיצל...... גאנץ פיין.... פאר א סיבה פריזט די סייט ווי א כתה ב' אינגעלע ביי א מנהל'ס בחינה....]
באט, למעשה ווער זאגט אז די PFS געבט מיר די בעסאע פרייז? אפשר קען איך מאכן מער פראפיט דורכן אליינס פארקויפן דעם "קוין" אויף איבעיי אד"ג??
בעפאר דו טראכסט, טראכט גוט אריין וואס דו גייסט יעצט טראכטן און צו ס'לוינט דיר צו טראכטן אזוי...
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

האסט אויפגעסיינט מיט PFS אדער א צווייטן פאר'ן קויפן?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
חלב ודבש
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 21, 2018 1:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלב ודבש »

דער מינט האט פארקויפט 30,000 קוינס! אין 15-20 מינוט! לכאורה איז געווען פיל מער ווי 30,000 מענטשן וואס האבן פרובירט צו קויפן.
אוועטאר
יודע מחשבות
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודע מחשבות »

ווישוואש האט געשריבן:האסט אויפגעסיינט מיט PFS אדער א צווייטן פאר'ן קויפן?

יא, באט כ'האב מיך נישט אונטער גענומען אז איך מוז עס זיי איבערגעבן, ס'גייט אנקומען צו מיר ערשט.
יעצט וויל איך וויסן צו זאל איך עס שיקן צו זיי און מאכן די 130$ אדער ענדערשער אליינס פארקויפן און מאכן מער געלט.
[כ'געדענק נישט אז אויפן קאנטראקט מיט די PFS איז געשטאנען אז זיי קענען מיר עפעס טוהן אויב איך געב זיי נישט איבער דעם קוין, זיי האבן ס"ה די ארדער נאמבער וואס די מינט האט מיר געשיקט, זיי דארפן נאך אלץ צוקומען צו מיר.]
בעפאר דו טראכסט, טראכט גוט אריין וואס דו גייסט יעצט טראכטן און צו ס'לוינט דיר צו טראכטן אזוי...
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

האסט דיר יא אונטערגענומען ביים אויפסיינען, און פרעג א דע''ת פאר'ן פארקויפן פאר א צווייטן.

ווען די פרייז וואלט אראפ וואלטסטו פארלאנגט זיי זאלן זיך האלטן צום דיעל און דיר צאלן די $250 אפי' זיי וועלן דערלייגן געלט דערויף, זיי נישט קיין אוממענטש און האלט דיר צו דיין זייט פונעם דיעל.

(זיי רעכענען זיך אויף דיין קוין, און זיי האבן עס שוין מעגליך אפי' פארקויפט ווייטער, קענסט זיי שאדן טון מיט'ן ארויסבעקן יעצט)
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ווישוואש האט געשריבן:(זיי רעכענען זיך אויף דיין קוין, און זיי האבן עס שוין מעגליך אפי' פארקויפט ווייטער, קענסט זיי שאדן טון מיט'ן ארויסבעקן יעצט)

האמיר יעצט געזען א תגובה פון PFS אויף א צווייטע פארום, ער האט שוין פארקויפט די קוינס 'פאר' ס'איז געווארן עוועילעבל ביי די מינט, ס'איז קלאר אז מיט'ן נישט שיקן דיין קוין ביסטו גורם א שאדן פאר א איד.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
יודע מחשבות
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודע מחשבות »

[quote="ווישוואש"]האסט דיר יא אונטערגענומען ביים אויפסיינען, און פרעג א דע''ת פאר'ן פארקויפן פאר א צווייטן.

פארדעם האב איך טאקע געפרעגט "דעת תורה".... [מורינו הרה"ג ר'....שליט"א אבדק"ק ווישוואש] ;l;p-
בעפאר דו טראכסט, טראכט גוט אריין וואס דו גייסט יעצט טראכטן און צו ס'לוינט דיר צו טראכטן אזוי...
A Yidish Boy
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2019 11:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך A Yidish Boy »

https://join.robinhood.com/joels1449

דא קענסטו מאכען א פּאר גראשׁן בּלויז פארן אויפסיינען
טאקע נישׁט קיין 200$
בּאקומסט א פרי סטאק קענסט טון מיט דעם וואס די ווילסט ,קענסט עס פארקופן
פאלקס קיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאלקס קיך »

דא יעצט חברה וואס צאלן $500
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

פאלקס קיך האט געשריבן:דא יעצט חברה וואס צאלן $500

?who
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

עולם האמת האט געשריבן:
פאלקס קיך האט געשריבן:דא יעצט חברה וואס צאלן $500

?who
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

וויאזוי איז בעסער צו ארויס נעמען פון pfs פעיפאל אדער א טשעק.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”