איבערשטייגן אדער אונטערשטייגן – טיפס פאר סעלף קאנפידענס.

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

איבערשטייגן אדער אונטערשטייגן – טיפס פאר סעלף קאנפידענס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

בס"ד

סעלף קאנפידענס, די מיליאון דולער'דיגע פראגע: וויזוי קומט מען איבער די שרעק און סוציאלע פאביע?. א סך טינט איז שוין פארגאסן געווארן, און א סך לעקציעס ווערן געגעבן וויזוי צו בויען 'זעלבסט-זיכערקייט', מיר זענען מיטן אויבערשטנ'ס הילף ארויסגעקומען מיט גאר גוטע געדאנקן, וויזוי צו שטארקן און בויען די זעלבסט זיכערקייט, ס'האט מיר פערזענליך גאר א סך געהאלפן, און מיר ווילן דאס מיט-טיילן מיט די חשובע ליינער, מיטגלידער פון אייוועלט.

***

ס'איז וויכטיג צו חזר'ן אז 'סטעידזש-פרייט' איז א 'נאטורליכע' טבע, וואס שפילט זיך אפ ביי א יעדן, איינעם מער, און איינעם ווינציגער, אזוי האט דער רבוש"ע באשאפן דעם מענטשן, 'די' הכרה איז זייער וויכטיג.

אז איינער וויל דרייוון א קאר, ברויך ער צו מאכן א פערמיט מיט לייסענס, משא"כ אויב איינער וויל עסן קוגל, געברויך ער נישט קיין לייסענס, דאס זעלביגע איז 'אימתא דציבורא', מ'ברויך נישט פארשאפן קיין לייסענס דערפאר, ס'איז פארהאן אן אוטומאטישע לייסענס, וואס יעדער, דער גרעסטער מגיד, האט דאס. די לייט איז גרין...

דער גרויסע איטאליענער טענאר, ליצואני פאוואראטי, זאגט אין א אינטערוויו, אז אפי' נאך דרייסיג יאר זונגען אויף די גרעסטע קאנצערטן, האט ער נאך אלץ 'סטעידזש-פרייט', די פאלגענדע איז זיין סטעיטמענט: "די לעצטע צען מינוט פארן אויפטרעיטן, וואלט איך נישט געוואונשן פאר מיין גרעסטע שונא", "ווער ס'זאגט אז ער האט נישט קיין סטעידזש פרייט, דער זאגט ליגענט".

סטעידזש פרייט איז א נאטור, מילא ווען מ'זוכט עצות, איז דאס נישט אוועקצונעמן דעם געפיהל, נאר די עצות זענען פשוט וויזוי צו דילן און איבערקומען דעם שרעק.


***

איבערצוקומען סטעידזש פרייט, איז פארהאן צוויי פודאמענטאלע געדאנק-גאנגן, איינ'ס איז "איבערשטייגן", א שטייגער ווי 'כל דאלים גבר', לאמיר געבן א משל, דער אינווידואל, וואס גייט יעצט רעדן, אדער זונגן, האט ברייטע פלייצעס, ער איז א געבויטער מענטש, מיט א גרויסן שטימע, און ועל כולם, דרייסט. אזא איינער, האט אויך אימתא דציבורא, נאר וואסזשע דען, זיין שטארקייט, גיבט אים כח איבערצושטייגן דעם שרעק.

'איבערשטייגן' א ציבור-שרעק, פארלאנגט זיך אז דער אינדיוודואל זאל זיין געאייגנ'ט דערפאר! מ'קען זיך נישט מאכן שטארקער, 'גבר-אלים' איז א מהות, מ'ווערט נישט אזוי.

נו, וואס טוט זיך אויב מ'איז נישט קיין גבר אלים, מ'האט נישט די ברייטע פלייצעס, מ'ווערט פארלוירן פון א גרויס מויל, אדער פון א ריזיגן ציבור, ממש א שרעק, נו, וואזשע טוט מען.

דער תירוץ איז איין ווארט "אונטערשטייגן".

והנה: מיר וואוינען אין יונייטעד סטעיטס, הונטער אונז איז ארגענטינע, אונטער ארגענטינע איז אויך דא א הימל, און די הימל איז ריזיג ריזיג (און אין אונזער דמיון איז דאס טיפער טיפער), וזהו משל, והנמשל, אז כ'קען טאקע נישט איבערשטייגן דעם אנדערן, ובפרט דעם שטערקערן, דעם ספאוקס-מאן מיט גרויסן מויל, אבער כ'קען גיין א סך נידעריגער ווי אים, ווי נידעריג אין די לופט יענער זאל נאר נישט גיין, קען איך גיין א סך נידעריגער, און פון דארט וועל איך רעדן און זאגן און זונגן וואס כ'האב צו פארקויפן, ס'זעלבע איז ווען מ'שטייט פאר א ציבור, כ'קען טאקע נישט איבערשטייגן דעם 'ריזיגן מאסן מענטשן', אבער כ'על גיין נידעריגער, און דעם טיפן טאל, נידעריגער פון העכסטן פון די פארזאמעלטע, און כ'על פון דארט פערפורמען.

ס'איז באקאנט ביי די 'סעלף-דיפענדערס', אז אויב זיי קענען נישט איבערווארפן יענעם, לייגן זיי זיך קודם ארונטער, און פון דארטן, באווייזן זיי זייער געלערענטע סקילס. און א געוויסע בחינה, מאכט דאס א שטיקל 'ליצנותא ד'שרעק' פון אנדערע, א בחינה פון ריווערס סייקאלאדזשי, וויזוי גייט נאר די מעשה, שמשון דער גרויסער מויל מאכער פון בית מעדרעש האט זיך צושריגן דעם איידעלן תנחום, תנחום איז קליג, ער ווייסט, אז ער קען זיך נישט פארמעסטן מיטן 'מלך הבשן פיסק' גייט ער פארקערט, ער לייגט די האנט אויפ'ן הארץ'ן, און זאגט פאר טעמפערדיגן שמשון, פשי, כ'צציטטער אזוי שטארק פון דיר, די בוזט זייער שרעקעדיג, כ'האב שוין ממש טשעסט-פעינט..., כ'שפיר ממש פארלוירן, נאך א מינוט די שרייסט, ברויך מען די חברה קדישא מיט הצלה צוזאמען. יו גאט די פוינט!

תמצית: מ'ברויך געפונען אין זיך דעם ריכטיגן מהלך המחשבה, וויזוי צו באטראכטן דעם "סטעידזש-פרייט.

***

עטליכע גאר וויכטיגע טיפס, פאר רעדנער וכדו..

דער ציבור, דער אינדווידואל, "יעדער איז דיין פריינט, און וויל דיין הצלחה".

ס'איז א טעות פון מענטשן אז ווייל זיין האבן אימתא דציבורא, קריגט מען א געפיהל, ווי דער עולם וויל אז זאלסט אדורך-פאלן, טעות גדול הוא, יעדער איז דיין פריינט, און וויל אין דיין הצלחה.

די דאזיגע "יסוד גדול", ווערט זייער שיין ארויסגעברענגט און דעם קונטרס 'לשון-הזהב', אז ווען עמעציר טרעט אויף פאר א ציבור, זאל דאס זיין א מגיד, א בדחן, זונגער, וכו. ברויך ער צו וויסן, אז אין דעם פנימיות פון כל אחד ואחד, פון דעם פובליקום, "יעדער איינער איז דיין פריינט", און יעדער אנע אויסנאם, וויל אז דער פערפורמער זאל מצליח זיין, דאס אז מ'מאכט אמאל אוועק א רעדנער, אדער מ'צולאכט זיך פון א שטיקעלע טעות, איז נישט קיין סתירה צו דעם אויבן-דערמאנטן.

יעדער וויל אין דיין גוטס

***

קאנצעטרירן אויפן תוכן

אפי' א שטארק געבויטע פערזענליכקייט, און א געשולטע רעדנער, צו זינגער, איז זייער וויכטיג, אז בשעת מ'שטייט אויפן פאדיום, זאל מען זיך בעיקר קאנצעטרירן אויף די ווערטער וואס ער זאגט, אדער זונגט, און למען השם נישט באטראכטן וויזוי די מענטשן פאסן אויף אדער רעאגירן.

כ'דענק ווען מיין חשובע מנהל, הרב מקארלסבורג וומ"ס שליט"א האט אונז געזאגט, אז די בעסטע עצה נישט מסיח דעת צו זיין און צו האבן פרעמדע מחשבות בשעת שמו"ע איז, אנשטאט, זיך צו ראנגל'ן מיט די מחשבות, זאל מען ליבערשט אינזין האבן די פירוש המילות, מילא, וועלן אנדערע מחשבות נישט אריינקומען, ס'זעלבע האט מיר פערזענליך געזאגט מורי ורבי שליט"א, "זיך צו קאנצעטרירן אויף די ווערטער".

און ווען מ'קאנצעטרירט זיך אויף די אינהאלט, ברויך מען דאס טוהן מיט א ווארעמקייט, גלויבן אין זיך, גלויבן, אז דאס וואס איך זאג אדער זינג, איז אויסגעהאלטן אין געשמאק, ווען מ'אטעמט אריין צווישן איין פראזן, זאל מען אטעמען די אינטערסאנטע נושא אין וואס מ'איז יעצט עוסק, אזוי ווי איינער שפאנצירט אין א הערליכ'ן גארטן.

***

זיך קאננעקטן מיט ציבור

ליינענדיג פון חזן זאנוויל קווארטין, שטרייכט ער אונטער זייער א סך מאל, ווי ער האט זיך געשטעלט דאווענען, און ער האט געשפירט ווי בשעת'ן דאווענען 'קאננעקט' ער זיך מיטן ציבור, ס'איז זייער וויכטיג, 'זיך' צו קאננעקטן מיטן 'פובליקום', דאס שאפט אזא הארמאניע, און די שרעק ווערט נתהפך צו פונקט פארקערט, צו א געשמאקע פארברענג.

***
רילעקסינג אטעם

ס'איז זייער וויכטיג, בפרט ביים אנהויב פון א פערפורמענס, מיטן אריין-נעמען א טיפן אטעם און צושטייטעלעך ארויס-אטעמען, זאל דאס זיין איידער אן ארבייטער רעדט צו זיין באס, אדער א בעל תפלה הויבט אן אויסצולאזן, איידער דער דרשן הויבט אן צו רעדן, נעם אריין עטליכע מאל א טיפן אטעם, פיל אן דעם קערפער מיט 'אקסידזשעמ'ס' (מיט א מם סתומה).

***

זיך אנגרייטן אין איין-חזר'ן

פארהאן א סך נאטורן פון בעלי תפלה און בעלי מנגנים, אבער צוויי מעין נאטורן וואס שטארן ארויס, און זיי זענען ממש מהיפך להיפך.

נאטור איין'ס: מוז זיין פארגעקוקט הונדערט פראצענט, און וויסן פונקטליך וואס ער גייט זאגן, אדער זונגן, אויב נישט איז ער דעשראקן, ער ווערט פארלוירן, און ס'טויגט נישט, אויב איז מען פון די קאטעגאריע, מוז מען זיך טאקע גוט פארזען.

נאטור צוויי, איז פונקט פארקערט, (הערה: וגם אני הק' איז אין די קאטעגאריע), אויב איז מען פארגעקוקט ווארט ביי ווארט, דאן שפירט מען זיך אראפגעבינדן, א בחינה פון 'קלאסטער-פאביע', און מ'איז זייער נערוועיז, משא"כ, אויב מ'ווייסט בערך אוואו מען צילט, און מ'לאזט די מח ארבייטן אויפן פלאץ, 'עט די מאומענט', דאן באהערשט אזא מין סארט 'פרידאם', און מ'איז ממש כמעין המתגבר. אבער אויך 'די' קאטעגאריע, ברויך זיך צוגרייטן די בעיסיקס, די פונקטן וכדו.

הצד השוה, כדי, צו באלאנסירן דעם שרעק, ברויך זיך א מענטש גוט קענען, און וויסן וויזוי זיך פארצוברייטן, און טאקע זיין גוט פארגעברייט, איידער ער טרעיט אויף.

***
וויזוי צו באהאנדל'ן א טעות
זייער א סך בעלי תפלה, בעלי דרשנים, ווערן פארלוירן, אויב זיי מאכן א טעות אינמיטן רעדן אידער זונגן, און ס'איז דא זייער א סך עצות וויזוי נישט צו ווערן פארלוירן, ווייל אז מ'ווערט פארלוירן טויג דאך נישט, מילא די וויכטיגסטע זאך איז צו געדענקן אז א מענטש אין נאר א מענטש, און יעדער מאכט אמאל א טעות, ס'איז גארנישט.

פארט איז אבער גוט צו האלטן פאר די אויג, עטליכע טיפס, ס'ערשטע, איז גוט גלייך צו געבן א טראכט די פסוק, 'שבע יפול צדיק וקם', א צדיק מאכט אויך א טעות, און ווער איז דען נישט קיין צדיק, ועמך כולם צדיקים.

נאך א טעות, שפאן ווייטער קוק נישט צוריק, ווייל טאמער מען קוקט צוריק, ותהי נציב מלח. יעדער מאכט א טעות, מ'זעעט ביי די גרויסע זונגערס, אז אפי' די האלז האט זיי געקראצט אינמיטן זונגן, האבן זיי גענומען דעם קאמפלימענט מיט א שמייכל, אויפן זעלבן אופן ווי ס'וואלט ווען נישט געקראצט.

נעם אריין דעם טעות אינעם סוקסעס.

***

דער עיקר איז א תפלה, און הקב"ה זאל העלפן אז אלע אידן זאלן מצליח זיין מיטן קענען ריכטיג ארויסברענגן זייערע כשרונות.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

בוקמארקד!
אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עירמאנט'ער »

מה פתאום??? האט געשריבן:בוקמארקד!
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו
over night kugel
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 3:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך over night kugel »

הערליך! שכוח!
אוועטאר
ספיידער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 11:52 pm
לאקאציע: אויף דיין הוט, פליק עס אראפ. אט אזוי...שוין מער נישט דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספיידער »

וואסערפאל האט געשריבן:
קאנצעטרירן אויפן תוכן

אפי' א שטארק געבויטע פערזענליכקייט, און א געשולטע רעדנער, צו זינגער, איז זייער וויכטיג, אז בשעת מ'שטייט אויפן פאדיום, זאל מען זיך בעיקר קאנצעטרירן אויף די ווערטער וואס ער זאגט, אדער זונגט, און למען השם נישט באטראכטן וויזוי די מענטשן פאסן אויף אדער רעאגירן.


ויש להוסיף זיך מתבונן צו זיין אין די נושא וואס מען רעדט אז מען זאל אליינס הנאה האבן פון די געדאנק וואס מען ברענגט ארויס, און פילן די טיפקייט און די געפילן בשעת'ן רעדן, דאס וועט אויפטון נאך א זאך אז די שומעים וועלן אסאך מער ארויסהאבן און הנאה האבן פון די דרשה און די אומפעקט וועט זיין אסאך שטערקער,

טראכט אריין און די ווערדפולקייט פון די געדאנק וואס די ברענגסט ארויס, און טראכט אז די גיבסט א ווערדפולע זאך פאר די שומעים דורכן מיטטיילן דיין דרשה מיט זיי,



וואסערפאל האט געשריבן:רילעקסינג אטעם

ס'איז זייער וויכטיג, בפרט ביים אנהויב פון א פערפורמענס, מיטן אריין-נעמען א טיפן אטעם און צושטייטעלעך ארויס-אטעמען, זאל דאס זיין איידער אן ארבייטער רעדט צו זיין באס, אדער א בעל תפלה הויבט אן אויסצולאזן, איידער דער דרשן הויבט אן צו רעדן, נעם אריין עטליכע מאל א טיפן אטעם, פיל אן דעם קערפער מיט 'אקסידזשעמ'ס' (מיט א מם סתומה).



אבער נישט אריין אטעמען און האלטן צו לאנג א טיפע אטעם, ווייל עס קוועטשט און לייגט צופיל דריק און עס מאכט אנגעצויגן, אטעמען נאטורלעך די וועג וויאזוי מ'וואלט גע'אטעמ'ט ווען מען איז און א רואיגע מצב,
אויך קען מען אויסגראדן די רוקן, נישט אראפבייגן די קאפ, און צוריק רוקן די ארעם/שאלדער, און זיך נישט אריינציען די טשעסט וואס דאס וועט מאכן די מענטש פילן רואיג, זיכער מיט זיך, און באקוועם,
וויאזוי קען מען בעסער פארשטיין א יוד וואס האט ל״ע פאביעס? די מענטש וואס האט נאכנישט טועם געווען טעם פאביע ווייסטעך בכלל נישט וויאזוי ס׳פילט..
די אמת איז עס איז דא איין פאביע וואס יעדער האט און דאס איז ספיידער פאביע
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לייק
ריעל עסטעיט מתחיל
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 28, 2015 5:57 pm

סעלף קאנפעדענס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריעל עסטעיט מתחיל »

עס איז דא א אשכול וועגן דע וואס ליידן אויף שווערע פעלער?
למשל עס מאכט זיך ביי קינדער אז מען ווערט שנעל רויט וואס קומט פון דעם
אין אויב מען היילט עס נישט דעמאלטס קען מען ליידן א גאנץ לעבן דערפון
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28117
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

שטארקע רייד, מר. וואסערפאל
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

שכח וואסערפאל

פיינע טיפס
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

דין תורה אלערט!!!
פראדאקטיוו האלט אנדערש
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

ייש"כ וואסערפאל. זייער אינטרעסאנט און נוצבאר.
וואס איז דער קונטרס לשון הזהב וואס דו דערמאנטסט??
הנותן לשכוי בינה...
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואסערפאל »

לשון הזהב
כיצד לדרוש ברבים, אזוי הייסט די ספר. ארויסגעגבן דורך הרב אליהו אדיר ס"ט, פון בני ברק.
גלייכצייטיג טו איך זיך באדאנקן פאר אלע קאממענטירער.
על מי מנוחות ינהלנו
אוועטאר
איש חמודות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3996
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 9:42 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חמודות »

יעצט זיך אנגעשטויסן אין דעם געהענגל
WOW א מייסטערווערק האט איר דא אראפגעלייגט מיט גאר אסאך נוצליכע טיפס
איך קוק ארויס אויף א המשך

צו געזונט האט געשריבן:דין תורה אלערט!!!
פראדאקטיוו האלט אנדערש

נו אפשר קומסטו אריין קלאר, וואס האלט פראדאקטיוו אנדערש?
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”